בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:48 pm
ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:32 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:25 pm
ידיד נאמן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:51 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:13 pm
ס'איז דא וואס האבן נישט קיין שכל, כ'ווייס פון א קליידער סטאר וואס א פרוי איז געקומען איינקויפן און בשעת'ן אנטרייען א קלייד האט זיך עס צוריסן, און מ'האט איר געהייסן באצאלן דערפאר (נאר דע קאסט פרייז....), זי האט באצאלט און פארשטייט זיך ארויסגעוואקט פון דארט. אויף דעם איז געזאגט געווארען "געמאכט א פופציגער און פארלוירען א קאסטומער".
אז סהאט זיך צוריסן אין סטאר איז עס בכלל ווערט א ניקל?
וואס הייסט מ'האט איר געהייסן?
מהאט געטריפט אויף איר נוצענדיג דעם לא תגנוב?
איך ווייס נישט פונקטליך, זיי האבען מסתמא געזאגט אז ס'איז איר שולד ווייל זי איז נישט געווען גענוג פארזיכטיג
עפ"י הלכה ווען איך גיי שאפינג אין גראסערי און א פלאש גרעיפ דזשוס פאלט מיר ארויס פון די הענט און עס צעברעכט זיך - בין איך עפ"י מחויב צו באצאלן. ווען איך הייב עס אויף האב איך עס קונה געווען - איך קען עס טאקע צוריקלייגן. אבער מיר פסק'ן משיכה קונה, וכיון דאגביה קנאו להתחייב אפילו באונסין. איי די פלאר איז געווען גליטשיג - קען מען דן זיין צי די גראסערי איז שולדיג.

אזעלכע מעשות פאסירן יעדן טאג, און מענטשן גייען ווייטער, ווייל למעשה האב איך נאכנישט באצאלט, און ס'איז דעם גראסערי'ס שאדן.

מיט הלכות מארקעטינג ביזטו גערעכט.
קיין איין נארמאלער אייגנטומער גייט דיר נישט הייסן באצאלען אפילו ווען דו ביזט מחויב עפ"י הלכה
לאמיר פארציילן מיין מעשה, רביצין געקויפט א ראוב פאר פולע פרייז אין א סטאר ווי זי פלעגט אייביג איינקויפן, נאך אפאר טאג פארן אויסוואשן האט די גאנצע זאך געפימפעלט,זיכער געווען דעפעקטיוו סחורה, זיי האבן נישט געלאזט איינטוישן אדער געבן קרעדיט, די מעשה איז געווען מן הסתם 15 יאר צוריק און שוין איינגעקויפט 100+ ראובס אבער מער נישט אריינגעטרויטן אין די סטאר.
דאס מיינט פארדינט א הונדערטער און דערלייגט טויזענטערס.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

למעלה משבעים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 9:00 pm
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:42 pm
פעטער שמואל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:01 pm
איך האב אמאל אריינגעוואקט אין א געשעפט 2 מינוט פאר 7. די געשעפט מאכט צו 7. איך האב נאר געדארפט איין זאך וואס איך האב געוויסט ווי עס ליגט, איך וואלט געקענט זיין אריין און ארויס און אונטער 90 סעקונדעס.
שטייט א פרוי ביים קאונטער און שרייט מיר ”אנטשולדיגט אונז זענען שוין פארמאכט”. (די טיר איז אבער געווען ברייט אפען). זאג איך איר איך נעם נאר איין זאך, איך בין פארטיג ממש אין א מינוט. זי זאגט מיר בשום אין אופן, אונז זענען פארמאכט.

איך האב שיינערהייט ארויסגעוואקט און יעצט קויף איך מיינע דריי גוד ארדערס ערגעץ אנדערש. זכה לו.

געשעפטן דארפן קלאר וויסן אז אויב מען פארמאכט א געוויסע צייט לאמיר זאגן 7:00 מיינט עס 7:00 און נישט 6:55 ווייל אויב יא איז אין לדבר סוף. אויב האלסטו נישט ביים אויפמנעמען קונדן שרייב ”אונז פארמאכן 6:55"

