וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- שמעטערלינג
- שר מאה
- תגובות: 228
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 04, 2020 9:26 am
- לאקאציע: איבעראל
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
נעמט אין אכט אז מענטשן וואס גייען אויף טעראפי זענען נישט אלעמאל אינגאצן געזונט גייסטיש.
זייער עקפיריענס איז נאר איין זייט פון די מטבע.
אויב מען וויל אינפערמאציע אויף א טעראפיסט קען מען זיך אלעמאל פארבינדן מיט רעליף אדער פרעגן אויף אייוועלט.
עס נעמט אסאך כוחות זיך איבערצוגעבן פאר קליענטן.
רוב טערעפיסטן געבן זיך איבער מיט הארץ און מח.
עס דארף פשוט זיין א גוטע שידוך.

- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
רעליף איז א גוטע אפציע, אייוועלט דארף מען דורכזייען צו זעהן אויב דער וואס שטופט אדער רעדט אפ האט נישט קיין אנדערע כוונות.שמעטערלינג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 4:04 pmנעמט אין אכט אז מענטשן וואס גייען אויף טעראפי זענען נישט אלעמאל אינגאצן געזונט גייסטיש.
זייער עקפיריענס איז נאר איין זייט פון די מטבע.
אויב מען וויל אינפערמאציע אויף א טעראפיסט קען מען זיך אלעמאל פארבינדן מיט רעליף אדער פרעגן אויף אייוועלט.
עס נעמט אסאך כוחות זיך איבערצוגעבן פאר קליענטן.
רוב טערעפיסטן געבן זיך איבער מיט הארץ און מח.
עס דארף פשוט זיין א גוטע שידוך.
--
איך האב פונקט געטראכט. ס'ממש הימל שרייענד אז יעדער וואס האט א פראבלעם דארף דורכגיין שבעה מדורי גהנום ביז מען טרעפט די צוגעפאסטע טעראפיסט און דערנאך דארף מען רחמי שמים אז מען זאל געהאלפן ווערן, איך האף אז איינער קען אויפקומען מיט אן עצה מען זאל שנעלער קענען געהאלפן ווערן.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
אויב גרייז איך נישט, האמיר דאס שוין אויפגעברענגט.
דער געליטענער (אדער וואס שפילט דאס, און איז א באטריגער...) גייט צומאל צום טעראפיסט פאר א אנדערע אורזאך. אז מען פאלגט וואס דער טעראפיסט הייסט, און אזוי אום קאן קיינער נישט קומען מיט קיין פארווארף. ווייל, וואס ווילסטו פון מיר? איך פאלג כאטש וואס מען הייסט מיר, און קאנסט מיר נישט זאגען אז איך טוה געגן דיר... און אזוי רייט מען ווייטער מיט צוגעמאכטע אויגען און מיט א מינע פון דער געשלאגענער, א שטייגער, אז וואס זיי זאלען נאר טוהן העט מען זיי פארהאלטען, און סייווי נישט זיין צופרידען. זאלסטו כאטש זעהן אז דו ביזט די שולד...

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
אז דו טענה'סט אז טעראפי איז וואטעווער רייסטו דירעקט אראפ אלע היימישע ערליכע טעראפיסטן און אומדירעקט די אלע רבנים וואס שיקן צו זייאמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:46 pmאין וועלכע תגיבה רייסט איינער אראפ ערליכע אידן. אין מיינע תגיבות רייס איך נישט אראפ וואס ערליכע אידן זאגן און טיען, נאר פינקט פארקערט. איך ברענג ארויס וואס ערליכע אידן טיען אויף
מיט דעם פאראגראף ווייזטו קלאר ווי אומבאהאווענט דו ביסט אין די נושא. און פון וואו דו נעמסט דאס ביסעלע וואס דו האסט יא אויפגעכאפטאמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:46 pmאיך קען מארגן עפענען א נייע ניק וואס וועט הייסן @טעראפיסט, און זיך נעמען שרייבן תגובה נאך תגיבה וועגן OCD, ענעקזייעטי און דיפרעשן, און די עולם וועט מיך נישט אויפהערן צו לייקן. איך פארשטיי גאנץ גוט צו די נושא. איך קען זייער גוט מסביר זיין OCD מיט אלע פיטשעווקעס, מיטן שורש, סיי וואס מאמענט שרייבט, סיי וואס די LCSW'ס שרייען. די דארפסט נישט אנקימען צו מיר איך זאל דיר זאגן, נאר קיק אריין אין די אנדערע אשכולות וועסטו זען אז ס'איז נישט אזוי פשוט. מענטשן ווערן גאנץ קנאפ געהאלפן דערפון. איך האב פיל פיל אייגענע עקספעריעס אויך. די קענסט נישט אפפרעגן וואס איך זאג סתם מיטן זאגן אז איך ווייס נישט אין איך האב נשיט קיין בלאסן אנהונג. איך האב יא.
כ'גיי
איינער וואס האלט אז מיט איין מהלך קעמען היילן (1) יעדעמ'ס (2) אלע עמאציאנאלע פראבלעמען, ווייסט נישט וואס ס'פליטאמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:46 pmאדרבה, ציטיר עפעס וואס איך האב געשריבן וואס דאס מאכט דיר טראכטן אז איך פארשטיי ניטש. אפשר ווילסטו עס אויסקלארן.
