צ''ק.
אהבת ה' און יראת ה' זענען תרין גדפין דלא מתפרשין כידוע אויף אראביש ווערט דאס אנגערופן جناحان لا ينفصلان.
זאל קומען איינער און זאגן איך האב ליב דעם אויבערשטן און אלע זיינע מצוות זאלן גיין קראכן רח''ל - דאס איז גרעבער ווי גראב, אין די היינטיגע וועלט איז די גראבע מהלך צו רעדן כמעט אינגאנצן אויסגעראטן, מאנכע וועלן זאגן אז דאס איז גוט אבער מאנכע טענה'ן אז דבר זה בעכרנו עומד.
אמאל פלעגט מען יא רעדן גראב -
אין די תרצ''ח יאר האט דער צורר היהודים ימ''ש נישט געהאט קיין פראבלעם צו אויסרופן קבל עם ועדה ''איך בין דא זיכער צו מאכן להשמיד ולהרוג ולאבד את כל היהודים'' עפ''ל! - און די אלע אומות העולם זענען געשטאנען און געשוויגן און זיך ערוועקט ערשט נאכן זיכער מאכן אז די ארבעט איז מער ווייניגער געטון געווארן און די שארית הפליטה איז נישט גענוג שטארק זיך צוריק אויפבויען... מה גם זיי האבן שוין געציטערט פאר זייער אייגענע וואויל זיין אלזא האבן זיי באשלאסן צו זיך שלאגן מיט נאצי'שן מאנסטער, אבער לאמיר סטיקן צ''ק.
אין די היינטיגע וועלט רעדט מען שיין, פאזיטיוו, די אומות העולם וואס זיצן סרוחים על ערשותם אין די יו ען בנין, מאכן זיכער אז די שונאי ישראל היושבים באיראן זאלן נישט ח''ו ווערן געשטערט פון זייער ארבעט להשמיד ולהרוג את כל היהודים היל''ת, (און ווער עס מיינט אז זיי צילן נאר די ציונים אין מדינת ישראל טעות בידו ואכמ''ל) זיי קענען באשטיין אז כלל ישראל זאל גיין קיין עזאזאל רח''ל אבער אפן און גראב וועט עס היינט קיינער נישט זאגן, די עשו שונא ליעקב חברה וועלן גיין סחור סחור אבער זיכער מאכן אז זיי וועלן גרייכן די כרם ישראל השם ישמרנו ויצילינו מידם וזממם לא תופק.
לענינינו, די מצב החינוך לדאבונינו האט צוגעברענגט אז היינט צו טאג'ס קען מען שוין נישט מחנך זיין על דרך מקל ישראל סבא. ניין, די קלעפ און שלעק וואס מיר עלטערע האבן באקומען אין חידר דאס באקומען שוין נישט אונזער גדיים ותיישים, היינט איז אלעס מער באלאנסירט און אזוי אויך די גאנצע צוגאנג צו די נערי ישראל פורקי העול לדאבון לב הוריהם ומוריהם.
רבי גרשון אדלשטיין זצ''ל וואס איז אין די פריערדיגע טעג אוועק איז געווען באוואוסט מיט זיין ווייעכע צוגאנג צו די נעבעכיגע נוער הנושר, ער בחמלתו האט באוויזן צו ראטעווען צענדליגע הונדערטע צובראכענע נשמות וואס האבן נישט באקומען די ריכטיגע ווארימקייט אינדערהיים, פראבירן האבן זיי צו טרעפן בשדות זרים, און ר' גרשון האט אויסגעלערנט די צובראכענע עלטערן אז יעבור עליהם מה די קינדער דארפן אייביג געדענקען אז די ווארימע ווינקל אינדערהיים וועט אייביג בלייבן נישט קיין חילוק ווי שפל זיי האלטן! אזוי האבן אסאך קינדער זיך צוריק געקערט איינמאל זיי האבן שוין גענישטערט די גאנצע גלאוב נישט טרעפנדיג די ריכטיגע אור און די לעצטע דעסטינאציע איז געווען אין די אלטע דיינינג ראם זיך ארויף ווארפנדיג אויף די טאטע מאמע'ס הענט ''מאמי איך בין צוריק אהיים".
דאס איז אויך א נושא פאר זיך וואס מ'קען אסאך מאריך זיין און לאמיר זיך פארריקן ווייטער.
די צוגאנג ווי ערווענט פריער, דאס האט פארפלייצט די היימישע גאסן מיט אסאך נערים פורקים ופורקים במקצת, אלע מיני נייע געזיכטן האבן אנגעהויבן מער צו באווייזן זייער פנים אינעם היימישן קווארטל, אויב אמאל פלעגן זיי לובש זיין שחורים און אנטלויפן למקום אשר אין איש מכירם, היינט צו טאגס דרייען זיי זיך אינדערהיים, זיי קומען דאווענען אין ביהמ''ד, די רב/דיין איז זיי מקרב, עטליכע פון זיי וועלן אפי'האבן זייערע אייגענע שטיבל! די גאנצע אטמוספערע האט זיך געטוישט יש שיאמרו לטוב ויש שיטענו למוטב ולא נאריך.
