מיט א צווייטע בליק

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: מיט א צווייטע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

יישר כח. איך וועל פרובירן וואס די שרייבסט.

זאג נאר. א שטילע ביהמ״ד, שבת אינדערפרי, וואס די פיסלעך פון די אייזערנע טישן גראדשען די טיילס מיט דראפט, ווען מען ריקט זיי צוריק צום פלאץ נאך די נעכטיגע באטע, צו דעם קען מען זיך אויך צוגעוויינען? ווייל איך האלט דאס נישט אויס.
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: מיט א צווייטע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

אנטשולדיג פארן דיר שטערן לערנען. כ'האב באמת נישט געכאפט.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
וועלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2022 3:17 pm
לאקאציע: אינעם טאפ

Re: מיט א צווייטע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלוועלע »

פייבל שרגא האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 10:06 pm
יישר כח. איך וועל פרובירן וואס די שרייבסט.

זאג נאר. א שטילע ביהמ״ד, שבת אינדערפרי, וואס די פיסלעך פון די אייזערנע טישן גראדשען די טיילס מיט דראפט, ווען מען ריקט זיי צוריק צום פלאץ נאך די נעכטיגע באטע, צו דעם קען מען זיך אויך צוגעוויינען? ווייל איך האלט דאס נישט אויס.
אפשר אז מען איז מנדב מער געלט פאר'ן בית מדרש וועט עס נישט מאכן קיין קולות...
מ'לעבט נאר פאר הונדערט אין צוואנציג יאר!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מיט א צווייטע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

ווארניטשקע האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 2:08 pm
ס’האט גענומען גענוג לאנג, דאס צוזאמקלייבן אלע חפצים, און אלע קינדער, ביז מ’איז שוין ענדליך אויפ’ן וועג... מ’פארט....

פאר מוישעלע איז דאס ארויספארן פון זייער היימשטאט געווען, אזויווי מ’פארט צום מדבר.
ווייל ווען ער האט געזען ביימער מיט ביימער, און האט נישט געזען קיין מענטשן - נאר קאר’ן - איז ער שוין נמאס געווארן אזוי שנעל פון בלויז פארן.

ס’האט געהייסן מ’פארט ערגעץ ווייט, לצורך רפואה, און מוישעלע האט דאס ווייניג געשמעקט, אבער די טאטע האט געוואוסט אז דאס איז קריטיש וויכטיג פאר זיין קינד.

און מוישעלע האט געוואוסט אז ער מוז דאס אריבערגיין, און אנקומען - און דעם לאנגער וועג צוריק אהיימקומען.
ווען קומט מען שוין אן?
האט מוישעלע געפרעגט זיין טאטע, ווען ס’איז קוים אריבער א האלבע שעה פארן.

און ווען זיין טאטע האט עהם געזאגט, אז ס’וועט נאך נעמען א צייט; איז מוישעלע געווארן מוטלאז, ווייל עהם האט אויסגעקוקט אט די האלבע שעה, ווי ס’איז שוין פינעף שעה.

און ווען ס’שוין געווען פינעף שעה באמת, און מוישעלע איז שוין אפילו אין די צייט געשלאפן, געגעסן, און אויך שלום געמאכט מיט די מציאות - אז ס’נעמט צייט... אבער אזוי... לאנג.

טאטע.... ווען?..
נאך אביסל מוישעלע....
אוי, טאטע ווען?....

מוישעלע איז שוין געווארן איבערמיטיג, און מיואש, און אויפגערעגט, און אנגעהויבן וויינען פון מידיקייט און שוואכקייט, און נערוועזקייט, און לאנגווייליגקייט.
פארוואס געדויערט עס אזוי לאאאאאנג.... טאטי!

וואס קען איך טון מוישעלע, איך קען נישט מאכן די וועג קורצער, איך קען דיר נאר זאגן, אז מ’האלט שוין נענטער ווי ווייטער.
האסט דאס שוין געזאגט פריער, און ס’איז שוין זייער לאנג.

יא אמת, יעצט האלט מען שוין טאקע נאך נענטער.

אוי טאטע - אין הימל, ווען?
ווען וועט שוין זיין לעכטיג? קרב יום!

ס’ווערט נענטער.

אבער ווען ווען ווען???
שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”