שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

רעגנדיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:29 pm
פונקט ווי @פנימחדשות האט @מעכל קנעכל אויך באוויזן גענצליך צו טוישן מיין מיינונג אויף די נושא, און טראץ וואס כ'בין נאך אלץ שטארק סקעפטיש איבער דעם עקזיסטענץ פון עליענס, בין איך אבער ארויסגעקומען פון יענעם אשכול מיט א קלארקייט אז עפעס מיסטעריעז שפילט זיך אפ, און ס'איז נאריש עס צו געבן א מאך אוועק כלאחר יד.
מזל טוב, די וועלט איז מיסטעריעז! דער אייבירשטער לאזט אונז נאר זען וואס ער וויל אונז ווייסען זייער ווייניג וואס טוט זיך.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אידיאט האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:43 pm
רעגנדיג האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:29 pm
פונקט ווי @פנימחדשות האט @מעכל קנעכל אויך באוויזן גענצליך צו טוישן מיין מיינונג אויף די נושא, און טראץ וואס כ'בין נאך אלץ שטארק סקעפטיש איבער דעם עקזיסטענץ פון עליענס, בין איך אבער ארויסגעקומען פון יענעם אשכול מיט א קלארקייט אז עפעס מיסטעריעז שפילט זיך אפ, און ס'איז נאריש עס צו געבן א מאך אוועק כלאחר יד.
מזל טוב, די וועלט איז מיסטעריעז! דער אייבירשטער לאזט אונז נאר זען וואס ער וויל אונז ווייסען זייער ווייניג וואס טוט זיך.
ברוכים תהי'!

דו פרובירסט עפעס צו ענטפערן אדער אפווענדן וואס איך זאג? אויב יא זייט אייך ביטע מסביר.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פאר אלע וואס זוכן קלארע ווידיאוס
מעכל קנעכל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 3:36 pm
און יעצט וועלן מיר ברענגען לכאורה די שטערקסטע יפא ווידעאו וואס איז נאר דא.

דער ווידעאו איז געווארן אפגעכאפט אין יאר 2009 דורך א טערקישע וועכטער אין א שטעטל נעבן איסטאמבול.

דער וועכטער פלעגט דארט זיצן יעדע נאכט ווען ער האט אנגעהויבן צו זען מאדנע ליכט פליען איבערן דערנעבנדיגן ים. איין טאג האט ער באשלאסן צו עס רעקארדירן און עס טאקע געטון עטליכע מאל.
איין מאל איז אים אפילו געלונגען צו עס אפכאפן גאר נאנט און קלאר און דייטליך, אזש געוויסע ווילן אנווייזן אז מען זעט דארט ביים פענסטער צוויי עליענ'ס ארויסקוקן! אפילו געוויסע מומחים האבן מסכים געווען דערצו.

דער רעקארדירונג איז געווארן אויסגעפארשט דורך די טערקישע רעגירונג פאר עטליכע יאר, און אין יאר 2017 האבן זיי עס באשטעטיגט אלץ אויטענטיש און אומערקלערבאר!

נאדיר דעם קליפ:
https://drive.google.com/file/d/1o2Vvxc ... sp=sharing
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

@איינס איך האב נישט געטראפן קיין שום סתירה אין די וויקיפידע בלאט וואס דו האסט געבערענגט, צו די געשיכטע וואס @מעכל קנעכל האט דערציילט.

בסך הכל האבן זיי אראפגעברענגט פונקט וואס די צייטונגען האבן באריכטעט אין יענער צייט. און לאזן ארויס די אנדערע עדיות, וואס ועורט געשליגערט אין ביכער אדער ווידעאוס נישט דורך די מעינסטריעם.

און ווי @רעגנדיג האט געשריבן, אין די היינטיגע תקופה וואס מיר מיינען אז מיר ווייסן אלעס, איז זייער שווער פאר א מענטש אנצונמען אז ס'איז דא זאכן וואס זענען העכער פון אונזער השגה. און דערפאר זענען מענטשן זייער סקעפטיש איבער דעם.
אבער דער מציאות איז אז מיר ווייסן נישט אלעס.

