מ'דארף אויסקלארן די צוויי נאכזילבע'ס איינס פון צווייטן, כנ"ל.חיים זילבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:07 pmהמברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:02 pmאמת, אבער וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט?חיים זילבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 5:43 pmאידיש איז נישט געבויעט פון דויטש, נאר פון אן אלטן פורעם פון דויטש וואס רופט זיך מיטל-דויטש.יחליצך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 5:11 pmקודם כל אין דויטש איז עס אויך 'ליך'. טעגליך איז täglich.
צווייטנס, די ירושלימ'ער זאגן עס גראדע ווי א פת"ח! ("פרעילאך")
אגב, אפשר ווייסטו פארוואס זיי זאגן "ער האט אסאך מיילעס (מעלות)"? וואו האבן זיי פארשאפט דעם ציר"י? (נאכדעם וועט מען דן זיין צי מ'קען עפעס בויען אויף זיי...)
אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
-
- שר חמישים
- תגובות: 76
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
וואס איז מיט קינדערליך, און פריילעך.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:29 pmמ'דארף אויסקלארן די צוויי נאכזילבע'ס איינס פון צווייטן, כנ"ל.חיים זילבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:07 pmהמברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:02 pmאמת, אבער וואס מיינסטו צו זאגן דערמיט?חיים זילבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 5:43 pmאידיש איז נישט געבויעט פון דויטש, נאר פון אן אלטן פורעם פון דויטש וואס רופט זיך מיטל-דויטש.יחליצך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 5:11 pmקודם כל אין דויטש איז עס אויך 'ליך'. טעגליך איז täglich.
צווייטנס, די ירושלימ'ער זאגן עס גראדע ווי א פת"ח! ("פרעילאך")
אגב, אפשר ווייסטו פארוואס זיי זאגן "ער האט אסאך מיילעס (מעלות)"? וואו האבן זיי פארשאפט דעם ציר"י? (נאכדעם וועט מען דן זיין צי מ'קען עפעס בויען אויף זיי...)
קויף איין ״קרבת אלוקים לי טוב״, לפי דער סדר:
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פונקט פארקערטחיים זילבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:38 pmוואס איז מיט קינדערליך, און פריילעך.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:29 pmמ'דארף אויסקלארן די צוויי נאכזילבע'ס איינס פון צווייטן, כנ"ל.
קינדערלעך און פרייליך
דו וואלסט עס געוואלט טוישן?
-
- שר חמישים
- תגובות: 76
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2023 5:47 pm
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ס׳דא א וועכנטליכע אויסגאבע מיטן נאמען - קינדערליך.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 10:03 pmפונקט פארקערטחיים זילבער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:38 pmוואס איז מיט קינדערליך, און פריילעך.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 29, 2023 6:29 pmמ'דארף אויסקלארן די צוויי נאכזילבע'ס איינס פון צווייטן, כנ"ל.
קינדערלעך און פרייליך
דו וואלסט עס געוואלט טוישן?
ביידע סופיקסן זענען א פארווייכונג פון א סגול, איך קען נישט פארשטיין פארוואס ס׳זאל הערשן א אונטערשייד צווישן זיי.
בפרט אז די ארץ ישראל׳דיגער אידן היטן נאך אפ דעם סגול (כ׳רעד נישט פון ירושלימ׳ער).
קויף איין ״קרבת אלוקים לי טוב״, לפי דער סדר:
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ווען מ'דיסקוסירט כללי הכתיבה, איז איין אזא אויסגאבע נישט גענוג ראיה. אבער ביסטו טאקע זיכער איז ס'שטייט "ליך"?חיים זילבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:04 amס׳דא א וועכנטליכע אויסגאבע מיטן נאמען - קינדערליך.
די וויכטיגסטע ציל פון אלע כללי הדקדוק איז כדי אז דער ליינער זאל נאטירליך כאפן שנעל פון וואס מ'רעדט, און נישט דארף אוועקלייגן עקסטערע חלקים פון מוח כדי צו אויסרעכענען, פון וועלכן חמור מ'רעדט דא.חיים זילבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:04 amביידע סופיקסן זענען א פארווייכונג פון א סגול, איך קען נישט פארשטיין פארוואס ס׳זאל הערשן א אונטערשייד צווישן זיי.
דעריבער איז זייער וויכטיג נישט צו נוצן די זעלבע ספעלערייען פאר אן אנדערע מכוון
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
זיי שרייבן עס צוליב די מליצה פון קינד-ערליך.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:43 amווען מ'דיסקוסירט כללי הכתיבה, איז איין אזא אויסגאבע נישט גענוג ראיה. אבער ביסטו טאקע זיכער איז ס'שטייט "ליך"?חיים זילבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:04 amס׳דא א וועכנטליכע אויסגאבע מיטן נאמען - קינדערליך.
אפשר צוליב נאך א סיבה וואס מ'שרייבט אין ראשי תיבות ע"ה...
חיים זילבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:04 amביידע סופיקסן זענען א פארווייכונג פון א סגול, איך קען נישט פארשטיין פארוואס ס׳זאל הערשן א אונטערשייד צווישן זיי.
