ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
זענט איר פארהייראט און איר האט קינדער??
עס שמעקט פון אייער תגובה אז איר זענט א בחור...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
מצד ההלכה לכאורה אין שום חיוב, אבער עיין פה
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=10381
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 3:36 pm
בס"ד

איז געווען א גוי, א באקאנטער אינשורענס אגענט, וואס פלעגט אלעמאל האבן אינטערעסאנטע ענטפערס פאר די טיפיקל אבדזשעקשנס וואס מענטשן האבן...

מאכצעך אמאל אז ער האט מסביר געווען פאר איינעם וויפיל אינשורענס ער דארף האבן, יענער איז אהיימגעגאנגן און זיך אדורכגערעדט מיט זיין ווייב, און ער קומט צוריק די נעקסטע מאל און זאגט: "כאב גערעדט מיט מיין ווייב, זי זאגט אז ס'פעהלט נישט אויס אזוי סאך"... דער פה מפיק ענטפערט "צו דיין ווייב האסטע גערעדט? פארוואס? רעד ענדערש מיט דיין אלמנה!"...

טשולדיגט פאר מיין לענגווידזש, סיז אפשר נישט שיין אזוי צו רעדן, אבער די אנדערע וועג איז דען בעסער?

זייענדיג פארנומען מיט די מהפיכה קאמפיין, בינעך דערווייל נישט אנגעקומען דערצו, אבער כאמעך געהאט פארגענומען צו שרייבן איבער דעם ענין, דאס איז א זאך וואס פלאקערט, און ס'ווערט גאר ווייניג געטוהן דערוועגן... יעצט גיימער פראבירן אביסל אויפקלערן דעם עולם...

****************

פאר איך גיי ווייטער ווילעך קלארשטעלן, איך בין אין די אינשורענס ביזנעס, און אויב ווילסטו קלערן אז איך שרייבעס צוליב מיין ביזנעס, גאו אהעד! איך וועלמעך פרייען אויב נאך אפאר אידן גייען לכבוד דעם קויפן ביי מיר אינשורענס... אבער ליידער איזעס סאאאך מער פון מיר און מיין ביזנעס... סאו לאמער צוגיין צום פוינט...

*****************

גאר אפט מאכט זיך ווען מ'פרעגט א אינגערמאן די באקאנטע פראגע "האלאו, דו האסט אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?" הערט מען א ברייטע "יא"... זיכער האבעך... איך האב 3 פאלעסיס... איך גיי נישט אריינגיין אין א פאל ווען מ'ווערט געוואור אז ער האט איינס אויף זיך פון 250,000 און די זעלבע אויף די ווייב און די דריטע אויף א קינד אדער האט גע'לעפסד... דאס איז ליידער נישט קיין זעלטענהייט, אבער דאס איז א דבר פשוט אז סיז ניטאמאל קיין וויץ...

איך גיי רעדן פון די וואס האבן יא עפעס מער זאכליך, א אינגערמאן פון 30 יאר, ער האט 6 קינדער, ער האט א טאוטל פון א מיליאון דאללער אינשורענס אויף זיך און א מיליאון אויף די ווייב... ער איז מסודר!!! זיין "ווייב און קינדער זענען געקאווערט"...

לאמעך אבער פרעגן די ציפעדיגע פראגע, אויף קיין שום איד געדאכט... דיין ווייב און קינדער זענען מסודר, איז דיין אלמנה און יתומים אויך מסודר?

שרעקעדיג צו טראכטן, הא? די עלסטע איז 9 יאר, ער האט אונטער זיך נאך 4-5 פיצלעך... זאלעך גיבן דאס ווארט פאר הרב ראטענבערג פון אור חדש? ער העט אראפלייגן וויזוי א שטוב קוקט אויס מיט א מיליאון דאללער און זעקס קינדער... העסט נישט שלאפן פאר א חודש!!

לאמער פראבירן צו רעדן אביסל נאמבערס...

דאס לעבן פאר א געזונטע משפחה פון 5-6 קינדער קאסט היינט מינימום 100,000 דאללער א יאר, אויב לעבט מען שפארזאם, אויב נישט קאסטעס סאאאך מער! און אויב ח"ו א טאטע איז נישטא - פאר קיין שום איד געוואונטשן - דארף מען היבש מער פאר טעראפי און פריוואטע מלמדים פאר די קינדער וכו...

לאמער נעמען די קאנסערוועטיווע נאמבער פון 150,000 דאללער א יאר, וויזוי אין די וועלט קעמען קריעיטן די אינקאם פון 150,000 דאללער יאר יערליך בעת דער טאטע וואס פלעגט ברענגן פרנסה איז מער נישטא?

די איינציגסטע וועג איז מיטן אויפשטעלן א קרן וואס גייט ברענגן 150,000 דאללער א יאר...

די צייטן פון 2-3 פראצענט אינטערעסט רעיטס זענען אצינד אונטער אונז, יעצט קעמען באקומען ארום 5 פראצענט אויף געלט... אויב זאל די אלמנה באקומען א מיליאן דאללער, קען זי באקומען 50 טויזענט דאללאר א יאר... אפשר זאגסטו מיר וויזוי די קינדער דארפן קענען אנגיין? וויזוי קען אן אלמנה שפייזן אירע קינדער מיט א לאך פון 100,000 דאללער א יאר?

די ערשטע זאך וואס מענטשן טראכטן איז, פיין, ביסט גערעכט אז א מיליאון דאללער איז נישט גענוג... אבער איך דארף דאך אויך לעבן יעצט? דו ווייסט וויפיל ס'קאסט 2-3 מיליאון דאללער אינשורענס?

אין רעאלעטי, א געזונטער 30 יעריגער אינגערמאן קען היינט האבן פאר 50 דאללער א חודש א מיליאון דאללער אינשורענס, און מעגליך נאך ביליגער אדער אביסל טייערער, ווענצעך אין עטליכע דעטאלן... דריי מיליאון דאללער, קאסט ארום 150 א חודש... יא! סיז זייער אסאך געלט!

איז דאס אבער טאקע אזוי? ספענדסטו נישט פאר אנדערע זאכן דאפעלט און טריפלט פון דעם? קומצעך נישט פאר דיין ווייב און קינדער אזויפיהל צו וויסן אז אויב ח"ו עפעס געשעהט מיט דיר גייען זיי נישט ווערן אויסגעפראקט אין פובליק פאר א קרן יתומים קאמפיין אדער הונגערן...

