א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

וועגן די שעה'ן צווישן פליישיג און מילכיג, ווער ווייס נאך אלס היינט וואס איז איינגעפירט געווען ? וויפל שעה'ן ? 3 ווי אין אשכנז אדער שוין 6 כמנהג פולין ?

וויאזוי פלעגט מען האלטען דארטן די מנהגי אבילות פון דער ספירה ? פון חוה"מ פסח ביז ל"ג בעומר כמנהג פולין, צו פון ר"ח אייר ביז ג' ימי הגבלה כמנהג אשכנז ?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

א גריס אייך פון אייזענשטאט, כבין נארוואס דארטן געווען ביי קברי אבות.

די 3 שעה קולא איז בפשטות נישט קיין אלגעמיינע מנהג אשכנז, אין קיצור שו”ע שטייט 6 שעה, סאיז באקאנט די מעשה מיטן חתם סופר וואס האט געוואלט מתיר זיין דאס עסן מילכיגס נאך 5 שעה אויב איז מען געשלאפן (כמדומה אז להלכה האלט ער לקולא, ביטע קוקט איבער בעפאר). צווישן מילכיגס און פליישיגס מיינעך איז געווען לייכטער, עכ”פ אין קיצור שו”ע שטייט נישט אז מדארף ווארטן נאר מאכן קינוח והדחה, אין זוהר שטייט איבער ווארטן א שעה, די מקור צו די מנהג פשוט צו ווארטן א האלבע שעה ווייסעך נישט.

די 3 שעה קולא ווייסעך נישט אויב איז א מנהג בני ריינוס פ”פ וכו’ צו סאיז גאר א לעצטערע קולא פון די מער מאדערענע יעקעס. שטארק יתכן אז סגייט נאך צוריק צו שטארקע מקורות אבער אין אויבערלאנד איז דאס נישט געווען אנגענומען, מדארף קענען צווישנשיידן צווישן די מנהגי ריינוס (יעקעס) און מנהגי עסטרייך (אויבערלאנד).

די מנהג אבילות אין ספירה דוכט זיך הייבט זיך אן ראש חודש. אין קיצור שו”ע שטייט ביידע מנהגים און שרייבט אז מזאל נישט משנה זיין פון די מנהג המקום.
פון וואנעט נעמט איר אז דאס איז א מנהג פולין (דהיינו מנהג קדום, מכונה מנהג אושטרייך)? מיך דוכט זיך אז דאס איז א מנהג ספרד.. פאר קלארקייט וואלט איך קודם געזוכט א בפירושע מקור.
תרתי לחומרא להלכה האבעך נישט געטראפן, מסתמא איז עס פשוט אלץ ”לא תתגודדו” ווייל טייל פירן זיך אזוי און טייל פירן זיך אזוי.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)

דער מכון איז גאר אינפארמאטיוו אויף די אלגעמיינע אשכנז מנהגים

זעה דא
https://moreshesashkenaz.org/he/guide
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:33 pm

ייש"כ אייך ! אייזענשטאדט, עיר הבירה דז' הקהילות החשובות ! ר' ישראל דוד שלעזינגער (פון מאנסי) 'ס זיידע, ר' מרדכי יפה-שלעזינגער איז דארטן געווען אב"ד, אזויווי ר"ע עזריאל הילדעסהיימער פריער, און אויך פלאץ געבורט פון ר' שלמה פישער אב"ד קארלסבורג
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

וואס רופט איר אן מאדערנע יעקעס ? די נעא ארטהאדאקסן אזויווי די קהילות פון ר"ע הילדעסהיימער אין בערלין און רשר"ה אין פפד"מ ?

אינטערעסנאנט די אויבנדערמאנטע מעשה מיטן ח"ס, ער איז דאך געווען פון אלטע פראנקפורטישע משפחה, פארוואס האט ער נישט געהאלטן און געפסקנט אז 3 שעה איז גענוג כמנהג ריינוס ?
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

איך ווייס אויך אז אין ק"ק מט"ד איז געווען איינגעפירט צו דאווענען מנחה ומעריב בחדא מחתא און גלייך נאכן קדיש שלם שלאחר תחנון פלעגט מען אנפאנגען מעריב נאך אלס פארן צאת הכוכבים (חוץ מימי הספירה). (אזוי שטייט עס אין דער פתיחה לספר תפארת אהרן געשריבן דורך ר' ישראל טויסיג פון מא"ש).

