קלאנגן איבער פלייש סקאנדאל, פאלטש.

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

קלאנגן איבער פלייש סקאנדאל, פאלטש.

תגובה דורך משה קארנפעלד »

די אידישע געמיינדע אין בארא פארק איז אויפגעשוידערט, פון א מעגליכע פרישע פלייק סקאנדאל אין א פלייש רעסטוראנט אין בארא פארק, ווי מען האט מעגליך געכאפט אז דער בעה"ב האט פארקויפט טריפה פליש.

די נאכט האט זיך אפגעטון פארענט פון דעם געשעפט א גאנצע מערכה, ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן.
לעצט פארראכטן דורך משה קארנפעלד אום דינסטאג מארטש 17, 2009 10:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

עס קומען יעצט אריין די ריכטיגע פרטים, און עס שטעלט זיך ארויס אז VIN (וואס איז נייעס) האט אויפגעבלאזן א נישט ריכטיגע מעשה און אנגעמאכט א שטינק אויף א פליישיגע רעסטוראנט.

די מעשה איז אנגעבליך געגאנגען אז די נאכט האבן משגיחים געפונען אינעם פליישיגן רעסטוראנט "יחזקאל'ס שווארמא קינג" טריפה פלייש, זיי האבן געפינען אין פריזער א פעקל פון טריפה'נע פרענק'ס.

למעשה שטעלט זיך ארויס - און די טארטיקובער הכשר האט דאס באשטעטיגט - אז דער בעה"ב האט געשיקט א נישט-אידישער ארבייטער צו קויפן עטליכע פעקלעך פון פרענק'ס ביי די דערנעבענדיגער KRM געשעפט (כולל גראסערי) אנשטאט גיין צום כשר'ן גראסערי איז ער געגאנגען צו דערנעבעדיגער גויאישער געשעפט און געקויפט טריפה'נע פרענק'ס.

דער פעקל איז געבליבן אין פריזער, עס איז קיינמאל נישט געפענט געווארן און געניצט געווארן אדער פארקויפט געווארן פאר סיי וועלעכער איינקויפער.

די טארטיקוב'ער בי"ד וועט ארויסגעבן זייער סטעיטמענט אין עטליכע שעה און וועלן זאגן די פינקטליכער מעשה וואס דא האט זיך אפגעשפילט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב אויך געהערט דערפון, אין פאקט, האבעך באקומען א מעסעדזש שוין 2:51 פארטאגס, פון אונזער קארעספאנדענט מר. KCSP אז עפעס מעידזשער גייט פאר, ער שרייבט אזוי:

BP: MAJOR ACTIVITY NOW AT CHESKELS SCWARMA ON 13 & 37. STORE SOLD NON-KOSHER FRANKS; OWNER STARTED DISPUTE W/KNIFE
BSSP NYPD & MASHGICIM ARE NOW THERE.

אבער ביי אונז אין ק.נ.א. האט מען אויסגעלערנט אז מ'מעלדט נישט קיין 'אנוועריפייד נייעס', סאו האבעך נישט געוואלט מעלדן, און ווי ס'שטעלצעך ארויס, בינעך געווען גערעכט... ווייל איך האב באקומען א מעסעדזש מיט 10 מינוט צוריק, וואס ליינצעך אזוי:

I am sorry I don't know, the VIN Update Reports Of NON Kosher Meat Are False. Let not judge before the rabbonim come out with a report.

איך ווייס נאכנישט וואס ס'גייט זיין די סוף, אבער איך האלט נישט אז מ'דארף מעלדן נייעס פאר ס'איז וועריפייד.. א_וואו ס'איז די אפיציעלע ק.נ.א. פאליסי...

ערעב משה, איך האב זייער הנאה אז איר האט טאקע געשריבן אז ס'איז דא א "מעגליכע" פרישע סקאנדאל.... אפשר טוישט איר אויך ס'קעפל?.. טענקס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

תגובה דורך משה קארנפעלד »

לאור בקשת ערעב וויכי האב איך געטוישט דעם קעפל.

איך האב נאר געברעגט די נייעס, נאכדעם וואס איך האב עס געזעהן אויף ישיבה ווארלד, וואס זיין נייעס איז נישט געבויעט אויף שנאת ישראל, און אנשמירן שמוץ אויף כלל ישראל, נאר בלויז ריכטיגע נייעס.