איינע פון די הויפט וועגן צו מקרב זיין די חבורה איז דורך די מיטל פון אריין ווארפן אידישקייט און ווארימקייט פון די הינטער טיהר - פון מיינע יארן לערנענדיג אין ארץ ישראל געדענק איך כסדר די צעקות ''נהג!! דלת אחורית"!! - מ'ווארפט זיי אריין אהבת ה' דורך קומזיצעס פארברענגען, נסיעות צו מקומות הק', צלי אש וכל מיני מטעמים, דא און דארט שעירט מען שטיקלעך מוסר און חסידישע ספרים אויף סאשעל מידיע, א יעדע צווייטע טאג וועט איר זען א צווייטע פאזיטיווע סטיקער צוגעקלעבט צו די ראסערישע קאר טראנק, זיי וועלן זאגן מזמור לתודה אפי' אויב זיי האבן נישט געדאווענט קיין שחרית יענע טאג (ח''ו אין בכוונתי אוועק צו מאכן די ענין, איך זאג אויך כסדר די מזמור אבער לא לקנטר באתי) הכלל - זיי זענען קאנעקטעט צו גט דורך די קירוב מיטלען ענד איטס אקעי.
וואס איז אבער געשען, די שאור שבעיסה די שטן העומד לשטננו האט זיך געטראפן מיט א ערנסטע פראבלעם, די עולם קערט זיך צוריק אין די מאסן, אויב האט ער אמאל מצליח געווען להבאיש ריח היהדות בקרב נערי ישראל, דא איז אים אינטערגעוואקסן א נייע דור וואס האט אמת'דיג ליב גאט ב''ה, די עולם לערנט טאקע נישט קיין 24 מעת לעת אבער די עולם לעבט! אונז זעמער אידן! שטאלץ צו זיין א איד! איך גיי אפי' מיט א שיינע גאלדענע רינגל וואס שטייט ארויפגעקריצט ''יהודי אנוכי".
וואס טוהט מען דא?
איז מיודענו הידוע לשמצה געגאנגען און געעפנט די יוצרות לפר' פרה און געטראפן את אשר אוותה נפשו '' לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש''
ער האט גענומען די אפר הפרה קירוב מיטל און זיך גענומען מיט דעם אראפ צו שלעפן די ערליכע נערי בני ישראל מיט די ריכטיגע טענה ''קוק! מ'קען זיין אן ערליכער איד אויך אן די גאנצע חסיד'ישע טראגע! מ'קען זיין אן ערליכער איד דורך זינגען געשמאקע ווארימע ניגונים, מ'דארף נישט האבן קיין פילטער אויפן פאון מ'דארף בלויז אויסשרייען ה' הוא האלוקים!
ער האט זיך גענומען פאמפען די פסוק ''לאהבה את ה' אלוקיך'' אבער דעם ''את ה' אלהיך תירא ואותו תעבוד'' דאס האט ער גענצליך אויסגעלאזט. עס קען אפשר זיין אז די ימין מקרבת דארף אמאל פארקוקן און באזייטיגן די שמאל דוחה אבער דאס איז א מיטל! נישט קיין שיטה!! נישט א יעדע בדיעבד'יגע קולא ווערט א לכתחילה'דיגע מצווה!
עס קען זיין אז סליחות באגלייט מיט מוזיק און פליישיגס אין די זייט איז א גוטע מיטל צו מקרב ליבות נשברות, אבער מכאן עד לדינען דעם אויבערשטן?! שעם דיך צו פארשפרייטן אזא צעטיל בחוצות בעיר, שיק א פריוואטע איינלאדענונג פאר די געאייגענטע געלאדענטע און מאך נישט קיין פרהסיה פון די עווענטס, וואס ס'איז גוט פאר דיר איז סם המוות פאר מיר און פאר מיינע קינדער!
שני צדדים למטבע אזוי ווי די רמב''ם ברענגט, מ'דארף נוצן א יעדע זייט למקומו הראוי לו, די מקובל זאל דאווענען אין די רש''ש סידור און די סקווערע חסיד אין זיין של''ה סידור, די בעלזער
אין די עבודת ה' סידור און אזוי ווייטער און ווייטער, א יעדער האט זיך זיין דרך און אל נא תרעה בשדות זרים.
