קלאנגן איבער פלייש סקאנדאל, פאלטש.

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובה דורך פויער »

אויב די האלטסט אז עס איז אמת האסטו נישט וואס צו מעקן, אבער דארט שטעקט דיין טעות...
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
לאקשען ברעט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

קוק אהער די זאך איז נישט צי עס איז געשען א מכשול צי נישט די שאלה איז צי די סיסטעם האט לעכער אויב יא קענסטו נישט זיין זיכער אז עס האלט נישט ביי די צוואנציגסטע מכשול
יעצט האט מען עס פשוט געחאפט
די שאלה איז וויזוי האט עס געקענט געשען
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובה דורך פויער »

ספיקות קענסטו דיר אייביג מאכן, אבער ביי אונז אידן איז דא א זאך ווי חז"ל אין זיי האבן געזאגט אז עס איז דא א זאך וואס הייסט חזקה (לויט טייל פוסקים איז עס דאורייתא, ווענדט זיך וועלכע חזקה), אין ווילאנג די חזקה איז אין פלאץ איז נישטא קיין שום ספיקות!

אין מען קען זיך פארלאזן אויף חכמינו ז"ל אין איך גלייב באמונה שלימה אז די תורה הקדושה טוישט זיך נישט קיינמאל,
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
לאקשען ברעט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

האסט מיר גארנישט גענפערט
כ'האב דיר עפעס עפעס געפרעגט
אין לגבי הלכות חזקה איזעס נישט אזו פשוט ווי די מאכסט עס
ס'דא פרטים אין דעם אין מען דארף עס קלאר וויסען
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

תגובה דורך שמן זית »

קיינער האט נאך נישט געענטפערט אויף מיין שאלה, אויב האט עס טארטיקוב הכשר וויאזוי מעיג מען קויפן פלייש מיט א אנדערע הכשר אין א גראסערי?
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

תגובה דורך שבת קודש »

איך האב גערעדט מיט איינעם וואס איז דארט געווען בקיצור
איינער איז אריין קויפען א פרענק און באמערקט אז עס איז טרייף
ארויס אינדרויסען און געמאכט א ויצעקו
מען איז אריין געלאפען אין די פלייש געשעפט
די משגיח דארט איז געווארן זייער פארלוירן
באהלטען א זעקל און איינער האט ארויס געחאפט פון איהם
געגעבן א מתנת יד פאר יענעם
דערנאך געוואלט ארויס שיקען די עולם מיט א מעסער
אוועטאר
שבת קודש
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 26, 2008 1:28 am

תגובה דורך שבת קודש »

די קשיא איז בעיקר אויף טארטקאב בית דין
1 א גוי מעג דעהן קויפען פלייש פון א אנדערע סטאר
2 די מעשה איז געווען 12 ביינאכט וואס כולל איז דעמאלס נישט אויפען
3 גלייך צופרי האט שוין טארטקאב געזאגט אז אלעס איז כשר וישר ???
וואס הייסט כשר וישר ווען אפאר יודען האבען געגעסן טריפה
4 וואס איז יענער געווארן אזוי ווילד
5 און אזא געשעפט דארף ווערן אפ געשפארט ער האט פארלוירן זיין נאמנות
און נאך מעהר טארטאקאב מיט אוועק מישן די מעשה { על כל פנים וואס זיי האבן געמייינט אז עס וועט זיי געלאנגען} האבן זיי פארלוירען די ....

זיי האבן געזאגט אז זיי גייען ארויס קימען גלייך מיט א בריוו איך ווארט נאך
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובה דורך זיידעניו »

שטילער שרייען.

יעדער כשרות ארגענעזאציע האט זיך זייערע סטענדעט'ס וואס איז אויסגעהאלטן לויט זייערע פוסקים, און דער טארטיקוב'ע בי"ד האט זיך זייערע סטאנדארטן אויסגעשטעלט לויט זייערע מערסטע חומרות,וואס דאס איז מיט גאר אסאך הידורים, אבער אויב דער קומט איינער און צוברעכט בזדון די "געזעצן" וואס דער בעך מכשיר האט ארויפגעלייגט אויף אים איז ווי פארשטענדליך אז דער בעל מכשיר נעמט גלייך אראפ זיין הכשר און קיינער וויל מער מיט אים נישט גיין צום טיש, אבער דא איז דער מעשה נישט געווען א זדון פון א איד נישט פון די בעל הבית און נישט פון די איינגעשטעלטע, נאר פון א נייע אויפגענומענע גוי, וואס האט נישט אויסגעפאלגט די קאנטראקט וואס מען האט מיט עטליכע טעג פריער געשריבן מיט אים, און נאך א גרינטליכע אויספארשונג וואס מען האט איבערגעקוקט די גאנצע אינוועטארי מיט אלע פליישן בחורין ובסדקין האט מען טאקע געזעהן אז דא האנדעלט זיך נישט פון א סקאנדל נאר פון א שגגת גוי וואס האט געבראכן די רעגאלאציעס פון די וועד הכשרות.