צו זאגן אז די מסקנא וואס איז יא דא, וויאזוי זעען זיי אויס, פון וואו קומען זיי. איז כלל וכלל נישט מוכרח. עס איז בלויז השערות און מסקנות געבויעט אויף דמיונות.
פונקט ווי איך בין נאכנישט איבערצייגט אז עס איז דא פלאטעס מיט פייער רינגען וואס ברענגען ערד ציטערנישן און וואולקאנען.
אבער צו זאגן אז ס'איז גארנישט דא, איז בת היענה סינדראם.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:04 am
אגב: לעצטע יאר בינעך אינמיטן זומער געפארן פון קאנטרי צו מאנסי, און כ'האב געזען א ריזיגע אזוי ווי א גרויסע זילבערנע לענגליכע קען, שוועבן, כ'מאך נישט קיין דזשאוקס, כ'האב נישט קיין אנונג וואס ס'איז געווען, כ'בין זייער נייגעריג, ס'איז געווען בערך אינמיטן אב, צווישן עקזיט 102 צו מאנסי, אויב איינער ווייסט וויאזוי מ'קען מברר זיין וואס איז געווען תבא עליו ברכה
דאס איז מעגליך געווען א בלימפ.

און אגב @מעכל קנעכל האט שוין געברענגט עדות פון ניקס בתוכינו וואס האבן געזען זאכן.
און הערשל פריעדמאן האט שוין אמאל נאכגעברענגט אין א ניטל שמועס פון א יוד וואס האט געזען מאדנע אביקען פליען אויף א מיסטריעזע אופן, פון זיין ווערהאוז אין ניו זשערסי.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:52 pm
פאר אלע וואס זוכן קלארע ווידיאוס
מעכל קנעכל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 3:36 pm
און יעצט וועלן מיר ברענגען לכאורה די שטערקסטע יפא ווידעאו וואס איז נאר דא.

דער ווידעאו איז געווארן אפגעכאפט אין יאר 2009 דורך א טערקישע וועכטער אין א שטעטל נעבן איסטאמבול.

דער וועכטער פלעגט דארט זיצן יעדע נאכט ווען ער האט אנגעהויבן צו זען מאדנע ליכט פליען איבערן דערנעבנדיגן ים. איין טאג האט ער באשלאסן צו עס רעקארדירן און עס טאקע געטון עטליכע מאל.
איין מאל איז אים אפילו געלונגען צו עס אפכאפן גאר נאנט און קלאר און דייטליך, אזש געוויסע ווילן אנווייזן אז מען זעט דארט ביים פענסטער צוויי עליענ'ס ארויסקוקן! אפילו געוויסע מומחים האבן מסכים געווען דערצו.

דער רעקארדירונג איז געווארן אויסגעפארשט דורך די טערקישע רעגירונג פאר עטליכע יאר, און אין יאר 2017 האבן זיי עס באשטעטיגט אלץ אויטענטיש און אומערקלערבאר!

נאדיר דעם קליפ:
https://drive.google.com/file/d/1o2Vvxc ... sp=sharing
גארנישט אזוי קלאר, און וואו זעהסטו דארט א פענסטער מיט צוויי עליענס?
זעהט ענדעשער אויס ווי גליידערס / באלונס (די פיר לייטס זעהן אויס ווי באלאכטענע באלונס, די האלב רינדעכיגע זאך צום סוף זעהט אויס ווי א גליידער / פאראשוט וואס איין האלב פון דעם שפיגלט אפ די שיין פון די לבנה וואס מ'זעהט אויף די רעקארדינג.
בד"וו קיינער זאגט נישט אז ס'איז נישטא קיין אומאידענטיפיצירטע פלי אביעקטן, אבער פון דא ביז אננעמען עליענס ושות' איז אביסעלע מער ווי א קאצן שפרינג
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

nodeJS האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:10 pm

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p3106027
nodeJS האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:10 pm
בד"וו קיינער זאגט נישט אז ס'איז נישטא קיין אומאידענטיפיצירטע פלי אביעקטן, אבער פון דא ביז אננעמען עליענס ושות' איז אביסעלע מער ווי א קאצן שפרינג
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 9#p4370349
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

מ'האט גענומען אזא אומקלארע בילד און מ'האט אזוי אריינגעזומט... און די פארשמירטע פיקסעלס זעהען אויס ווי א קאפשארבן... קאם אן...
איך וועל נעמען מיין בדיקת תולעים פארגרעסערונג גלאז (X10) און כאפן א פיקטשער מיט מיין כשר'ע פליפ פאון... אפשר גיי איך טרעפן עליענס...
Clever code does not necessarily create clever Software
גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

איך זעה נישט וואס די גאנצע איבערקערעניש איז דא, נישט לאנג צוריק בזמן הגמרא איז געווען א נארמאלע זאך צו זעהן שדים און חיצונים זיי האבן זיך געהעריג געדרייט אויף פארשידענע פלעצער
למעשה זעט מען זיי מער נישט, אבער זיי געפינען זיך אין די מיליאנען און אז עס מאכט זיך אז מען טרעפט איינס צוויי דא דארט איז עס נישט מער ווי נארמאל.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דער עיקר בלאקעדזש וואס מענטשן האבן ביי אונז איבער אננעמען יו-עף-או'ס אלס מציאות. איז ווייל מען טראכט אז מען וואלט געדארפט לערנען אין די תוה"ק וועגן דעם.