שאלתי : איז אזוי איינגעפירט געווען אין די אללע ז' קהילות און אים אויבערלאנד ?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:21 pm

די מנהג שטייט שוין אין לבוש, ער זאגט אלץ טירחה דציבורא. קיין קפידה איז עס זיכער נישט.
סתם אלץ נ.ב. רוב אויבערלענדער מנהגים ווערן נאכגעברענגט אין לבוש און אליהו רבה
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 3:43 pm
וואס רופט איר אן מאדערנע יעקעס ? די נעא ארטהאדאקסן אזויווי די קהילות פון ר"ע הילדעסהיימער אין בערלין און רשר"ה אין פפד"מ ?
יא

מדארף קענען פונאנדערטיילן זייער מאדערנקייט פון זייער הייליגע מסורה און נוסחאות וואס גייט נאך צוריק צו די בעלי תוספות. חוץ א מעשה וואס זייער ערליכקייט איז אויכעט גארנישט אוועקצומאכן, טראצדעם וואס שטודירן איז עפעס וואס איז ביי אונז תלמודי חת"ס חזיר טריף.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:35 pm

חזיר טריף - דער אויסדריק איז אביססעל שארף, איר שטאמט דאך פון א"ש :

א. ר' עקיבא פישער אב"ד טעט, מתלמידי הרב ח"ס האט געשיקט זיינע דריי זינען קיין א"ש צו ר"ע הילדעסהיימער'ס ישיבה וואס כידוע פלעגט מען א ביססעל שטודירן צוויי שעה א טאג. זיין זון ר' עמרם פישער אב"ד יינק איז געוארען אן איידעם בי ר' זוסמאן סופר פון פאקש (גרויסער קנאי וממעריציו של הרה"ק מצאנז). (עיי' ספר משפ' פישער)

ב. דער בעל "עטרת משה" פון מאקאווא. זיין טאטע און זיינע צויי ברידער (שלשתם בני ר' ליב לבוב - לעמבערגער) זעננען געפארן פון אונגארן ביז פפד"מ צו לערנען ביי ר' שלמה זלמן ברייער ז"ל, רשר"ה 'ס איידעם (ומתלמידי המובהקים של הרב כת"ס) (עיי' אהלי שם ערך על ר' מענדל למברגר)

ג. ר' ישראל פריינד איז אויך געווען א תלמיד פון ר' ש"ז ברייער אין פפד"מ. ער איז געווארן אן איידעם ביי ר' משה דוד סופר פון סאסרעגען בנו של בעל מח"ח (מגדולי הקנאים). (עיי' אהלי שם ערך עליו)

ד. ר' טוביה כ"ץ פישער אב"ד סארוואש איז אויך געווען א תלמיד פון ר' שלמה זלמן ברייער אין פפד"מ (עיי' אהלי שם ערך עליו)

ה. ר' חיים יוסף פאללאק, דער מבאר און ארויסגעבער פון דאס ניי דער עקידת יצחק (בעל העקדה), מתלמידי הח"ס און זייער א שטודירטער מענטש כמבואר מביאורו על העקדה

חוץ פון דעם, מסכים מיט אייך, איז טאקע געווען אינטערעסאנטע קולות אין די צייטן פון די רע"ה און רש"רה אין אשכנז, אזויווי למשל זינגען ביים שבת טיש יינגעלעך און מיידעלעך צוזאמען משום דתרי קלי לא משתמעי (אזוי ווערט אראפגעבראכט אין תשובות שרידי אש פון ר' יחיאל יעקב וויינבערג זצ"ל. די תשובה איז גשעריבן גאווארן צו ר' אברהם דוד הורוויץ, דער שטראסבורגער רב, ר' מענעדל האגער'ס שווער זצ"ל)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 5:17 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:35 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: מיטוואך מאי 10, 2023 3:43 pm
וואס רופט איר אן מאדערנע יעקעס ? די נעא ארטהאדאקסן אזויווי די קהילות פון ר"ע הילדעסהיימער אין בערלין און רשר"ה אין פפד"מ ?
יא

מדארף קענען פונאנדערטיילן זייער מאדערנקייט פון זייער הייליגע מסורה און נוסחאות וואס גייט נאך צוריק צו די בעלי תוספות. חוץ א מעשה וואס זייער ערליכקייט איז אויכעט גארנישט אוועקצומאכן, טראצדעם וואס שטודירן איז עפעס וואס איז ביי אונז תלמידי חת"ס חזיר טריף.
חזיר טריף - דער אויסדריק איז אביססעל שארף, איר שטאמט דאך פון א"ש :