פאר מער אינפארמאציע רופט קול מבשר ביי לייוו הוק-אפ'ס איז דא דארט א אינטערוויא מיט הרב מייזנער דער יו"ר פון די וועד הכשרות.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח זיידעניו פאר די אפדעיט.
רבותי, האלטס אייך צום נושא, זאכן וואס וועלן נישט זיין לענין, וועלן מיר געצוואונגען זיין אראפצונעמען.
סאכדעס בשם ההנהלה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובה דורך KCSP »

וואס איפשט פון אויפהייבן א מעסער??? לאמיר זאגן נאך אלעמען אז ס'איז געווען א טעות אבער וואס איז די מעסער געהייבאכטץ???
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובה דורך מאשקע »

מסתמא האט ער געוואלט צושניידן די פרענקס... אפשר מיט'ן ציל אז ס'זאל ווערן בטל בשישו מעי שישו...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובה דורך פויער »

איינער האט מיר מסביר געווען נאך א זאך

אויב וועט מען מערער זיין אויף די גוטע הכשרים, וועלן קומען אנדערע און זאגן אויב אזוי אז מען האט טענות אויף זיי אויך איז עס שוין גלייך צו די גרויסע מקילים, און מען וועט צוקומען צו עסן די גרעסטע קולות'דיגע הכשרים

חכמים הזהרו בדבריכם!!!
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

דאס איז זיכער אז טארטיקוב האט נישט פארלוירן זייער חזקה פון א פארלעסליכער הכשר, אוי לו לדור ששופטים את שופטיהם.

די שאלה איז נאר וויאזוי דער ציבור ברויך ריספאנדען צו אזא סקאנדאל, נאך די פינקל פרשה אין מאנסי איז געווען א שטיקל אויפוואכונג ביים ציבור בנוגע כשרות, מענטשן האבן פארלאנגט א 'טשעינזש' פונעם סטאטוס-קווא, מענטשן האבן געזוכט העכערס, אידן האבן זיך געמאכט גדרים וסייגים.

די וועלט זאגט אז צייט איז פון די בעסטע היילונג מיטלען, דא האט אויך צייט געהיילט דעם וואונד און מענטשן האבן זיך צוריק אנגעהויבן צו שפירן באקוועם מיט א הכשר אן דעם וואס מ'זאל נאכגיין אביסל מער דערוועגן.

דאס מאכט גאר שווער פאר די בעלי מכשירים צו הייבן די סטאנדארטן ווען דער עולם איז כלל נישט פאראינטערעסירט דערין, און דערפאר ווילען נישט די מוכרים זיך צושטעלן דערצו און זיי לייגן דרוק אויף די בעלי מכשירים מיטן אנצייגען אז דער און יענער האט א שוואכערען צוגאנג צו אזא ענין.

דער ציבור איז אחראי אויף די הכשרים און נישט פארקערט, אז איינער קויפט ביי חאצקעל'ס שווארמא און ער זעהט דארט נאר א גוי אדער א איד ביי וועם אינדערהיים ער וואלט נישט געגעסן, ברויך ער א פרעג טאן 'ווער איז די ראביי?' דאס הייסט מ'ברויך פארלאנגען א משגיח תמידי, צו די הלכה פארלאנגט דאס אדער נישט דאס איז נישט קיין נפק"מ, אז איין איד האט געגעסן א טריפה'נע פרענקפורטער דארף דאס אויפשוידערן דאס יהדות החרדית, אפגעזעהן צו דאס איז דער שולד פונעם געשעפט אדער פונעם בעל-מכשיר.

