יא! האסט מיר געכאפט...!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

ס'געווען אפאר טעג צוריק בערך איינס אזייגער, ווען די האסט פארמאכט דיין גמרה מיט א לייכטע שמייכל אויסגעצויגן אויף דיינע ליפן, דיינע אויגן האבן געשיינט מיט א איידלע שטאלץ, און ס'האיז דיר געווען גוט אויפן הארץ... איך וואלט געקענט צוטרעפן אז דו האסט געהאט א גוטע צייט מיט דיין חברות, דו ביסט נישט ווייניג אנגעקומען, אריינגעכאפט א פיין שטיקל גמרה, האסט אפילו מחדש געווען א חידוש צוויי, און אפילו געהאט א געשמאקע פליסיגע שמועס מיט דיין חברותא, די וועלט האט געשמייכלט צו דיר, און די האסט צוריקגעשמייכלט... האסט געגעבן א שנעלע בליק אויף דיין סעלפאון אויב איינער האט דיר געזיכט, און געשפירט א קליינע ציפ אז קיינער האט דיר נישט געטעקסט, אבער דו האסט נישט געלאזט דיין זויערקייט דיר איבענעמען, האסט מיט א צופרידנקייט גענומען דיין ליידיגע האט קאפ און איין האנט, און די גרויסע גמרה און די צוויטע האנט, און זיך אויסגעדרייט מיטן ריכטונג צום טיר... און דאן...

האסטו מיר געכאפט...

די קאנטראסט האט נישט געקענט זיין שטערקער... איך בין דארט געשטאנען מיט מיין טלית אויף די פלייצע, און מיט נאסע פאות, פון מיינע אויגן האבן געשריגן ווייטאג און מיין גאנצע ארום האט פארשפרייט ביטערניש... איך בין געשטאנען און די האלב טינקעלע ביהמ''ד און צי זיך געמירמלט די לשם יוחד צי טלית לייגן, די ליידיגקייט האט געשריגן פון א יעדע תנועה מיינע, און ס'איז געווען א רחמנות מיר אנציקיקן, די האסט מיר אנגעקוקט מיט גרויסע אויגן וואס האבן אנגעפילט די גאנצע אטמאספערע מיט גרויסע רויטע פראגע צייכענעס...יא! האסט מיר געכאפט...

טלית? איינס אזייגער?? און נאך מיט אזא רואיגקייט??....

איך האב דיר געזען און איך האב געזען דיינע אויגן... איך האב פארשטאנען אז די ווילסט מיר פארשטיין, אבער איך האב גלייכצייטיג פארשטאנען אז די קענסט מיר נישט פארשטיין, די האסט מיר נישט געוואלט מאכן שפירן שלעכט, די ביסט באמת א גוט הארץ, האסט אפילו אפענהארציג רחמנות געהאט אויף מיר, אבער דיין ערשטע בליק אויף מיר האט דיך גלייך ארויסגעגעבן... איך האב נישט קיין טענות אז די האסט טענות אויף מיר, אבער דאך אפשר, אפשר וועסטו טרעפן איין שיינעם טאג פלאץ און דיין הארץ מיר צו פארשטיין, און פאר יענע שיינעם טאג שרייב איך דיר דא אביסל פון מיין לעבן...

ניין, איך בין נישט צופיל עלטער ווי דיר און יארן אבער דאך איז אפשר דא עפעס וואס די קענסט דיך לערנען פון מיר, די ביסט יעצט פריש חתונה געהאט און די פלאנצט יעצט איין די ערשטע ווארצלעך צי א נייע לעבן, איך בין שוין נישט חתונה געהאט... און איך האב נישט אזא געשמאקע לעבן... אבער לאמיר גיין צוביסלעך,

אנגעהויבן האט זיך עס ביים געבורט, מיין טאטע האב איך קיינמאל נישט געקענט, ער איז אוועק נאכפאר איך האב געגעבן מיין ערשטע אטעם, אבער מיין מאמע האט זיך געדראפעט אויף גראדע ווענט מיר צי קענען אפפערן א גרינג לעבן, מיין זיידע האט מיר געטראגן צום אפשערן, און מיין מאמע האט מיר פארהערט די פרשה, פאר מיר איז געווען טעכניש אביסל שווער אויפן הארץ, און פארשידענע אומבאקוועמע סיטואציעס האבן זיך געשאפן, אבער איך האב פארביסן מיינע ליפן און פרובירט נישט צו שווער מאכן פאר מיין מאמע וואס האט שוין אזוי אויך אונטערגעבראכן...

