בס"ד
איז געווען א גוי, א באקאנטער אינשורענס אגענט, וואס פלעגט אלעמאל האבן אינטערעסאנטע ענטפערס פאר די טיפיקל אבדזשעקשנס וואס מענטשן האבן...
מאכצעך אמאל אז ער האט מסביר געווען פאר איינעם וויפיל אינשורענס ער דארף האבן, יענער איז אהיימגעגאנגן און זיך אדורכגערעדט מיט זיין ווייב, און ער קומט צוריק די נעקסטע מאל און זאגט: "כאב גערעדט מיט מיין ווייב, זי זאגט אז ס'פעהלט נישט אויס אזוי סאך"... דער פה מפיק ענטפערט "צו דיין ווייב האסטע גערעדט? פארוואס? רעד ענדערש מיט דיין אלמנה!"...
טשולדיגט פאר מיין לענגווידזש, סיז אפשר נישט שיין אזוי צו רעדן, אבער די אנדערע וועג איז דען בעסער?
זייענדיג פארנומען מיט די מהפיכה קאמפיין, בינעך דערווייל נישט אנגעקומען דערצו, אבער כאמעך געהאט פארגענומען צו שרייבן איבער דעם ענין, דאס איז א זאך וואס פלאקערט, און ס'ווערט גאר ווייניג געטוהן דערוועגן... יעצט גיימער פראבירן אביסל אויפקלערן דעם עולם...
****************
פאר איך גיי ווייטער ווילעך קלארשטעלן, איך בין אין די אינשורענס ביזנעס, און אויב ווילסטו קלערן אז איך שרייבעס צוליב מיין ביזנעס, גאו אהעד! איך וועלמעך פרייען אויב נאך אפאר אידן גייען לכבוד דעם קויפן ביי מיר אינשורענס... אבער ליידער איזעס סאאאך מער פון מיר און מיין ביזנעס... סאו לאמער צוגיין צום פוינט...
*****************
גאר אפט מאכט זיך ווען מ'פרעגט א אינגערמאן די באקאנטע פראגע "האלאו, דו האסט אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?" הערט מען א ברייטע "יא"... זיכער האבעך... איך האב 3 פאלעסיס... איך גיי נישט אריינגיין אין א פאל ווען מ'ווערט געוואור אז ער האט איינס אויף זיך פון 250,000 און די זעלבע אויף די ווייב און די דריטע אויף א קינד אדער האט גע'לעפסד... דאס איז ליידער נישט קיין זעלטענהייט, אבער דאס איז א דבר פשוט אז סיז ניטאמאל קיין וויץ...
איך גיי רעדן פון די וואס האבן יא עפעס מער זאכליך, א אינגערמאן פון 30 יאר, ער האט 6 קינדער, ער האט א טאוטל פון א מיליאון דאללער אינשורענס אויף זיך און א מיליאון אויף די ווייב... ער איז מסודר!!! זיין "ווייב און קינדער זענען געקאווערט"...
לאמעך אבער פרעגן די ציפעדיגע פראגע, אויף קיין שום איד געדאכט... דיין ווייב און קינדער זענען מסודר, איז דיין אלמנה און יתומים אויך מסודר?
שרעקעדיג צו טראכטן, הא? די עלסטע איז 9 יאר, ער האט אונטער זיך נאך 4-5 פיצלעך... זאלעך גיבן דאס ווארט פאר הרב ראטענבערג פון אור חדש? ער העט אראפלייגן וויזוי א שטוב קוקט אויס מיט א מיליאון דאללער און זעקס קינדער... העסט נישט שלאפן פאר א חודש!!
לאמער פראבירן צו רעדן אביסל נאמבערס...
דאס לעבן פאר א געזונטע משפחה פון 5-6 קינדער קאסט היינט מינימום 100,000 דאללער א יאר, אויב לעבט מען שפארזאם, אויב נישט קאסטעס סאאאך מער! און אויב ח"ו א טאטע איז נישטא - פאר קיין שום איד געוואונטשן - דארף מען היבש מער פאר טעראפי און פריוואטע מלמדים פאר די קינדער וכו...
לאמער נעמען די קאנסערוועטיווע נאמבער פון 150,000 דאללער א יאר, וויזוי אין די וועלט קעמען קריעיטן די אינקאם פון 150,000 דאללער יאר יערליך בעת דער טאטע וואס פלעגט ברענגן פרנסה איז מער נישטא?
די איינציגסטע וועג איז מיטן אויפשטעלן א קרן וואס גייט ברענגן 150,000 דאללער א יאר...
די צייטן פון 2-3 פראצענט אינטערעסט רעיטס זענען אצינד אונטער אונז, יעצט קעמען באקומען ארום 5 פראצענט אויף געלט... אויב זאל די אלמנה באקומען א מיליאן דאללער, קען זי באקומען 50 טויזענט דאללאר א יאר... אפשר זאגסטו מיר וויזוי די קינדער דארפן קענען אנגיין? וויזוי קען אן אלמנה שפייזן אירע קינדער מיט א לאך פון 100,000 דאללער א יאר?
