אולי י"ל אז ס'איז געגאנגען צוזאמען מיט די פלאטשיגע ביבער היטן...
רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון' - ד' אב תש"א
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 864
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
- לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
- טיש בעקיטשע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 331
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2023 9:18 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 864
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
- לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
ניין. די פלאטשיגע ביבער היט איז נאר געווען אין די ניין טעג.
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
תשל"ג לפני 50 שנה ע,י הרב שמערעל הי"ו
- אטעטשמענטס
-
- MKS.jpg (158.07 KiB) געזען 1268 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז

- אלטערנעסייד פארקינג
- שר האלף
- תגובות: 1939
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
- לאקאציע: אויפן ברוקלין ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
איז אזוי די פריעדיגע באבוב'ע רב הרה"ק ר' שלמה זי"ע איז פארן קריג יא געגאנגען מיט א קאלפיק ס'איז דא אסאך בילדער ווי ער גייט מיט דעם און נאכן קריג האט ר' שלמה נישט געוואלט צוריק אנטוהן קיין קאלפיק ווייל אזוי ווי ער האט געדארפט שניידן זיין בארד עטליכע מאל בשעת'ן קריג אפילו עס איז געוועהן זיך צו ראטעווען ממות לחיים האט ער געהאלטן אז איינער וואס האט זיך געשוירן די בארד קען נישט גיין מיט קיין קאלפיק.
און אזוי ווי ר' שלמה איז נישט געגאנגען מיט קיין קאלפיק האט זיין זוהן הרה"ק ר' נפתלי זי"ע נישט געוואלט טוהן א זאך וואס די טאטע האט נישט געטוהן אפגעזעהן פאר וועלעכע סיבה זיין פאטער איז נישט געגאנגען.
און אזוי ווי סיי ר' שלמה און סיי ר' נפתל'טשע זענען נישט געגאנגען קיין קאלפיק גייען די היינטיגע אדמורי"ם אויך נישט קיין קאלפיקעס.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2849
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
פון ווי נעמסטו די שקרים??אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:09 amאיז אזוי די פריעדיגע באבוב'ע רב הרה"ק ר' שלמה זי"ע איז פארן קריג יא געגאנגען מיט א קאלפיק ס'איז דא אסאך בילדער ווי ער גייט מיט דעם און נאכן קריג האט ר' שלמה נישט געוואלט צוריק אנטוהן קיין קאלפיק ווייל אזוי ווי ער האט געדארפט שניידן זיין בארד עטליכע מאל בשעת'ן קריג אפילו עס איז געוועהן זיך צו ראטעווען ממות לחיים האט ער געהאלטן אז איינער וואס האט זיך געשוירן די בארד קען נישט גיין מיט קיין קאלפיק.
און אזוי ווי ר' שלמה איז נישט געגאנגען מיט קיין קאלפיק האט זיין זוהן הרה"ק ר' נפתלי זי"ע נישט געוואלט טוהן א זאך וואס די טאטע האט נישט געטוהן אפגעזעהן פאר וועלעכע סיבה זיין פאטער איז נישט געגאנגען.
און אזוי ווי סיי ר' שלמה און סיי ר' נפתל'טשע זענען נישט געגאנגען קיין קאלפיק גייען די היינטיגע אדמורי"ם אויך נישט קיין קאלפיקעס.
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
פון פאנטאזיאלאנד.
געווען איז עס אין לאנדאן גלייך נאכ׳ן קריג, ווען מען האט פרעזענטירט דעם רב ז״ל מיט א סאמעטענעם קאפעליש, און עס איז שוין פארבליבן אזוי. הגם למיטב ידיעתי איז עטליכע געווען א מדובר אז דער רב ז״ל זאל זיך אנטוען א קאלפיק, איינס איז שוין געווען גרייט. אבער אזוי עס פארבליבן.
מיט רב זאל זיין געזונט, קען מען שוין נישט וואוסן, זאכן קענען זיך טוישן.
היינט א פיפקע, מארגען א קאלפיק, מי יודע...

אין מיינע אויגען וואלט דעווען א מורידגע זאך אויב די רב זאל זיין געזונד טוט זיך אן א פלאכע היט און א קאלפיק, אזוי ווי זיין טאטע איז געגאנגען פארן קריג,איטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:04 amפון פאנטאזיאלאנד.