כ'רעד שוין נישט פון די ביזיונות וואס א קרן יתומים קאמפיין ברענגט, ווי הרב ראטענבערג זאגט, קען אמאל א קרן יתומים אנמאכן חרבנות... אבער אז סינישטא קיין ברירה, וואס קעמען טוהן? איז דען נישטא קיין ברירה?

און ווען מ'מאכט יא א קרן יתומים קאמפיין, קומט מען דען אן צו וויפיל מ'דארף? מ'שלעפט ארויס פון כלל ישראל געלט, די גוטע אידן זענען זיך משתתף, דער מיט ח"י דאללער און דער מיט צען מאל ח"י... און מ'קומט אן צו האלב פון וויפיל מ'דארף האבן צו סורווייוון... האסט עס ממש נישט געקענט עוואוידן?

און לאמער זאגן אז דאס איז די קעיס, א מענטש האט באמת נישט איבעריג, כ'גלייב אז ער קען טרעפן א היתר צו צאלן פון מעשר... עכ"פ זאלסטע כאטש וויסן די פאקט, מיליאון דאללער איז נישט גענוג! אזוי העסטו עס עטליעסט לייגן אויף דיין פרייארעטי ליסטע לכשירחיב, נישט רעד דיך איין שלום עלי נפשי, כאב אינשורענס... זאלסטע גוט וויסן ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!!

****************

אין די לעצטע פאר יאר איז ב"ה דא א שטיקל אויפוואכונג איבער דאס ענין פון אינשורענס, ס'איז נאך דא גענוג און נאך ליידער וואס האבן נאכניש קיין אינשורענס, אבער ס'איז היבש בעסער געווארן די מצב... די פראבלעם איז אבער אז מענטשן ריעלייזן נישט וויפיל אינשורענס זיי דארפן האבן...

אויף דיין הויז וואס איז ווערד - לאמער זאגן - מיליאון דאללער, האסטו אינשורענס, פול קאווערידזש! אויף דיין קאר וואס איז ווערד - לאמער זאגן - 50,000 דאללער, האסטע פול קאווערידזש... אבער אויף די טייערסטע זאך, דיין אינקאם! וואס איז ווערד סאאך מער ווי דיין הויז און קאר בענאזאם, דא איז גענוג אביסל... מיין אינקאם איז 100,000 דאללער א יאר, איך אינשור נאר 50,000...

*************

ר' איד, נעם יעצט א קאלקעלעיטער און הייב אן רעכענען, אויב ח"ו עפעס פאסירט צו מיר, וויפיל געלט דארפן מיינע קינדער האבן צו סורווייוון, זיי זאלן בלייבן נארמאלע קינדער אויף וויפיל סיז שייך, נישט דארפן וואנדערן רח"ל בלויז ווייל סיז נישטא קיין געלט... וויפיל אלמנות זענען געצווינגן צו סעטלן אויף עניטינג, די קינדער זאלן נישט הונגערן, און די תוצאות זענען רח"ל!!

אויב ביסטו פון די וואס קעירן נישט, רעדעך נישט צו דיר, איך רעד צו די אידן וואס קעירן יא פאר זייערע קינדער, איך בעט ענק, פאר די טובה פון ענקערע קינדער, טראכטס איין מינוט, איך האב טאקע א פאלעסי, אבער האב איך אינשורענס?

**************

אקעי, איך ווייס שוין אז א פאלעסי מיינט נישט גענוג אינשורענס... סאו וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?

אדער ווי אסאך אינגעלייט פרעגן, וויפיל איז די עוורידזש אינשורענס וואס א אינגערמאן מיין עידזש דארף האבן?

כ'גיי נישט אריינגיין אין די עידזש פראגע, כ'גיי נאר לאזן וויסן אז אזא אבסורד פראגע דארף א לאנגס און א ברייטס, ס'האט נישט קיין הענט און קיין פיס...

עכ"פ צו די עצם פראגע, וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?

פאר מיינע קליענטן בינעכעס מסביר זייער פשוט...

וואס איז אינשורענס? אינשורענס איז נישט קיין לאטערי, איך קויף א טיקעט פאר 500 דאללער און אויב איך בין לאקי באקומט מיין ווייב מיליאון דאללער... אינשורענס איז א ריפלעיסמענט! למשל ביי פייער אינשורענס, אויב פאסירט א פייער און דו האסט פארלוירן דיין פוירניטשער ריפלעיסד די אינשורענס די ווערד פון דיין פוירניטשער, די זעלבע איז מיט דיין קאר, אדער סיי וועלעכע אינשורענס... אויב ס'איז דא א לאסס, קומט די אינשורענס אריין און באצאלט די שאדן וויפיל מ'האט פארלוירן...

א טאטע אדער מאמע האבן א וועליא וואס איז נישט ריפלעיסעבל! מ'קעניש ריפלעיסן עלטערן, פינטעלע! אבער איין חלק פון א טאטע און מאמע קעמען יא ריפלעיסן, דאס איז זייער אינקאם... ווען א טאטע גייט ארויס יעדן טאג ארבייטן און ברענגט אהיים 100,000 דאללער א יאר, פארוואס טוט ער דאס? פשוט ווייל אויפצוהאלטן זיין שטוב קאסט אים אזויפיהל... יעצט אויב די טאטע איז ל"ע נישט דא, קאסט עס ווייטער אזויפיהל, און אויב עפעס, קאסט עס נאך מער, מ'דארף דאך ריפלעיסן - אויף וויפיל ס'איז שייך - די אנדערע חלקים פון א טאטע...

סאו ווען דער מענטש ארבייט, ברענגט ער 100,000 דאללער א יאר, אויב קען ער מער נישט ארבייטן, דארף ער לייגן זיין געלט צו ארבייטן, זיין געלט זאל ברענגן די זעלבע געלט וואס ער האט געברענגט...