און ספעציעל ווען די מהלך איז מיוסד אויף א זאך וואס גאר אסאך מענטשן האלטן ליידער נישט דערביי
יעדער איד, ווען ער זאל ווען באמת אויפגעבן זיין גאנצע "איך" און זיך גענצליך ארויפווארפען אויפ'ן באשעפער וועט זיין לעבן זיין א גן עדן אויף די וועלט
און כמעט יעדער ווייסט עס היינטיגע טעג און מיט דעם אלעם זענען דא אזוי ווייניג וואס קומען אן אהין
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
יאפ. שוין מיטגעהאלטן א פאל וואס דער טעראפיסט האט געוואוסט אז זיין קליענט טוט עס און איז ווייטער אנגעגאנגעןצו געזונט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:29 pmאויב גרייז איך נישט, האמיר דאס שוין אויפגעברענגט.
דער געליטענער (אדער וואס שפילט דאס, און איז א באטריגער...) גייט צומאל צום טעראפיסט פאר א אנדערע אורזאך. אז מען פאלגט וואס דער טעראפיסט הייסט, און אזוי אום קאן קיינער נישט קומען מיט קיין פארווארף. ווייל, וואס ווילסטו פון מיר? איך פאלג כאטש וואס מען הייסט מיר, און קאנסט מיר נישט זאגען אז איך טוה געגן דיר... און אזוי רייט מען ווייטער מיט צוגעמאכטע אויגען און מיט א מינע פון דער געשלאגענער, א שטייגער, אז וואס זיי זאלען נאר טוהן העט מען זיי פארהאלטען, און סייווי נישט זיין צופרידען. זאלסטו כאטש זעהן אז דו ביזט די שולד...
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
פון אלע מענטשן וואס איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען געגאנגען פאר טעראפי
"אלע" וואס האבן נישט מצליח געווען, זענען געגאנגען מיט אן אנדערע חשבון ווי פשוט ארבעטן אויף זיך
געוויסע זענען געגאנגען צו קאנטראלירן די קינדער, די ווייב, דעם מאן, געשוויסטער, מיטארבעטער
"אלע" וואס האבן נישט מצליח געווען, זענען געגאנגען מיט אן אנדערע חשבון ווי פשוט ארבעטן אויף זיך
געוויסע זענען געגאנגען צו קאנטראלירן די קינדער, די ווייב, דעם מאן, געשוויסטער, מיטארבעטער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
דארפסט דיך נישט דערשרעקן פון די פוש-בעק דא. דעיס איז די נארמאלע ערווארטעטע רעאקציע יעדעס מאל מ'זאגט א מיינונג צו א פערספעקטיוו אנדערש ווי די אלגעמיין אנגענומענע מיינונג. נישט נאר אין דעי נושא, נאר ס'איז אזוי אין יעדע נושא, אויב זאגסטו אנדערש ווי די אנגענומענע פערספעקטיוו דארפסטו זיין גרייט צו ערווארטן דעי סארט פוש-בעק.
פארפאלן, אזוי ארבייט די וועלט. מענטשן קענען שווער זיך עפענען צו זען און פארשטיין אנדערע און אפילו פארקערטע מיינונגען ווי דעיס מיט וואס זיי האבן געלעבט ביז היינט פאר א פשטות ממש.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
ס'איז זייער פשוט. ווען איינער איז מסביר א מהלך, ער איז מסביר פארוואס ער פארשטייט אז דער מהלך דארף העלפן, פארשטיי איך. אבער ווען ער טענה'ט אז אלעס אנדערש איז פוסטע הבלים, און נאר דאס ארבעט "בוודאי" אויף יעדע איינציגסטע זאך, הייבט עס אויגן ברעמען. און כ'וועל מסביר זיין פארוואס.יער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:15 pmדארפסט דיך נישט דערשרעקן פון די פוש-בעק דא. דעיס איז די נארמאלע ערווארטעטע רעאקציע יעדעס מאל מ'זאגט א מיינונג צו א פערספעקטיוו אנדערש ווי די אלגעמיין אנגענומענע מיינונג. נישט נאר אין דעי נושא, נאר ס'איז אזוי אין יעדע נושא, אויב זאגסטו אנדערש ווי די אנגענומענע פערספעקטיוו דארפסטו זיין גרייט צו ערווארטן דעי סארט פוש-בעק.
פארפאלן, אזוי ארבייט די וועלט. מענטשן קענען שווער זיך עפענען צו זען און פארשטיין אנדערע און אפילו פארקערטע מיינונגען ווי דעיס מיט וואס זיי האבן געלעבט ביז היינט פאר א פשטות ממש.
קודם וויל איך אבער זאגן, אז איך פערזענליך ווייס נישט פאר זיכער אז ר' שרגא'ס מהלך העלפט נישט. אדרבה. איך הער וואס אמעסידשפארכללישראל זאגט, איך נעם עס אן אלץ א מעגליכקייט. איך ווייס נישט אויף זיכער. איך ווייס יא אויף זיכער אז טעראפי העלפט. און ס'לייגט זיך מיר שווער אויפן שכל אז ס'איז נאכנישט געווען קיין איינער וואס האט פרובירט ר' שרגא'ס מהלך און ס'האט אים נישט געהאלפן.
