די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

דאס ווייב האט טענות. וואס מיינט עס פאר מיר?

עס איז מיין שולד. איך דארף זיכער-מאכן אז אלעס גייט איר גוט.
56
15%
ס'איז איר שולד. זי דארף זיך לערנען וויאזוי צו באהאנדלען לעבן.
36
10%
יעדער איז שולדיג.
33
9%
ס'איז געזונט. זי געט זיך אויס. זי ווארט פאר מיין סופארט.
252
67%
 
סך הכל שטימען: 377

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

א גוטן כבוד הרב עס וועט זיין גוט
יא, זי וויל זאלסט זיין א מעכטיגע פירער פאר איר לעבן, און ווען דו האסט א חסרון באדערט עס איר, נישט ווייל זי וויל דיר קאנטראלן, עס גייט איר נישט אן "דיין" לעבן,
עס באדערט איר ווייל זי פילט זיך פארלוירן, דאס איז מיין פרעזידענט????, איינער וואס קען נישט.....????
אשע"כ געבט זי א בלאז, אולי ירחם!!!
אבער ווען דו ווערסט פארלוירן פון "איר" דו האסט פחד פון "איר" דאס וויל זי בשום פנים ואופן נישט,
א התעוררות זיך צו פארבעסערן? יא און יא , דאס וויל זי טאקע און נאך ווי , זי וויל פילן סטאביל!!!!
אבער פחד מורא שרעק, ניין און ניין.
חזק חזק !!!!
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום מאנטאג מאי 15, 2023 8:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3019
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

קלארערהייט האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 6:21 pm
א גוטן כבוד הרב עס וועט זיין גוט
יא, זי וויל זאלסט זיין א מעכטיגע פירער פאר איר לעבן, און ווען דו האסט א חסרון באדערט עס איר, נישט ווייל זי וויל דיר קאנטראלן, עס גייט איר נישט אן "דיין" לעסן,
עס באדערט איר ווייל זי פילט זיך פארלוירן, דאס איז מיין ]רעזידענט????, איינער וואס קען נישט.....????
אשע"כ געבט זי א בלאז אולי ירחם!!!
אבער ווען דו ווערסט פארלוירן פון "איר" דו האסט פחד פון "איר" דאס וויל זי בשום פנים ואופן נישט,
א התעוררות זיך צו פארבעסערן? יא און יא , דאס וויל זי טאקע און נאך ווי , זי וויל פילן סטאביל!!!!
אבער פחד מורא שרעק, ניין און ניין.
חזק חזק !!!!
די זאגסט זייער זייער גיט
שכח
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 4:19 pm
משגיח תמידי האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 3:34 pm

מן הסתם האט עטץ א גוטע שלום בית אפילו אזוי סא וואס איז די פראבלעם ? יעצט זימער קומט גראדע גוט צוניץ די בלאזן
ב"ה - אבער די בלאזן יעדע שטיק צייט גייט מיר אויף די נערווען,,,,,,,,
מען דארף עס מסדר זיין איינמאל פאר אלע מאל
געווענליך טענטראמפט א קינד נאר ווען ער פילט אז ער וועט מצליח זיין, און רוב מאל איז עס אויף די מאמע'ס חשבון (און ס'קען אפי' זיין אז די טאטע איז געווען שטרענג צו איהם, אבער זי איז די ווייעכע ליידט זי פון זיין טענטראם)
די זעלבע איז די ווייב, זי בלאזט נאר אויף א פלאץ ווי זי פילט אז זי קען נאך עפעס טוישען
די רגע זי ווערט איבערצייגט אז ס'גייט זיך נישט טוישען (אפי' די מאן איז נישט גערעכט אויף יענס) גייט זי מער נישט בלאזן אויף יענע נושא