כדי צו קענען ברענגן 100,000 דאללער א יאר, דארף מען האבן - לויט די היינטיגע אינטערעסט רעיטס פון ארום 5 פראצענט - 2 מיליאון דאללער, וואס מ'לייגט אריין אין א גאראנטירטע פאנד, דאס וועט זיין די ריפלעיסמענט ח"ו אויב דער טאטע קען נישט ברענגען קיין פרנסה... ס'טייטש 2 מיליאון אויף 5 פראצענט = 100,000 דאללער א יאר...

וויזוי שאפט מען אבער 2 מיליאון דאללער צו אינוועסטן? אה, דא קומט אריין אינשורענס... ס'טייטש די 2 מיליאון דאללער אינשורענס גייט ריפלעיסן די לאסס פון די אינקאם וואס די טאטע האט געברענגט...

פרעג מיך יעצט נישט צו יעדער אינגערמאן מוז קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס... דאס איז בלויז א קאנצעפט, דער וואס זיין לעבן קאסט אים 50,000 דאללער א יאר, זאל קויפן 1 מיליאון און דער וואס זיין לעבן קאסט אים 250,000 זאל קויפן 5 מיליאון...

אבער א מענטש וואס זיין לעבן קאסט אים 150,000 דאללער א יאר און קויפט 2 מיליאון דאללער אינשורענס, זאגט בעסיקלי אז אויב ח"ו בין אין נישט דא, זאלן מיינע קינדער עסן פלייש בלויז 2 מאל א וואך, אדער גיין אין קעמפ יעדע צווייטע יאר...

סארי נאכאמאל פאר די שפראך, אבער ווי געזאגט, ווען מ'הערט פון אן אלמנה די פראגע "דעטס איט? וואס העט דא זיין?" איז שוין צו שפעט צו רעדן אזוי...

***************

סאו צו סאמערייזן...

אינשורענס איז א אינקאם ריפלעיסמענט, דו ברענגסט אריין א געוויסע סומע צו שפייזן דיין פאמיליע, אויב ח"ו ביסטו נישט דא, זאלן דיינע קינדער נישט אויסגיין פאר הינגער...

ווען דיין לעבן קאסט דיר 100,000 דאללער א יאר, דארפסטו ריפלעיסן לכה"פ 100,000 דאללער א יאר, אויב ריפלעיסטו נאר 50,000 דאללער א יאר, לייגסטו אריין דיינע קינדער אין גאר א שלעכטע פלאץ!

צו באקומען 100,000 דאללער א יאר, דארף מען היינט צו טאגס 2 מיליאון דאללער...

און גאר וויכטיג... צו קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס, פאר א געזונטער אינגערמאן, דארף נישט צו קאסטן מער ווי 100 דאללער א חודש
!

**************

איך גיי ענדיגן מיט מיין דיסקלעימער...

נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס אויף א פובליק פלאטפארמע, פאר סיי וועלעכע פראגע בנוגע אינשורענס פרעג דיין עידזשענט אדער בראוקער...

פאר מער, שיק אן אימעיל אדער קום אין אישי...
זייער זייער שטארק געשריבן און צום פוינט.
איך האב נאר איין הוספה, וויפיל מענטשן שטארבן? איז די עוורידזש גענוג הויעך אז סזאל מחייב זיין צו קויפן/קויפן דע נומבער אינשורענס?
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 6:29 pm

זייער זייער שטארק געשריבן און צום פוינט.
איך האב נאר איין הוספה, וויפיל מענטשן שטארבן? איז די עוורידזש גענוג הויעך אז סזאל מחייב זיין צו קויפן/קויפן דע נומבער אינשורענס?
על צד די גייסט שטארבן, גייען דיינע קינדער זיין יתומים וואן האנדרעט פארסענט
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שר החסד האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 6:44 pm
נישטאמת האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 6:29 pm

זייער זייער שטארק געשריבן און צום פוינט.
איך האב נאר איין הוספה, וויפיל מענטשן שטארבן? איז די עוורידזש גענוג הויעך אז סזאל מחייב זיין צו קויפן/קויפן דע נומבער אינשורענס?
על צד די גייסט שטארבן, גייען דיינע קינדער זיין יתומים וואן האנדרעט פארסענט
דאס איז וואס איך האב געפרעגט, ווי שטארק איז די צד?
ברויך מען עס טון אפילו פאר א איין פארצענט צד?

זאגן "אז די ווילסט נישט דיינע קינדער זאלן ליידן", דאס איז שוין א סעילס פיטש וואס איך וועל שוין דיסיידן צו איך וויל מיר לאזן. מיין פראגע איז אויף די פאסיביליטי אז סזאל געשען וואס דאס מאכט שוין די התחייבות גערעסער.
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

WOW

שכח אייך @וויכטיג מאכער פארן מאכן עווערנעס צו קויפן געניג קאוורידזש טערם אינשורנס.

אייער זכות איז זייער גרויס.
דער רעקרוטער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:46 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רעקרוטער »

גאר שטארקע און ריכטיגע אויפשאקלונג רייד @וויכטיג מאכער, איך לכשעצמי האמיר געמאכט נישט לאנג צוריק א צוויי מיליאן דאלער טערם פאליסי פארן נישטיגע סכום פון 55 טאלער א חודש, האף מיר בקרוב צו אפגרעיטען פאר א האול לייף פאליסי און ווי אויך מאכן פאר די ב''ב אויך אײנס אי''ה
זוכט איר א גוטע ארבעטער אדער ארבעט?

שיק א אימעיל צו
[email protected]
שארן בארן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארן בארן »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:24 pm
א ווארט וועגן ערבים...

מ'הערט אסאך מאל מענטשן רעדן וועגן ערבים, אויב איינער רעדט דערקעגן קומען אנדערע און זאגן אז למעשה איזעס צדקה בדרך כבוד וכד'...

איך גיי נישט רעדן פון זייער צדקה, איך גיי אבער יא רעדן פון די מיינד סעט, ערבים האט אהערגעשטעלט א מיינדסעט כאילו מיט 100,000 דאללער, און יעצט מיט 150,000 דאללער פער יתום, סאלווד מען א פראבלעם... כ'גיי נישט אריינגיין אין זייער טעות פון אוועקלייגן געלט פאר חתונה מאכן, ווי כאילו דאס איז די נאמבער וואן פראבלעם... איך גיי רעדן אפילו אויב זיי גיבן יא א טשעק פון 150,000 דאללאר פער יתום...

