כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 9:12 pm
חסד השם האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 7:44 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:48 pm
דער עולם מישט אין חוש'ט.

האלב עולם האט אדער נישט געליינט מיין ארטיקל, אדער נישט פארשטאנען.

דער אייבערשטער האט געגעבן זעקס הונדערט אין דרייצן מצוות פאר אידן.

אין צוגאב האט ער געגעבן פאר יעדן א גראבע יצר הרע. יעדן'ס יצר שטעלט זיך אויף אנדערע נקודות. לויטן תפקיד פונעם מענטש.

יעדע מצווה איז מחייב יעדן איד, ווי אויך די מצווה פון אהבת ה'.

יעדער פון אונז קען זאגן מי יאמר זכיתי ליבי, גרויסע צדיקים האבן אזוי געזאגט אויף זיך.

דאך, איז עס נישט קיין פטור אויף די מצווה פון אהבת ה'.

דו דארפסט טרעפן אויף א געוויסע וועג מעורר זיין אהבה ביי דיר אין הארץ. הגם ביסט א היפאקריט אין דו רעגסט אים אויף יעדע רגע.

לאמיר דיר פרעגן ברודער, לאמיר זאגן דו שטייסט איין ביי איינעם, דו מאכסט ליצי ליצנות פון אים, דו שעדיגסט זיינע זאכן, דו באצאלסט נישט. דו ווייסט נישט פארוואס, א אינערליכע אינסטיקט טרייבט דיר דערצו.

אין דער בעה'ב געבט דיר ווייטער עסן טרינקען שלאפן, וועסטו אים דען נישט ליב האבן?

סאו. איך האב ליב גאט.
אנריעל!!!!
בעסיקלי דיין ליבשאפט צום באשעפער איז פשוט ווייל אפילו די שטויסט און שטויסט גיבט ער דיך נאכאלץ נאר טוב?!
און די מאכסט נאך א געהעריגע שיטה דערפון מאיז נאך יוצא מצות אהבת השם מיטן טוען כל מה שלבו חפץ?

ווי ברענגט @לעגאו מענטשעלע פון באר מים חיים א אהבה וואס ברענגט נישט קיין יראה איז זיכער נישט קיין עכטע אהבה, און ווי די רמב"ם שרייבט די הכרת אהבה דארף מעורר זיין די שטערקסטע יראה... און אויב סאיז פארקערט גאר סאיז א דרך און עבודת השם צו נאכלאזן אלעס און שרייען איי לאוו השם, קען עס דען זיין אמת??
יא מען איז יוצא.

עיין חובת הלבבות. חינוך. עיקרים. ועוד רבים.
ברענג מקורות ביטע נישט עיין עיין עיין!
ווייל די רמב"ם באר מים חים האט מען שוין געברענגט דא זאגן פונקט פארקערט
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
שטארקע אור
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

קשורה בנפשו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 5:11 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:08 pm
קשורה בנפשו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:05 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:03 pm
קשורה בנפשו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:59 pm

צו ער מיינט אמת'דיג ווען ער זאגט ער לאווט האשעם וועט קיינער קיינמאל נישט וויסן.

וואס איך זאג און איך וועל עס איבערזאגן צום זיבעטן מאל איז אז ער האט מעגליך ליב ה' אבער אויב האסטו אים טאקע אזוי שטארק ליב דאן הער אויף אים צו מצער זיין.

אויב קענסטו נישט טוהן די מינימום פאר ה' וואס דו האסט אזוי שטארק ליב דאן דארפט איר איבערארבעטן וואס אייער באדייט פון ליבשאפט איז.
טענו בחיטין והודו בשעורים.

כ'האב גערעדט צו די אהבה איז א אהבה. צו ס'איז א מצווה.

די קומסט מיט א תביעה, וואס זיי זאלן טון מחמת די אהבה. כ'בין מיט דיר.
אוודאי איז עס א מצווה אויב מיינט ער עס אמת'דיג, וואס אפילו די פראגע?

איך האב זיך באצויגן צו די סעקטע וואס שפירן זיך באקוועם מיטן בלויז לאווען האשעם.
קיינער שפירט זיך באקוועם! סתם געהאקט אין קאפ.

די אלע מענטשן דרייען זיך מיט ספיקות. שעים, גילטי פילינגס.

זיי ווילן אלע זיין גוט. זיי האבן פשוט באקומען א שווערערע יצר הרע ווי דיר.
האסט גילטי פילינגס און שעים? דאן פאק איין! פארוואס דארפסטו ארומגיין אויספויקן פאר די גאנצע גאס אז די לאווסט האשעם?

פארוואס לייגסטו ארויף אויף סטעטוס ווי די לייגסט תפילין ביים ים אנעם אויבער-העמד.

דארף די גאנצע גאס מיטהאלטן ווי שוואך דיין אידישקייט איז?

לאוו האשעם. גיי מאך התבודדות. אבער דאס איז צווישן דיר און ה', דאס אויספויקן דיינע חטאים און פרעס אויפן נאמען פון האשעם קוקט נישט אויס ווי גילטי פילינגס אדער שעים ביי מיר.
וויאזוי קוקט אויס גילטי פילינגס און שעים ביי דיר?
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 9:10 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:35 pm
עירין קדישין האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:59 pm

דער פאקט איז. גא-ט האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק. ער האט אונז ליב. דערפאר האט ער אונז געגעבן זעקס הונדרעט אין דרייצן מצוות. מיר זאלן אים דינען, אין די מצוות זאלן אונז הייליגן. אשר קדשנו במצוותיו.

איינער פון די מצוות איז אהבת ה'.

איי וואס דארף עס גא-ט? וואס פעלט אים אויס אז אונז נארישע מענטשן וועלכע זענען טאטאל אנגעהאנגען אויף אים זאלן אים ליב האבן? איך ווייס נישט. ס'איז א מצווה. פינטל.

די שאלה שטעלט זיך אבער. וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש ער זאל ליב האבן גא-ט? ליבע איז א געפיל, קענסט נישט צווינגען א מענטש צו פילן א געוויסע פילינג. פונקט ווי דו קענסט אים נישט צווינגען ליב צו האבן א מאכל.

גאר א שווערע שאלה. די שאלה געפינט מען איבעראל. די תירוצים זענען פארשידנארטיגע. דער סוף פסוק פון אלע תירוצים איז. אז דער מענטש איז מחיוב. אויף א געוויסע וועג, צו אנטוויקלען א ליבשאפט אין זיין הארץ צו גא-ט. וויאזוי? די וועג וויאזוי זיין הארץ שפירט.