געווען איז עס אין לאנדאן גלייך נאכ׳ן קריג, ווען מען האט פרעזענטירט דעם רב ז״ל מיט א סאמעטענעם קאפעליש, און עס איז שוין פארבליבן אזוי. הגם למיטב ידיעתי איז עטליכע געווען א מדובר אז דער רב ז״ל זאל זיך אנטוען א קאלפיק, איינס איז שוין געווען גרייט. אבער אזוי עס פארבליבן.
מיט רב זאל זיין געזונט, קען מען שוין נישט וואוסן, זאכן קענען זיך טוישן.
היינט א פיפקע, מארגען א קאלפיק, מי יודע...
ווי יעדער ווייסט זענען די פוילשע אידן אריבער שווערע 5 יאר שבעה מדורי גיהנם,וואס אונז קענען נישט באגרייפן, אזוי איז אויס געקומען אז נאכן קריג האבן אסאך רביים געטוישט זאכן כדי צו ציען א עולם און זיי מקרב זיין צו אידישקייט, און די ארבעט האט זיך געוואנדען פון מיט וועלכע עולם מען האט געדילט למשל מיט די יוצאי אונגארן איז געווען א שווערע ארבעט אבער נישט אזא שווערע ארבעט ווי די מיט די פוילישע, אין מיינע אויגן טוט נאך די רב זאל זיין געזונד צו ענדיגען די ארבעט צוריק צוברענגן די אמאליגע באבובער חן פון פאר די קריג פונקט ווי מיט די זאקן פאר בחורים וכו וואס זיין(טאטע ,זיידע) האב נאך געהאלטען אסאך ווייטער פון דעם
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2849
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
שלום עליכם אלע שר העשר'ס
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
גיין א פלאשטיקע קאפעליטש, איז נישט קיין פארצייטישע זאך, ס׳האט זיך אנגעהויבן הארט פאר׳ן ערשטן וועלט׳ס קריג.סטאבילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:37 amאין מיינע אויגען וואלט דעווען א מורידגע זאך אויב די רב זאל זיין געזונד טוט זיך אן א פלאכע היט און א קאלפיק, אזוי ווי זיין טאטע איז געגאנגען פארן קריג,איטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:04 amפון פאנטאזיאלאנד.
געווען איז עס אין לאנדאן גלייך נאכ׳ן קריג, ווען מען האט פרעזענטירט דעם רב ז״ל מיט א סאמעטענעם קאפעליש, און עס איז שוין פארבליבן אזוי. הגם למיטב ידיעתי איז עטליכע געווען א מדובר אז דער רב ז״ל זאל זיך אנטוען א קאלפיק, איינס איז שוין געווען גרייט. אבער אזוי עס פארבליבן.
מיט רב זאל זיין געזונט, קען מען שוין נישט וואוסן, זאכן קענען זיך טוישן.
היינט א פיפקע, מארגען א קאלפיק, מי יודע...
ווי יעדער ווייסט זענען די פוילשע אידן אריבער שווערע 5 יאר שבעה מדורי גיהנם,וואס אונז קענען נישט באגרייפן, אזוי איז אויס געקומען אז נאכן קריג האבן אסאך רביים געטוישט זאכן כדי צו ציען א עולם און זיי מקרב זיין צו אידישקייט, און די ארבעט האט זיך געוואנדען פון מיט וועלכע עולם מען האט געדילט למשל מיט די יוצאי אונגארן איז געווען א שווערע ארבעט אבער נישט אזא שווערע ארבעט ווי די מיט די פוילישע, אין מיינע אויגן טוט נאך די רב זאל זיין געזונד צו ענדיגען די ארבעט צוריק צוברענגן די אמאליגע באבובער חן פון פאר די קריג פונקט ווי מיט די זאקן פאר בחורים וכו וואס זיין(טאטע ,זיידע) האב נאך געהאלטען אסאך ווייטער פון דעם
משא״כ א קאלפיק, איז אימער געווען א רבני׳שע טראגע.
אויסער דעם די היינטיגע פלאטשיגע קאפליטשן, זאנען שוין כמעט אזוי הויעך ווי די נארמאל קאפעלישן.
געב עס אעטלידע יאר און זיין זענען ביידע גלייך.
