סאו דאס אז ביבי וויל מאכן די מדינה אלס א סעמי דיקטאטורשאפט איז באשאפן געווארן ביי די יעצטיגע מערכה מאכט סענס, ווייל דאס איז דאך וואס די לינקע טוהן כסדר מיט וועם ס'שמעקט זיי,יונה פויגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 9:18 pmאון פארוואס וויל ער טאקע יא יעצט? והלא און אמערעפעס אנדערש האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 9:04 pmוואס האט עס מיט ביבי? עס איז די גאנצע קאאליציע.פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 8:45 pmשטארק מעגליך
די פראבלעם איז אז מיר אלע ווייסן אז ביבי איז דער לעצטער וועמען מען זאל געטרויען מיט פאטשקען אין געריכט סיסטעמען, מיר אלע ווייסן אז פון זיין זייט וואלט ער שוין לאנג נאכגעמאכט אורבאן
סוכ"ס איז עס זייער א הייקעלע פונקט פון דעמאקראטיע צוצולאזן אז בלויז א מינימאלע רוב זאל עס אזוי שטארק פונדומענטאל ענדערן - ספעציעל מיט אזא מאכט גייציגן אין אמט
בעצם האט ביבי אליינס נישט געוואלט די גאנצע זאך.
און נאכמערחברונער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:03 pmכנראה קענט איר נישט ביבי, ביבי וויל זיין די מערסט דעמאקרטישע און ליבעראלע פירער אין די מדינה ער וויל געדענקט ווערן אלץ די מנהיג וואס האט אויפגעבויט די מדינה צו וועלטסמאכט, נישט צו א אונגארן, היינט זענען שוין אלע זיינע שונאים מודה, זיי זאגן אז זיי בענקען זיך צו די אלטע ליבעראלע ביבי (וועם זיי האבן דעמאלץ אראפגעריסן פונקט ווי היינט...)אלא מאי מוז מען זאגןדיסענטיס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:15 pmזייענדיג שוין 73 יאר אלט איז ביבי יעצט נישט אויסן אזוי ווייט פאר חיי שעה'דיגע פאוער, בעיקר שטרעבט ער צו שאפן א לעגעסי פאר זיך אלס איינער פון די אינפלוסרייכע שטאאטסלייט אין די ליבעראלע מערב וועלט. ער איז א גרויסער אנהענגער פון טשערטשיל. און ווי דערמאנט איז ער אליין אן אויסגעשפראכענער ליבעראל ווייט כרחוק מזרח ממערב פון אטאקראטישע אנשויאינגען.
אזוי ווי ער האט א פיינעם משפט וואס ווארט עם מסתם צו זיצן יארן אין תפיסה, יעדער מענטש ווען ער הערט די ווארט "תפיסה" צוגייט זיין הארץ פון פחד כש"כ וכש"כ חתן דנן וואס איז לאו דוקא איינער וואס האט צופיל מאל געליטן פון הונגער, אדער געשלאפן נישט אויף אזא געשמאקע בעט, אין זיין לעבן,
האט ער געזען אז ער האט נישט א וועג ארויס נאר צו זיכער מאכן אז די קאורט גייט אונטער זיין קאנטראל, און ווי יוסטיץ מיניסטער לוין דער ארכיטעקט פונעם רעפארם (וואס ער אליינס האלט שוין 20 יאר אז מ'דארף די רעפארם און דער פרעמיער האט עם אייביג אפגעשטעלט) האט געזאגט אין פארלאמענט אז "די 3 אינדייטמענטס האבן זיכער צוגעגעבן צו פארשטיין די צורך פונעם רעפארם" פארשטייט זיך אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז וועגן די 3 טשארדזשעס פון ביבי דארף מען מאכן די רעפארם כדי עם אזוי צו ראטעווען, נאר אז דאס האט צוגעברענגט דער עולם זאל פארשטיין די פאלשקייט פונעם קאורט, אבער אנדערע טענה'ן אז למעשה איז דאס ביבי'ס מטרה, והא ראי' ער האט עס ביז יעצט נישט געוואלט, און ער האט זיך אייביג גרויס געהאלטן מיט זיין אויפפאסן אויף א אומאפהניגיגע יוסטיץ סיסטעם
און יעצט איז פארענטפערט געווארן דיין קושיא הרב אבנר בן-נרס'איז באשאפן געווארן ווען דער ביבי וואס אסאך האלטן אז ער איז א קאראפטירטער פאליטישאן (אפי' דו האלטסט נישט אזוי, אבער) פרובירט איבער צו נעמען די קאורט סיסטעם פאר זיין אייגענע באקוועמליכקייט נישט אריין צו גיין אינעם חד-גדיא יושב'ן אביסל פאר זיינע מעשים טוביםאבנר בן-נר האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 10:07 pm
ניין!! מיר אלע ווייסן נישט דערפון, ווען איז דעיס באשאפן געווארן?
ווייל די בג''ץ האט אים גע'רודפט שלא ביושר פאר פיר יאר, מסתם וויל ער ווערן א סעמי דיקטאטור?
אבער @פאלעקס האט געזאגט אז ס'איז א אלטע דבר ידוע אז ביבי וויל זיין אורבאן 2.0,
וויל איך וויסן ווי אלט דאס איז? און ווי שטארק איז עס ידוע?
אגב קרענקט מיר ווי דו לייגסט אראפ כאילו ביבי איז אן ערענסטע קרימינאל, ווען אין פאקט איז שוין היינט באוויסט פאר יעדעם אז די אלע באשולדיגן קעגן אים זענען געווען ריין פאליטישע רדיפות,
והא ראי' אז ער איז נאך אויף די פריי נאך פיר יאר פארשן, און נאכדערצו מיט אזא לינקע געריכט סיסטעם,
ועוד איז דעי גאנצע געדאנק צו טוישן דעם געריכט סיסטעם בכלל נישט ביבי'ס קאפ שטיק מעיקרא, אוודאי קען ער ביישטיין אז עס זאלט למעשה געשעהן, נאכדעם וואס ער האט געהאט טועם צו זיין פון זייערע שמוציגע אגענדעס ציפקע צרות, אבער ער איז נישט דער מקור,