אויב האלט זי אין איין בלאזן איז א סימן אז זי פילט אז די מאן איז א שוואכלינג און מ'קען טרעטען אויף זיינע געפילן (ביושר, ובלא יושר)
ס'דארף ווערן קלאר פאר איר אז אזויווי זי פארשטייט אז נישט יעדער איז פערפעקט ווי למשל ס'דא מענטשן וואס ווערן שנעל באליידיגט (מאך זיכער אז זי כאפט נישט אז דו מיינסט איר...) אזוי אויך ווילסטו איר לאזן וויסן אז דו האסט אויך שוואכקייטען וואס דו ביזסט גראדע גרייט זיך אויסצוארבעטן (עכ"פ אזוי זעהט אויס פון דיין תגובה, אויב שטערט דיך אז זי בלאזט האסטו ווייעכע נאטורען וכו') אבער דו ווילסט איר לאזן וויסן אז מיטן בלאזן טוט זי דערווייטערן די מעגליכקייט פון זיך פארבעסערען
זי מעג הערן אז "מיט יעדע בלאז ווער איך מער דערווייטערט"
איין מאל וואס דו וועסט פאפ"ן די באלאן וועסטו זעהן אז זי וועט זיך ביקען צו דיר ווי א מאמע'לע, (און דעמאלטס געדענק צו האלטן ווארט זיך פראבירען צו פארבעסערן)

ביטע נישט ארויסנעמען ראנג די געדאנק ס'איז אמת אז ס'דארף הערשן שלום ורעות אין שטוב
אבער אז זי קען האלטן אין איין בלאזן מיינט צו זאגן אז זי האט א געוויסע טינא בלב (שיין געזאגט) אויף דיר, און פאר סא"ם ריזן ווען זי וואלט געהאט דיינע שוואכקייטן וואלט זי עס שוין פארענטפערט...

יש להאריך, אבער איך דיר נישט אויווער דויזען מיט רעיונות
נומער 3
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:57 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נומער 3 »

איך וואלט עס אנגעקוקט אביסעל אנדערש
יעדע פרוי וויל פיהלען ווי זי האט א מאן דהיינו איינער וואס נעמט קעיר פון איר און פירט איר לעבן
געווענליך(יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל) ווען א פרוי בלאזט מער ווי נארמאל מיינט עס אז זי פיהלט נישט גענוג ווי זי האט א מאן, מאכט איהר סאבקאנשעס איהר טוען מעשים אים צו טעסטן צו ער איז טאקע דא פאר איר צו נישט ווי למשל מאכן א טענדראם אין בלאזן צו טעסטן צו ער קען זיך א עיצה געבן אין קעיר נעמען פין איהר
דאונט געט מי ראנג סאיז איהר סאבקאנשאס נישט זי, זי האט נישט קיין בלאסן מושג פארוואס זי בלאזט
כהאף כהאב זיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

די ווערטער "מסדר זיין איינמאל פאר איינמאל" ווייזט אז דו ביסט נישט גרייט צו זיין קיין מאן.
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3019
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 11:09 am

זייט מוחל אין ליינט אדורך דאס גאנצע מעשה, איך האב גישט געמיינט צי זאגן ח"ו איר צי מסדר זיין איך מיין צי מסדר זיין דער ענין וואס באדערט איר

שטאטס מבין האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 2:09 am
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 4:19 pm
משגיח תמידי האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 3:34 pm

מן הסתם האט עטץ א גוטע שלום בית אפילו אזוי סא וואס איז די פראבלעם ? יעצט זימער קומט גראדע גוט צוניץ די בלאזן
ב"ה - אבער די בלאזן יעדע שטיק צייט גייט מיר אויף די נערווען,,,,,,,,
מען דארף עס מסדר זיין איינמאל פאר אלע מאל
געווענליך טענטראמפט א קינד נאר ווען ער פילט אז ער וועט מצליח זיין, און רוב מאל איז עס אויף די מאמע'ס חשבון (און ס'קען אפי' זיין אז די טאטע איז געווען שטרענג צו איהם, אבער זי איז די ווייעכע ליידט זי פון זיין טענטראם)
די זעלבע איז די ווייב, זי בלאזט נאר אויף א פלאץ ווי זי פילט אז זי קען נאך עפעס טוישען
די רגע זי ווערט איבערצייגט אז ס'גייט זיך נישט טוישען (אפי' די מאן איז נישט גערעכט אויף יענס) גייט זי מער נישט בלאזן אויף יענע נושא