א. ר' עקיבא פישער אב"ד טעט, מתלמידי הרב ח"ס האט געשיקט זיינע דריי זינען קיין א"ש צו ר"ע הילדעסהיימער'ס ישיבה וואס כידוע פלעגט מען א ביססעל שטודירן צוויי שעה א טאג. זיין זון ר' עמרם פישער אב"ד יינק איז געוארען אן איידעם בי ר' זוסמאן סופר פון פאקש (גרויסער קנאי וממעריציו של הרה"ק מצאנז). (עיי' ספר משפ' פישער)

ב. דער בעל "עטרת משה" פון מאקאווא. זיין טאטע און זיינע צויי ברידער (שלשתם בני ר' ליב לבוב - לעמבערגער) זעננען געפארן פון אונגארן ביז פפד"מ צו לערנען ביי ר' שלמה זלמן ברייער ז"ל, רשר"ה 'ס איידעם (ומתלמידי המובהקים של הרב כת"ס) (עיי' אהלי שם ערך על ר' מענדל למברגר)

ג. ר' ישראל פריינד איז אויך געווען א תלמיד פון ר' ש"ז ברייער אין פפד"מ. ער איז געווארן אן איידעם ביי ר' משה דוד סופר פון סאסרעגען בנו של בעל מח"ח (מגדולי הקנאים). (עיי' אהלי שם ערך עליו)

ד. ר' טוביה כ"ץ פישער אב"ד סארוואש איז אויך געווען א תלמיד פון ר' שלמה זלמן ברייער אין פפד"מ (עיי' אהלי שם ערך עליו)

ה. ר' חיים יוסף פאללאק, דער מבאר און ארויסגעבער פון דאס ניי דער עקידת יצחק (בעל העקדה), מתלמידי הח"ס און זייער א שטודירטער מענטש כמבואר מביאורו על העקדה

חוץ פון דעם, מסכים מיט אייך, איז טאקע געווען אינטערעסאנטע קולות אין די צייטן פון די רע"ה און רש"רה אין אשכנז, אזויווי למשל זינגען ביים שבת טיש יינגעלעך און מיידעלעך צוזאמען משום דתרי קלי לא משתמעי (אזוי ווערט אראפגעבראכט אין תשובות שרידי אש פון ר' יחיאל יעקב וויינבערג זצ"ל. די תשובה איז גשעריבן גאווארן צו ר' אברהם דוד הורוויץ, דער שטראסבורגער רב, ר' מענעדל האגער'ס שווער זצ"ל)
בינעך כמעט ברור אז ביים חת"ס שבת טיש האבן די טעכטער מיטגעזינגען (כמובן נישט פארנט פון פרעמדע), כגעדענק נאר נישט כרגע די מקור.

שטודירן כשלעצמו איז געוועזן חזיר טריף, ר’ שמשון רפאל’ס ציבור שטודירער נישט. ויחי ההבדל.
מהאט זיך משדך געווען מיט זיי און געווען בידידות וכו' אבער רוב רובם תלמידי חת"ס זענען געווען גאר להשמיד אנטקעגן שטודירן און פולי אין שטיצע פון די טיילונג, וואס אגב, רש”ר האט אליינס אדורכגעפירט די טיילונג אין דייטשלאנד.

בקיצור א טיילונג פון די מאדערענערע איז מער א סאטמאר מונקאטשע זאך (מדארף קענען די היסטאריע ווי דער דרכי תשובה און דער קדושת יו”ט האבן געוואלט מאכן א טיילונג פונעם ארטאדאקסישן קאנצעליי נאכדעם וואס דער שבט סופר האט אריינגעשטעלט אן ערליכער ארטאדאקסישער רב וואס האט געהאט שוואכע קינדער, דער ערוגת הבושם האט דעמאלטס געראטעוועט די מצב און אויסגעהאמערט א פשרה). דער גרויסער אונגארישער טיילונג איז געוועזן פון די וועלכע האבן געטרעטן אויף די תורה, נישט סתם פון די וועלכע זענען געווען מער מאדערן.