אבער פון וואנעט ווייסט א מענטש אז נאר ר' שרגא'ס מהלך העלפט פאר אלעס, און טעראפי הייבט נישט אן צו העלפן? ער האט דען א שטודיע דערויף? ער קען אלע מיני מענטשן מיט אלע מיני פראבלעמען און ער ווייסט אז נאר דאס העלפט און די אנדערע איז חרוסת?? עפעס מאכט נישט דא קיין סענס! כ'הערט זיך אביסל (זייטס מיר מוחל) שוואנצאניש. אז ס'האט אים מיט זיינע פאר מענטשן וועם ער קען געהאלפן, און טעראפי נישט, מיינט דאס דען א כלל אז נאר דאס איז דא און עפעס אנדערש נישט? און דאס איז די סיבה פארוואס ס'פילט זיך אביסל אז ס'האט נישט קיין פשט די דעבאטעס דא. ווייל די מיינונג איז אפגעמאכט מיט א שטארקע החלטה, עפעס וואס געווענליכע דעבאטע קען נישט דעצידירן.
אמעסדיזשפארכללישראל, כ'האף ביזט מיר מוחל. א מענטש איז א מענטש. ס'איז אקעי צו זיין פארגלייבט אין עפעס. איך פרוביר נאר צו מסביר זיין די רעספאנס פונעם עולם.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
איך בין מוחה.
די שמעקסט מיר צו זיין א מענטש מיט א אומאויפגעגעבענע יכולת. אלזא, נישט קיין וואונדער אז דו פארשטייסט אנדערע.
די שמעקסט מיר צו זיין א מענטש מיט א אומאויפגעגעבענע יכולת. אלזא, נישט קיין וואונדער אז דו פארשטייסט אנדערע.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
כ'ווייס נישט צי מ'קען אזוי זאגן אז מענטשן וואס גייען פאר טעראפי זענען אין אלגעמיין ווייניגער געזונט. אוודאי ווענדט זיך עס מיט וועלכע פראבלעמען, אבער אין אלגעמיין זעט מיר אויס אז מענטשן וואס גייען צו טעראפי זענען מער אפען מיינדעד מענטשן, מער פלעקסיבל מענטשן, מענטשן וואס קענען אריינקוקן אין זיך און ארויסקוקן אויך, און זייער מיינונג איז אוודאי גאר מאסגעבנד.שמעטערלינג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 4:04 pmנעמט אין אכט אז מענטשן וואס גייען אויף טעראפי זענען נישט אלעמאל אינגאצן געזונט גייסטיש.
זייער עקפיריענס איז נאר איין זייט פון די מטבע.
אויב מען וויל אינפערמאציע אויף א טעראפיסט קען מען זיך אלעמאל פארבינדן מיט רעליף אדער פרעגן אויף אייוועלט.
עס נעמט אסאך כוחות זיך איבערצוגעבן פאר קליענטן.
רוב טערעפיסטן געבן זיך איבער מיט הארץ און מח.
עס דארף פשוט זיין א גוטע שידוך.
חוץ מזה זאגסטו זייער גוט.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
ר' שרגה איז אויך זייער אן ערליכע איד, זייער אסאך ערליכע אידן שיקן צו אים, אינקלאדינג מגידי שיעריך.הענדימען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:35 pmאז דו טענה'סט אז טעראפי איז וואטעווער רייסטו דירעקט אראפ אלע היימישע ערליכע טעראפיסטן און אומדירעקט די אלע רבנים וואס שיקן צו זייאמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:46 pmאין וועלכע תגיבה רייסט איינער אראפ ערליכע אידן. אין מיינע תגיבות רייס איך נישט אראפ וואס ערליכע אידן זאגן און טיען, נאר פינקט פארקערט. איך ברענג ארויס וואס ערליכע אידן טיען אויף
מיט דעם פאראגראף ווייזטו קלאר ווי אומבאהאווענט דו ביסט אין די נושא. און פון וואו דו נעמסט דאס ביסעלע וואס דו האסט יא אויפגעכאפטאמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:46 pmאיך קען מארגן עפענען א נייע ניק וואס וועט הייסן @טעראפיסט, און זיך נעמען שרייבן תגובה נאך תגיבה וועגן OCD, ענעקזייעטי און דיפרעשן, און די עולם וועט מיך נישט אויפהערן צו לייקן. איך פארשטיי גאנץ גוט צו די נושא. איך קען זייער גוט מסביר זיין OCD מיט אלע פיטשעווקעס, מיטן שורש, סיי וואס מאמענט שרייבט, סיי וואס די LCSW'ס שרייען. די דארפסט נישט אנקימען צו מיר איך זאל דיר זאגן, נאר קיק אריין אין די אנדערע אשכולות וועסטו זען אז ס'איז נישט אזוי פשוט. מענטשן ווערן גאנץ קנאפ געהאלפן דערפון. איך האב פיל פיל אייגענע עקספעריעס אויך. די קענסט נישט אפפרעגן וואס איך זאג סתם מיטן זאגן אז איך ווייס נישט אין איך האב נשיט קיין בלאסן אנהונג. איך האב יא.
כ'גייאיינער וואס האלט אז מיט איין מהלך קעמען היילן (1) יעדעמ'ס (2) אלע עמאציאנאלע פראבלעמען, ווייסט נישט וואס ס'פליטאמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 3:46 pmאדרבה, ציטיר עפעס וואס איך האב געשריבן וואס דאס מאכט דיר טראכטן אז איך פארשטיי ניטש. אפשר ווילסטו עס אויסקלארן.
