שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

איינס האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:01 pm
ובענין זה קענסטו ברענגען מתורת הקבלה קלארע ציטאטן אז סאיז נישטא קיין חיים גשמיים אויסער אויף וועלט דא ביי אונז.
ברענג ביטע.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

הארזים האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:14 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:50 am
סא די רמח"ל מיט ר' נחמן האבן יא געגלייבט די מענטשן וואס פארציילן אזאלעכע זאכן....
אייערע מראה מקומות איז הייליג און טייער, די פראבלעם איז די קאנעקשאן צו אונזער פאל, איך וויל נישט ביליג מאכן זייערע ווערטער און זאגן אז דאס מיינט מען די דמיונות פון דוד גראש.
פארוואס ווערט עס ביליג?
זיי ביידע ברענגען אראפ אז מ'זעט זאכן אין די ליפט!
ובפרט די רמח"ל לייגט ממש אראפ די חלק אז עס פליט מאדנע אין עס שיינט מאדנע פונקט די זעלבע וואס מ’רעדט ביי די UFO's
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
עפעס א ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2022 6:34 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א ניק »

אפשר איז די רעדע פון שדים ורוחות?
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

להודות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:17 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:01 pm
ובענין זה קענסטו ברענגען מתורת הקבלה קלארע ציטאטן אז סאיז נישטא קיין חיים גשמיים אויסער אויף וועלט דא ביי אונז.
ברענג ביטע.
נישט מתורת הקבלה אבער ע"פ השתלשלות העולמות קומט אזוי אויס,
די הייליגע סאטמארע רבי זצוק"ל האט געט געברענגט ראיות פון פסוקים אין תנ"ך אז עס קען נישט זיין לעבדיגע באשעפענישן נאר דא
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

עפעס א ניק האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:17 pm
אפשר איז די רעדע פון שדים ורוחות?
לויט די רמח"ל זיכער!!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

להודות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:17 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:01 pm
ובענין זה קענסטו ברענגען מתורת הקבלה קלארע ציטאטן אז סאיז נישטא קיין חיים גשמיים אויסער אויף וועלט דא ביי אונז.
ברענג ביטע.
איך טרעף נישט אויפן מינוט די ציטאט וועלן מיר נאכקוקן און בלי נדר צוריק קומען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:17 pm
הארזים האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:14 pm
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:50 am
סא די רמח"ל מיט ר' נחמן האבן יא געגלייבט די מענטשן וואס פארציילן אזאלעכע זאכן....
אייערע מראה מקומות איז הייליג און טייער, די פראבלעם איז די קאנעקשאן צו אונזער פאל, איך וויל נישט ביליג מאכן זייערע ווערטער און זאגן אז דאס מיינט מען די דמיונות פון דוד גראש.
פארוואס ווערט עס ביליג?
זיי ביידע ברענגען אראפ אז מ'זעט זאכן אין די ליפט!
ובפרט די רמח"ל לייגט ממש אראפ די חלק אז עס פליט מאדנע אין עס שיינט מאדנע פונקט די זעלבע וואס מ’רעדט ביי די UFO's
פון כוכב שביט האט איר שוין געהערט?
פון וואלקענאס האט איר שוין געהערט?
פון פייערן וואס פלאמען אויף אינמיטן אקעאן האט איר שוין געהערט?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

@איינס, ביי די גויאישע שטותים זאגען זיי אלע נאך בשם איינציגע מענטשען, משא"כ דא וואס מ'זאגט נאך בשם טויזענטער מענטשען, און מסתמא קען מען טרעפן איבערן אינטערנעט די עדות'ן פון א גרויס חלק פון זיי רעקארדירט (כ'בין נאר נישט אריינגעטאן דערין, און ווי אויך האב איך א ווייט ליסט, איך גלייב נאר @מעכל קנעכל אויפן ווארט, אז דאס וואס ער שרייבט איז ער מסתמא נאכגעגאנגען אז ס'איז אמת, ד"ה נישט די עצם מעשה, אבער לפחות די עדות'ן).
אוועטאר
בן דוואשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 10:21 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דוואשע »

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די גאנצע געראטשקע דא איז
מען טענה'ט זיך צו עס איז דא דא אויפן פלאנעט אוממענטשליכע אביעקטן ?!
איך קען אייך ברענגען צענדליגע דוגמאות פון זיכערע אוממענטשליכע אביעקטן עיין פארקינג אשכול ועוד אפשר די גראסעריס וואס ווייזן נישט די פרייז
אה אפשר רעדט מען פון פליעדיגע. ווייסעכנישט
עס שטייט נישט קיין ערגעץ אז סאיז אסור צו גלעטן א קאץ אינמיטן כל נדרי!
[פאר די אלע וואס פרעגן כסדר ווי שטייט עס]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:25 pm
@איינס, ביי די גויאישע שטותים זאגען זיי אלע נאך בשם איינציגע מענטשען, משא"כ דא וואס מ'זאגט נאך בשם טויזענטער מענטשען, און מסתמא קען מען טרעפן איבערן אינטערנעט די עדות'ן פון א גרויס חלק פון זיי רעקארדירט (כ'בין נאר נישט אריינגעטאן דערין, און ווי אויך האב איך א ווייט ליסט, איך גלייב נאר @מעכל קנעכל אויפן ווארט, אז דאס וואס ער שרייבט איז ער מסתמא נאכגעגאנגען אז ס'איז אמת, ד"ה נישט די עצם מעשה, אבער לפחות די עדות'ן).
נאופ ביי די גוישע שטותים הן פון יאשקע און הן פון אלע נאך אים, איז זייער אסאך אז איין מענטש פארציילט אז אסאך מענטשן האבן געזען. זיי אלע ווייסן אויך פון די קאנסעפט אז עדות מרובים איז שטערקער. נאר די מציאות איז אז קיינער קען נישט אנקומען פארציילן אז ״אונז״ האבן געזען, ווייל די מענטשן גייען אים זאגן ״אונז״ האבן נישט געזען. סאו דערציילן זיי אז אסאך אנדערע מענטשן וואס זענען נישט דא האבן געזען


