מיין טריפ קיין אריזאנע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm
מיין טריפ קיין אריזאנע
מאנטאג נאכמיטאג 4:03
לויטן פלאן דארף מען שוין זיין אויפן וועג צום עירפארט. היות מפארט פון נוארק מיט די יעצטיגע טרעפיק פון Rush hours דארף מען רעכנען א שעה א האלב פאר די וועג. למעשה זעמיר נאך עוסק מיט לעצט מינוטיגע צוגרייטונגן, צוקוועטשן די טונע, שניידן וועדשטעבלס, אויפזיכן א רוקן זאק, זיך דערמאנט די לעצטע מינוט פון די פארפרוינענע מילך פון פריזער ווייניגער ווי 3 אנצעס, היות מפארט נאר מיט קערי אנס. מטוט זיך אן די סניקערס, די כאלעטל מיטן דאטשיק, ויסעו עם אובער לנוארק ווען די זייגער ווייזט שוין 4:21 און אונזער פלייט איז 6:59 אונז זעמער היפש שפעיט, לויט וועיז קומער אן 5:40. אקעי סאיז נישט ממש כווייסעכוואס שפעיט אונז טשעק מער נישט אריין לאגעדש די בארדינג פעסעס זענען גרייט, נו וועט מען זיך מיזן עטוואס יאגן.
די וועיג איז גאנץ כמעשה ווען די וועיז פונעם דרייווער שפילט מיט מיינע נערווען גייענדיג פון 5:33 ETA ארויף ביז 5:49. למעשה איז מען אנגעקומען 5:41.
4:10 לאזט זיך מיין חבר שמילי ארויס פון מאנסי ער איז מיין פארטנער פאר די נסיעה, גראדע וואונט ער און ווילי נאר לצורך פרנסה איז ער היינט פארפארן צום עיר התורה. ער פארט מיט זיין אייגענע קאר וואס גייט ווערן געסטארעדשט ביי איינע פון די פילצאליגע פארקינס וואס נעמט ארום דעם עירפארט. די מעשה מיט אים איז אז ער האט א גרויסע גארביטש בעג צאמגעמישט העמעדער מיט קראקס שעמפו מיט ווארעמע זאקן. ער ווארט אויף מיין עקסטערע רענצל וואס איך ברענג אים צום עירפארט דארט וועט פארקומען א מעמד איבערפאקן. אין די קאר האט ער מיט זיך צוויי פארשענס פיש פון עווערגרין, ווארעמע אונטערוועש פאר אונז ביידע געקויפט פריש פון וואלמארט די וועטערס זאגן ארום 40 דיגרי. ער זיצט אויך און טרעפיק אבער זיין ETA איז 5:21. למעשעה בין איך געווען און עירפארט פאר אים. פארקן, וואקן צום טערמינאל נעמט צייט. דא האט זיך אנגעהויבן די ווי ביסטו געים פון גרויס אנגסט האט ער נישט געוויסט וועלכע שטאק ער איז נאך עטליכע שוויצוגע מינוטן האמער זיך צאמגעטראפן מיט א דערלייכטונג. ב״ה די מעמד איבערפאקן איז צוגעגאנגן אן קיין איבעריגע שוועריקייטן חוץ איין סוועטער וואס גלייכט נישט קיין צו זיין צוקוועטשט איז יעדער אריין אינעם רענצל אן א מוק.
די זייגער ווייזט 5:55
די סעקיוריטי איז דורך געשמירט, די טונע קענס האבן זיך פיין דורך געגליטשט דעם מאשין, מגיימיר צום געיט די פלאץ איז שוין פיל מגייט שוין אט בארדן.
נאך עטליכע מינוט זעמיר געווען אויפן פליגער. ביידע פון אונז מיט א גאנצע רייע ליידיגע זיצן, די פליגער איז היפש ליידיג צו יעדעמס פרייד. ערגעץ אין א רענצל העכער מיין קאפ ליגט א רוסישע שטריימעל/קוטשמע די סארט וואס מען גייט אין אומן, פאר די קומענדיגע פאר טאג איז דאס שמילי׳ס היט - אויערנשיצער שמילי האט דאס איינגעהאנדעלט און בארדישוב נאך פאר פוטין איז אויפגעשטאנען מיט די שמערצן אין קאפ.
נאך א האלבע שעה דילעי זעמיר און די לופטן ETA איז 10:54 דארטיגע זייגער, דהיינו 12:54 נו יארקע.
