פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

פנחס האט זיך טיפער איינגעקורטשעט און זיין אפגעריסענע כאלאטל, זיך צו בעסער באשיצן פון די קאלטע ווינטן און רעגן טראפנס וואס האבן געשמיסן מיט א שטארקייט אויף זיין אויסגעמאגערטע געזיכט, קיין איין נארמאלע מענטש און גאנץ לאדש, האט נישט ארויסגעשטעקט זיין נאז פון אונטער די ווארעמע דאכענע און אזא שלאקס רעגן, אבער דאס האט נישט באוויזן צי פארשטייטערן פנחס' טריט, ער איז געלאפן ווי גלייך איינער וואלט אים געטריבן,

ווייל איינער האט אים געטריבן...

די גאסן פון לאדש זענען אים געווען זייער באקאנט, צו באקאנט, יעדע שטיינדל האט אים דערמאנט פון א וועלט וואס וועט מער נישט עקזעסטירן, יעדע ווינקל איז אים געווען גענוג צי דערמאנען פון זיין טאטע מאמע און פיר געשוויסטער וואס ער האט איבערגעלאזט און די אש פון אוישוויץ, ער איז געבליבן אליין, איינער אליין פון זיין גאנצע משפחה, און אויף אים ליגט אויסציפירן די צוואה...

ער האט ארויפמארשירט די דריי טריט פון די אזוי באקאנטע הויז, זייער הויז, די הויז ווי ער איז אויפגעוואקסן, און פון ווי מען האט זיי פארטריבן, צי א פלאץ ווי אלע שכנים האבן געהאפט אז קיינער וועט נישט צוריקקומען, די הויז איז שוין נישט זיינס, און אלעס וואס ליגט דערין איז איבערגעגעבן געווארן פאר א גוי, זיין טאטענס א פריינט וואס האט געקענט באשטיין פארן אפצאל צי האלטן זיין צוויי יעריגע ברודער דוד'ל ביז די מלחמה וועט זיין פאראיבער, און יעצט איז די מלחמה פאראיבער, און ער די עלעף יעריגע פנחס איז געבליבן די איינציגע פון די גאנצע משפחה צי אפנעמען די פקדון, ער האט האסטיג אנגעקלאפט אויפן טיר...

שטיל.

נאך דריי קלאפעס, כמעט זעצעס, אז דער יעניגער זאל זוך א ריר טאן פון אונטער די דאכענע,

און דאן שטילע טריט... און די טיר עפנט זיך און דארטן קוקן אויף אים צוויי מידע אויגן וואס האבן מיטאמאל געגעבן א בליץ... 'ער האט מיר דערקענט'

''אה?...'' מורמלט דער שגץ ארויס פון אונטער די נאז,

''איך בין פנחס איך בין די איינציגסטע לעבנסגעבליבענע פון די פאמיליע וואס האט דא געוואוינט, איך בון געקומען אפנעמען מיין ברודער וואס מיין טאטע האט ביי אייך אובערגעלאזט פארן קריג,''

''ס'איז נאך געבליבן פין ענק עפעס?'' מורמעלט דער פויער צי זיך אליין ''איך האב געמיינט אז ער האט שוין אלעס געענדיגט''

די מידעקייט און זיינע אויגן זענען גענצליך פארשווינדן געווארן, און ס'האט פארנומען איר פלאץ א שרעקליכע רציחה און קאלטבלוטיקייט,

''פאר אונז וועלן וויטער רעדן וועגן דיין ברודער, האב איך א קליינע איבערראשונג פאר דיר...'' מיט א סאדיסטישקייט שטרעקט ער אויס זיין האנט צו די אלטע טישל וואס שטייט נעבן אריינגאנג צום הויז און שלעפט ארויס פון דארטן אן אנגעלאדענטע רעוואלווער... מיט א קאלטקייט שטעכט ער אריין איר שפיץ און די שלייפן פון דעם אינגען און אומבאהאלפענע פנחס'ל און פליסטערט אים אריין און די אויער... ''ס'וועט מיר זיין מער ווי גישמאק צי ענדיגן וואס פאטער היטלער האט פארפעלט... מיט וואס נאך קען איך דיך העלפן?''

