בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

הייב מיר אן צו דערציילן אביסל קאסטומער סערוויס עקספיריענס, אבער פליז נישט מיט קיין נעמען אפילו ווייט ווייט חלילה, נאר לתועלת אן קיין שום בושות אדער נעמען.

פאזיטיוו:
א קאמפאני אין קרית יואל האט מיך אנגעקאלט נעכטן נאכמיטאג, אויב איך האב נאך די רעסיט פון עפעס א סערוויס א טאג פריער. גראדע האב איך עס נאך געהאט. פארוואס?
ווייל סוף טאג ביים איבערגיין(!) די חשבונות האבן זיי געזען אז מען האט מיר גערעכנט הונדערט דאלאר צופיל!
אונז גרייטן אייך אן די הונדערט דאלאר אין אן ענוועלאפ און איר קענט עס אויפפיקן סיי ווען.

דאס איז בעסער ווי מיליאן דאלאר עדס, אבער נישט ווי מארקעטינג, ווייל "דאס" איז אויך מארקעטינג. עס קומט נישט פון זיך אליינס.

נעגאטיוו:
אנטשולדיגט, ביי אזא קליינע אייטעם קען מען נישט צאלן מיט קרעדיט קארט. איר האט נישט קיין קעש? יא, איר קענט עס צוריקלייגן.

דאס איז אזוי ביטער אז עס זינקט איין אין וואסער אפילו מיליאן דאלאר עדס, און יא, דאס איז אויך מארקעטינג, עס רופט אויס אין די גאנצע גאס וואספארא ------- די קאמפאני איז.

הייסט מיין קארטל איז ענק נאר גוט פאר הונדערט פופציג דאלאר? כל טוב, ביי 150 דאלאר וועל איך אויך גיין צו דעם וואס מיינע דאלאר פופציג אייטעם איז יא חשוב.

אכטונג,
ווען א קאמפאני מאכט א סעיל, זאל מען פליז נישט פייניגן מיט די קליינע ווערטער, דאס איז נישט אינקלאדעד, דאס אויך נישט, אה, יענץ אויך נישט, נאר אויב איר נעמט אכציג באקסעס. דעליווערי? ניין, ספעשלס האבן נישט קיין דעליווערי, סארי, עכט סארי, אבער דאס איז די פאליסי.

דאס איז א דיזעסטער, און די קאמפאני וועט דערלייגן יעדן קאסטומער וואס קומט מיט די טרעפ פון סעיל-דיסקאונט וואטעווער און בלייבן שארט-סטאפ מיט אלע נאכווייען וואס קומען אין די זייט. מאכט נישט קיין סעיל און געטס די מינימאלע רעספעקט מיט שכל.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

די זעלבע זאך ווען א גראסערי אדער עסן קאמפאני לייגט עפעס אויף סעיל און סאיז נישט אין מויל צי נעמען....
כהאב מיך איינמאל אפגעבריהט מיט א געוויסע עסן קאמפאני און שוין צענדליגע יארן וואס כריר מער נישט צי זייערע פראדוקטן
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

ס'איז דא וואס האבן נישט קיין שכל, כ'ווייס פון א קליידער סטאר וואס א פרוי איז געקומען איינקויפן און בשעת'ן אנטרייען א קלייד האט זיך עס צוריסן, און מ'האט איר געהייסן באצאלן דערפאר (נאר דע קאסט פרייז....), זי האט באצאלט און פארשטייט זיך ארויסגעוואקט פון דארט. אויף דעם איז געזאגט געווארען "געמאכט א פופציגער און פארלוירען א קאסטומער".
אוועטאר
ידיד נאמן
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 2:42 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד נאמן »

מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:13 pm
ס'איז דא וואס האבן נישט קיין שכל, כ'ווייס פון א קליידער סטאר וואס א פרוי איז געקומען איינקויפן און בשעת'ן אנטרייען א קלייד האט זיך עס צוריסן, און מ'האט איר געהייסן באצאלן דערפאר (נאר דע קאסט פרייז....), זי האט באצאלט און פארשטייט זיך ארויסגעוואקט פון דארט. אויף דעם איז געזאגט געווארען "געמאכט א פופציגער און פארלוירען א קאסטומער".
אז סהאט זיך צוריסן אין סטאר איז עס בכלל ווערט א ניקל?
וואס הייסט מ'האט איר געהייסן?
מהאט געטריפט אויף איר נוצענדיג דעם לא תגנוב?
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 10:57 am
הייב מיר אן צו דערציילן אביסל קאסטומער סערוויס עקספיריענס, אבער פליז נישט מיט קיין נעמען אפילו ווייט ווייט חלילה, נאר לתועלת אן קיין שום בושות אדער נעמען.

פאזיטיוו:
א קאמפאני אין קרית יואל האט מיך אנגעקאלט נעכטן נאכמיטאג, אויב איך האב נאך די רעסיט פון עפעס א סערוויס א טאג פריער. גראדע האב איך עס נאך געהאט. פארוואס?
ווייל סוף טאג ביים איבערגיין(!) די חשבונות האבן זיי געזען אז מען האט מיר גערעכנט הונדערט דאלאר צופיל!
אונז גרייטן אייך אן די הונדערט דאלאר אין אן ענוועלאפ און איר קענט עס אויפפיקן סיי ווען.

דאס איז בעסער ווי מיליאן דאלאר עדס, אבער נישט ווי מארקעטינג, ווייל "דאס" איז אויך מארקעטינג. עס קומט נישט פון זיך אליינס.
גערעכט
נעגאטיוו:
אנטשולדיגט, ביי אזא קליינע אייטעם קען מען נישט צאלן מיט קרעדיט קארט. איר האט נישט קיין קעש? יא, איר קענט עס צוריקלייגן.

דאס איז אזוי ביטער אז עס זינקט איין אין וואסער אפילו מיליאן דאלאר עדס, און יא, דאס איז אויך מארקעטינג, עס רופט אויס אין די גאנצע גאס וואספארא ------- די קאמפאני איז.

הייסט מיין קארטל איז ענק נאר גוט פאר הונדערט פופציג דאלאר? כל טוב, ביי 150 דאלאר וועל איך אויך גיין צו דעם וואס מיינע דאלאר פופציג אייטעם איז יא חשוב.
פאר די סטאר לוינט נישט די charge ביי א קליינע סכום. דארף ער באשליסען וואס עס איז עם ענדשער

אכטונג,
ווען א קאמפאני מאכט א סעיל, זאל מען פליז נישט פייניגן מיט די קליינע ווערטער, דאס איז נישט אינקלאדעד, דאס אויך נישט, אה, יענץ אויך נישט, נאר אויב איר נעמט אכציג באקסעס. דעליווערי? ניין, ספעשלס האבן נישט קיין דעליווערי, סארי, עכט סארי, אבער דאס איז די פאליסי.

דאס איז א דיזעסטער, און די קאמפאני וועט דערלייגן יעדן קאסטומער וואס קומט מיט די טרעפ פון סעיל-דיסקאונט וואטעווער און בלייבן שארט-סטאפ מיט אלע נאכווייען וואס קומען אין די זייט. מאכט נישט קיין סעיל און געטס די מינימאלע רעספעקט מיט שכל.
גערעכט
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