- אור כי טוב
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 361
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
- לאקאציע: גנזו לצדיקים
- אור כי טוב
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 361
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
- לאקאציע: גנזו לצדיקים
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
דער קאלפיק קען נאך געשעהן, די פלאכע קאפעליש נישט. כנלענ"ד.איטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:53 amגיין א פלאשטיקע קאפעליטש, איז נישט קיין פארצייטישע זאך, ס׳האט זיך אנגעהויבן הארט פאר׳ן ערשטן וועלט׳ס קריג.סטאבילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:37 amאין מיינע אויגען וואלט דעווען א מורידגע זאך אויב די רב זאל זיין געזונד טוט זיך אן א פלאכע היט און א קאלפיק, אזוי ווי זיין טאטע איז געגאנגען פארן קריג,איטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 10:04 amפון פאנטאזיאלאנד.
געווען איז עס אין לאנדאן גלייך נאכ׳ן קריג, ווען מען האט פרעזענטירט דעם רב ז״ל מיט א סאמעטענעם קאפעליש, און עס איז שוין פארבליבן אזוי. הגם למיטב ידיעתי איז עטליכע געווען א מדובר אז דער רב ז״ל זאל זיך אנטוען א קאלפיק, איינס איז שוין געווען גרייט. אבער אזוי עס פארבליבן.
מיט רב זאל זיין געזונט, קען מען שוין נישט וואוסן, זאכן קענען זיך טוישן.
היינט א פיפקע, מארגען א קאלפיק, מי יודע...
ווי יעדער ווייסט זענען די פוילשע אידן אריבער שווערע 5 יאר שבעה מדורי גיהנם,וואס אונז קענען נישט באגרייפן, אזוי איז אויס געקומען אז נאכן קריג האבן אסאך רביים געטוישט זאכן כדי צו ציען א עולם און זיי מקרב זיין צו אידישקייט, און די ארבעט האט זיך געוואנדען פון מיט וועלכע עולם מען האט געדילט למשל מיט די יוצאי אונגארן איז געווען א שווערע ארבעט אבער נישט אזא שווערע ארבעט ווי די מיט די פוילישע, אין מיינע אויגן טוט נאך די רב זאל זיין געזונד צו ענדיגען די ארבעט צוריק צוברענגן די אמאליגע באבובער חן פון פאר די קריג פונקט ווי מיט די זאקן פאר בחורים וכו וואס זיין(טאטע ,זיידע) האב נאך געהאלטען אסאך ווייטער פון דעם
משא״כ א קאלפיק, איז אימער געווען א רבני׳שע טראגע.
אויסער דעם די היינטיגע פלאטשיגע קאפליטשן, זאנען שוין כמעט אזוי הויעך ווי די נארמאל קאפעלישן.
געב עס אעטלידע יאר און זיין זענען ביידע גלייך.
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
אפאר פאקטן שקבלתי מפי כמה זקנים:
די קדושת ציון זצוק"ל האט צום ערשט אנגעטוהן דאס קאלפיק בשנת תרפ"ט.
די קדושת ציון זצוק"ל האט דאס נישט אלעמאל געטראגן נאר כסדר אויך געטראגן די קאפעליטש
אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל איז נישט געגאנגען מיט קיין קאלפיק (אויסער אלס בחור/חתן) נאר בלויז ווען ער איז געפארן קיין ווארשע למען די שחיטה גזירה (שמעתי אז דאס איז געווען א ספיציעלע טייערע קאלפיק פונעם טאטע זי"ע וואס ער האט נאר געטראגן לעתים לחוקות וו.צ.ב.ש ביים זיך טרעפן מיט א חשובע רעגירונגס בעאמטע וכדו').
די פלאכע קאפעליטש איז אין גאליציע געווען א רבי'שע מלבוש. די חסידישע המון עם איז געגאנגען מיט הויכע היטן.
פארן ערשטען מלחמה זענען פיל חסידים געגאנען ספאדיקס. (אבער נישט דאס וואס די פוילישע טראגן היינט, דאס וואס די גערע טראגן האט מען געריפען "פוילישע שטריימלעך").
די איידעם הגה"צ ר' משה'לע סטעמפל זצ"ל הי"ד איז געגאנגען א הויכע קאפעליטש (אגב, זיין פאטער איז אלס בחור אין ישיבה געגאנגען א ספאדיק, כנהוג אז)
אגב, רוב זקנים וואס כ'האב געפרעגט ווען איז די רב זצ"ל הי"ד געגאנגען א קאלפעק און ווען א קאפעליטש האבן זיי כמעט קיינער נישט געוויסט קיין ענטפער, זיי האבן געמיינט אז איך בין געפאלן פון קאפ, "וואס איז א חילוק?", "למאי נפק"מ?", "איז דאס אויף וואס מען איז געפארן קיין באבוב, צו קוקן אויף די רב'ס קאפעליטש?!?..."
