כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

איך וויל דא אויסשמועסן א קריזיס וואס איך האלט אז סדארף דרינגענד עפעס געטוען ווערן וועגן דעם נושא, אין דאס איז וועגן צוגרייטן פרישע יונגעלייט צו א סטאבילע פינאנציעלע עתיד.

ליידער איז די היינטיגע סיסטעם א חורבן אוים ונורא. דאס אז מען מאכט חתונה יונגע אפרוחים אן די מינדעסטע עדיוקאציע אויף וואס ס'ווארט זיי אפּ אין די עתיד אויפן פראנט פון פרנסה אין ווי אזוי זיך צו גרייטן אויף דעם.
אין די פרישע יונגעלייטליך רוקן זיך אן אין כולל א טאג נאכן שבע ברכות פריש אין מונטער אמער, ער דאך שוין א טאטע, אן דאס מינדעסטע דאגה אין אזוי מאכט ער זיך באקוועם אין כולל ער לערנט אביסל, שמועסט אסאך.. ער ווערט א גאנצע עקספערט אין סאושעל סערוויסעס, ער מאכט זיכער אריין צו גיין אין יעדע אכטער גורל אין די נוי אינגלאנד ראיאן. בקיצור דרייט זיך אין פרייד זיך בשעת די בני בית ברענגט ב'ה אריין פרנסה אין ס׳ליכטיג אין וואויל.
אין דערווייל טוט די מערכת שמים דאס זייניגע אין די טעג לויפן מיט אומפעט אין צוביסלעך בויט דער יונגערמאן אויף זיין שטוב לשם ולתפארת ברענגט אראפּ איין קינד אין נאכדעם נאכאיינס אא"וו, אין דער יונגנערמאן פירט זיין כולל ווערטשאפט מיט א געוואלדיגע מנוחת הנפש נישט טראכטנדיג קיין רגע פון אנהייבן אינוועסטירן אין זיין עתיד זיך צו לערנען עפעס א פאך, יעצט ווען די צייט איז אויף זיין זייט...
אין אזוי רוקן זיך די יארן ביז סקומט אן דער טאג, אין דאס ווייב זיינער זייענדיג א באפארעטע מאמע הייבט אים אן מרמז צו זיין אז יבא העת צו זוכן א דזשאב ווייל זי קען זיך שוין נישט מער אזוי איבערייסן, דער יונגערמאן ווייסט נישט וואס סהאט אים באטראפן. איך ארבעטן? סמאכט עפעס נישט קיין סענס... ער איז עפעס נישט פון די סארט מענטשן..
בקיצור,ער האט נישט קין אנונג אין וועלעכע ריכטונג צו טראכן ווי זיך צו ווענדן ער אידאך א שאינו יודע לשאול אין ביזנעס ער ווייסטיך ניטאמאל ווי אזוי אנצוצינדן א קאמפיוטער. פארלוינערעהייט הייבט ער זוכן א דזשאב אין ער טרעפט קוים מיט צרות עפעס א בדיעבדיגע דזשאב וואס איינער וואס איז גרייט פאר א נדריגע געהאלט אנצוהייבן מיט אים ביי אלף אין פרשטייט זיך אז נאך א שטיק צייט זעהט ער אז ער פארדינט נישט גענוג, זוכט ער א צווייטע דזשאב אין כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ס'ענדיגט זיך בערך ווי די ערשטע אין אזוי וואלגערט ער זיך מ"ב מסעות מיט יסורי הגוף והנפש, ביז אולי ער סעטעלט זיך מיט א נערמאלע פרנסה, אלעס ווייל ער האט נישט עטראכט א טאג פארדעם אז איין טאג גייט מען דארפן ברענגן פרנסה.
רבותי, עפעס דארף געטוען ווערן צו עדיוקעטן די ינגעלייטלעך זיך צו גרייטן אויף דעם טאג ווען מגייט דארפן גיין ברענגן פרנסה.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
סומכוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:19 pm
פארבינד זיך:

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סומכוס »