אויב דער שמיציגער פויער האט ערווארטעט צי באגעגענען א דערשראקענע פאר אויגן איז ער געווארן אנטוישט, פנחס האט און אים אריינגעשטעקט א שטייפע פאר אויגן און גערעדט שטיל אבער מיט א פעסקייט,

''פון די קינדער אפטיילונג און אוישוויץ האט איר שוין געהערט? איך האב דארט פארבראכט פינעף יאר... איך האב נישט איבער געלעבט אוישוויץ יעצט צו שטארבן!... איך האב זיך נישט ארויסגע'גנב'ט און די טינקלקייט פון די נאכט צו צוזאמענקלויבן די צופליקטע קערפער פון מיין מאמע פון צווישן די באן שינעס צי שטארבן פון אזא געמיינע מענטש וואו די ביסט!... איך האב נישט געהאנגען אויף די הענט פאר פיר און צוואנציג שעה פארן פרובירן צו אריינשמוגלען אביסל וואסער פאר מיין שוועסטער וואס איז אוסגעגאנגען פון טיפוס צי ווערן דערשאסן דורך דיר!... איך האב נישט געשלעפט די טויטע קערפער פון מיין טאטע פאר צוויי מייל אים צי באגראבן און א אידישע בית החיים צווישן פליעדיגע באמבעס און ברענעדיגע געביידעס צי שטארבן דא און דיינע הענט!... איך האב איבערגעלעבט פאר אים... פאר מיין ברודער!...''

די פויער האט אים אנגעקיקט מיט א ברעקל איבערראשונג און אים געפרעגט מיט א קורצע אטעם "די האסט נאך עפעס צי זאגן פאר איך וועל אריינווארפן דיין טויטע קערפער און וואלד און קיינער וועט דיר קיינמאל נישט זיכן?''

''יא!'' עטפערט פנחס בשעת ער שטופט צוביסלע אוועק די רעוואלווער פון זיין קאפ צו שאק פון די פויער ''לאז מיר אריין און דיין הויז או געב מיר צוריק מיין ברודער דוד’ל...''

אן ווארטן א סקונדע רוקט פנחס אוועק די ריזן גוי, און באפרייט א שפאלט פון די עפנונג און שפאצירט אריין און די הויז אן קיין באגריסונג,

זיין דוד'ל איז דארט געשלאפן און א ווינקל און א זארגלאזע שלאף... א קליינע קלאפ און די פלייצע... צווי דערשראקענע אויגן... א הארציגע האלזונג... אסאך טרערן... זייער אסאך טרערן... צושטיקלטע ווערטער... אויף פראגעס וואס האבן נישט קיין ענטפער...

צוויי ברודער... פון א גאנצע משפחה...

דוד'ל כאפט אן זיין גרויסע ברודער פנחסל'ס האנט און לאזט עס נישט אפ, בשעת זיי שפאציר צוזאמען צום ארויסגאנג ווי דער פויער שטייט נאך דארטן אונגאנצן איבערראשט נישט גלייבנדיג אז ער האט זיך געלאזט פון א קליין עלעף יעריג'ס...

פנחסל ערלויבט זיך צו געבן נאך איין בליק אויף דעם צושוידערטן פויער ביים ווינקל ''א גרויסן דאנק פארן האלטן מיין ברודער ביז יעצט, און ערלויב מיר ביטע מיטצונעמען איין קליינע געדענקמאל פאר די גוטס וואס די האסט אונז ארויסגעוויזן און א שווערע צייט, איך וואלט מיטנענעמען מיט מיר אט די קליינע 'איבערראשונג' אויב ס'שטערט דיר נישט'' זאגט ער מיט א שאטן פון ציניזעם ווען ער נעמט מיט מיט זיך די קליינע רעוואלווער וואס ליגט אומבאניצט אויפן טישל...