יעצט, אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל האט אנגעטוהן די ווייסע זאקן אין די וואכן טעג, ערשט 25 יאהר נאכן קריג, בשנת תש"ל (אדער א יאר פריער צו שפעטער), פריערט האט ער דאס נאר געטראגן בלויז בזמנים מיוחדים (ביי די נסיעות קיין ארה"ק, און כמדו' אויך גאנץ חנוכה, חודש ניסן ותשרי). פארוואס האט ער נישט לימים צוריק אנגעטוהן די פלאכע קאפעליטש, ווייס איך נישט. אבער איך שטעל מיך פאר ער האט געהאט גרעסערע דאגות אויף'ן קא"פ...
בכלל האט כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל זעלטן פארלאנגט פון אימיצער בענין לבוש חיצוני. אפילו ווייסע זאקן, וואס היפש עולם האט זיך שוין אנגעטוהן פון בערך שנת תש"נ און ווייטער, איז דאס נישט געווען בפקידות הקודש, כווייס נישט אויב מען קען טרעפן צוויי אידן וואס די רב ז"ל האט זיי דאס פארלאנגט. נאר דרכו בקודש כל ימיו איז מען בעיקר געווען פארנומען מיט מעורר זיין און פארלאגן ביים ציבור זיך צו פארבעסרן אין די עבודה פנימיות וו.צ.ב.ש קביעת עתים לתורה, נישט רעדן ביים דאווענען, אהבת ישראל, מדות טובות, אויפשטיין לערנען פארטאגס וכו'.
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
- אלטערנעסייד פארקינג
- שר האלף
- תגובות: 1939
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
- לאקאציע: אויפן ברוקלין ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
פון א באבוב'ע ידעןבאנאנא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:21 amפון ווי נעמסטו די שקרים??אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:09 amאיז אזוי די פריעדיגע באבוב'ע רב הרה"ק ר' שלמה זי"ע איז פארן קריג יא געגאנגען מיט א קאלפיק ס'איז דא אסאך בילדער ווי ער גייט מיט דעם און נאכן קריג האט ר' שלמה נישט געוואלט צוריק אנטוהן קיין קאלפיק ווייל אזוי ווי ער האט געדארפט שניידן זיין בארד עטליכע מאל בשעת'ן קריג אפילו עס איז געוועהן זיך צו ראטעווען ממות לחיים האט ער געהאלטן אז איינער וואס האט זיך געשוירן די בארד קען נישט גיין מיט קיין קאלפיק.
און אזוי ווי ר' שלמה איז נישט געגאנגען מיט קיין קאלפיק האט זיין זוהן הרה"ק ר' נפתלי זי"ע נישט געוואלט טוהן א זאך וואס די טאטע האט נישט געטוהן אפגעזעהן פאר וועלעכע סיבה זיין פאטער איז נישט געגאנגען.
און אזוי ווי סיי ר' שלמה און סיי ר' נפתל'טשע זענען נישט געגאנגען קיין קאלפיק גייען די היינטיגע אדמורי"ם אויך נישט קיין קאלפיקעס.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2849
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
- לאקאציע: אין די אידישע וועלט
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
האט נישט קיין הענט און פיס, ניטאמאל א בויך...אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:09 pmפון א באבוב'ע ידעןבאנאנא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:21 amפון ווי נעמסטו די שקרים??אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:09 amאיז אזוי די פריעדיגע באבוב'ע רב הרה"ק ר' שלמה זי"ע איז פארן קריג יא געגאנגען מיט א קאלפיק ס'איז דא אסאך בילדער ווי ער גייט מיט דעם און נאכן קריג האט ר' שלמה נישט געוואלט צוריק אנטוהן קיין קאלפיק ווייל אזוי ווי ער האט געדארפט שניידן זיין בארד עטליכע מאל בשעת'ן קריג אפילו עס איז געוועהן זיך צו ראטעווען ממות לחיים האט ער געהאלטן אז איינער וואס האט זיך געשוירן די בארד קען נישט גיין מיט קיין קאלפיק.