וויפיל מאל ברויך געשעהן אז דער אייגנטימער זאל במזיד אדער בשוגג נישט נאכקומען די כשרות פארשריפטען אז מען זאל איינשטעלן בעסערע אויפזיכט? (און איך רעד פון זאכען וואס מיר ווייסען ניטאמאל אז עס האט פאסירט).

איך האב גערעדט נאך די פינקל פרשה מיט א הויפט-משגיח פון א גרויסע און רעספעקטירטע כשרות ארגענעזאציע, האב איך אים געפרעגט "וויאזוי איז דער שטימונג ביי ענק נאך די סקאנדאל?" איך בין געווען שאקירד צו הערן די קאלטקייט פונעם כשרות-ענווייראמענט מיט אזעלכע פוילע תירוצים 'עס איז דאך נישט געשעהן ביי אונז' די קאנסומערס זענען געווען צוטומלט אבער דער מעסעזש איז נישט אנגעקומען גענוג שטארק צו די מכשירים.

און איך זאג נאכאמאל, נישט אז די בעלי מכשירים זענען שולדיג חלילה, נאר דער ציבור ברויך פאדערן א טשעינזש.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובה דורך מאיר »

שבת קודש האט געשריבן:די קשיא איז בעיקר אויף טארטקאב בית דין
1 א גוי מעג דעהן קויפען פלייש פון א אנדערע סטאר?

זיי האבן געזאגט אז זיי גייען ארויס קימען גלייך מיט א בריוו איך ווארט נאך

אויף די קשיא "א גוי מעג דעהן קויפען פלייש פון א אנדערע סטאר?" האט דער משגיח געענטפערט אויף א אינטערוויו אויף קול מבשר (212-444-1100) אז ס'איז טאקע געווען נגד תקנת הבי"ד.

און וועגן די בריוו דא האט איר:
8.jpg


איך וועל עס באלד אי"ה איבערטייפן אז ס'זאל זיין קלאר צו ליינען.
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובה דורך סתם_אזוי »

לייג עס ארויף אלס א PDF
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובה דורך מאיר »

בית דין צדק
דקהל מנחת חינוך
טארטיקוב


וועד הכשרות:
הרב נפתלי מאיר באב"ד, ראב"ד
הרב אברהם האלבערשטאם, ראה"כ
הרב שמואל טייטלבוים, דומ"ץ

הבהרת דברים
הנה, החנות Cheskel's Schwarma King היא תחת השגחתינו הקפדנית. בכפוף לתקנון הביד"צ יוצא ונכנס כמעט מדי יום ביומו, בנוסף לכן נתונה החנות תחת פיקוח מצלמות ווידאו בכל שעות היממה, שניתן לצפות בהן בכל עת ושעה ממשרד הביד"צ או מכל מקום אחר, מעולם לא נמצא בהחנות שום דופי, לא אצל הבעלים הקודמים ולא אצל הבעלים הנוכחיים ר' שמואל ברון הי"ו.

אחר החקירה והדרישה נתברר לנו גופא דעובדא היכי הווה. בשעות הערב אזל מוצר Frankfurters שנקנה בתמידות אך ורק מבית החרושת הכשר Meal Mart (כאשר נתברר לנו היום שוב אחרי העיון בכל החשבונות והקבלות מהמכירות בתוך החנות ומהקניות וההובלות מבית החרושת).

לצערנו, למרות נוכחותו של היהודי השותו"מ (ובגלל זה שהיהודי הוא חדש במקום) ביקש עובד נכרי וותיק מעובד נכרי חדש, לגשת לסופרמרקט הכשר הסמוך לקנות כמה אריזות קטנות של מוצר זה תוך כדי עבירה חמורה על תקנת הביד"צ, העובד הנכרי שאינו יודע מאומה, הלך לחנות נכרית, וקנה ארבע אריזות טריפות של Frankfurters כאשר מוכח מקבלת הקני' שנשתמרה. האחראים האלו סולקו מיד מהחנות.

