פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א הארציגן דאנק פאר אלע שיינע פידבעק!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די צווייטע טאג אינעם היסטארישן טויט שטראף פראצעס האט זיך געעפנט מיט א מעלדונג פון ריכטער קאלוויל אז איינע פון די געסט וועלכע זענען דינסטאג געווען אנוועזנד ביים פראצעס איז דערנאך געווארן דיאגנאזירט מיט די ווירוס אבער בארואיגט די פארזאמלטע אז די צימער איז אויסגעשטאט מיט א גוטע ווענטילאציע סיסטען און אז אלעס גייט פארזעצן ווי געפלאנט

נאכגעפאלגט האבן א רייע אויפטריטן פון עטליכע עדות וועם די פראקורארן האבן אראפגעברענגט און די איבערלעבער האבן דראמאטיש געשילדערט זייערע איבערלעבענישן פון יענעם שרעקליכן טאג

קעראל בלעק האט פארציילט ווי אזוי זי פלעגט אלעמאהל דארט זיין אינאיינעם מיט איר ברודער ריטשארד גאטפריעד אין די אור חדש צענטער און געדינט אלס גבאים האבנדיג די ראלע פון האלטן די ספר תורה אין די צייט וואס מען האט געליינט

יענע אינדערפרי איז זי אויך אנגעקומען אין צייט אבער געבליבן אין איר אויטא פאר עטליכע מינוט צו ענדיגן א טעלעפאן רוף צו עימיצן און זי האט נאך באוויזן צו זעהן איר ברודער אנקומען און אריינגיין אינווייניג און עס איז געווען די לעצטע מאהל וואס זי האט אים געזעהן לעבעדיג

ווען זי האט געענדיגט איר געשפרעך איז זי אויך אריין אין די געביידע אין גענומען די טרעפ וואס פירט אראפ צו אור חדש און איז אריין אינעם צימער וואו די סערוויסעס ווערן אפגעהאלטן

זייענדיג אינעם צימער האט פרוי בלעק געהערט די שטימע פון איר ברודער ארויס פונעם קיך ווי ער דיסקוסירט מיט דניאל שטיין פלענער וואס צוצוגרייטן פאר פרישטאג

בלעק האט געהאלטן אינמיטן ארויסנעמען איר יארמולקע און געבעהט צודעק פון איר טאשקע און מיטאמאהל געהערט עפעס וואס האט אויסגעקוקט ווי א מעטאלענע טיש וואס טראסקעט אראפ אויף דער ערד

סעקונדן שפעטער הערט זי נאך א קראך און וואונדערט זיך וואס אזאנס די צוויי טוען אפ דארט אין קיך ווען מיטאמאהל האט בערל ווערבער אריינגעשטורעמט אין צימער זאגנדיג אז ער האט געזעהן עימיצן ליגן אויף די טרעפ

בלעק האט נאכנישט באגריפן אז עס האנדלט זיך פון א שיסעריי און זיך געוואונדערט פארוואס עימיצער זאל ליגן אויף די טרעפ און ערשט עטליכע מינוט שפעטער געכאפט אז זי הערט אייגנטליך גאן שיסערייען

ביי יענע פונקט האט דער פירער פונעם אור חדש צענטער יותן פערלמאן פארארדנט די 3 אנוועזנדע צו פארלאזן די פלאץ און ארויסבאגלייט בלעק, ווערבער און מעלווין וואקס דורך א קארידאר וועלכע האט געפירט צו א שווארצע שוץ קאמער וואו זיי זאלן זיך אויסבאהאלטן און ווען זיי זענען אנגעקומען צו יענע קאמער און זיך אריינבאקומען אינווייניג

נאך א וויילע האט מען מער נישט געהערט קיין שיסערייען און וואקס האט געהאלטן אז עס איז פאריבער אבער די איבריגע האבן אים געווארנט אז עס איז נאך צו פריה צו פארלאזן די קאמער

אבער ווען וואקס האט זיך נישט צוגעהערט און לייכט גערוקט די טיהר איז קלאר געווארן אז דער שיסער איז פונקט דארט געווען און ער האט אויפן פלאץ דערשאסן וואקס

בלעק וועלכע איז געשטאנען מער פון הונטערוויילעכטס פון די טיילווייז אפענע מעטאלענע טיהר האט נאך עספיעט צו זעהן די שאטן פונעם שיסער דורך די שפאלט פונעם טיהר

זי זאגט אז זי האט זיך געהאלטן פארפרוירן רואיג נישט ארויסצוגעבן איר פאזיציע פארן שיסער און עווענטועל געהערט די שטימעס פון פאליציי ראדיו טראנסמישאנס און שטיהל געפליסטערט צו זיך אליינס "זיי גייען אונז קומען ראטעווען" אין א פארזוך צו בארואיגן אירע געדאנקן

צוויי באוואפנטע אפיצירן זענען טאקע ערשינען און אוריסבאגלייט בלעק און ווערבער צו א זיכערע זאנע און בלעק האט געדארפט איבערשפרונגען די קערפער פון וואקס צו קענען מאכן איר וועג צו פרייהייט

אויפן וועג ארויס האט בלעק געפאדערט פון די אפיצירן צו ראטעווען איר ברודער וועלכע איז פארכאפט אין די קיך און זי איז דערווייל געווארן פלאצירט אין א פאליציי פאטראל אויטאמאביל וואו זי האט געהערט ווייטערדיגע ראדיו זענדונגען אז אכט זענען שוין באשטעטיגט אלס אומגעקומען אין צוגאב צו עטליכע וועם מען האט אריינגעפירט אין שפיטאל