(אין א סייט נאוט, איך פלעג לייגן די יו עף אוס אין שרייבער, מיר קיינמאל איינגעפאלן אז מעכל מיינט עס אמתדיג)
אבער אונז האלטן אויף א וועג דו גלייבסט אז א אנאנימער ניק איז נאכעגאנגען, און דו גלייבסט אז וואס מזעט אויפן אינטערנעט איז אמת.
געב מיר איין עדות צו אויסהערן און לאמיר זע נאכדעם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

בן דוואשע האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:25 pm
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די גאנצע געראטשקע דא איז
מען טענה'ט זיך צו עס איז דא דא אויפן פלאנעט אוממענטשליכע אביעקטן ?!
איך קען אייך ברענגען צענדליגע דוגמאות פון זיכערע אוממענטשליכע אביעקטן עיין פארקינג אשכול ועוד אפשר די גראסעריס וואס ווייזן נישט די פרייז
אה אפשר רעדט מען פון פליעדיגע. ווייסעכנישט
פליענדע זענען די פרייזן...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:25 pm
@איינס, ביי די גויאישע שטותים זאגען זיי אלע נאך בשם איינציגע מענטשען, משא"כ דא וואס מ'זאגט נאך בשם טויזענטער מענטשען, און מסתמא קען מען טרעפן איבערן אינטערנעט די עדות'ן פון א גרויס חלק פון זיי רעקארדירט (כ'בין נאר נישט אריינגעטאן דערין, און ווי אויך האב איך א ווייט ליסט, איך גלייב נאר @מעכל קנעכל אויפן ווארט, אז דאס וואס ער שרייבט איז ער מסתמא נאכגעגאנגען אז ס'איז אמת, ד"ה נישט די עצם מעשה, אבער לפחות די עדות'ן).
סארי באט איין גוגל סערטש אין וויקיפידיה פארציילט בכלל א אנדערע מעשה, דעטאלן וואקסן אין בעקערי אין א סעקנד און מיטאמאל איז דאס געווען קלאר...
אין יאר 1966 האט א גאנצע סקול אין דרום אסטראליע, אריינגערעכענט 300 קינדער און טיטשער'ס, געזען א ריזן יפא, עס האט געשוועבט נעבן זייער סקול פאר איבער צוואנציג מינוט.

עס איז געווען זילבער און רינדעכיג, עס האט געשוועבט אביסל העכער און דאן געלאנדעט כמעט אויף די ערד, און דערנאך זיך געגעבן א אפנארמאלע הייב אויף און א פלי אוועק מיט א פאנטאסטישע שנעלקייט וואס איז נישט פארהאן אין די וועלט.

לויט די עדות זענען געווען מער ווי איינס מיט עס, מערערע קלענערע דערפון האבן עס באגלייט.

לויט ווי זיי דערציילן האבן עטליכע פון זיי באקומען שטרענגע באזוכן פון שווארצע עלעמענטן זיי זאלן גארנישט רעדן דערפון. אנדערע דערציילן אז אויך אויפן פלאץ זענען אנגעקומען אומבאקאנטע מענטשן און פארשיקט אלע פאטאגראפירער און זשורנאליסטן און אויך באפוילן די טישטער'ס נישט צו רעדן דערפון צו קיינעם.

אויך האבן די רעגירונג איסטאנצן שווער געארבעט עס צו פארשווייגן דורך ברעינוואשן די קינדער אז עס איז נישט פארהאן אזא זאך מאדנע פליענדע אביעקטן, העכסטנס איז עס געווען א וועטער לופט באלאן אדער ענליך...

מיט דריי יאר צוריק איז ארויסגעקומען א עלטערע טיטשער 'ענדרו גרינוואוד' און דערציילט פאר די מידיע אז ער האט עס אויך מיטגעהאלטן און די אפישעל'ס, וואס האבן לויט זיין עדות פארפלייצט דעם שטח נאכן אינצידענט, האבן אים געסטראשעט אז ער וועט ווערן אויפגעזאגט פון זיין זשאב אויב ער רעדט א ווארט דערפון. פופציג יאר האט ער זיך טאקע געהאלטן דאס מויל...

אבער די עדות און ביישויער פון דעם וואונדערליכן סצענע האבן זיך נישט געלאזט דערפון, זיי האבן פונקטליך געוואוסט וואס זיי האבן געזען, און ביז היינט דערציילן זיי נאך מיט א זיכערקייט און קלארקייט וואס זיי האבן אלע אינאיינעם געזען, זיי האבן קלאר געזען מיט זייערע אייגענע אויגן פאר א לענגערע וויילע א מאדנע פליענדע אביעקט עפעס וואס איז נישט דא צו זען אין אונזער וועלט נישט היינט און זיכער נישט געווען דעמאלטס.