כ'האב אמאל געהערט א חקירה צו מ'קען יוצא דער חיוב מיט'ן בפירוש אויסלערנען ליסטות
מיין ישיבה איז נישט קיין הפקר וועלט.
לאזן 50% בחורים קלאצן איבער גמרות איז נישט וועלקאם. פינטל.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2506
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

:lol:
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די קורצע ענטפער איז אז זאכן זענען אנדערש היינט פון אמאל. ס'נעמט נישט אוועק די פשטות דברי חז"ל אז יעדער טאטע האט א חיוב, נאר א שטיקל לימוד זכות פארוואס היינט איז עס אנדערש.

אמאל האט מען געמוזט האבן א פאך צו קענען האבן פרנסה. יעדער אין שטעטל האט געהאט זיין פאך. וואסער שעפער, האלץ האקער, בעקעריי, שוסטער, שניידער, תהילים זאגער, שערער, בויער, סטאלער, דעכער, שוחט, סופר, און אזוי ווייטער. אויב איינער נישט געקענט קיין איינס פון די פאכן האט ער נישט געהאט קיין פרנסה.

היינט ארבעטן 75 פראצענט היימישע אידן אין אפיסעס וואס מ'דארף איבעראל קענען די בעסיקס און ס'איבריגע לערנט מען צו אין די ארבעט. די בעסיקס איז א זאך וואס יעדער אינגערמאן קען זיך אליין צולערנען, אדער קען ער גיין צו א קורס זיך צו לערנען עפעס מער ווי קוויקבוקס און אקאונטינג. ס'איז נישט ווי אמאל וואס מ'האט זיך געדארפט לערנען צו פאררעכטן שוך אדער צו האקן האלץ.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2323
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:59 pm
די קורצע ענטפער איז אז זאכן זענען אנדערש היינט פון אמאל. ס'נעמט נישט אוועק די פשטות דברי חז"ל אז יעדער טאטע האט א חיוב, נאר א שטיקל לימוד זכות פארוואס היינט איז עס אנדערש.

אמאל האט מען געמוזט האבן א פאך צו קענען האבן פרנסה. יעדער אין שטעטל האט געהאט זיין פאך. וואסער שעפער, האלץ האקער, בעקעריי, שוסטער, שניידער, תהילים זאגער, שערער, בויער, סטאלער, דעכער, שוחט, סופר, און אזוי ווייטער. אויב איינער נישט געקענט קיין איינס פון די פאכן האט ער נישט געהאט קיין פרנסה.

היינט ארבעטן 75 פראצענט היימישע אידן אין אפיסעס וואס מ'דארף איבעראל קענען די בעסיקס און ס'איבריגע לערנט מען צו אין די ארבעט. די בעסיקס איז א זאך וואס יעדער אינגערמאן קען זיך אליין צולערנען, אדער קען ער גיין צו א קורס זיך צו לערנען עפעס מער ווי קוויקבוקס און אקאונטינג. ס'איז נישט ווי אמאל וואס מ'האט זיך געדארפט לערנען צו פאררעכטן שוך אדער צו האקן האלץ.
שטארקע פוינט. אבער יונגעלייט סטראגלען זייער שטארק ביז מען טרעפט א פלאץ צו בלייבן, מען דארף בעסער צוגרייטן יונגעלייט פיינענשל,
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קודם א הערצליכע מזל טוב, זאלסט זען אסאך אידיש נחת ביי אלע קינדערלעך עמו״ש

און השית זאל דיר צו שיקן די ריכטיגע פרנסה בשעה טובה

יעצט, די הייבט אן אז ׳די ״היינטיגע״ סיסטעם איז א חורבן איום ונורא׳

ביטע מסביר זיין די ׳היינטיגע׳ סיסטעם. וואס ווערט אנגערופן ׳היינט׳?
איך האב חתונה געהאט ארום צוואנציג יאר צוריק און מיין טאטע איבער פערציג און מה שהי׳ הוא שיהי׳, יעדער מיינט אז עס פאלט אים ארויף א בארג און דער זן ומפרנס שיקט צו פאר יעדעם א פרנסה אין די באשערטע מינוט