דאס הייסט, יעדער מענטש האט אנדערע הרגשים, יעדער האט א הרגש פון אהבה, אבער ביי יעדן ווערט עס געטריגערט אויף א צווייטע וועג. אלזא, יעדער מענטש איז מחיוב צו טרעפן די וועג אין זיך אליינס. וויזאוי ער קען מקיים זיין די דאזיגע הייליגע מצווה.
ר' אלחנן וואסערמאן זי"ע פרעגט די קשיא אויף אמונה און ער ענטפערט אז יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט אמונה (אפילו א גוי)
יעצט, לגבי אהבה איז משמע פון הייליגן תניא אז עס איז אויך אזוי, אז יעדע איד ווערט געבוירן מיט אהבה צום אייבערשטן וזלשה"ק שהיא אהבה מסותרת שבלב כללות ישראל שהיא ירושה לנו מאבותינו עכלה"ק
אבער קוק אריין און אוצר אגרות קודש פון הייליגן מלאך נ"ע און אזוי אויך זעהט מען עס און אסאך ספרים הקדושים ווי למשל יושר דברי אמת
אז עס ארבעט נישט צוזאמען אמת'ע אהבה צום אייבערשטן בשעת וואס מען ליגט און תאוות עוה"ז
און נאך א נקודה וואס ווערט שטארק ארויס געברענגט און אוצר אגרות קודש פונעם מלאך נ"ע
אז די אלע מענטשן וואס מיינען אז זיי האבן אהבה צום אייבערשטן, לעבן און דמיונות ווי ער רופט עס אן "קעלבערנע געפילן"
ליידער ליגן מיר אלע אין תאוות עוה'ז.

נאכאלץ איז דא די מצווה פון אהבת ה'.

דער חינוך איז מרחיב דערין, ווי מער דו לייגסטעך אריין אין עוה'ז, אלץ וייניגער פלאץ האסטו פאר א אהבת ה'.

מיינט נישט אז אהבת ה' איז אויסגעראטן.
זייער גוט געזאגט
עס איז טאקע נישט אויסגעראטן, מען דארף קודם אויפגעבן די תאוות, און נאכדעם קען מען צוקומען צו אהבת ה'
אבער זיך איינרעדן אז מען האט אהבת ה' בשעת וואס מען טינקט זיך און תאוות עוה"ז, איז בלויזע דמיונות
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

תגובה דורך עירין קדישין »

הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:29 pm

מען דארף אויפגעבן אויף אלע תאוות צי ציקומען צו פולע אהבת השם.

אבער ווען א איד געבט אויף טייל תאוות קען ער ציקומען צו אביסל אהבת ה'.

נישט קיין בלויזע דמיונות.
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!

עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:31 pm

געווענליך די אידן וואס זענען פארנומען מיט איי לאוו האשעם געבן נישט אויף קיין תאוות ....

גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

טעלל מי אבאוט די דמיונות. ווער האט תאוות און וויאזוי גיבט מען עס אויף? וויאזוי קומם מען צו צו אהבת השם נאכן אויפגעבן די תאוות?

וואס מיינט זיך טונקן אין תאוות עולם הזה? דזשורקי? געפילטע פיש אויך?

צוקומען צו אהבת השם איז לויט די חובת הלבבות דורך דעם וואס מען איז זיך מתבוננן אין די טובות וואס ער האט געטוהן פאר דיר (כמשל אב לבן.) דאס האט גארנישט מיט וויפיל די מענטש טוט למעשה (אוודאי דארף ער טוהן נאר גוטס, אבער האלט עס עקסטער.)

לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ און לויט וואס עס ארבעט ביי מיר איז פארקערט. אז דורך דעם וואס איך בין מיר מעמיק אין די אמונה פשוטה וואס איך קליינע מענטשעלע האט אז די באשעפער האט מיר ליב, מיין חשבון איז פשוט, חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם. אויב אזוי פארוואס בין איך נאך דא אויף די וועלט נאכדעם וואס איך האב שוין געטוהן אזויפיל עבירות? אלא מאי האט מיר דער אייבערשטער ליב. און אויב ער האט מיר ליב אפי' ווען איך זעה אזוי אויס, וועם דען זאל איך ליב האבן אויב נישט אים???? - קומט אויס אז אויב ער האט מיר ליב, דארף איך נישט קיין ליבשאפט פון קיין צווייטן ווייל ער האט מיר ליב. און דאס איז א שטארקע טול זיך צו שטארקן אויף שלעכטע מחשבות וכ"ו.

הצלחה רבה. (ביטע נעם נישט פרזענדליך.)
אוועטאר
עירין קדישין
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 9:12 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירין קדישין »

הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:35 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:31 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:29 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 9:10 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:35 pm

ר' אלחנן וואסערמאן זי"ע פרעגט די קשיא אויף אמונה און ער ענטפערט אז יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט אמונה (אפילו א גוי)
יעצט, לגבי אהבה איז משמע פון הייליגן תניא אז עס איז אויך אזוי, אז יעדע איד ווערט געבוירן מיט אהבה צום אייבערשטן וזלשה"ק שהיא אהבה מסותרת שבלב כללות ישראל שהיא ירושה לנו מאבותינו עכלה"ק
אבער קוק אריין און אוצר אגרות קודש פון הייליגן מלאך נ"ע און אזוי אויך זעהט מען עס און אסאך ספרים הקדושים ווי למשל יושר דברי אמת
אז עס ארבעט נישט צוזאמען אמת'ע אהבה צום אייבערשטן בשעת וואס מען ליגט און תאוות עוה"ז
און נאך א נקודה וואס ווערט שטארק ארויס געברענגט און אוצר אגרות קודש פונעם מלאך נ"ע
אז די אלע מענטשן וואס מיינען אז זיי האבן אהבה צום אייבערשטן, לעבן און דמיונות ווי ער רופט עס אן "קעלבערנע געפילן"
ליידער ליגן מיר אלע אין תאוות עוה'ז.

נאכאלץ איז דא די מצווה פון אהבת ה'.

דער חינוך איז מרחיב דערין, ווי מער דו לייגסטעך אריין אין עוה'ז, אלץ וייניגער פלאץ האסטו פאר א אהבת ה'.