האסט א גוטע רצון וואס איז פאקטיש נישט ריכטיג...המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 9:43 amדי וויכטיגסטע ציל פון אלע כללי הדקדוק איז כדי אז דער ליינער זאל נאטירליך כאפן שנעל פון וואס מ'רעדט, און נישט דארף אוועקלייגן עקסטערע חלקים פון מוח כדי צו אויסרעכענען, פון וועלכן חמור מ'רעדט דא.
דעריבער איז זייער וויכטיג נישט צו נוצן די זעלבע ספעלערייען פאר אן אנדערע מכוון
לדוגמא "בעטן" = בקשה, האט מען נישט געלאזט די פארצייטישע ה' אין "בעהטן", אדער גאר "בעיטן", טראץ די ענליכקייט צו בעטן = מיטות. ועוד כהנה.
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט ריכטיג, ווייל ביסט דאך מודה אז אמאל איז יא געווען א חילוק. אבער יעצט איז שוין שווער (מסתמא, אוממעגליך) צו צוריקדרייען. דאס מיינט נישט, אז מכאן והלבא זאל מען נישט אכטונג געבן, בפרט ווילאנג די מגיהים מומחים שטייען נאך דערויף.
אדרבה, וואס זאגט ר' גרשון?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 7:15 pmדאס מיינט נישט אז ס'איז נישט ריכטיג, ווייל ביסט דאך מודה אז אמאל איז יא געווען א חילוק. אבער יעצט איז שוין שווער (מסתמא, אוממעגליך) צו צוריקדרייען. דאס מיינט נישט, אז מכאן והלבא זאל מען נישט אכטונג געבן, בפרט ווילאנג די מגיהים מומחים שטייען נאך דערויף.
אדרבה, וואס זאגט ר' גרשון?
נאכאמאל, ס'איז נישט ריכטיג אז
שטימט?המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 7:15 pmדי וויכטיגסטע ציל פון אלע כללי הדקדוק איז כדי אז דער ליינער זאל נאטירליך כאפן שנעל פון וואס מ'רעדט, און נישט דארף אוועקלייגן עקסטערע חלקים פון מוח כדי צו אויסרעכענען, פון וועלכן חמור מ'רעדט דא.
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
-ליך אלס אדיעקטיוו (טעגליך, מעגליך, טרעפליך) קומט פון דייטש, ווי אויבן געברענגט. -עך אלס לשון-רבים איז אריגינעל אידיש, ס'עקזיסטירט נישט אין א צווייטער שפראך. (אין אלטע ספרים קען מען עס טרעפן אלס -יך, צב"ש זייגערליך, מעשהליך, פשוט ווייל מ'פלעגט אמאל שרייבן א י' אלס סגול.)חיים זילבער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 30, 2023 4:04 amביידע סופיקסן זענען א פארווייכונג פון א סגול, איך קען נישט פארשטיין פארוואס ס׳זאל הערשן א אונטערשייד צווישן זיי.
בפרט אז די ארץ ישראל׳דיגער אידן היטן נאך אפ דעם סגול (כ׳רעד נישט פון ירושלימ׳ער).
דו ביסט גערעכט אז מ'זאגט ארויס ביידע די זעלבע. מהאי טעמא שרייבן טאקע די יידישיסטן -לעך פאר ביידע סארטן, ווייל זייער יידיש איז מער ווי די שפה המדוברת. אבער ביי אונז האלט מען זיך מער צו דייטש, און דאס איז די סיבה פארוואס ביים דייטשן סופיקס lich שרייבן מיר -ליך.
ווען דו וואלסט געווען א שרייבער זעכציג יאר צוריק, וואלסטו אפשר געקענט אויסקלויבן -לעך. היינט איז עס שוין אן אנגענומענער כלל ביי אונז וואס דו קענסט נישט טוישן -- סיידן דו שרייבסט פאר'ן פארווערטס. אויפטוישן צווישן -ליך און -לעך איז א קלארער גרייז.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 941
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע: מאחורי הפרגוד
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ווילאנג איך קום אויף מיט נאך ראיות, בין איך נייגעריג אויב דו האסט א הסבר אויף די ספעלינג "נוא" יארק (אין דיין א.ג. לאקאציע...)
כ'האב א פשוט'ע ראי' אז היינטיגע צייטן איז אכשר דרא, ווייל אפילו די אויסדרוק 'אכשר דרא' האט זיך היינט געטוישט פון בתמי' צו בניחותא...
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אזוי שרייבט מען עס אין כתובות וגיטין, לכל הפחות דא אין מאנסי.
- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אויף תכלית מיט יואל פעלזן זאגט איר אז ביי רוב ווערטער אין אידיש שרייבט מען יא אין לשון רבים א ס' צום סוף, ווי 'שרייבערס' און 'ארבעטערס', און נאר ביי געציילטע ווערטער ווי 'בריוו' לייגט מען נישט צו קיין אות פאר לשון רבים.דער גלאָק האט געשריבן:
און ווי איר זאגט און ווי הלבלר האט שוין אנגעמערקט שרייבט מען ביי 'ברידער' זיכער נישט מיט קיין ס', ווייל דער יחיד איז א 'ברודער' און דער רבים 'ברידער'. אבער וואס איז דער הלכה ביי אנדערע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ר', וואו נוצט מען עס יא און וואו נישט, און ביטע אויב קענט איר אויסקלארן פארוואס?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פנחס גלויבער און יעקב יוסף סירקוס טענה'ן טאקע אז ס'איז טעות, און נאר ווען ס'איז דא אן אנדערע חילוק מעג שוין דער ס' אראפקומען. זיי האבן עס פרובירט צו פאררעכטן אין פנחס גלויבער'ס צייטונג (וויאזוי האט עס נאר געהייסן?), אבער ס'איז שוין לכאורה צו שפעט.
שוין, נא קודם ווייטאגט איינער מיט.
- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
אה, נישט געוואוסט אז פנחס גלויבער האלט אויך אזוי. גראדע גלייך איך יא צו שרייבן אנעם ס', כ'בין נאר נייגעריג וואס ר' שמעון זאגט. ביזדערווייל זע איך ווי יעדער זאגט אנדערש, זעט אויס אז נאר דער אסיפה וועט עס אויסקלארן ווי פארשפראכן.המברך יתברך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 02, 2023 5:03 amפנחס גלויבער און יעקב יוסף סירקוס טענה'ן טאקע אז ס'איז טעות, און נאר ווען ס'איז דא אן אנדערע חילוק מעג שוין דער ס' אראפקומען. זיי האבן עס פרובירט צו פאררעכטן אין פנחס גלויבער'ס צייטונג (וויאזוי האט עס נאר געהייסן?), אבער ס'איז שוין לכאורה צו שפעט.
שוין, נא קודם ווייטאגט איינער מיט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
- היסטאריש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3985
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ר' שמעון ראלניצקי פון 'דער גלאָק'.
גרשון שרייבט יא 'שרייבערס', און ר' חיים וויינבערגער ווייס איך נישט וואס ער האלט, האט ער גערעדט דערפון ביים אסיפה?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
ליידער האט מיך נישט גערופן, על אף ס'איז געווען אראונד די קארנער און איך מיין אז איך וואלט אפילו געקענט צוגעבן....
ר' חיים טוט נישט אייביג וואס ער האלט, אויב ס'איז קאנטראווערסיאל.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17780
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
שרייבערס איז זיכער נישט גוטהיסטאריש האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 02, 2023 5:00 amאויף תכלית מיט יואל פעלזן זאגט איר אז ביי רוב ווערטער אין אידיש שרייבט מען יא אין לשון רבים א ס' צום סוף, ווי 'שרייבערס' און 'ארבעטערס', און נאר ביי געציילטע ווערטער ווי 'בריוו' לייגט מען נישט צו קיין אות פאר לשון רבים.דער גלאָק האט געשריבן:
און ווי איר זאגט און ווי הלבלר האט שוין אנגעמערקט שרייבט מען ביי 'ברידער' זיכער נישט מיט קיין ס', ווייל דער יחיד איז א 'ברודער' און דער רבים 'ברידער'. אבער וואס איז דער הלכה ביי אנדערע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ר', וואו נוצט מען עס יא און וואו נישט, און ביטע אויב קענט איר אויסקלארן פארוואס?
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פארוואס נישט? איין שרייבער, צוויי שרייבערס.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
נאר שמואל ווידער ע"ה האט געהאלטן אנדערש, און ער האט פארשטאנען צו גראמער, אזויווי איך צו גראמען.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17780
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 16, 2023 10:24 amעס איז דא ה הו"א צו שרייבן אסאך פארשערס?!
עס איז דא א פארשער, און עטליכע פארשער
לשון יחיד: א פארשער האט
לשון רבים: פארשער האבן
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איין פארשער, צוויי פארשערס.
- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17780
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איך הער
אויך איין טיש, אסאך טישוס
איין לאקשן, אסאך לאקשנס
איין טרעפל, אסאך טרעמפאלינס
איין הוט, אסאך הוטס
איין רעקל, אסאך רעקלס
וואס נאך?
אויך איין טיש, אסאך טישוס
איין לאקשן, אסאך לאקשנס
איין טרעפל, אסאך טרעמפאלינס
איין הוט, אסאך הוטס
איין רעקל, אסאך רעקלס
וואס נאך?
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7981
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)
איין טיש, אסאך טישן
איין לאקש, אסאך לאקשן
איין טרעפל, אסאך טרעפ אדער טרעפלעך
איין טרעמפאלין, אסאך טרעמפאלינען
איין הוט, אסאך הוטן
איין רעקל, אסאך רעקלעך
וואס נאך?
איין לאקש, אסאך לאקשן
איין טרעפל, אסאך טרעפ אדער טרעפלעך
איין טרעמפאלין, אסאך טרעמפאלינען
איין הוט, אסאך הוטן
איין רעקל, אסאך רעקלעך
וואס נאך?