פרישע קוגל האט געשריבן:נעם אין אכט האט געשריבן:פרישע קוגל האט געשריבן:נעם אין אכט האט געשריבן:אדם א מענטש האט געשריבן:ווייל עס איז נישט די סדר און יענער כאפט נישט
יא אזוי איז געווען ביי מיר, מיין ערשטע יו״ט וואקעך אריין מיטן רעדוואלקע צו מנחה, אינמיטן הויעך שמו״ע זעעך מיר דער איינצוגסטער, גייעך אראפ אונטן און איך הענגעס אויף, קומעך צוריק טוט שוין יעדער צוריק אן פאר מעריב…
וואסע טאקע פשט דערפון? איינער האט מיר עפעס געזאגט אז סאיז וועגן אנגרייטן פון איין טאג צום צווייטן טאג, נאכאיינער ווייסט אזוי? אדער אויב איינער קען עס מאכן קלארער?
איך טו נישט אויס דעם רעשוואלקע ביי מנחה מיטל נאכט.
קיינער אין דיין שול נישט?
פון ווי איך קום האבעך עס אויך קיינמאל נישט געזען
נישט קיינער, אבער רוב נישט
בסך הכל טוסטו עס אויס ווייל דיין שכן טוט אזוי, די ווייסט ניטאמאל פארוואס און די ביסט נאך דער וואס לאכט פונעם אינגערמאן וואס טוט עס נישט אויס....
עס איבערהויפט נישט קיין קפידא, עס נעמט זיך פון דעם וואס אסאך אדמורי"ם פלעגן אריין קומען און קומען נאך אלס אריין צו מנחה מיט די טיש קאפטן און דאווענען מנחה, און טאקע נאר מנחה און נישט מעריב, צו מערבית קומט מען אריין שפעטער מלובש מיט די געהעריגע בעקיטשע, רעשזוואלקע וכדו' , ממילא קומט נישט אויס
אנצוטאן דעם רעזשוואלקע ביי מנחה, אבער מיר עמך אידן וועלכע קומען אין ביהמ"ד אריין צו "מנחה מעריב" שוין אנגעטון מיט די בעקיטשע און רעזשוואלקע האט נישט קיין שום זון
אויסצוטון דעם רעזשוואליע.
און יא, איינע פון מיינע אידישע תאוות (צ"ק) איז טאקע דאס, דאווענען מיטל נאכט יו"ט מיט די רעזשוואלקע מנחה.