זיי האבן האנט ביי האנט אראפשפאצירט די גאס, איבערלאזנדיג א געפלעפטער די שגץ וואס מיטשעט זיך צו פארשטיין אן אומאפפרעגבארע פשט און עם ישראל חי!!

היינט צוטאגס ווען די שוין בן תשעים ר' פנחס זיצט מיט זיינע קינדער, אייניקליך, און פערטע דור ארום זיין סדר טיש צייגט ער אויף די אלטע פארשטויבטע 'וויס 35' אטאמאטישע ביקס וואס ליגט און די זילבער שאפע און זאגט פאר אלע זיינע אייניקלעך 'מרור זו שאנו אוכלים על שום מה...'

-------

זונטאג פארשת כי תבא ט''ו אלול תשפ''ב למספרם 9/11/22,

ערגעץ צווישן אכצענטע עוועניא און מאנסי בלוו''ד, איז מיר פארענטפערט געווארן די פראגע וואס האט מיר שוין געמיטשעט פאר זייער לאנג,

וואס האבן זיי געהאט?? וואס?

אביסל הסברה, און די ניינצנטן יאר הונדערט זענען דורך די גרעניצן פון עליס איילענד אריבערגעקומען אן ערך פון צוויי מיליאן אידישע אימעגראנטן, פון אוקריינע רוסלאנד און פוילן, זיי זענען געקומען אהער צי זיכן א פרישע געלעגענהייטן וואס דער נייער וועלט קען זיי אפפערן, זיי זענען נישט געווען פרייע אידן אדער מאדערענע, זיי זענען געווען אנטלאפענע פון אוקריינע פארגראמען, אדער פון די פוילישע רציחות, צי פון די רוסישע פאליטישע איבערקערענישן זיי האבן נישט געמיינט קיין שלעכטס,

צען יאר שפעטער, איז נישט געווען צי געפונען קיין הונדערט אידישע קינדער פון זיי... צוויי מיליאן אידן זענען פארשווינדן געווארן ווי אין וואסער אריין און די ריזיגע שמעלץ טאפ! יא יא... טריפענע אמעריקע...

דאן, און 1920 האט אמעריקע פארמאכט אירע גרעניצן, א שריט וואס אונז אידן האבן געצאלט די טייערסטע פרייז, נאכן פארברענען הונדערטער קהילות, פארטרייבנדיג צענדליגע מיליאנען אידן פון זייערע היימען, פון ווי אריבער זעקס מיליאן האבן זיך נישט צוריקגעקערט, און חרוב מאכענדיג גאנץ אייראפא און צפון אפריקע, האבן די אמערקאנער רעגירונג באוויליגט צו עפענען די גרעניצן א טראפ, און אריינגעלאזט א קליינע צאל פון עטליכע הונדערט צושלאגענע און האלב פארברענטע אידן, וואס זייער גאנצע פארמעגן איז געווען די העמעד אויף זייער בויך און א זעקל פון שוידערליכע זכרונות וואס זיי קענען זיך נישט ערלויבן צי געדענקען, זיי האבן גארנישט פארמאגט, גארנישט... און...

זיי האבן עס געמאכט!

וויאזוי? וואס האבן זיי געהאט? וואס האבן זיי פארמאגט? וואס?

וויאזוי זענען זיי איבערגעקומען די אמעריקאנע שמעלץ טאפ? וויאזוי האט אנקעל סעם פשוט ווי פארגעסן פון זיי? וויאזוי האט די פאקל פון די 'סטאטוע פון פרייהייט' זיי נישט פארברענט? וואס האבן זיי געהאט?... פארוואס פרעג איך? וויל איך וויל עס אויך האבן! עס קען מיר צוניצקומען...

יענע זונטאג האב איך עס געכאפט...

זיי זענען געווען איבערלעבער!!...