און דאן האט מיין מאמע חתונה געהאט... זי האט זיכער געמיינט אז מיר וועט ווערן גרינגער אזוי, אבער דאס האט גורם געווען אז די סוד פון מיין 'צובראכנענ שטוב' האט ארויסגערינען צו די גאס, און דאס האט מיר נישט צוגעגעבן קיין האניג צו לעקן... מיין טאטע האט אריינגעברענגט א שיינע פאר 'געשוויסטער' און ווי איך בין נאטורליך געבליבן די ארויגעפאלענע, דערנאך האט מיינע עלטערן געהאט אפאר קינדער צוזאמען, נאר צו קענען פלאצן מיינע האפענונגען אז איך וועל נאך זיין איין טאג א טייל פון די משפחה, אבער ניין איך בין געבליבן עלנד...

איך וויל דיר נישט באמוטשענען מיט איבריגע דעטאלן און מיין לאנגוויליגע לעבן, אבער מיינע בחורישע יארן זענען אריבער אן צופיל זאלץ, איך האב פרובירט זיך צי האלטן אויפן ליין, אבער אומזעבארע שטריק האבן מיר געהאלטן געבינדן אויף אראפ, און מיר קיינמאל נישט געלאזט וואקסן און בליען, אזוי בין איך געבליבן אויף די אונטערשטע זיצן און נישט געזיכט צי מאכן גרידער.

און דאן אאיז געקומען שידוכים... מיין מאמע האט זיך דוקא פאר'עקשנ'ט אז זי וויל זיך משדך זיין דוקא מיט א 'גאנצע' משפחה, ''די האסט א נארמאלע טאטע מאמע ס'קומט זיך דיך א שווער און שוויגער אויך'' און אז מ'זיכט טרעפט מען... פארוואס א מיידל פון א נארמאלע משפחה זאל זיך ווילן משדך זיין מיט א 'ציבראכענע' משפחה בין איך ערשט גאוואיר געווארן נאך די חתונה... עגמת נפש און איינזאמקייט זענען געווארן מיינע טעגליכע חברותא'ס און זיי האבן מיר נישט געהאלטן ביים אויפגעבן...

ערגעץ וואו און מיין שווארצקייט האט אויפגעשיינט א שוואכע שטראל, און פארעם פון א הערליכע געזונטע מיידעלע... וואס איז בליץ שנעל פארוואנדעלט געווארן און א געווער קעגן מיר, היינט וואוין איך אליינס... איך האלט נאכנישט נאך אלעם, נישט וויל איך וויל נאך צוריקגיין, נאר ווייל איך האף נאך צי זען אמאל מיין באליבטע טאכטערל...

נעכטן נאכט האב איך איר געזען...

א צוויטע קוזיון וואס האט נאך א שטיקל קשר מיט מיר, האט מיר געשיקט א בילד פון מיין זיסע טאכטערל פארשטעלט... זי איז געווען אזוי זיס... איך האב נישט געקענט אוועקרייסן מיינע אויגן פונעם בילד... איך האב געוויינט און געלאכט אויף איינמאל... ביז איך בין איינגעשלאפן... און מיין חלום האב איך זיך געזען האלטן מיין זיסקייט און מיין האנט... און מיר זינגען צוזאמען ''המן טאשן המן טאש עסן מיר שלעכטע שלעכטע המן טאקע ווועגן דיר'' זי האט געזינגען איך האב איר אונטערגעהאלפן... ''אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס הא הא הא!!'' הא הא הא!! האב איך זארגלאז געלאכט מיט מיין טאכטערל... הא הא הא... איז די גאנצע ארום אנגעפילט מיט פרייליכע געלעכטער... און א ווארעמקייט האט מיר ארומגענומען...