און דאס קומט בעיקר, ווייל מען קלערט אז אויב נעמט אן דאס מציאות אז עס איז 'עפעס' דא, מוז מען שוין אננעמען זייערע מסקנות אז זיי קומען פון אנדערע פלאנעטן וכדו'.
אבער ווי געזאגט זענען די צוויי זאכן בכלל נישט פארבינדן.

עס איז גאר מעגליך אז זיי קומען פון די עשרת השבטים... צי פונעם אנדערן זייט סמבטיון. און ווי אנדערע האבן געשריבן אויבן איז דא מהלכים אין די זוה"ק וואס קענען אויך שטימען מיט דעם.

און נאך א נקודה, די תוה"ק איז עמוק עמוק מי ימצאנה, און אזוי ווי עס איז געווען אלעמאל ווען די חכמי האומות קומען אויף מיט א נייעם ערפינדונג טרעפט דעם מקור ווי עס איז שוין געשטאנען מרומז אין די תוהק ודברי חז"ל, הגם ביז דאן ווען מען איז אריבער דערויף האט מען קיינמאל נישט משים לב געווען וואסערע חכמות ונצורות ליגט באהאלטן איז זייערע הייליגע ווערטער.
די זעלבע קען זיין אז איינמאל מען וועט אנקומען צו א קלארקייט אויף דעם פארנעפלטן מיסטעריע, וועלן געוויסע מאמרי חז"ל לייכטן כשבילי דרקיע (נישט די היינטיגע הימל, איך רעד א נארמאלע טאג)..
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום מיטוואך יוני 07, 2023 3:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

איינס האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:43 am
חלקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:37 am
פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:31 am
אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:26 am
פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:25 am
פונקט פארקערט... איינער וואס גלייבט נישט וואס הונדערטער/טויזענטער מענטשען זאגען עדות אז זיי האבען אליין געזעהן איז א גוי... זינט די גויים גלייבן נישט אין די תוה"ק און מעמד הר סיני וואס איז געזעהן געווארען דורך הונדערטער טויזענטער מענטשען אויפ איין מאל, משא"כ אונז אידען גלייבן נישט אין שטותים וואס בלויז געציילטע מענטשען האבען געזאגט אז זיי האבען עס געזעהן, און דאס האט כלל וכלל נישט קיין שייכות צו די מעשה פון די ר"ר יהונתן זצ"ל וואס רעדט נאר פון די שאלה פארוואס איז נישטא קיין אחרי רבים להטות, און וויאזוי מיליאנען מענטשען קענען "גלייבן" (נישט: זעהן) שטותים.
אויך דא איז דא געוויסע פעלער וואס הונדערטער (און דאכט זיך אויך טויזענטער, כ'געדענק נישט די גאנצע מעכי קנעכי אשכול בע"פ) מענטשען האבען געזעהן יפ"א'ס/עליענ'ס אויף איין מאל, זעהט די מעכי קנעכי אשכול וואס איך האב צוגעצייכענט אויפן פאריגע בלאט.
מתן תורה גלייבסטו ווייל טויזענטער מענטשן האבן עס געזען?????? הייסט אויב גיין קומען א בליאן מענטשן און זאגן אז זיי האבן געזען דער באשעפער געבט די קרוין פאר זייער אפגאט (ח״ו. אפ״ל. נאר א משל.) גייסטו זיי גלייבן???
אוודאי! דאס דער יסוד וואס שטעקט אונטער מעמד הר סיני! כמבואר אין די ראשונים ובכל ספרי רבותינו.
באט איך וועלט צוגעלייגט אז די גאנצע וועלט דארף עס זען, פשוט ווייל פאריגע מאל איז אזוי געווען און אויב וויל ער טוישן דארף ער דאס טון אויפן זעלבן וועג פון פאריגן מאל. אבער די קאנצעפט איז קלאר אז די געדאנק אז מיליאן מענטשן זאגן ״אונז האבן געזען מיט די אויגן״ איז א ראיה מוכחת.