עס איז אסאך מאל א שאד אז די בעה”ב ווייסט נישט ווי סאך קאסטומערס זענען שוין אוועק געגאנגען צוליב א נישט געטרייע ארבעטער.
גערעכט, אבער קוק אויף די צווייטע זייט מטבע, מיין ווייב ארבעט אין א דריי גאאד סטאר, און עס מאכט זיך כמעט יעדן טאג אז מענטשן קומען אריין 5 מינוט פאר מען פארמאכט, און עס קען נעמען ביז 5 אדער 10 מינוט נאכן פארמאכן ביז זיי ענדיגן, און נאכדעם זעהן מענטשן אז איינער איז נאך אינעווענדיג, ווילן זיי אויך עפעס וואס "גייט נאר נעמען א מינוט" שוין איטלעכע מאל געווען וואס מען האט פארמאכט א דרייפערטל שעה שפעט ווייל מען לאזט יא אריין 2 מינוט פארן פארמאכן.
כ'האב דא געהאט געשריבן און געמעקט דעם נקודה וואס די שרייבסט, און מחליט געווען נישט צו שרייבן, אבער אז ברענגסט עס ארויס וועל איך עס יא זאגן אין איין ווארט. די עינוי הנפש וואס אן ארבייטער מאכט מיט צו בלייבן לענגער פון די שעות נאר ווייל א קאסטומער שלעפט איז א זאך וואס איינער וואס איז נישט געווען אין דעם שיך וועט עס לכאורה קיינמאל אין לעבן נישט פארשטיין. און די פראבלעם געווענטליך איז אז די געשעפט שפארט זיך אפיציעל די זעלבע זייגער וואס דער ארבייטער איז באשטימט צו ענדיגן ארבייטן...

למעשה אבער דא רעדט מען פון די קאסטומער'ס זייט האב איך עס נישט געשריבן. ריכטיג וואלט געווען צו מאכן די חשבון יעדע סעזאן אין יאר בערך ווילאנג עס נעמט די סטרעטש אריין נאך די אפיציעלע זייגער, און דאס אריינרעכענען אין די זייגער וואס מען שפארט אפיציעל, אדער די ארבייטער'ס שעות, לדוגמא אויב יעצט פסח צייט קען זיך עס פארציען ביז 1 שעה נאכן אפיציעלן זמן, דאס הייסט די זמן איז לדוגמא 7'ע און קאסטומער'ס האלטן אויף ביז 8'ע, זאל דער בעה"ב טון איינס פון די דריי, אדער זאל די זמן פון שפארן טאקע זיין 7'ע, אבער דער ארבייטער'ס שעות זאל לכתחילה זיין ביז 8'ע [אדער די לעצטע קאסטומער, וועלכע ס'קומט פריער, אבער נישט שפעטער פון 8'ע], אדער זאל ער אויפנעמען אן עקסטערע ארבייטער פאר יענעם שעה נאכן אפיציעל שפארן, אדער זאל ער אפיציעל צוריק רוקן די זייגער פון שפארן צו 6'ע און לאזן די ארבייטער'ס שעות ווי געווען.

בקיצור ער דארף מחליט זיין מיט וואס ער וויל צופרידן שטעלן דעם קאסטומער, אבער אין זעלבן צייט נישט זיך שיסן אין די פיס מיטן איבערשטרענגן די ארבייטער וואס קראכט אויס אויפן קאסטומער.
גאמ
איך האב געארבעט אין א סטאר ווי די ארבעטערס סקעדשזול איז געווען אפיציעל א שעה נאכן פארמאכן די געשעפט.
אוועטאר
ahah
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 1:27 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ahah »

איך גיי נישט צו א געשעפט פארן פון 10 מינוי פארן פארמאכן
טאקי וועגן איך בין געווהן אין די שיך
און אזוי זאג איך אהן אויכט מיין אשת חיל זאת נישט אויפהאלטן די געשעפט
אזוי האכט איוב איך זע אז סי די א ליין און די געשעפט איינגעטומער
וועט זעך האפאלטען צו אהיימגיין וועגן מיך זאג איך עם די ריזן פארוואס איך גיי און איך קום צוריק א טאג שפעטער אבער זונטאג וועהן איך ארבעים נישט.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:47 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
ניין, ווען די סווייפסט איז די קק פי 3 אדער 4 פראצענט, מיט א מינימום פון 25 אדער 35 סענט, איז אויב קויפסטו א גרויסע ארדער איז די פי אויף די סאפער סנעק פונקט ווי אלע אנדערע, ווייל די טשארדש איז גענוג גרויס, אבער אויב קויפט מען נאר די סאפער סנעק איז די טשארדש מער ווי די פראפיט ווייל עס האט א מינימום.
סא די גראסערי גייט זיך שטעלן אויף א קוואדער פארלוסט אויף א סופער סנעקס אפילו פאר'ן פרייז פון פארשעמען און פארטרייבן גוטע קאסטומערס וואס קויפן אנדערע צייטן גרויסע ארדערס.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
שטרענגע מענטש
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 12:06 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרענגע מענטש »