עס איז זייער א שטארקע מאמר הגמרא אין די קעפל פונעם אשכול, אבער ליהוי ידוע לך אז עס ווערט נישט גע׳פסק׳עט אזוי און כלל ישראל די לעצטע הונדערטע יאר האבן נישט געלערנט און נישט אויסגעלערנט די קינדער קיין אומנות (איך רעד נישט פון די וואס זענען קיינמאל אין ישיבה נישט געגאנגען נאר גראד געווארן די שניידער פון שטעטל) די אלע מאמרי חז״ל האבן די משכילים זייער גוט געקענט און אראפגעברענגט און די צדיקים וקדושים האבן אונז געלערנט וואס צו טון

אויב עפעס איז וויכטיג פשוט אויסלערנען די כולל יונגעלייט נישט צו פארשווענדן איעדע פרוטה וואס מען האט. אבער דאס איז מיט די ארבייט יונגעלייט די זעלבע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

latter האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 6:10 pm

שטארקע פוינט. אבער יונגעלייט סטראגלען זייער שטארק ביז מען טרעפט א פלאץ צו בלייבן, מען דארף בעסער צוגרייטן יונגעלייט פיינענשל,
וואס זאל מען אויסלערנען? רוב ארבעט קען מען זיי נישט אויסלערנען ווען מען איז אינג, און ווען מען איז עלטער לערנט מען זיך אליינס וואס מען גלייכט, די עלטערן ווייסן עניוועי נישט וואס די קינד וועט גלייכן צו טוהן נאך די חתונה.

עס איז טאקע דא אסאך וואס פירן זיך צו צאלן די קאסט פון זיך אויסלערנען דרייוון, אזוי קען ער גלייך ווערן א גוט באצאלטע טעקסי דרייווער..
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

כ׳מיין אז דיע אשכול איז גענוג.... ש׳כח פארן מיר אויפוואכן... אז איך מוז גיין עפעס טון..
אבער ערענסט גערעדט, וואס האלטסטו אז מ׳קען טון? די עלטערן? די ראשי כוללים? אפשר גאר די ראשי ישיבות פאר די חתונה? די מדריכי חתנים?
וואס איז זיכער אז יוצא זיין מיט די איינמאליגע ניטל שמועס איז נישט גענוג....
לעצט פארראכטן דורך יש משהו אום מיטוואך מארטש 29, 2023 6:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.

2000'סטע תגובה

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
דא איז די פלאץ:

גראמען גמ"ח
אוועטאר
Yop
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 5:02 am

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yop »

איך ווייס איך שפיר עס אויף מיינע ביינער....
איך פרעג ווייל איך וויל וויסן -אויב האסטו באוויליגט מיך צו ענטפערן ~ יישר כח פון פאראויס- אבער ביטע ציטיר מיך איך זאל וויסן פון דיין מוה...
אוועטאר
שמואל כהנא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 11, 2022 1:28 pm
לאקאציע: ארץ אשר עיני השם אלוקיך בה

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל כהנא »

עי' בטיימ'ס כתבו כנ"ל...

אגב יעדער וואס וויל קען זיך לערנען עפעס א פאך
און די היינטיגע וועלט קענסטו לערנען קאמפיוטער -גרעפיק-אקאונטינג וכדו'
און גאר א קורצע צייט
ווען מיר וואלטן געגעבן צו לערנען אונזערע קינדער א פאך וואס די גוישע וועלט און די מאדערנע וועלט לערנט
ווי וואלטן זיי געגאנגען ארבעטען?
א היימישע איד איז באגרעניצט מיט ארבעטס פלעצער!!!
וואס קוקסטו? שטייט דא גארנישט!
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

די פשוטע חלק פון אומנות דארף מען לכאורה יא אויסלערנן נישט קיין חילוק צי סאיז היינטיג, אמאליג, אדער משכיליש.

