בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הצלחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 11:07 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה »

ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:32 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:25 pm
ידיד נאמן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:51 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:13 pm
ס'איז דא וואס האבן נישט קיין שכל, כ'ווייס פון א קליידער סטאר וואס א פרוי איז געקומען איינקויפן און בשעת'ן אנטרייען א קלייד האט זיך עס צוריסן, און מ'האט איר געהייסן באצאלן דערפאר (נאר דע קאסט פרייז....), זי האט באצאלט און פארשטייט זיך ארויסגעוואקט פון דארט. אויף דעם איז געזאגט געווארען "געמאכט א פופציגער און פארלוירען א קאסטומער".
אז סהאט זיך צוריסן אין סטאר איז עס בכלל ווערט א ניקל?
וואס הייסט מ'האט איר געהייסן?
מהאט געטריפט אויף איר נוצענדיג דעם לא תגנוב?
איך ווייס נישט פונקטליך, זיי האבען מסתמא געזאגט אז ס'איז איר שולד ווייל זי איז נישט געווען גענוג פארזיכטיג
עפ"י הלכה ווען איך גיי שאפינג אין גראסערי און א פלאש גרעיפ דזשוס פאלט מיר ארויס פון די הענט און עס צעברעכט זיך - בין איך עפ"י מחויב צו באצאלן. ווען איך הייב עס אויף האב איך עס קונה געווען - איך קען עס טאקע צוריקלייגן. אבער מיר פסק'ן משיכה קונה, וכיון דאגביה קנאו להתחייב אפילו באונסין. איי די פלאר איז געווען גליטשיג - קען מען דן זיין צי די גראסערי איז שולדיג.

אזעלכע מעשות פאסירן יעדן טאג, און מענטשן גייען ווייטער, ווייל למעשה האב איך נאכנישט באצאלט, און ס'איז דעם גראסערי'ס שאדן.

מיט הלכות מארקעטינג ביזטו גערעכט.
האט נישט קיין שום שייכות א פלאש גרעיפ דזשוס וואס די האסט נישט געוואטשט צי א קלייד וואס מען האט אנגטרייט.
איך גלייב אז רוב נארמאלע סטארס ווען די זאלסט צריק קומען מיט א קלייד א טאג נאכן קויפן אז עס איז צעריסן געווארן וואלטן זיי צריק געגעבן קרעדיט
הצלחה
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

וכאן הקריאה יוצאת, אויב האסטו יא הנאה געהאט פון א געשעפט/ביזנעס, לייג א 5 שטערן גוגל ריוויו און שרייב צו א קורצע פונקט פון וואס די האסט הנאה געהאט, עס מיינט זייער אסאך פאר די ביזנעס און די בעה’’ב בפרט אויב איז ער א מתחיל.
עס נעמט נאר 1-2 מינוט און די פאזיטיווע עפעקט בלייבט אויף לאנגע יארן.

(אויף נעגעטיוו’ס זאלסטו טראכטן 5 מאל פארדעם און אפשר פרעג אויך א דיין צו די מעגסט, און אויב האסטו יא געלייגט נעם עס אראפ די מינוט וואס עס איז געווארן מסודר)
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
שפעטער נישט יעצט
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:15 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפעטער נישט יעצט »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:08 pm
ממעג עפעס זאגן לטובת די מענעדזשערס אויך...

ר' מענעדזשער, פליז טו עפעס קעגן די משוגעים וואס ליינען צייטונגען ביי די צייטונג שעלף. פון די מיאוסטע זאכן אין א גראסערי.

די צייטונג פלאץ איז געווענליך שטארקע טרעפיק, מענער, פרויען, קינדער, קערידזשעס, און דא קומען אפאר ----- און זיצן אויפן ביטש מיט א ברייטן פעיפער אינמיטן ברייטן ציבור קאסטומערס.

ספעשל יעצט אין ערב פסח סיזאן. לאטס עס נישט, פליז.

חוץ די שאלה פון גניבה, ווייל א געמישטע צייטונג איז שוין א גענוצטע פראדוקט.

האסט נישט די פינעף צען דאלאר פאר די אויסגאבע, הער קול מבשר!