אין אסטראליע איז עס די מערסט באקאנטע יפא אינצידענט, און די דעמאלטדיגע סטודענטן ווערן נאך ביז היינט מערערע מאל ארויפגעברענגט אויף די מידיע צו דערציילן זייער קלארע עדות.

At approximately 11:00 am on Wednesday, 6 April 1966, students and a teacher from Westall High School, now Westall Secondary College, reported seeing a flying object, described as a grey (or silvery-green) saucer-shaped craft with a slight purple hue and about twice the size of a family car. According to the students, the object was descending, overflew the high school, and disappeared behind a stand of trees. Approximately 20 minutes later the object reportedly reappeared, climbed at speed and departed towards the north-west. Some accounts describe the object as being pursued by five unidentified aircraft.[1][2]

Australian newspaper The Age described it as a weather balloon: "Object Perhaps Balloon – An unidentified flying object seen over the Clayton-Moorabbin area yesterday morning might have been a weather balloon. Hundreds of children and a number of teachers at Westall School, Clayton, watched the object during morning break. The Weather Bureau released a balloon at Laverton at 8:30 am and the westerly wind blowing at the time could have moved it into the area where the sighting was reported". The newspaper also said a number of small aeroplanes circled around it. However, a check later showed that no commercial, private, or RAAF pilots had reported anything unusual in the area.[3]

According to Keith Basterfield, a runaway balloon from the HIBAL high-altitude balloon project used to monitor radiation levels after British nuclear tests at Maralinga is a likely explanation. Basterfield located documents in the National Archives and former Department of Supply indicating a test balloon launched from Mildura may have been blown off course "and came down in Clayton South in a paddock near Westall High School, alarming and baffling hundreds of eyewitnesses, including teachers and students". Basterfield said HIBAL balloons had a white silver appearance and featured a parachute and gas tube trailing from the top, which is consistent with witness descriptions of the object. There were also reports that after the incident, "men in suits" cautioned witnesses not to discuss details of the secret government exercise.[4]

According to skeptic Brian Dunning, "the weather balloon is a likely explanation for the first half of the event". Dunning suggested a nylon target drogue, like a wind sock, towed by one plane for the others to chase and known to be in use by the local RAAF at the time, was "at least one very reasonable possibility for the second half". Dunning added, as years have passed, "descriptions of what was actually seen have now become diluted with made-up descriptions by an unknown number of students who didn't see anything, and there's no way to know which is which".[5]
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

חלקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:37 am
פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:31 am
אפגעגאלט האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:26 am
פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:25 am
פונקט פארקערט... איינער וואס גלייבט נישט וואס הונדערטער/טויזענטער מענטשען זאגען עדות אז זיי האבען אליין געזעהן איז א גוי... זינט די גויים גלייבן נישט אין די תוה"ק און מעמד הר סיני וואס איז געזעהן געווארען דורך הונדערטער טויזענטער מענטשען אויפ איין מאל, משא"כ אונז אידען גלייבן נישט אין שטותים וואס בלויז געציילטע מענטשען האבען געזאגט אז זיי האבען עס געזעהן, און דאס האט כלל וכלל נישט קיין שייכות צו די מעשה פון די ר"ר יהונתן זצ"ל וואס רעדט נאר פון די שאלה פארוואס איז נישטא קיין אחרי רבים להטות, און וויאזוי מיליאנען מענטשען קענען "גלייבן" (נישט: זעהן) שטותים.
אויך דא איז דא געוויסע פעלער וואס הונדערטער (און דאכט זיך אויך טויזענטער, כ'געדענק נישט די גאנצע מעכי קנעכי אשכול בע"פ) מענטשען האבען געזעהן יפ"א'ס/עליענ'ס אויף איין מאל, זעהט די מעכי קנעכי אשכול וואס איך האב צוגעצייכענט אויפן פאריגע בלאט.
מתן תורה גלייבסטו ווייל טויזענטער מענטשן האבן עס געזען?????? הייסט אויב גיין קומען א בליאן מענטשן און זאגן אז זיי האבן געזען דער באשעפער געבט די קרוין פאר זייער אפגאט (ח״ו. אפ״ל. נאר א משל.) גייסטו זיי גלייבן???
אוודאי!! דאס איז דאך די יסוד האמונה. כמבואר בכל הראשונים.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

איינס האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:36 pm
פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:25 pm
@איינס, ביי די גויאישע שטותים זאגען זיי אלע נאך בשם איינציגע מענטשען, משא"כ דא וואס מ'זאגט נאך בשם טויזענטער מענטשען, און מסתמא קען מען טרעפן איבערן אינטערנעט די עדות'ן פון א גרויס חלק פון זיי רעקארדירט (כ'בין נאר נישט אריינגעטאן דערין, און ווי אויך האב איך א ווייט ליסט, איך גלייב נאר @מעכל קנעכל אויפן ווארט, אז דאס וואס ער שרייבט איז ער מסתמא נאכגעגאנגען אז ס'איז אמת, ד"ה נישט די עצם מעשה, אבער לפחות די עדות'ן).
סארי באט איין גוגל סערטש אין וויקיפידיה פארציילט בכלל א אנדערע מעשה, דעטאלן וואקסן אין בעקערי אין א סעקנד און מיטאמאל איז דאס געווען קלאר...
אין יאר 1966 האט א גאנצע סקול אין דרום אסטראליע, אריינגערעכענט 300 קינדער און טיטשער'ס, געזען א ריזן יפא, עס האט געשוועבט נעבן זייער סקול פאר איבער צוואנציג מינוט.

