טאטאלע ליקוי החמה כ"ט אדר ב' תשפ"ד - April 8 2024

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

ליקוי החמה ב׳ תזריע ער״ח ניסן תשפ״ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א מעכטיגע ליקו חמה איז ערווארטעט, די טאטאלעטי פעט וועט דורך גיין דאהי אין נוא יארק, אין די סיטי וועט די זון באדעקט ווערן 90 פראצענט, דאס איז מיט 20 פראצענט מער ווי די פאריגע ליקו פון תשע״ז,

א גרויס עולם איז ערווארטעט ארויף צו פארן קיין קרית טאהש וואס איז הארט נעבן די טאטאלעטי פעט און אין איינוועגס אריין כאפן אפאר קאפיטלעך תהילים ערב ר״ח ביים ציון פון הרה״ק מטאהש זי״ע.

ווארענונג: אויב האט איר נאך די גלעזער פון די ליקו חמה פון תשע״ז נוצט עס נישט איבער נאר קויפט נייע, ווי עקספערטן זאגן איז נאך דריי יאר נישט רעקאמענדירט עס צו נוצן.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מאפע פון די ליקוי החמה
אטעטשמענטס
IMG_1031.JPG
IMG_1031.JPG (75.6 KiB) געזען 9745 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אינפארמאציע איבער די בעפארשטייענדע ליקוי החמה
https://www.timeanddate.com/eclipse/solar/2024-april-8

https://en.wikipedia.org/wiki/Solar_ecl ... prov=sfti1
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

תשפ״ד ווערסוס תשע״ז ליקוי חמה
אטעטשמענטס
IMG_1032.JPG
IMG_1032.JPG (85.05 KiB) געזען 9696 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

למדן וצדיק האט געשריבן:אינפארמאציע איבער די בעפארשטייענדע ליקוי החמה
https://www.timeanddate.com/eclipse/solar/2024-april-8

https://en.wikipedia.org/wiki/Solar_ecl ... prov=sfti1


יישר כח פאר די לינק

אין 2024 וועט די טאטעל אנהאלטן פאר 3 מינוט און 34 סעקונדעס.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

אין די געגנטער פון ראטשעסטער-באפעלא וועט זיין א טאטאלע ליקוי.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

נאך א גרויסע זאך וואס די תשפ״ד ליקוי גייט זיין מער פון די איצטיגע איז אז ביי די איצטיגע האט די טאטאלעטי פעט כמעט נישט אריין גענומען קיין גרויסע שטעט, ביי די תשפ״ד ליקוי וועלן עטליכע ריזיגע גרויסע שטעט זיך געפונען אין די פעט, צווישן אנדערע מאנטרעאל, קאנאדע; באפעלא, נוא יארק; קליוולאנד, אהייא; דאלאס און אוסטין, טעקסעס.

דאס איז א מאפע פון נוא יארק סטעיט ווי עס גייט זיין טאטאל
אטעטשמענטס
IMG_1036.PNG
IMG_1036.PNG (647.86 KiB) געזען 9626 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

וויפיל גייט זיין און די סיטי ?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

89 פראצענט, יעצט איז געווען 71
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

די נענטסע אין בעסטע פלאץ מיטצוהאלטן די לענגסטע די טאטעל ליקו וועט זיין אין פלאטסבורג ניו יארק, א וועג ווייניגער פון 4 שעה פון קרית יואל.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

למדן וצדיק האט געשריבן:תשפ״ד ווערסוס תשע״ז ליקוי חמה

צוזאמען זעהט עס אויס ווי א גרויסער X אויף אמעריקא
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

ניאגרא פאלס גייט אויך זיין אין די פעט
ס'וועט זיין שיין צו זעהן ווי די קאלירטע לעמפ וואס שיינען ביינאכט צינדן זיך אן
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

דא ביי אונז אין ניו יארק סיטי וועט נישט זיין לכאורה קיין שום חילוק פון היינט ביז דעמאלטס, עס איז געווען צווישן 6 און 7 פראצענט טונקלער ווי נארמאל, ביי א ניינציג פראצענטיגע לקוי וועט אפשר זיין 8 פראצענט טונקל. ווילאנג עפעס שיינט בלייבט שיין ליכטיג. נאר עס וועט זיין נענטער צוצופארן צום טאטאלן לקוי.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ווער וועט האבן צייט פאר פסח צו פארן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

צייכנט אייך אן דעם פלאץ דאס איז א געשמאקע רעסט עריע אויפן טראוועי אין פלאטסבורג, דריי שעה און פופצן מינוט וועג פון מאנרא, דארף צו זיין א גוטע פלאץ מיטצוהאלטן דעם טאטאלן ליקוי
High Peaks Rest Area North
I-87, North Hudson, NY 12855
https://goo.gl/maps/NHujxmpwSyk
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

אום ל' סיון תשפ"א (למס' יוני 10 יארע 2021, משיח זאל אודאי קומען פריער) גייט זיין א Annular Eclipse וואס מיינט אז די לבנה גייט אויך אינגאנצן איבערפארן די זון, נאר וויבאלד די לבנה גייט יעמאלט זיין ווייטער פון די וועלט (קלענער פארן מענטשליכן אויג) גייט דאס נישט אינגאנצן פארשטעלן די זון און מען וועט זעהן אביסל פון די זון ארום די לבנה.

