זייענדיג די וואס זענען געשטאנען אינטער דאס עפענונג פונעם 'דעת הקהל' פארום, טוט דער אינפראסטראקטור טיעם ערהאלטן כסדר'דיגע קאמענטארן איבער וויאזוי דער פארום האט זיך ארויסגעשטעלט צו אפערירן.
פון איין זייט זענען דא וועלכע באצייכענען דאס אלס אן הילכיגער סוקסעס, און אפלאדירן דעם פאקט אז דעת הקהל פיבערט מיט העפטיגע אקטיוויטעטן און ווירבלט מיט אשכולות וואו מ'קען פרייוויליג דיסקאסירן אלע סארטן טעמעס. אבער פון די אנדערע זייט זענען פארהאן אזעלכע וואס באקלאגן זיך אז דער גאנצער פארום איז יצא שכרו בהפסדו, און עס ברויך אויפגעלעזט ווערן צוליב עטליכע סיבות.
מיר וועלן נישט נעמען א טייל אינעם דעבאטע, אבער יא ארויסברענגען עפעס וואס גאר אסאך באקלאגן זיך, און הערן פונעם עולם וויאזוי מ'קען דאס לעזן:
דעת הקהל האט געברענגט מיט זיך א גרויסע טויש.
בעפאר עס האט עקזיסטירט א באזונדערע פארום פאר דיסקוסיעס, האט דער אלגעמיינער פותח האשכול געדארפט שרייבן א געהעריגע ארטיקל אראפצולייגן זיין פיל-פארביגער בליק אויף די נושא, ארויסברענגען א וואלידע פוינט, און איבערצייגן די ליינער מיט זיין מהלך דערין. דערנאך איז דער עולם אריינגעקומען מיט קאמענטארן און מיינונגען אויסשמועסנדיג די צדדים לכאן ולכאן, און אפטמאל איז אים טאקע געלונגען אויפצוברענגען א דיסקוסיע פון וואס די עולם האט הנאה געהאט און עס האט זיך געצויגן דערפון לאנגע בלעטער מיט היציגע דעבאטעס...
אבער זינט דאס עפענונג פונעם דעת הקהל פארום, וועלכער איז טאקע געווידמעט בלויז פאר דעבאטעס און דיסקאסיעס, האט זיך געטוישט דעם גאנצן צוגאנג דערצו. דער פותח האשכול פארמאגט מער נישט דעם דראנג ארויסצוברענגען עפעס, און אשכולות ווערן געעפנט ווי שוואמען נאך א רעגן בלויז מיטן ציל צו ברענגען דעם נאכפאלגענדן דעבאטע...
און דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען דאס ווערט דער סטאנדארט, און אשכולות ווערן געעפנט מיטן בלויזן ציל צו פארכאפן דעם נושא. דער פותח'ס איינציגסטע מטרה איז צו פארמאגן נאך אן אשכול אויף זיין קאנטע, און אזוי רייסט מען אויף פעקלעך ברויט ווי בחורים אין ישיבה...
אין איין ווארט, ווערט נישט געלייגט קיין געוויכט אז יעדע נייע אשכול זאל ברענגען עפעס צום טיש וואס די עקזעסטירנדע אשכולות פארמאגן נישט.
דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן אין דעת הקהל, און גאנץ לעצטנס כאפט זיך עס אויך אריבער צו אנדערע פארומס, א שטייגער ווי די נייעס אפטיילונגען.
עס ברענגט אראפ די ניווא פון א דעבאטע, די ניווא פון א אשכול, און עווענטועל די ניווא פון אייוועלט.
דאס איז עפעס וואס יעדער וועט מודה זיין אז עס איז א פראבלעם, און דערפאר זענען מיר דא צו הערן וועלכע מאסנאמען זאלן גענומען ווערן דאס צו פארמיידן אינעם צוקונפט:
- די ערשטע און פשוטסטע מהלך, איז צו טוישן די סעטינגס פונעם סייט אז מ'זאל נישט קענען עפענען א נייעם אשכול אין דעת הקהל אויב דער ערשטער תגובה פארמאגט נישט א ספעציפישע מינימום פון קערעקטערס. דאס וועט צווינגען דעם פותח צו אנהייבן דעם שמועס מיטן רעכטן פוס...
(און דאס וועט אויך געצוימט ווערן אין אנדערע צענטראלע פארומס וואס זענען געאייגנט פאר ארטיקלען.)
- א פארקערטע מהלך איז דא, וואס איז אפשר מער מעסיג, פשוט אוועקצונעמען דעם אפציע פון מאכן א אנקעטע ביים עפענען א נייעם אשכול אין דעת הקהל, קרעטשמע, און נייעס.
(און פארשטייט זיך אז אין א נויטפאל וועט מען קענען עפענען דעם אנקעטע אינעם אנקעטע פארום, וואו דער פונקציע וועט בלייבן אפן, און בעטן אן אחראי אריבערצופירן דעם אשכול צו זיין באשטומטן פלאץ.)
- אדער האלט איר אז מ'זאל דערווייל נישט מאכן קיין שום באגרעניצונגען, און בלויז איינפירן א תקנה אז ווען אימער עס ווערט געעפנט א פרישע אשכול, זאל דער פותח האשכול מוזן אויסשמועסן זיין צד און זיך געהעריג ארויסברענגען אין עטליכע פאראגראפן...
ביטע שטימט אויפן אנקעטע און לאזט הערן אייער מיינונג איבערן נושא. (מ'קען וועלן אויף 2 פון די דריי אפציעס.)