עס איז געווען זילבער און רינדעכיג, עס האט געשוועבט אביסל העכער און דאן געלאנדעט כמעט אויף די ערד, און דערנאך זיך געגעבן א אפנארמאלע הייב אויף און א פלי אוועק מיט א פאנטאסטישע שנעלקייט וואס איז נישט פארהאן אין די וועלט.

לויט די עדות זענען געווען מער ווי איינס מיט עס, מערערע קלענערע דערפון האבן עס באגלייט.

לויט ווי זיי דערציילן האבן עטליכע פון זיי באקומען שטרענגע באזוכן פון שווארצע עלעמענטן זיי זאלן גארנישט רעדן דערפון. אנדערע דערציילן אז אויך אויפן פלאץ זענען אנגעקומען אומבאקאנטע מענטשן און פארשיקט אלע פאטאגראפירער און זשורנאליסטן און אויך באפוילן די טישטער'ס נישט צו רעדן דערפון צו קיינעם.

אויך האבן די רעגירונג איסטאנצן שווער געארבעט עס צו פארשווייגן דורך ברעינוואשן די קינדער אז עס איז נישט פארהאן אזא זאך מאדנע פליענדע אביעקטן, העכסטנס איז עס געווען א וועטער לופט באלאן אדער ענליך...

מיט דריי יאר צוריק איז ארויסגעקומען א עלטערע טיטשער 'ענדרו גרינוואוד' און דערציילט פאר די מידיע אז ער האט עס אויך מיטגעהאלטן און די אפישעל'ס, וואס האבן לויט זיין עדות פארפלייצט דעם שטח נאכן אינצידענט, האבן אים געסטראשעט אז ער וועט ווערן אויפגעזאגט פון זיין זשאב אויב ער רעדט א ווארט דערפון. פופציג יאר האט ער זיך טאקע געהאלטן דאס מויל...

אבער די עדות און ביישויער פון דעם וואונדערליכן סצענע האבן זיך נישט געלאזט דערפון, זיי האבן פונקטליך געוואוסט וואס זיי האבן געזען, און ביז היינט דערציילן זיי נאך מיט א זיכערקייט און קלארקייט וואס זיי האבן אלע אינאיינעם געזען, זיי האבן קלאר געזען מיט זייערע אייגענע אויגן פאר א לענגערע וויילע א מאדנע פליענדע אביעקט עפעס וואס איז נישט דא צו זען אין אונזער וועלט נישט היינט און זיכער נישט געווען דעמאלטס.

אין אסטראליע איז עס די מערסט באקאנטע יפא אינצידענט, און די דעמאלטדיגע סטודענטן ווערן נאך ביז היינט מערערע מאל ארויפגעברענגט אויף די מידיע צו דערציילן זייער קלארע עדות.

At approximately 11:00 am on Wednesday, 6 April 1966, students and a teacher from Westall High School, now Westall Secondary College, reported seeing a flying object, described as a grey (or silvery-green) saucer-shaped craft with a slight purple hue and about twice the size of a family car. According to the students, the object was descending, overflew the high school, and disappeared behind a stand of trees. Approximately 20 minutes later the object reportedly reappeared, climbed at speed and departed towards the north-west. Some accounts describe the object as being pursued by five unidentified aircraft.[1][2]

Australian newspaper The Age described it as a weather balloon: "Object Perhaps Balloon – An unidentified flying object seen over the Clayton-Moorabbin area yesterday morning might have been a weather balloon. Hundreds of children and a number of teachers at Westall School, Clayton, watched the object during morning break. The Weather Bureau released a balloon at Laverton at 8:30 am and the westerly wind blowing at the time could have moved it into the area where the sighting was reported". The newspaper also said a number of small aeroplanes circled around it. However, a check later showed that no commercial, private, or RAAF pilots had reported anything unusual in the area.[3]

According to Keith Basterfield, a runaway balloon from the HIBAL high-altitude balloon project used to monitor radiation levels after British nuclear tests at Maralinga is a likely explanation. Basterfield located documents in the National Archives and former Department of Supply indicating a test balloon launched from Mildura may have been blown off course "and came down in Clayton South in a paddock near Westall High School, alarming and baffling hundreds of eyewitnesses, including teachers and students". Basterfield said HIBAL balloons had a white silver appearance and featured a parachute and gas tube trailing from the top, which is consistent with witness descriptions of the object. There were also reports that after the incident, "men in suits" cautioned witnesses not to discuss details of the secret government exercise.[4]

According to skeptic Brian Dunning, "the weather balloon is a likely explanation for the first half of the event". Dunning suggested a nylon target drogue, like a wind sock, towed by one plane for the others to chase and known to be in use by the local RAAF at the time, was "at least one very reasonable possibility for the second half". Dunning added, as years have passed, "descriptions of what was actually seen have now become diluted with made-up descriptions by an unknown number of students who didn't see anything, and there's no way to know which is which".[5]
איך בין בכלל נישט זיכער אז וויקיפידיה איז מער באגלייבט אויף די נושא
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

קיינער האט נאכנישט פארענטפערט די שאלה
וויאזוי קען זיין אז זייט די גאנצע וועלט דרייט זיך א גאנצע טאג און פאטאגראפירט מיט זייערע פאון'ס, איז נאכנישט אהערגעקומען קיין איין יפא מעשה??
און אלע יפא מעשה'ס זענען נאר אין די יארן וואס ס'איז קוים געווען קאמערא'ס, אדער נישט קלארע, און וועגן דעם זענען אלע יפא ווידעא'ס נישט קלאר.