אין די ענדע האט זיך ארויסגעשטעלט אז איר ברודער איז נישט אנגעקומען אין שפיטאל נאר אומגעקומען אויפן ארט

דערנאך האט מען געהערט פון דאניאל ליגער, 75 יאר אלט, וועלכע פלעגט ארבעטן אלס קראנקן ברודער אין א לאקאלע דאקטאר אפיס האט אנטייל גענומען ביי די סערוויסעס אינעם דור חדש צענטער און האט פארברענגט אין א קופקע מיט דזשערי ראבינאוויטש און מרדכי גריינער ווען זיי האבן פלוצלינג געהערט שיסערייען אינדרויסן

זיי האבן זיך איבערגעבליקט און אינסטינקטיוו פארשטאנען אז מענטשן דארפן מעגליך הילף און האבן אנגעהויבן לויפן אין יענעם ריכטונג

ליגער האט אינעם טומל פארלוירן ראבינאוויטש (וועלכע איז אומגעקומען אין די שיסעריי) און ער האט נישט געטראגן קיין סעלפאון מיט זיך צוליב שבת און געלאפן צום נענטסטן טעלעפאן אין די לאבי צו רופן די פאליציי

נאך איידער ער האט עס באוויזן צו טוהן איז ער געווארן געשאסן אין בויך און געבליבן ליגן אויף די טרעפ צווישן די ערשטע און צווייטע שטאק

ער האט געשפורט שרעקליכע דרוק און ווייטאג וואס איז געווארן שטארקער יעדע מינוט און אינמיטן געהערט די שטימע פון עימיצן וואס ער האט געגלויבט צו זיין דער שיסער און געהערט ווי ער זאגט עטליכע מאהל די ווארט מאגאזין

ער זאגט אז ער האט נישט גערעדט קיין ווארט און זיך נישט געוואלט באוועגן זייענדיג באזארגט אז דער שיסער וועט באמערקן אז ער לעבט נאך און אים נאכאמאהל שיסן צו ענדיגן זיין שמוציגע ארבעט


דאן האט ער געזעהן עימיצן מיט קאמפולאזש הויזן אריבערשפרייזן נעבן אים און געטראכט צו זיך אז דאס איז אדער דער שיסער אדער א רעטונגס מאן

ער האט באשלאסן צו נעמען די ריזיקע און זיך געוואנדן צו יענעם פאר הילף און צו זיין גליק איז עס טאקע געווען א פאראמעדיק וועלכע האט איבערראשט אויסגעשריגן אז די דאזיגע מאן אויף דער ערד איז נאך ביים לעבן

ליגער איז טאקע געווען בלויז איינע פון צוויי וועלכע זענען געשאסן געווארן און איבערגעלעבט

גריינאר מיט וועם ליגער האט געהאט פארברענגט בעפאר האט אויך איבערגעלעבט און אויך אויפגעטראטן נעכטן און פארציילט ווי אזוי די גרופע פון דריי האבן פארברענגט און זיך וויצנלדיג ארומגעלאכט ביזן הערן די ערשטע שאסן

גריינער איז 68 יאר אלט און אן עקאנאמישע פראפעסאר אין די קארנעדזש מעלאן יוניווערסיטעט און ביים לויפן ראטעווען מעגליכע פארכאפטע האט ער געהערט א פרוי שרייען

האבנדיג שוין אנטיילגענומען בעפאר אין אן אקטיווע שיסעריי טרענירונג קלאס האט ער פארשטאנען אז צו לויפן אין ריכטונג פון וואו די געשרייען זענען געקומען קען זיין פאטאל און דעריבער האט ער זיך ספאנטאניש ארומגעדרייט און אנגעהויבן לויפן אינעם פארקערטן ריכטונג

ער האט באוויזן צו גרייכן צו הויפט טויערן פונעם צענטער אויף ווילקינס עוו. און ארויסגעלאפן אינדררויסן

ער האט פארגעזעצט זיך צו דערווייטערן פונעם ארט ביז ער האט געפונען א פרוי וועלכע איז געווען אויפן וועג אהיים פונעם צענטער און איר געפרעגט אויב זי קען אלארמירן די פאליציי

ערשט שפעטער אין טאג האט ער באמערקט א וואונד אויף זיין רעכטן עלנבויגן און א לאך אויף די העמד וואס ער האט געטראגן יענע טאג

זיין ארעם איז געווען באצירט מיט א בלויע צייכן וואס א דאקטאר האט שפעטער באצייכנט אלס טראומאטישע כתובת קעקע וואס קען קומען פון גאן שיסערייען שטויב וואס זעצן זיך אריין אין הויט

דער לעצטער אויפצוטרעטן נעכטן מיטוואך איז געווען אוגוסט סיריאנא וועלכע פלעגט ארבעטן אלס א רייניגער אינעם צענטער און פלעגט זיין נאנט מיט די סימאן פארפאלק און די ראזנטאהל ברודער און האט שטארק אויסגערימט די אומגעקומענע און זייער כאראקטער

ער האט פארציילט ווי אזוי ער איז יענע אינדערפרי געזיצן מיט זיי אין די לאבי און פארברענגט איבער בייגלס און טיי און זיי געהאלפן זיך צוגרייטן צו די סערוויסעס

ער האט צוגעבונדן זייערע שיך בענדלעך און פארראכטן זייערע שניפסלעך וועלכע ער פלעגט זיין געוואוינט צו טוהן פאר די עלטערע לייט וועם ער האט באטראכט ווי זיינע פריינד און ברידער

ווען די שיסעריי האט אויסגעבראכן איז ער געווען אינעם פריוואטן צימער און ביים הערן די שיסערייען און שמעקן די גאן שטויב איז ער ארויסגעלאפן און אויפן וועג געזעהן א ליידיגע קויל מאגאזין ליגן אויף דער ערד

ער איז ווייטער געלאפן און באמערקט די קערפער פון סעסיל ראזנטאהל ליגן און אנקומענדיג אינדרויסן האט ער גערופן די פאליציי
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג יוני 05, 2023 10:55 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שכוח @הכל הבל.