און... איך האב זיך אויפגעוועגט.... די איינזעמקייט... די ראילאיטעט... ס'איז צוריקגעקומען מיט איר גאנצע גרויזאמקייט... איך האב בלויז געהערט די ווידערקויל פונעם טייוול אליינס ''אבער צום סף לאכן מיר דיך אויס... הא הא הא!!...

איך האב מיר נישט געקענט ארויסזען פון בעט, די וועלט איז געווען צי ברוטאל איך זאל איר קענען קאנפראנטירן.. אזוי בין איך געבליבן א לענגערע צייט קלאצן אויפן חלל נישט ערווארטענדיג אז עפעס זאל זיך טוישן...

ס'איז געווען צוועלף דרייסיג, ווען פון ערגץ האט זיך אנגעצינדן און מיר אביסל זעלבס זיכערקייט, און איך האב זיך אויפגעהויבן פון בעט צו גיין זאגן א גוט ווארט פאר מיין געטרייע טאטע וואס האט נאך דאך עפעס האפענונג און מיר... איך בין געשטאנען דארט מיטן טלית און געווען איינגעזינקען און מיר... און דאן...

און דאן האסטו מיר געכאפט!!...

וואס האב איך דיר געקענט זאגן?... וואס??... גארנישט... איך האב בלויז געקענט שווייגן און איגנארירן... איך קען מיר נישט אייביג פארענטפערן פאר יעדן אויף אלעם... שוין... האסט מיר געכאפט!!




--------


איין קליינעם טויש,

'איך' בין געווען דער וואס האט צוגעמאכט די גמרה... און 'איך' האב באמערקט 'איינעם אנדערש' שטיין מיטן טלית... איך האב אים אנגעקוקט, און איך האב געזען זיינע אויגן, ער האט מיר אנגעקוקט, און איך האב געשפירט אז ער וויל מיר עפעס זאגן... און איך שפיר אז איך האב צוגעטראפן וואס...

און יעצט מיין טייערע פריינט, איך האב אוועקגעגעבן אן גאנצע אשכול דא פאר דיר, און נאר פאר דיר! ווייל איך האב דיר ליב... און איך האף אז ס'וועט די בקרוב בעסער ווערן... דערווייל דראפע זיך... און דערהאלט דיך...


עס וועט דיר גוט זיין, עס וועט דיר גוט זיין, היינט היינט און אלעמאל...אויף דער וועלט... און אויף יענע וועלט...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אין מילים
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יוש טאטע!! האסט מיר געכאפט!...

😪😪😪לבי עליך ישראל, איך וויין מיט מיט דיר מיין ברודער.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:40 pm
נעכטן נאכט האב איך איר געזען...

א צוויטע קוזיון וואס האט נאך א שטיקל קשר מיט מיר, האט מיר געשיקט א בילד פון מיין זיסע טאכטערל פארשטעלט... זי איז געווען אזוי זיס... איך האב נישט געקענט אוועקרייסן מיינע אויגן פונעם בילד... איך האב געוויינט און געלאכט אויף איינמאל... ביז איך בין איינגעשלאפן... און מיין חלום האב איך זיך געזען האלטן מיין זיסקייט און מיין האנט... און מיר זינגען צוזאמען ''המן טאשן המן טאש עסן מיר שלעכטע שלעכטע המן טאקע ווועגן דיר'' זי האט געזינגען איך האב איר אונטערגעהאלפן... ''אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס הא הא הא!!'' הא הא הא!! האב איך זארגלאז געלאכט מיט מיין טאכטערל... הא הא הא... איז די גאנצע ארום אנגעפילט מיט פרייליכע געלעכטער... און א ווארעמקייט האט מיר ארומגענומען...

און... איך האב זיך אויפגעוועגט.... די איינזעמקייט... די ראילאיטעט... ס'איז צוריקגעקומען מיט איר גאנצע גרויזאמקייט... איך האב בלויז געהערט די ווידערקויל פונעם טייוול אליינס ''אבער צום סף לאכן מיר דיך אויס... הא הא הא!!...
די שטיקל רייסט ביים הארץ.