ווען דו וועסט פארענטפערן די שאלה, קען מען אנהייבן רעדן, צו ס'איז אמת צו נישט.
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

איינס האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:29 pm
(אין א סייט נאוט, איך פלעג לייגן די יו עף אוס אין שרייבער, מיר קיינמאל איינגעפאלן אז מעכל מיינט עס אמתדיג)
אבער אונז האלטן אויף א וועג דו גלייבסט אז א אנאנימער ניק איז נאכעגאנגען, און דו גלייבסט אז וואס מזעט אויפן אינטערנעט איז אמת.
געב מיר איין עדות צו אויסהערן און לאמיר זע נאכדעם
פאר ווער ס'פלעגט אים ליינען רעגלמעסיג, איז קלאר אז ער האט עס געמיינט 100% ערנסט (דו ווייסט דאך ווער ס'שטייט אונטער די חבקוק/מעכל קנעכל ניק (פון די מאנסי פארברענג...), איז אדרבה קלינג אים אן, און פרעג אים איבער זיינע ריסורטשעס).

לכבוד דיר בין איך נאכאמאל איבערגעלאפען א קליין חלק פון יענע אשכול, און איך וועל ציטירען עטליכע עדות'ן וואס מ'קען אויסהערן און זעהן.
מעכל קנעכל האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 9:27 pm
אין יאר 1973 האבן צוויי חברים היקסאן און פארקער געווען אויפן טייך אין פאסקעגאלע מיסיסיפי און געפאנגען פיש, ווען פלוצלינג האבן זיי געהערט א שטילע פייף.

זיי האבן אויפגעהויבן זייערע קעפ און געזען עטליכע בלויע לעמפלעך און א אומאידענטפיצירטע מאדנע אויסזעהענדע אביעקט שוועבן נישט ווייט פון זיי.

זיי זענען געבליבן ווי פארשטיינערט אויפן פלאץ, און דאן האבן עטליכע מאדנע באשעפענישן זיי ארויפגענומען אויף דעם אביעקט און דורכגעפירט אויף זיי טעסטס, און דאן זיי באפרייט.

גלייך האבן די צוויי פישער לייט געלאפן צום פאליציי סטאנציע און געמאלדן דעם אינצידענט וואס האט זיי גרינטליך אויסגעפארשט.
ווי נאר דער געשיכטע איז געווארן פארשפרייט האבן זשורנאליסטן פון איבעראל געשטראמט צו רעדן מיט זיי. מען זיי אויך היפנאטעריזט און באשטעטיגט אז ס'איז אמת וואס זיי זאגן.

אבער די עיקר ווער עס האט גערעדט איז געווען פארקער, היקסאן האט נישט געוואלט צופיל רעדן, ער איז געווען ממש צורידערט דערפון און פאר זיין איבריגע טייל לעבן איז געווען א שטילע צוריקגעצויגענע מענטש.

ערשט אין יאר 2011, די יאר וואס היקסאן איז געשטארבן, האט ער מסכים געווען צו רעדן און טאקע דערציילט די גאנצע געשיכטע, און זייענדיג א גלויביגער האט ער אויסגעפירט "איך גלייב אז דאס איז מיר געווען באשערט פון הימל איך זאל דאס מיטמאכן, אבער פארוואס פונקט איך ווייס איך נישט''.

אין יענע יאר האט א געוויסע פאליציאנט ארויסגעגעבן א רעקארדירונג וואס באשטעטיגט די מעשה.
די רעקארדירונג האט די פאליציי אינטערגעשטעלט ווען זיי האבן געלאזט אליין דעיע צוויי אינעם פאליציי סטאנציע צו הערן וואס זיי גייען רעדן צווישן זיך און זען צו זיי זאגן די אמת.
למעשה האט מען געהערט נאר ווי היקסאן זיך בעיקר אפגערעדט אז ער שפירט געפערליך שלעכט פונעם גאנצע זאך, ער וויל שוין אהיימגיין און גיין שלאפן. דאס האט געוויזן אז ס'לכאורה נישט קיין געמאכטע מעשה וואס דאן וואלטן זיי זיכער אפגשמועסט וואס צו רעדן ווייטער.
יענע פאליציאנט האט אויך צוגעלייגט אז זיי האבן יענע טאג באקומען 50 באריכטן פון מענטשן וואס האבן געזען די יפא פליען.

דא קען מען הערן די רעקארדירונג
https://www.clarionledger.com/story/new ... 264064001/
מעכל קנעכל האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 9:28 pm
איבער די פעסקעגאלע געשיכטע.

https://drive.google.com/file/d/11umIvG ... sp=sharing
מעכל קנעכל האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 9:33 pm
אלץ געשמאקע קאמפאט וועלן מיר צום ערשט ברענגען א היבש שרעקעדיגע ווידעאו וואו מען זעט א מיליטער מאן דערציילן זיין יפא איבערלעבעניש.