* יא די מיהאלאוויצע תקנות פארמאגט נישט אסאך תלמידי חת"ס חתימה (צוליב די שארפע נוסח)
* אמת הגאון הצדיק ר' הלל קאלעמייער זי"ע האט פערזענליך אטאקירט הצדיק ר' עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל. נישט בחינם האבן אים די תלמידי חת"ס אנגערופן דער פראמער ר' הילל. ער איז געוועזן גאר א שארפער.
* אמת אז ממש געציילטע אויסנאמען פון תלמידי חת"ס האבן נישט געשטיצט די טיילונג

אבער במציאות דאס נישט מישן תורה מיט חכמת חיצוניות איז געווען דעם חת"ס ותלמידיו'ס חתימה. וכן דאס נישט שטודירן און דאס מאכן א טיילונג איז למעשה געווען א יסוד פון אויבערלאנד. קענסט בס"ה טרעפן יחידים אויסנאמען. ר’ עזריאל’ס מהלך רעפלעקטירט אויסדרוקליך נישט די אויבערלענדער מהלך, טראצדעם וואס זיין גדלות און צדקות איז יא געווען גאר שטארק אנערקענט.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:30 pm

סתם אלץ נ.ב. רוב אויבערלענדער מנהגים ווערן נאכגעברענגט אין לבוש און אליהו רבה

איר האט פארגעססן דעם חוות יאיר (ער האט א פאר אייניקלעך אין אויבערלאנד, די גאנצע משפ' ליטש הלוי ראזענבוים)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

אויסער דעם, וואס איז דער מנהג אין אויבערלאנד וועגן טהרת המת ל"ע, ליגענדיג צו שטייענדיג ?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ירוחם יעקב האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:21 pm
איך ווייס אויך אז אין ק"ק מט"ד איז געווען איינגעפירט צו דאווענען מנחה ומעריב בחדא מחתא און גלייך נאכן קדיש שלם שלאחר תחנון פלעגט מען אנפאנגען מעריב נאך אלס פארן צאת הכוכבים (חוץ מימי הספירה). (אזוי שטייט עס אין דער פתיחה לספר תפארת אהרן געשריבן דורך ר' ישראל טויסיג פון מא"ש).

שאלתי : איז אזוי איינגעפירט געווען אין די אללע ז' קהילות און אים אויבערלאנד ?
אין פראנקפורט איז געווען איינגעפירט צו האלטן ווי די שיטת הגאונים לגבי זמן לילה!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

יידישע קהילות האט געשריבן: מוצ"ש מאי 27, 2023 10:37 pm
ירוחם יעקב האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 4:21 pm
איך ווייס אויך אז אין ק"ק מט"ד איז געווען איינגעפירט צו דאווענען מנחה ומעריב בחדא מחתא און גלייך נאכן קדיש שלם שלאחר תחנון פלעגט מען אנפאנגען מעריב נאך אלס פארן צאת הכוכבים (חוץ מימי הספירה). (אזוי שטייט עס אין דער פתיחה לספר תפארת אהרן געשריבן דורך ר' ישראל טויסיג פון מא"ש).

שאלתי : איז אזוי איינגעפירט געווען אין די אללע ז' קהילות און אים אויבערלאנד ?
אין פראנקפורט איז געווען איינגעפירט צו האלטן ווי די שיטת הגאונים לגבי זמן לילה!
אין אויבערלאנד דירעקט נישט. סהאט געהאט מיט די נאקעטע אויג זעהן 3 כוכבים אדער פופציג עפעס מינוט נאכן שקיעה (שיטת ר”ת). עכ”פ מהאט אפיציעל געטון מלאכות נאכן שקיעה.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

זענען נישט די זמנים פון חת"ס בשם רנ"א (וואס מ'האט נישט געוואלט דרוקן) אויף פפד"מ?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אמת. און דאס פארענטפערט די סתירה בדברי החתם סופר
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג מאי 09, 2023 11:33 pm
א גריס אייך פון אייזענשטאט, כבין נארוואס דארטן געווען ביי קברי אבות.

די 3 שעה קולא איז בפשטות נישט קיין אלגעמיינע מנהג אשכנז, אין קיצור שו”ע שטייט 6 שעה, סאיז באקאנט די מעשה מיטן חתם סופר וואס האט געוואלט מתיר זיין דאס עסן מילכיגס נאך 5 שעה אויב איז מען געשלאפן (כמדומה אז להלכה האלט ער לקולא, ביטע קוקט איבער בעפאר). צווישן מילכיגס און פליישיגס מיינעך איז געווען לייכטער, עכ”פ אין קיצור שו”ע שטייט נישט אז מדארף ווארטן נאר מאכן קינוח והדחה, אין זוהר שטייט איבער ווארטן א שעה, די מקור צו די מנהג פשוט צו ווארטן א האלבע שעה ווייסעך נישט.