1 נישט גנבנן, אויסכאפן, פארדרייען
2 נישט פארגעסן פון פשוטע מענטשעליכע כללים פון זיך רעכענען מיט ארבעטערס אדער בעל בתים.
3 נישט פאפן די רעגירונג, די באנק, די שותף
4 האנדלען ביי א סכסוך ווי א איד, זיי נאכגעביג אין פארשטיי די אנדערע צד
5 נישט בארגן מער ווי מקען באצאלן

פשוטע זאכן צי לערנען די קינדער אין דערמאנן ווען אימער
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובה דורך שטארק זיך »

פעלט דען אומנות׳ער.

קענסט זיין א סוחר, א בעל מלאכה, א דעזיינער, א קונסטלער א קעכער, אן אינדיוסטיראליסט/פאבריקאנט, א טעכנישן א בוכהאלטער אן אינשורענס/פינאנץ אדווייזער...

מיר זענען מחיוב אלס טאטע אויסצולערנען אונזערע קינדער; און אלס מאן אויסצוהאלטן אונזער געזונדל.

אחריות אלס מענטש און איד איז דאס מינומום. גענוג מיט תירוצים.

זיך גארנישט געטועשט האקט נישט און קאפ
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אומנות איז נישט א DEGREE!! פינטל!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אמעסידטשפארכללישראל
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמעסידטשפארכללישראל »

דא קומטס אריין צו אויפווייזן ווי סאקסעספול אינזערע אינגעלייט זענען, נישט ווען די ניו יארק טיימס שרייבט עס, נאר ווען אינזערע אינגעלייט רעדן זיך אזוי איין. ווי זענען יענע אלע תגיבות פון דעמאלז?
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

SPXUP האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:17 pm
די פשוטע חלק פון אומנות דארף מען לכאורה יא אויסלערנן נישט קיין חילוק צי סאיז היינטיג, אמאליג, אדער משכיליש.

1 נישט גנבנן, אויסכאפן, פארדרייען
2 נישט פארגעסן פון פשוטע מענטשעליכע כללים פון זיך רעכענען מיט ארבעטערס אדער בעל בתים.
3 נישט פאפן די רעגירונג, די באנק, די שותף
4 האנדלען ביי א סכסוך ווי א איד, זיי נאכגעביג אין פארשטיי די אנדערע צד
5 נישט בארגן מער ווי מקען באצאלן

פשוטע זאכן צי לערנען די קינדער אין דערמאנן ווען אימער
אומנות מיינט א פאך
נישט אויסלערנען ענגליש אדער וויאזוי צו זיין מענטשליך
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:59 pm
די קורצע ענטפער איז אז זאכן זענען אנדערש היינט פון אמאל. ס'נעמט נישט אוועק די פשטות דברי חז"ל אז יעדער טאטע האט א חיוב, נאר א שטיקל לימוד זכות פארוואס היינט איז עס אנדערש.

אמאל האט מען געמוזט האבן א פאך צו קענען האבן פרנסה. יעדער אין שטעטל האט געהאט זיין פאך. וואסער שעפער, האלץ האקער, בעקעריי, שוסטער, שניידער, תהילים זאגער, שערער, בויער, סטאלער, דעכער, שוחט, סופר, און אזוי ווייטער. אויב איינער נישט געקענט קיין איינס פון די פאכן האט ער נישט געהאט קיין פרנסה.

היינט ארבעטן 75 פראצענט היימישע אידן אין אפיסעס וואס מ'דארף איבעראל קענען די בעסיקס און ס'איבריגע לערנט מען צו אין די ארבעט. די בעסיקס איז א זאך וואס יעדער אינגערמאן קען זיך אליין צולערנען, אדער קען ער גיין צו א קורס זיך צו לערנען עפעס מער ווי קוויקבוקס און אקאונטינג. ס'איז נישט ווי אמאל וואס מ'האט זיך געדארפט לערנען צו פאררעכטן שוך אדער צו האקן האלץ.
די מאכסט אוועג א שטיקל גמרא מיט דיין אייגענע דעת אן קיין שום דעקונג פון א ספר
100 פערצענט אז יונגערלייט סטראגלען היינט ווי משוגע אריינצוגיין אין א דשאב
די חיוב ליגט אויף די טאטע יעצט ער קען דינגען איינעם זיי צו אויסלערנען פונקט ווי מקען דינגען איינעם צו לערנען מיט די קינד
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
אדלער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:17 am