נאר איין ציטאט פון הקדמה פון חינוך
האמת הברור במין האנושי הוא מה שהסכימה עליו דעת רוב בני אדם שבעולם וכבר הסכימה דעת כולם להאמין עדות אנשים וברבות המעידים על הדבר שיעידו עליו אז יתאמת הענין יותר בעיני שומעיו ובהיות המעידים מועטים יפול קצת ספק בדבר לפקחים והענין הזה נתחזק כל כך אצל בני אדם עד שקבעו בנימוסיהם כל אומה ואומה להמית איש אחד על פי שנים עדים או שלשה. ואם מן השלשה הכי נכבד גם תורת משה השלימה צותה כן.
וגם כן הסכימה דעת הכל מטעם זה לקבל מפי אבותיהם זקניהם עדותם במה שמספרים להם שאירע בימיהם או בימי אבותיהם או בימי אבות אבותיהם ואין ספק כי בהיות אבות המעידים רבים ואותן שאירע בימיהם המעשה וראו אותו בעיניהם רבים יתחזק הדבר בלב הבנים השומעים
על כן כשרצה האלקים לתת תורה לעמו ישראל נתנה להם לעיני שש מאות אלף אנשים גדולים מלבד טף ונשים ורבים להיות כולם עדים נאמנים על הדברים גם למען תהיה העדות יותר חזק ונאמן זכו כולם למעלת הנבואה לפי שאין במה שיודע מצד הנבואה נופל ספק לעולם

לגבי יו עף אוס קומט עס נישט אריין ווייל ווען איינער זעט א לייט פליען מיינט ער סאיז א יו עף או, ספרווט נישט אז די אלע מעשיות וואס מענטש פארציילן איינצלווייז האט עפעס אמת אין זיך
די געדאנק איז אז די אמונות טפילות הייבן זיך אן אז איין מענטש פארציילט אז ער איז איך ווייס וואס ר"ל און אלעס האט זיך אנגעהויבן בסוד סודות, פון דעם באשטייט די מוסלעמענער און די קריסטן ביידע האבן זיך אנגעהויבן אויפן זעלבן וועג
להדיל אלף אלפי אלפים הבדלות מיר אידן, ווייסן פון אונזערע עלטערן וואס האבן געהערט פון זייערע עלטערן ארויף ארויף, אז בפומבי במעמד פון 600 טויזענט אידן, האט זיך די אייבערשטער אנטפלעקט און אונז געגעבן די תורה, דאס איז די שטערקסטע עדות'שאפט וואס קען זיין.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:13 pm
סיעריעסלי? יענע בילד מאכט דיר גלייבן אין עליענס?
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מיטוואך יוני 07, 2023 3:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:27 am
העי, 911 האט פראגעס! אומפארענטפערט! איך האב עס געזעהן, און געבילדערט! מיט א פילם קעמרע.
איך האב ״גראבע״ פראגעס.

אבער לגבי UFO
איז זייער אונטערסאנט אז זיי לאנדן/קראכן קיינמאל נישט אויף לי עוו… נאר ערגעץ אין מדבר לאנד ווי נאר די ״מיליטער״ זעהט.

לויט אונזערע ספרים איז נישטא קיין מקור פון נאך א פלאנעט מיט די בריאה אויסער אונזער וועלט. ס׳שטומט פשוט נישט מיט די תורה. סאו… חלום׳ן קען מען. אבער עס דארף שטומען תורה׳דיג.
זייער מעגליך אז AI עגזיסטירט שוין ביי דארפּא און געהיימעניס פאר 20 יאר.
אבער די אלע ווידאוס איז פאלשע זאכן.
אמאל האב איך געהערט אז אין זוהר שטייט אז ס'דא נאך וועלטן.
-
מאסק זאגט אז עי איי איז בערך פערציג יאר אלט..
די פיס נעגל ליגט אין מקוה

הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק

מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6205
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:21 pm
דער עיקר בלאקעדזש וואס מענטשן האבן ביי אונז איבער אננעמען יו-עף-או'ס אלס מציאות. איז ווייל מען טראכט אז מען וואלט געדארפט לערנען אין די תוה"ק וועגן דעם.

און דאס קומט בעיקר, ווייל מען קלערט אז אויב נעמט אן דאס מציאות אז עס איז 'עפעס' דא, מוז מען שוין אננעמען זייערע מסקנות אז זיי קומען פון אנדערע פלאנעטן וכדו'.
אבער ווי געזאגט זענען די צוויי זאכן בכלל נישט פארבינדן.