די ערשטע זאך וואס מענטשן טראכטן איז, פיין, ביסט גערעכט אז א מיליאון דאללער איז נישט גענוג... אבער איך דארף דאך אויך לעבן יעצט? דו ווייסט וויפיל ס'קאסט 2-3 מיליאון דאללער אינשורענס?
אין רעאלעטי, א געזונטער 30 יעריגער אינגערמאן קען היינט האבן פאר 50 דאללער א חודש א מיליאון דאללער אינשורענס, און מעגליך נאך ביליגער אדער אביסל טייערער, ווענצעך אין עטליכע דעטאלן... דריי מיליאון דאללער, קאסט ארום 150 א חודש... יא! סיז זייער אסאך געלט!
איז דאס אבער טאקע אזוי? ספענדסטו נישט פאר אנדערע זאכן דאפעלט און טריפלט פון דעם? קומצעך נישט פאר דיין ווייב און קינדער אזויפיהל צו וויסן אז אויב ח"ו עפעס געשעהט מיט דיר גייען זיי נישט ווערן אויסגעפראקט אין פובליק פאר א קרן יתומים קאמפיין אדער הונגערן...
כ'רעד שוין נישט פון די ביזיונות וואס א קרן יתומים קאמפיין ברענגט, ווי הרב ראטענבערג זאגט, קען אמאל א קרן יתומים אנמאכן חרבנות... אבער אז סינישטא קיין ברירה, וואס קעמען טוהן? איז דען נישטא קיין ברירה?
און ווען מ'מאכט יא א קרן יתומים קאמפיין, קומט מען דען אן צו וויפיל מ'דארף? מ'שלעפט ארויס פון כלל ישראל געלט, די גוטע אידן זענען זיך משתתף, דער מיט ח"י דאללער און דער מיט צען מאל ח"י... און מ'קומט אן צו האלב פון וויפיל מ'דארף האבן צו סורווייוון... האסט עס ממש נישט געקענט עוואוידן?
און לאמער זאגן אז דאס איז די קעיס, א מענטש האט באמת נישט איבעריג, כ'גלייב אז ער קען טרעפן א היתר צו צאלן פון מעשר... עכ"פ זאלסטע כאטש וויסן די פאקט, מיליאון דאללער איז נישט גענוג! אזוי העסטו עס עטליעסט לייגן אויף דיין פרייארעטי ליסטע לכשירחיב, נישט רעד דיך איין שלום עלי נפשי, כאב אינשורענס... זאלסטע גוט וויסן ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!!
****************
אין די לעצטע פאר יאר איז ב"ה דא א שטיקל אויפוואכונג איבער דאס ענין פון אינשורענס, ס'איז נאך דא גענוג און נאך ליידער וואס האבן נאכניש קיין אינשורענס, אבער ס'איז היבש בעסער געווארן די מצב... די פראבלעם איז אבער אז מענטשן ריעלייזן נישט וויפיל אינשורענס זיי דארפן האבן...
אויף דיין הויז וואס איז ווערד - לאמער זאגן - מיליאון דאללער, האסטו אינשורענס, פול קאווערידזש! אויף דיין קאר וואס איז ווערד - לאמער זאגן - 50,000 דאללער, האסטע פול קאווערידזש... אבער אויף די טייערסטע זאך, דיין אינקאם! וואס איז ווערד סאאך מער ווי דיין הויז און קאר בענאזאם, דא איז גענוג אביסל... מיין אינקאם איז 100,000 דאללער א יאר, איך אינשור נאר 50,000...
*************
ר' איד, נעם יעצט א קאלקעלעיטער און הייב אן רעכענען, אויב ח"ו עפעס פאסירט צו מיר, וויפיל געלט דארפן מיינע קינדער האבן צו סורווייוון, זיי זאלן בלייבן נארמאלע קינדער אויף וויפיל סיז שייך, נישט דארפן וואנדערן רח"ל בלויז ווייל סיז נישטא קיין געלט... וויפיל אלמנות זענען געצווינגן צו סעטלן אויף עניטינג, די קינדער זאלן נישט הונגערן, און די תוצאות זענען רח"ל!!
אויב ביסטו פון די וואס קעירן נישט, רעדעך נישט צו דיר, איך רעד צו די אידן וואס קעירן יא פאר זייערע קינדער, איך בעט ענק, פאר די טובה פון ענקערע קינדער, טראכטס איין מינוט, איך האב טאקע א פאלעסי, אבער האב איך אינשורענס?
**************
אקעי, איך ווייס שוין אז א פאלעסי מיינט נישט גענוג אינשורענס... סאו וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?
אדער ווי אסאך אינגעלייט פרעגן, וויפיל איז די עוורידזש אינשורענס וואס א אינגערמאן מיין עידזש דארף האבן?
כ'גיי נישט אריינגיין אין די עידזש פראגע, כ'גיי נאר לאזן וויסן אז אזא אבסורד פראגע דארף א לאנגס און א ברייטס, ס'האט נישט קיין הענט און קיין פיס...
עכ"פ צו די עצם פראגע, וויפיל אינשורענס דארף איך יא האבן?
