קודם כל, ישר כח @גראז פארן ברענגען דעם קליפ. זעה איך אז דו ברענגסט אסאך מאל קליפס לעצטענס.
איך האב נישט ליב טראמפ'ס רעספאנס פאר עטליכע סיבות, ער קומט דא אריין צו קלאר פאר מיין אפעטיט...
1) ער איז "ליטערעלי" מקיים בהידור רב דעם בנפול אויבך, איך העט אים ווען ליבערשט געוואלט זעהן ריסקן שלמה המלך'ס סטראשע פון פן יראה וגו'..
2) ער איז מעטעפארעלי מקיים דעם בנפול אויבך, היט נישט יענעם נאך אזא סארט פלאפ, דאס ווייזט אז טראמפ ווערט למעשה עלטער און מער מעטשור..
3) ער כאפט קלוגערהייט אז אראפרייסן ביידן פעלט נישט אויס יעצט, ווייל די מעשה רעדט פאר זיך אליינס, אנשטאט נוצט ער קלוגערהייט אויס די געלעגנהייט ארויסצוברענגען די נארישקייט פון שרייען טראמפ קאלעכט, אמער, ער געבט אכטונג ווי ער גייט.. און לייגט אראפ בטוטו"ד זיין צד פון די רעמפ מעשה, עס פאסט אים אפילו צו זאגן אז ער האט געבעטן יענעם גענעראל אים צו כאפן אויב ער גליטשט.
4) דאס פוינט ארויס א שטארקן קאנטראסט אז טראמפ געבט שטארק אכטונג ווי ער גייט, בשעת ביידן פארט אויף א בייק, איימסארי דזשאו, אבער איך ברויך נישט מיין אכציג יעריגן פרעזידענט, נישט אויף קיין בייק, פארן עקסערסייז זאל ער פארן אויף אן עקסערסייז בייק, זיך לופטערן קענסטו גיין שפאצירן, און נישט אויף קיין לייטער אויך נישט, קענסט לאזן די הויז בחורים באצירן פאר די חגא.
---------
איך בין נישט זיכער אז מען קוקט אים באמת אן ווייניגער רעכט, אויב מען רעדט נאר פון די וואס קוקן זיים ריכטונג...קוק אן למשל ראמאסוואמי קעגן דיסענטיס, דיסענטיס איז כמעט גארנישט מער עקסטרעם ווי ראמאסוואמי, אבער אין פאקט ווען דו הערסט ראמאסוואמי רעדן הערסטו נישט קיין עקסטרעמיזם אין דיינע אויערן, אבער ווען דו הערסט קרוז אדער דיסענטיס רעדן וועסטו הערן אויסגעשפראכנקייט און שטרענגקייט.
---------
אין 2020??
--------
אויף דעסאנטיס' מען דארף אכט יאר טענה, ענטפערט טראמפ, אז אויב דארף ער אכט יאר, זאל מען אים נישט נעמען בכלל, וטעמו ונימיקו אז א פרעזידענט האט כמעט קיינמאל נישט קאנטראל א גאנצן צייט. (דער לעצטער פרעזידענט צו האבן א טרייפעקטע כאטש אכט יאר, איז געווען רוזעוועלט...)