ווי מען קען טאקע זעהן, איז די ריכטיגע היימישע נייעס מעלדער "קול מבשר", געווען דער אייננציגסטער וואס זאל נישט מעלדן די נייעס, פאר ער האט נישט געוויסט אויף זיכער אז די מעשה האט טאקע פאסירט, אנדערש ווי געווענטליך, ווען ער מעלדט אזעלכע ברעיקינג נייעס(בלשונם), נאך איידער רוב היימישע וועב זייטלעך האבן עס.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובה דורך סתם_אזוי »

דא איז די לינק צו VIN.

אגב איז אינטערעסאנט צו זעהן די קאמענטס פון 6:00AM נאך פאר עס איז ארויסגעקומען אז עס איז נישט אמת.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

די מערסטע איז מיר געפאלן די הערה דארטן....

keep on raising the price of kosher meat, and overcharging....what do you expect?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פארארארי.... פאראראריראם....

גוד מארנינג, דיס איז וויכי, עט די ק.נ.א. וויט קאנטיניואינג קאווערידזש אן די אלעדזש'ד "נאנ-קאושער פאד סקענדעל"...

די ק.נ.א. האט ארייבאקומען גאר אינטערעסאנטע פאקטן, איבער די נעכטיגע מעשה ביי 'יחזקאלס שווארמא", מיר וועלן איבערגעבן ס'ווארט פאר אונזער קארעספאנדענט צייטליך...

צייטליך....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

א גוטן טאג, דאס איז צייטליך מיט ק.נ.א. מיט נאכאנאדע דעקונג איבער די פלייש סקאנדאל אין בארא פארק.

מיר האבן יעצט אריין באקומען ערשט-האנטיגע אינפארמאציע פון א חשובער איד וואס איז דארט געווען נעכטן נאכט בשעת דער סקאנדאל איז געשעהן.

דער איד (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) האט געהאלטן נאך א חתונה אין בארא פארק און געזוכט ווי צוגיין עסן, זייענדיג דער איינציגסטער וואס איז אפען אזוי שפעט אויפדערנאכט - עטליכע מינוט נאך איינס אזייגער - איז ער געגאנגען צו "יחזקאל'ס שווארמא קינג" און געוואלט איינקויפן עפעס זיך זאט צו מאכן.

צוויי איידעלע אינגעלייט פאר אום האבן איינקויפט צוזאמען א פרענק, דער גוי'אישער ארבייטער האט ארויסגענומען די פרענק פונעם פלאסטישען פעקל און דאס ארויפגעלייגט צו גרילן און אריינגעווארפן דעם פעקל אין מיסט אריין. די אינגעלייט האבן געזעהן אז דאס איז נישט קיין היימישער פירמע האבן זיי פארבעטן דעם פעקל און דער גוי האט זיי דאס אהינגעגעבן ווען זיי האבן געזעהן אז דאס איז טריפה פלייש פון די פירמע BAR-S.

די מענטשן אין געשעפט האבן אנגעפאגען מיט א איבערקערעניש, זיכן און נישטערן וואס דא טוט זיך, דער אינגערמאן דערציילט מיר אז ער האט געזעהן אין גארבידזש - וואס זיי האבן אויסגעליידיגט - 4 אויסגעניצטע פעקלעך פון די טריפענער פירמע און 1 פעקל איז נאך געליגן עטליכע.

ער זאגט מיר אז אין פריזער האבן זיי נישט געקוקט, אבער דער גוי האט דאס ארויסגענומען פון א שווארצער שאפינג בעג וואס איז דארט געליגן.

דער בעה"ב - א ספרדישער איזרעלי - איז ווילד געווארן ווען מ'האט אנגעפאנגען צו פארפירן און ער האט אויף זיי ארויסגעשלעפ 2 גרויסע מעסער'ס זיי צו פאטרייבן פון דארט, ווען מ'האט גלייך גערופן שומרים און פאליציי.