וואס אי דען, וועסטו נישט וויסן וואס האט געמאכט דעם עולם אזוי מלא עקסטאז וספאנטאן, אדער וועלכע אידישע משפחה האט געהאלפן פוטין אלס קינד...!

מאך נישט קיין העווי טרעפיק און זיי נישט קיין גנב!!!
אבער ווען כ'בין געווענן א קינד און כ'האב געליינט א קאמיקס איז די סטאר וואס האט מיך פארשיקט 10 יאר שפעטער קויף איך נאך אלטס גארנישט נאר ביי יענע וואס כ'האב געליינט דארט

סיי ווייל כ'האב הנאה געהאט און סיי אלס די שילד געפילן
פארשטאנען איז גוט און אויב נישט איז אויך גוט
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

גראדע טרעפט מען אסאך פלעצער קינדער וואס זיצן אויפ'ן פלאר מיט א קאמיקס ווילאנג די מאמע קויפט איין.

דאס איז אסאך אנדערש, 1) זיי זענען נאך קליין, 2) מאמעס פארשטייען מאמעס, 3) עס איז קיוט, פאזיטיוו, גייט (געווענליך) נישט אויף די נערווען, 4) אסאך מאל קויפט מען נאכדעם די ביכל, 5) סטארס קענען באשטיין, 6) מקען צוריקלייגן די ביכל אן שאדן.

אבער ווען בחורים אדער יונגעלייט שטעלן אפ די טרעפיק צו ליינען א צייטונג בגניבה, איז עס 1) גרויסע מענטשן וואס ווייסן בעסער, 2) מאמעס ווערן בלאקירט, 3) פארקערט פון קיוט פאזיטיוו און גייט שרעקליך אויף די נערווען, 5) זיי קויפן עס "קיינמאל" נישט נאכדעם נאר לייגן עס צוריק נאך מיט אזא סנארקי נאז, געהעריג גניבה, 6) סטארס קענען נישט באשטיין, 7) די פראדוקט איז געשעדיגט.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:57 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
דאס קען מען נאר טוהן אויב מען לייגט א גרעסערע פראסעסינג פי אויף די גרעסערע ארדערס, איז דאס יא יושר'דיג?
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

נאך א מכת מדינה, די ערלים ביים רעזשיסטער וואטשען ספארטס און מאוויס אויף זייער פאון און אסאך מאל אפילו בשעת'ן רעכענען, זיי זענען אומגעדולדיג און זעהן אויס ברוגז פארוואס מ'שטערט זיי מיט אן ארדער, איך האב איינמאל געזאגט פאר אזא איינעם take your time, I'll wait till you finish watching the game, דער האט מיר געוואלט דערווערגען. פארוואס לאזט עס די מענעדזמענט צו? אין א גוי'שע סטאר וועסטי דעס קיינמאל נישט זעהן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

שפעטער נישט יעצט האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:30 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:08 pm
ממעג עפעס זאגן לטובת די מענעדזשערס אויך...

ר' מענעדזשער, פליז טו עפעס קעגן די משוגעים וואס ליינען צייטונגען ביי די צייטונג שעלף. פון די מיאוסטע זאכן אין א גראסערי.

די צייטונג פלאץ איז געווענליך שטארקע טרעפיק, מענער, פרויען, קינדער, קערידזשעס, און דא קומען אפאר ----- און זיצן אויפן ביטש מיט א ברייטן פעיפער אינמיטן ברייטן ציבור קאסטומערס.

ספעשל יעצט אין ערב פסח סיזאן. לאטס עס נישט, פליז.

חוץ די שאלה פון גניבה, ווייל א געמישטע צייטונג איז שוין א גענוצטע פראדוקט.

האסט נישט די פינעף צען דאלאר פאר די אויסגאבע, הער קול מבשר!

וואס אי דען, וועסטו נישט וויסן וואס האט געמאכט דעם עולם אזוי מלא עקסטאז וספאנטאן, אדער וועלכע אידישע משפחה האט געהאלפן פוטין אלס קינד...!