מען דארף מאכן א bbb פאר היימישע געשעפטן.
איך האב מיר היינט איינגעהאלטן פון דיספיוטען א טשארזש ווייל עס איז א איד.
די קאסטומער סערוויס ביי אונז דארף א תיקון, מיליאנערן פארפיגן אויף געשעפטן און זיי מאכן דיר שפירן ווי זיי טוען דיר א טובה אז זיי פארקויפן דיר א חאלאט.
זיי שוין שטיל דארטן!
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע: נישט דאהי

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:38 am
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:47 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
ניין, ווען די סווייפסט איז די קק פי 3 אדער 4 פראצענט, מיט א מינימום פון 25 אדער 35 סענט, איז אויב קויפסטו א גרויסע ארדער איז די פי אויף די סאפער סנעק פונקט ווי אלע אנדערע, ווייל די טשארדש איז גענוג גרויס, אבער אויב קויפט מען נאר די סאפער סנעק איז די טשארדש מער ווי די פראפיט ווייל עס האט א מינימום.
סא די גראסערי גייט זיך שטעלן אויף א קוואדער פארלוסט אויף א סופער סנעקס אפילו פאר'ן פרייז פון פארשעמען און פארטרייבן גוטע קאסטומערס וואס קויפן אנדערע צייטן גרויסע ארדערס.
ניין, זיי גייען נישט פארטרייבן גוטע קאסטומערס אזוי, א גוטע קאסטומער מיינט איינערמוואס פארשטייט אז איך דארף נישט דערלייגן קיין געלט אויף דיר ווייל די ווילסט יעצט באצאלן א סופער סנעק מיט א קק, (איך רעד נישט פון א 10$ מינימום, איך רעד יעצט פון דווקא אונטער איין דאלאר) און אויב גייסטו אוועק וועגן די סופער סנעק, קען מען אננעמען אז די הייסט נישט קיין גוטע קאסטומער ווייל די וואלסט ווען געהאט טענות אויף נאך 100 זאכן..
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

אלס בחור א יאר נאך מיין בר מצוה פאר קעמפ האט א הוט געשעפט אדווערטייזד אז זיי האבן א סעיל אויף קעמפ הוטן פאר $75 און אין קליין איז געשטאנען &up האט מיך מיין טאטע געגעבן $100 און געשיקט אליינס קויפן א הוט , קומט אריין א בחור'ל און דער געבט איהם א הוט און זאגט $130- די דעמאלס'דיגע פרייז, זאג איך איהם אז מיין טאטע האט מיך געגעבן נאר א הונדערטער , איך וויל קויפן די סעיל הוט פון $75 זאגט ער מיך אז עה, דו דארפסט נישט יענע הוטן ס'איז נישט אזוי שיין וכו' ער נעמט פון מיר די הונדערטער און שרייבט מיין נאמען אויף די הוט באקס און לייגט עס אין א זייט און זאגט מיר אז איך זאל ברענגען נאך $30 און איך קען אויפ פיקן די הוט. -א גנב!
מיין טאטע א איידעלע איד האטזיך ניט געוואלט שלאגן מיך געגעבן דרייסיג דאלער און געשיקט אויפ פיקן די הוט
אבער זייענ'דיג די עלטסטע פון א משפחה פון איבער א מנין אינגלעך קע"ה ווי מ'קויפט געווענליך לכה"פ פינעף הוטן א יאר, האט ער פארלוירן א קאסטומערפון וואס ער וואלט געקענט פארדינען אסאך מער

די בלוט קומט מיר ארויף אין קאפ ווען איך דערמאן זיך די מעשה
ווען ס'איז ווען מיין געלט וואלט איך איהם שוין לכאורה מוחל געוועהן, אבער דאס מאכן דאס גענאר פון א בחור'ל און מיך ווייזן ווי אזוי ער שלעפט ארויס א פאר גראשן פון מיין טאטע, דעס האב איך נאכנישט אראפגעשלינגען
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