עס איז גאר מעגליך אז זיי קומען פון די עשרת השבטים... צי פונעם אנדערן זייט סמבטיון. און ווי אנדערע האבן געשריבן אויבן איז דא מהלכים אין די זוה"ק וואס קענען אויך שטימען מיט דעם.

און נאך א נקודה, די תוה"ק איז עמוק עמוק מי ימצאנה, און אזוי ווי עס איז געווען אלעמאל ווען די חכמי האומות קומען אויף מיט א נייעם ערפינדונג טרעפט דעם מקור ווי עס איז שוין געשטאנען מרומז אין די תוהק ודברי חז"ל, הגם ביז דאן ווען מען איז אריבער דערויף האט מען קיינמאל נישט משים לב געווען וואסערע חכמות ונצורות ליגט באהאלטן איז זייערע הייליגע ווערטער.
די זעלבע קען זיין אז איינמאל מען וועט אנקומען צו א קלארקייט אויף דעם פארנעפלטן מיסטעריע, וועלן געוויסע מאמרי חז"ל לייכטן כשבילי דרקיע (נישט די היינטיגע הימל, איך רעד א נארמאלע טאג)..
מענין לענין נישט ממש אין די סובדזשעקט.. כ׳האב פונקט די וואך געהאט א לענגערע שמועס מיט איינער וואס איז אויף זיין וועג צו ווערן א שומר תורה, געווען אין די צה״ל, יעצט איז ער אין א קאלעדזש אין מאנהעטען פאר לייסענס אין פסיכאלאגיע. זאגטער מיר אז ווען ער האט אנגעהויבן נענטער ווערן האט ער אויפן ראט פון זיין חב״ד רבי קובע געווען א שיעור אין תניא, ווען ער האט אנגעהויבן האט ער נישט צופיל פארשטאנען וואס די הייליגע ספר זאגט אבער ווען ער האט אנגעהויבן גיין טיפער מיט זיינע סעקולארע שטודיעס האט ער צוביסלעך אנגעהויבן פארשטיין מושגים אין תורת הנפש וואס די הייליגע בעל התניא שרייבט ״אלעס וואס איך לערן אין קאלעדזש איז שוין ביי אונז פון אסאך פריער!״ זאגט ער מיר

די פראבלעם איז אז נאר די וואס זענען געווען פרעמד צו אידישקייט און זיי מיינען עס ערנסט כאפן דאס אויף… משא״כ די וואס רעדן זיך איין אז נאר אינדרויסן איז דא חכמה
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:24 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:13 pm
סיעריעסלי? יענע בילד מאכט דיר גלייבן אין עליענס?
ניין. איך בין נישט 'איבערצייגט' אז ס'איז דא עליענס.

יענע בילד האט מיר אויפגעוויזן אז די בילד וואס מען זעט אייביג פון די עליענס, האט עפעס אויף וואס עס איז געבויעט...

און אז די ליכט שטראלן וואס מענטשן זאגן אז זיי האבן געזען, איז מער מסתבר אז ס'איז מאשינען ווי אז ס'איז אפשפיגלונג.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

@גרשון סייענטיסטיש און שכל'דיג איז זייער שווער צו איבערווייזן א נעגאטיוו. מ'קען אלע דיינע שאלות פארענטפערן, און אפילו מ'קען עס נישט פארענטפערן קען נאך אלץ זיין אז ס'איז דא תירוצים וואס נעמען אריין באגריפן און ערשיינונגן צו וואס מיר זענען נישט באוואוסטזיניג. ס'וואלט געמאכט מער סענס צו זאגן אז דו האסט נאכנישט געזעהן גענוג שטארקע ראיות וואס זאלן מכריח זיין אזא עקזיסטענץ.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איבערווייזן א נעגאטיוו? :shock:

עניוועי, איך זוך קיינעם נישט צו איבערצייגן. איך זאג סתם אז איך האלט ס'איז דמיונות. מעגליך טאקע האב איך נישט גענוג געזען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

קומט אן ארטיקל דערוועגן אין די ניט יארק טיימס קומענדין זונטאג. עמער זעהן.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:03 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:04 am
אגב: לעצטע יאר בינעך אינמיטן זומער געפארן פון קאנטרי צו מאנסי, און כ'האב געזען א ריזיגע אזוי ווי א גרויסע זילבערנע לענגליכע קען, שוועבן, כ'מאך נישט קיין דזשאוקס, כ'האב נישט קיין אנונג וואס ס'איז געווען, כ'בין זייער נייגעריג, ס'איז געווען בערך אינמיטן אב, צווישן עקזיט 102 צו מאנסי, אויב איינער ווייסט וויאזוי מ'קען מברר זיין וואס איז געווען תבא עליו ברכה
דאס איז מעגליך געווען א בלימפ.