בקיצור: מען האט אים אראפגעשיקט צו א אינצידענט וואו א יפא האט זיך באוויזן אין א מיליטערישע בעיס. ער האט פארלוירן צייט און זיך געטראפן אפאר מייל אוועק פון וואו ער איז געווען. זיין חבר איז פארשוואונדן געווארן נישט לאנג נאך די אינצידענט.

https://drive.google.com/file/d/1JqDXst ... sp=sharing
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:35 pm
קיינער האט נאכנישט פארענטפערט די שאלה
וויאזוי קען זיין אז זייט די גאנצע וועלט דרייט זיך א גאנצע טאג און פאטאגראפירט מיט זייערע פאון'ס, איז נאכנישט אהערגעקומען קיין איין יפא מעשה??
און אלע יפא מעשה'ס זענען נאר אין די יארן וואס ס'איז קוים געווען קאמערא'ס, אדער נישט קלארע, און וועגן דעם זענען אלע יפא ווידעא'ס נישט קלאר.

ווען דו וועסט פארענטפערן די שאלה, קען מען אנהייבן רעדן, צו ס'איז אמת צו נישט.
איך פלאן יעצט נישט נאכאמאל איבערגיין די מעכי קנעכי אשכול, אבער גיי עס דורך, וועסטו טרעפן גענוג און נאך בילדער און ווידיאו'ס פון יפ"א'ס, עטליכע דערפון זייער קלאר.

וחוץ מזה, טאמער איז עס רוחניות'דיגע ברואים/שדים אד"ג, איז נישט קיין קשיא אז זיי זאלען זיך דווקא נישט באווייזען דארט ווי זיי ווייסען/שפירען אז ס'איז דא פאטאגראף מאשינען אד"ג, ווי מ'זעהט אין עטליכע פון די מעשיות אז די ברואים האבען אנגעזאגט די מענטשען נישט צו רעדן דערפון.

--------------
די מענטש וואס שטייט אונטערן @מעכל קנעכל ניק איז ביי מיר פיל מער באגלייבט אז ער איז נאכגעגאנגען די מקורות אא"וו, פון וויקיפעדיע וואס האט קלארע אגענדעס אין אלע די סארט נושאים.
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:54 pm
יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:35 pm
קיינער האט נאכנישט פארענטפערט די שאלה
וויאזוי קען זיין אז זייט די גאנצע וועלט דרייט זיך א גאנצע טאג און פאטאגראפירט מיט זייערע פאון'ס, איז נאכנישט אהערגעקומען קיין איין יפא מעשה??
און אלע יפא מעשה'ס זענען נאר אין די יארן וואס ס'איז קוים געווען קאמערא'ס, אדער נישט קלארע, און וועגן דעם זענען אלע יפא ווידעא'ס נישט קלאר.

ווען דו וועסט פארענטפערן די שאלה, קען מען אנהייבן רעדן, צו ס'איז אמת צו נישט.
איך פלאן יעצט נישט נאכאמאל איבערגיין די מעכי קנעכי אשכול, אבער גיי עס דורך, וועסטו טרעפן גענוג און נאך בילדער און ווידיאו'ס פון יפ"א'ס, עטליכע דערפון זייער קלאר.
אקעי עמער גיין איבערגיין דעם אשכול זוכן פאר איין קלארן ווידעא אדער פיקטשער פון יפא
פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:54 pm

וחוץ מזה, טאמער איז עס רוחניות'דיגע ברואים/שדים אד"ג, איז נישט קיין קשיא אז זיי זאלען זיך דווקא נישט באווייזען דארט ווי זיי ווייסען/שפירען אז ס'איז דא פאטאגראף מאשינען אד"ג, ווי מ'זעהט אין עטליכע פון די מעשיות אז די ברואים האבען אנגעזאגט די מענטשען נישט צו רעדן דערפון.
ווען ס'איז געווען אומקלארע פיקטשער'ס און ווידעא'ס דעמאלטס האבן זיי נישט געשפירט אז ס'איז דא פאטאגראף מאשינען, נאר יעצט ווען אלעס איז קלאר שפירן זיי און זיי קומען נישט, נו נו...
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע: גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:49 pm
מעכל קנעכל האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 9:33 pm
אלץ געשמאקע קאמפאט וועלן מיר צום ערשט ברענגען א היבש שרעקעדיגע ווידעאו וואו מען זעט א מיליטער מאן דערציילן זיין יפא איבערלעבעניש.

בקיצור: מען האט אים אראפגעשיקט צו א אינצידענט וואו א יפא האט זיך באוויזן אין א מיליטערישע בעיס. ער האט פארלוירן צייט און זיך געטראפן אפאר מייל אוועק פון וואו ער איז געווען. זיין חבר איז פארשוואונדן געווארן נישט לאנג נאך די אינצידענט.