האסט א פיינע פעדער און קענסט גוט אריינלייגן געפיל און עס.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2394
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

Wow wow wow, ווי הייבט מען אן ? די שפראך אא פלאס פלאס ! די תוכן מעקסס !! די פעדער גין גאלד !!! נאכדעם ווען די זאך גיבט זיך אזא דריי ארום, מורא'דיג !!! אזא ארטיקל האב איך שוין לאנג נישט געליינט ! נהניתי מאוד מאוד !!!
כעלעמערחכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 3:18 pm
מיין הערסטע זז"ג
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע: El Paso Taxes

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

געשריבן שוין צו גוט.. איך בין געווען דיסעפוינטעט אז איך האב מיט געפילט מיט א פאלשע מעשה
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 8570
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

טאטע אין הימל!! האב שוין רחמנות!!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

דאקטער רפאל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:15 pm
שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:40 pm
נעכטן נאכט האב איך איר געזען...

א צוויטע קוזיון וואס האט נאך א שטיקל קשר מיט מיר, האט מיר געשיקט א בילד פון מיין זיסע טאכטערל פארשטעלט... זי איז געווען אזוי זיס... איך האב נישט געקענט אוועקרייסן מיינע אויגן פונעם בילד... איך האב געוויינט און געלאכט אויף איינמאל... ביז איך בין איינגעשלאפן... און מיין חלום האב איך זיך געזען האלטן מיין זיסקייט און מיין האנט... און מיר זינגען צוזאמען ''המן טאשן המן טאש עסן מיר שלעכטע שלעכטע המן טאקע ווועגן דיר'' זי האט געזינגען איך האב איר אונטערגעהאלפן... ''אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס הא הא הא!!'' הא הא הא!! האב איך זארגלאז געלאכט מיט מיין טאכטערל... הא הא הא... איז די גאנצע ארום אנגעפילט מיט פרייליכע געלעכטער... און א ווארעמקייט האט מיר ארומגענומען...

און... איך האב זיך אויפגעוועגט.... די איינזעמקייט... די ראילאיטעט... ס'איז צוריקגעקומען מיט איר גאנצע גרויזאמקייט... איך האב בלויז געהערט די ווידערקויל פונעם טייוול אליינס ''אבער צום סף לאכן מיר דיך אויס... הא הא הא!!...
די שטיקל רייסט ביים הארץ.


האסט א פיינע פעדער און קענסט גוט אריינלייגן געפיל און עס.
יעפ

נאכן זען דאס, האב איך באקומען אפעטיט צוצוגיין צו יעדן פון מיינע זיסע, און א קוש טאן אויף זייער שטערן

און אזוי האב איך געטון

יישר כח
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

אוי האסטו מיך געכאפט! א געפילישע פעדער איינס אין די וועלט!
דער רופא לשוברי לב זאל יעדן אויפרעכטן.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

Wowow איך בין שפראכלאז!

באמת א דאנק פאר דעם גאר רייכן ארטיקל! ביסט געבענטשט מיט אויסנאם געלונגענע טאלאנטן, נוץ עס אויס!
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

פארדרייט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:13 pm
געשריבן שוין צו גוט.. איך בין געווען דיסעפוינטעט אז איך האב מיט געפילט מיט א פאלשע מעשה
פריי דיך כאטש האסט געכאפט נישט יעדער האט געכאפט די לעצטע שטיקל...
בילל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

דאקטער רפאל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:15 pm
שקר גמור האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:40 pm
נעכטן נאכט האב איך איר געזען...

א צוויטע קוזיון וואס האט נאך א שטיקל קשר מיט מיר, האט מיר געשיקט א בילד פון מיין זיסע טאכטערל פארשטעלט... זי איז געווען אזוי זיס... איך האב נישט געקענט אוועקרייסן מיינע אויגן פונעם בילד... איך האב געוויינט און געלאכט אויף איינמאל... ביז איך בין איינגעשלאפן... און מיין חלום האב איך זיך געזען האלטן מיין זיסקייט און מיין האנט... און מיר זינגען צוזאמען ''המן טאשן המן טאש עסן מיר שלעכטע שלעכטע המן טאקע ווועגן דיר'' זי האט געזינגען איך האב איר אונטערגעהאלפן... ''אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס הא הא הא!!'' הא הא הא!! האב איך זארגלאז געלאכט מיט מיין טאכטערל... הא הא הא... איז די גאנצע ארום אנגעפילט מיט פרייליכע געלעכטער... און א ווארעמקייט האט מיר ארומגענומען...