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלער »

איך מיין היינטיגע צייטן וואס עס מיינט פראקטיש
העלפן אוועקשטעלן די קינד מיט א פרנסה אים זיין צו די האנט העלפן אים טרעפן א ריכטיגע זאך לויט זיין תכונת הנפש

מלמדו אומנות קען מען אויך יוצא זיין העלפן די קינד מצליח זיין אין ישיבה אין לערנען און אין געזעלשאפט אים לערנען בכלליות וויאזוי צו מצליח זיין אין לעבן וויאזוי דורכצוקומען שוועריגייטן נישט מורא האבן פון דורכפעלער, דורכקומען מיט מענטשן, טראכטן גרויס וכדומה
לעצט פארראכטן דורך אדלער אום מיטוואך מארטש 29, 2023 8:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

צו געזונט האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:36 pm
אומנות איז נישט א DEGREE!! פינטל!
ווער רעד פון א דעגרי מרעד פון אויסלערנען א געוויסע פאך
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אדלער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:59 pm
איך מיין היינטיגע צייטן וואס עס מיינט פראקטיש
העלפן אוועקשטעלן די קינד מיט א פרנסה אים זיין צו די האנט העלפן אים טרעפן א ריכטיגע זאך לויט זיין תכונת הנפש

מלמדו אומנות קען מען אויך יוצא זיין פעלט אויך אויס העלפן די קינד מצליח זיין אין ישיבה אין לערנען און אין געזעלשאפט אים לערנען בכלליות וויאזוי צו מצליח זיין אין לעבן וויאזוי דורכצוקומען שוועריגייטן נישט מורא האבן פון דורכפעלער, דורכקומען מיט מענטשן, טראכטן גרויס וכדומה
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:53 pm
SPXUP האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:17 pm
די פשוטע חלק פון אומנות דארף מען לכאורה יא אויסלערנן נישט קיין חילוק צי סאיז היינטיג, אמאליג, אדער משכיליש.

1 נישט גנבנן, אויסכאפן, פארדרייען
2 נישט פארגעסן פון פשוטע מענטשעליכע כללים פון זיך רעכענען מיט ארבעטערס אדער בעל בתים.
3 נישט פאפן די רעגירונג, די באנק, די שותף
4 האנדלען ביי א סכסוך ווי א איד, זיי נאכגעביג אין פארשטיי די אנדערע צד
5 נישט בארגן מער ווי מקען באצאלן

פשוטע זאכן צי לערנען די קינדער אין דערמאנן ווען אימער
אומנות מיינט א פאך
נישט אויסלערנען ענגליש אדער וויאזוי צו זיין מענטשליך
ביי יעדע דעגרי, נישט קיין חילוק דאקטעריי, אקאוינטינג, געזעץ, ליבעראל ארטס, ספעשיל עד. לערנט מען צי זייטיגע ענינים ווי למשל, ביזנעס געזעצן, מענעזשמענט סקיללס, קאמיוניקעשין סקילס, וכדו' די אלע זאכן זענען א חלק פון די אומנות קורסעס, אין דרך אגב כמעט יעדע דעגרי קומט מיט ענגליש, אין רעכענען קלאסען, צי מאל אפילו גאנץ פשוטע לעוועלס. סאיז אלף בית.
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

