טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פרומע לבוש
שר האלפיים
תגובות: 2792
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע: אין מיין רעזשוואלקע

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

מיר האט נישט אויסגעקוקט ווי די מנהל האט אראפגעברענגט די קארלסבורגע הכנסת אורחים, פארקערט ער האט זיי גאר שיין בארימט,
ער האט בלויז ארויסגעברענט די ווערטשאפט אויף א שמייכלדיגע אופן,

און כ׳מיין די קענסט מודה זיין אז עס נישט קיין פינעף שטערנדיגע האטעל.. עס איז פונקט גוט פאר בחורים..

אבער עס איז זיכער אז שכרכם הרבה מאוד,
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יז בתמוז האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 10:28 pm
תשבחתא ונחמתא האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 7:23 pm
דיעגא האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:41 pm
(מעגליך אלס חשש אויב עס צורייסט זיך א שטריק ערגעץ אינדרויסן פון געגנט אויף שבת אן דעם וואס מען זאל עס באמערקן און מען וועט נכשל ווערן מיט א דאורייתא)
א צוריסענע רוב איז א דרבנן,

אז מען רעדט שוין, יש תשובה מהרב שלמה זלמן אויערבאך אז אויב א עירוב איז צירוסען איז עדיף נישט צו לאזן וויסן פארן עולם אלץ מוטב שיהיו שוגגים, און ווען איינער טראגט אן וויסן אז די עירוב איז צוריסען איז ער נאר א מתעסק
אויב איך געדענק גוט איז עס אן הלכה מפורשת אין שולחן ערוך. זאלן די תלמידי חכמים ארויפקומען.
אין שו"ע מיינעך אז נישט.

אין דעם ספר שטייט אז די מנהג פלעגט זיין יא אויס צו רופן.. נאר ער קומט צו נישט אויס צו רופן אלץ דעם סיבה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 7:12 pm
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:37 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:19 am
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
די עלטערע חסידים וואס איך האב געקענט האבן נישט געטראגן.

דער מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע צוויי זוהן מרן מהרי"ד זי"ע און הרה"ק ר' לייבוש מאגרובער זי"ע וואס האבן געווארט א שטיק צייט אויף קינדער זיי זאלן אויפהערן טראגן וועלן זיי געהאלפן ווערן.
די עלטערע חסידים רעדסטע פון א רמב"ם עירוב ?
אגב די חתם סופר האט געזאגט פאר חשוכי בנים אז א עירוב איז א סגולה צו קענען טראגען
כאמור איז די סיבה נישט געווען אלץ הכלה'דיגע חשש, ומאי שנא.

ולגבי דעם חת"ס האט ער מן הסתם גערעדט פון 'מאכן אן עירוב'.. וכמדומני אז הרה"ק משינאווא זי"ע האט אויך אמאל געגעבן די סגולה.. און דאס איז געווען ביי חסידים הייליג צו זארגן פאר תיקוני עירובין.. כידוע בזע"ם תצעד ארץ.. אבער אויף טראגן איז געווען אן ענין נישט צו טראגן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
פשפש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2015 11:18 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשפש »

זיך צו באלעקען די פינגער עס ברענגט אויף געגועים דערמאנענדיג זיך די לעכטיגע שבתים בצל האי סבא קדישא דער קארלסבורגער רב זי"ע די דערהויבענע תפילות און די לעכטיגע טישן
זומער ווען מען האט גענדיגט די סעודה לערך צוויי אזייגער פארטאגס און מיר בחורים זענען געזעצן און פארברענגט נאך עטליכע שעה ווען אויפאמאל בערך פינף אזייגער פארטאגס איז דער רב ארויס געקומען צוזאמען מיט ר צציק גרייט צו שחרית און ארויף און די מערה אויף עטליכע שעה אונז האב מיר שנעל ארויף געפיצט אין הקדש אריין כאפן א דרימל אויף געציילטע שעה
מי יתננו ירחי קדם
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 7:02 am
גדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 7:12 pm
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:37 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:19 am
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am

עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
די עלטערע חסידים וואס איך האב געקענט האבן נישט געטראגן.