אויב האלט זי אין איין בלאזן איז א סימן אז זי פילט אז די מאן איז א שוואכלינג און מ'קען טרעטען אויף זיינע געפילן (ביושר, ובלא יושר)
ס'דארף ווערן קלאר פאר איר אז אזויווי זי פארשטייט אז נישט יעדער איז פערפעקט ווי למשל ס'דא מענטשן וואס ווערן שנעל באליידיגט (מאך זיכער אז זי כאפט נישט אז דו מיינסט איר...) אזוי אויך ווילסטו איר לאזן וויסן אז דו האסט אויך שוואכקייטען וואס דו ביזסט גראדע גרייט זיך אויסצוארבעטן (עכ"פ אזוי זעהט אויס פון דיין תגובה, אויב שטערט דיך אז זי בלאזט האסטו ווייעכע נאטורען וכו') אבער דו ווילסט איר לאזן וויסן אז מיטן בלאזן טוט זי דערווייטערן די מעגליכקייט פון זיך פארבעסערען
זי מעג הערן אז "מיט יעדע בלאז ווער איך מער דערווייטערט"
איין מאל וואס דו וועסט פאפ"ן די באלאן וועסטו זעהן אז זי וועט זיך ביקען צו דיר ווי א מאמע'לע, (און דעמאלטס געדענק צו האלטן ווארט זיך פראבירען צו פארבעסערן)

ביטע נישט ארויסנעמען ראנג די געדאנק ס'איז אמת אז ס'דארף הערשן שלום ורעות אין שטוב
אבער אז זי קען האלטן אין איין בלאזן מיינט צו זאגן אז זי האט א געוויסע טינא בלב (שיין געזאגט) אויף דיר, און פאר סא"ם ריזן ווען זי וואלט געהאט דיינע שוואכקייטן וואלט זי עס שוין פארענטפערט...

יש להאריך, אבער איך דיר נישט אויווער דויזען מיט רעיונות
זייער פיין געזאגט -
יא! איך בין פין די ווייעכע נאטור, אבער ביז איך פיל אז איינער רייט אויף מיר וואס דעמאלטס ווער איך אזוי שטארק אין מען קען מיך נישט רירן.
איז יעצט צום ענין דא, ווען זי בלאזט איז עס אויף 1 זאך וואס איז איהר שווער זיך צוגעוואונען, איז פלאצט זי ווען זי ווערט איבערגעשטרענגט אין דעמאלטס גיי איך אריין אין די מער הארטע מאוד ביז דער עולם בארואיגט זיך אין דעמאלטס קען מען האנדלן ווי נארמאלע מענטשען, אין אויב וויל איך טאשן איז דאך גיט אבער איך האלט דאך נישט דערביי איז במילא חוזר חלילה ביז אדער וועל איך מיך טוישן (וואס איך, אבער איך דארף נאך זאכן זאלן מיט ארבעטן) אדער וועט זי אויפגעבן.

בד"וו איך בין נישט קיין יונגערמאן, אין איך א פיינע שלום בית ב"ה
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7213
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

געזעהן היינט א מורא'דיגע שטיקל אמרות טהורות אויף תהלים פון בעל נועם מגדים זי"ע (קאפיטל י').

וזל"ק: תוכל לדעת ולהבין אם צדיק אתה או רשע ח"ו, והיינו שהבחינה הוא לך כי שלום אהלך וכו' שאשה נקראת בשם אהל, וזהו כי שלום אהלך ר"ל שאתה שרוי בשלום עם אשתך והיא אינה כנגדך מזה תבין כי טוב אתה לפני אלקים לזה נעשית לו עזר.

אין אידיש גערעדט מיינט עס אזוי: טאמער די ווייב בלאזט איז א סימן אז... ממילא איז קלאר אז דער מאן איז שולדיג!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:50 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 11:09 am
די ווערטער "מסדר זיין איינמאל פאר איינמאל" ווייזט אז דו ביסט נישט גרייט צו זיין קיין מאן.
זייט מוחל אין ליינט אדורך דאס גאנצע מעשה, איך האב גישט געמיינט צי זאגן ח"ו איר צי מסדר זיין איך מיין צי מסדר זיין דער ענין וואס באדערט איר
איך האב יא געליינט דאס גאנצע מעשה, אבער ס'זעט אויס ווי דו ווייסט פארוואס זי בלאזט און דו פארשטייסט אז דו ביסט (לכל הפחות: אביסל) שולדיג. ממילא דארף דאך דיך נישט באדערן דעם חלק אז זי בלאזט, און אפילו ס'קומט דיר אן שווער צו טוישן, קענסטו דאך זיין גענוג קלאר פאר דיר אליין, וואס דאס אליין העלפט, אז דו זאלסט נישט נעמען איר בלאזן פאר קיין אינסאלט. און זיכער נישט ביז צו געבן דעם אויסדרוק: "איינמאל פאר אלעמאל".