מאך נישט קיין העווי טרעפיק און זיי נישט קיין גנב!!!
אבער ווען כ'בין געווענן א קינד און כ'האב געליינט א קאמיקס איז די סטאר וואס האט מיך פארשיקט 10 יאר שפעטער קויף איך נאך אלטס גארנישט נאר ביי יענע וואס כ'האב געליינט דארט

סיי ווייל כ'האב הנאה געהאט און סיי אלס די שילד געפילן
א צעטל מיט באלד אותיות איז לכאורה גענוג. גיין פערזענליך אנשרייען מענטשן לוינט נישט פון א מארקעטינג שטאנדפונקט.
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

גדל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:59 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 10:57 am

נעגאטיוו:
אנטשולדיגט, ביי אזא קליינע אייטעם קען מען נישט צאלן מיט קרעדיט קארט. איר האט נישט קיין קעש? יא, איר קענט עס צוריקלייגן.

דאס איז אזוי ביטער אז עס זינקט איין אין וואסער אפילו מיליאן דאלאר עדס, און יא, דאס איז אויך מארקעטינג, עס רופט אויס אין די גאנצע גאס וואספארא ------- די קאמפאני איז.

הייסט מיין קארטל איז ענק נאר גוט פאר הונדערט פופציג דאלאר? כל טוב, ביי 150 דאלאר וועל איך אויך גיין צו דעם וואס מיינע דאלאר פופציג אייטעם איז יא חשוב.
פאר די סטאר לוינט נישט די charge ביי א קליינע סכום. דארף ער באשליסען וואס עס איז עם ענדשער

וואס הייסט עס לוינט זיך נישט?
לאמיר זאגן אז ער צאלט טייער 3.5% + נאך 30 סענט פער טרענזעקשאן
קומט אויס אז פאר א $10 קלייד גייט ער צאלן גאנצע 65 צענט פאר קרעדיט קארד פי, מורא'דיג אסאך, ניין? לאמיר זאגן אפילו ער האט נאר 30% מארקאפ איז אנשטאט $3 פראפיט גייט ער נאר מאכן $2.35 לוינט זיך עס דען נישט צו האלטן דעם קאסטומער?
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:35 pm
גראדע טרעפט מען אסאך פלעצער קינדער וואס זיצן אויפ'ן פלאר מיט א קאמיקס ווילאנג די מאמע קויפט איין.

דאס איז אסאך אנדערש, 1) זיי זענען נאך קליין, 2) מאמעס פארשטייען מאמעס, 3) עס איז קיוט, פאזיטיוו, גייט (געווענליך) נישט אויף די נערווען, 4) אסאך מאל קויפט מען נאכדעם די ביכל, 5) סטארס קענען באשטיין, 6) מקען צוריקלייגן די ביכל אן שאדן.

אבער ווען בחורים אדער יונגעלייט שטעלן אפ די טרעפיק צו ליינען א צייטונג בגניבה, איז עס 1) גרויסע מענטשן וואס ווייסן בעסער, 2) מאמעס ווערן בלאקירט, 3) פארקערט פון קיוט פאזיטיוו און גייט שרעקליך אויף די נערווען, 5) זיי קויפן עס "קיינמאל" נישט נאכדעם נאר לייגן עס צוריק נאך מיט אזא סנארקי נאז, געהעריג גניבה, 6) סטארס קענען נישט באשטיין, 7) די פראדוקט איז געשעדיגט.
פרעג אני געשעפטס מאן, וועט ער דיר זאגן פינקט פארקערט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

גראדע איז געווארן לעגאל אין ניו יארק צו מעגן צו טזשארזשען א קרעדיט קארד פי , הונדערטער אדער טויזענטער געשעפטן טאקע האבן א טאוועל ביים רעזשיסטער אז קרעדיט קארד פי איז צוגעלייגט
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4064
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

תגובה דורך לאנטש טיים »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:38 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:57 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
דאס קען מען נאר טוהן אויב מען לייגט א גרעסערע פראסעסינג פי אויף די גרעסערע ארדערס, איז דאס יא יושר'דיג?
פארוואס עפעס? וויפול מענטשן וואקן ארויס פון גראסערי מיט אינטער $10 געסווייפט? ממש איינצעלנע, פון דעם דערלייגט מען נאך גארנישט

צווייטענס, דאס איז ביזנעס! פרעגט מען דען די קאסטומערס צו זיי זענען גרייט צו באצאלן די מארקעטינג אדער אנדערע עקספענסעס וואס ווערט למעשה גערעכענט פונעם קאסטומער?