זייער דראמאטיש!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א ריזן דאנק @הכל הבל
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איך בין זייער דאנקבאר פאר די פידבעק פאר די נעכטיגע און היינטיגע באריכטן

די ארבעט צו באריכטן איבער אזא סארט קעיס איז אייגנארטיג און דעליקאט צוליב וואס עס האנדלט זיך פון א סעקטע וועלכע איז גאר ווייט פון אונז און די אויסדרוקן וואס מען דארף אפט נוצן פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט דארף זיין זייער געמאסטן און אויסגעהאלטן

איך פרוביר מיין בעסטע און האף נישט צו ווערן געשטרויכלט אונטערוועגנס אבער אויב עימיצער פאסט אויף עפעס אומפאסיג זאל מען מיר ביטע אויפמערקן

א הארציגן דאנק!
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

וואה! מ'ווייסט ניטאמאל וואספארא ארבעט דא גייט אריין!

און יא, הבל עז יוזשועל דעקט די מערסט סענסיטיווע ענינים מיט די מערסט איידעלע לשונות שייך אז ס'איז ראוי לעלות על שולחן מלכים. פארפאלן, וואס הבל קען קען קיינער נישט.

א ריזיגן דאנק פאר אלעם!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

פלען איבער זאגן @רעגנדיג'ס ווערטער!
רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:33 pm
און יא, הבל עז יוזשועל דעקט די מערסט סענסיטיווע ענינים מיט די מערסט איידעלע לשונות שייך אז ס'איז ראוי לעלות על שולחן מלכים. פארפאלן, וואס הבל קען קען קיינער נישט.
א ריזיגן דאנק פאר אלעם!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

@הבל, נישטא קיין ווערטער צו באדאנקן פאר דיין אויסערגעוונליכע ארבעט. די קוואלעטי פון דיין שרייבן איז די העכסטע וואס קען זיין, ברוחניות ובגשמיות. מיר זענען פשוט לאקי דיר צו האבן דא.
רצונינו לעשות רצוניך.
שמחת התורה
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד

משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

רעגנדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:33 pm
וואה! מ'ווייסט ניטאמאל וואספארא ארבעט דא גייט אריין!

און יא, הבל עז יוזשועל דעקט די מערסט סענסיטיווע ענינים מיט די מערסט איידעלע לשונות שייך אז ס'איז ראוי לעלות על שולחן מלכים. פארפאלן, וואס הבל קען קען קיינער נישט.

א ריזיגן דאנק פאר אלעם!
אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

א גרויסן שכח @הכל הבל פאר אלע דיינע באריכטן און בעיקר ווען סקומט צי קאומפלעצירטע באריכטן!

---
א קלייניקייט נאר, די שרייבסט דא
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:53 pm

ליגער האט אינעם טומל פארלוירן ראבינאוויטש (וועלכע איז אומגעקומען אין די שיסעריי) און ער האט נישט געטראגן קיין סעלפאון מיט זיך צוליב שבת און געלאפן צום נענטסטן טעלעפאן אין די לאבי צו רופן די פאליציי

מרעדט דא פון א שומר שבת? סאיז דא אזאנע אין רפארם טעמפל'ס?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:20 pm
א גרויסן שכח @הכל הבל פאר אלע דיינע באריכטן און בעיקר ווען סקומט צי קאומפלעצירטע באריכטן!

---
א קלייניקייט נאר, די שרייבסט דא
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:53 pm

ליגער האט אינעם טומל פארלוירן ראבינאוויטש (וועלכע איז אומגעקומען אין די שיסעריי) און ער האט נישט געטראגן קיין סעלפאון מיט זיך צוליב שבת און געלאפן צום נענטסטן טעלעפאן אין די לאבי צו רופן די פאליציי

מרעדט דא פון א שומר שבת? סאיז דא אזאנע אין רפארם טעמפל'ס?
איך וויל עכט אוועקשטיין פון די טעמע און וועל בלויז זאגן אז עס זענען פארהאן דארט מער ווי איין סארט שטרעמונג און פירונג

אין יענע צענטער אליינס זענען געווען דריי באזונדערע סערוויס לאקאלן און געוויסע היטן וואס עס קומט זיי אן לייכט און געוויסע בלויז צערעמאניאלע און עס איז נישט דא די פלאץ אריינצוקריכן טיפער

אויב האסטו באמערקט האב איך אויך געשריבן איבער עימיצער וואס איז געועון א גבאי'טע און געפירט אן אויטא און גערעדט אויפן טעלעפאן אין יענעם טאג
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אויב געדענק איך גוט, איז דא עטליכע קהילות און יענע בילדונג, און איין קהילה איז זיכער שומרי שבת, און די אנדערע א טראפ שוואכער.


הבל האקט.....
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:25 pm
השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:20 pm
א גרויסן שכח @הכל הבל פאר אלע דיינע באריכטן און בעיקר ווען סקומט צי קאומפלעצירטע באריכטן!