און אזוי ווי ר' שלמה איז נישט געגאנגען מיט קיין קאלפיק האט זיין זוהן הרה"ק ר' נפתלי זי"ע נישט געוואלט טוהן א זאך וואס די טאטע האט נישט געטוהן אפגעזעהן פאר וועלעכע סיבה זיין פאטער איז נישט געגאנגען.
און אזוי ווי סיי ר' שלמה און סיי ר' נפתל'טשע זענען נישט געגאנגען קיין קאלפיק גייען די היינטיגע אדמורי"ם אויך נישט קיין קאלפיקעס.
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
דאס איז סך הכל א 'יש אומרים' וואס טייל מענטשן האבן געשמיסט, אבער די רב ז"ל אליין האט דאס קיינמאל נישט געזאגט פאר קיינעם.אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 2:09 amאיז אזוי די פריעדיגע באבוב'ע רב הרה"ק ר' שלמה זי"ע איז פארן קריג יא געגאנגען מיט א קאלפיק ס'איז דא אסאך בילדער ווי ער גייט מיט דעם און נאכן קריג האט ר' שלמה נישט געוואלט צוריק אנטוהן קיין קאלפיק ווייל אזוי ווי ער האט געדארפט שניידן זיין בארד עטליכע מאל בשעת'ן קריג אפילו עס איז געוועהן זיך צו ראטעווען ממות לחיים האט ער געהאלטן אז איינער וואס האט זיך געשוירן די בארד קען נישט גיין מיט קיין קאלפיק.
און אזוי ווי ר' שלמה איז נישט געגאנגען מיט קיין קאלפיק האט זיין זוהן הרה"ק ר' נפתלי זי"ע נישט געוואלט טוהן א זאך וואס די טאטע האט נישט געטוהן אפגעזעהן פאר וועלעכע סיבה זיין פאטער איז נישט געגאנגען.
און אזוי ווי סיי ר' שלמה און סיי ר' נפתל'טשע זענען נישט געגאנגען קיין קאלפיק גייען די היינטיגע אדמורי"ם אויך נישט קיין קאלפיקעס.
איך פערזענליך קויף דאס נישט, ווייל די רב ז"ל האט נישט געהאלטן פאר קיין עוולה (ווי אויך יעדע מענטש מיט א גראדע קאפ) דאס אז ער האט זיך געשוירן די בארד בגיא צלמוות, אזוי ווי די הלכה האט פארלאנגט, און אלע ערליכע אידן אין געטא דערינטער די צדיקים וקדושי ארץ האבן אזוי געטוהן.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
כ׳ווייס נישט פון וואו די נאשסט דיין אינפארמאציע, דער קדושת ציון איז בלויז געגאנגען א קאפעליטש אין די 9 טעג, דאס האב איך אליינס געהערט פון כמה זקנים.ריקוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 1:47 pmאפאר פאקטן שקבלתי מפי כמה זקנים:
די קדושת ציון זצוק"ל האט צום ערשט אנגעטוהן דאס קאלפיק בשנת תרפ"ט.
די קדושת ציון זצוק"ל האט דאס נישט אלעמאל געטראגן נאר כסדר אויך געטראגן די קאפעליטש
אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל איז נישט געגאנגען מיט קיין קאלפיק (אויסער אלס בחור/חתן) נאר בלויז ווען ער איז געפארן קיין ווארשע למען די שחיטה גזירה (שמעתי אז דאס איז געווען א ספיציעלע טייערע קאלפיק פונעם טאטע זי"ע וואס ער האט נאר געטראגן לעתים לחוקות וו.צ.ב.ש ביים זיך טרעפן מיט א חשובע רעגירונגס בעאמטע וכדו').
די פלאכע קאפעליטש איז אין גאליציע געווען א רבי'שע מלבוש. די חסידישע המון עם איז געגאנגען מיט הויכע היטן.
פארן ערשטען מלחמה זענען פיל חסידים געגאנען ספאדיקס. (אבער נישט דאס וואס די פוילישע טראגן היינט, דאס וואס די גערע טראגן האט מען געריפען "פוילישע שטריימלעך").