די גאנצע פראבלעם אין די לעצטע יארן פאנגט זיך אן ווען א יעדער פראבירט צו מתקן זיין די צווייטער, און דאס איז ליידער די שולד פון די ערבוביה וואס דער שטן האט אריין געברענגט, ״בא השטן ועירבב את העולם, והראה דמות חושך ואפלה וערבוביה'' - דאס איז א נסיון ככל הנסיונות וואס מיר דארפן אסאך ס''ד צו וויסן וויאזוי צו מחנך זיין אונזערע דורות.
יעצט למעשה:
איך האב שוין געשריבן אן ענליכע תגובה אין די ליפא אשכול, די קאנצעפט איז דאס זעלביגע, אם ישנו ענין לכאן תנהו גם לכאן:
מוחמד סעוד האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 29, 2023 12:23 pm
לענ''ד
ווען צד א' זאל נאר אויסעהערן די מעסידזשעס פון זיינע מנהיגים און צד ב' זאל אויסעהערן נאר זיינע משפיעים, וואלט געווען שלום ושלוה.
הא לן והא להו איז א כלל פון חז''ל, די בראך פאנגט זיך אן ווען צד א' 'מוז' פאר וויכטיג קאמאנטירן אויף די צד ב' מנהיג'ס שמועסן, און די צד ב' אוהדים שפירן גאר וויכטיג ווען זיי רייסן אראפ די דרשות פון די מנהיגי ומשפיעי צד א',
די צד א' ניקעס וניקיהם עמם שעפן חיות צו פארשפרייטן העיט אויף די צד וואס שטאלצירט מיט די לאוו מהלך, און צד ב' חברה טענה'ן בתוקף אז זיי זענען גאר די וואס לאוון, נאר וואסזשע זאלן זיי טוהן אז מ'לאווט זיי ניט.....
יעצט געפונט אויס ווער איז צד א'און ווער איז צד ב'......
כללו של דבר לענ''ד,
א היימישע חסידישע איד ברויכט צו דאווענען בנוסח ספרד און עסן די היימישע השגחות, אויב טרעפט ער זיך בארץ נכריה און מ'סערווירט דארט נאר מחפוד זאל ער מאכן א שאלת חכם.
כולנו בני איש אחד נחנו אבער א יעדער דארף פאשען אין זיין פעלד לויט ווי ער האט באקומען פון זיינע עלטערן, ואל תטוש תורת אמך דאס איז א יסוד מונח ביי אונז אידן.
והיה כי ישאלך בנך מחר לאמר "מה זאת"? [גארנישט, ער האט דזשאסט געליינט אין עפעס א גיליון א באשרייבונג פון א רב פון א צווייטע קרייז און ער האט באמערקט ציטאטן וואס שטימען נישט מיט די שיטה וואס ער איז נתחנך געווארן לאורה]
אויב האט די טאטע אביסל שכל בקדקדו וועט ער אים ענטפערן "מיין קינד זיס, די רב/רבי/מנהיג/זינגער/עקטאר איז גאר א חשובע איד, ער איז א חלק אלו-ה ממעל, אבער פאר דיין וואויל זיין נעם נישט אן וואס דו האסט דארטן געליינט, ביי אונז האט מען זיך אנדערש געפירט, זיידי און עלטער זיידי האבן אונז מחנך געווען אנדערש.
פון דא און ווייטער קען די טאטע אריין גיין אין לענגערע פירושים און פשטים, ער קען מסביר זיין אויף די י"ב שבטים, ער קען מרחיב זיין אין די אידישע היסטאריע על עדותיהן וחוגיהן, ער קען און זאל פראבירן זיכער מאכן אז דאס קינד איז גענוג קלאר וואס ער האט צו טוהן, ח"ו נישט אוועק מאכן יענעם אדער מאכן די אנדערע מנהיג אויסזען ווי א מאנסטער, מ'קען א וועק מאכן בדרכי נועם, "לא זו דרכנו" - אין א פאל וואס מ'רעדט פון א סעלעברעטי וואס איז אומאויסגעהאלטן קען מען זיין שטרענגער און זאגן "השמר לך פן יפתה"... און אויב האט דער יעניגער אן עדה נאכשלעפער מסוגו קענט איר קלאר מאכן אז זיי זענען פון די "יתמו חטאים ולא חוטאים" חבורה, [איי פארוואס קומען זיי אין שוהל דאווענען? איר קענט פארענטפערן אז זיי זענען ב"ה נישט אזוי פארפאלן אבער דאך זענען זיי נישט די עידית שבעדה]
אראפ רייסן יענעם אלס אן האבי דאס לאזט זיך אויס ווי א זייפן בלאז! א רעדיקאלע נעגעטיווע חינוך מהלך איז א קלארע רעסעפי פאר פירות ביאושים, אבער דא קומט א גרויסע אבער! - א רעדיקאלע פאזעטיווע חינוך מהלך איז אויך נישט קיין ריכטיגע מהלך,
די באלאנס איז קלאר געשטעלט געווארן דורך חז"ל שמאל דוח וימין מקרבת, די פונקטליכע מאס דארף געמאסטן ווערן הכל כפי המחנך והמתחנך, דור דור ומנהיגיו, אבער די וועג פון אראפ רייסן יענעם בלויז לשם תאווה ולשם תאוות הפרומקייט - די קייט קען זיך ציען און ציען לעולמי עד וכמאמה"ח ןבגדיו לא יפרום - דאס איז די איבעריגע פרום'קייט וואס קען צומאל צובאדזשעווען דאס מענטשהייט.
