בן כלבא שבוע האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 5:12 pmקען זיין אז ס'זענען געווען גרעסערע קרימינאלן ווי טראמפ? אקעי. וויפיל שאנסן געסטו פאר דעם? שוואכע, הא?יידישע קהילות האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 4:34 pmקען זיין אז עס זענען געווען גרעסערע קרימינאלן פון טראמפ , ער איז אבער זיכער פון גרעסטע...כאלעט'ל האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 2:35 pmנישט? דאן איז אויך נישט דא קיין גבול מיט וויפיל צו פארגעבן איין מענטש. די שאלה איז נאר צו דו האלסט באמת אז די קרימינאל פון וואשינגטאן די לעצטע צוויי הונדרעט יאר איז דאנאלד טראמפ. פארשטייסט, יא? איז האק נישט אין קאפ אריין.
מ'האט עס שוין גהאט געוויסט נאך פאר '16, ע"ע קרוז'ס דרשה ביי די קאנווענשון פאר ווער עס געדענקט.
און די שאלה איז נישט צו ער דער גרעסטער די שאלה איז צו ער איז א קרימינאל, דער ענטפער איז: יא!
מ'וואלטיסעם מוחל געווען ווען ער איז מצליח צו פירן די גאווערמענט ווי סעדאפצוזיין, אפילו לשיטתו. ער האט נישט. פינטל.
די מענטשן וואס ער באשולדיגט איצט צו זיין "ריינאס" זענען געווען זיינע נאנטסטע מענטשן. פ"וו האסטו זיי נישט ארויסגטראסקעט? וואס איז מיט דרעין דעם זומפ??
פארוואס איז דער "כותל" ביי מעהיקא נישט געווארן פארענדיגט?
פארוואס איז נישט פארראכטן געווארן די אימיגראציע נושא?
דער איז שולדיג און יענער אישולדיג. אנטשולדיגט - דו ביסט שולדיג!
ממילא אז צו דעם אלעם ביסטו אויך א קרימינאל, בלייבזשע בעסער אין כאדגאדיע און שטער נישט די פארטיי פון זיך - פריש - איבערבויען.
טראמפ איז פון די גרעסטע קרימינאלן... איך הער. און דעי שרעקליכע קרימינאל האט מען פאר קיין געלט נישט דערזען אין תפיסה נאר צוליב'ן שלעכט באריכטן 133k....
ווער וואלט אים מוחל געווען די עבירות אויב פירט ער די גאווערמענט גוט לשיטתו? די דעמאקראטן? אזוי קאראפטירט זענען זיי? פארקוקען אויף די גרעסטע פארברעכנ'ס פארן זיין א גוטע פאליטישאן?
איך האב הנאה אז ס'איז דא כאטש איינער וואס האט אזוי גוט ארויס שיטת טראמפ ביזן קומען צו די מסקנא אז ער האט נישט גוט געפירט די גאווערמענט 'לשיטתו'... (פינטל)
פרעגסט פארוואס ער האט נישט געענדיגט די וואנט? איך ווייס אויך נישט. ער וואלט ווען געדארפט פארמאכן די גאנצע פעדעראלע גאווערמענט פאר דעם, הא? אה, ער האט עס טאקע געטון?
פארוואס ער האט נישט פארראכטן די אימיגראציע אישו?
איך בעט דיך בכל לשון של בקשה, סטאפ די נאנסענס.
ער האט נישט ארויסגעגעבן זיין טעקס-רעקארד אויך ווייל ער איז ריין כבן שנה שלא חטא?
עס איז נישט געווען "נאר" 133K. מ'רעדט פון מער. און מיין פריינט, אסאך היימישע יידן זיצן פאר אסאך ווייניגער געלט!
די "לשיטתו" האבעך נאר געשריבן פארוואס רעפאבליקאנער גייען זיך שוין נישט אזוי שטארק אננעמען פאר עהם. איך האב געוואלט ער זאל געווינען דאס ערשטע מאל ווייל איך האב געהאט האפנענוג אין איהם. איצטער בינעך דיססעפוינטעד.
איך האלט נישט אז ער קומט אריין נאכאמאל גייט ער עפעס אויפטוהן.
סך הכל גייט ער מיר מזבירן פארוואס דער איששולדיג און יענער אישילדיג.
טא אויב אזוי וואס האבעך פון דעם קאפוויי וואס הייסט "טראמפ"?
אויב דו האסט דאס נישט געכאפט דען יו מיססד מיי ענטייער פוינט!