די איידעם הגה"צ ר' משה'לע סטעמפל זצ"ל הי"ד איז געגאנגען א הויכע קאפעליטש (אגב, זיין פאטער איז אלס בחור אין ישיבה געגאנגען א ספאדיק, כנהוג אז)
אגב, רוב זקנים וואס כ'האב געפרעגט ווען איז די רב זצ"ל הי"ד געגאנגען א קאלפעק און ווען א קאפעליטש האבן זיי כמעט קיינער נישט געוויסט קיין ענטפער, זיי האבן געמיינט אז איך בין געפאלן פון קאפ, "וואס איז א חילוק?", "למאי נפק"מ?", "איז דאס אויף וואס מען איז געפארן קיין באבוב, צו קוקן אויף די רב'ס קאפעליטש?!?..."
יעצט, אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל האט אנגעטוהן די ווייסע זאקן אין די וואכן טעג, ערשט 25 יאהר נאכן קריג, בשנת תש"ל (אדער א יאר פריער צו שפעטער), פריערט האט ער דאס נאר געטראגן בלויז בזמנים מיוחדים (ביי די נסיעות קיין ארה"ק, און כמדו' אויך גאנץ חנוכה, חודש ניסן ותשרי). פארוואס האט ער נישט לימים צוריק אנגעטוהן די פלאכע קאפעליטש, ווייס איך נישט. אבער איך שטעל מיך פאר ער האט געהאט גרעסערע דאגות אויף'ן קא"פ...
בכלל האט כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצוק"ל זעלטן פארלאנגט פון אימיצער בענין לבוש חיצוני. אפילו ווייסע זאקן, וואס היפש עולם האט זיך שוין אנגעטוהן פון בערך שנת תש"נ און ווייטער, איז דאס נישט געווען בפקידות הקודש, כווייס נישט אויב מען קען טרעפן צוויי אידן וואס די רב ז"ל האט זיי דאס פארלאנגט. נאר דרכו בקודש כל ימיו איז מען בעיקר געווען פארנומען מיט מעורר זיין און פארלאגן ביים ציבור זיך צו פארבעסרן אין די עבודה פנימיות וו.צ.ב.ש קביעת עתים לתורה, נישט רעדן ביים דאווענען, אהבת ישראל, מדות טובות, אויפשטיין לערנען פארטאגס וכו'.
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
א בילד פון די מציבה פון הרבנית חיה פראדל מבאבוב קען איינער ארויפלייגן ביטע?
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
תשפ"ב איז די יאר וואס איך האב מיך איינגעשריבען אין אייוועלט
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
כ’הער אז באבוב 45 האט נארוואס געדריקט און עפעס א גליון, א בילד פון הגאון החסיד המרומם ר’ מענדעלע ראטטנבערג ז"ל הי"ד מגדולי חסידי הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע (באקאנט אלס די "האלבע חסיד", פון די צוויי און א האלב חסידים, כידוע) ור"מ בישיבת ’עץ חיים’ דבאבוב ומגדולי המשפיעים.
ס’איז ביז היינט נאך נישט געווען באקאנט קיין בילד פון אים, קען אמיצער אהערשטעלן דאס בילד/גליון?
ס’איז ביז היינט נאך נישט געווען באקאנט קיין בילד פון אים, קען אמיצער אהערשטעלן דאס בילד/גליון?
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
ריקוד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 25, 2023 5:25 pmכ’הער אז באבוב 45 האט נארוואס געדריקט און עפעס א גליון, א בילד פון הגאון החסיד המרומם ר’ מענדעלע ראטטנבערג ז"ל הי"ד מגדולי חסידי הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע (באקאנט אלס די "האלבע חסיד", פון די צוויי און א האלב חסידים, כידוע) ור"מ בישיבת ’עץ חיים’ דבאבוב ומגדולי המשפיעים.