דער בעה"ב האט ג'טענה'ט אז ער האט דאס איינגעקויפט ביי KRM, די דערנעבעדיגער כולל גראסערי, א זאך וואס איז נישט מעגליך ווארום דער גראסערי פארקויפט נישט קיין טריפה פלייש.

דער איד זאגט מיר אז אלעס איז רעקארדירט און אפגעכאפט געווארן מיט בילדער, די פעקלעך און די פרענקס.

ווען איך האב אום געפרעגט פארוואס זאל דאס דער איד טוען? וויפיל שפארט ער שוין, זאגט ער מיר אז ער האט ווייסט נישט וויפיל א פעקל קאסט אין די היימישע געשעפטן, אבער אויף יענער פעקל איז געווען א סטיקער מיטן פרייז פון $1.67, וואס ווי איך פארשטיי איז דאס ביליג.

די גאנצע מעשה האב איך יעצט געהערט פון א עד נאמן וואס איז דארט געווען נעכטן נאכט בשעת די מעשה האט פאסירט.


ווידעראום פונעם טארטיקוב'ער בי"ד הערן מיר - דורך וואס-איז-נייעס - אז די מעשה איז נישט אמת און אביסל פאדרייט. אין פאקט - לויט מיין אינפארמאנט - איז קיין משגיח נישט דארט געווען אויפן ארט, אייגענטליך איז דער עמטליכער משגיח בכלל נישט דאהי געוען יעצט און די בעל מכשיר האט אראפגעשיקט א צווייטן משגיח אויפן פלאץ.


וועלמיר ווארטן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.


ווייטערדיגע נייעס ווי נאר מיר וועלן האבן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

טענקס צייטליך פאר די אינסיידס...

ק.נ.א. איז אין קאנטאקט מיט די נויטיגע אינסטאנצן, ווי נאר מיר וועלן האבן פרישע אנטוויקלונגען, וועלן מיר מעלדן..

דיס איז וויכי, עט די ק.נ.א. נעטווארק...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

תגובה דורך חידוש נפלא »

איך הייב נישט אהן צו פארשטיין וואסארא מין תירוץ דאס איז אז מען האט נאר געשיקט די גוי קויפן פליייש אין א דערנעבענדיגע סטאר אבער ער האט למעשה געקויפט טריפה, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וועלכע איד וואלט געשיקט א גוי אליין קויפן פלייש? דאס איז שוין גענוג א סקאנדאל פאר זיך, און וואס איז מיט בשר שנתעלם מן העין?
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

תגובה דורך שמן זית »

איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך
1 פון ווי קומט א רעסטראנט צו קויפן פלייש אין אנדערע סטארס וואס האבן אסאך הכשרים נישט נאר פון די בעל מכשיר (א הכשר מיינט אז עס קומט פון א געוויסע שחיטה וואס די בעל מכשיר נעמט די אחריות אז עס איז גוט)
2 פון ווי קומט אז מען זאל שיקן א גוי
3 אז מען שיקט שוין יא פארוואס קוקט עס די בעל הבית נישט איבער פארן פארקויפן
4 מען גייט כשר'ן אלע כלים?
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובה דורך מאיר »

אויב איז נישט אמת די גאנצע מעשה דאן איז תשס"ט נוטריקון ט'ריפה ס'קאנדאל ת'נינא ש'קר

און אויב איז עס יא אמת דאן איז תשס"ט נוטריקון ש'וידערליכע ט'ריפה ס'קאנדאל ת'נינא
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובה דורך DotCom »

די גאנצע מעשה שטימט עפעס נישט.

ווי קומט א איד צו זיין הונגעריג נאך א חתונה? :grin:
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

תגובה דורך חידוש נפלא »

:wink: :?
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובה דורך אלטעבחורל »

טענקס צייטליך פארן ס'באריכט.

דערווייל אפגעקומען ב"ה נאר מיט שרעק, צו איך בין שוין רואיג? קענעך נישט אינגאנן זיכער זיין, V-ניש-V איז עפעס זייער סוספישעס, אבער איך פארלאז מיר אויף די נאכפאלגענדע נייעס, איין זאך איז זיכער אז דאס איז א לעססען, אז מען ברויך ווייטער זיין אויפמערקזאם וואס און ווי מען קויפט איין. זאל דער פון אויבן היטן אויף אונז.