דאס אהערשטעלן א מיינדסעט אז 750,000 דאללער פאר אן אלמנה מיט 4 יתומים ראטעוועט די שטוב איז א פארברעכן!! אויב איין מענטש קויפט נישט גענוג אינשורענס צוליב דעם, ווייל ער האטעך ערבים, האט די מיינדסעט גע'שחט'ן דורות!!! נעמעס נישט פון מיר, נאר פון "אור חדש", אן ארגענעזעישן וואס דיעלט מיט יתומים טאג טעגליך...

כא'שוין אמאל אביסל באשריבן א דרשה פון הרב ראטענבערג איבער דעם ענין, ער לייגט אראפ אז ל"ע ווען א מאמע פעהלט פון שטוב וויפיל עקסטערע געלט דארף מען האבן בלויז אז די קינדער זאלן גיין אין חדר און אין סקול נארמאל אנגעטוהן און זאט... זייער שטודיע זאגט אז די מינימום צו ריפלעיסן א מאמע ל"ע - און דאס איז אויב די טאטע בלייבט מיט די זעלבע אינקאם - איז לכה"פ עקסטערע 3 טויזענט דאללאר א וואך!!! דאס איז 150,000 טויזענט דאללאר א יאר!!!

רבש"ע! וויזוי ריפלעיסד מען 150,000 דאללער א יאר מיט 750,000 אדער 900,000 דאללער!

סארי פאר מיין אויסברוך, אבער ווען דו זאלסט באקומען די פאון קאללס וואס איך באקום... און לאמעכעס אראפלייגן ווי דער גוי האט געזאגט... איך דיעל טאקע מיט טאטעס און מאמעס פון קינדער ב"ה... אבער איך באקום אויך די פאון קאללס פון אלמנות - טאטעס און מאמעס פון יתומים, אויף קיין שום איד געדאכט...

דער זעלבע וואס האט געשריגן לאדעך נישט פון די חברה, סתם מארקעטינג... א מיליאון דאללער איז גענוג, שרייט יעצט, דעץ איט? נאר איין מיליאון?

ווי געשריבן, יא! איך בין אין די אינשורענס ביזנעס! איך, מיין שותף און מיין סטעף זענען גרייט ארויסצוהעלפן יעדער וואס וויל צוקויפן נאך דעד בענעפיט, קענסט שיקן אן אישי אדער אימעיל... אבער די קאמפיין האט גארניש מיט מיר, קענסט גיין צו סיי וועלעכע עידזשענט דו ווילסט, מאך אבער זיכער אז דו ביסט נישט פון די וואס האבן א פאלעסי און נישט קיין אינשורענס...
אלו ואלו איז פיין.
א געזונטער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געזונטער »

למעשה איז עריבים גענוג פאר א מענטש וואס האט נישט קיין געלט אלטס מינעמאלע מענטשלכקייט
נעוועטיגעטי... איז א נגע צרעת...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 6:29 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 3:36 pm
בס"ד

איז געווען א גוי, א באקאנטער אינשורענס אגענט, וואס פלעגט אלעמאל האבן אינטערעסאנטע ענטפערס פאר די טיפיקל אבדזשעקשנס וואס מענטשן האבן...

מאכצעך אמאל אז ער האט מסביר געווען פאר איינעם וויפיל אינשורענס ער דארף האבן, יענער איז אהיימגעגאנגן און זיך אדורכגערעדט מיט זיין ווייב, און ער קומט צוריק די נעקסטע מאל און זאגט: "כאב גערעדט מיט מיין ווייב, זי זאגט אז ס'פעהלט נישט אויס אזוי סאך"... דער פה מפיק ענטפערט "צו דיין ווייב האסטע גערעדט? פארוואס? רעד ענדערש מיט דיין אלמנה!"...

טשולדיגט פאר מיין לענגווידזש, סיז אפשר נישט שיין אזוי צו רעדן, אבער די אנדערע וועג איז דען בעסער?

זייענדיג פארנומען מיט די מהפיכה קאמפיין, בינעך דערווייל נישט אנגעקומען דערצו, אבער כאמעך געהאט פארגענומען צו שרייבן איבער דעם ענין, דאס איז א זאך וואס פלאקערט, און ס'ווערט גאר ווייניג געטוהן דערוועגן... יעצט גיימער פראבירן אביסל אויפקלערן דעם עולם...

****************

פאר איך גיי ווייטער ווילעך קלארשטעלן, איך בין אין די אינשורענס ביזנעס, און אויב ווילסטו קלערן אז איך שרייבעס צוליב מיין ביזנעס, גאו אהעד! איך וועלמעך פרייען אויב נאך אפאר אידן גייען לכבוד דעם קויפן ביי מיר אינשורענס... אבער ליידער איזעס סאאאך מער פון מיר און מיין ביזנעס... סאו לאמער צוגיין צום פוינט...

*****************

גאר אפט מאכט זיך ווען מ'פרעגט א אינגערמאן די באקאנטע פראגע "האלאו, דו האסט אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?" הערט מען א ברייטע "יא"... זיכער האבעך... איך האב 3 פאלעסיס... איך גיי נישט אריינגיין אין א פאל ווען מ'ווערט געוואור אז ער האט איינס אויף זיך פון 250,000 און די זעלבע אויף די ווייב און די דריטע אויף א קינד אדער האט גע'לעפסד... דאס איז ליידער נישט קיין זעלטענהייט, אבער דאס איז א דבר פשוט אז סיז ניטאמאל קיין וויץ...

איך גיי רעדן פון די וואס האבן יא עפעס מער זאכליך, א אינגערמאן פון 30 יאר, ער האט 6 קינדער, ער האט א טאוטל פון א מיליאון דאללער אינשורענס אויף זיך און א מיליאון אויף די ווייב... ער איז מסודר!!! זיין "ווייב און קינדער זענען געקאווערט"...

לאמעך אבער פרעגן די ציפעדיגע פראגע, אויף קיין שום איד געדאכט... דיין ווייב און קינדער זענען מסודר, איז דיין אלמנה און יתומים אויך מסודר?