און ספעציעל ווען די מהלך איז מיוסד אויף א זאך וואס גאר אסאך מענטשן האלטן ליידער נישט דערביי
יעדער איד, ווען ער זאל ווען באמת אויפגעבן זיין גאנצע "איך" און זיך גענצליך ארויפווארפען אויפ'ן באשעפער וועט זיין לעבן זיין א גן עדן אויף די וועלט
און כמעט יעדער ווייסט עס היינטיגע טעג און מיט דעם אלעם זענען דא אזוי ווייניג וואס קומען אן אהין
וועגן די אן סייז פיטס אל טענה ענטפער איך אין אן אנדערן אשכול.
איר זענט נישט גערעכט אז אסאך אידן זענען נישט דערביי אויפצוגעבן יכולות.
צום ביישפיל דער OCDניק דארף פשוט עכט פארשטיין אז ער קען נישט און האט נישט די יכולות צו האלטן ריין זיין הענט. אפולו ער וועט זיך וואשן טויזנט מאל. נאר דער באשעפער קען מאכן ריין זיין הענט. ער דארף פשוט טאן הושתדלות און וואשן איין מאל. דער מענטש מיט ענעקזייעטי קען זיך נישט באהיטן פון גארנישט, אפולו ער זאל ריפן די מיליטער פון די גאנצע וועלט איז עס נשיט שטערקער פונם אייבירשטן. אזוי ווייטער און ווייטער... ווילסט נישט מודה זיין אז די קענסט נישט? ביזט פינקט ווי א מענטש מיט סייקאסיס. ער רעדט זיך איין ער האט די כח אראפצושלעפן דעם ערעפלאן פון הימל מיט זיין הענט, די רעדסט זיך איין אז די האסט די כח צו מאכן ריין דיין הענט. במציאות קענסטו ניטש. בקיציר איך קען שרייבן אגאנצן טאג. גיי הער עס און שוין.
וויסן און אנערקענען איז צוויי אנדער זאכן.
גאר אסאך קומען אן אהין, און זייער פראבלעמען ציפליען זיך אן אפולו ארבעטן, נאר דורכ'ן אנערקענען אז דער באשעפער איז די איינציגע כח.
און יא! גן עדן אויף דער וועלט איז איט! ס'איז מעגליך פאר יעדן. ''בס''ד''.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 9:09 pm
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
יא. ער קען אלע מיני מענטשן מיט אלע מיני פראבלעמען. ער צינעמט אלעס אין זיינע שיערים, קלאר. אויך אלע סארט טעראפיס וואס זענען דא. ער צינעמט עס כמעט בעסער ווי דער מענטש וואס האט ערפינדן דעם טעראפי. קען זיין נאכן הערן וועט איר נאך ווערן זיינס א שוואנץ.ממוצע האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 12:45 amס'איז זייער פשוט. ווען איינער איז מסביר א מהלך, ער איז מסביר פארוואס ער פארשטייט אז דער מהלך דארף העלפן, פארשטיי איך. אבער ווען ער טענה'ט אז אלעס אנדערש איז פוסטע הבלים, און נאר דאס ארבעט "בוודאי" אויף יעדע איינציגסטע זאך, הייבט עס אויגן ברעמען. און כ'וועל מסביר זיין פארוואס.יער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:15 pmדארפסט דיך נישט דערשרעקן פון די פוש-בעק דא. דעיס איז די נארמאלע ערווארטעטע רעאקציע יעדעס מאל מ'זאגט א מיינונג צו א פערספעקטיוו אנדערש ווי די אלגעמיין אנגענומענע מיינונג. נישט נאר אין דעי נושא, נאר ס'איז אזוי אין יעדע נושא, אויב זאגסטו אנדערש ווי די אנגענומענע פערספעקטיוו דארפסטו זיין גרייט צו ערווארטן דעי סארט פוש-בעק.
פארפאלן, אזוי ארבייט די וועלט. מענטשן קענען שווער זיך עפענען צו זען און פארשטיין אנדערע און אפילו פארקערטע מיינונגען ווי דעיס מיט וואס זיי האבן געלעבט ביז היינט פאר א פשטות ממש.
קודם וויל איך אבער זאגן, אז איך פערזענליך ווייס נישט פאר זיכער אז ר' שרגא'ס מהלך העלפט נישט. אדרבה. איך הער וואס אמעסידשפארכללישראל זאגט, איך נעם עס אן אלץ א מעגליכקייט. איך ווייס נישט אויף זיכער. איך ווייס יא אויף זיכער אז טעראפי העלפט. און ס'לייגט זיך מיר שווער אויפן שכל אז ס'איז נאכנישט געווען קיין איינער וואס האט פרובירט ר' שרגא'ס מהלך און ס'האט אים נישט געהאלפן.
אבער פון וואנעט ווייסט א מענטש אז נאר ר' שרגא'ס מהלך העלפט פאר אלעס, און טעראפי הייבט נישט אן צו העלפן? ער האט דען א שטודיע דערויף? ער קען אלע מיני מענטשן מיט אלע מיני פראבלעמען און ער ווייסט אז נאר דאס העלפט און די אנדערע איז חרוסת?? עפעס מאכט נישט דא קיין סענס! כ'הערט זיך אביסל (זייטס מיר מוחל) שוואנצאניש. אז ס'האט אים מיט זיינע פאר מענטשן וועם ער קען געהאלפן, און טעראפי נישט, מיינט דאס דען א כלל אז נאר דאס איז דא און עפעס אנדערש נישט? און דאס איז די סיבה פארוואס ס'פילט זיך אביסל אז ס'האט נישט קיין פשט די דעבאטעס דא. ווייל די מיינונג איז אפגעמאכט מיט א שטארקע החלטה, עפעס וואס געווענליכע דעבאטע קען נישט דעצידירן.