(די מערסטע וואס א סווייפ פון $1 קאסט אים איז 28₵, ווענד זיך די פראסאסינג קאמפאני און פלען)
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

ווי קומט אריין די הלכה צו מ’איז מחויב צו באצאלן? מ’רעדט נישט דא צו דער קאסטומער מעג ארויסוואקן און מאכן א שווייג, מ’רעדט דא פון קאסטומער סערוויס פערספעקטיוו, צו דער בעה”ב זאל מעמיד זיין על דין תורה, אויפן חשבון פון פארלירען קאסטומערס.
איך האב אמאל געהאט אז א קלינערס האט פארלוירן מיין סוט, זאגט מיר די בעה”ב אז עפ”י הלכה דארף ער נאר באצאלן וויפיל ס’איז ווערט א גענוצטע, איך גלייב אים אויפן ווארט, אבער איך ניץ זיי מער נישט, צו ס’האט אים געלוינט צו נישט, זאל ער אליינס מאכן די חשבון.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

וועגן שטעגן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 3:31 pm
גראדע איז געווארן לעגאל אין ניו יארק צו מעגן צו טזשארזשען א קרעדיט קארד פי , הונדערטער אדער טויזענטער געשעפטן טאקע האבן א טאוועל ביים רעזשיסטער אז קרעדיט קארד פי איז צוגעלייגט
סאיז נאך אלץ דא אזעלכע טאוולעך, ווייסט ווי? ביי די מאטאר וויקל אפיס.

און ביי אנדערע רעגירונג אפיסעס, אבער יו געט די פאוינט...
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 5:01 pm
וועגן שטעגן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 3:31 pm
גראדע איז געווארן לעגאל אין ניו יארק צו מעגן צו טזשארזשען א קרעדיט קארד פי , הונדערטער אדער טויזענטער געשעפטן טאקע האבן א טאוועל ביים רעזשיסטער אז קרעדיט קארד פי איז צוגעלייגט
סאיז נאך אלץ דא אזעלכע טאוולעך, ווייסט ווי? ביי די מאטאר וויקל אפיס.

און ביי אנדערע רעגירונג אפיסעס, אבער יו געט די פאוינט...
די האסט נישט פארשטאנען, איך רעדט פון א נייע זאך , וואס פלעגט נישט זיין לעגאל, יעצט מעג א געשעפט טזשארזשען א קרעידט קארד פי
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

נארמאלע געשעפטן טוען עס נישט בכלל, נאר די מאטאר וויקל און ביזנעסער וואס ווילן אפערירן ווי זיי.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

פעטער שמואל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:01 pm
איך האב אמאל אריינגעוואקט אין א געשעפט 2 מינוט פאר 7. די געשעפט מאכט צו 7. איך האב נאר געדארפט איין זאך וואס איך האב געוויסט ווי עס ליגט, איך וואלט געקענט זיין אריין און ארויס און אונטער 90 סעקונדעס.
שטייט א פרוי ביים קאונטער און שרייט מיר ”אנטשולדיגט אונז זענען שוין פארמאכט”. (די טיר איז אבער געווען ברייט אפען). זאג איך איר איך נעם נאר איין זאך, איך בין פארטיג ממש אין א מינוט. זי זאגט מיר בשום אין אופן, אונז זענען פארמאכט.

איך האב שיינערהייט ארויסגעוואקט און יעצט קויף איך מיינע דריי גוד ארדערס ערגעץ אנדערש. זכה לו.

געשעפטן דארפן קלאר וויסן אז אויב מען פארמאכט א געוויסע צייט לאמיר זאגן 7:00 מיינט עס 7:00 און נישט 6:55 ווייל אויב יא איז אין לדבר סוף. אויב האלסטו נישט ביים אויפמנעמען קונדן שרייב ”אונז פארמאכן 6:55"