מיינט נישט אז אהבת ה' איז אויסגעראטן.
זייער גוט געזאגט
עס איז טאקע נישט אויסגעראטן, מען דארף קודם אויפגעבן די תאוות, און נאכדעם קען מען צוקומען צו אהבת ה'
אבער זיך איינרעדן אז מען האט אהבת ה' בשעת וואס מען טינקט זיך און תאוות עוה"ז, איז בלויזע דמיונות
מען דארף אויפגעבן אויף אלע תאוות צי ציקומען צו פולע אהבת השם.

אבער ווען א איד געבט אויף טייל תאוות קען ער ציקומען צו אביסל אהבת ה'.

נישט קיין בלויזע דמיונות.
געווענליך די אידן וואס זענען פארנומען מיט איי לאוו האשעם געבן נישט אויף קיין תאוות ....
געווענליך...

האסט יעצט גענומען א שיכט פון כלל ישראל אין געלעיבלט.

זיי געבן אויף, אפשר נאכמער ווי דיר.

דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען רעדט אזוי אויף אידן.
כ'זאג דיר צו אז דו ווילסט נישט וויסן מיין אנדערע ניק!
אוועטאר
Mr. President
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 12, 2023 8:58 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr. President »

איך פראביר צאם צונעמען די הויפט פונקטן דא, און איך האב א רעדי דרשה פאר שבת שובה.
אוועטאר
Mr. President
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 12, 2023 8:58 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mr. President »

הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:35 pm

געווענליך די אידן וואס זענען פארנומען מיט איי לאוו האשעם געבן נישט אויף קיין תאוות ....
פון ווי נעמסטו דאס?
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

איך מיין אז מען דארף אנקוקן די אלע לאוו השם חברה,
אזוי ווי יענער דארף’ס אינגל וואס האט געבלאזן מיט זיין פייפער’ל ביים בעש”ט אין ביהמ"ד,

אדער ווי די מדרש פארציילט אז עס איז געווען א פאסטיך,
וואס האט נאר געקענט איין ווארט ”טמא” אין דאס האט ער געזאגט א גאנצע טאג,
און ווען איינער האט אים פראבירט אויסצולערנען ער זאל זאגן טהור איז געווען א קפידה אין הימל,

דהיינו עס איז דא א גרויסע נחת רוח אין הימל פון די פשוטע דארף’ס אידן וואס קענען נעבעך נישט עפעס אנדערש,

אבער זאגן אז דאס איז א וועג?
צו אהבת השם?
צו דביקות?
זיכער נישט!
פארקערט עס איז די היפוך פון יעדע השגה רוחני!
לדידן הוו מימא לדידכי לא הוו מימא...

מען דארף וויסן אז אהבת השם איז פון די שש מצוות תמידיות,

אין ווי די בעל התניא איז מסביר,
אז יעדע איד האט א אהבה מסותרת בלבו אין איז זיך גרייט מוסר נפש זיין פאר אייבערשטן,
אין דאס איז די ערשטע דרגה אין אהבה,
מגלה זיין די נקודת המסירות נפש!
אין אזוי איז מען קודם מכניע אלע אהבת הנפילות ע”י הכנעה הבדלה המתקה כידוע מהבעש”ט,
מען צוברעכט די גוף זאל נישט האבן קיין שום אהבת זרים,
אין נאכדעם קען מען זוכה זיין צו אהבת עולם אהבה רבה וכו’,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:47 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:35 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:31 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:29 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 9:10 pm

ליידער ליגן מיר אלע אין תאוות עוה'ז.

נאכאלץ איז דא די מצווה פון אהבת ה'.

דער חינוך איז מרחיב דערין, ווי מער דו לייגסטעך אריין אין עוה'ז, אלץ וייניגער פלאץ האסטו פאר א אהבת ה'.

מיינט נישט אז אהבת ה' איז אויסגעראטן.
זייער גוט געזאגט
עס איז טאקע נישט אויסגעראטן, מען דארף קודם אויפגעבן די תאוות, און נאכדעם קען מען צוקומען צו אהבת ה'
אבער זיך איינרעדן אז מען האט אהבת ה' בשעת וואס מען טינקט זיך און תאוות עוה"ז, איז בלויזע דמיונות
מען דארף אויפגעבן אויף אלע תאוות צי ציקומען צו פולע אהבת השם.

אבער ווען א איד געבט אויף טייל תאוות קען ער ציקומען צו אביסל אהבת ה'.

נישט קיין בלויזע דמיונות.
געווענליך די אידן וואס זענען פארנומען מיט איי לאוו האשעם געבן נישט אויף קיין תאוות ....
געווענליך...

האסט יעצט גענומען א שיכט פון כלל ישראל אין געלעיבלט.

זיי געבן אויף, אפשר נאכמער ווי דיר.

דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען רעדט אזוי אויף אידן.
דעמאלטס רעד מיר אונז פון צוויי אנדערע מיני מענטשן
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

די לייקס אויף די ערשטע צווי תגובות איז א וואוט, ס'האלט שמאל די מצב.
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:37 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:29 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 9:10 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:35 pm
עירין קדישין האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:59 pm

דער פאקט איז. גא-ט האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק. ער האט אונז ליב. דערפאר האט ער אונז געגעבן זעקס הונדרעט אין דרייצן מצוות. מיר זאלן אים דינען, אין די מצוות זאלן אונז הייליגן. אשר קדשנו במצוותיו.

איינער פון די מצוות איז אהבת ה'.

איי וואס דארף עס גא-ט? וואס פעלט אים אויס אז אונז נארישע מענטשן וועלכע זענען טאטאל אנגעהאנגען אויף אים זאלן אים ליב האבן? איך ווייס נישט. ס'איז א מצווה. פינטל.

די שאלה שטעלט זיך אבער. וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש ער זאל ליב האבן גא-ט? ליבע איז א געפיל, קענסט נישט צווינגען א מענטש צו פילן א געוויסע פילינג. פונקט ווי דו קענסט אים נישט צווינגען ליב צו האבן א מאכל.

גאר א שווערע שאלה. די שאלה געפינט מען איבעראל. די תירוצים זענען פארשידנארטיגע. דער סוף פסוק פון אלע תירוצים איז. אז דער מענטש איז מחיוב. אויף א געוויסע וועג, צו אנטוויקלען א ליבשאפט אין זיין הארץ צו גא-ט. וויאזוי? די וועג וויאזוי זיין הארץ שפירט.