ענ"ד איז, אז ס'איז זייער וויכטיג אויסצולערנען די יונגעלייט און אפי' עלטערע, די ווערד פון א דאלאר, אונזערע עלטערן האבן געשעצט א דאלאר נישט פארן מאטריאליסטישן ווערד דערפון, נאר אלס וואס מ'קען אלס דערפון מאכן, און וואס מ'קען אלס ארויסנעמען דערפון ברוחניות ובגשמיות, דערפאר האבן זיי געקארגט אויף א דאלאר, און זיך געהיטן פון יענעמ'ס א דאלאר.
היינט הערשט א געוואלדיגע גרינגשעצונג און גלייכגילטיקייט צו געלט, און יונגעלייט ספענדן אויס די ערשטע פאר יאר וואס ס'איז נאך דא א הרחבה, אויף נארישקייטן, און נאכדעם טרעפט מען זיך אין א זומפ.
אנשטאט אוועקלייגן א דאלאר אויף א דאלאר, און די טבע הדברים איז אז צוויי אפגעשפארטע דאלארן איז נישט צוויי, נאר דריי אדער גאר פיר, און צוביסלעך קען מען בעז"ה זאמלען א אינוועסמענטל דא און דארט, ביז בס"ד האט מען עפעס אין די האנט.
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:57 pm
יצחק אייזיק האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 5:59 pm
די קורצע ענטפער איז אז זאכן זענען אנדערש היינט פון אמאל. ס'נעמט נישט אוועק די פשטות דברי חז"ל אז יעדער טאטע האט א חיוב, נאר א שטיקל לימוד זכות פארוואס היינט איז עס אנדערש.

אמאל האט מען געמוזט האבן א פאך צו קענען האבן פרנסה. יעדער אין שטעטל האט געהאט זיין פאך. וואסער שעפער, האלץ האקער, בעקעריי, שוסטער, שניידער, תהילים זאגער, שערער, בויער, סטאלער, דעכער, שוחט, סופר, און אזוי ווייטער. אויב איינער נישט געקענט קיין איינס פון די פאכן האט ער נישט געהאט קיין פרנסה.

היינט ארבעטן 75 פראצענט היימישע אידן אין אפיסעס וואס מ'דארף איבעראל קענען די בעסיקס און ס'איבריגע לערנט מען צו אין די ארבעט. די בעסיקס איז א זאך וואס יעדער אינגערמאן קען זיך אליין צולערנען, אדער קען ער גיין צו א קורס זיך צו לערנען עפעס מער ווי קוויקבוקס און אקאונטינג. ס'איז נישט ווי אמאל וואס מ'האט זיך געדארפט לערנען צו פאררעכטן שוך אדער צו האקן האלץ.
די מאכסט אוועק א שטיקל גמרא מיט דיין אייגענע דעת אן קיין שום דעקונג פון א ספר
חת"ם סופר ב"ב כ"א
דאין לתינוקות ישראל ללמוד שום אומנות ושום חכמה כ"א תורת ה', דקיי"ל כר' אילעי סוף מס' קידושין מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה, ולכשיגדל ולא הצליח בתורה אז יטריח עמו ללמדו אומנות, כדעבד רב לברי' בפסחים קי"ג ע"א, אבל בנערותו אחת היא לאומה תורת ה' תמימה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
כתר מלוכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

קלמן יאסעלע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:15 pm
ענ"ד איז, אז ס'איז זייער וויכטיג אויסצולערנען די יונגעלייט און אפי' עלטערע, די ווערד פון א דאלאר, אונזערע עלטערן האבן געשעצט א דאלאר נישט פארן מאטריאליסטישן ווערד דערפון, נאר אלס וואס מ'קען אלס דערפון מאכן, און וואס מ'קען אלס ארויסנעמען דערפון ברוחניות ובגשמיות, דערפאר האבן זיי געקארגט אויף א דאלאר, און זיך געהיטן פון יענעמ'ס א דאלאר.
היינט הערשט א געוואלדיגע גרינגשעצונג און גלייכגילטיקייט צו געלט, און יונגעלייט ספענדן אויס די ערשטע פאר יאר וואס ס'איז נאך דא א הרחבה, אויף נארישקייטן, און נאכדעם טרעפט מען זיך אין א זומפ.
אנשטאט אוועקלייגן א דאלאר אויף א דאלאר, און די טבע הדברים איז אז צוויי אפגעשפארטע דאלארן איז נישט צוויי, נאר דריי אדער גאר פיר, און צוביסלעך קען מען בעז"ה זאמלען א אינוועסמענטל דא און דארט, ביז בס"ד האט מען עפעס אין די האנט.
ברענגסט ארויס זייער גוטע נקודות.