---
א קלייניקייט נאר, די שרייבסט דא
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 1:53 pm

ליגער האט אינעם טומל פארלוירן ראבינאוויטש (וועלכע איז אומגעקומען אין די שיסעריי) און ער האט נישט געטראגן קיין סעלפאון מיט זיך צוליב שבת און געלאפן צום נענטסטן טעלעפאן אין די לאבי צו רופן די פאליציי

מרעדט דא פון א שומר שבת? סאיז דא אזאנע אין רפארם טעמפל'ס?
איך וויל עכט אוועקשטיין פון די טעמע און וועל בלויז זאגן אז עס זענען פארהאן מער ווי איין סארט שטרעמונג און פירונג

אין יענע צענטער אליינס זענען געווען דריי באזונדערע סערוויס לאקאלן און געוויסע היטן וואס עס קומט זיי אן לייכט און געוויסע בלויז צערעמאניאלע און עס איז נישט דא די פלאץ אריינצוקריכן טיפער

אויב האסטו באמערקט האב איך אויך געשירבן איבער עימיצער וואס איז געועון א גבאי'טע און געפירט אן אויטא און גערעדט אויפן טעלעפאן אין יענעם טאג
אוואדע האב איך עס באמערקט, די חידוש איז מיר געווען אויף דעי וואס נישט.
עני וועי שכח, לאמיר נישט גיין ווייטער אויב @הכל הבל פארשטייט אז מזאל נישט אריינקריכן...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנערשטאג איז געווען די דריטע טאג אינעם ראבערט באוערס טויט שטראף פראצעס און פראקורארן האבן פארגעזעצט פארצושטעלן זייער עדות פרעזענטאציע

פיטסבורג פאליציי אפיציר דניאל מיעד האט באזעצט די עדות שטוהל און געשילדערט פאר ארום א האלבע שטונדע ווי אזוי זיין טאג האט זיך אנגעהויבן יענעם אינדערפרי ווען ער האט זיך געגרייט צו זיין שיפט פון 10 אזייגער אין סקווירל היל און זיין קאלעגע האט אים פארציילט איבער א באריכט פון אן אקטיווע שיסעריי ביים טעמפל וועכלע איז געווען עטילכע גאסן ארויפצוה פון וואו ער איז געווען

זיי זענען בליץ שנעל אהינגעפארן און געפונען סטיווען ווייס א טעמפל מעמבער וועלכע האט זיך נארוואס באוויזן ארויסצוראטעווען פון אינווייניג און ער האט זיי געוויזן מיט זיין פינגער צום פאדערשטן טיהר וואו ער האט געגלויבט אז דער שיסער געפונט זיך דאן

מיעד פארציילט אז ער האט נישט געהערט קיין שיסערייען און ער איז פארזיכטיג צוגעפארן נענטער צו די גלאזערנע טיהר אבער ווי נאר ער איז ארויסגעשטיגן פון זיין אויטאמאביל האט ער אים באמערקט און עס איז געווען באוערס ועלכע האט געריכטעט זיין רייפל צו אים

באוערס איז געשטאנען פון הונטער די פארמאכטע טיהר פיהר פיס אפגערוקט פון מיעד און אנגעהויבן שיסן און די ערשטע קויל האט דורכגעלעכערט די טיהר און ווייטער געפלויגן אריין אין די אויבערשטע טייל פון זיין ארעם און אין די זעלבע צייט האט ער געשפורט ווי עס ברענט אים העכער זיין קניה און דאס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין פון שראפנעל

מיעד זאגט אז ער איז געווען זיכער אז ער האט אצינד פארלוירן זיין האנד און ער האט גלייך צוריקגעטראטן פון זיין פאזיציע און אוועקשפאצירט פון דארט און פארלאנגט אויפן ראדיו א פאראמעדיק וועלכע זאל אים באהאנדלען

ווען פראקוראר סאנג האט אים געפרעגט פארוואס ער איז גראד צוגעגאנגען צום טיהר וואוסנדיג אז עס געפונט זיך א שיסער אינווייניג האט ער געענטפערט אז דאס איז וואס פאליציי אפיצירן טוען

מיעד איז געבליבן דיסעיבלד זינט די אטאקע און איז אריינגעפירט געווארן אין געריכט זאהל אויף א ראד שטוהל

דאן האט אויפגעטראטן די פירער פון אור חדש יונתן פערלמאן וואס האט פארציילט פאר די דזשורי ווי אזוי ביים הערן די ערשטע שיסערייען האט ער אויסגעשריגן צו אלע אנוועזנדע אז זיי זאלן אים נאכפאלגן און מען האט אנגעהויבן קריכן אויף אלע פיהר אין ריכטונג פון א קאמער וועלכע ער האט אנדעקט מיט בלויז איין וואך פריער

קריכנדיג האט ער פארלוירן זיין קאפל און ברילן און עווענטועל האט ער זיך ארויסבאקומען פונעם קאמפלעקס דורך אן הונטער טיהרל וועלכע האט געפירט צו א דערנעבנדיגע הויז און ער איז דארט אריבערגעקראכן א צוים זיך צו טרעפן אויף די פריי

ער זאגט אז פאר פיהר יאר צייט האט ער געמיינט אז די יארמולקע איז פארלוירן אויף אייביג און ערשט מיט א מאנאט צוריק האבן עס עף בי איי אגענטן אומגעקערט צו אים נאכן עס האבן עס סארטירט אלס טייל פון באווייזן געזאמלט אויפן סצענע