שרעקעדיג צו טראכטן, הא? די עלסטע איז 9 יאר, ער האט אונטער זיך נאך 4-5 פיצלעך... זאלעך גיבן דאס ווארט פאר הרב ראטענבערג פון אור חדש? ער העט אראפלייגן וויזוי א שטוב קוקט אויס מיט א מיליאון דאללער און זעקס קינדער... העסט נישט שלאפן פאר א חודש!!

לאמער פראבירן צו רעדן אביסל נאמבערס...

דאס לעבן פאר א געזונטע משפחה פון 5-6 קינדער קאסט היינט מינימום 100,000 דאללער א יאר, אויב לעבט מען שפארזאם, אויב נישט קאסטעס סאאאך מער! און אויב ח"ו א טאטע איז נישטא - פאר קיין שום איד געוואונטשן - דארף מען היבש מער פאר טעראפי און פריוואטע מלמדים פאר די קינדער וכו...

לאמער נעמען די קאנסערוועטיווע נאמבער פון 150,000 דאללער א יאר, וויזוי אין די וועלט קעמען קריעיטן די אינקאם פון 150,000 דאללער יאר יערליך בעת דער טאטע וואס פלעגט ברענגן פרנסה איז מער נישטא?

די איינציגסטע וועג איז מיטן אויפשטעלן א קרן וואס גייט ברענגן 150,000 דאללער א יאר...

די צייטן פון 2-3 פראצענט אינטערעסט רעיטס זענען אצינד אונטער אונז, יעצט קעמען באקומען ארום 5 פראצענט אויף געלט... אויב זאל די אלמנה באקומען א מיליאן דאללער, קען זי באקומען 50 טויזענט דאללאר א יאר... אפשר זאגסטו מיר וויזוי די קינדער דארפן קענען אנגיין? וויזוי קען אן אלמנה שפייזן אירע קינדער מיט א לאך פון 100,000 דאללער א יאר?

די ערשטע זאך וואס מענטשן טראכטן איז, פיין, ביסט גערעכט אז א מיליאון דאללער איז נישט גענוג... אבער איך דארף דאך אויך לעבן יעצט? דו ווייסט וויפיל ס'קאסט 2-3 מיליאון דאללער אינשורענס?

אין רעאלעטי, א געזונטער 30 יעריגער אינגערמאן קען היינט האבן פאר 50 דאללער א חודש א מיליאון דאללער אינשורענס, און מעגליך נאך ביליגער אדער אביסל טייערער, ווענצעך אין עטליכע דעטאלן... דריי מיליאון דאללער, קאסט ארום 150 א חודש... יא! סיז זייער אסאך געלט!

איז דאס אבער טאקע אזוי? ספענדסטו נישט פאר אנדערע זאכן דאפעלט און טריפלט פון דעם? קומצעך נישט פאר דיין ווייב און קינדער אזויפיהל צו וויסן אז אויב ח"ו עפעס געשעהט מיט דיר גייען זיי נישט ווערן אויסגעפראקט אין פובליק פאר א קרן יתומים קאמפיין אדער הונגערן...

כ'רעד שוין נישט פון די ביזיונות וואס א קרן יתומים קאמפיין ברענגט, ווי הרב ראטענבערג זאגט, קען אמאל א קרן יתומים אנמאכן חרבנות... אבער אז סינישטא קיין ברירה, וואס קעמען טוהן? איז דען נישטא קיין ברירה?

און ווען מ'מאכט יא א קרן יתומים קאמפיין, קומט מען דען אן צו וויפיל מ'דארף? מ'שלעפט ארויס פון כלל ישראל געלט, די גוטע אידן זענען זיך משתתף, דער מיט ח"י דאללער און דער מיט צען מאל ח"י... און מ'קומט אן צו האלב פון וויפיל מ'דארף האבן צו סורווייוון... האסט עס ממש נישט געקענט עוואוידן?

און לאמער זאגן אז דאס איז די קעיס, א מענטש האט באמת נישט איבעריג, כ'גלייב אז ער קען טרעפן א היתר צו צאלן פון מעשר... עכ"פ זאלסטע כאטש וויסן די פאקט, מיליאון דאללער איז נישט גענוג! אזוי העסטו עס עטליעסט לייגן אויף דיין פרייארעטי ליסטע לכשירחיב, נישט רעד דיך איין שלום עלי נפשי, כאב אינשורענס... זאלסטע גוט וויסן ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!!

****************

אין די לעצטע פאר יאר איז ב"ה דא א שטיקל אויפוואכונג איבער דאס ענין פון אינשורענס, ס'איז נאך דא גענוג און נאך ליידער וואס האבן נאכניש קיין אינשורענס, אבער ס'איז היבש בעסער געווארן די מצב... די פראבלעם איז אבער אז מענטשן ריעלייזן נישט וויפיל אינשורענס זיי דארפן האבן...

אויף דיין הויז וואס איז ווערד - לאמער זאגן - מיליאון דאללער, האסטו אינשורענס, פול קאווערידזש! אויף דיין קאר וואס איז ווערד - לאמער זאגן - 50,000 דאללער, האסטע פול קאווערידזש... אבער אויף די טייערסטע זאך, דיין אינקאם! וואס איז ווערד סאאך מער ווי דיין הויז און קאר בענאזאם, דא איז גענוג אביסל... מיין אינקאם איז 100,000 דאללער א יאר, איך אינשור נאר 50,000...

*************

ר' איד, נעם יעצט א קאלקעלעיטער און הייב אן רעכענען, אויב ח"ו עפעס פאסירט צו מיר, וויפיל געלט דארפן מיינע קינדער האבן צו סורווייוון, זיי זאלן בלייבן נארמאלע קינדער אויף וויפיל סיז שייך, נישט דארפן וואנדערן רח"ל בלויז ווייל סיז נישטא קיין געלט... וויפיל אלמנות זענען געצווינגן צו סעטלן אויף עניטינג, די קינדער זאלן נישט הונגערן, און די תוצאות זענען רח"ל!!

אויב ביסטו פון די וואס קעירן נישט, רעדעך נישט צו דיר, איך רעד צו די אידן וואס קעירן יא פאר זייערע קינדער, איך בעט ענק, פאר די טובה פון ענקערע קינדער, טראכטס איין מינוט, איך האב טאקע א פאלעסי, אבער האב איך אינשורענס?

**************

אקעי, איך ווייס שוין אז א פאלעסי מיינט נישט גענוג אינשורענס... סאו וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?