טעכניש לוינט אים טאקע נישט, אבער ער דערלייגט מיליאן מאל מער אויפ'ן פארשעמען און פארשיקן א קאסטומער ווי אויף די אייטעמ'ס מערטשענט טשארדזש.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:02 pm
טעכניש לוינט אים טאקע נישט, אבער ער דערלייגט מיליאן מאל מער אויפ'ן פארשעמען און פארשיקן א קאסטומער ווי אויף די אייטעמ'ס מערטשענט טשארדזש.
יאפ, איך האב עס אמאל געהאט.. איך האב אריינגעוואקט צו א גראסערי קויפן עפעס א קלייניקייט, זאגט ער נעמט נישט קיין קרעדיט קארד אינטער צען דאלער, אקעי איך גיי עפעס צו קויפן, האב איך גענומען א צייטונג.. זאגט ער מיר מקען נישט צאלן א צייטונג מיט קרעדיט קארד!
איך האב אין דעם סטאר נאכנישט אריינגעוואקט זייט דעמאלטס! אפילו סוואלט מיר אסאך מאל אויסגעקומען צו קויפן דארט.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

זעהט אויס יענער סטאר אייגענטומער האט נאך נישט געענדיגט מאכן דעם חשבון וועלכע שאדן לוינט אים מער...
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

ידיד נאמן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:51 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:13 pm
ס'איז דא וואס האבן נישט קיין שכל, כ'ווייס פון א קליידער סטאר וואס א פרוי איז געקומען איינקויפן און בשעת'ן אנטרייען א קלייד האט זיך עס צוריסן, און מ'האט איר געהייסן באצאלן דערפאר (נאר דע קאסט פרייז....), זי האט באצאלט און פארשטייט זיך ארויסגעוואקט פון דארט. אויף דעם איז געזאגט געווארען "געמאכט א פופציגער און פארלוירען א קאסטומער".
אז סהאט זיך צוריסן אין סטאר איז עס בכלל ווערט א ניקל?
וואס הייסט מ'האט איר געהייסן?
מהאט געטריפט אויף איר נוצענדיג דעם לא תגנוב?
איך ווייס נישט פונקטליך, זיי האבען מסתמא געזאגט אז ס'איז איר שולד ווייל זי איז נישט געווען גענוג פארזיכטיג
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:25 pm
ידיד נאמן האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:51 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 12:13 pm
ס'איז דא וואס האבן נישט קיין שכל, כ'ווייס פון א קליידער סטאר וואס א פרוי איז געקומען איינקויפן און בשעת'ן אנטרייען א קלייד האט זיך עס צוריסן, און מ'האט איר געהייסן באצאלן דערפאר (נאר דע קאסט פרייז....), זי האט באצאלט און פארשטייט זיך ארויסגעוואקט פון דארט. אויף דעם איז געזאגט געווארען "געמאכט א פופציגער און פארלוירען א קאסטומער".
אז סהאט זיך צוריסן אין סטאר איז עס בכלל ווערט א ניקל?
וואס הייסט מ'האט איר געהייסן?
מהאט געטריפט אויף איר נוצענדיג דעם לא תגנוב?
איך ווייס נישט פונקטליך, זיי האבען מסתמא געזאגט אז ס'איז איר שולד ווייל זי איז נישט געווען גענוג פארזיכטיג
עפ"י הלכה ווען איך גיי שאפינג אין גראסערי און א פלאש גרעיפ דזשוס פאלט מיר ארויס פון די הענט און עס צעברעכט זיך - בין איך עפ"י מחויב צו באצאלן. ווען איך הייב עס אויף האב איך עס קונה געווען - איך קען עס טאקע צוריקלייגן. אבער מיר פסק'ן משיכה קונה, וכיון דאגביה קנאו להתחייב אפילו באונסין. איי די פלאר איז געווען גליטשיג - קען מען דן זיין צי די גראסערי איז שולדיג.

אזעלכע מעשות פאסירן יעדן טאג, און מענטשן גייען ווייטער, ווייל למעשה האב איך נאכנישט באצאלט, און ס'איז דעם גראסערי'ס שאדן.