פערלמאן האט אויך שטארק אויסגערימט די העראאיזם פון סטיווען ווייס וועלכע איז ארומגעלאפן צו ווארענען אנדערע פארכאפטע איבער די געפאר כאטש וואס ער וואלט געקענט גראד לויפן פאר זיין לעבן (ווי די ליינער וועלן באלד הערן פון ווייס זעלבסט)

דערנאך האט מען געהערט פון אדרעי גליקמאן וועלכע פלעגט געווענליך אנפירן די ערשטע טייל פון די סערוויסעס אינאיינעם מיט דוד ראזנטאהל

גליקמאן פארציילט ווי אזוי נאך די טייל וואס זי מיט ראזנטאהל האבן דורכגעפירט האט דער פירער דזשעפרי מייערס איבערגענומען די קומענדיגע פאזע פון די געבעהטן און קורצליך דערויף האבן זיי געהערט די שיסערייען

גליקמאן איז 66 יאר אלט און האט זיך שנעל איבערגעבליקט מיט איר פריינד יוסף טשארני און זאפארט אנגעכאפט דוד ראזנטאהל און אים פרובירט צו העלפן אנטלויפן און אים ארויפגענומען אויבן צום טיהר און אים ערקלערט אז מען מוז זיך אויסבאהאלטן שטיהל (די ראזנטאהל'ס זענען געווען אינטעלעקטואל באגרעניצט)

ראזנטאהל איז געווען אנטוישט און נישט פארשטאנען וואס עס קומט פאר און זי מיט טשארני האבן שווער געארבעט מיטצושלעפן ראנזטאהל אויפן וועג ארויף אבער נאכן באווייזן אים ארויפצויאגן עטליכע טרעפ האט א צומישטע ראנזטאהל זיך אפגעריסן פון זיי און איז צוריקגעלאפן צום צענטער

זיי האבן נישט באוויזן אים צו דעריאגן און געהאפט אז די שיסעריי קומט נישט פאר אינעם צימער וועלכע זיי האבן נארוואס איבערגעלאזט און אז ראזנטאהל וועט באווייזן אנצוקומען אינדרויסן פון ערגעץ אנדערש

גליקמאן און טשארני זענען ווייטער געלאפן ארויף די טרעפ און אנקומענדיג אויבן האבן זיי זיך אריינבאקומען אין א צימער נעבן די בוידעם און זיך דארט אויסבאהאלטן

זיי האן נישט געוואלט פרובירן ארויסצולויפן פון די געביידע נישט וואוסנדיג אויב עס האנדלט זיך פון איין אדער מערערע שיסער און זיי זענען געבליבן פארוויילן אינעם צימער וועלכע איז געווען א קאמער וואו מען האט געהאלטן קליידונג און אנדערע ארטיקלען וואס מענטשן האבן ביישטייערט סארטירט אין שאכטלען און אין זעקלעך

די צוויי האבן זיך פלינק אנידערגעלייגט אויף דער ערד און זיך איבערגעדעקט מיט זייערע ספעציעלע סערוויס צודעקן און זיך קאמפולאזשירט אז עס זאל אויסקוקן ווי זיי זענען טייל פון די אנגעהויפנטע געגנשטאנדן אינעם צימער

ליגנדיג אונטער די שמאטעס האט דער 90 יעריגער טשארני שטיל געפליסטערט און פארציילט פאר גליקמאן אז ער האט נאך פארכאפט צו זעהן דעם שיסער און איר געגעבן א שטיקל דעסקריפיציע פון זיין אויסזעהן זאגנדיג אז עס איז א מאן מיט בלויע אויגן און א בלויע טראגע מיט א לאנגע ביקס

נאך א וויילע האט גליקמאן גענוצט טשארני'ס טעלעפאן צו שיקן א טעסקסט מעסעדזש צו איר זוהן און אים פארציילן וואס עס קומט פאר

נאכן שפורן אז עס איז שוין אריבער גענוג צייט און אז די געפאר איז ווארשיינליך אריבער האבן זיי פארלאזט די צימער און גענומען די טרעפ אראפ צו פארלאזן די געביידע מיט די געבעהט בענדער אין זייערע הענט

זי האט געענדיגט איר אויפטריט זאגנדיג אז טשארני האט זייער געוואלט קומען אויפטרעטן אבער ער איז אוועק פון די וועלט פריער אין יאר

דאן האט מען געהערט פון סטיווען ווייס וועלכע איז א רעטייערטע פובליק שולע סייענס לערער און האט אדרעסירט די געריכט פאר ארום 90 מינוט

ווייס האט יענע אינדעפרי פארברענגט מיט גליקמאן, טשארני און די ראזנטאהל ברידער ווען די ערשטע שאס איז געקומען און עס האט זיך געהערט צו זיי ווי א גרויס קראך

סעסיל ראזנטאהל און אירווין יאנגער זענען געגאנגען קוק וואס עס האט פאסירט קלערנדיג אז די סארווער האט אראפגעלאזט א טאץ מיט גלעזער ביים צוגרייטן די מיטאג

ווייס איז געבליבן אינווייניג אין די צייט וואס מייערס האט פארגעזעצט מיט די סערוויסעס צוליב וואס אויב וואלט ער אויך פארלאזט די צימער וואלטן געבליבן דארט בלויז ניין מענטשן און ער האט נישט געוואלט צושטערן די מנין

אזוי שטייענדיג נעבן די טיהר האט ער געהערט פרישע גערודער און דאן רעאליזירט אז עס האנדלט זיך פון גאן שיסערייען און ארויסקוקנדיג האט ער קלאר געקענט זיין ווי קוילן פליען און דאן האט מייערס פארארדנט פאר יעדן זיך אראפצואווארפן אויף דער ערד