כיון שהנכרי עשה זאת ללא כל נסיון להערים או להסתיר, נתגלה הדבר מיד עם התחלת השימוש במוצר זה, כאשר עורר על זה אחד הקונים שהבחין בעת פתיחת אריזה, האריזה האחרות נמצאו שלימות ואחרי החיפוש והבדיקה נמצאו גם החתיכות מהאריזות שכן נפתחו, למעט בודדות (ומאוד יתכן שאף אחד לא נכשל רח"ל, ויותר מאחד בוודאי לא), כמו כן, נמצאה מיד לאחמ"כ אריזה כשרה ריקה האומרת שממש לפני כן עוד השתמשו בהכשר, בבדיקה היטב עוד בלילה, יחד עם רבנים נוספים מחוץ לבית דיננו, נבדקה כל החנות בכל החורים והסדקים ולא נמצא שום דבר שיש בו שום חשד.

בישיבת הבית דין היום נתקבלו החלטות הראויות להבטיח בעזהשי"ת שלא יארע מכשול כזה שוב בשום מחנויותנו, בקרוב יותקן בעזהשי"ת במערכת הטלפונים של הביד"צ אפשרות להתקשר להממונה על הכשרות בכל השעות ואנו מבקשים בעתיד וכן כל מי שיכול להוסיף שום דבר בבירור ענין זה להתקשר להביד"צ, ויה"ר שלא תצא תקלה מתחת ידינו.

וע"ז באעה"ח ביום כ"א אדר תשס"ט
נאום הק' נפתלי מאיר באב"ד נאום אברהם האלברשטאם נאום מנחם שמוא-ל טייטלבוים
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

תגובה דורך שמן זית »

נאכאמאל אויב קויפט מען אין א גראסערי א פעקל פלייש פון נירבאטור הכשר דעמאלט וויאזוי קענען זיי זאגן החנות תחת השגחתינו בעת ווען אסאך מאל איז די פלייש פון נירבאטור און נישט פון טארטיקוב?
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובה דורך מאיר »

דיין שאלה איז נאר אויף פלייש? קענסט דאך פרעגן אויף די צוקער און זאלץ אויך אז ס'איז התאחדות אדער וואלעווע הכשר, און וויאזוי קענען זיי שרייבן אז ס'איז תחת השגחתינו?

און אזוי אויך איז דיין קשיא דוקא אויף טארטיקוב? קענסט דאך פרעגן אויף אלע אנדערע בעלי מכשירים די זעלבע קשיא?

נאר וואס דען? טארטיקוב בי"ד פארלאזט זיך 100% אויף נירבאטור און וואלעווע און התאחדות, ממילא וילאנג מ'קויפט איין נאר די הכשרים וואס זיי לאזן הייסט עס תחת השגחתם!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובה דורך מאיר »

סתם_אזוי האט געשריבן:לייג עס ארויף אלס א PDF

מצוה לשמוע בדברי סתם אזוי:
אטעטשמענטס
5.pdf
(236.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 142 מאל
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובה דורך מאיר »

מודעה פון ר' עמרם ראטה
אטעטשמענטס
untitled.JPG
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

תגובה דורך שמן זית »

א ריזיגע ישר כח מאיר פארן מיר ענטפערן,
געדולד

תגובה דורך געדולד »

איך שטיי און איך וואנדער מיך ווי אזוי דער עולם מאכט גלייך אוועק די הכשר.

די גרעסטע באווייז אז עס איז דא א שטרענגע קאנטראל אויף די רעסטוראנט, אז מען האט מינוטן שפעטער שוין געהאט א פונטקליכער חשבון וואס דא איז פארגעגאנגען, און וויפיל מען האט געקויפט. דאס אז עס איז דא א ווידיא איז א מורא'דיגע חומרא, וואס מאכט מיר פון יעצט אן צו טראסטן טארטיקובער הכשר.

לאמיר עס אויסשמועסן אביסל ברייטער.

עס איז דא בערך 10 הכשרים אויף וואס דער עולם פארלאזט זיך שטארק. עס איז מעשים בכל יום אז איך און דו גייען אריין אין געשעפעטן וואס טראגן די השגחות, און מען קויפט איין אין גרויסן.

יעצט לאמיר אייך פרעגן: קענט איר דען די סטאנדארן פון די גוטע הכשרים אויף וואס דו פארלאזט זיך? יעצט ביי די פרעקנפעטער סקאנדאל, איז דער לאך געווען אז עס איז נישט דא קיין משגיח תמידי. יעצט זייט מוחל, אז איר האלט אז מען טאר נישט עסן די טארטיקובער, דאן קויפט נישט ביי גאטליב, אדער ביי גאסטע צו ביי קאפעי און לי, קיינער פון זיי האט נישט קיין משגיח תמידי. תפארת בעקעריי האט א משגיח תמידי? שמילליואטש האט א משגיח תמידי? בית רחל אדער ויואל משה האט א משגיח תמידי? די ליסטע איז גאר לאנג. קיין איין סטאר וואס פארקויפט עסן האט נישט קיין משגיח תמידי (א איד הייסט נישט קיין משגיח תמידי, א משגיח תמידי הייסט איינער וואס באקומט באצאלט פון די הכשר).