דאס הייסט, יעדער מענטש האט אנדערע הרגשים, יעדער האט א הרגש פון אהבה, אבער ביי יעדן ווערט עס געטריגערט אויף א צווייטע וועג. אלזא, יעדער מענטש איז מחיוב צו טרעפן די וועג אין זיך אליינס. וויזאוי ער קען מקיים זיין די דאזיגע הייליגע מצווה.
ר' אלחנן וואסערמאן זי"ע פרעגט די קשיא אויף אמונה און ער ענטפערט אז יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט אמונה (אפילו א גוי)
יעצט, לגבי אהבה איז משמע פון הייליגן תניא אז עס איז אויך אזוי, אז יעדע איד ווערט געבוירן מיט אהבה צום אייבערשטן וזלשה"ק שהיא אהבה מסותרת שבלב כללות ישראל שהיא ירושה לנו מאבותינו עכלה"ק
אבער קוק אריין און אוצר אגרות קודש פון הייליגן מלאך נ"ע און אזוי אויך זעהט מען עס און אסאך ספרים הקדושים ווי למשל יושר דברי אמת
אז עס ארבעט נישט צוזאמען אמת'ע אהבה צום אייבערשטן בשעת וואס מען ליגט און תאוות עוה"ז
און נאך א נקודה וואס ווערט שטארק ארויס געברענגט און אוצר אגרות קודש פונעם מלאך נ"ע
אז די אלע מענטשן וואס מיינען אז זיי האבן אהבה צום אייבערשטן, לעבן און דמיונות ווי ער רופט עס אן "קעלבערנע געפילן"
ליידער ליגן מיר אלע אין תאוות עוה'ז.

נאכאלץ איז דא די מצווה פון אהבת ה'.

דער חינוך איז מרחיב דערין, ווי מער דו לייגסטעך אריין אין עוה'ז, אלץ וייניגער פלאץ האסטו פאר א אהבת ה'.

מיינט נישט אז אהבת ה' איז אויסגעראטן.
זייער גוט געזאגט
עס איז טאקע נישט אויסגעראטן, מען דארף קודם אויפגעבן די תאוות, און נאכדעם קען מען צוקומען צו אהבת ה'
אבער זיך איינרעדן אז מען האט אהבת ה' בשעת וואס מען טינקט זיך און תאוות עוה"ז, איז בלויזע דמיונות
טעלל מי אבאוט די דמיונות. ווער האט תאוות און וויאזוי גיבט מען עס אויף? וויאזוי קומם מען צו צו אהבת השם נאכן אויפגעבן די תאוות?

וואס מיינט זיך טונקן אין תאוות עולם הזה? דזשורקי? געפילטע פיש אויך?

צוקומען צו אהבת השם איז לויט די חובת הלבבות דורך דעם וואס מען איז זיך מתבוננן אין די טובות וואס ער האט געטוהן פאר דיר (כמשל אב לבן.) דאס האט גארנישט מיט וויפיל די מענטש טוט למעשה (אוודאי דארף ער טוהן נאר גוטס, אבער האלט עס עקסטער.)

לויט ווי עס ליגט מיר אין קאפ און לויט וואס עס ארבעט ביי מיר איז פארקערט. אז דורך דעם וואס איך בין מיר מעמיק אין די אמונה פשוטה וואס איך קליינע מענטשעלע האט אז די באשעפער האט מיר ליב, מיין חשבון איז פשוט, חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם. אויב אזוי פארוואס בין איך נאך דא אויף די וועלט נאכדעם וואס איך האב שוין געטוהן אזויפיל עבירות? אלא מאי האט מיר דער אייבערשטער ליב. און אויב ער האט מיר ליב אפי' ווען איך זעה אזוי אויס, וועם דען זאל איך ליב האבן אויב נישט אים???? - קומט אויס אז אויב ער האט מיר ליב, דארף איך נישט קיין ליבשאפט פון קיין צווייטן ווייל ער האט מיר ליב. און דאס איז א שטארקע טול זיך צו שטארקן אויף שלעכטע מחשבות וכ"ו.

הצלחה רבה. (ביטע נעם נישט פרזענדליך.)
פיין און אז די האסט שוין אהבת השם, און די טוישסט זיך נישט קיין כי הוא זה, און נאכמער סווערט בבחינת שלום עלי נפשי איי לאוו האשעם.
ווי אזוי שטימט עס יעצט מיט די דיבורים פון הייליגן באר מים חיים? און פון רמב"ם אז סאיז בהכרח אז אהבת השם ברענגט יראת השם?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

מנחת חינוך
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-06-01 000813.png
Screenshot 2023-06-01 000813.png (90.89 KiB) געזען 658 מאל
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 5:55 pm
מנשה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:52 pm
"הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו". זיי נישט אזוי פארנומען מיט מיר, היט מיין תורה!

דעמאלטס וועל איך וויסן אז דו האסט מיר...
פלעין פארדרייט פשט. קומט ניטאמאל דא אריין.

פשט פון דעי מאמר איז איז א לשון פון בדיעבד, אז הקב"ה זאגט: אז הלואי כאטש יודן האבן מיך פארלאזט - אותי עזבו - זיי טוען נישט מיינע באפעלן אזוי ווי מ'זעט דארט אז וייתר הקב"ה אויף די שלש עבירות, זאלן זיי כאטש לערנען די תורה הקדושה און טון דערין - ותורתי שמרו, ווייל לא וויתר הקב"ה אויף דעיס פארמיאוס'ן די דרך השם. איי אויב טוט ער וואס ער וויל וואס איז שייך צו זאגן אז ער ווייטער פילעווען אין צורה ומצוות?! שהמאור שבה יחזירו למוטב, וכו'. למד תורה שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה.

אויב ס'דא עפעס וואס מ'זעט פון די מימרא איז פארקערט ווי דו ווילסט זאגן, אז דער אויבערשטער וויל א יוד זאל טון אין די תורה ומצות און געדענקען פון אים אפילו ער איז מתובל בעבירות חמורות, שהמאור שבה יחזירו למוטב ומתוך שלא לשמה בא לשמה.
גוט ארויסגעברענגט!
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

קשורה בנפשו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:29 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:19 pm
קשורה בנפשו האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:17 pm
עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:48 pm
דער עולם מישט אין חוש'ט.

האלב עולם האט אדער נישט געליינט מיין ארטיקל, אדער נישט פארשטאנען.