אדער ווי אסאך אינגעלייט פרעגן, וויפיל איז די עוורידזש אינשורענס וואס א אינגערמאן מיין עידזש דארף האבן?

כ'גיי נישט אריינגיין אין די עידזש פראגע, כ'גיי נאר לאזן וויסן אז אזא אבסורד פראגע דארף א לאנגס און א ברייטס, ס'האט נישט קיין הענט און קיין פיס...

עכ"פ צו די עצם פראגע, וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?

פאר מיינע קליענטן בינעכעס מסביר זייער פשוט...

וואס איז אינשורענס? אינשורענס איז נישט קיין לאטערי, איך קויף א טיקעט פאר 500 דאללער און אויב איך בין לאקי באקומט מיין ווייב מיליאון דאללער... אינשורענס איז א ריפלעיסמענט! למשל ביי פייער אינשורענס, אויב פאסירט א פייער און דו האסט פארלוירן דיין פוירניטשער ריפלעיסד די אינשורענס די ווערד פון דיין פוירניטשער, די זעלבע איז מיט דיין קאר, אדער סיי וועלעכע אינשורענס... אויב ס'איז דא א לאסס, קומט די אינשורענס אריין און באצאלט די שאדן וויפיל מ'האט פארלוירן...

א טאטע אדער מאמע האבן א וועליא וואס איז נישט ריפלעיסעבל! מ'קעניש ריפלעיסן עלטערן, פינטעלע! אבער איין חלק פון א טאטע און מאמע קעמען יא ריפלעיסן, דאס איז זייער אינקאם... ווען א טאטע גייט ארויס יעדן טאג ארבייטן און ברענגט אהיים 100,000 דאללער א יאר, פארוואס טוט ער דאס? פשוט ווייל אויפצוהאלטן זיין שטוב קאסט אים אזויפיהל... יעצט אויב די טאטע איז ל"ע נישט דא, קאסט עס ווייטער אזויפיהל, און אויב עפעס, קאסט עס נאך מער, מ'דארף דאך ריפלעיסן - אויף וויפיל ס'איז שייך - די אנדערע חלקים פון א טאטע...

סאו ווען דער מענטש ארבייט, ברענגט ער 100,000 דאללער א יאר, אויב קען ער מער נישט ארבייטן, דארף ער לייגן זיין געלט צו ארבייטן, זיין געלט זאל ברענגן די זעלבע געלט וואס ער האט געברענגט...

כדי צו קענען ברענגן 100,000 דאללער א יאר, דארף מען האבן - לויט די היינטיגע אינטערעסט רעיטס פון ארום 5 פראצענט - 2 מיליאון דאללער, וואס מ'לייגט אריין אין א גאראנטירטע פאנד, דאס וועט זיין די ריפלעיסמענט ח"ו אויב דער טאטע קען נישט ברענגען קיין פרנסה... ס'טייטש 2 מיליאון אויף 5 פראצענט = 100,000 דאללער א יאר...

וויזוי שאפט מען אבער 2 מיליאון דאללער צו אינוועסטן? אה, דא קומט אריין אינשורענס... ס'טייטש די 2 מיליאון דאללער אינשורענס גייט ריפלעיסן די לאסס פון די אינקאם וואס די טאטע האט געברענגט...

פרעג מיך יעצט נישט צו יעדער אינגערמאן מוז קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס... דאס איז בלויז א קאנצעפט, דער וואס זיין לעבן קאסט אים 50,000 דאללער א יאר, זאל קויפן 1 מיליאון און דער וואס זיין לעבן קאסט אים 250,000 זאל קויפן 5 מיליאון...

אבער א מענטש וואס זיין לעבן קאסט אים 150,000 דאללער א יאר און קויפט 2 מיליאון דאללער אינשורענס, זאגט בעסיקלי אז אויב ח"ו בין אין נישט דא, זאלן מיינע קינדער עסן פלייש בלויז 2 מאל א וואך, אדער גיין אין קעמפ יעדע צווייטע יאר...

סארי נאכאמאל פאר די שפראך, אבער ווי געזאגט, ווען מ'הערט פון אן אלמנה די פראגע "דעטס איט? וואס העט דא זיין?" איז שוין צו שפעט צו רעדן אזוי...

***************

סאו צו סאמערייזן...

אינשורענס איז א אינקאם ריפלעיסמענט, דו ברענגסט אריין א געוויסע סומע צו שפייזן דיין פאמיליע, אויב ח"ו ביסטו נישט דא, זאלן דיינע קינדער נישט אויסגיין פאר הינגער...

ווען דיין לעבן קאסט דיר 100,000 דאללער א יאר, דארפסטו ריפלעיסן לכה"פ 100,000 דאללער א יאר, אויב ריפלעיסטו נאר 50,000 דאללער א יאר, לייגסטו אריין דיינע קינדער אין גאר א שלעכטע פלאץ!

צו באקומען 100,000 דאללער א יאר, דארף מען היינט צו טאגס 2 מיליאון דאללער...

און גאר וויכטיג... צו קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס, פאר א געזונטער אינגערמאן, דארף נישט צו קאסטן מער ווי 100 דאללער א חודש
!

**************

איך גיי ענדיגן מיט מיין דיסקלעימער...

נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס אויף א פובליק פלאטפארמע, פאר סיי וועלעכע פראגע בנוגע אינשורענס פרעג דיין עידזשענט אדער בראוקער...

פאר מער, שיק אן אימעיל אדער קום אין אישי...
זייער זייער שטארק געשריבן און צום פוינט.
איך האב נאר איין הוספה, וויפיל מענטשן שטארבן? איז די עוורידזש גענוג הויעך אז סזאל מחייב זיין צו קויפן/קויפן דע נומבער אינשורענס?
כאב שוין אמאל געשריבן דאכצעך די קאנצעפט...

סיז צוגעקומען צו מיר א אינגערמאן וואס איך האב ניטאמאל געוואוסט וויזוי ער הייסט, ער האט מיך געבעטן צו סיינען ערבות אויף א גמ"ח הלוואה פון 1,000 דאללער... כאב געסיינט...