נאכן זיך אריבער ציען צו א נייע דירה אין א געגענט ווי עס איז דא פינעף גראסערי'ס אין די צוויי דריי גאסן ארום, האמיר פראבירט איין גראסערי קויפ'דיג א סענדוויטש נאכן נישט עסן געהעריג יענע טאג, אויפן שאכטל איז געשטאנען tuna, איך קום אהיים איך מאך המוציא א בייס אריין און עס איז אייער וואס איך האב נישט ליב, איך בין דעמאלס געוועהן פארנומען וואטשן א בעל מלאכה אינדערהיים, האב איך נישט געקענט ארויסלויפן עפעס קויפן, בין איך געבליבן הונגעריג
איך גיי אריין די סוף טאג אין געשעפט איך פארצייל עס פאר די מענעדזשער ער קוקט אין די פרידזש און ער זעהט אז יא ס'דא עטליכע אזעלכע אין די פרידזש, און ער זאגט מיך אנטשולדיגט און גייט זיך זיין וועג
ווען ער געבט מיך ווען צוריק די $4 אדער לכה"פ ער זאגט מיך אז מארגן קען איך נעמען א סענדוויטש בחנם וואלט ער פארדינט א וועכענט'ליכע שבת ארדער
אבער היות ער האט עס נישט געטוען האב איך שוין נישט אריינגעטרעטן דארט שוין מער ווי א יאר וואס איך וואון אויף יענע גאס
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הרב להחיות איך מיין איר אווער-ריעקט אביסל...
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 4:00 am
הרב להחיות איך מיין איר אווער-ריעקט אביסל...
בכלל נישט אווערריעקשן. ווען א גראסערי פאטשט אפ א קאסטומער, האט די ביזנעס פארלוירן "אסאך" געלט. די זעלבע זאך פארקערט. ווען א ביזנעס גייט א טראפ ארויס פון וועג צו סערווען א קאסטומער, האט די פארדינט "אסאך" געלט.

עס איז וויכטיג די בעה"ב זאל זעהן די סטעף זאלן דאס וויסן און זיך פירן למעשה אזוי.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הייסע פעפער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:19 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 11:38 am
הייסע פעפער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 8:47 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
ניין, ווען די סווייפסט איז די קק פי 3 אדער 4 פראצענט, מיט א מינימום פון 25 אדער 35 סענט, איז אויב קויפסטו א גרויסע ארדער איז די פי אויף די סאפער סנעק פונקט ווי אלע אנדערע, ווייל די טשארדש איז גענוג גרויס, אבער אויב קויפט מען נאר די סאפער סנעק איז די טשארדש מער ווי די פראפיט ווייל עס האט א מינימום.
סא די גראסערי גייט זיך שטעלן אויף א קוואדער פארלוסט אויף א סופער סנעקס אפילו פאר'ן פרייז פון פארשעמען און פארטרייבן גוטע קאסטומערס וואס קויפן אנדערע צייטן גרויסע ארדערס.
ניין, זיי גייען נישט פארטרייבן גוטע קאסטומערס אזוי, א גוטע קאסטומער מיינט איינערמוואס פארשטייט אז איך דארף נישט דערלייגן קיין געלט אויף דיר ווייל די ווילסט יעצט באצאלן א סופער סנעק מיט א קק, (איך רעד נישט פון א 10$ מינימום, איך רעד יעצט פון דווקא אונטער איין דאלאר) און אויב גייסטו אוועק וועגן די סופער סנעק, קען מען אננעמען אז די הייסט נישט קיין גוטע קאסטומער ווייל די וואלסט ווען געהאט טענות אויף נאך 100 זאכן..
א קאסטומער איז נישטא צו פארשטיין, א קאסטומער איז דא צו קויפן וואס ער דארף ווען ער דארף און באצאלט שכרו משלם. ער איז נישט קיין ווילדע חי', און ער וואלט נישט באצאלט דעם סופער סנעק מיט א ק"ק אויב ער האט קעש צו די האנט. נאר היינט דרייט מען זיך מיט ווייניג קעש, און דאס שעפעלע שלעפט דעם רעקל ער זאל עס קויפן, שוין יעצט, גיט ער דעם ק"ק אדער קארד אן פייל.

אז דו ווילסט עס נישט נעמען, האסטו אים מיאוס פארשעמט, געלאזט דאס קינד וויינען און דעם טאטן-מאמען אין סטרעס, און געזאגט גוד ביי פאר זיין גרויסע ארדער יעדע וואך. ער גייט נישט אוועק פון די סטאר וועגן די סופער סנעקס. ער גייט צום קאמפעטישן וועגן די צער און בושות וואס ער האט ביי די סטאר. אויב די גראסערי מיינט ער האט דערלייגט אויף די סופער סנעקס, באלאנגט ער אין כעלעם, און אויב די גראסערי האט אזא "פאליסי" האבן זיי מסתמא נאך הונדערט "פאליסיס" וואס פארטרייבן קאסטומערס מידי יום ביומו.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

וועגן סווייפן א קארד פאר א קליינע סכום. די גראסערי ווי איך פלעג איינקויפן האט מיך מסביר געווען פארוואס ס׳לוינט אים נישט און געאפערט צו אויפשרייבן - אפי ער לאזט נישט געווענליך אויפשרייבן - עני טשארg אונטער אפאר דאלער (כ׳געדענק נישט די סכום) און יעדע שטיק צייט - אדער ביים מאכן די שבת ארדער, צאלן אלעס צוזאמען.