דער מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע צוויי זוהן מרן מהרי"ד זי"ע און הרה"ק ר' לייבוש מאגרובער זי"ע וואס האבן געווארט א שטיק צייט אויף קינדער זיי זאלן אויפהערן טראגן וועלן זיי געהאלפן ווערן.
די עלטערע חסידים רעדסטע פון א רמב"ם עירוב ?
אגב די חתם סופר האט געזאגט פאר חשוכי בנים אז א עירוב איז א סגולה צו קענען טראגען
כאמור איז די סיבה נישט געווען אלץ הכלה'דיגע חשש, ומאי שנא.

ולגבי דעם חת"ס האט ער מן הסתם גערעדט פון 'מאכן אן עירוב'.. וכמדומני אז הרה"ק משינאווא זי"ע האט אויך אמאל געגעבן די סגולה.. און דאס איז געווען ביי חסידים הייליג צו זארגן פאר תיקוני עירובין.. כידוע בזע"ם תצעד ארץ.. אבער אויף טראגן איז געווען אן ענין נישט צו טראגן.
מען קען נישט מחמיר זיין אוף א תקון וואס שלמה המלך האט מתקן געוון סתם אזוי ווייל דאמלטס קוקט אוס אז אינו מודה בעירוב, אז די עירוב איז נישט כשר לוט אלע שטוית איז נישט דא די פראבלעם
וועגן די חת"ס זענט איר גערכט
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ד (מען פארט קיין מירון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איש ציון האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 1:44 am
לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:47 am
קאפיטל כ"ה - נעווער אגעין!



עס זעט אויס אז מענטשען מיינען אז קרלסבורג איז א הכנסת אורחים פון די ערשטע טאג.
די מציאות אבער איז אז דאס איז א פריוואטע הויז וואס מרן מוח"ז הגאב"ד זצוק"ל האט געקויפט פאר זיך. און היות אידן זענען אריין געפאלן פון צייט צו צייט, פלעגט מען זיי מכבד זיין מיט אש"ל פונקט ווי אין ביתו נאוה קודש אין בארא פארק פלעגן מענטשען אריין קומען עסן וכו'. מיט די צייט איז דאס פארוואנדלט געווארן אין א גרויסע אימפעריע, עס איז נישט אויסגעשטעלט צו איבערנעמען אנדערע הכנסות אורחים, נאר עס איז דא אויף צו צושטעלן אויף ווי ווייט מעגליך פאר אידן וואס מען ברויך. דאס הייסט יעדע זאך איז א פלאס און נישט פארקערט.

זייענדיג אן אייניקעל דארטן ארבעט איך גאר שווער אין די קאך לפני וביום ל"ג בעומר, עס מאכט זיך אינמיטן צייטן וואס מען ברענגט נישט ארויס עסן צי ווייל מען האלט אינמיטן רייניגען צי פאר אנדערע סיבות, איז רוב עוילם פארשטייט אבער עס מאכט זיך כסדר אידן וואס זענען מלא טענות היתכן ברענגסט מיר נישט דאס קאכסט נישט יענץ וכו', איך האב נישט קיין טענות אויף זיי, אבער אנטשולדיגט טראכט א רגע, אידן ארבעטן דא שעות ע"ג שעות אנע אטעם צו צושטעלן עסן "שלא על מנת לקבל פרס", יא קיינער פון די ארבערטערס אין קאך מאכן נישט קיין געלט! איז וואס דו באקומסט זאג יישר כח און גיי ווייטער האב נישט קיין טענות!

דאס זעלביגע דא מייניך האט איר אביסל צו שטארק אראפ געריסן די גאנצע חצר קארלסבורג, יענע שבת בין איך נישט געווען אבער בדרך כלל רומט מען אויף די ביה"כ ידע פאר שעה און ל"ג בעומר יעדע האלבע שעה.