מיט הלכות מארקעטינג ביזטו גערעכט.
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:32 pm

קיין איין נארמאלער אייגנטומער גייט דיר נישט הייסן באצאלען אפילו ווען דו ביזט מחויב עפ"י הלכה
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm

סארקאסטיש?
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:48 pm

עפ"י הלכה ווען איך גיי שאפינג אין גראסערי און א פלאש גרעיפ דזשוס פאלט מיר ארויס פון די הענט און עס צעברעכט זיך - בין איך עפ"י מחויב צו באצאלן. ווען איך הייב עס אויף האב איך עס קונה געווען - איך קען עס טאקע צוריקלייגן. אבער מיר פסק'ן משיכה קונה, וכיון דאגביה קנאו להתחייב אפילו באונסין. איי די פלאר איז געווען גליטשיג - קען מען דן זיין צי די גראסערי איז שולדיג.

אזעלכע מעשות פאסירן יעדן טאג, און מענטשן גייען ווייטער, ווייל למעשה האב איך נאכנישט באצאלט, און ס'איז דעם גראסערי'ס שאדן.

מיט הלכות מארקעטינג ביזטו גערעכט.
קיין איין נארמאלער אייגנטומער גייט דיר נישט הייסן באצאלען אפילו ווען דו ביזט מחויב עפ"י הלכה
[/quote]

אין אזא פאל דארף מען טאקע אליינס וויסן צו באצאלן. שוין געהאט גענוג מאל נאך משיכה איז מיר עפעס ארויסגעפאלן, צובראכן, וכו', און איך האב שיין באצאלט ווייל אזוי זאגט די תורה.

קען זיין אויב דער קאסטומער ווייסט נישט אז ער דארף באצאלן איז די סטאר מוחל? תיקו.

אבער באמת דארפן געשעפטן אויך וויסן, אז אויב די פרייז אויפ'ן שעלף איז אנדערש ווי ביים קעשיער דארף מען גיין לויט די שעלף פרייז, און אוודאי נישט אריינפארן דעם קאסטומער פארן אויפברענגען דעם דיפערענץ. אסאך געשעפטן ווייסן נישט פון דעם, און עס איז א גרויסע שאלה פון גניבה (און קאסטומער סערוויס).
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:57 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
ער דערלייגט נישט, ווייל ער מאכט די פראפיט והותר ווען איך קויף פאר פינעף הונדערט דאלאר א וואך.

אויב ער דארף נישט מיין דאלאר מיט שאדן פון א ניקל, וועל איך טראגן מיינע פינעף מאות ערגעץ אנדערש.

-

בעסער געזאגט, ער וויל זיך שפארן די שאדן פון א ניקל, פארשיקט ער מיך מיט ליידיגע הענט, לאז איך אים אויך מיט ליידיגע הענט ווען איך וויל.
לעצט פארראכטן דורך קוואל וואסער אום דינסטאג מארטש 21, 2023 2:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

enjoy האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:23 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:02 pm
טעכניש לוינט אים טאקע נישט, אבער ער דערלייגט מיליאן מאל מער אויפ'ן פארשעמען און פארשיקן א קאסטומער ווי אויף די אייטעמ'ס מערטשענט טשארדזש.
יאפ, איך האב עס אמאל געהאט.. איך האב אריינגעוואקט צו א גראסערי קויפן עפעס א קלייניקייט, זאגט ער נעמט נישט קיין קרעדיט קארד אינטער צען דאלער, אקעי איך גיי עפעס צו קויפן, האב איך גענומען א צייטונג.. זאגט ער מיר מקען נישט צאלן א צייטונג מיט קרעדיט קארד!
איך האב אין דעם סטאר נאכנישט אריינגעוואקט זייט דעמאלטס! אפילו סוואלט מיר אסאך מאל אויסגעקומען צו קויפן דארט.
גא"מ .
קוקט אויס ווי די זעלבע גראסערי ...
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2653
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

איך האב אמאל אריינגעוואקט אין א געשעפט 2 מינוט פאר 7. די געשעפט מאכט צו 7. איך האב נאר געדארפט איין זאך וואס איך האב געוויסט ווי עס ליגט, איך וואלט געקענט זיין אריין און ארויס און אונטער 90 סעקונדעס.
שטייט א פרוי ביים קאונטער און שרייט מיר ”אנטשולדיגט אונז זענען שוין פארמאכט”. (די טיר איז אבער געווען ברייט אפען). זאג איך איר איך נעם נאר איין זאך, איך בין פארטיג ממש אין א מינוט. זי זאגט מיר בשום אין אופן, אונז זענען פארמאכט.