למעשה, האב איך געהאלטן קרעדיט דארט.

ער איז געבליבן מיט א קאסטעמער
אוועטאר
להחיות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3606
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע: ביי די גמרא

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 4:00 am
הרב להחיות איך מיין איר אווער-ריעקט אביסל...
ס'איז נישט מיך ס'איז מיינע געפילן
די צווייטע מעשה איז אפשר איבערגעטריבן אבער איך בין דאך געקומען עס אפיציעל אויסצו טרייען , און ס'איז נישט גוט געוועהן איך בין נישט אוועק געגאנגען פון א גראסערי ווי איך פלעג אנקויפן, איך בין פשוט געוועהן מסופק צווישן עטליכע געשעפטן, אויסגעטרייט איינס נישט באקומען גוטע סערוויס, געגאנגען צו די צווייטע און הנאה געהאט און שוין

אבער די ערשטע מעשה פון די הוט סטאר האלט איך אז ס'איז א אומדערהערטע עולה און גייט אריין בגדר גניבה, חוץ די בושות וואס איך האב געהאט אלס בחור'ל וואס איך האב גאנץ גוט געוויסט בשעת מעשה אז ער פאפט מיך אויס און איך האב נישט די גאט'ס זיך עפעס אנצורופן
זייט דיע מעשה האט שוין משפחה אנגעקויפט במשך די יארן א חשבון פון איבער 60 הוטן, קיין איינס נישט ביי איהם
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

ס'דא וואוילע אידן אין general אבער ווען ס'קומט צו באקומען סערוויס פארגעסען זיי אינגאנצן אז דער סערווירער איז נישט געבוירן געווארן אך ורק כדי צו זיין available די גענויע מינוט ווען דו ברויכסט אים, און אין די בעסטע גוסטע, אויסגערוהט, זאט און פריש.
דער גראסערי מאן איז נישט קיין חסד-מעמבער, און דו מעגסט אים נישט אויסנוצען. קומסט פאר איין קאווע, דרייסט'עך דארט א האלבע שעה און רעדסט הויך אויפן טעלעפון, האלסט אויף דעם מענעדזער מיט ענקערע ישיבה זכרונות, און אויב טרעפסטו דער בעלבאאס ווילסטו הערן א שיעור אין אייער-פרייזן.

ס'זעלבע איז מיט אלגעמיינע סערוויס, זעלטן וואס מ'טרעפט מענטשן וואס פארשטיין וויאזוי צו פארלאנגן הילף the most efficient און שנעלסטע וועג, אן אויסניצן דיינע / זיינע צייט. אוך און וויי אויב מ'הייבט נישט אויף דעם טעלעפון פונקט ווען איך רוף!
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

נאכן זיך צוקריגן מיט 2 חסידישע מלבושים סענטערס, איז מיר געווען באגריסענד אז ס'עפענט זיך א 3טע.
שוין, קויף אין א טיש בעקיטשע, ער פרעגט מיך צו איך גיי א שלייף אדער קנעפלעך? קנעפלעך, פיין.
גיי איך צוריק, פיק איך אויף די נייע בעקיטשע, ס'איז שבת נאכמיטאג, איך טו אן די נייע בעקיטשע, והנה, נישטא קיין קנעפלעך אויף שוין-אפגעשניטע בעלט!
שוין, זיצט די בעקיטשע אינדערהיים, 3 וואכן, ווען האב איך דען צייט צו גיין א 3טע מאל צום געשעפט?
מאכט זיך א זונטאג מיט פריי מינוטן, גיי איך אריבער צום געשעפט, און כ'פרעג אים צו ער קען מיר ארויפלייגן 2 קנעפלעך while I wait.
ניין, זאגט ער, ס'וועט נעמען נאך א שעה.
זאג איך דעם אינגערמאן, קוק אהער, ס'איז מיר נישט לייכט קומען צו פארן יעדעס מאל דא, ענדליך בין איך דא א 3טע מאל וועגן א בעקיטשע, פארקינג דא איז משוגע, אלזא, כ'בין גרייט צו ווארטן א שעה דא אין געגענט, דא האסטו מיין סעל נוממער, רוף מיך ווען ס'פערטיג, און ביטע קום ארויס צו מיין קאר ווען כ'פאר אריבער נאכאמאל.
ניין, כ'קען נישט ארויסברענגען.

מה עשה הקב"ה, כ'האב איבערגעלאזט דעם בעקיטשע, אהיים געקומען און dispute דעם ק"ק.

