יוסטיץ מיניסטער יריב לוין (ליכוד) נעכטן אין טשענל 14:יונה פויגל האט געשריבן: ↑זונטאג מארטש 19, 2023 10:41 pmנאר דאס איז זיכער - און צו דעם האט קיינער נישט קיין אויסוועג - אז איינמאל זיי מאכן א געזעץ אז די בג"ץ קען זיך נישט אריינמישן, און די בג"ץ וועט זיך יא אריינמישן וועט די לאנד אריינפאלן אין א צודרייטן כאאס, מיטן נאמען 'משבר חוקתי', ווייל וועם דארף מען פאלגן? די פארלאמענט אדער די בג"ץ? איין פאליציי וועט איינזעצן איינעם וועגן ער פאלגט די בג"ץ בעת ווען זיין חבר וועט איינזעצן א צווייטן ווייל ער פאלגט די פארלאמענט...
ש. וואס איז לגבי די אפציע אז בג"ץ וועט פסל'ן די געזעץ?
ע. קודם כל איז קלאר אז די טויש [אז נאר די ערשטע צוויי סופרים-ריכטער וועלן די קאאליציע קענען אויסוועלן, פון דארט און ווייטער וועלן זיי מוזן צוקומען (ביי די דריטע) צו די אפאזיציע און (ביי די פערדע און ווייטער) צו די בג"ץ, און אלע אנדערע געריכטן - נישט סופרים-בג"ץ - האבן זיי בכלל נישט קיין רוב] וואס אונז האבן יעצט געטון, פארהאלט יעדע אמת'ע טענה וואס קען צוברענגען צו א 'משבר חוקתי', ווייל ס'זיכער אז די איינציגסטע טענה וואס וואלט געקענט שטיין דא אין דעם ענין, אזוי ווי כ'האב געזאגט פריער, איז אז א 'צופעליגע קאאליציע' (קואליציה מקרית) איז מצליח צו איבער נעמען קאנטראל אויך פון די גאנצע בית משפט, די טענה קען נישט עקזיסטירן מיט די חשובע 'תיקון' וואס אונז האבן יעצט געטון, וועגן דעם טראכט איך אז ס'איז נישט דא קיין שום רעכט דאס צו טון, אין מיינע אויגן וועט עס זיין א אריבערגאנג פון יעדע רויטע ליין, אונז וועלן עס א ודאי נישט מקבל זיין, און כ'האף זייער אז אין די מאמענט וואס די געזעץ וועט אדורכגיין און ס'וועט זיין קלאר אז אונז האבן אויסגעהערט און זיך גערעכנט מיט יעדע עכטע טענה, אבער אויסגעפירט די מאנדאט וואס אונז האבן מקבל געווען פונעם פאלק, אן קיין שום פחד און מורא פון אלע סטראשונגען, און פרובירונגען צו צושטערן די פראצעדור פון די געזעצן אויף כל מיני פסול'ע וועגן, וועט די דעמאקראטישע באשלוס ווערן רעספעקטירט [ביים בג"ץ], און ס'וועט אונז זיין א אויסגעהאלטענע ריכטיגע וועג פון אויסוועלן ריכטער
עקענאמיע מיניסטער ניר ברקת (ליכוד) היינט ביי א קאנפערענץ אין חיפה:
(נאכן זאגן ווי וויכטיג די רעפארם איז) אבער אויב די בג"ץ וועט עס פסל'ן וועל איך עס רעספעקטירן
הויפט פון מיליטער הרצי הלוי אין א שמועס מיטן זיכערהייט מיניסטער יואב גלנט (ליכוד):
מיין גרעסטע פחד איז אז מיינע סאלדאטן וועלן שטיין קעגן איבער די פארלאמענט בילדינג, אין די פארלאמענט מיטגלידער וועלן זיי הייסן איין זאך אין די סופרים קאורט א צווייטע זאך