ופורחו! (און געפלויגן) לפיניקס.
די רייזע איז אדורך געשמירט שמילי האט אנגעצויגן א אנדרעט האלבע שעה פישוט ידים ורגלים. בשעת איך קלאץ מיט פארמאכטע אויגן וואס עפנט זיך אויך יעדע פאר מינוט צו קוקן אויפן קאלארד סקרין ווי מהאלט.
געלאנדעט, געזוכט די רענטעל שאטל פאר א מינוט, באקומען א פיינע קאר, אריינגעטשעקט.
וכחלום שאינו יעוף אזוי שנעל.
ווי גייט מען שחרות? חב״ד דאווענט מען 7 און די ישיבה גדולה אף פיניקס 7:30(געמיינט אז דאס איז די לעצטע מנין) זאל זיין 7:30.
די ישיבה איז א מיקס פון ספרדישע און אשכנזישע און אפילו א חסידישער בחור מיט אראפגעלאזטע פאות וואס וואונט דארט. נאכן דאווענען איז פארגעלערנט געווארן א שיעור אויף דאווענען זייער שיין געווען, די ר״י האט אונז פארגעשלאגן צו עסן פרישטאג אונז האמער אפגעזאגט און זיך באגנוגנט מיט א גלעזל מילך פאר די קאווע(חלב ישראל? יא געהעריג ווי אין נ״י).
שמילי איז געגאנגען צום לאקאלע כשרע גראסערי איינגעקויפט קאלד קאטס מיט א היימישע השגחה עלמאנד מילך פאר די קאווע(לאמיר נישט רעדן דערוועגן)מיט נאך עטליכע זאכן.
10:00 ארויסגעפארן קיין Sedona
די וועג נעמט צוויי שעה זייער א שיינע רואיגע וועג. און אריזאנע איז די ספיד לימיט אויף די הייוועיס 75, סא פארן אויף 85 איז נארמאל.
ויחנו בסעדאנע ארום 12.
ארפאלייגן סעדאנע איז נישט שייך, און איין ווארט WOW!!
די הערליכע רויטע שטיינער וואס נעמט ארום דאס מקום איז אטעם פארכאפנד. צוגעפארן צו א געז סטעשן זיל איינגעהאנדלט זון ברילן דערנאך געפארן צו Cathedral Rock די פלאץ איז זייער פאפולער דעריבער קען פארקינג נעמען היפש לאנג ב״ה נאך עטליכע מינוט געטראפן א פארקינג, ארויף געקראכן ביז אויבן, עטליכע מאל געניצט אלע פיר, אלץ העכער מאיז געקראכן אלץ שענער איז די פענעראמע געווערן, אנקומענדיג אויבן איז געווערן זייער ווינטיג, נאך אפאר מינוט זיצן אויבן און זיך אנזאפן מיט די נפלאות הבורא זעמער צוריק אראפ געקראכן און געפארן צו Sedona ATV(באקאנט פון desperate measures 2 איך האב געכאפט א שמועס מיטן ארבעטער וואס ווערט געזעהן אויפן פילם ווי אזוי די זאך איז צוגעגאנגן, ער זאגט אז ער איז בכלל נישט קיין עקטער נאר מהאט אים געבעטן צו זיין דערויף)
למעשה איז שוין געווארן שפעיט פאר די לאנגע OHV טרעיל און די קורצע טרעיל איז היפש א שווערע זעמער געגאנגן ווייטער.
נעקסט סטאפ Bell Rock געקראכן ביז היפש הויך, זיך געבילדערט און אראפ.
היות סאיז שוין כמעט געווארן Sunset איז מען געפארן צום עירפארט lookout וואס פון דארט איז דא א הערליכע וויא פון גאנץ סעדאנע. מיטגעהאלטן די שקיעה זייער שיין געווען. די ערפארט און סעדאנע זיצט אויף א הויכער פלאכער בארג העכערן שטאט.
נאך מנחה זיך ארויסגעלאגט קיין גרענד קעניען נעשענאל פארק. די וועגן זענען געווען ליידיג די קאר איז גאפארן שנעל עטוואס ארום 100 מייל א שעה(ביטע דאס נישט טאן און נו יארק). אנגעקומען קיין Tusayan וואס איז 5 מינוט פון די פארק ארייגעטשעקט און א האטעל. א גוטע נאכט.