פאר מיינע קליענטן בינעכעס מסביר זייער פשוט...
וואס איז אינשורענס? אינשורענס איז נישט קיין לאטערי, איך קויף א טיקעט פאר 500 דאללער און אויב איך בין לאקי באקומט מיין ווייב מיליאון דאללער... אינשורענס איז א ריפלעיסמענט! למשל ביי פייער אינשורענס, אויב פאסירט א פייער און דו האסט פארלוירן דיין פוירניטשער ריפלעיסד די אינשורענס די ווערד פון דיין פוירניטשער, די זעלבע איז מיט דיין קאר, אדער סיי וועלעכע אינשורענס... אויב ס'איז דא א לאסס, קומט די אינשורענס אריין און באצאלט די שאדן וויפיל מ'האט פארלוירן...
א טאטע אדער מאמע האבן א וועליא וואס איז נישט ריפלעיסעבל! מ'קעניש ריפלעיסן עלטערן, פינטעלע! אבער איין חלק פון א טאטע און מאמע קעמען יא ריפלעיסן, דאס איז זייער אינקאם... ווען א טאטע גייט ארויס יעדן טאג ארבייטן און ברענגט אהיים 100,000 דאללער א יאר, פארוואס טוט ער דאס? פשוט ווייל אויפצוהאלטן זיין שטוב קאסט אים אזויפיהל... יעצט אויב די טאטע איז ל"ע נישט דא, קאסט עס ווייטער אזויפיהל, און אויב עפעס, קאסט עס נאך מער, מ'דארף דאך ריפלעיסן - אויף וויפיל ס'איז שייך - די אנדערע חלקים פון א טאטע...
סאו ווען דער מענטש ארבייט, ברענגט ער 100,000 דאללער א יאר, אויב קען ער מער נישט ארבייטן, דארף ער לייגן זיין געלט צו ארבייטן, זיין געלט זאל ברענגן די זעלבע געלט וואס ער האט געברענגט...
כדי צו קענען ברענגן 100,000 דאללער א יאר, דארף מען האבן - לויט די היינטיגע אינטערעסט רעיטס פון ארום 5 פראצענט - 2 מיליאון דאללער, וואס מ'לייגט אריין אין א גאראנטירטע פאנד, דאס וועט זיין די ריפלעיסמענט ח"ו אויב דער טאטע קען נישט ברענגען קיין פרנסה... ס'טייטש 2 מיליאון אויף 5 פראצענט = 100,000 דאללער א יאר...
וויזוי שאפט מען אבער 2 מיליאון דאללער צו אינוועסטן? אה, דא קומט אריין אינשורענס... ס'טייטש די 2 מיליאון דאללער אינשורענס גייט ריפלעיסן די לאסס פון די אינקאם וואס די טאטע האט געברענגט...
פרעג מיך יעצט נישט צו יעדער אינגערמאן מוז קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס... דאס איז בלויז א קאנצעפט, דער וואס זיין לעבן קאסט אים 50,000 דאללער א יאר, זאל קויפן 1 מיליאון און דער וואס זיין לעבן קאסט אים 250,000 זאל קויפן 5 מיליאון...
אבער א מענטש וואס זיין לעבן קאסט אים 150,000 דאללער א יאר און קויפט 2 מיליאון דאללער אינשורענס, זאגט בעסיקלי אז אויב ח"ו בין אין נישט דא, זאלן מיינע קינדער עסן פלייש בלויז 2 מאל א וואך, אדער גיין אין קעמפ יעדע צווייטע יאר...
סארי נאכאמאל פאר די שפראך, אבער ווי געזאגט, ווען מ'הערט פון אן אלמנה די פראגע "דעטס איט? וואס העט דא זיין?" איז שוין צו שפעט צו רעדן אזוי...
***************
סאו צו סאמערייזן...
אינשורענס איז א אינקאם ריפלעיסמענט, דו ברענגסט אריין א געוויסע סומע צו שפייזן דיין פאמיליע, אויב ח"ו ביסטו נישט דא, זאלן דיינע קינדער נישט אויסגיין פאר הינגער...
ווען דיין לעבן קאסט דיר 100,000 דאללער א יאר, דארפסטו ריפלעיסן לכה"פ 100,000 דאללער א יאר, אויב ריפלעיסטו נאר 50,000 דאללער א יאר, לייגסטו אריין דיינע קינדער אין גאר א שלעכטע פלאץ!
צו באקומען 100,000 דאללער א יאר, דארף מען היינט צו טאגס 2 מיליאון דאללער...
און גאר וויכטיג... צו קויפן 2 מיליאון דאללער אינשורענס, פאר א געזונטער אינגערמאן, דארף נישט צו קאסטן מער ווי 100 דאללער א חודש!
**************
איך גיי ענדיגן מיט מיין דיסקלעימער...
נישט נעמען קיין אינשורענס עדווייס אויף א פובליק פלאטפארמע, פאר סיי וועלעכע פראגע בנוגע אינשורענס פרעג דיין עידזשענט אדער בראוקער...
פאר מער, שיק אן אימעיל אדער קום אין אישי...