ווי דערמאנט אין די פריערדיגע באריכטן איז מייערס דאן אריבערגעשפרונגען די בימה און זיך ארויסבאקומען פון דארט און ווי ווייס פארציילט אצינד איז ער זעלבסט אויך ארויסגעלאפן און גענומען די טרעפן צימער וואס פירט אויף אראפ וואו ער האט געפונען גליקמאן און דוד ראזנטאהל

ווייס איז פונקט ערשינען אין יענע קריטישע מינוט ווען גליקמאן און טשארני האבן פרובירט צו בארואיגן און איבערצייגן דוד ראזנטאהל צו אנטלויפן

די ליינער קענען זיך וואונדערן ווי אזוי גליקמאן און טשארני האבן גענוצט די טרעפ ארויפצולויפן און ווייס איז אין די זעלבע צייט געלאפן דורך די זעלבע שטיגן אויף אראפ

די ענטפער איז אז ווייס איז געווען אויפן וועג אראפ צו די אור חדש צענטער פון וואו גליקמאן און טשארני זענען אצינד אנטלאפן און ער האט געוואלט אהינגיין מאכן זיכער אז אלע וואס זענען נאך דארט געשטראנדעט ווייסן פון די געפאר וואס לויערט און זיי העלפן אנטלויפן

דארט האט ווייס געטראפן יונתן פערלמאן וואקס און בערי ווערבער אין די גרעסערע שאפע צימער וועלכע האבן פרובירט זיך צו פארבונדן מיט די פאליציי און ווייס האט זיי געווארנט אז מען קען נישט בלייבן דארט שטיין אזוי אנטבלויזט צו די שיסער וועלכע קען ערשיינען אין א ליאדע מינוט

אין די 15 סעקונדן וואס ווייס האט דארט פארברענגט האט פאסירט וואס מיר האבן שוין געשריבן אין די פריערדיגע באריכטן אז וואקס האט געעפנט די טיהר פונעם צימער וואו זיי זענען געווען

ווי פערלמאן האט געזאגט האט וואקס וועלכע איז געווען כמעט בלינד און שווערליך געהערט ווארשיינליך נישט עכט באגריפן וואס עס קומט פאר און ער האט זיך אנגערופן אז אפגעזעהן וואס די טומל איז איז עס שוין פילייכט אריבער און ער וויל עפענען די טיהר צו זעהן וואס עס טוט זיך

פערלמאן האט זיך געבעהטן צו אים עס נישט צו טוהן און ליבערשט זוכן א ווינקל וואו זיך צו פארשטעקן אבער וואקס האט זיך נישט צוגעהערט צו אים און געעפנט די טיהר און דאן האט אים באוערס דערשאסן

ביים ענדע פון זיין אויפטריט האט אים סאנג געפרעגט אויב די טעמפל מוטשעט זיך מיט מנין זינט די אטאקע און ווייס האט אנערקענט אז יא צוליב וואס די טייל פון די משתתפים וועלכע פלעגן קומען די מערסטע רעגלמעסיג זענען אומגעקומען אין די אטאקע
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א ריזן דאנק @הכל הבל
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 2:02 pm
א ריזן דאנק @הכל הבל
יישר!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

@הכל הבל א ריזן יישר כוח פאר אייער ארבעט איבערן גאנצן וועלטל, ממש צום שטוינען פון אייער קלארע הסברה און ברייטע קענטעניסן.
און אן עקסטערן דאנק פאר די באריכטן דא אינעם משפט באוערס, פארן זיין אזוי אויסגעהאלטן און טרעפן אייביג די פאסיגע ווערטער צו באצייכענען די געפירעכטסער פון די סעקטע.
ישלם ה' פעלך!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאראינטערסירט האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 2:29 pm
@הכל הבל א ריזן יישר כוח פאר אייער ארבעט איבערן גאנצן וועלטל, ממש צום שטוינען פון אייער קלארע הסברה און ברייטע קענטעניסן.
און אן עקסטערן דאנק פאר די באריכטן דא אינעם משפט באוערס, פארן זיין אזוי אויסגעהאלטן און טרעפן אייביג די פאסיגע ווערטער צו באצייכענען די געפירעכטסער פון די סעקטע.
ישלם ה' פעלך!
א דאנק פאר די פידבעק!
אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

wow!! נפש''ה אלארט
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג יוני 04, 2023 2:02 pm
א ריזן דאנק @הכל הבל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרייטאג איז געווען די פערטע טאג אין די ראבערט באוערס טויט שטראף פראצעס און דאסמאהל איז געקומען די רייע אויף פאליציי אפיצירן צו נעמען די עדות שטוהל

צום ערשט האט מען געהערט פון אפיציר מייקל סמידגא וועלכע האט פארציילט ווי אזוי ער איז געפארן אינאיינעם מיט זיין קאלעגע אפיציר מיעד (וועלכע האט אויפגעטראטן דאנערשטאג) און די צוויי זענען געווען די ערשטע צו ערשיינען אויפן סצענע צו די הילפס רופן

זייענדיג א מיטגליד אין די ארמיי'ס 82'סטע עירבארן דיוויזיע האט ער פארשטאנען שוין ביים אנקומען אז די ריזיקע אין וואס זיי לאזן זיך אריין איז גאר גרויס צוליב וואס זיי קענען לייכט געזעהן ווערן דורך די שיסער פונעם גלאזערנעם טיהר נאך איידער זיי האבן ווינקל וואו זיך צו פארשטעקן