ס’איז ביז היינט נאך נישט געווען באקאנט קיין בילד פון אים, קען אמיצער אהערשטעלן דאס בילד/גליון?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 828
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
שבת קודש ד' אב איז די יארצייט פונעם הייליגען קדושת ציון זצ"ל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 828
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm
Re: רבי בנציון האלברשטאם מבאבוב זצ"ל ה'קדושת ציון'
הרה"ק רבי בן ציון ב"ר שלמה זי"ע, הי"ד, (הלברשטאם), בעל קדושת ציון מבאבוב
ער איז געבוירן אין שטאט בוקובסק, י' אייר תרל"ד,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי שלמה הראשון מבאבוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי מאיר נתן הלברשטאם זי"ע,
בן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת רבקה הענא ע"ה,
בת הרה"ק רבי יהושע רויזענפעלד מקאמינקא זי"ע,
בן הרה"ק רבי שלום מקאמינקא זי"ע,
ווי באקאנט האט דער טאטע הרה"ק רבי שלמה זי"ע, זיך זייער געפלאגט פאר קינדער, עס האט זיך ליידער נישט געהאלטן ביי אים קיין זש"ק, און דער צדיק האט געהאט גאר אסאך צער אין עגמת נפש פון דעם,
איין טאג בערך דרייצן יאר נאך די חתונה איז ער געפארן צום הייליגען זיידן דער דברי חיים זי"ע, און דער רבי שלמה וואס איז געווען א יונגער יתום ווען זיין טאטע הרה"ק רבי מאיר נתן זי"ע דער זוהן פון צאנזער רב איז נסתלק געווארן יונגערהייט, און ער איז אויף געצויגן געווארן ביים זיידן אין שטוב, האט דער זיידע געהאט א שטארקע חביבות צו דעם אייניקל, און דער אייניקל האט זיך מיט טרערן מזכיר געווען ביים זיידן אז ער האט נאכנישט זוכה געווען צו זש"ק,
דער הייליגער זיידע דער דברי חיים זי"ע איז אריין אין א שטארקע דביקות און געווען אריינגעטון אין זיינע מחשבות, און דאן זאגט דער זיידע, הער זיך איין, פאר פופציג יאר צוריק האט געוואוינט א צדיק אין בוקאווסק, און דיין זיידע דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען מחולק מיט אים, און קען זיין אז די סיבה פארוואס דיינע קינדער האלטן זיך נישט איז ווייל אפשר וואונסטו אין די דירה ווי דער צדיק האט געוואוינט, און דיין זיידע האט אויף דעם אן הקפדה,
רבי שלמה איז צוריק אהיים געפארן און מברר געווען די זאך, און מען האט אים געזאגט, אז די דירה פון דעם צדיק איז פארברענט געווארן מיט יארן צוריק, ביז ער האט זיך דערוויסט אז איין פענסטער פון זיין דירה, איז פונקט קעגן דעם מקום ווי די דירה פון יענעם צדיק איז געשטאנען,
ווען ער איז צוריק געקומען צום זיידן דער דברי חיים זי"ע האט אים דער זיידע געהייסן פארדעקן דעם פענסטער, און ער וועט אי"ה בקרוב געהאלפן ווערן מיט זש"ק,
דער אייניקל רבי שלמה זי"ע האט אויסגעפאלגט וואס דער זיידע האט געהייסן, און נאך דרייצן יאר האט ער זוכה געווען, און י' אייר תרל"ד איז צו אים געבוירן געווארן א בן זכר, און דער זיידע דער דברי חיים האט געהייסן אז מען זאל דעם קינד א נאמען געבן "בן ציון" אלס א סגולה אויף אריכת ימים, און דער זיידע האט צוגעלייגט "כי בימיו יבנה ציון",
דערציילט מען אז שוין אלס קליין קינד האט מען שוין געזען אז דער קינד האט א הייליגע נשמה, ווייל איין טאג האט ער גאר שטארק געוויינט און מען האט דעם קינד נישט געקענט בארויגען, איז מען געגאנגען צום טאטן און געפרעגט וואס מען זאל טון, האט דער טאטע מציע געווען אז מען זאל אויסרייניגן דאס בעטל פונעם קינד און אויסשאקלן די בעטגעוואנט ווייל אפשר שטערט אים עפעס דארט,
ווען מען האט אויסגעשאקלט די בעטגעוואנט, האט מען דארט געטראפן אן "איינציק קארט" וואס די משרת ווען זי האט איבער געצויגען די בעט איז פון איר ארויס געפאלן א טמא'נעם קארט, און אט דאס האט געשטערט דעם קינד, דער טאטע האט מיט התפעלות זיך אויסגעדריקט, "ער האט שוין היינט אזא הרגשה, ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער זיין א גרויסער בעל הרגש",