די 3 שעה קולא ווייסעך נישט אויב איז א מנהג בני ריינוס פ”פ וכו’ צו סאיז גאר א לעצטערע קולא פון די מער מאדערענע יעקעס. שטארק יתכן אז סגייט נאך צוריק צו שטארקע מקורות אבער אין אויבערלאנד איז דאס נישט געווען אנגענומען, מדארף קענען צווישנשיידן צווישן די מנהגי ריינוס (יעקעס) און מנהגי עסטרייך (אויבערלאנד).

די מנהג אבילות אין ספירה דוכט זיך הייבט זיך אן ראש חודש. אין קיצור שו”ע שטייט ביידע מנהגים און שרייבט אז מזאל נישט משנה זיין פון די מנהג המקום.
פון וואנעט נעמט איר אז דאס איז א מנהג פולין (דהיינו מנהג קדום, מכונה מנהג אושטרייך)? מיך דוכט זיך אז דאס איז א מנהג ספרד.. פאר קלארקייט וואלט איך קודם געזוכט א בפירושע מקור.
תרתי לחומרא להלכה האבעך נישט געטראפן, מסתמא איז עס פשוט אלץ ”לא תתגודדו” ווייל טייל פירן זיך אזוי און טייל פירן זיך אזוי.
די מנהג פון אבילות בימי הספירה האט מען אין אויבערלאנד קלאר נאר געהאלטן פון ר”ח אייר. הרב וואזנער דער שבט הלוי (א יליד וויען עסטרייך פון די שיף שול) האט חתונה געהאט ל’ ניסן ר”ח אייר, סאיז דא בילדער פון די חתונה בריוול, כדארף עס טרעפן.

אנבאלאנגט די 6 שעה פון פליישיגס צו מילכיגס שטייט אין די מנהגים אז דער חת”ס האט מתיר נאר געווען פאר זיינע בני משפחה צו ווארטן אביסל מער ווי 5 שעה ווייל סאיז שוין אין די 6סטע שעה.. כקלער אז ביי די בני פראנקפורט/דייטשלאנד איז עס נישט געווען אזוי הארב ווי די בני אונגארן/אויבערלאנד וועלכע שטאמען פון בהעמען מעהרן (היינט טשעכעסלאוואקיע) עסטרייך וכו’ וואו סאיז יא געווען אנגענומען מער הארב דאס ווארטן 6 שעה במילה האט דער חת”ס נאר מקיל געווען פאר בני משפחתו און אויכעט נישט נאר אביסל מער ווי 5 שעה, זיכער נישט קיין 3 שעה.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

יעצט נאך א קלער, למיטב זכרוני האט דער ח"ס זיך שארף אויסגערדריקט קעגן דעם גר"א וועגן זיין מנהג אויסצולאזן ושמרו פרייטיג צו נאכטס משום הפסק : הייתכן, מנהג ישראל מקדמת דנא (איך דענק נישט דעם ארט און תשו' ח"ס, ווער ווייסס עס ? )

ווען ער אליין פירט זיך אזויוויע דעם טו"ז (פוילין) צו זאגען אקדמות פאר די ברכה שלפניה (עיי' מנהגי ח"ס פון ר' עקיבא מנחם סופר בשם ר' פייבל פלויט) קעגן די "יעקישע אמאליגע פוס' " דעם אליה רבה און דעם חק יעקב (עיי' א"ח סימן אויף שבועות) און קעגן דעם וואס איז איינגעפירט געווען מדורי דורות אין אשכנז בכללות צו זאגן אקדמות אין מיטן לייענען נאכן זאגן דעם ערשטן פסוק...
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

דער אליהו רבא און דער לבוש זענען ביידע במקורם געווען פוילישע, עכ”פ געלערנט דארטן.

אנבאלאנגט די מנהגי החת”ס, ער האט נישט משנה געווען גארנישט פון די פריערדיגע פרעשבורגע מנהגים אפילו ווען סאיז אים פערזענליך נישט געפאלן. יש לציין אז ר’ משולם איגרא איז געוועזן א פוילישער און דער פריערדיגער רב ר’ עקיבא אייגער הראשון איז געוועזן (כמעט זיכער) א דייטשער אפשטאמיגער.