ער האט זיך געכאפט איבער די געפאר און אנגעהויבן רופן זיין קאלעגע אפיציר מיעד (וועלכע איז געווען פאראויס פון אים) צו פארלאנגזאמען זיינע טריט און נישט פאראויסגיין אן קיין געהעריגע פלאן אבער עס איז שוין געווען צו שפעט ער האט באמערקט ווי אזוי מיעד'ס קעפער טרייסלט אויף און דאן איז מיעד געטאנצן אויף צוריק

סמידגא וועלכע האט געקעמפט צוויי מאהל אין איראק פארציילט ווי אזוי ער האט געהערט די ערשטע שאס וואס האט דורכגעבראכן די טיהר און ווי אזוי א רונדע קוילן זענען געקומען צו פליען העכער זיין קאפ

ער האט געזעהן מיעד ווערן געשאסן און שרייען פון ווייטאג און דאן האבן די שראפנעל און פליענדע שטיקלעך גלאז געלעכערט זיין אויער צושטאכן זיין געזיכט

ער איז א פארלוירענער ארומגעלאפן זוכן א וונקל פון שוץ ווען אינצווישן האט ער געשפורט אז ער פארלירט זיין אטעם אבער נאך א וויילע באוויזן עס צוריק צו קאנטראלירן

ער האט זיך אויסבאהאלטן אונטער א פענסטער און פרובירט אריינצוקוקן און דאן האט ער באנמערקט א שפיץ פון א רייפל און נאך א באוועגונג פונעם שיסער האט ער אים געקענט געהעריג באאבאכטן

פראקוראר עריק אלשען האט געפרעגט ווער עס איז געווען דער מאן וואס האט געהאלטן די רייפל און סמידגא האט געוויזן מיט זיין פינגער אין ריכטונג פון באוערס וועלכע איז געזיצן ביים פארטידיגונג טישל און געזאגט: איך האב געזעהן יענע מאן וואס זיצט דארט

דערמיט איז ער געווארן די ערשטע עד דורכאויס די פראצעס צו זאגן דעם בעיני ראיתי און אידענטיפיצירן אז באוערס איז ווירקליך געווען דער שיסער
סמידגא האט אריינגעשאסן דריי רונדעס פון קוילן דורך די פענסטער און ער האט נישט געוואוסט אויב באוערס איז באטראפן געווארן און קורצליך דערויף איז די ספעציעל טרענירטע סוואט פאליציי איינהייט ערשינען

אפיציר קלינט טימאנס וועלכע ארבעט שוין פאר 14 יאר אין די סוואט פאליציי איינהייט האט אויך אויפגעטראטן פאר מער פון א שטונדע און פארציילט ווי אזוי קורצליך נאך וואס ער האט ארויסגעראטעוועט דזשעפרי מייערס פונעם פריוואטן צימער אויפן אויבערשטן שטאק האט ער געהערט א רונדע פון פרישע גאן שיסערייען

די איינהייט קאמאנדיר אפיציר מעסקען איז געווען דאן אויפן אויבערשטן שטאק בלויז מיט 25 פיס אפגערוקט פון באוערס און אריינגגעשריגן אינעם ראדיו אז קוילן פליען

טימאנס וועלכע איז שוין דאן געווען אויפן ערשטן שטאק ביי א טיהר וואס פירט ארויס פון די געביידע האט געהערט די ראדיו מעסעדזש און די שיסעריי אויסטויש זעלבסט האט פלינק אנגעהויבן לויפן אין ריכטונג פון וואו די שיסערייען זענען געקומען

לויפנדיג נענטער צום פיסק פונעם לייב האט ער באמערקט ווי אזוי סוואט פאראמעדיקס איילן זיך אראפ די טרעפ שלעפנדיג די 6.2 הויכן און 300 פונטיגן סוואט אפיציר טים מעטסאן וועם באוער האט געשאסן אין קאפ אין א קלאס צימער אויפן אויבערשטן שטאק

סימאנס איז ווייטער געלאפן און אנקומענדיג אויבן אינעם קארידאר האט ער גענומען א פאזיציע קניענדיג אויף דער ערד און געריכטעט זיין רייפל אין ריכטונג פונעם צימער פון וואו באוערס האט נארוואס געשאסן

עס איז געווען טונקל אין קלאס צימער און די לופט איז געווען געדעכט פון קוילן רויך וואס האט נאכמער פארשווערט זיין זעה קראפט אבער אפיציר מייקל סאלדוט האט אים ארויסגעהאלפן אריינזאגנדיג אין די ראדיו אז באוערס געפונט זיך ביי די ביים לינקן ווינקל אינעם הונטערשטן טייל פון יענעם קלאס צימער

אין ער האט אריינגעשיינט מיט די לעקטער פון זיין רייפל דורך די אפענע שפאלט פונעם טיהר און געקענט זעהן די טונקעלע שאטן פונעם שיסער און דאן האט באוערס געעפנט פייער און סימאנס האט רעאגירט מיטן זעלבן שפראך אריינשיסנדיג פון 10 ביז 15 קוילן

אין די סעקונדע שטילקייט האט סימאנס אויפגעכאפט די שטילע שטימע פון באוערס וועלכע איז איצט געווארן געשאסן און רעזיגנירט צו סימאנס

עס איז געווען 11:03 און די מינוט אויף וואס סימאנס האט געווארט און ער האט באלד אנגעהויבן שרייען און ארויסגעבן זיינע פארארדענונגען צו באוערס