11:00 צוגעפארן צום פארק. די פלאן איז געווען צן גיין פארטאגס מיטצוהאלטן Sunrise ולא עלתה בידי(שמילי איז געווען מיד).
די קעניען איז עפעס שלא מן עלמא הדין, די רואיגקייט וואס באנעמט דעם מענטש פון קוקן אויף די הערליכע נפלאות הבורא איז אומבאשרייב און אומבאפיקטשערבאר,
קודם געגאנגן קוקן אפאר (viewpoints (Mather and Yavapai דערנאך געהייקט די South kaibab trail ביז ooh-ah point (די באדאנסקי טרעיל)
די וועג איז היפש שיעף, אויפן וועיג איז אונז אדורך געגאנגן א גאנצע גרופע Mules וואס גייען אראפ די גאנצע טרעיל ביזן ריווער צוזאמצונעמען טרעש וואס מענטשן לאזן איבער, נאכן זיך אפריען 10 מינוט ביי אאה אהה פוינט האט מען צוריק ארויף געהייקט, דערנאך גענומען די שאטל וואס פארט אויף הערמיט ראוד וואס איז פארמאכט פאר אלגעמיינע פארקעיר,
זיך אפגעשטעלט ביי עטליכע וויא פוינטס מיטגעהאלטן Sunset ביי Mohave point זייער אינטרעסאנט געווען.
צוריק געפארן קיין פיניקס א 3.5 שעה וועג, ווען אויפן וועג איז דא א קאנטעסט מיט שמילי ווער סקען פארן די שנעלסטע שמילי האטעס למעשה געמאכט מיט א היי ספיד פון 117, יעצט ציריקטראכטענדיג האלט איך אז סאיז געווען זייער נישט נארמאל דאס צו טאן, וואס מידעקייט קען טאן צו איינעם…
גענומען די רעד איי(night) פלייט אהיים געלאנדעט 5:40, די גאנצע פלייט גענומען 3 שעה מיט פערציג מינוט.
למעשה איז די קאלטע וועטער געווען זייער פיין פאר הייקן. מיט א סוועטער און ווארעמע אינטערוועש כמעט נישט געשפירט קיין קעלט, ועל כולם איז נישט געווען קיין אויסגעלאסענקייט.
קאמענטארן און פראגעס זענען זייער וועלקאם, ביטע נישט צוטירן די גאנצע תגיבה יש״כ

לעצט פארראכטן דורך שטיינער קריכער אום זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
שכח פאר דיין באריכט!
- שטומפיג
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6999
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
- לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
איך האב זייער הנאה געהאט עס צו ליינען.
דיין שפראך איז ווערד א קניפ אין בעקל
די פיקטשערס זענען אייגנס?
אויב דו ביסט שוין געקראכן אויף נאך שטיינער, ברענג א רעפארט פון יענע אויכעט

אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
בילדער נישט מיינע, מיינע בילדער קען איך נישט אפלאודן צו גרויס.שטומפיג האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט עס צו ליינען.
דיין שפראך איז ווערד א קניפ אין בעקל
די פיקטשערס זענען אייגנס?
אויב דו ביסט שוין געקראכן אויף נאך שטיינער, ברענג א רעפארט פון יענע אויכעט
- האסטו וועסטו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4619
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
- לאקאציע: דא
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
@שטיינערקריכער
א שיינע טריפ
און גיט אראפ געלייגט
יישר כח
א שיינע טריפ
און גיט אראפ געלייגט
יישר כח
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)
#גיי קראך גרינע פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
(קר' ל.וו.)
#גיי קראך גרינע פעפער
דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!
נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2194
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
זייער געשמאק געשריבן מיט זאכליכע אינפא,
טענקס פאר שעירינג.
טענקס פאר שעירינג.
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
איך האב נישט באשריבן די Sedona Vortexes
כהאב דאס איבערגעלאגט פאר די נקדימון׳ס(וחביריו) וואס פארשטייען צו נאטור.

- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
פשיהא האסט א פיינעם פעדער, זייער הנאה געהאט צו ליינען.
איך בין דארט געווען א צייט צוריק, אויך באזוכט א קורצע וויילע סעדאנע, אוי איז דאס א הערליך פלאץ, ממש עס שרייעט זיך ארויס מה רבו מעשיך ה'. כ'האב נישט געגלייבט אז אין א מדבר קען זיין אזעלכע שיינע פלעצער.