בין איך גערעכט?
סך הכל האסטו אנגע'מעסט מיט נישט לייגן קנעפלעך, באמת וואלסטו געדארפט קומען צו מיר אהיים אויפפיקען און צוריק ברענגען... שוין, איז נישט, אבער א קלייניקייט פון ארויסברענגען צום גאס קענסטו אויך נישט???

(אל תדין את חברך עד שתגיע ל13'נטע עוו, און שפירן וואס מיינט פארקינג)
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

Ozd האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 5:45 pm
ס'דא וואוילע אידן אין general אבער ווען ס'קומט צו באקומען סערוויס פארגעסען זיי אינגאנצן אז דער סערווירער איז נישט געבוירן געווארן אך ורק כדי צו זיין available די גענויע מינוט ווען דו ברויכסט אים, און אין די בעסטע גוסטע, אויסגערוהט, זאט און פריש.
דער גראסערי מאן איז נישט קיין חסד-מעמבער, און דו מעגסט אים נישט אויסנוצען. קומסט פאר איין קאווע, דרייסט'עך דארט א האלבע שעה און רעדסט הויך אויפן טעלעפון, האלסט אויף דעם מענעדזער מיט ענקערע ישיבה זכרונות, און אויב טרעפסטו דער בעלבאאס ווילסטו הערן א שיעור אין אייער-פרייזן.

ס'זעלבע איז מיט אלגעמיינע סערוויס, זעלטן וואס מ'טרעפט מענטשן וואס פארשטיין וויאזוי צו פארלאנגן הילף the most efficient און שנעלסטע וועג, אן אויסניצן דיינע / זיינע צייט. אוך און וויי אויב מ'הייבט נישט אויף דעם טעלעפון פונקט ווען איך רוף!
ביזט הייליג גערעכט, און טאקע סאיז נייע צייטן , רוב גראסערי האבן שוין נאר גוים, קלוגע גראסעריס טרעינען אריין גוטע גוים , נערישע האבן דאס אויך נישט, א באקאנטע ריזיגע סופערמארקעט אין וויליאמסבורג מיט נאר כמעט מיט גוים, וואס האט לעצטענס באקומען אפאר גוטע קאמפיטאשענס דערלייגט שווערע געלטער, ער כאפט נישט אז סאיז נישט דא מיט וועם צו רעדן,און וויבאלד ער האט קאמפיטאשען ברויך ער אנהויבן צושטעלן מינומים סערוויס , ביזדערווייל טוט ער אלעס אין די וועלט אבער די סערוויס חלק כאפט ער נישט בכלל, רוב גראסעריס לייגן א דגוש אויף גוטע גוים כאטשיג, בעל הבתים פון גראסעריס צו ארבעטען שווער ווי אמאליגע צייטן מצאת החמה עד צאת הנשמה האט זיך שוין לאנג גענדיגט
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

ערעב איד האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 9:22 am
וועגן סווייפן א קארד פאר א קליינע סכום. די גראסערי ווי איך פלעג איינקויפן האט מיך מסביר געווען פארוואס ס׳לוינט אים נישט און געאפערט צו אויפשרייבן - אפי ער לאזט נישט געווענליך אויפשרייבן - עני טשארg אונטער אפאר דאלער (כ׳געדענק נישט די סכום) און יעדע שטיק צייט - אדער ביים מאכן די שבת ארדער, צאלן אלעס צוזאמען.

למעשה, האב איך געהאלטן קרעדיט דארט.

ער איז געבליבן מיט א קאסטעמער
איך האב געהאט מיט א שכינות גראסערי וואס ער לאזט נישט קיין איינע פון די וועגן ווי די דערמאנסט, לכאורה איבער 15 יאר וואס ער האט דערלייגט א שיינע מטבע, איך גלייב סאיז דא נאך אסאך אזאנע, ער שפילט בקלומפיש ברוגז ווער עס איז נישט א געהעריגע קאסטומער וואס קויפט איין דארט די שבת ארדער, מען רעדט פון א קליין געשעפט, אבער למעשה טרעט איך נישט אריין דארט שוין כמעט 15 יאר , סתם טיפשות, די אנדערע בלאק אוועק איז דא א אנדערע געשעפט קלענער ווי אים, וואס האט נישט קיין שום רעסירטריקשענס, אין טאקע 10 מאל מער ביזי
לעצט פארראכטן דורך וועגן שטעגן אום זונטאג מארטש 26, 2023 5:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