אביסל שפעטער איז געקומען צו מיר איינער בעטן איך זאל סיינען ערבות אויף א גרויסן סכום, וואס איך האב בשעתו נישט געקענט עפארדן... דער אינגערמאן איז מיר געווען א נאנטער חבר, פלאס די געלט האט געדארפט קומען פון א PO פון א לעדזשיד קאמפאני... כאב אבער אפגעזאגט...

לאון א' איז געווען פאר א מענטש וואס איך קען נישט, און די טשענסעס אז איך זאל דארפן צאלן איז געווען 50/50

לאון ב' איז געווען פאר א נאנטער חבר, און די טשענסעס איך זאל דארפן באצאלן איז געווען כמעט 0! פארוואס האבעך דא געסיינט און דא נישט?

ווייל די פראגע איז נישט "וואס זענען די טשענסעס סאל געשעהן", נאר די פראגע איז "אויב ס'געשעהט יא, קען איך עפארדן די ריסק?"

אויב די טשענסעס צו שטארבן איז הויעך, פארקויפן די אינשורענס קאמפאניס מער נישט קיין אינשורענס, דעמאלטס איז שוין טו לעיט... אינשורענס קויפט מען ווען די טשענסעס זענען ווייניג...

און דעמאלטס קוקט מען, קען מיין משפחה עפארדן צו לעבן אן מיין אינקאם?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
לכאורה נישט קיין חיוב, אבער ס׳שטייט איין סעיף נאך פייער אינשורנס.

מענטשן קוקן דאס אן אנדערש, לכאורה ווייל מכאפט נישט וואס לייף אינשורנס איז.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

@איינס אוי ווי גערעכט דו ביסט!

בלויז נאכן שרייבן די תגובה האבן מענטשן מיך געפרעגט, וואס? מ'קען האבן 2 מיליאון דאללער אינשורענס פאר 100 דאללער א חודש? און כאב פאר דיר נייעס, דאס איז ניטאמאל די ביליגסטע פרייז! מ'קען האבן נאך ביליגער אויך, ס'ווענצעך אין אסאך זאכן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

א געזונטער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 7:16 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 4:24 pm
א ווארט וועגן ערבים...

מ'הערט אסאך מאל מענטשן רעדן וועגן ערבים, אויב איינער רעדט דערקעגן קומען אנדערע און זאגן אז למעשה איזעס צדקה בדרך כבוד וכד'...

איך גיי נישט רעדן פון זייער צדקה, איך גיי אבער יא רעדן פון די מיינד סעט, ערבים האט אהערגעשטעלט א מיינדסעט כאילו מיט 100,000 דאללער, און יעצט מיט 150,000 דאללער פער יתום, סאלווד מען א פראבלעם... כ'גיי נישט אריינגיין אין זייער טעות פון אוועקלייגן געלט פאר חתונה מאכן, ווי כאילו דאס איז די נאמבער וואן פראבלעם... איך גיי רעדן אפילו אויב זיי גיבן יא א טשעק פון 150,000 דאללאר פער יתום...

דאס אהערשטעלן א מיינדסעט אז 750,000 דאללער פאר אן אלמנה מיט 4 יתומים ראטעוועט די שטוב איז א פארברעכן!! אויב איין מענטש קויפט נישט גענוג אינשורענס צוליב דעם, ווייל ער האטעך ערבים, האט די מיינדסעט גע'שחט'ן דורות!!! נעמעס נישט פון מיר, נאר פון "אור חדש", אן ארגענעזעישן וואס דיעלט מיט יתומים טאג טעגליך...

כא'שוין אמאל אביסל באשריבן א דרשה פון הרב ראטענבערג איבער דעם ענין, ער לייגט אראפ אז ל"ע ווען א מאמע פעהלט פון שטוב וויפיל עקסטערע געלט דארף מען האבן בלויז אז די קינדער זאלן גיין אין חדר און אין סקול נארמאל אנגעטוהן און זאט... זייער שטודיע זאגט אז די מינימום צו ריפלעיסן א מאמע ל"ע - און דאס איז אויב די טאטע בלייבט מיט די זעלבע אינקאם - איז לכה"פ עקסטערע 3 טויזענט דאללאר א וואך!!! דאס איז 150,000 טויזענט דאללאר א יאר!!!

רבש"ע! וויזוי ריפלעיסד מען 150,000 דאללער א יאר מיט 750,000 אדער 900,000 דאללער!

סארי פאר מיין אויסברוך, אבער ווען דו זאלסט באקומען די פאון קאללס וואס איך באקום... און לאמעכעס אראפלייגן ווי דער גוי האט געזאגט... איך דיעל טאקע מיט טאטעס און מאמעס פון קינדער ב"ה... אבער איך באקום אויך די פאון קאללס פון אלמנות - טאטעס און מאמעס פון יתומים, אויף קיין שום איד געדאכט...

דער זעלבע וואס האט געשריגן לאדעך נישט פון די חברה, סתם מארקעטינג... א מיליאון דאללער איז גענוג, שרייט יעצט, דעץ איט? נאר איין מיליאון?

ווי געשריבן, יא! איך בין אין די אינשורענס ביזנעס! איך, מיין שותף און מיין סטעף זענען גרייט ארויסצוהעלפן יעדער וואס וויל צוקויפן נאך דעד בענעפיט, קענסט שיקן אן אישי אדער אימעיל... אבער די קאמפיין האט גארניש מיט מיר, קענסט גיין צו סיי וועלעכע עידזשענט דו ווילסט, מאך אבער זיכער אז דו ביסט נישט פון די וואס האבן א פאלעסי און נישט קיין אינשורענס...
למעשה איז עריבים גענוג פאר א מענטש וואס האט נישט קיין געלט אלטס מינעמאלע מענטשלכקייט
כ'וויל זייער שטארק נישט אריינגיין אין ערבים ווס לייף אינשורענס, העלעך נישט דיבעיטן די עצם סאבדזשעקט, אבער דאס איז יא וויכטיג אז יעדער זאל וויסן, ערבים איז א דיעבד! סיז נישט קיין אינשורענס אדער א ריפלעסמענט פאר אינשורענס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

איינס האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 7:57 pm
מענדל וועבער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 5:48 pm
זייער א שיינע זאך איבערצולאזן פאר די ווייב און קינדער געלט איך מיין ירישה!
אבער בסטו מחיוב צו אויסהאלטן דיין ווייב און קינדער נאך דיין טויט ?!
עס שטייט און דיין תנאים אדער כתיבה ?!