און אגב @מעכל קנעכל האט שוין געברענגט עדות פון ניקס בתוכינו וואס האבן געזען זאכן.
און הערשל פריעדמאן האט שוין אמאל נאכגעברענגט אין א ניטל שמועס פון א יוד וואס האט געזען מאדנע אביקען פליען אויף א מיסטריעזע אופן, פון זיין ווערהאוז אין ניו זשערסי.
וואס מיינט א בלימפ?
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 3:01 pm

און ווי @רעגנדיג האט געשריבן, אין די היינטיגע תקופה וואס מיר מיינען אז מיר ווייסן אלעס, איז זייער שווער פאר א מענטש אנצונמען אז ס'איז דא זאכן וואס זענען העכער פון אונזער השגה. און דערפאר זענען מענטשן זייער סקעפטיש איבער דעם.
אבער דער מציאות איז אז מיר ווייסן נישט אלעס.
צו זאגן אויף יודן וואס גלייבן אין י"ג עיקרים אז ס'איז זיי שווער עס אנצונעמען זאכן וואס איז העכער פון זייער השגה, איז אביסל איבערגעטריבן, בכלל יודן האבן אן א שיעור זאכן וואס זיי ווייסן נישט, ווי גן עדן עוה"ב (וואס אפי' א נביא האט נישט געזען וואס איז דאס עוה"ב וכו' וכו'), די עכטע סיבה פארוואס מענטשן זאלן עס נישט וועלן אנעמען ווייל אונטערן באוואוסטזיין מאכט עס זיי פארלירן די קאנטראל ודוק
איך גראדע האלט אויך אז ס'איז פשטות נישט אמת, און פון די "קלארע" ווידעא פון טערקיי (וואס דאס איז די קלארסטע ווידעא ווי @מעכל קנעכל זאגט), איז סה"כ די וואס גלייבן אין די יפא'ס פאר זיי איז עס א שטארקע חיזוק אין זייער אמונה, פאר איינער וואס גלייבט נישט, און דו ווילסט עם דורך דעם אויפווייזן, גייט עס נישט ארבעטן
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 4:37 pm
וואס מיינט א בלימפ?
א סארט לופט באלאן.
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 4:37 pm
צו זאגן אויף יודן וואס גלייבן אין י"ג עיקרים אז ס'איז זיי שווער עס אנצונעמען זאכן וואס איז העכער פון זייער השגה, איז אביסל איבערגעטריבן, בכלל יודן האבן אן א שיעור זאכן וואס זיי ווייסן נישט, ווי גן עדן עוה"ב (וואס אפי' א נביא האט נישט געזען וואס איז דאס עוה"ב וכו' וכו'), די עכטע סיבה פארוואס מענטשן זאלן עס נישט וועלן אנעמען ווייל אונטערן באוואוסטזיין מאכט עס זיי פארלירן די קאנטראל ודוק
אה"נ, איך האב זיך באצויגן צו די אלגעמיינע וועלט. איבער די אידן האב איך געשריבן אן אנדער תגובה.
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 4:37 pm
איך גראדע האלט אויך אז ס'איז פשטות נישט אמת, און פון די "קלארע" ווידעא פון טערקיי (וואס דאס איז די קלארסטע ווידעא ווי @מעכל קנעכל זאגט), איז סה"כ די וואס גלייבן אין די יפא'ס פאר זיי איז עס א שטארקע חיזוק אין זייער אמונה, פאר איינער וואס גלייבט נישט, און דו ווילסט עם דורך דעם אויפווייזן, גייט עס נישט ארבעטן
די קלארסטע ווידיעאו מיינט נישט אז ס'איז די מערסטע איבערצייגנד.
עס איז בלויז פאר די וואס האבן גע'טענה'ט אז ס'איז נישטא קיין קלארע ווידעאוס. האב איך געשריבן אז ס'איז יא דא, וואס איינער האט געכאפט דורך א פארגרעסערונג גלאז. בכלל איז זייער שווער צו כאפן א גוטע שאט, ווען עס פליעט אוועק פון אויג אין א מילי-סעקונדע.