איך האב לעצטענס געקויפט א פעקל מעל אין א היימישע גראסרי אין בארא פארק, א גראסרי וואו איך פלעג קביעות'דיג איינקויפן מיינע ארדערס, גלייך נאכן צאלן באמערק איך אז עס איז בטעות ספעלט, זאג איך פארן מוכר אז איך וויל עס אויפטוישן פאר פשוטע מעל, זאגט ער מיר אז דאס הייסט ריטערנען און אויף דעם ברויך איך גיין צום אפיס פונעם געשעפט , גיי איך צום אפיס זיצט דארט אן ארבעטער זאגט ער מיר אז איך זאל צוריק גיין צום קאשיר, צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ איך בין געגאנגען אהין און קריג אפארמאל, פאר א האלבע שעה זיך גע'טענה'ט און עד היום האב איך נישט צוריק געזען מיין געלט!!!
זיי האבן אבער פארלוירן א קביעות'דיגע קאסטומער!!! און דאס זעלבע אויב איינער פרעגט מיר אויף די גראסרי זאג איך שטיי ווייט!!!
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
נודניק
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 4:00 am
הרב להחיות איך מיין איר אווער-ריעקט אביסל...
בכלל נישט, לייגט דיך אריין אין זיין שיך, ווייל איך בין שוין דארט געווען…

געהאט א קרעזי טאג, ביסט נישט אנגעקימען צו עסן עפעס נארמאל, קענסט נישט טראכטן גראד ווייל ביסט הינגעריג, טויט נערוועז, ענדליך גייסטו שוין זיך דערכאפן די אטעם, אין ווען די זאגסט פארן סטאר מענדזשער הי קאודנט קעיר לעס,
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

Ozd האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 6:01 pm
נאכן זיך צוקריגן מיט 2 חסידישע מלבושים סענטערס, איז מיר געווען באגריסענד אז ס'עפענט זיך א 3טע.
האפענטליך מיט'ן אכטצנטער חסידישע מלבושים געשעפט העסטו זיך נישט צעקריגן....
לעצט פארראכטן דורך שר החסד אום זונטאג מארטש 26, 2023 2:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2681
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איז א שפיץ עקזעמפל וויאזוי צו פארטרייבן קאסטומערס.

איך האב זיך אמאל גענויטיגט אין א הענדימען. א חבר האט מיר געגעבן א נאמבער פון זיין שכן איינער מר. ג****.
איך רוף אים אן און איך פרעג ’איז דאס מר. ג. די הענדימען? און יענער אויפן טרייבל ענפערט מיר מיט אזא אומגעדולדיגע אויסגעצויגענע ’ניייייין’.
שוין, איך אנטשולדיג מיך ’סאררי ראנג נומבער’ און איך לייג אראפ.

איך רוף צוריק מיין חבר און איך זאג אים האסט מיר געגעבן א ראנג נומבער. ער טשעקט נאכאמאל און זאגט מיר אז עס איז יא די ריכטיגע נומבער.

רוף איך צוריק די נומבער. די שמועס איז געווען אזוי מיט די זעלבע קינדערישע אומגעדולדיגע טאן:
איך: א גוטן, אי דאס מר. ג. די הענדימען?
מר. ג.: נייייין
איך: אקעי, איז דאס מר. ג.?
מר. ג.: יאאאא
איך: איר זענט א הענדימען?
מר. ג.: ניייין
איך: איך האב באקומען אייער נומבער אז איר טוט הענדי ווארק, איר וואלט געקענט טוהן א דזשאב פאר מיר?
מר. ג.: נייייין, איך בין נישט קיין הענדימען.
איך: פארוואס זאגט מיר מיין חבר וואס איז אייער שכן אז איר טוט הענדי ווארק?
מר. ג: איך בין געווען אמאל א הענדימען, היינט בין איך אן עלעקטרישאן, איך טוה נאר עלעקטריק.

ר’ איד, פארוואס קענסטו מיר נישט זאגן איידלערהייט גלייך ביים ערשטן פאון קאלל ”אנטשולדיגט אבער איך טוה שוין נישט קיין הענדי ווארק. איך טוה היינט עלעקטריק”?
איך וואלט דאן אראפגעלייגט די פאון אין געסעיווט דיין נומבער אויף ווען איך דארף אן עלעקטרישאן.

אבער מיט דיין פארשטינקענע עטיטוד און מיך סתם פארדרייען א קאפ און מיך מאכן פילן ווי צוויי צענט האסטו זיכער געמאכט אז איך רוף דיר נישט פאר מיינע עלעקטריק ארבעט, און אזוי אויך ווען א חבר פרעגט מיך צו רעקאמענדירן אן עלעקטרישאן ביזטו נישט אויפן ליסט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נודניק האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 1:03 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 4:00 am
הרב להחיות איך מיין איר אווער-ריעקט אביסל...
בכלל נישט, לייגט דיך אריין אין זיין שיך, ווייל איך בין שוין דארט געווען…