https://drive.google.com/file/d/1JqDXst ... sp=sharing
איינער פארשטייט וואס ער זאגט וועגן זיין היפנאטייזינג?
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פנימחדשות האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:25 pm
@איינס, ביי די גויאישע שטותים זאגען זיי אלע נאך בשם איינציגע מענטשען, משא"כ דא וואס מ'זאגט נאך בשם טויזענטער מענטשען, און מסתמא קען מען טרעפן איבערן אינטערנעט די עדות'ן פון א גרויס חלק פון זיי רעקארדירט (כ'בין נאר נישט אריינגעטאן דערין, און ווי אויך האב איך א ווייט ליסט, איך גלייב נאר @מעכל קנעכל אויפן ווארט, אז דאס וואס ער שרייבט איז ער מסתמא נאכגעגאנגען אז ס'איז אמת, ד"ה נישט די עצם מעשה, אבער לפחות די עדות'ן).
די מערסט-מסתבר'דיגע זאך איז אז יו-עף-אוס איז עפעס וואס דאס אמעריקאנער מיליטער שפילט ארום מיט די מענטשן ווייל זיי ווילן עפעס פארדעקן. איך זאג נישט אז ס'איז אזוי, איך זאג נאר אז אזוי איז מיר אויסגעקומען נאך אלעם וואס איך האב געליינט (אריינגערעכנט יענעם אשכול פון מעכל קנעכל). ס'קען אפילו זיין אז דער יעצטיגער וויסל בלויער איז אונטערגעשטעלט פונעם מיליטער צו פארטושן די מוחות.

וואס איך בין יא איבערצייגט איז אז ס'איז נישט דא קיין מענטשן פון אנדערע פלאנעטן אין די יו-עף-אוס. ס'איז בעלויני. ס'מאכט פשוט נישט קיין טראפן סענס:

ס'זענען דא באשעפענישן גאר ווייט אוועק, מסתמא אינדרויסן פונעם מילך-וועג וואו קיין שום טעלעסקאפ אדער ספעיס שאטעל קען זיי נישט אנטדעקן. זייער געשטעל איז פונקט ווי מענטשן פון אונזער פלאנעט. זיי זענען אויך אינטעליגענט ווי מענטשן. זיי האבן אויסגעטראפן פלי געצייג אין דער זעלבער תקופה ווי מענטשן האבן. זיי האבן אויך לעקטערס. זיי האבן אפילו אויסגעטראפן טעכנעלאגיע צו קענען אטעמען די לופט פון אונזער פלאנעט. זיי האבן אויך א נאטור פון נייגער און קומען אויסשפיאנירן אונזער וועלט. זיי קומען פון ביליאנען מייל ווייט צו טרעפן מענטשן, אבער זיי קומען קיינמאל נישט אין בארירונג מיט אונז. זיי זענען מאכטפול ווי אחימן ששי און תלמי, אבער ציטערן זיך צו באגעגענען פנים אל פנים מיט א מענטש. מיסטעריעז קומען זיי רוב מאל אין אמעריקע אדער אנדערע פארגעשריטענע לענדער. זיי זענען אזוי ראפינירט אז מיט ביליאנען קאמערעס האט נאך קיינער נישט קיין קלארע בילד פון זיי. דאס מיליטער גייט ארויס פון זייער וועג צו פארדעקן זייערע שפורן, כאטש זיי ווייסן אז אזויפיל מענטשן האבן זיי שוין באגעגנט.

קוק איבער די אלע מעשה'לעך, וועסטו זען אז ס'איז ווי אויפגעשפילט אין א מאווי, מיט מענטשליכע געשטאלטן און מענטשליכע אינסטינקטן, נאר איבערנאטירליך מיט כוחות צו פליען און מאנאפילירן די געדאנקען. ס'איז טיפיש מיטאלאגיע. מ'מוז נישט גלייבן אלע שטותים.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

@מקובל אלוקי דער חסד לאברהם וואס דו ברענגסט אראפ שרייבט דארט אליין קלארע ווערטער אז מ'רעדט נישט פון קיין גשמיות'דיגע מציאות
אטעטשמענטס
Screenshot_20230607_090523_Gallery.jpg
Screenshot_20230607_090523_Gallery.jpg (169.61 KiB) געזען 530 מאל
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פונקט ווי @פנימחדשות האט @מעכל קנעכל אויך באוויזן גענצליך צו טוישן מיין מיינונג אויף די נושא, און טראץ וואס כ'בין נאך אלץ שטארק סקעפטיש איבער דעם עקזיסטענץ פון עליענס, בין איך אבער ארויסגעקומען פון יענעם אשכול מיט א קלארקייט אז עפעס מיסטעריעז שפילט זיך אפ, און ס'איז נאריש עס צו געבן א מאך אוועק כלאחר יד.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אידיאט האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:32 am
מקובל אלוקי האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:27 am
אידיאט האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 11:05 am
חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:05 am
עפעס געדענק איך פנחס גלויביר זאגן אז עס שטייט אין זוהר אז עס זענען דא אין אינזער ערד קיגל נאך זיבן וועלטן.