אמעסדיזשפארכללישראל, כ'האף ביזט מיר מוחל. א מענטש איז א מענטש. ס'איז אקעי צו זיין פארגלייבט אין עפעס. איך פרוביר נאר צו מסביר זיין די רעספאנס פונעם עולם.
(אגב איך ווייס נישט וואס מען וויל דא וועגן אפגעמאכטע מיינונגען. נישט ביי יעדע דיבאטע זענען דא צוויי מענטשן מיט אפגעמאכטע מיינונגען און מען דעבאטירט, צום סוף טוישט איינער זיין מיינוג. ניין? איך פרעג. מען קען נישט דעבאטירן ווען ס'איז נישטא צוויי צדדים.)
ממצע כ'האף ביזט מיר מוחל, ס'איז ''נישט אקעי'' צו זיין פארגלייבט אין עפעס. נאר אינם אייבירשטן אליין.
אין צום לעצט, וואס איז דיין מעסידטש פאר כלל ישראל?
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
שפיי נישט אריין אין א ברינעם פון וואס די האסט געטרינקן.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
אפשר ווייל יענער איז א נארסיסיסט?הענדימען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:42 pmפון אלע מענטשן וואס איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען געגאנגען פאר טעראפי
"אלע" וואס האבן נישט מצליח געווען, זענען געגאנגען מיט אן אנדערע חשבון ווי פשוט ארבעטן אויף זיך
געוויסע זענען געגאנגען צו קאנטראלירן די קינדער, די ווייב, דעם מאן, געשוויסטער, מיטארבעטער
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
אע"כ?אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 2:40 amר' שרגה איז אויך זייער אן ערליכע איד
לייקענסט א מציאות?אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 2:40 amאיר זענט נישט גערעכט אז אסאך אידן זענען נישט דערביי אויפצוגעבן יכולות
כ'האב שוין געהאט אפאר מאל וואס איינער האבן מיך געבעטן צו טוהן אין א געוויסע נושא און וויפיל כ'האב יענעם איבערצייגט אז נאר דער באשעפער קען העלפן און יעדע זאך וואס ער טוט מאכט נאר ערגער פרובירט מען נאכאלץ
סאו זאג נאכאמאל. ס'זענען נישטא מענטשן וואס זענען נישט דערביי אויפצוגעבן דעם יכולת?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
מ'לייקענט מציאות'ן?אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 2:56 amאגב איך ווייס נישט וואס מען וויל דא וועגן אפגעמאכטע מיינונגען. נישט ביי יעדע דיבאטע זענען דא צוויי מענטשן מיט אפגעמאכטע מיינונגען און מען דעבאטירט, צום סוף טוישט איינער זיין מיינוג. ניין? איך פרעג. מען קען נישט דעבאטירן ווען ס'איז נישטא צוויי צדדים
מ'איז נישט אויסגעקאכט אין די נושא?
מ'איז נישט גרייט צו הערן אז יענער איז אפשר גערעכט?
איינס פון די דריי איז גענוג שלעכט
דא איז דא אלע דריי
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
אפילו אין אזא פאל קענסטו נישט ערווארטן אז "דיין" טעראפי זאל "יענעם" בעסער מאכןהמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 6:28 amאפשר ווייל יענער איז א נארסיסיסט?הענדימען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:42 pmפון אלע מענטשן וואס איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען געגאנגען פאר טעראפי
"אלע" וואס האבן נישט מצליח געווען, זענען געגאנגען מיט אן אנדערע חשבון ווי פשוט ארבעטן אויף זיך
געוויסע זענען געגאנגען צו קאנטראלירן די קינדער, די ווייב, דעם מאן, געשוויסטער, מיטארבעטער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
איך מיין אז אין די ווערטער ליגט די הויפט נקודה פון מיספארשטענדיניש דא.אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 2:40 amר' שרגה איז אויך זייער אן ערליכע איד, זייער אסאך ערליכע אידן שיקן צו אים, אינקלאדינג מגידי שיעריך.הענדימען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:35 pm
איינער וואס האלט אז מיט איין מהלך קעמען היילן (1) יעדעמ'ס (2) אלע עמאציאנאלע פראבלעמען, ווייסט נישט וואס ס'פליט
און ספעציעל ווען די מהלך איז מיוסד אויף א זאך וואס גאר אסאך מענטשן האלטן ליידער נישט דערביי
יעדער איד, ווען ער זאל ווען באמת אויפגעבן זיין גאנצע "איך" און זיך גענצליך ארויפווארפען אויפ'ן באשעפער וועט זיין לעבן זיין א גן עדן אויף די וועלט
און כמעט יעדער ווייסט עס היינטיגע טעג און מיט דעם אלעם זענען דא אזוי ווייניג וואס קומען אן אהין
וועגן די אן סייז פיטס אל טענה ענטפער איך אין אן אנדערן אשכול.
איר זענט נישט גערעכט אז אסאך אידן זענען נישט דערביי אויפצוגעבן יכולות.