איך וואלט נישט געניצט די ווערטער פון @חידוש נפלא, אפילו אויב ס'איז אמאל מעגליך אמת. דאס דארף מען אליין לערנען אין א ספר און נישט זאגן איינער פאר'ן צווייטן.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

כבוד הרב "עסוועטזיין גוט"
איך האב זיך אויך טועה געווען אין די ווערטער
"מען דארף עס מסדר זיין איינמאל פאר אלע מאל"
און ייש"כ פארן אויסקלארן אז עס מיינט
" איך האב גישט געמיינט צי זאגן ח"ו איר צי מסדר זיין איך מיין צי מסדר זיין דער ענין וואס באדערט איר"

און לאמיר עס מסביר זיין כפי הבנתי,
וואס הרב עסוועטזייןגוט מיינט,
לאמיר נעמען א משל,
א יונגערמאן וואס פארשלעפט זיך "יעדן" טאג אין ביהמ"ד ביים דאווענען, אין אזא צייט וואס עס טוט אפעקטירן די ב"ב, מיטן גיי אין ארבעט אדער נעמען קינדער אין חדר, וכדומה
ווען די ב"ב בלאזט, וויל זי ער זאל זיך "נעמען אין די הענט אריין"
דער יונגערמאן, [אדער אהבת קדומים] ווייסט פונקטליך וואס ער דארף פאררעכטן, אבער ער איז נישט דערביי,
טו, וואס טוט מען דא?????
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

איבערלעבער האט געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2023 10:40 pm
אויב איז זי אן אזא נארסיסיט טייפ. מאך זיך נישט וויסענדיג... חוץ אויב די שרעקסט זיך פטן איהר און דו ווילסט אויסקוקון ווי מיר. נישט יעדער לעבט עס איבער. אין סומכין על הנס.
איינער קען דעיס ביטע מסביר זיין?

אז א פרוי האלט מ'דארף גיין איר גאנג און דער מאן האלט מ'דארף גיין זיין גאנג, און דער פרוי בלאזט און וויל נישט נאכגעבן. וואס איז דער עצה?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אותיות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:21 am

ס'איז צוויי באזונדערע חלקים דא:
  • איינס איז דער חלק פון בלאזן, וואס לגבי דעם דארף דער מאן פשוט זיין שטארק, זיך נישט דערשרעקן, איר אויסהערן און פארשטיין, אבער זיך נישט אונטערגעבן.
  • צווייטנס איז די מיינונגס פארשידנהייט גופא, וואס אויף דעם דארף מען ארומשמועסן און ארומארבעטן ביז מ'דערגרייכט א געוויסע סארט פארשטענדעניש.

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 1:46 am

דו זאגסט דברים של טעם

זייער אינטראסאנט... איך האב אלעמעל געמיינט אז מען דארף נאכגעבן...

פארוואס זאל מען נישט נאכגעבן?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אותיות האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 4:06 am
פארוואס זאל מען נישט נאכגעבן?
אויב מ'געט אייביג נאך, פילט מען זיך אליין קודם ווי א שמאטע, דערנאך פארלירט זי אויך איר אונטערלאנער, און אין לחץ פרובירט זי דיך צו אויסקוועטשן נאך מער.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ברשות כל הקהל הקודש, וויל איך צולייגן א נקודה'לע.

ווען א מענטש איז ביים לעבן, קען ער געבן, נאכגעבן, און אפילו פארגעבן.
מה שאין כן ווען א מענטש איז אויסגעלאשן אדער איינגעשפארט.