וואס מיינט אן איבערלעבער? אן איבערלעבער איז איינער וואס איז הויט און ביין, איינער וואס לעבט דא נאר בטעות, ער לאכט פון די טויט, און האט הויט פון אייזן... א מענטש וואס די קענסט אים גארנישט ציזאגן... ווייל די קענסט פון אים גארנישט צינעמען... אלס וואס ער האט פאר די אויגן איז בלויז צי איבערלעבן נאך א טאג, ער איז נישט געקומען צי 'לעבן די אמערקאנע חלום', ער איז נישט געקומען זיכן פאר א בעסערע לעבן, ער איז נישט געקומען 'לויפן פאר די גאלד', ער איז געקומען צי איבערלעבן!... די קאלטקייט וואס אוישוויץ האט זיי געלערנט, האט איינגעפלאנצט די עקשנות'דיגע ווילן, וואס קיין שום ווינט קען נישט איבעקומען, ווייל וואס ס'וועט פאסירן וועלן זיי איבערלעבן... די בלוט וואס האט און זיי געפלאסן זענען געוען בלוט פון אן איבערלעבער...

און געב א קוק... זיי האבן טאקע איבערגעלעבט! און נאך וואו...

איך. איך בין זייערס אן אייניקל...

איך בין איך א באקוועמער איד, איך נעם צווי האנטעכער און מקוה, און איך באצאל דערפאר פארשטייט זיך, איך נעם נישט ארויס מיין קאר פרייטאג נאך צוועלעווע, העכסטנס נעם איך אן אובער... איך האב פיינט דשירקי, און איך האב זייער שטארק ליב סושי, מ'קען מיינען אז איך בין א טיפיקל אמעRיקען... איך האב געוואוט פאר זעלדין, און איך טראכט אפשר צי לויפן פאר קאנגראס...

אבער טיף אינעוויניג... בין איך א איבערלעבער... אונטער מיין שיינעע רעקל האב איך א געשטרייפטע קליידער... אפולו ווען איך מאך מיר א גריל און מיין בעקיארד טיף אינעווייניג איז דא אין מיר א חלק וואס באהאלט נאך שאלאכטס פון קארטאפעל... איך בין אויך א איבערלעבער... איך האב הויט פון אן עלעפאנט... איך האב בלוט פון אן איבערלעבער....

וויאזוי ווייס איך? ווייל יענע זונטאג כי תבא האט מיר איינער אויספרובירט... ער האט פאר א מינוט פארגעסן אז איך האב באזיגט מענגעלע... און ער האט מיר אויסגעפריווט...

ער האט עפעס געשריבן און די ניו יארק טיימס... עפעס וואס האט אפאר טעג שפעטער געברענגט שרעקליכע רוזעלטאטן... עפעס וואס האט מיר זייער אויפגערעגט... און עפעס וואס איך גיי ... יא איבערלעבן!!

יענע זונטאג כי תבא האב איך שפאצירט אויפן גאס, און געזען און יעדנס פנים די פייער פון אן איבערלעבער... די עקשנות און די אויגן... די פייער... די זיג נאך איידערן קאמפף... ווייל ווען זי האסט איין מיליטער וואס איז פארנומען צו גנב'ענען וואש מאשינס און אשר יצר פאפיר, און א צוויטע מיליטער וואס וויל בסך הכל איבערלעבן, איז דא א זיכערע געווינער... א זיכער איבערלעבער...

און איך וועל איין טאג זיצן מיט מיינע אייניקלעך, און איך וויל צייגן אויף אן אלטע פארגעלטע שטיקל ניו יארק טיימס און זאגן 'מרור זו שאנו אוכלין על שום מה...'

דם?

אש?

תמרות עשן?

והוא שעמדה!!!!!

וויל ס'איז נישטא קיין שום חילוק צווישן די נאכט, און אלע אנדערע נעכט פון אגאנץ יאר......
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

WOW! איז אן אנדערסטעיטמענט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

וואף... נישטא קיין ווערטער!!