און... איך האב זיך אויפגעוועגט.... די איינזעמקייט... די ראילאיטעט... ס'איז צוריקגעקומען מיט איר גאנצע גרויזאמקייט... איך האב בלויז געהערט די ווידערקויל פונעם טייוול אליינס ''אבער צום סף לאכן מיר דיך אויס... הא הא הא!!...
די שטיקל רייסט ביים הארץ.


האסט א פיינע פעדער און קענסט גוט אריינלייגן געפיל און עס.
יאפ האט מיר געקאסט אפאר טרערן די שטיקל,
הערליך שיין און מלא תוכן.
לעצט פארראכטן דורך בילל אום דאנערשטאג מארטש 09, 2023 9:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עם ישראל חי!
בילל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

דערמאנט מיר א מעשה אז מען האט געטראפן און די כתבים פון אן עלנדן איד ווי פאלגענד,
"א איד האט מיר היינט געפרעגט פארוואס איז זיץ ביי ברוך שאמר, האב איך געטראכט צו מיר אז דאס וואס איך זיץ אן א ווייב און קינדער באדערט אים נישט, דאס וואס איך זיץ אן א פרנסה באדערט אים נישט, אים באדערט נאר אז איך זיץ ביי ברוך שאמר......".
עם ישראל חי!
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

פארוואס מאכסטי מיר וויינען אים חודש אדר ?

לייק .
גיט אראפ געשריבן אין שטארק ארויסגעברענגט .
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

שוין געוויינט, שוין אויף דיר רחמנות געהייט....

עכט נישט?!


גאר א נשמה'דיגע פעדער....
ס'איז נישט קיין חסרון צו האבן חסרונות
אוועטאר
פיצי מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:55 am
לאקאציע: וויין גארטן

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי מוח »

יא! האסט מיר געכאפט...!!

איך האלט נאך אינמיטן אפווישן מיינע טרערן...

ס'גלייבט זיך שווער אז די ביסט דער וואס האט געהאלטן די גמרא ס'ליגט צופיל געפיל..!
קאל מיר אויף מיין היים פאון....


אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

שקר שרייבט אמת'דיג גוט
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פשוט מרגש. האסט א גוטע פענע, און די טאפיק? ווי ווייטאגליך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

Wow
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4752
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איך ווייס נישט וועם האסט געכאפט אבער מיר האסטו זיכער געכאפט!!
וואוו... וואף... כאניש די ווערטער אבער לאמיך טרייען.

די שריפט ווי בריליאנטן! א פעדער ווי ריין גאלד! א נושא אוי גאט אין הימעל עס רייסט שטיקער און ציפט דאס הארץ! וויפיל אזעכע אידן דרייען זיך ארום אין די בתי מדרשים און מיר קוקן זיי אן ווי ליידיגייערס פלעין ווייל זיי דאווענען שפעט אדער ווייסעך וואס??? ווער ווייסט צו זייער שפעטע אפגעחופערטע "אבער צובראכענע" דאווענען איז נישט חשוב'ער ביים אויבערשטן ווי אונזער פריע לאנגע דאווענען???
הוי דן את כל האדם לכף זכות!!!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליכע הערליכע ארטיקל.

די לעצטע שטיקל… כינעזע באלאן…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
לאקאציע: ביד השם
פארבינד זיך:

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

אריין גשניטען טיף און הארץ 😭😭😭
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

עס ציפט, א פעדער ארויסצוברענגן אזאנע הרגשים למטה מעשרה, איז א אומנות.

נישטא קיין ווערטער.
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

איך האלט נאך אינמיטן אפווישן מיינע טרערן...
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: יא! האסט מיר געכאפט...!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

איך האב געמוזט אריינסיינען צו געבן א לייק אנבעליוועבל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”