עס איז אסאך מאל א שאד אז די בעה”ב ווייסט נישט ווי סאך קאסטומערס זענען שוין אוועק געגאנגען צוליב א נישט געטרייע ארבעטער.
גערעכט, אבער קוק אויף די צווייטע זייט מטבע, מיין ווייב ארבעט אין א דריי גאאד סטאר, און עס מאכט זיך כמעט יעדן טאג אז מענטשן קומען אריין 5 מינוט פאר מען פארמאכט, און עס קען נעמען ביז 5 אדער 10 מינוט נאכן פארמאכן ביז זיי ענדיגן, און נאכדעם זעהן מענטשן אז איינער איז נאך אינעווענדיג, ווילן זיי אויך עפעס וואס "גייט נאר נעמען א מינוט" שוין איטלעכע מאל געווען וואס מען האט פארמאכט א דרייפערטל שעה שפעט ווייל מען לאזט יא אריין 2 מינוט פארן פארמאכן.
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524

ניס קראכער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:05 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:57 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
שוין אסאך מאל געטראכט דערפון, וויאוזי קען זיין א לדוגמא מקוואות (אדער להבדיל די טרעין-מיטער וכדו') וואס בעטן צוויי דריי דאלער שטעלן צו די קרעדיט קארד אפציע,
מקואות קאסטן טאקע מער קק
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
ניין, ווען די סווייפסט איז די קק פי 3 אדער 4 פראצענט, מיט א מינימום פון 25 אדער 35 סענט, איז אויב קויפסטו א גרויסע ארדער איז די פי אויף די סאפער סנעק פונקט ווי אלע אנדערע, ווייל די טשארדש איז גענוג גרויס, אבער אויב קויפט מען נאר די סאפער סנעק איז די טשארדש מער ווי די פראפיט ווייל עס האט א מינימום.

איך ווייס נישט פארוואס די אשכול איז געפארן צו קק מינימום'ס אבער אז מען רעדט שוין יא דערפון וויל איך וויסן פארוואס סטארס זאגן אז זיי לאזן נישט באצאלן מיט א קק אונטער ---, לייג פשוט א 50 סענט טשארדש און שלום על ישראל..
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:49 pm
איך ווייס נישט פארוואס די אשכול איז געפארן צו קק מינימום'ס אבער אז מען רעדט שוין יא דערפון וויל איך וויסן פארוואס סטארס זאגן אז זיי לאזן נישט באצאלן מיט א קק אונטער ---, לייג פשוט א 50 סענט טשארדש און שלום על ישראל..
ס'דא גראסערי'ס טאקע וואס לייגן צו 25 סענט פאר א קק סווייפ אונטער 10 דאלער
געשריבן דורך: נעכטן
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4064
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:47 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
ניין, ווען די סווייפסט איז די קק פי 3 אדער 4 פראצענט, מיט א מינימום פון 25 אדער 35 סענט, איז אויב קויפסטו א גרויסע ארדער איז די פי אויף די סאפער סנעק פונקט ווי אלע אנדערע, ווייל די טשארדש איז גענוג גרויס, אבער אויב קויפט מען נאר די סאפער סנעק איז די טשארדש מער ווי די פראפיט ווייל עס האט א מינימום.
אויף דעם איז די תריץ אז עס לוינט אים צו פארקויפן בכלל א קאווע, דאן לוינט אים צו דערלייגן די 25 צענט.

מען קען די זעלבע זאך טענה'ן אז ער די קעשיר ספענד די זעלבע צייט פאר א $1 אייטעם ווי פאר $25 אייטעם, קומט אויס אז אויף די ערשטע דערלייגט ער געלט, ניי? די זעלבע מיט אסאך אנדערע עקספענסעס.

נאר, ער דארף מאכן די חשבון אז ער זאל פארדינען פון רוב קאסטומערס, נישט אייטעמס.

דאס איז חוץ דעם וואס א גראסערי און יעדע געשעפט האט ממש איינצלנע ארדערס פון אינטער $10 פער טאג, און אז ער דערלייגט דערויף זאל ער ארויסגיין פון די ליין... פונקט ווי מען קען גארנישט טוהן פאר די וואס קויפן סטריקטלי נאר סעיל אייטעמס...
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4064
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