כבין טאקע שפראכלאז אבער פטור בלא כלום אי אפשר....
קלאר און שארף ארויסגעברענגט די פינטעלע איד וואס ווערט נישט פארלאשן אין דעם הייסטן שוויץ-ווערט נישט דערשטיקט דורך די טייערעסטע דזשערקי/קיורד פיש-און ווערט נישט פארברענט ביי די מעכטיגסטע גרילל!!!!!!

#א איבערלעבער בלייבט א איבערלעבער!


בד"וו סיז א אמתע געשיכטע??
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

יישר כח @שקר!

דער גאנצער איבערלעבער געפיל קומט ארויס בשעת'ן ליינען דיין מייסטערווערק.

מען ווארט פאר נאך.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

כ'בין לער פון אויסדריקן.
...

אפשר דאך. מייסטערהאפטיג!
שכח.
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

WOW!!
נישט מעגליך זיך אפצושטעלן אינמיטן, ס'ציעט ווי א מאגנעט!
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אמת גמור, יעדעס ווארט (איך ווייס נישט איבער די מעשה, כ’רעד פונעם מוסר השכל).

הערליך
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

געליינט און איין אטעם!

איך בין אן #איבערלעבער
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

wow! איך וויל זיין א איבערלעבער איך וויל געהערן צו דעם פאלק וואס געט קיינמאל אויף אדרבא סשטארק זיי די אלע מיטמאכענישן.
שכוח. הערליך געשריבן. צום (אידישן) פינטל.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע: Lee - Penn

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

כ'זעץ מיר אראפ באקוועם עפענעדיג מיין לעפטאפ באגעגנט מען און אקטיווע אט דעם ארטיקל, מ'קליקט אריין, א שנעלע בליק איבער, נעה כ'בין נישט און די גיסטע פאר לאנגע אריכות'דיגע מעשיות - אנגעהויבן בליקן די ערשטע פאר שירות... געליינט און א ציה אן א אטעם! אויפוועקענדיג טיפע הרגשים פון שטאלץ און נקמה און היטלער ימ"ש, "יא כ'שפיר זיך וואו א לעדשיט סורווייווער".

כ'בין לער פון עקספרעשענס... דאונט ווארי כ'העל לייקן די ניקס וואס זענען מצמצם מיינע עמאושענס און דיבורים...

שכח @שקר!!!!!!!!!!!!!!
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

א מעסטער פיעס, די געדאנק, די דעליווערי, די שריפט, א שטיק קונסט.

די זאץ האט מיר צושאקלט די מערסטע
זיין דוד'ל איז דארט געשלאפן און א ווינקל און א זארגלאזע שלאף... א קליינע קלאפ און די פלייצע... צווי דערשראקענע אויגן... א הארציגע האלזונג... אסאך טרערן... זייער אסאך טרערן... צושטיקלטע ווערטער... אויף פראגעס וואס האבן נישט קיין ענטפער...
געציילטע שורות וואס אונטער יעדע ווארט ליגט א גאנצע געשיכטע, כאילו עס קומט יעצט פאר.

א דאנק
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הו הא, דאס איז אן ארטיקל, א זאפטיגע שרייבער, גאר גאר גוט, מיר צענומען.

יאפ, מיר זענען אלע איבערלעבער, עם ישראל חי!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

שטארק!

א שטארקע נקודה.
שטארק געשריבן.
אין שטארק פיין....
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Wow wow wow דאס איז שפראך!!

הנאה געהאט אויפן העכסטן הנאה וואס סאיז נאר דא!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

זייער שיין געשריבן. זייער הנאה געהאט. זייער א פיינע פאוינט. א קליינע הערה אבער כ׳מעג:
אבער. איך האב פערזענליך גערעדט מיט אסאך, אסאך אוישוויץ "איבערלעבער"... וועלעכע האבן מער קיין סדר טיש אין זייער לעבן נישט געוואלט פראווען. ליידער.