איך מאך עס נישט אוועק אינגאנצען עס איז זייער א שיינע זאך אבער האט עס עפעס א תורהדיגע מקור ?

א מקור כאולו מ'איז מחיוב ?

( איך פרעג נאר נישט ווערן ווילד......)
לכאורה נישט קיין חיוב, אבער ס׳שטייט איין סעיף נאך פייער אינשורנס.

מענטשן קוקן דאס אן אנדערש, לכאורה ווייל מכאפט נישט וואס לייף אינשורנס איז.
איך מיין אז עס שטייט איין סיוף נאך קויפן א חלקה.............
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm

דו האסט נישט קיין טוירם אינשורענס ווייל דו קענסט מאכן מער געלט?

עם איי מיססינג סאמטינג?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16943
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:23 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm
איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
דו האסט נישט קיין טוירם אינשורענס ווייל דו קענסט מאכן מער געלט?

עם איי מיססינג סאמטינג?
נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm
איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
די רעדסט לכאורה לגבי האלל לייף לגבי די קעש וועליו די לאנג טערם אינוועסטמענט ווייל לגבי טערעם איז נישט מעגליך בי סטאקס נארמאל פון 100 דאללער א חודש צו באקומען אויב עס פעלט אויס אין די נעקסטע צוואנציג יאר 2 מיליאן דאללער
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ס'רוב פונעם פערצענט עולם, וואס האט נישט גענוג קאווערידזש, איז מודה אז עס קאווערט נישט, ער קאווערט פשוט נישט די קארענט באדזשעט אויך נישט. נו, דאס וואס איז יעצט וועט דעמאלט זיין.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:25 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:23 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm
איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
דו האסט נישט קיין טוירם אינשורענס ווייל דו קענסט מאכן מער געלט?

עם איי מיססינג סאמטינג?
נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.
סאו דו האלטסט אז דו האסט נישט קיין רעספאנסעבילעטי אויב עפעס געשעהט מיט דיר? כלל ישראל העצעך שוין זארגן פאר דיין משפחה?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יוד אלף האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:30 pm
ס'רוב פונעם פערצענט עולם, וואס האט נישט גענוג קאווערידזש, איז מודה אז עס קאווערט נישט, ער קאווערט פשוט נישט די קארענט באדזשעט אויך נישט. נו, דאס וואס איז יעצט וועט דעמאלט זיין.
אויף וואס בעיס'סטו די נאמבער רוב? ווען דאס איז די קעיס איז איין זאך... אבער איך זעה גאר אסאך אינגעלייט וואס האבן נישט פשוט ווייל זיי פארשטייען נישט, ס'טייטש ער האט 500,000 דאללער אינשורענס, האלל לייף! און זערא טוירם אינשורענס... אזא מענטש איז נישט אז ער קענעס נישט עפארדן, נאר פשוט ער איז נישט עדזשיוקעיטעד...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2720
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:11 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:25 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:23 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm
איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
דו האסט נישט קיין טוירם אינשורענס ווייל דו קענסט מאכן מער געלט?

עם איי מיססינג סאמטינג?
נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.
סאו דו האלטסט אז דו האסט נישט קיין רעספאנסעבילעטי אויב עפעס געשעהט מיט דיר? כלל ישראל העצעך שוין זארגן פאר דיין משפחה?
כ'פארשטיי בכלל נישט וואס דו רעדסט, וואס האט מען געטוהן פאר 500 יאר צוריק? די אבי היתומים איז עפעס געגאנגען באנקראט?
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווער זאגט 500 יאר צוריק איז נישט געווען קיין אינשורענס?

און נאך איין מאל, די עוועירנעסס קאמפיין איז נישט צו קאנווינסן מענטשן וואס ווילן נישט קויפן, נאר מענטשן וואס פארשטייען אז מ'דארף יא קויפן, זיי כאפן נאר נישט וויזוי ס' ארבייט, וואס אינשורענס טוט און וויפיל מ'דארף האבן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אמאל געהערט אז הרה״ק מספינקא זצ״ל האט נישט געהאלטן פין לייף אינשורענס,
אין אזוי אויכעט נאך אסאך ערליכע אידן, כ׳גיי נישט אריין אינעם עצם נושא, אבער איינער וואס מאכט נישט קיין פאלעסי צילוב הוראת צדיק בינעך זיכער די אייבעשטער פארלאזט אים נישט.

הכלל יעדער זאל טוען וואס זיין דעת תורה זאגט.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

מאטל שניידער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:17 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 9:11 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:25 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:23 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 8:18 pm
איך בין א אונגערמאן מיט אפאר קינדערלעך און איך האב נישט קיין לייוו אונשורנס!!

אנדערשט נעם די געלט און לייג עס אריין אין לאנג טורם סטאקס פאר יעדע קינד עקסטער לאז עס וואקסן.

די ריטורן איז סאך גרעסער!!

נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.

דיסקלעימער: ביטע נישט נעמען קיין עדווייס פון דעם תגובה, רעדט עס דורך מיט א פענענשיל עדווייזער....
דו האסט נישט קיין טוירם אינשורענס ווייל דו קענסט מאכן מער געלט?

עם איי מיססינג סאמטינג?
נאכדערצו אויב מאכט איר א טורם פאלעסי, וואס דעמעלטס איז עס געלט און גארביטש... מיטן אויבערשטערס הילף.
סאו דו האלטסט אז דו האסט נישט קיין רעספאנסעבילעטי אויב עפעס געשעהט מיט דיר? כלל ישראל העצעך שוין זארגן פאר דיין משפחה?
כ'פארשטיי בכלל נישט וואס דו רעדסט, וואס האט מען געטוהן פאר 500 יאר צוריק? די אבי היתומים איז עפעס געגאנגען באנקראט?
ווייסטו וואס עס איז נישט קיין חיוב נאר געפיל און רחמנות, קיינער וויל נישט קיין קאלירפול בראשור מיט א בילד אויפן דעקל שטייען קליינע קינדער מיט צוריסענע העמדער און זאגן קדיש ביים קבר מיט פארוויינטע אויגן וכו וכו
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”