נעכטן האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:57 pm
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:49 pm
איך ווייס נישט פארוואס די אשכול איז געפארן צו קק מינימום'ס אבער אז מען רעדט שוין יא דערפון וויל איך וויסן פארוואס סטארס זאגן אז זיי לאזן נישט באצאלן מיט א קק אונטער ---, לייג פשוט א 50 סענט טשארדש און שלום על ישראל..
ס'דא גראסערי'ס טאקע וואס לייגן צו 25 סענט פאר א קק סווייפ אונטער 10 דאלער
און די סטארס האבן נאך גארנישט פארדינט דערפון. עס ברענגט אריין קנאפע $5 א חודש און לאזט איבער א שלעכטע טעם אין די מויל פון אפאר מענטשן, אסאך מער פארלוירן.. מארקעטינג פער מענטש וואס קומט אריין איז אסאך אסאך מער...
ביסטו א אשכול האוסט? דאס איז פאר אייך!
ריכטיגע וועג פון שרייבן א קעפל פאר א אשכול
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:42 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:01 pm
איך האב אמאל אריינגעוואקט אין א געשעפט 2 מינוט פאר 7. די געשעפט מאכט צו 7. איך האב נאר געדארפט איין זאך וואס איך האב געוויסט ווי עס ליגט, איך וואלט געקענט זיין אריין און ארויס און אונטער 90 סעקונדעס.
שטייט א פרוי ביים קאונטער און שרייט מיר ”אנטשולדיגט אונז זענען שוין פארמאכט”. (די טיר איז אבער געווען ברייט אפען). זאג איך איר איך נעם נאר איין זאך, איך בין פארטיג ממש אין א מינוט. זי זאגט מיר בשום אין אופן, אונז זענען פארמאכט.

איך האב שיינערהייט ארויסגעוואקט און יעצט קויף איך מיינע דריי גוד ארדערס ערגעץ אנדערש. זכה לו.

געשעפטן דארפן קלאר וויסן אז אויב מען פארמאכט א געוויסע צייט לאמיר זאגן 7:00 מיינט עס 7:00 און נישט 6:55 ווייל אויב יא איז אין לדבר סוף. אויב האלסטו נישט ביים אויפמנעמען קונדן שרייב ”אונז פארמאכן 6:55"

עס איז אסאך מאל א שאד אז די בעה”ב ווייסט נישט ווי סאך קאסטומערס זענען שוין אוועק געגאנגען צוליב א נישט געטרייע ארבעטער.
גערעכט, אבער קוק אויף די צווייטע זייט מטבע, מיין ווייב ארבעט אין א דריי גאאד סטאר, און עס מאכט זיך כמעט יעדן טאג אז מענטשן קומען אריין 5 מינוט פאר מען פארמאכט, און עס קען נעמען ביז 5 אדער 10 מינוט נאכן פארמאכן ביז זיי ענדיגן, און נאכדעם זעהן מענטשן אז איינער איז נאך אינעווענדיג, ווילן זיי אויך עפעס וואס "גייט נאר נעמען א מינוט" שוין איטלעכע מאל געווען וואס מען האט פארמאכט א דרייפערטל שעה שפעט ווייל מען לאזט יא אריין 2 מינוט פארן פארמאכן.
כ'האב דא געהאט געשריבן און געמעקט דעם נקודה וואס די שרייבסט, און מחליט געווען נישט צו שרייבן, אבער אז ברענגסט עס ארויס וועל איך עס יא זאגן אין איין ווארט. די עינוי הנפש וואס אן ארבייטער מאכט מיט צו בלייבן לענגער פון די שעות נאר ווייל א קאסטומער שלעפט איז א זאך וואס איינער וואס איז נישט געווען אין דעם שיך וועט עס לכאורה קיינמאל אין לעבן נישט פארשטיין. און די פראבלעם געווענטליך איז אז די געשעפט שפארט זיך אפיציעל די זעלבע זייגער וואס דער ארבייטער איז באשטימט צו ענדיגן ארבייטן...

למעשה אבער דא רעדט מען פון די קאסטומער'ס זייט האב איך עס נישט געשריבן. ריכטיג וואלט געווען צו מאכן די חשבון יעדע סעזאן אין יאר בערך ווילאנג עס נעמט די סטרעטש אריין נאך די אפיציעלע זייגער, און דאס אריינרעכענען אין די זייגער וואס מען שפארט אפיציעל, אדער די ארבייטער'ס שעות, לדוגמא אויב יעצט פסח צייט קען זיך עס פארציען ביז 1 שעה נאכן אפיציעלן זמן, דאס הייסט די זמן איז לדוגמא 7'ע און קאסטומער'ס האלטן אויף ביז 8'ע, זאל דער בעה"ב טון איינס פון די דריי, אדער זאל די זמן פון שפארן טאקע זיין 7'ע, אבער דער ארבייטער'ס שעות זאל לכתחילה זיין ביז 8'ע [אדער די לעצטע קאסטומער, וועלכע ס'קומט פריער, אבער נישט שפעטער פון 8'ע], אדער זאל ער אויפנעמען אן עקסטערע ארבייטער פאר יענעם שעה נאכן אפיציעל שפארן, אדער זאל ער אפיציעל צוריק רוקן די זייגער פון שפארן צו 6'ע און לאזן די ארבייטער'ס שעות ווי געווען.