און ממילא איז איינס פון די סימנים צו וויסן אויב דו ביסט טאקע שטארק, דורך בודק זיין צי דו קענסט אוועקגעבן פון דיין אייגענעם רצון.
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

תגובה דורך Joel »

זי בלאזט נאך ? איך אויב געמיינט אז זי האט זיך שוין בארואיגט
אוועטאר
קרעמניצער חסיד
שר האלפיים
תגובות: 2132
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 10, 2023 10:29 pm
לאקאציע: שכונת זרע קודש

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמניצער חסיד »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 5:57 pm
ברשות כל הקהל הקודש, וויל איך צולייגן א נקודה'לע.

ווען א מענטש איז ביים לעבן, קען ער געבן, נאכגעבן, און אפילו פארגעבן.
מה שאין כן ווען א מענטש איז אויסגעלאשן אדער איינגעשפארט.

און ממילא איז איינס פון די סימנים צו וויסן אויב דו ביסט טאקע שטארק, דורך בודק זיין צי דו קענסט אוועקגעבן פון דיין אייגענעם רצון.
ס’דא א שפריכווארט, נישט דער געבער איז דער געבער, און נישט דער נעמער איז דער נעמער...
אנהייב יאר קען מען זיך בעסער אוועקשטעלן! (שפת אמת)
טיף ווארט: עס קומט א צייט אין לעבן וואס מען אנערקענט, אז ”ענוה” איז נישט קיין מידה, נאר א מציאות!
(לעצט פארראכטן (דורך מיר) ה’ תשרי תשפ”ד)
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

Joel האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 6:11 pm
זי בלאזט נאך ? איך אויב געמיינט אז זי האט זיך שוין בארואיגט
זי האט זיך שוין לאנג בארואיגט, אבער ערשט יעצט האט דער מאן געכאפט אז אלעס ביז אהער איז געווען בלויז א בלאז...
Joel
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

;l;p-
המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 6:26 pm
Joel האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 6:11 pm
זי בלאזט נאך ? איך אויב געמיינט אז זי האט זיך שוין בארואיגט
זי האט זיך שוין לאנג בארואיגט, אבער ערשט יעצט האט דער מאן געכאפט אז אלעס ביז אהער איז געווען בלויז א בלאז...
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 5:57 pm
ברשות כל הקהל הקודש, וויל איך צולייגן א נקודה'לע.

ווען א מענטש איז ביים לעבן, קען ער געבן, נאכגעבן, און אפילו פארגעבן.
מה שאין כן ווען א מענטש איז אויסגעלאשן אדער איינגעשפארט.

און ממילא איז איינס פון די סימנים צו וויסן אויב דו ביסט טאקע שטארק, דורך בודק זיין צי דו קענסט אוועקגעבן פון דיין אייגענעם רצון.
א חידוש. נישט מער ווי צוויי לייקס?
קאן מען ווען וואלט איך געגבן א אלף לייקס.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

רבותי, וואס טוט מען ווען א קינד בלאזט?
בייק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:33 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייק »

אותיות האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 10:22 pm
רבותי, וואס טוט מען ווען א קינד בלאזט?
מען עפענט א נייע אשכול.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

אותיות האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 10:22 pm
רבותי, וואס טוט מען ווען א קינד בלאזט?
וואס שטערט דיר אז ער בלאזט? איגנאר איהם אויף 100%, עס וועט נישט לאנג אנהאלטן
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

קאכעדיגע האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 11:10 pm
אותיות האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 10:22 pm
רבותי, וואס טוט מען ווען א קינד בלאזט?
וואס שטערט דיר אז ער בלאזט? איגנאר איהם אויף 100%, עס וועט נישט לאנג אנהאלטן
פרעגסט נישט וועלכע עידזש?

ס'מאכט אסאך אויס.
אותיות
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 1:25 am

Re: די בני בית בלאזט. וואס איז מיין רעאקציע? (אנקעטעס)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותיות »

צוויי גילדען האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 11:11 pm
קאכעדיגע האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 11:10 pm
אותיות האט געשריבן: מוצ"ש יוני 03, 2023 10:22 pm
רבותי, וואס טוט מען ווען א קינד בלאזט?
וואס שטערט דיר אז ער בלאזט? איגנאר איהם אויף 100%, עס וועט נישט לאנג אנהאלטן
פרעגסט נישט וועלכע עידזש?

ס'מאכט אסאך אויס.
9 יאר אלט
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”