דער מערסטע איבערצייגנדע פאקט דערווייל (אגעין, אז 'עפעס' איז דא. נישט אויף 'וואס' ס'איז דא) זענען די צאל מענטשן וואס פארציילן דאס מסיח לפי תומו. און די פילע נומערן פון באווייזן וואס שטעלן זיך צאם אין א גרויסע באזע פון אינפארמאציע.

קענסט אפשר אוועקמאכן יעדע באזונדער, אבער אלעס צוזאמען דארף מען שוין קענען פראווען א 'נעגאטיוו'.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

איך וועל זאגן נאך מער. דאס שרייבן אז דאס וואס אידן מאמינים ווילן נישט אנעמען די לגיונות / חלומות / דמיונות וואס קומען פון אפאר פויערן איז וויבאלד מ'גלייבט נישט אין "העכערס" איז אבסורד!
פארקערט גאר, די גוי'אישע רעליגיעס זענען שטארק אנגעפיקעוועט מיט הגשמה, ג"ע, גיהנם, מלאכים, ש"ד'ס, רוחות אא"וו אלעס איז ביי זיי שרעקליך מגושם כידוע ליודעים.
ביי אונז אידן וויסן מיר אז ס'איז דא רוחניות'דיגע חושים, צדיקים האבן געקענט זעהן נשמות, מלאכים אא"וו מיט די גשמיות'דיגע אויגן!! וויבאלד זייערע אויגן זענען געווען געהייליגט און אויסגעלייטערט.
יעצט קומען זאגן אז די אלע ענינים פון רוחין וכו' דאס זענען גאר די יפ"א עליען לגיונות??? און ווער עס איז סקעפטיש איז גאר א חסרון אין אמונה!! אפשר איז אויך א חלק פון אמונה צו גלייבן אין ghosts?

@הלבלר בקולמסו קיינער לייקנט נישט אז ס'איז דא "עפעס" די עפעס איז נישט מער און נישט ווייניגער פון וואס די נאמען UFO זאגט:
אומאידענטיפיצירטע פליענדע אביעקטן. אויף אידיש: פליענדע אביעקטן וואס מ'האט נישט קיין קלארקייט וואס דאס איז...
Clever code does not necessarily create clever Software
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

חלקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:38 am
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:33 am
חלקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 10:29 am
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:46 am
חלקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 9:39 am
די אלע UFO זענען קינדער פון די דיינאסאר'ס געבוירן ארום 2.2 ביליאן יאר צירוק. ווען דער מענטש איז געווארן אנדעקט דורך די מאנקיס האבן זיי פארטריבן די UFO's מיט שווערדן און עי. קעי. 37 יעצט ווילן זיי צירוק נעמען ערד. זיי זענען זייער קליין געוואקסן ווייל זיי האבן זיך די אלע ביליאנען יארן אויפגעהאלטן אין בעק פון די זוהן און האבן נישט באקומען גענוג דאפעמין.
און אנדערע נייעס טראכט די קאליפארניע גאווערנער זיי צו געבן אנטשולדיגונגס געלטער פאר אלע יארן וואס מיר האבן זיי צוגענומען זייער פלאנעט. די רעדע איז פון ארום א מיליאן דאללער א יאר. ווי אויך זוכען די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט א פלאץ צו לייגן די רעדנדיגע באשעפענישן (מענטשן בלע"ז) ביז די וועלט וועט איינפאלן.