ווי עס זעהט מיר אויס גייט אין ניו יארק די זון זיין בערך 75% פארשטעלט, אבער עס גייט זיין אביסל אינטערעסאנטער ווי יעצט, ווייל די ליקוי גייט זיך אנהייבן בעפארן נץ און די זון גייט אויפשיינען באדעקטערהייט!, אבער מען וועט דארפן אויפשטיין גאר פרי דאס צו קענען זעהן...

אילוסטראציע

בילד


2021 Eclipse.JPG
2021 Eclipse.JPG (37.15 KiB) געזען 9182 מאל
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.

מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

גראדע היינו גערעדט מיט א גוי פון וואשינגטאן סטעיט ווי עס איז געווען 90% טונקעל, ער זאגט מיר אז עס איז בלויז געווען אזוי ווי א שטארק פארוואלקענטע טאג, ער איז געווען זייער דיסאפוינטעט...
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואו! נישט געוויסט. אן ענולער ליקוי איז אין א געוויסע זין נאך אינטערסאנטער שאפנדיג א גאר ערהאבענע בילד פון די שוארצע לבנה ארום גענומען מיט די ליכטיגע זון רינג.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איש האשכולות האט געשריבן:גראדע היינו גערעדט מיט א גוי פון וואשינגטאן סטעיט ווי עס איז געווען 90% טונקעל, ער זאגט מיר אז עס איז בלויז געווען אזוי ווי א שטארק פארוואלקענטע טאג, ער איז געווען זייער דיסאפוינטעט...



עריז א נאר פארן נישט צופארן די דריי פיר שעה.. ס'איז אינו דומה בכלל ניינציג, צו אפילו 98 % צו א גאנצע ליקוי.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:וואו! נישט געוויסט. אן ענולער ליקוי איז אין א געוויסע זין נאך אינטערסאנטער שאפנדיג א גאר ערהאבענע בילד פון די שוארצע לבנה ארום גענומען מיט די ליכטיגע זון רינג.

מען גייט אבער גארנישט זען דעמאלטס מער ווי היינט, וויייל דער פולער לקוי איז נאך פארן נץ.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

די נעקסטע ליקוי חמה אין ירושלים עיה״ק וואס וועט אודאי זיין מיט משיח אינאיינעם גייט פארקומען מאנטאג דברים כ״ח תמוז תשפ״ז (פונקט 10 יאר פןן יעצט), אין ירושלים גייט די זון ווערן פארדעקט 80 פראצענט בערך, כדי צו צופארן צו די טאטאלעטי פעט וועט מען דארפן פארן קיין צענטראל מצרים א וועג וואס נעמט היינט בערך 11 א האלב שעה, אבער אזוי ווי משיח גייט שוין אודאי דא זיין און עס גייט הערשן שלום אויף די וועלט וועט מען נישט דארפן אדורך פארן ביי די גרעניץ וואך וואס דאס וועט מאכן די וועג סאך שנעלער, ווי אויך איז היינט דא א פראבלעם אז די ים סוף בלאקט די וועג אינמיטן ממילא מוז מען מאכן א שטיקל רינג, אויב וועט מען דעמאלט קענען שפאלטן די ים סוף וועט די וועג נעמען נאך שנעלער.

די שאלה איז נאר צו ווען משיח גייט קומען גייט נאך זיין ליקוי חמה׳ס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

אגב האב איך אן אינטערסאנטע שאלה, ווי באקאנט איז בשעת די ליקוי איז דעמאלט אויך די מולד (האמיתי), איז די שאלה בזמן שביהמ״ק היה קיים און צוויי עדים האבן געזען א ליקוי חמה צו איז דאס גוט צו קומען עדות זאגן פארן בי״ד אז זיי האבן געזען די מולד, אדער אפשר דארף מען זען די נייע לבנה דוקא, וצ״ע.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

למדן וצדיק האט געשריבן:די נעקסטע ליקוי חמה אין ירושלים עיה״ק וואס וועט אודאי זיין מיט משיח אינאיינעם גייט פארקומען מאנטאג דברים כ״ח תמוז תשפ״ז (פונקט 10 יאר פןן יעצט), אין ירושלים גייט די זון ווערן פארדעקט 80 פראצענט בערך, כדי צו צופארן צו די טאטאלעטי פעט וועט מען דארפן פארן קיין צענטראל מצרים א וועג וואס נעמט היינט בערך 11 א האלב שעה, אבער אזוי ווי משיח גייט שוין אודאי דא זיין און עס גייט הערשן שלום אויף די וועלט וועט מען נישט דארפן אדורך פארן ביי די גרעניץ וואך וואס דאס וועט מאכן די וועג סאך שנעלער, ווי אויך איז היינט דא א פראבלעם אז די ים סוף בלאקט די וועג אינמיטן ממילא מוז מען מאכן א שטיקל רינג, אויב וועט מען דעמאלט קענען שפאלטן די ים סוף וועט די וועג נעמען נאך שנעלער.

די שאלה איז נאר צו ווען משיח גייט קומען גייט נאך זיין ליקוי חמה׳ס.

והיה אור הלבנה כאור החמה וכו'.

אבער, אפשר רעדט די פסוק נאר פון ימות חיי עולם הבא.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

די קומענדיגע טאטאלע לקוי - תשפ"ד גייט זיין טאטאל פינצטער פאר גאנצע פיר מינוט - דאפעלט פון די היינטיגע לקוי. איינס נאכדעם אין יאר תשצ"ה דאכט זיך, גייט זיין טאטאל פינצטער פאר זעקס מינט.
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

קען מען מאכן פעסט פארווארד צו צ''ה און צוריק?
אינאיינוועגס שוין א סטאפ ביי פ''ד אויכעט מעהייכעטייסע
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”