באוערס האט געזאגט אז ער איז פארוואונדעט און געוואלט אז די פאליציי זאל אריינקומען און אים באהאנדלען אבער סימאנס האט זיך אנטזאגט זייענדיג באזארגט אז באוערס קען אים מעגליך ארייננארן אין א פרישע פאסטקע און אנהויבן שיסן אויף זיי ביים אריינקומען

סימאנס האט באפוילן אז ער זאל זיך זאפארט ארויסקוילערן פון צימער מיט אן אויפגעהויבענע מאנטל (צו קענען באשטעטיגן אז ער טראגט נישט קיין אויפרייס מאטריאל אויף זיך) ווייל אויב נישט גייט ער שטארבן

ווען דאס האט פאסירט האבן סימאנס און א קאלעגע אפיציר געקייטלט באוערס און אים אריינגעפירט אין א דערנעבנדיגע קלאס צימער וואו ער האט באקומען מעדיצינישע באהאנדלונג

באוערס האט דארט פארציילט פאר סימאנס אז ער האט איבערגעלאזט זיין סעמי מיליטערישע רייפל אינעם ערשטן קלאס צימער און איבער די איבריגע ביקסן וועלכע ער טראגט מיט זיך

סימאנס האט אים אים אויסגעפרעגט און באוערס האט גראד ארויסגעגעבן זיין אידענטיטעט און אינפארמאציע און איבער זיינע מאטיוון האט ער געזאגט אז ער האט געהאט גענוג, און אז זיי (די אידן) מארדן אונזערע קינדער און אז אז זיי אלע דארפן שטארבן (ר"ל)

איינהייט קאמאנדיר מעסקען האט אויך עדות געזאגט און איבערגעגעבן די צוגאנג וואס זיין גרופע האט גענוצט ביים איבערפאלן די געביידע זייענדיג אונטער אטאקע

נאכן אריינמארשירן אינווייניג האט ער געשיקט ראדיו אפדעטיס און קורצליך דערויף באריכטעט דריי אומגעקומענע און דאן נאך פיהר

דאן איז געקומען א פרישע מעסעדזש איבער א פרוי וועלכע ליגט פארוואונדעט אבער איז נאך ביים לעבן און דארף דירינגענד ווערן עוואקואירט
אביסל שפעטער איז געקומען א פרישע אפדעיט פון די קעלער פון וואו מען האט ארויסגעראטעוועט נאך צוויי איבערלעבער אבער אנדערע דריי אומגעקומענע זענען דארט געפונען געווארן

דאן איז געקומען די פאזע פון קרייץ פארהערן און פארטיידיגונג אדוואקאט עליסא לאנג האט אויסגעפרעגט מעסקען איבער א געוויסע גערודער אפאראט וואס ער האט געזאגט אז באוערס האט געהאט מיט זיך אין לויף פון די שיסעריי

לאנג האט געפרעגט אויב עס איז וואר אז עס איז נישט געווען קיין אויפרייס אפאראט נאר עפעס אזוי א וועקער זייגער און מעסקען האט איינגעשטימט

דערנאך האט אדוואקאט דזשודי קלארק אויסגעפרעגט אפיציר סימאנס איבער די ווערטער וואס באוערס האט גענוצט אין זיין הודאה

נאך די קרייץ פארהערן האט די רעגירונג צום ערשט מאהל פרעזענטירט זייערע פרעזענטאציע פון די סאושעל מידיא היסטאריע פון באוערס

קרימינאלע שפיאנזש אנאליסט פאמעלא בראונינג האט פארציילט ווי אזוי אין ווינציגער ווי א שטונדע נאכן ארעסטירן באוערס האט איר גרופע שוין אנגעהויבן איבערקוקן זיינע אקטיוויטעטן אנליין בראונינג האט ניט געענדיגט איר אויפטריט און מען האט באשטימט אז זי וועט פארזעצן היינט מאנטאג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40150
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נישט קיין אפיציעלע אנקעטע אבער בלויז א ווענדונג צו די ליינער צו לאזן וויסן אויב די טעגליכע באריכטן ווערן שוין אביסל צוגעגעסן און מען זאל פארזעצן ווען די פארטיידיגונג הויבט אן זייער קעיס אדער ווען די דזשורי גייט צו פארהאנדלונגען אדער זאל מען יא ווייטער באריכטן איבער די קעיס פרעזענטירט דורך די פראקורארן

א דאנק!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך ליין יעדע באריכט מיט אינטערעסע און דורשט. שרייב ווייטער שרייב
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:07 pm
נישט קיין אפיציעלע אנקעטע אבער בלויז א ווענדונג צו די ליינער צו לאזן וויסן אויב די טעגליכע באריכטן ווערן שוין אביסל צוגעגעסן און מען זאל פארזעצן ווען די פארטיידיגונג הויבט אן זייער קעיס אדער ווען די דזשורי גייט צו פארהאנדלונגען אדער זאל מען יא ווייטער באריכטן איבער די קעיס פרעזענטירט דורך די פראקורארן

א דאנק!
די צווייטע!
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:07 pm
נישט קיין אפיציעלע אנקעטע אבער בלויז א ווענדונג צו די ליינער צו לאזן וויסן אויב די טעגליכע באריכטן ווערן שוין אביסל צוגעגעסן און מען זאל פארזעצן ווען די פארטיידיגונג הויבט אן זייער קעיס אדער ווען די דזשורי גייט צו פארהאנדלונגען אדער זאל מען יא ווייטער באריכטן איבער די קעיס פרעזענטירט דורך די פראקורארן

א דאנק!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”