איך האב שיינערהייט ארויסגעוואקט און יעצט קויף איך מיינע דריי גוד ארדערס ערגעץ אנדערש. זכה לו.

געשעפטן דארפן קלאר וויסן אז אויב מען פארמאכט א געוויסע צייט לאמיר זאגן 7:00 מיינט עס 7:00 און נישט 6:55 ווייל אויב יא איז אין לדבר סוף. אויב האלסטו נישט ביים אויפמנעמען קונדן שרייב ”אונז פארמאכן 6:55"

עס איז אסאך מאל א שאד אז די בעה”ב ווייסט נישט ווי סאך קאסטומערס זענען שוין אוועק געגאנגען צוליב א נישט געטרייע ארבעטער.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:57 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
וואס הייסט דערלייגן? עדס הייסט אויכעט דערלייגן?
דאס איז א ביזנעס עקספענס.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:57 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
שוין אסאך מאל געטראכט דערפון, וויאוזי קען זיין א לדוגמא מקוואות (אדער להבדיל די טרעין-מיטער וכדו') וואס בעטן צוויי דריי דאלער שטעלן צו די קרעדיט קארד אפציע,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

ממעג עפעס זאגן לטובת די מענעדזשערס אויך...

ר' מענעדזשער, פליז טו עפעס קעגן די משוגעים וואס ליינען צייטונגען ביי די צייטונג שעלף. פון די מיאוסטע זאכן אין א גראסערי.

די צייטונג פלאץ איז געווענליך שטארקע טרעפיק, מענער, פרויען, קינדער, קערידזשעס, און דא קומען אפאר ----- און זיצן אויפן ביטש מיט א ברייטן פעיפער אינמיטן ברייטן ציבור קאסטומערס.

ספעשל יעצט אין ערב פסח סיזאן. לאטס עס נישט, פליז.

חוץ די שאלה פון גניבה, ווייל א געמישטע צייטונג איז שוין א גענוצטע פראדוקט.

האסט נישט די פינעף צען דאלאר פאר די אויסגאבע, הער קול מבשר!

וואס אי דען, וועסטו נישט וויסן וואס האט געמאכט דעם עולם אזוי מלא עקסטאז וספאנטאן, אדער וועלכע אידישע משפחה האט געהאלפן פוטין אלס קינד...!

מאך נישט קיין העווי טרעפיק און זיי נישט קיין גנב!!!
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ווייזער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:32 pm
עפ"י הלכה ווען איך גיי שאפינג אין גראסערי און א פלאש גרעיפ דזשוס פאלט מיר ארויס פון די הענט און עס צעברעכט זיך - בין איך עפ"י מחויב צו באצאלן. ווען איך הייב עס אויף האב איך עס קונה געווען - איך קען עס טאקע צוריקלייגן. אבער מיר פסק'ן משיכה קונה, וכיון דאגביה קנאו להתחייב אפילו באונסין. איי די פלאר איז געווען גליטשיג - קען מען דן זיין צי די גראסערי איז שולדיג.
אזעלכע מעשות פאסירן יעדן טאג, און מענטשן גייען ווייטער, ווייל למעשה האב איך נאכנישט באצאלט, און ס'איז דעם גראסערי'ס שאדן.
מיט הלכות מארקעטינג ביזטו גערעכט.
איך בין געווען אין גראסערי און גענומען א אויל, און זיין שכן א גלאזערנע פלאש שמן זית וואס איז געליגן ממש ביים עק האט זיך אראפגעגליטש און צעטראסקעט. איך ווייס נישט אויב איך דארף טאקע באצאלן ווען מען פאקט אזוי שלימזלדיג, אבער איך בין צוגעגאנגען צום בעל הבית און געזאגט אז איך האב צעבראכן א פלאש שמן זית און איך וויל צאלן די פופצן טאלער. דער בעל הבית האט אבער בשום אופן נישט מסכים געווען צו נעמען געלט.
איך בלייב שוין ביי אים א קאסטומער!
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:57 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:54 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:53 pm
גאר שטארק!