פון מיין אייגענע ערפארונג, האב איך אזא אלו ואלו'דיגע געפיל און די וועג וויאזוי איך קוק עס אן,
ר' @מעסידדטש האלט אז מען איז דערביי טייטשט ער אז באמת קען מען דערצו אנקומען, עס איז לכאורה אמת, ווייל דאס איז דער דרך התורה, און יא עס איז פיט פאר אלל. אסתכל באורייתא וברא עלמא
ר' @הענדימען שרייבט אז מען איז נישט דערביי, ווייל עס זענען דא שטארקע העלמות אין דעם ענין, און דו קענסט נישט [צוליב פיקוח נפש] אלעמאל ווארטן אויף די "אמת'ע" וועג, זאל אנהייבן צו ארבעטן, און דאס איז אויך "אמת" ווייל ווילאנג דער מענטש איז יעצט בהעלם דערפון, אפילו די "אמת''ע" רפואה איז אוועקצונעמען די העלמה, איז אבער די "אמת'ע מהלך" אנצוקמען צו א מצב וואס מען קען צוברעכן די העלמה, צו טוען די אנגענומע מיטלן
יעצט די מענטשן וואס זענען עוסק צו העלפן מענטשן און די מצב פון העלמה, זעהן א בראָך אין די וואס שרייען אז די אנגענומע אלגעמיינע מיטלען זענען נישט אמת, ווייל דאס מאכט נאך שווערער צו דורברעכן די העלמה, דורכדעם וואס דער נצרך האט א נאך געלגענהייט צו פילן אז מען טראגט אים אויף די נישט ריכטיגע מהלך
הענדימען האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 10:02 am
כ'האב שוין געהאט אפאר מאל וואס איינער האבן מיך געבעטן צו טוהן אין א געוויסע נושא און וויפיל כ'האב יענעם איבערצייגט אז נאר דער באשעפער קען העלפן און יעדע זאך וואס ער טוט מאכט נאר ערגער פרובירט מען נאכאלץ
סאו זאג נאכאמאל. ס'זענען נישטא מענטשן וואס זענען נישט דערביי אויפצוגעבן דעם יכולת?
ווייטער די וואסהאבן שוין דורכגעבראכן די ערשטע שטאפלן פון העלמה, און זענען שוין אין א מצב פון אפענקייט צו א טיפערע אמת'ע איבערגאנג זעהן די חילוק פון הימל און ערד, פון אן אלגעמיינע מיטל פון קואפן מיט א פראבלעם, צו א קאמפליטלי נייע סעט פון פערסעפשאנס און מאטיוון, וואס טוען נאטורליך טוישן די גאנצע מענטל העלטה מעקאניזם
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
מאכסט מיך שמייכלען.הענדימען האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 10:07 amלייקענסט א מציאות?אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 2:40 amאיר זענט נישט גערעכט אז אסאך אידן זענען נישט דערביי אויפצוגעבן יכולות
כ'האב שוין געהאט אפאר מאל וואס איינער האבן מיך געבעטן צו טוהן אין א געוויסע נושא און וויפיל כ'האב יענעם איבערצייגט אז נאר דער באשעפער קען העלפן און יעדע זאך וואס ער טוט מאכט נאר ערגער פרובירט מען נאכאלץ
סאו זאג נאכאמאל. ס'זענען נישטא מענטשן וואס זענען נישט דערביי אויפצוגעבן דעם יכולת?
ווייסט וויפיל מאל איך האב שוין געטרייט צו זאגן פאר א עדיקט אדער או סי די ליידענדער ער זאל אויפהערן - און גארנישט?!
מ'דארף וויסן ווי אזוי צו זאגן זאכן, און אוודאי דארף מען עס אויך גוט פארשטיין, און אויך דארף מען אליינס גלייבן הונדערט פראצענט אין וואס מ'זאגט.
If you care about others, you tell them the truth, If you care about yourself, you tell them what they
want to hear
(vivek Ramaswamy)want to hear
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
שכוח.הענדימען האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 10:07 amאפילו אין אזא פאל קענסטו נישט ערווארטן אז "דיין" טעראפי זאל "יענעם" בעסער מאכןהמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 6:28 amאפשר ווייל יענער איז א נארסיסיסט?הענדימען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:42 pmפון אלע מענטשן וואס איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען געגאנגען פאר טעראפי
"אלע" וואס האבן נישט מצליח געווען, זענען געגאנגען מיט אן אנדערע חשבון ווי פשוט ארבעטן אויף זיך
געוויסע זענען געגאנגען צו קאנטראלירן די קינדער, די ווייב, דעם מאן, געשוויסטער, מיטארבעטער
אבער די טעראפיסטן שרייען א גאנצן טאג אז יא.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14572
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
וועלכע טעראפיסט שרייט אזוי?המברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 12:02 pmשכוח.הענדימען האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 10:07 amאפילו אין אזא פאל קענסטו נישט ערווארטן אז "דיין" טעראפי זאל "יענעם" בעסער מאכןהמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 6:28 amאפשר ווייל יענער איז א נארסיסיסט?הענדימען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:42 pmפון אלע מענטשן וואס איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען געגאנגען פאר טעראפי
"אלע" וואס האבן נישט מצליח געווען, זענען געגאנגען מיט אן אנדערע חשבון ווי פשוט ארבעטן אויף זיך
געוויסע זענען געגאנגען צו קאנטראלירן די קינדער, די ווייב, דעם מאן, געשוויסטער, מיטארבעטער
אבער די טעראפיסטן שרייען א גאנצן טאג אז יא.