איך בין דארט געווען א צייט צוריק, אויך באזוכט א קורצע וויילע סעדאנע, אוי איז דאס א הערליך פלאץ, ממש עס שרייעט זיך ארויס מה רבו מעשיך ה'. כ'האב נישט געגלייבט אז אין א מדבר קען זיין אזעלכע שיינע פלעצער.
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
ווילאנג האבן גענומען דיינע הייקס?
זענען די הייקס שווער פאר איינעם וואס איז נישט צוגעוואוינט?

- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4102
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
הערליך !
די באדאנסקי טרעיל איז מיר זייער געפאלן
די באדאנסקי טרעיל איז מיר זייער געפאלן
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
שיינע טאגבוך!
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
Cathedral Rockהר גריזים האט געשריבן:ווילאנג האבן גענומען דיינע הייקס?
זענען די הייקס שווער פאר איינעם וואס איז נישט צוגעוואוינט?
1.5 שעה אינקלודעט א 15 ברעיק
א שווערע הייק, מדארף ניצן אלע פיר ביי עטליכע טעקשאנס
Bell Rock
האט נישט קיין געהעריגע ענד פוינט, אונז האמער געהייקט בערך 20 מינוט ארויף און די זעלבע צוריק. אלץ העכער אלץ שווערער ווערט עס.
South Kaibab
א מיטעלגארטיגע הייק
א שעה מיט 10 מינוט אינקלודעט א 15 מינוט ברעיק ביי ooh aah point.
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6156
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
נייס!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
ישר כח זייער קלאר געשריבן.
עס איז דא כשר׳ס/מנין נעבן גרענד קעניאן?
עס איז דא כשר׳ס/מנין נעבן גרענד קעניאן?
- מערכות הקודש
- שר האלף
- תגובות: 1462
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 2:22 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
זיי אמתדיג האט געשריבן:ישר כח זייער קלאר געשריבן.
עס איז דא כשר׳ס/מנין נעבן גרענד קעניאן?
?שטיינער קריכער האט געשריבן:
וכל הצרות והמלחמות האיומות שעברו על ישראל שמה הי רק בשביל קיומם של אותה המלוכה ואלו היו מוותרים עלי' לא הי' שם מלחמות וצרות ....א"כ המה הגורמים את המלחמות והצרות, ולא ההצלה.
ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
ספר הק' על הגאולה ועל התמורה
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
נישט וואס איך ווייס. אין פלעגסטעף איז דא א חבד זיי האבן געווענדליך נישט קיין מנין אפשר עסן קען מען קויפן ביי זיי
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
זייעער געשמאק באשריבן,
ביזט איינגעשטאנען אין סעדאנע?
אויב יא, איז דא דארט יודישקייט שוהל וכו'?
האקט

די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
סדא א חבד וואס איז געווען פארפארט ווען איך בין דארט געווען מנין מיינעך האט ער נישט.בוקר האט געשריבן:זייעער געשמאק באשריבן,
ביזט איינגעשטאנען אין סעדאנע?
אויב יא, איז דא דארט יודישקייט שוהל וכו'?
האקט
סדארף צו זיין נאך א שול, ווייסעך נישט פינקטליך וואס סאיז. סהאט נישט אויסגעזען ווי סאיז אפען
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
מיר ווארטן אויפן המשך..
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 9:46 pm
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
האפנטליך נעקסטע נסיעה אי״ה.בוקר האט געשריבן:מיר ווארטן אויפן המשך..
Arches National Park
Canyonlands NP
אדער
Zion NP
Bryce Canyon NP
Page Arizona
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
היבש שווער צו אויסקלויבן צווישן אזעלכע אזעלכע קנאקעדיגע קאנדידאטן.שטיינער קריכער האט געשריבן:האפנטליך נעקסטע נסיעה אי״ה.בוקר האט געשריבן:מיר ווארטן אויפן המשך..
Arches National Park
Canyonlands NP
אדער
Zion NP
Bryce Canyon NP
Page Arizona
ש'כח פאר אונז מיטנעמען. מיר ווארטן אויף נאך באשרייבונגען פון אייך.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
וואס איז די וועטער זוממער אין אריזונע?
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4181
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע: אין פעלד
Re: מיין טריפ קיין אריזאנע
קאכעדיג הייס אן קיין יומידעטי.
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.