געאגראפיש שטייט די אויבערלענדער אומגעגנט צווישן דייטשלאנד און די איבעריגע חלק אשכנז ווי פוילן רוסלאנד וכו’
די אמאליגע מנהגי עסטרייך האט זיך אריבערגעצויגן פון עסטרייך אריבער צו פוילן און רוסלאנד, און דייטשלאנד איז געבליבן מיט אירע מנהגי ריינוס. במשך הזמן איז די אמאליגע עסטרייך (שבע קהילות, טשעכעסלאוואקיע, אונגארן) געווארן ווי א כלאים פון ביידע מנהגים, סיי צוליבן זיך משדך זיין כסדר און סיי צוליב דאס ברענגען כסדר רבנים פון דייטשלאנד וכ”ש מיטן אנקום פונעם חת”ס.

לדוגמא אין דייטשלאנד/יעקעס זאגט מען מסורה’דיגערהייט ארויס די חולם ווי א O (אאו) משא”כ אין אונגארן אויבערלאנד. סאיז כמעט זיכער אז דאס איז געוועזן דער חת”ס הברה און כ”ש די בעלי תו”ס..
אין אויבערלאנד האט מען געזאגט די ציירי און סגול עי און עה.. דאס איז פשוט. ווייטער די מלופים האט מען געזאגט מיט די אונגארישע דגוש ערגעץ צווישן אי און או.. און די קמץ ווי אן אה.. אבער לויז נישט ממש אינגאנצן אפען ווי די ליטאים.. ווידעראום דער חולם האט מען געזאגט אוי.. עכ”פ, אויבערלאנד און יעקעס זענען נישט די זעלבע זאך.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

וואס איז געווען ח"ס הברה ?
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:25 am
דער אליהו רבא און דער לבוש זענען ביידע במקורם געווען פוילישע, עכ”פ געלערנט דארטן.

אנבאלאנגט די מנהגי החת”ס, ער האט נישט משנה געווען גארנישט פון די פריערדיגע פרעשבורגע מנהגים אפילו ווען סאיז אים פערזענליך נישט געפאלן.
אז די אויבערלענדערס שטאמען פון בעהמען, מעהרן און עסטרייך, פארוואס אויב אזוי פלעגט מען זאגן אקדמות פאר די ברכה שלפניה אין פרעשבורג, דער אליה רבה איז דאך געווען א בעהמישער (פראג), און דאך איז ער מיישב דעם מנהג הקדמונים צו זאגן אקדמות אין מיטן לייענען...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ירוחם יעקב האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:05 am
יעצט נאך א קלער, למיטב זכרוני האט דער ח"ס זיך שארף אויסגערדריקט קעגן דעם גר"א וועגן זיין מנהג אויסצולאזן ושמרו פרייטיג צו נאכטס משום הפסק : הייתכן, מנהג ישראל מקדמת דנא (איך דענק נישט דעם ארט און תשו' ח"ס, ווער ווייסס עס ? )
מיינסט אוודאי לגבי די קריאה פון ראש חודש.
ניש שארף.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

יידישע קהילות האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 9:14 am
ירוחם יעקב האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:05 am
יעצט נאך א קלער, למיטב זכרוני האט דער ח"ס זיך שארף אויסגערדריקט קעגן דעם גר"א וועגן זיין מנהג אויסצולאזן ושמרו פרייטיג צו נאכטס משום הפסק : הייתכן, מנהג ישראל מקדמת דנא (איך דענק נישט דעם ארט און תשו' ח"ס, ווער ווייסס עס ? )
מיינסט אוודאי לגבי די קריאה פון ראש חודש.
ניש שארף.
נישט וועגן דעם אז דער גר"א און דער בעה"ת האבן געפסקנ'נט אז זאגן ושמרו בליל שבת איז א הפסק ?
ירוחם יעקב
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 20, 2021 10:26 am

Re: א פאר מנהגים פון אונגארישע אויבערלאנד און ז' קהילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם יעקב »

איך דענק נישט פינקטליך וואו, אבער איך האב אמאל געלייענט אז דער רב ח"ס פלעגט זאגן יעדן טאג נאכן שיעור ר"ח בן עקשיא וכו' מיט קדיש דרבנן.

אינטערעסאנט אז אונז פירן זיך מיר שוין נישט אזוי. ווער ווייס פארוואס ?
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”