בקיצור ער דארף מחליט זיין מיט וואס ער וויל צופרידן שטעלן דעם קאסטומער, אבער אין זעלבן צייט נישט זיך שיסן אין די פיס מיטן איבערשטרענגן די ארבייטער וואס קראכט אויס אויפן קאסטומער.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

למעלה משבעים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:00 pm
די עינוי הנפש וואס אן ארבייטער מאכט מיט צו בלייבן לענגער פון די שעות נאר ווייל א קאסטומער שלעפט איז א זאך וואס איינער וואס איז נישט געווען אין דעם שיך וועט עס לכאורה קיינמאל אין לעבן נישט פארשטיין
אמת ויציב ונכון וקיים....

אבער איך רעד נישט נאר פון די באצאלט חלק, מיין ווייב למשל, באקומט אויף די שעה, אבער די פאקט אז מען ווייסט נישט ווען מען קען אהיים גיין מאכט זייער אנגעצויגן, בעיקר פאר יום טוב, ווען מען פארלענגערט די שעות אויף שפעטער ביינאכט, און עס ווערט נאכדעם נאך שפעטער, און דאס ברענגט צו אסאך אומאיינגענעמליכקייטן..
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:42 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:01 pm
איך האב אמאל אריינגעוואקט אין א געשעפט 2 מינוט פאר 7. די געשעפט מאכט צו 7. איך האב נאר געדארפט איין זאך וואס איך האב געוויסט ווי עס ליגט, איך וואלט געקענט זיין אריין און ארויס און אונטער 90 סעקונדעס.
שטייט א פרוי ביים קאונטער און שרייט מיר ”אנטשולדיגט אונז זענען שוין פארמאכט”. (די טיר איז אבער געווען ברייט אפען). זאג איך איר איך נעם נאר איין זאך, איך בין פארטיג ממש אין א מינוט. זי זאגט מיר בשום אין אופן, אונז זענען פארמאכט.

איך האב שיינערהייט ארויסגעוואקט און יעצט קויף איך מיינע דריי גוד ארדערס ערגעץ אנדערש. זכה לו.

געשעפטן דארפן קלאר וויסן אז אויב מען פארמאכט א געוויסע צייט לאמיר זאגן 7:00 מיינט עס 7:00 און נישט 6:55 ווייל אויב יא איז אין לדבר סוף. אויב האלסטו נישט ביים אויפמנעמען קונדן שרייב ”אונז פארמאכן 6:55"

עס איז אסאך מאל א שאד אז די בעה”ב ווייסט נישט ווי סאך קאסטומערס זענען שוין אוועק געגאנגען צוליב א נישט געטרייע ארבעטער.
גערעכט, אבער קוק אויף די צווייטע זייט מטבע, מיין ווייב ארבעט אין א דריי גאאד סטאר, און עס מאכט זיך כמעט יעדן טאג אז מענטשן קומען אריין 5 מינוט פאר מען פארמאכט, און עס קען נעמען ביז 5 אדער 10 מינוט נאכן פארמאכן ביז זיי ענדיגן, און נאכדעם זעהן מענטשן אז איינער איז נאך אינעווענדיג, ווילן זיי אויך עפעס וואס "גייט נאר נעמען א מינוט" שוין איטלעכע מאל געווען וואס מען האט פארמאכט א דרייפערטל שעה שפעט ווייל מען לאזט יא אריין 2 מינוט פארן פארמאכן.
נאכאמאל. 7 אזייגער פארשפאר די טיר.
ווער עס דארט פארדעם לאז ענדיגן. אוודאי שיקט מען נישט ארויס א קאסטומער.
געב איבער דיין ווייב.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”