ווי באקאנט האט דער קינד נאך זוכה געווען צו זיין ביים הייליגען זיידע דער דברי חיים זי"ע אפאר מאל בעפאר די פטירה בשנת תרל"ו, און דער זיידע האט ארויסגעוויזן א געוואלדיגע אהבה צו דעם קליינעם בן ציון, איינמאל האט מען אים געברענגט אלס פיצל קינד, ליגענדיג אין בעטן האט זיך די קליינע פיס ארויסגעשטעקט, האט דער הייליגער צאנזער רב געוויזן אויף די פיס און געזאגט, "וואס איך האב נישט מתקן געווען אויף דער וועלט, וועלן די פיסלעך מתקן זיין",
איינמאל זייענדיג ביים זיידן דער צאנזער רב זי"ע האט דער זיידע ארויפגעלייגט ידיו הקדושים אויפן קעפל פונעם קינד און געזאגט בזה"ל, "דו וועסט נאך אויפוואקסן א חכם מחוכם", און עס איז געווען א באלי אויף דער ערד, און דער זיידע דער דברי חיים האט א שטופ געגעבן דעם באלי און געהייסן דעם אייניקל דאס נאכלויפן און דאן האט דער זיידע געזאגט "עטס זעט ווי א מנהיג ישראל לויפט",
ער איז געווען א גאון מפורסם, און א בקי בש"ס ופוסקים, אויך איז ער געווען א לוחם מלחמת ה' במסירת נפש, א בעל מנגן מופלא וואס האט מחבר געווען גאר אסאך הערליכע און הארציגע ניגונים, א פועל ישועות בקרב הארץ, אויך איז ער געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל, טויזנטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו, און הונדערטער אידן זענען געהאלפן געווארן מיט ישועות פון זיינע ברכות,
ביי די דריי יאר האט מען געטראגן דעם קינד צום זיידן הרה"ק רבי יהושע'לי מקאמינקא זי"ע, און דער זיידע האט אים געמאכט פיאות, און געלערנט מיטן קינד די א"ב, און אים שיין אנגעוואונטשן,
דאן איז דער טאטע רבי שלמה זי"ע געווען רב אין שטאט אושפיצין, וואס איז געווען גאנץ א מאדערנע שטעטל און דער קינד איז געווען דער איינציגסטע קינד מיט חסידישע פיאות,
שפעטער ווען ער איז געווען נאר ניין יאר אלט איז ער שוין געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע בקיאות אין תורה, אז דער טאטע האט אים אפילו זייענדיג גאר יונג אריין גענומען צו זיך אין ישיבה, און דארט האט ער עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, און זיין גדלות בתורה האט שוין דאן ארויסגעשיינט,
דערציילט מען אז איינמאל איז דער טאטע געפארן אויף א באזוך צום הייליגען פעטער הרה"ק משינאווא זי"ע, און ווארטענדיג אריין צו גיין צום פעטער, איז דארט געווען א פרוי וואס זי איז געקומען מזכיר זיין איר מאן, וואס איז געווען חרוב קראנק, און דער דאקטאר האט געזאגט אז אויב מען וועט אפערירן איז דא א ספק אויב ער וועט בלייבן לעבן, אבער אן א אפעראציע וועט ער עס זיכער נישט דורך לעבן,
דער שינאווער רב זי"ע האט געהייסן פאר דעם פרוי אז מען זאל נישט מאכן קיין אפעראציע,
ווען דאס קינד האט געהערט דעם פסק פונעם שינאווער רב, איז ער שטארק פארוואונדערט געווארן, און געפרעגט דעם טאטן שטילרהייט, די גמרא זאגט דאך "ברי ושמא, ברי עדיף", אויב אזוי וועט דאך דער איד חלילה שטארבן, דער טאטע האט געהערט די רייד פונעם קינד, אבער ער האט געהייסן פארן קינד צו שווייגן,
אבער דער הייליגער פעטער האט אבער יא באמערקט ווי דאס קינד זאגט עפעס, האט ער געפרעגט דעם טאטן וואס דער קינד האט געזאגט, דער טאטע האט פראבירט זיך ארויס צו דרייען פון ענטפערן, אבער דער פעטער דער שינאווער רב האט נישט נאכגעלאזט,
האט דער טאטע איבער געזאגט וואס דער קינד האט געזאגט, אז "ברי ושמא, ברי עדיף" האט זיך דער הייליגער שינאווער רב זי"ע אנגערופן "חכם עדיף מנביא", און ער האט געהייסן מען זאל דעם פרוי צוריקרופן, און ער האט געהייסן יא מאכן דעם אפעראציע,