די איינציגסטע רעקאמענדאציע, איז פשוט צולייגן א קק פראסעסינג פי און דיר זאגן אז די אייטעם קאסט עכט 4 דאללער אנשטאט א דאללער.
סארקאסטיש?
דו ווילסט טאקע אז ער זאל דערלייגן אויפ'ן אייטעם מיט'ן דיר לאזן סווייפן קק פאר א דאללער?
כוועל דיר זאגן נאך בעסער, ווען איך מאך אן ארדער פון דריי הונדערט דאלאר, זענען דא דארט ביליגע זאכן פאר א דאלאר אדער אפילו פופציג צענט.

למשל א סופער סנעקס פאר'ן קליינעם אין די וועגעלע. וואס קאסט עס, זיבעציג צענט? פארוואס אינעם גרויסן ארדער נעמט ער עס יא אויפ'ן קארטל? ווייל עס גייט צוזאמען מיט די גרויסע ארדער.

נו, איך קאסטומער בין פערזענליך דער גרויסער ארדער. יעצט נעם איך א קליינע קאווע, מארגן א ריזיגע ארדער, עס גייט צוזאמען. אז דו רעכנסט "עקסטער" די קליינע קאפי אדער קאפ סעלערי וואס מיין ווייב דארף יעצט עמערדזשענסי, איז טייטש אז דו "ברעכסט אויף" מיין גרויסע ארדער צו שפארן א ניקל אדער א קוואדער, און איך קען נישט האבן יעצט וואס איך דארף יעצט. נו, כל טוב, סי יע.
לעצט פארראכטן דורך קוואל וואסער אום דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:08 pm
ממעג עפעס זאגן לטובת די מענעדזשערס אויך...

ר' מענעדזשער, פליז טו עפעס קעגן די משוגעים וואס ליינען צייטונגען ביי די צייטונג שעלף. פון די מיאוסטע זאכן אין א גראסערי.

די צייטונג פלאץ איז געווענליך שטארקע טרעפיק, מענער, פרויען, קינדער, קערידזשעס, און דא קומען אפאר ----- און זיצן אויפן ביטש מיט א ברייטן פעיפער אינמיטן ברייטן ציבור קאסטומערס.

ספעשל יעצט אין ערב פסח סיזאן. לאטס עס נישט, פליז.

חוץ די שאלה פון גניבה, ווייל א געמישטע צייטונג איז שוין א גענוצטע פראדוקט.

האסט נישט די פינעף צען דאלאר פאר די אויסגאבע, הער קול מבשר!

וואס אי דען, וועסטו נישט וויסן וואס האט געמאכט דעם עולם אזוי מלא עקסטאז וספאנטאן, אדער וועלכע אידישע משפחה האט געהאלפן פוטין אלס קינד...!

מאך נישט קיין העווי טרעפיק און זיי נישט קיין גנב!!!
די עקספארעישאן גייט אויף די מילך באטלעך מעג מען יא ליינען?
כ'וויל זעהן צו עס איז אינטערעסאנט צו כ'זאל עס קויפן ..
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:13 pm
די עקספארעישאן גייט אויף די מילך באטלעך מעג מען יא ליינען?
כ'וויל זעהן צו עס איז אינטערעסאנט צו כ'זאל עס קויפן ..
סארקאסטיש, ניטאמאל קיין פראגע...
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”