דער אייבערשטער האט געגעבן זעקס הונדערט אין דרייצן מצוות פאר אידן.

אין צוגאב האט ער געגעבן פאר יעדן א גראבע יצר הרע. יעדן'ס יצר שטעלט זיך אויף אנדערע נקודות. לויטן תפקיד פונעם מענטש.

יעדע מצווה איז מחייב יעדן איד, ווי אויך די מצווה פון אהבת ה'.

יעדער פון אונז קען זאגן מי יאמר זכיתי ליבי, גרויסע צדיקים האבן אזוי געזאגט אויף זיך.

דאך, איז עס נישט קיין פטור אויף די מצווה פון אהבת ה'.

דו דארפסט טרעפן אויף א געוויסע וועג מעורר זיין אהבה ביי דיר אין הארץ. הגם ביסט א היפאקריט אין דו רעגסט אים אויף יעדע רגע.

לאמיר דיר פרעגן ברודער, לאמיר זאגן דו שטייסט איין ביי איינעם, דו מאכסט ליצי ליצנות פון אים, דו שעדיגסט זיינע זאכן, דו באצאלסט נישט. דו ווייסט נישט פארוואס, א אינערליכע אינסטיקט טרייבט דיר דערצו.

אין דער בעה'ב געבט דיר ווייטער עסן טרינקען שלאפן, וועסטו אים דען נישט ליב האבן?

סאו. איך האב ליב גאט.
א) א נארמאלער ציווילער פארשוין וואלט עכ"פ פרובירט זיך צו צוריקהאלטן פון שעדיגן די חפצים פון זיין גאסט געבער וואס ער ליבט אזוי שטארק.

א נארמאלער ציווילער פארשוין האט נישט קיין יצר הרע.

ב) שפיר זיך כאטש שולדיג, לאווען די גאסט געבער איז נישט קיין פרי פעס.

שפיר זיך כאטש שולדיג.. טענקיו... ס'איז א תביעה, ס'נעמט אבער נישט אוועק פונעם פאקט אז ער האט אים ליב.

ג) געס וואט דו גאסט געבער גייט אין די ענדע קומען מיט א פעטע ביל פון אלע חפצים וואס דו האסט געשעדיגט, לאווען האשעם איז ווייט פון גענוג, אוי גייט מען פלאקערן פאר די חטאים, ווי א שטיקל בשר בהמה אויפן גריל, די וואס מיינען אז לאווען האשעם געבט זיי א פרי פעס זאלן צום ווייניגסטענס האפן אז די לאוו וועט זיי געבן די זכי' בכלל צו אנקומען אין גהינום.

קיינער מיינט נישט גארנישט, מען פרובירט.
ענטפער נישט מיט היפאקראטיע.

יעדער האט א יצר הרע און יעדער האט נסיונות.

די וועלט זאגט א ווערטל, צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט.

עס קאסט גארנישט צו זאגן אז מען ליבט ה' אבער ווען ער שטייט ווען מיט א שטעקן און דערמאנט דיר אז דו גייסט פלאקערן פאר יעדע עבירה וואלטסטו אים אויך געליבט?

אז דו האסט אים טאקע ליב דאן שטויס נישט, פרוביר צום ווייניגסטענס.
די אשכולות אויף דעם ענין מערן זיך ווי שוואמען נאך א רעגן, אן א צייכן פון אויפהערן.

אנשטאטס אריינגיין אין א לאנגע שמועס פארוואס איך האלט אנדערש, לאמיר דיר פרעגן קלאר און דייטלעך.
וויאזוי ביזטו אזוי זיכער אז זיי פרובירן נישט צו אויפהערן טוהן עברות? וויאזוי ווייסטו צו ער האלט נישט נאכן בוחר זיין בטוב אויף שווערע נסיונות?!?

אן ענטפער וואלט געווען עפרישיעטעד. אבער איין תירוץ וויל איך נישט הערן, ענטפער מיר נישט אז ער דריידט זיך ארום העפי גא לאקי נאכן טוהן וואס ער דארף נישט, דיין אינגל שרייט אויך ''ס'גייט מיך נישט אן'' בשעת ער וויינט אז ער איז אראפגעפאלן פון זיין בייק.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע: אין באשעפער'ס הענט

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:30 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:29 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:08 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:00 pm
צ"ק

איך קאנעקט צו ג-ט מיטן עסן נבילה, געפעלטער??

מאכט סענס?
קליין קעפיק דו

עס איז דא א תורה מיט א שולחן ערוך
רעפ איז אסור
איך וואלט נישט אדאפטירט די רעפ סטייל, אבער וואס איז די בסיס פון דעי איסור פון וואס דו רעדסט?
איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, אבער דער וועג וויאזוי דער שלחן ערוך לייגט אראפ אז א איד דארף זיך פירן (אראפגעבויגענע קאפ, אנדערש ווי דער גוי, וכו,) מיט דער געפילן וואס רעפ ברענגט אריין אינעם מענטש, גייען נישט צוזאמען. זוי מייניך...

צו דער אינגערמאן, בחור וואס דער באשעפער האט געגעבן שווערע נסיונות און ער זינגט אויף רעפ Hashem I love you טוט א נחת רוח פארן באשעפער?! מסתם אויך.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

הייליגע טאטע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:09 am
ספר החינוך
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

עירין קדישין האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 10:47 pm

געווענליך...

האסט יעצט גענומען א שיכט פון כלל ישראל אין געלעיבלט.

זיי געבן אויף, אפשר נאכמער ווי דיר.

דער אייבערשטער האט פיינט ווען מען רעדט אזוי אויף אידן.
שטארקע סך הכל די זולל וסובב זיי האבן ליב דעם אויבשטער זיי זענען גוט אין מען טאר זיי נישט בארערדן
נאר אז איינער רייסט זיי אראפ דער איז משוקץ אין דער אויבשטער האט אים פיינט, פלוצלונג האב מער צירוק א פיינטליכער באשעפער,
רבותי איינער האט עפעס נייעס אויסער דעם
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:37 am
גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:30 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:29 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:08 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:00 pm
צ"ק

איך קאנעקט צו ג-ט מיטן עסן נבילה, געפעלטער??