זיי זענען געקומען פון פרומע שטיבער, און געלערנט אין ישיבות אין אייראפע ביז די קריג. מ'דארף נישט מקטרג זיין אויף זיי. אבער א שטיקל תירוץ מעג איך באקומען, פארוואס געוויסע יא און זיי נישט?
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

ווייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:41 pm
זייער שיין געשריבן. זייער הנאה געהאט. זייער א פיינע פאוינט. א קליינע הערה אבער כ׳מעג:
אבער. איך האב פערזענליך גערעדט מיט אסאך, אסאך אוישוויץ "איבערלעבער"... וועלעכע האבן מער קיין סדר טיש אין זייער לעבן נישט געוואלט פראווען. ליידער.

זיי זענען געקומען פון פרומע שטיבער, און געלערנט אין ישיבות אין אייראפע ביז די קריג. מ'דארף נישט מקטרג זיין אויף זיי. אבער א שטיקל תירוץ מעג איך באקומען, פארוואס געוויסע יא און זיי נישט?
די שאלה איז וואספארא תירוץ? א תירוץ וואס זאל פארענטפערן זייערע מעשים? לכאורה נישטא, די זעלבע תורה איז אנגעגאנגען נאכן קריג ווי פארן קריג, איך בין זיכער אז ביים בית דין של מעלה האט מען גענומען אין באטראכט זייערע איבערלעבענישן, קען אפילו זיין אז לאור וואס זיי זענען אריבער לייגט מען זיי אריין אין די תינוק שנשבה כלל, אבער ווער זענען מיר זיך אפצוגעבן מיט הימלישע חשבונות?

די אמת'ע תירוץ שטייט אבער שוין אין גמרא, כשם שפרצופיהן שונות כך דעותיהם שונות, יעדע מענטש נעמט אויף טראמא אנדערש ווער רעדט נאך אזא מין אומפארשטעלבארע טראמא ווי א האלאקאוסט וואס האט אויסגעשאחטן זייער גאנצע פאמיליע, ביי יעדעם האט עס אפעקטירט אנדערש, ליידער האבן אסאך אויסגעגאסן זייער ווייטאג אויף אידישקייט און דא האלטן מיר.

וואס איז אבער איז זיכער אז די וואס האבן דורכגעשוויצט די ניסיונות און געבליבן ערליך, האבן אזוי שווער געארבעט און געקעמפט דערויף אז נאכדעם זענען זיי שוין געווען אזוי פעלזן פעסט דערמיט אז מען שפירט און מען זעהט עס נאך ביזן היינטיגן טאג.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
להבין ולהשכיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:29 am

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין ולהשכיל »

דאס איז מעגא!
גאלדענע פעדער, ארומגענומען מיט א דיקע לעדערנע הויט...

געהאלטן געשפאנט אין די ערשטע חלק, גטרינקן מיט דארשט די צווייטע חלק און ארויס פון התפעלות צום שלוס
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

ווייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:41 pm
זייער שיין געשריבן. זייער הנאה געהאט. זייער א פיינע פאוינט. א קליינע הערה אבער כ׳מעג:
אבער. איך האב פערזענליך גערעדט מיט אסאך, אסאך אוישוויץ "איבערלעבער"... וועלעכע האבן מער קיין סדר טיש אין זייער לעבן נישט געוואלט פראווען. ליידער.

זיי זענען געקומען פון פרומע שטיבער, און געלערנט אין ישיבות אין אייראפע ביז די קריג. מ'דארף נישט מקטרג זיין אויף זיי. אבער א שטיקל תירוץ מעג איך באקומען, פארוואס געוויסע יא און זיי נישט?
וואו איך פארשטיי רעדט איר פון מענטשען וואס האבן דירעקט געוואלט אפהאקן פון אידישקייט.
עס איז ליידער געווען גאר אסאך - אפילו פון ערליכע משפחות - וואס זענען שוין געווען פארפוילט פון פארן קריג.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

סבר פנים יפות האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 7:25 pm
ווייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:41 pm
זייער שיין געשריבן. זייער הנאה געהאט. זייער א פיינע פאוינט. א קליינע הערה אבער כ׳מעג:
אבער. איך האב פערזענליך גערעדט מיט אסאך, אסאך אוישוויץ "איבערלעבער"... וועלעכע האבן מער קיין סדר טיש אין זייער לעבן נישט געוואלט פראווען. ליידער.