זיצן אויף אייוועלט און שימפן און כעסן על כל עץ רענן - דאס איז נישט קיין לעזונג צו די עצם פראבלעם, אויב דו האלסט צב"ש אז עפעס א געוויסע גליון וואס ווערט ע"פ רוב געטראפן צווישן די סידור בלעטער - איך גראדע ליין בשקיקה די אלע גליונות, אבער אויב האלטסט אז דאס קען שעדיגן דיין קינד, קום נישט ארויף אויף אייוועלט שעלטן אדער דעמאנסטרירן, ניין, מאך דיר א גוטע חשבון הנפש פארוואס דו האלסט טאקע אזוי, דערנאך טראכט גוט אריין וויאזוי דו גייסט מסביר זיין פארן קינד פארוואס ער זאל זיך האלטן ווייט פון די גיליונות אדער מהלכים.
אויב זענט איר צומישט אין די וועג וויאזוי דאס מנחיל צו זיין פאר דיינע קינדער - איר קענט כאפן א שמועס מיט די רבי/מנהל/מג"ש/ראש ישיבה - פרעג זיי וואס זיי וואלטן געטוהן אין אזא פאל.
הכלל, קודם זיי זיכער ביי דיר וואס איז די ריכטיגע וועג, זוך דיין אמת כפי שהוריך הנחילוך און נישט משדות זרים וואס קענען דיר נאר פארבלענדערן די מח, נישט א יעדע מחשבה זרה וואס לויפט אדורך דיין מח מיינט דאס אן הארה מן שמיה, דעת תורה איז היפך דעת בע"ב, און אויב מיינט איר אז איר זענט געווארן בין לילה א דעת תורה'ניק ברענג מיר ביטע פון די דאזיגע געווירצן....
איך קען גיין סחור סחור אבער לאמיר צוריק דיין צום אנהייב - בוי דיין חינוך אויף וואס יא. דערנאך ווארף אריין אלע ניין'ס כפי הצורך ובמדה ובמשורה, [איי וועט איר פרעגן די שס"ה זענען דאך מער ווי די רמ"ח - די ענטפער איז אה"נ אבער דאך פאנגט מען אייביג אן מיט די רמ"ח מצוות עשה און דערנאך דערמאנט מען די שס"ה לא תעשה]
אויף די עקבתא דמשיחא תקופה שטייט "וְהָאֱמֶת תְּהֵא נֶעְדֶּרֶת" - נעדרת איז מלשון עדר עדר לבדו, א יעדע עדר און ציבור טענה'ט "האמת בידי"....
ויה"ר שנזכה בב"א
געבטס אריין א פאזעטיווע ווארימע השקפה אין אייערע קינדער, ברענגט ארויס גענוג קלאר די ''ראה מה בין בני לבן חמי'' אן צו עקסטרימלי אוועק מאכן די שואכערע זייט, און בתפילה לשוכן במרומים זאלן אלע דורות גיין ווייטער לאור החינוך בדרך הישר אכי''ר.
-----------
און יעצט א ווארט צו די צוויי אייוועלט ניקס, הן די רעפרעזענטיוון פון צד א' און הן פון צד ב'
איר קענט עפענען אשכולות כפי אוות נפשם ווילאנג עס שטימט מיט תקנות המקום.
מאכט נאר זיכער אז ענק ברענגען גענוג קלאר ארויס פאר וועלעכע צד איז די ארטיקל געאייגענט, די 'בעסערער' בעיני עצמו זאל שרייבן קלאר אז ער רעדט כפי מהלך מחשבתו און די 'שוואכערער' בעיני אחרים זאל קלאר ארויס ברענגען אז ער רעדט צו זיין טיפ קהל,
סתם צו פראבירן מחנך זיין דעם צווייטן דאס העלפט נישט קיין מאום, דאס קען אפשר פארמערן בלעטער און תגובות אבער ע''פ רוב ברענגט דאס צו צוגעשפארטע אשכולות וחבל.
זייטס מיר געבענטשט אידן - מחמוד