מאכט סענס?
קליין קעפיק דו

עס איז דא א תורה מיט א שולחן ערוך
רעפ איז אסור
איך וואלט נישט אדאפטירט די רעפ סטייל, אבער וואס איז די בסיס פון דעי איסור פון וואס דו רעדסט?
איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, אבער דער וועג וויאזוי דער שלחן ערוך לייגט אראפ אז א איד דארף זיך פירן (אראפגעבויגענע קאפ, אנדערש ווי דער גוי, וכו,) מיט דער געפילן וואס רעפ ברענגט אריין אינעם מענטש, גייען נישט צוזאמען. זוי מייניך...

צו דער אינגערמאן, בחור וואס דער באשעפער האט געגעבן שווערע נסיונות און ער זינגט אויף רעפ Hashem I love you טוט א נחת רוח פארן באשעפער?! מסתם אויך.
סא ממעג מער נישט טאנצן ביי חתונות ווייל די קאפ הייבט זיך אויף
פאברעציר מיר נישט דא קיין נייע אסורים
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:45 am
יהודה אריה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:37 am
גראז האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:30 pm
לאנטש טיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:29 pm
קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:08 pm

קליין קעפיק דו

עס איז דא א תורה מיט א שולחן ערוך
רעפ איז אסור
איך וואלט נישט אדאפטירט די רעפ סטייל, אבער וואס איז די בסיס פון דעי איסור פון וואס דו רעדסט?
איך ווייס נישט אויב עס איז דא א קלארע הלכה אויף דעם, אבער דער וועג וויאזוי דער שלחן ערוך לייגט אראפ אז א איד דארף זיך פירן (אראפגעבויגענע קאפ, אנדערש ווי דער גוי, וכו,) מיט דער געפילן וואס רעפ ברענגט אריין אינעם מענטש, גייען נישט צוזאמען. זוי מייניך...

צו דער אינגערמאן, בחור וואס דער באשעפער האט געגעבן שווערע נסיונות און ער זינגט אויף רעפ Hashem I love you טוט א נחת רוח פארן באשעפער?! מסתם אויך.
סא ממעג מער נישט טאנצן ביי חתונות ווייל די קאפ הייבט זיך אויף
פאברעציר מיר נישט דא קיין נייע אסורים
ער האט דעס נישט געזאגט אין די ווייסט עס
לייגסט צו ווערטער כדי אים צו קענען אוועק מאכן
ער האט געזאגט רעפ שטימט נישט מיט ווי אזוי אידיש קינד דארף זיך אויפירען, שטימט נישט מיט בכל דרכך דעהו, מיט ווי זיין התנהגות דארף זיין אין אלגעמיין לויט די שלחון ערוך, אויבן אויף ווי אזוי אונז קען מיר די שלחן ערוך איז ער לכאורה גערעכט, האלסט אז ער איז נישט גערעכט קענסט מסביר פארוואס נישט אדרבא כל הכבוד

אבער צו שרייבן כאילו ער האט געזאגט מען טאר נישט אויפהייבן די קאפ ביים טאנצן איז סתם געהאקט און חוזק געמאכט
גם אתה יכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם אתה יכול »

ווי זינגט אלעזר ליפא'לע, כ'געדענק שוין נישט די גענויע ווערטער, 'קודם מאכט מען אים אויס איד נאכדעם איז אים שוין א מצוה צו בארעדן'.

דער יעניגער וואס גייט מיט א שיינע העמעד, דער יעניגער וואס האט פארשלייערט דעם וואלענער טלית, דער יעניגער וואס די בארד איז אים באשערט, דער יעניגער וואס טשילט און שטעכט מיר אויס די אויגן, זאל ער מיר נאר נישט תשובה טון.

ס'איז מיר אסאך גרינגער צו האלטן אז יענער איז א באמאק, ס'איז מיר אסאך גרינגער אויפן הארצן ווען יענער רעדט נישט צו מיין באשעפער.

אוי וואס טוט מען דא, ער האט לעצטנס אנגעהויבן ליבן השי"ת, אן אור האט זיך אים ברייט צועפנט אין הארצן, ער הערט נישט אויף רעדן צו השי"ת, עס מאכט מיר טשילס.

ס'טוט וויי, ער זיצט ביי א גמרא און האקט נאך שטיקער און צייט וואס איך שטיפ די צייט אינעם הייסן בור.

נישטא קיין אנדערע עצה נאר צו אפירזוכן פון אונטער די ארבל א שיינער פשט פארוואס דער יעניגער איז מער נישט מזרע ישראל און אזוי וועל איך מער נישט דארפן קאמפיטען מיט אים.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:35 pm
עירין קדישין האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 9:59 pm

דער פאקט איז. גא-ט האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק. ער האט אונז ליב. דערפאר האט ער אונז געגעבן זעקס הונדרעט אין דרייצן מצוות. מיר זאלן אים דינען, אין די מצוות זאלן אונז הייליגן. אשר קדשנו במצוותיו.

איינער פון די מצוות איז אהבת ה'.

איי וואס דארף עס גא-ט? וואס פעלט אים אויס אז אונז נארישע מענטשן וועלכע זענען טאטאל אנגעהאנגען אויף אים זאלן אים ליב האבן? איך ווייס נישט. ס'איז א מצווה. פינטל.

די שאלה שטעלט זיך אבער. וויאזוי קען מען פארלאנגען פון א מענטש ער זאל ליב האבן גא-ט? ליבע איז א געפיל, קענסט נישט צווינגען א מענטש צו פילן א געוויסע פילינג. פונקט ווי דו קענסט אים נישט צווינגען ליב צו האבן א מאכל.

גאר א שווערע שאלה. די שאלה געפינט מען איבעראל. די תירוצים זענען פארשידנארטיגע. דער סוף פסוק פון אלע תירוצים איז. אז דער מענטש איז מחיוב. אויף א געוויסע וועג, צו אנטוויקלען א ליבשאפט אין זיין הארץ צו גא-ט. וויאזוי? די וועג וויאזוי זיין הארץ שפירט.