- הארי פלארי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
אין די וועלט פון טעראפי איז נישטא קיין מעטאד צו העלפן א נארסיסיט.גרויסע עם הארץ האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 12:54 pmוועלכע טעראפיסט שרייט אזוי?המברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 12:02 pmשכוח.הענדימען האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 10:07 amאפילו אין אזא פאל קענסטו נישט ערווארטן אז "דיין" טעראפי זאל "יענעם" בעסער מאכןהמברך יתברך האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 6:28 amאפשר ווייל יענער איז א נארסיסיסט?הענדימען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:42 pmפון אלע מענטשן וואס איך ווייס פערזענליך אז זיי זענען געגאנגען פאר טעראפי
"אלע" וואס האבן נישט מצליח געווען, זענען געגאנגען מיט אן אנדערע חשבון ווי פשוט ארבעטן אויף זיך
געוויסע זענען געגאנגען צו קאנטראלירן די קינדער, די ווייב, דעם מאן, געשוויסטער, מיטארבעטער
אבער די טעראפיסטן שרייען א גאנצן טאג אז יא.
די איינציגע טעראפי אין א נארסיסיזעם פאל איז פאר די ארומיגע, וויאזוי זיי זאלן דאס באהאנדלען.
אין יא. טעראפיסטן טענה'ן אז די טעראפי העלפט פארן נארסיסט אליינס זיך צו פארבעסערן. צו ס'איז אמת? ווייסעך נישט.
- הארי פלארי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
אמר'ש פון נארסיסיזעם.
ליידער מיטגעהאלטן צוויי פעלער אין די לעצטע תקופה, ווען דער טעראפיסט האט דיאגנאזירט אלץ נארסיסיט אויפן סמך פונעם לעבנ'ס שות'ף ווערטער. נישט האבנדיג בכלל א ווערטער אויסטויש מיטן דיאגנאזירטער. א זיצונג מיטן דיאנאזירטן וואלט אין ביידע פעלער בלי ספק געטוישט דעם בילד. דער דיאגנאזע פונעם טעראפיסט איז געווען פולקאם אומ'אחריות'דיג, אין אומפראפעסיאנאל.
ביידע פעלער האט עס ליידער געפירט צו א גט. א גרויס טייל קרעדיט קומט פארן טעראפיסט.

הייסט אז דו בויעסט דיין שיטה אויף וואס ער אליינס זאגט, נישט אויף וואס דו האסט במציאות געזעהן.אמעסידטשפארכללישראל האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 2:56 amיא. ער קען אלע מיני מענטשן מיט אלע מיני פראבלעמען. ער צינעמט אלעס אין זיינע שיערים, קלאר. אויך אלע סארט טעראפיס וואס זענען דא. ער צינעמט עס כמעט בעסער ווי דער מענטש וואס האט ערפינדן דעם טעראפי. קען זיין נאכן הערן וועט איר נאך ווערן זיינס א שוואנץ.ממוצע האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 28, 2023 12:45 amס'איז זייער פשוט. ווען איינער איז מסביר א מהלך, ער איז מסביר פארוואס ער פארשטייט אז דער מהלך דארף העלפן, פארשטיי איך. אבער ווען ער טענה'ט אז אלעס אנדערש איז פוסטע הבלים, און נאר דאס ארבעט "בוודאי" אויף יעדע איינציגסטע זאך, הייבט עס אויגן ברעמען. און כ'וועל מסביר זיין פארוואס.יער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:15 pmדארפסט דיך נישט דערשרעקן פון די פוש-בעק דא. דעיס איז די נארמאלע ערווארטעטע רעאקציע יעדעס מאל מ'זאגט א מיינונג צו א פערספעקטיוו אנדערש ווי די אלגעמיין אנגענומענע מיינונג. נישט נאר אין דעי נושא, נאר ס'איז אזוי אין יעדע נושא, אויב זאגסטו אנדערש ווי די אנגענומענע פערספעקטיוו דארפסטו זיין גרייט צו ערווארטן דעי סארט פוש-בעק.
פארפאלן, אזוי ארבייט די וועלט. מענטשן קענען שווער זיך עפענען צו זען און פארשטיין אנדערע און אפילו פארקערטע מיינונגען ווי דעיס מיט וואס זיי האבן געלעבט ביז היינט פאר א פשטות ממש.
קודם וויל איך אבער זאגן, אז איך פערזענליך ווייס נישט פאר זיכער אז ר' שרגא'ס מהלך העלפט נישט. אדרבה. איך הער וואס אמעסידשפארכללישראל זאגט, איך נעם עס אן אלץ א מעגליכקייט. איך ווייס נישט אויף זיכער. איך ווייס יא אויף זיכער אז טעראפי העלפט. און ס'לייגט זיך מיר שווער אויפן שכל אז ס'איז נאכנישט געווען קיין איינער וואס האט פרובירט ר' שרגא'ס מהלך און ס'האט אים נישט געהאלפן.
אבער פון וואנעט ווייסט א מענטש אז נאר ר' שרגא'ס מהלך העלפט פאר אלעס, און טעראפי הייבט נישט אן צו העלפן? ער האט דען א שטודיע דערויף? ער קען אלע מיני מענטשן מיט אלע מיני פראבלעמען און ער ווייסט אז נאר דאס העלפט און די אנדערע איז חרוסת?? עפעס מאכט נישט דא קיין סענס! כ'הערט זיך אביסל (זייטס מיר מוחל) שוואנצאניש. אז ס'האט אים מיט זיינע פאר מענטשן וועם ער קען געהאלפן, און טעראפי נישט, מיינט דאס דען א כלל אז נאר דאס איז דא און עפעס אנדערש נישט? און דאס איז די סיבה פארוואס ס'פילט זיך אביסל אז ס'האט נישט קיין פשט די דעבאטעס דא. ווייל די מיינונג איז אפגעמאכט מיט א שטארקע החלטה, עפעס וואס געווענליכע דעבאטע קען נישט דעצידירן.