געהאט א קרעזי טאג, ביסט נישט אנגעקימען צו עסן עפעס נארמאל, קענסט נישט טראכטן גראד ווייל ביסט הינגעריג, טויט נערוועז, ענדליך גייסטו שוין זיך דערכאפן די אטעם, אין ווען די זאגסט פארן סטאר מענדזשער הי קאודנט קעיר לעס,
פאר וואטעווער ריזען וועל איך נאך א קרעיזי טאג הונגעריג וכדומה נישט האבן קיין צייט צו דרייען דעם מענעדשער'ס קאפ, כעל כאפן א סענדוויטש און אראפ שלינגען די 5 דאלער שאדן וואס האט מיר געקאסט

אויב וויל איך עס יא צוריק וועל איך אים עס אפבעטן די נעקסטע טאג און קלאר זאגן איך דארף א ריפאנד

אבער נישט גיין צו א גראסערי ווייל די מענעדשער האט נישט אליינס געכאפט אז איך קען ממש נישט עסן אייער נאר טונא און אויך נישט געכאפט אז בעיקר דארף איך אז ער זאל ארויסווייזן מיטלייד איז אין מיינע אויגן אווער ריעקשאן
חבר
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 12:28 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר »

Ozd האט געשריבן: פרייטאג מארטש 24, 2023 6:01 pm
נאכן זיך צוקריגן מיט 2 חסידישע מלבושים סענטערס, איז מיר געווען באגריסענד אז ס'עפענט זיך א 3טע.
שוין, קויף אין א טיש בעקיטשע, ער פרעגט מיך צו איך גיי א שלייף אדער קנעפלעך? קנעפלעך, פיין.
גיי איך צוריק, פיק איך אויף די נייע בעקיטשע, ס'איז שבת נאכמיטאג, איך טו אן די נייע בעקיטשע, והנה, נישטא קיין קנעפלעך אויף שוין-אפגעשניטע בעלט!
שוין, זיצט די בעקיטשע אינדערהיים, 3 וואכן, ווען האב איך דען צייט צו גיין א 3טע מאל צום געשעפט?
מאכט זיך א זונטאג מיט פריי מינוטן, גיי איך אריבער צום געשעפט, און כ'פרעג אים צו ער קען מיר ארויפלייגן 2 קנעפלעך while I wait.
ניין, זאגט ער, ס'וועט נעמען נאך א שעה.
זאג איך דעם אינגערמאן, קוק אהער, ס'איז מיר נישט לייכט קומען צו פארן יעדעס מאל דא, ענדליך בין איך דא א 3טע מאל וועגן א בעקיטשע, פארקינג דא איז משוגע, אלזא, כ'בין גרייט צו ווארטן א שעה דא אין געגענט, דא האסטו מיין סעל נוממער, רוף מיך ווען ס'פערטיג, און ביטע קום ארויס צו מיין קאר ווען כ'פאר אריבער נאכאמאל.
ניין, כ'קען נישט ארויסברענגען.

מה עשה הקב"ה, כ'האב איבערגעלאזט דעם בעקיטשע, אהיים געקומען און dispute דעם ק"ק.

בין איך גערעכט?
סך הכל האסטו אנגע'מעסט מיט נישט לייגן קנעפלעך, באמת וואלסטו געדארפט קומען צו מיר אהיים אויפפיקען און צוריק ברענגען... שוין, איז נישט, אבער א קלייניקייט פון ארויסברענגען צום גאס קענסטו אויך נישט???

(אל תדין את חברך עד שתגיע ל13'נטע עוו, און שפירן וואס מיינט פארקינג)
אנטשלודיגט עס קען זיין איר זענט גערעכט מיט אייער ספעציפישע מעשה, אבער אייער אנהייב טוישט אביסל די מעשה...

נאכן זיך צוקריגן מיט 2 חסידישע מלבושים סענטערס... אהא
לעצט פארראכטן דורך חבר אום זונטאג מארטש 26, 2023 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נישטא אזא זאך ווי גערעכט פארן דיספיוטן א טשארדש צוליב שלעכטע סערוויס
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 2:07 pm
נישטא אזא זאך ווי גערעכט פארן דיספיוטן א טשארדש צוליב שלעכטע סערוויס
דער מעשה מיט די גארטל הייסט נישט שלעכטע סעריוויס. עס הייסט מען האט עם נישט געגעבען די פראדאקט וואס ער האב באשטעלט. לעולם קען ער גלייך דיספיוטן. לפנים משורת הדין איז ער אראפגעקומען, וואלט דער שולידגע געשפעטסמאן עם געדארפט קעגן קומען און צופרידן שטעלן. אויב נישט, גייט מען צוריק צום דיספוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”