ביי...
פון וועם מאכסטו חוזק?
גיי צוריק א בלאט אין זע די רמח"ל,
קוק דא אויבן די חסד לאברהם,
אז סוועט זיין אזא איינער ווי דער חסד לאברהם וואס זאגט אז ער האט עס געזען וועל איך טראכטן פון גלייבן. ווילאנג סאיז אפגעריסנע גוים וואס פרובירן צו זיין און די טרענד, באקומען אביסל עטנטשאן און האבן נישט קיין שום זאכליכע באווייזען זענען די אלע זאכן וואס זיי ״זעהן..״ שטותים און הבלים
הייסט די ווייסט אז עס איז דא נאר די גלייבסט נישט דער וואס זאגט אז ער זעהט עס?
חז״ל זענען פול מיט ענינם איבער רוחות און שידים און גלייב באמונה שלימה אז וואס חכמינו ז״ל האבן געזאגט איז אמת. אבער איך בין נישט גרייט צו גלייבן עפעס א גוי וואס האט נאך 14 נישט באקומען גענוג עטעטשאן און האט אויסגעטראפן א וועג זיך צו טרעפן אויף די פראנט קאווער פון אלע צייטונגען האט צו פארציילן
On a side note
איך פאנג ערשט יעצט אן צו זען דעם אשכול סאו אויב איז עס חזרה ביטע זיי מיר מוחל
לגבי ענינים שדים ורוחות זאגן חז"ל אז איינע פון די אמוראים האט זי פארטריבן פונעם מקום היישוב
דאס איז אויך קלאר אז בימי חז"ל איז געווען גענוג מעשיות וואס די חברה האבן זיך געדרייט אויף פארשידענע פלעצער ווי מענטשן האבן געזען פארשידענע פארעמס פון זיי במציאות כמבואר בכמה מאמרים ומדרשים
יעצט כהיום יום ווען איינער זאל נישט גלייבן במציאות השדים והרוחות איז ער בדרך א כופר ואין כאן המקום להאריך בדברי הרמב"ם על זה
That said, קען זיין על כל פנים מצד ספק זיכער אז ווען איינער זאל גיין שלא במקום ישוב און ער פארציילט אזעלכע זאכן מוז נישט זיין ער איז א בעל דמיון און אפשר קוואליפיצירט area 51 אלס אזוינס?
והשנית, בענינים המובאים בספרי קבלה איז נישט אונזער ביכולת צו דן זיין אבער עפעס א פשט אפילו על פי פשטות דארף מען קענען אריינלערנען
איך ווייס נישט וויאזוי צו לערנען א חסד לאברהם און אוודאי נישט א פשט אין זוה"ק אויב אבער על פי פשט שטימט עס "אויך" קען מען עס נישט אוועקמאכן במחי יד
השלישית, אין הישר ברענגט ער אויך מעשיות פון בערך זיין צייט וואס איז גארנישט אזעלכע באקוועמע מעשיות פון די חברה ועוד ועוד
ווילסט זאגן היינט איז דער הסתר פנים אזוי גרויס אז עס איז ניטאמאל א מציאות? קען זיין אבער עס איז זיכער דא נאך א צד מצד מסורת ישראל פון גענוג און נאך מקורות
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

הארזים האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:14 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:50 am
סא די רמח"ל מיט ר' נחמן האבן יא געגלייבט די מענטשן וואס פארציילן אזאלעכע זאכן....
אייערע מראה מקומות איז הייליג און טייער, די פראבלעם איז די קאנעקשאן צו אונזער פאל, איך וויל נישט ביליג מאכן זייערע ווערטער און זאגן אז דאס מיינט מען די דמיונות פון דוד גראש.
מיט דעם ביזטו גערעכט אז אפילו לפי פשטות קען עס האבן שייכות מיט רוחות ושדים מיינט עס גארנישט מיט דמיונות פונעם גראש וכת החולמים עמו
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

@nodeJS איך כאפ נאכנישט פונקטליך אויף וואס מיר קריגן זיך, און אויף וואס מיר זענען איינשטימיג...

אבער איך פארשטיי נישט איין זאך, די גלייבסט די "פאר" (טויזענט...) נארישע פויערן (מיליטערישע פילאטן, לערערס וכדו') אז זיי האבן געזען א מיסטריעזע אביעקט, עפעס וואס זיי האבן נישט געוואוסט וויאזוי עס צו אידענטיפיצירן. אבער די שילדערונג וואס זיי האבן געגבן וויאזוי עס האט אויסגעזען, דאס איז דמיונות?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פארקערט גאר, די גוי'אישע רעליגיעס זענען שטארק אנגעפיקעוועט מיט הגשמה, ג"ע, גיהנם, מלאכים, ש"ד'ס, רוחות אא"וו אלעס איז ביי זיי שרעקליך מגושם כידוע ליודעים.
גן עדן התחתון ולהט החרב המתהפכת איז לפי הרמב"ן ועוד כמה א פלאץ אויף דעם עולם במציאות
אלכסנדר מוקדון איז אויך דארט געווען "במציאות"
אויב עס איז נאך דא "היינט" איז א צווייטע נושא. ווען איינער גלייבט ווערט ער נאכנישט קיין קריסט
וה"ה גיהנם
וה"ה שדים ורוחות
עיין במלבים פרשת וירא לגבי מלאכים. הגם איך פארשטיי עס אויך נישט איז ער נאך אזא גדול בתורה ווי מיר און דיר
די הגשמה פון די גוים ביזן מציאות בזה העולם איז לאו דוקא פארבינדן
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”