דאס הייסט, יעדער מענטש האט אנדערע הרגשים, יעדער האט א הרגש פון אהבה, אבער ביי יעדן ווערט עס געטריגערט אויף א צווייטע וועג. אלזא, יעדער מענטש איז מחיוב צו טרעפן די וועג אין זיך אליינס. וויזאוי ער קען מקיים זיין די דאזיגע הייליגע מצווה.
ר' אלחנן וואסערמאן זי"ע פרעגט די קשיא אויף אמונה און ער ענטפערט אז יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט אמונה (אפילו א גוי)
יעצט, לגבי אהבה איז משמע פון הייליגן תניא אז עס איז אויך אזוי, אז יעדע איד ווערט געבוירן מיט אהבה צום אייבערשטן וזלשה"ק שהיא אהבה מסותרת שבלב כללות ישראל שהיא ירושה לנו מאבותינו עכלה"ק
אבער קוק אריין און אוצר אגרות קודש פון הייליגן מלאך נ"ע און אזוי אויך זעהט מען עס און אסאך ספרים הקדושים ווי למשל יושר דברי אמת
אז עס ארבעט נישט צוזאמען אמת'ע אהבה צום אייבערשטן בשעת וואס מען ליגט און תאוות עוה"ז
און נאך א נקודה וואס ווערט שטארק ארויס געברענגט און אוצר אגרות קודש פונעם מלאך נ"ע
אז די אלע מענטשן וואס מיינען אז זיי האבן אהבה צום אייבערשטן, לעבן און דמיונות ווי ער רופט עס אן "קעלבערנע געפילן"
א הייליגקייט! איך וויל דיר צאמקישן! עס איז א שטארקע חיזוק און גרויסע קידוש השם ווי פשוט'ע אידן לערנען און פילעווען נאך אין די הייליגע - אוט אוו סטייל - ספרים המונחין בקרן זויות, עס איז באמת דערפרישענד אז די אומפאפולערע קדושי עליון און זייער ספרים גילטן נאך היינט צוטאגס, און עס זענען דא אידן וואס פראבירן זיך צו האלטן הייליג און ריין במסורת אבות אן קיין התחדשות און קרימע אויפגעקלערטקייט איבער די אלטע אויסגעטראטענע וועג שמסרו לנו רבותנו מדור לדור. אה די הייליגע בריוון פונעם מלאך, פון הקדוש ר' אלחנן וואסערמאן, די שטייפע אומבויגזאמע וועג זייערע וואס זיי האבן אפגעשריבן שיהיו לעינים לנו, וואויל איז דיין חלק!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ס'איז פארהאן מענטשן וואס זעהן אינעם באשעפער עפעס א כח, א מעכטיגער קראפט וואס האט אונז אראפגעשאסן אויף דעם וועלט מיט תורה וממצוות, שכר ועונש, גלות וגאולה, רע וטוב, ייצר טוב וייצר הרע, איד גוי, פרום באם, גוט שלעכט, שווארץ ווייס. די מענטשן פרובירן ס'מערסטע צו זיין אויף די גוטע זייט לויט זייער פארשטאנד מחמת שכר ועונש צו אויף די וועלט צו אויף יענע וועלט. זיי וועלן אויך גלייבן אז אלעס איז באשערט, אלעס איז גוט, אלעס איז לטובה, אלעס איז אלקות אבער דאס איז אזא "אויך" זאך. זיי וועלן דאס טראכטן מזמן לזמן, אפאר מאל אינמיטן שמו"ע, ווען מ'רעדט דערפון, ווען מ'פארציילט א מעשה, ווען מ'האט א דורכפאל און מ' וויל זיך בארואיגן א. א. וו.

בעיקר לעבן זיי א לעבן פון די באשעפער דער איינטיילער, דער וואס האט א טוץ מיט הלכות, מינהגים, ענינים, חיובים, איסורים לויט שו"ע, פוסקים אחרונים, חסידית, וויאזוי די רבי ז"ל האט זיך געפירט וכהנה, דעס איז זיין דיפאלט קשר צו אלקות און די פאקט אז דער אויבערשטער האט אים ליב, פארשטייט אים, גלייכט אים וויאזוי ער איז און די סארט ענינים איז אזא צוגאב'דיגן צוקער' ל וואס מ'נוצט מזמן לזמן ווייל למעשה זעהט מען דאס אין געוויסע ספרים.

לעומת זה איז פארהאן אנדערע וואס זעהן אין דאס ווארט באשעפער עפעס א מעכטיגער כח פון באשאפן א קאמפליצירטע וועלט וואס מאכט נישט קיין סענס, איך פארשטיי נישט וואס ער וויל, וואס וויל ער פון אידנטום אנדערש פון גוים, פון ארטאדאקסן אנדערש פון רעפארמער, פון חסידים ווס ליטאים, פון פרומע קאמפערד צו באמעס. איז טאקע מיין חסידות בעסער ווי דאס אנדערע? מיין זיידעס מינהגים איז עפעס די זאך? יעדער איז גוט יעדער איז וואויל אויך איך בין גוט און וואויל, טיף טיף וויל דאך יעדער זיין גוט, און יעדער איז דאך באמת גוט. גוט מיינט דאך גוט און שלעכט מיינט אויך גוט, די ייצר טוב איז גוט און די ייצר הרע איז אויך א יצירה של הקבה, דער אויבערשטער האט מיך נישט באשאפן צו קענען גיין עים גיהנום און נישט באשאפן א ריזיגע וועלט בלויז אז רוב דערפון זאלן קענען שלעכט אפשניידן. אלעס האט א חשבון און אלעס איז לטובה, אויך מיינע יסורים איז לטובה און איך גלויב אז כ'וועל עס אמאל זעהן. למעשה האט ער "אויך" באשאפן תורה וממצוות חוקים ומשפטים מנהגים און קאמינוטי סטאנדארדס, איך פארשטיי אז ער וויל דאס "אויך", איך פרוביר דא און דארט און ער זעהט ווי איך פרוביר, ער פארשטייט מיך און גלייכט מיך, איך האב אים ליב ער האט מיך ליב, מיר ביידע ליבן יעדעם, דאס וועלט דא קען נישט זיין א בעסער וועלט. די צרות זענען בעצם גוט און ווען משיח וועט קומען וועט זיין נאך בעסער, מ'וועט מער נישט ליידן, יעדער וועט לעבן גוט מיט יעדן, יאמי!

זיי זעהן מער ווייניגער דעם באשעפער ווי זייער בעסט פרענד, ער פארלאנגט טאקע זאכן דא און דארט און איך גיב אים טאקע נאך אבער דאס איז אפאר מאל אין טאג, אינמיטן שמו"ע, איך לערן אביסל, א שמירת עינים ערגעץ, א חסד, כיבוד אב ואם א. א. וו. דאס ווארט באשעפער מיינט די געטלעכע גרויסע כח פון גוטסקייט מיט עפעס אומפארשטענדלעכע מהלך פון געבאטן מיט שטראפן וואס איך פרוביר אריינצוטשעקן ווי איך קען.