מאיר; דאס איז אמאל זיכער, וויאזוי די מעשה איז נאר נישט, האטסטו געבוקט צוויי ראשי תיבות, ווויזוי עס זאל נארניש זיין ביסטו אויפגעסעט. נישט שלעכט...
צוביילטער

תגובה דורך צוביילטער »

יישר כח צייטליך פאר די אלע באריכטן. די עצם נייעס איז קיין געשמאק, אבער דיינע באריכטן זענען נארהאפטיג.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובה דורך סאכדעס »

צייטליך, וואס וואלט וויכי עט קנא געטוהן אן דיר? עניוועי, יישר כוח גדול פאר די ערשט-האנטיגע אינפארמאציע, און מיר וועלן זיך נישט רירן פונ'ם אמת, לאק סטאק מיט בערלען.

העלמיר זעהן וויאזוי טארטיקוב וועט זיך ארויסדרייען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובה דורך איך_הער »

צייטליך, א שיינעם דאנק.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

תגובה דורך יא יא »

עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

שוידערליך, אויב איז די מעשה אזוי ווי צייטליך שרייבט, איז דאס זייער שאקירנד, צו טארטיקוב זאגט אהער צו אהין, א פלאץ וואס פארקויפט פלייש אן קיין פעקל ברויך האבן כאטשיג א איד א מהימן בכשרות אן פרעמיסעס. פינטל.

טענקס קנ"א, וויכי, צייטליך ענד קא.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

דער וידיאו קליפ איז א שוידערליכער. אויפן גנב ברענט דאס היטל איז ריכטיג געזאגט דעראויף.

אגב, איך האב יעצט גערעדט מיט א כשרות משגיח וואס איז היינט געווען אין קאנטאקט מיט די טארטיקוב'ער כשרות בי"ד, זאגט ער מיר אז זיי לייקענען נישט אפ די מעשה, זיי זאגן אז די מעשה האט פאסירט אבער ס'איז נישט פשט אז דער בעה"ב האט געזיכט דא מכשיל צו זיין מענטשן אדער ענליך'ס צו דעם. עס איז א פשוטער טעות געווען פונעם גוי וואס איז געגאנגען קויפן די טריפענע פרענק'ס.

איך ווייס נישט צו זיי גייען ארויסשרייבן אז פאר די פאר מענטשן האט מען טאקע געגעבן טריפה צו עסן, אבער זיי גייען כשר'ן די כלים דארט. און זיי זענען מודה אז דאס האט ווירקליך פאסירט, אבער נאר ממש דאן און בטעות.

אבער צווואס רעדן בעפאר? לאמיר ווארטן אויפן אפציעלן צעטיל פון בי"ד לענייני כשרות ד'טארטיקוב.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובה דורך אונגארישער »

אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די בעל מכשיר וויסט נישט ווי זיי קויפען פלייש..............................................................
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובה דורך געוואלד »

ס'נישט ממש פלייש, ס'ווירשטלעך וואס קומען געסילט און געלעבלט, באופן זה איז נישטא קיין בשר שנתעלם מן העין, און ס'אויך קיין שום עוולה צו שיקן א גוי קויפן אזוי לאנג דער בעה"ב קוקט איבער די סחורה פארן ארויפווארפן אויפן גריל...
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובה דורך סתם_אזוי »

צייטליך; האסט נישט געזעהן אויף VIN וואס זיי שרייבן דארט? זיי זאגן אז זיי האבן גערעדט צו בעל מכשיר און ער זאגט אז די ערשטע מענטש האט יא געגעסן טריפות די צווייטע נישט. און אפשר איז געווען א מענטש אינצווישן וואס מען ווייסט נאכנישט.

“Besides last night, there has been no problem whatsoever” at Shawarma King with regards to kashrus, said Rabbi Babad. “There was definitely a breach. The only question is how many people ate” the non-kosher franks.
“The second person not, the first, maybe. There might have been one person in the middle, we’re looking into it,” said Rabbi Babad
.

אגב כהאב געהערט אז די אפציעלן צעטל איז שוין ארויסגעקומען. איינער קען עס ארויפלייגן דא?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובה דורך מאיר »

פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”