אבער די מציאות איז אויך געווען אנדערש, א דאלער איז געווען א דאלער, מען האט געקענט אוועקלייגן די אפגעשפארטע געלט אונטערן מאטראץ, און נאך 3 יאר קויפן א הויז, אא''וו.

היינט מיט אפגעשפארטע געלט קענסטו באצאלען רענט, און אויב די האסט אפאר עקסטרע דאלער קענסטו קויפן א לייף אינשורענס פארלעסי פון א פאר אלפים א יאר....
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

כתר מלוכה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:40 pm
קלמן יאסעלע האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 10:15 pm
ענ"ד איז, אז ס'איז זייער וויכטיג אויסצולערנען די יונגעלייט און אפי' עלטערע, די ווערד פון א דאלאר, אונזערע עלטערן האבן געשעצט א דאלאר נישט פארן מאטריאליסטישן ווערד דערפון, נאר אלס וואס מ'קען אלס דערפון מאכן, און וואס מ'קען אלס ארויסנעמען דערפון ברוחניות ובגשמיות, דערפאר האבן זיי געקארגט אויף א דאלאר, און זיך געהיטן פון יענעמ'ס א דאלאר.
היינט הערשט א געוואלדיגע גרינגשעצונג און גלייכגילטיקייט צו געלט, און יונגעלייט ספענדן אויס די ערשטע פאר יאר וואס ס'איז נאך דא א הרחבה, אויף נארישקייטן, און נאכדעם טרעפט מען זיך אין א זומפ.
אנשטאט אוועקלייגן א דאלאר אויף א דאלאר, און די טבע הדברים איז אז צוויי אפגעשפארטע דאלארן איז נישט צוויי, נאר דריי אדער גאר פיר, און צוביסלעך קען מען בעז"ה זאמלען א אינוועסמענטל דא און דארט, ביז בס"ד האט מען עפעס אין די האנט.
ברענגסט ארויס זייער גוטע נקודות.

אבער די מציאות איז אויך געווען אנדערש, א דאלער איז געווען א דאלער, מען האט געקענט אוועקלייגן די אפגעשפארטע געלט אונטערן מאטראץ, און נאך 3 יאר קויפן א הויז, אא''וו.

היינט מיט אפגעשפארטע געלט קענסטו באצאלען רענט, און אויב די האסט אפאר עקסטרע דאלער קענסטו קויפן א לייף אינשורענס פארלעסי פון א פאר אלפים א יאר....

ווראנג.

אמאל האט מען נישט געזוכט צו אינוועסטן און רייך ווערן. מיינע זיידעס האבן אויס געלעבט די יארן במנוחה ווייל זיי האבן אוועק געלייגט און געהאט צום לעבן
היינט לייגט מען נישט אוועק ווייל מען קען נישט אינוועסטן און ווערן אן עושר און מען ווערט פארארימט ביי די עלטסטע קינדס בר מצוה

די משוגענע דראנג צו ווערן רייך להראות העמים והשרים אז מען ׳קומט אריין קלאר׳ דרייווט אראפ די מענטשהייט אין תהום
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
יער
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 5:43 pm

Re: כל שאינו מלמד את בנו אומנות כאילו מלמדו ליסטות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יער »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:57 pm
100 פערצענט אז יונגערלייט סטראגלען היינט ווי משוגע אריינצוגיין אין א דשאב
איך וויל דיר סתם פארציילן נייעס, אז אין די גויאישע גאס מוטשענען זיך די יונגע ווי משוגע אריינצוגיין אין א דזשאב.

ס'האט נישט מיט אויסלערנען א דזשאב צו נישט (פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין איסור אויסצולערנען), ס'האט מיט אויסלערנען צו נעמען אחריות. פינטל.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”