די חילוק פון די צוויי איז נישט לאגיש, דאס איז אביסל די חילוק וויאזוי זיי זעהן די בריאה, טייל מער קאנסערוואטיוו אנדערע מער ליבעראל.

ס'איז דא א וועלט מיט סיבות פון טבע ראשון ושני ביז צו קורצזיכטיגע נגיעות וואס מאכט מענטשן מער זיין אזוי צו אזוי. קיין אייוועלט תגובות וועט דאס נישט בייטן.

במידה מה, ליגט אין דעם די אלטע סתירה פון ידיעה ובחירה וואָס די מענטשליכע מוח קען דאס נישט געהעריג צוזאם נעמען. מ'ווייסט אז מ'דארף גלייבן אין ביידע, טייל וועלן לעבן בעיקר מיט ידיעה און אריינטשעקן אין בחירה דא דארט ווייל למעשה שטייט דאס אזוי אין די ספרים.

אנדערע וועלן לעבן מיט בחירה און אלעס אנקוקן פון דעם פריזאם, דא דארט זיך מחזק זיין מיט ידיעה ווייל למעשה שטייט דאס אזוי אין ספרים אבער זיין עיקר קשר צו העכערס איז דורך פאלגן וואס מ'דארף טוהן נאנ סטאפ און קוקן וואס/ווער איז גוט אדער שלעכט.

די ריכטיגע באלאנס איז נישט מעגליך צו עררייכן, די ציהל פון לעבן איז צו פאקוסירן אויף ביידע כאטש וואס ס'איז אוממעגליך צו עררייכן ביידע. די געראנגל איז די ציהל.

יעדער, מעג זיך אנקוקן פארוואס ער האלט וואס ער האלט און וואס ער קען/דארף טוהן מער זיך צו פילעווען אין די אנדערע בליק, צוליב וואס ביידע זענען אמת ויציב. פארדעם איז דא ספרים אנע שיעור און פארשטיי זיך אז מ'האט א מורה דרך איז געוואלדיג.

נישטא קיין שום קלארע מהלך וויאזוי צו מאכן א קליער-קאט ארגומענט ווי איינע פון די זייטן גייען זאגן: אה דאס? דעס איז א חידוש, איך האלט טאקע אז מיין ביז איצטיגע בליק אויף די נושא און מיין מהלך החיים איז געווען גרייזיג. מהיום והלאה מאך איך דיך נאך קאפי פעיסט.

איטס נאט העפענינג רבותי.

פרעגסט מיך? דאס קעפל שמעקט נישט וויאזוי ערליכע אידן נישט פון אמאל אדער פון היינט רעדן.

מ'קען זיך מקשר זיין צום אויבערשטען דורך כח הנגינה און מ'קען זיך קאנעקטן צו גא-ט דורך רעפ. די צוויי זענען ווייט איינס פון צווייטן פון הודו ביז כוש.
קשורה בנפשו
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: כ'קאנעקט צו גא-ט אויף רעפ! געפעלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

די אשכול פארט אין רונדעס יעדע בלאט מיט די זעלבע אינהאלט אויף אן אנדערע וועג געשריבן.

יא ליב, נישט ליב, שגץ ארויס, שגץ אריין, יא אהבה, נישט אהבה, לאווט יא, לאווט נישט.

איימעניט וואס באדייט דאס ווארט לאוו? וואס איז די קאנצעפט פון אהבה? פון ווי ווייס איך אז איינער ליבט איינעם באמת?

אלזא, ניתי ספר ונחזי, וואס האט א נארמאלער פארשוין דאס מערסטע ליב? רוב רובם וואלטן ג'ענטפערט, זייערע קינדער, זיי זענען גרייט צו טוהן כל דבר שבעולם פאר זייער קינד צו פאר די בני בית.

א מענטש וועט גיין אסאך איבעריגע מיילן לטובת די זאך וואס ער ליבט.

יעדער פארשטייט אז אויב וועט איינער שטויסן זיין ווייב טעגליך אפילו ער וועט שרייען און וויינען און טאנצן אויף רעפ ווי שטארק ער לאווט איר און עכט וויל ער איר נישט וויי טאן וועט מען אים זאגן, ביטע פירט אייך אויף ווי א נארמאלער פארשוין סטאפ שטויסן און הייב אן לעבן מיט איר ווי א נארמאלע ציווילער פארשוין, איי ער וועט שרייען כ'וויל עס עכט עכט עכט נישט טוהן, אהה ווילסט עס נישט טוהן, אקעי, גיי צו איר בעהט פון איר מחילה זאג איר ביסט דורכגעפאלן גייסט ארבעטן אויף דיר און באמת מיינסטו עס נישט.

אבער ווי פיינפול איז דאס ווען זיין ווייב טרעפט זיך א חודש שפעטער און אודך דער שור המועד שטויסט ווייטער אבער דאס איז נישט דער עיקר זי ווערט נאך געוואר פון אנדערע אז דער פארציילט אין בית המדרש ווי שטארק ער האט הנאה פון איר שטויסן ער פארשפרייט ברבים בילדער ווי ער שטויסט איר וכ'ו, דאס איז געווען דער שטרוי וואס האט צובראכן דעם עלעפאנדס ריקן, איך בין נישט קיין נאר מיר וועסטו נישט פארקויפן קיין שטותים, ווי אזוי קענסטו זאגן אז דו לאווסט מיר?!

אהבה צו ה' איז צום ווייניגסטענס נישט אנדערש ווי אהבה צו א בשר ודם עס פעלן נישט אויס קיינע הסברים.

@עירין קדישין האט געברענגט א פאסיגע משל פון אן אורח וואס צוברעכט די חפצים פון זיין ברייטהארציגע גאסט געבער און עס איז נישט קיין סתירה צו זיין ליבשאפט צום גאסט געבער.

מעגליך אז דער אורח האט טאקע שטארק ליב דעם גאסט געבער אבער דעס איז כו"ע מודה אז דער פארשוין איז ערענסט משוגה און מען ברויך אים פיטערן די כדורים.

דאס זעלביגע איז מיטן לאוו האשעם מאוומענט, מעגליך איז אמת אז איר לאווט האשעם, אבער איר זענט קראנק, פון וואנעט נעמט איר די חוצפה צו עס אויספויקן ברבים?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”