אמעסדיזשפארכללישראל, כ'האף ביזט מיר מוחל. א מענטש איז א מענטש. ס'איז אקעי צו זיין פארגלייבט אין עפעס. איך פרוביר נאר צו מסביר זיין די רעספאנס פונעם עולם.
(אגב איך ווייס נישט וואס מען וויל דא וועגן אפגעמאכטע מיינונגען. נישט ביי יעדע דיבאטע זענען דא צוויי מענטשן מיט אפגעמאכטע מיינונגען און מען דעבאטירט, צום סוף טוישט איינער זיין מיינוג. ניין? איך פרעג. מען קען נישט דעבאטירן ווען ס'איז נישטא צוויי צדדים.)
ממצע כ'האף ביזט מיר מוחל, ס'איז ''נישט אקעי'' צו זיין פארגלייבט אין עפעס. נאר אינם אייבירשטן אליין.
אינטערעסאנט.
מיינונגן ביי א דעבאטע איז נאר אינטערעסאנט ווען די מיינונגן זענען געבויעט אויף געוויסע הנחות, וואס בנפול היסוד נפל הבנין. אויב זענען די מיינונגען מוכרח בעצם קען מען זיך נישט טענה'ן.
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7079
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
דערמאנט מיך א אמת'ע מעשה וואס איז פארגעקומען עטליכע צענדליג יאהר צוריק, בקשר צו דיין תגובה, אז מען הערט איין זייט.הארי פלארי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 3:04 amאמר'ש פון נארסיסיזעם.
ליידער מיטגעהאלטן צוויי פעלער אין די לעצטע תקופה, ווען דער טעראפיסט האט דיאגנאזירט אלץ נארסיסיט אויפן סמך פונעם לעבנ'ס שות'ף ווערטער. נישט האבנדיג בכלל א ווערטער אויסטויש מיטן דיאגנאזירטער. א זיצונג מיטן דיאנאזירטן וואלט אין ביידע פעלער בלי ספק געטוישט דעם בילד. דער דיאגנאזע פונעם טעראפיסט איז געווען פולקאם אומ'אחריות'דיג, אין אומפראפעסיאנאל.
ביידע פעלער האט עס ליידער געפירט צו א גט. א גרויס טייל קרעדיט קומט פארן טעראפיסט.
א משפחה איז אדורך א שווערע צעטיילונג און מען האט אריינגעמישט דעם רב פון יענע קהילה, וואס דער מאן'ס ברודער איז געווען איינע פון זיינע שטוב מענטשן. אקיצער, די פרוי'ס ברודער איז אריין צום רב און געזאגט אז ער וויל אים דערציילען די צווייטע זייט פון זיין שוועסטער'ס טענות. האט אים דער רב געענטפערט בתמימותו, איך ווייס שוין ביידע זייטן פונקטליך, ווייל מיין שטוב מענטש האט מיר אויך דערציילט ענקער זייט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- הארי פלארי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4441
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm
Re: וואנט פון שאנדע - רשעות׳דיגע טעראפיסטן
חחח..צו געזונט האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 9:45 amדערמאנט מיך א אמת'ע מעשה וואס איז פארגעקומען עטליכע צענדליג יאהר צוריק, בקשר צו דיין תגובה, אז מען הערט איין זייט.הארי פלארי האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 30, 2023 3:04 amאמר'ש פון נארסיסיזעם.
ליידער מיטגעהאלטן צוויי פעלער אין די לעצטע תקופה, ווען דער טעראפיסט האט דיאגנאזירט אלץ נארסיסיט אויפן סמך פונעם לעבנ'ס שות'ף ווערטער. נישט האבנדיג בכלל א ווערטער אויסטויש מיטן דיאגנאזירטער. א זיצונג מיטן דיאנאזירטן וואלט אין ביידע פעלער בלי ספק געטוישט דעם בילד. דער דיאגנאזע פונעם טעראפיסט איז געווען פולקאם אומ'אחריות'דיג, אין אומפראפעסיאנאל.
ביידע פעלער האט עס ליידער געפירט צו א גט. א גרויס טייל קרעדיט קומט פארן טעראפיסט.
א משפחה איז אדורך א שווערע צעטיילונג און מען האט אריינגעמישט דעם רב פון יענע קהילה, וואס דער מאן'ס ברודער איז געווען איינע פון זיינע שטוב מענטשן. אקיצער, די פרוי'ס ברודער איז אריין צום רב און געזאגט אז ער וויל אים דערציילען די צווייטע זייט פון זיין שוועסטער'ס טענות. האט אים דער רב געענטפערט בתמימותו, איך ווייס שוין ביידע זייטן פונקטליך, ווייל מיין שטוב מענטש האט מיר אויך דערציילט ענקער זייט...
אין נאכדעם פארקויף מיר אז ווען מען קעגן טעראפיסטן רעדט מען קעגן גדולי ישראל וועלכע רעקאמענדירן טעראפי. (כ'רעד נישט פון קיין עקסטרעמע פעלער)