זיי זענען געקומען פון פרומע שטיבער, און געלערנט אין ישיבות אין אייראפע ביז די קריג. מ'דארף נישט מקטרג זיין אויף זיי. אבער א שטיקל תירוץ מעג איך באקומען, פארוואס געוויסע יא און זיי נישט?
וואו איך פארשטיי רעדט איר פון מענטשען וואס האבן דירעקט געוואלט אפהאקן פון אידישקייט.
עס איז ליידער געווען גאר אסאך - אפילו פון ערליכע משפחות - וואס זענען שוין געווען פארפוילט פון פארן קריג.

ניין. די מלחמה האט זיי מעביר געווען מדעת קונם. דבר ידוע.
אלענפאלס א קשיא איז נישט עק וועלט.
און דער ארטיקל בלייבט פיין.
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

ווייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 7:29 pm
סבר פנים יפות האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 7:25 pm
ווייזער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 6:41 pm
זייער שיין געשריבן. זייער הנאה געהאט. זייער א פיינע פאוינט. א קליינע הערה אבער כ׳מעג:
אבער. איך האב פערזענליך גערעדט מיט אסאך, אסאך אוישוויץ "איבערלעבער"... וועלעכע האבן מער קיין סדר טיש אין זייער לעבן נישט געוואלט פראווען. ליידער.

זיי זענען געקומען פון פרומע שטיבער, און געלערנט אין ישיבות אין אייראפע ביז די קריג. מ'דארף נישט מקטרג זיין אויף זיי. אבער א שטיקל תירוץ מעג איך באקומען, פארוואס געוויסע יא און זיי נישט?
וואו איך פארשטיי רעדט איר פון מענטשען וואס האבן דירעקט געוואלט אפהאקן פון אידישקייט.
עס איז ליידער געווען גאר אסאך - אפילו פון ערליכע משפחות - וואס זענען שוין געווען פארפוילט פון פארן קריג.

ניין. די מלחמה האט זיי מעביר געווען מדעת קונם. דבר ידוע.
אלענפאלס א קשיא איז נישט עק וועלט.
און דער ארטיקל בלייבט פיין.
יש ויש

איך ווייס ליידער פון אסאך וואס זענען אוועקגעפאלן פארן קרוג, און פון הערליכע חסידישע משפחות.
לכאורא כהיום האט יעדער עטליכע עלטער (עלטער עלטער...) פעטערס וואס זענען אוועגפאלן פארן קרוג, נאר ס' איז א טעמע וואס מען זיכט נישט צו רעדן דערפון.
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

אמ'ג!!! כ'האב טשילס...

שרעקליך גוטע פעדער, ווי א פארקערטע מעגענעט צו מיינע אויגן. צוגעשמידט בינעך געוועהן. - איינער האט מיר געזוכט? כ'בינדא, שוין גענדיגט דעם ארטיקל.

און דער פוינט? יויש... געמאכט מיין נאכט און מיין מארגן. שוין שרייב נאך!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
שוועבל
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 14, 2021 11:53 pm

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועבל »

שקר גמור האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 2:53 pm
מאאאאאאאאאסיוווווווווו איז נישט דאס ווארט!!!
איך בין טאקע א נייע שרייבער אבער אן אלטע ליינער...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

Wow!
נישטא מער וואס צוצולייגען
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

Wow wow
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4619
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: פאר יעדן צי וויסן... איך בין א איבערלעבער!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow וואס מ’קען מאכן פון א פען מיט פאפיר..
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”