איז עפשר קימען זיי פין דארטן
וואס? די זוה״ק זאגט אז אויף אונזער ערד קוגעל איז דא זיבען וועלטען, היינט רופט מען דאס קאנטינענטען.
קיינער אויף דער וועלט האט דאס נישט געוויסט חוץ די אידן.
נישטא א זוהר וואס רעדט פון 7 קאנטינענטן 7 וועלטן מיינט נישט דאס
אזוי זאגסטו, איך האב געזען אסאך וואס טייטשען עס אפ אלס קאנטינענטן.
ביז אפאר הונדערט יאר צוריק האט מען נישט געוויסט, האט מען געטייטשט וועלטן, היינט זעט מען שוין די פשוט פשט פארוואס זאל מען מאכן א דוחק און זאגן אז עס מיינט וועלטען? ער זאגט אז א פאר פלעצער גייט מען מיט די קאפ אראפ פארקערט פון אונז און ווען סאיז דא טאג איז דארט נאכט. סאיז לכאורה פשוט
זיבו קאנטינעטן איז אן הסכמה. עס איז נישט קיין הכרח.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 2:14 pm
וואס איך בין יא איבערצייגט איז אז ס'איז נישט דא קיין מענטשן פון אנדערע פלאנעטן אין די יו-עף-אוס. ס'איז בעלויני. ס'מאכט פשוט נישט קיין טראפן סענס:

ס'זענען דא באשעפענישן גאר ווייט אוועק, מסתמא אינדרויסן פונעם מילך-וועג וואו קיין שום טעלעסקאפ אדער ספעיס שאטעל קען זיי נישט אנטדעקן.
זיי קענען קומען פון אונטער די ערד, אדער פון נאנטע פלעצער, און מ'אנטדעקט זיי נישט היות זיי זענען נישט שטענדיג זעהבאר (אזויווי אין פיל פון די מעשיות גייט די מעשה אז פלוצלינג האט מען זיי אויפגעהערט צו זעהן), ולפי השערתי (מאז ראותי האשכול של מעכל) שמדובר בשדים/חיצונים א"ש.

זייער געשטעל איז פונקט ווי מענטשן פון אונזער פלאנעט.
נישט פונקט, נאר בערך, אבל גם על שדים ידוע שהם אכן בתואר שלנו, חוץ מרגליהם.

זיי זענען אויך אינטעליגענט ווי מענטשן.
גארנישט איז שווער אויף דעם.
זיי האבן אויסגעטראפן פלי געצייג אין דער זעלבער תקופה ווי מענטשן האבן.
קודם כל איז לפי זכרוני פון יענע אשכול שוין געווען געציילטע עדות'ן פיל יאר פאר מענטשען האבען אויסגעטראפן פלי געצייג, אבער אויך אויב נישט איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין אז די חכמה שירדה לעולם בשנות הת"ר ירדה לא רק לאנשים אלא גם להם..
זיי האבן אויך לעקטערס.
דאס איז טאקע אינטרעסאנט.
זיי האבן אפילו אויסגעטראפן טעכנעלאגיע צו קענען אטעמען די לופט פון אונזער פלאנעט.
כ'כאפ נישט, פארוואס זאלען זיי נישט האבען בטבעם צו קענען אטעמען (אויך) אזויווי אונז.
זיי האבן אויך א נאטור פון נייגער און קומען אויסשפיאנירן אונזער וועלט.
לא קשה כלל.
זיי קומען פון ביליאנען מייל ווייט צו טרעפן מענטשן, אבער זיי קומען קיינמאל נישט אין בארירונג מיט אונז.
זיי קומען (נישט פון ביליאנען מייל ווייט, כמש"כ לעיל) לאו דוקא אויף צו טרעפן מענטשען.
זיי זענען מאכטפול ווי אחימן ששי און תלמי, אבער ציטערן זיך צו באגעגענען פנים אל פנים מיט א מענטש.
דאס איז טאקע אינטרעסאנט פארוואס זיי פארדעקן דאס זיך טרעפן מיט מענטשען, און ווארענען זיי עס נישט צו אנטפלעקן אא"וו, אבער אויב זענען זיי חיצונים אד"ג וואס בעצם טארען בדר"כ נישט טשעפען מענטשען וכו', איז עס נישט אזוי שווער.

מיסטעריעז קומען זיי רוב מאל אין אמעריקע אדער אנדערע פארגעשריטענע לענדער.
כנראה צ"ל: קומען רוב מאל נישט, אבער אויך דאס איז נישט אמת, ווי אויפגעוויזען אין יענע אשכול.

זיי זענען אזוי ראפינירט אז מיט ביליאנען קאמערעס האט נאך קיינער נישט קיין קלארע בילד פון זיי.
צ"ל: כמעט נישט, אבער אויך דאס איז נישט אזוי שווער אם מדובר בשדים/חיצונים, אבער ס'טאקע א שטיקל שווער.

דאס מיליטער גייט ארויס פון זייער וועג צו פארדעקן זייערע שפורן, כאטש זיי ווייסן אז אזויפיל מענטשן האבן זיי שוין באגעגנט.
דאס איז טאקע גאר אינטרעסאנט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: שטוינענדע Whistle blower דעוויד גראש: דאס מיליטער האט אין איר באזיץ NON HUMAN פלי אביעקטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שדים האבן פליגלען, כמבואר בגמרא, זיי דארפן נישט קיין טעלערס.

שדים האבן אויך א חזקה אז רוב מעשיות וואס מ'פארציילט אויף זיי זענען פאלש.
ת"ר ששה דברים נאמרו בשדים שלשה כמלאכי השרת ושלשה כבני אדם שלשה כמלאכי השרת יש להם כנפים כמלאכי השרת וטסין מסוף העולם ועד סופו כמלאכי השרת ויודעין מה שעתיד להיות כמלאכי השרת יודעין ס"ד אלא שומעין מאחורי הפרגוד כמלאכי השרת ושלשה כבני אדם אוכלין ושותין כבני אדם פרין ורבין כבני אדם ומתים כבני אדם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”