עס איז דא אפאר קעיטערערס וואס האבן יא, אבער איך ווייס נישט ווער עס צאלט זיי.

איי וועסטו פרעגן פארוואס לייגט מען נישט אריין? ווייל די סיסטעם פון השגחה דא אין ניו יארק, איז אז די השגחה איז אויף יעדע פלאץ איינמאל א וואך און צומאל אפאר מאל א וואך (איך האב געפרעגט א שיינע פאר חברה, אנגעהויבן פון התאחדות ביזר' שמואל בערגער). די משגיחים האבן נישט קיין באשטימטע צייט ווען זיי קומען, זיי האבן די שליסלעך פון די רעסטוראנט( עס האט מיר פארציילט איינער א חבר פון די אנער פון די געז סטעישן נעבן קרית יואל, אז ער האט איבערגעקוקט זיין ווידיא איין טאג, און האט געזען ווי ר' ברוך טייטלבוים קומט אריין און פארברענגט דארט גאר לאנג, און קוקט אלעס איבער גאר שטרענג) . און יא, מען טרעפט פראבלעמען און מען פאררעכט עס ב"ה. איך האב אמאל גערעדט מיט איינער פון עדה החרדית הכשר זאגט ער מיר, די קונץ איז נישט אז מען טרעפט נישט קיין פראבלעמען, מען דארף טרעפן סקאנדלן און מען פארעכט עס, נאר אזוי קען ארויסקומען די ריכטיגע תיקונים. איר עולם דארפט טרעפן ווי מער סקאנדלן, און דאס מאכט אונז פאר א שטארקע הכשר.

יעצט נאך אזא מעשה, זעט יעדער די שטרענגע סטאנדערן פון טארטיקובער הכשר. זאגט מיר אליין: וויפיל רעסטראנטס האבן אינסאטלט קעמערס גלייך צום בעל המכשיר? עס איז א מורא'דיגע אויפטו.

פארוואס מען נעמט נישט קיין משגיח תמידי איז נאר צוליב א געלט מאנגל. ווייל עס איז שוין געווען הכשרים וואס האבן עס געוואלט איינפירן, באט זיי האבן נישט געקענט, ווייל אנדערע הכשרים האבן עס נישט געוואלן איינפירן, און זיי קענען נישט ארויפלייגן א טשארדש אויף זייער קאסטומער, וואס א דאנק דעם וועט ער זיין טייערער פון זיין קאפיטישאן. אויב אבער "אלע" הכשרים וועלן פארלאנגן משגיחים תמידים, דאן וועט עס זיין אסאך גרינגער אויסצופירן.

נאך די פינקל מעשה האב איך שוין היבש מאל געטראפן מענטשן ביי די גארבידשס פון בוטשער סטארס, און איבערגעקוקט די באקסעס, זיי האבן קוקט אויס געווואלט כאפן א פרישע סקאנדאל. יעצט נאך די מעשה, זייט זיכער אז איר וועט קוקן אויף א פראנקפיטער פעקל וואס א רעסטוראנט עפענט פאר אייך, און אזוי וועט איר אייך פארהיטן און אנדערע אידן פון מכשולות.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

געדולד, אייזן!

קענט עגרי מאר.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובה דורך פויער »

געדולד ;l;p- ;l;p- ;l;p-

הונדעט פראצענט גערעכט

אזוי רעדט א בעל דעת מיט א שכח הישר
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובה דורך ביקסאד »

אין ארץ ישראל וואו עס איז יא שטארק איין געפירט א משגיח תמידי,
איז דער משגיח א געהעריגער איין געשטעלטער ארבעטארער אין געשעפט,
און ביי טייל השגחות באקומט ער באצאלט פונקט וואו די איבעריגע ארבעטארער, גראד פון דעם בעה"ב.
ועמך כולם צדיקים
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”