בנוגע די בעטן, אנשטאט ארויס ברענגן די חשיבות פון א משפחה וואס גיבט אוועק בחינם זייער בעטן פאר אנדערע אידן און זיי זענען גרייט צו שלאפן צודריקט וכו' רייסט מען עס אראפ? זאג נאר מיינסט עס איז זיי נישט גרינגער צו פארשפארן און לייגן צוויי בעטן אין א צימער? אוודאי יא נאר מען געבט אוועק פון זיך פאר אנדערע.

דאס אז די מקווה קאסט טייער האט א פשוטע מובן'דיגע סיבה וד"ל.

איך האף איך רעד גענוג בכבוד'יג
המשך יבוא
אז ביסט שוין יא דא, לאמיר דיר טאקע באדאקען פאר אלעס וואס ענק האבן דארטן צוגעשטעלט פאר בחינם אין כסף.

סיי פאר די געשמאקע בתי כבוד.
געשמאקע פרישטאג וואס נעמט אריין היימישע אייערשפייז, טונא, און סאלאט. ועוד.
די געשמאקע שוהל צו דאווענען, און א געשמאקע בעל קורא אן באורד.
די טישן אין בענקלעך אינדערויסן צו קענען געשמאק פארברענגען.
און די קאווע וואס איז די געשמאקסטע פון וואס מירון פארמאגט.!
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע: בין כתה לעשור

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 2:21 am
מיר האט נישט אויסגעקוקט ווי די מנהל האט אראפגעברענגט די קארלסבורגע הכנסת אורחים, פארקערט ער האט זיי גאר שיין בארימט,
ער האט בלויז ארויסגעברענט די ווערטשאפט אויף א שמייכלדיגע אופן,

און כ׳מיין די קענסט מודה זיין אז עס נישט קיין פינעף שטערנדיגע האטעל.. עס איז פונקט גוט פאר בחורים..

אבער עס איז זיכער אז שכרכם הרבה מאוד,
איך קען זיך נישט אויס מיט די שטערנדלעך כללים אבער אין מירון יא א בעט אין אזא צימער אין מירון אויף ל”ג בעומר קאסט ארום 2000 שקל.
און אין קארלסבורג געט מען עס בחינם ס’שלאפען דארט כל מיני היי קלעס אמעריקאנע אידן...

האלוויי ווען איך קען ווען ארויפלאדנען א ווידיא פון דעם אנגעפאקטען צימער ל”ג בעומר ווי אידן שלאפן אפי’ אויפן ערד.
אפגערעדט פון די אידן וואס שלאפן אויף די ערד אין שוהל אין אין יעדע ליידיג פלאץ וואס איז נאר שייך...

די מעלה פון קארלסבורג איז אז סאיז א פריווייטע הויז דירעקט נישט קיין הכנסת אורחים.
סאיז די איינצגסטע פלאץ אין מירון ווי איינער פילט באקוועם אראפ צו לייגען א רענצל אדער תפילין וכו’...
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.


(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)


מיין לייבערי
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גדל האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 12:03 pm
אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 7:02 am
גדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 7:12 pm
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:37 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:19 am


דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
די עלטערע חסידים וואס איך האב געקענט האבן נישט געטראגן.

דער מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע צוויי זוהן מרן מהרי"ד זי"ע און הרה"ק ר' לייבוש מאגרובער זי"ע וואס האבן געווארט א שטיק צייט אויף קינדער זיי זאלן אויפהערן טראגן וועלן זיי געהאלפן ווערן.
די עלטערע חסידים רעדסטע פון א רמב"ם עירוב ?
אגב די חתם סופר האט געזאגט פאר חשוכי בנים אז א עירוב איז א סגולה צו קענען טראגען
כאמור איז די סיבה נישט געווען אלץ הכלה'דיגע חשש, ומאי שנא.

ולגבי דעם חת"ס האט ער מן הסתם גערעדט פון 'מאכן אן עירוב'.. וכמדומני אז הרה"ק משינאווא זי"ע האט אויך אמאל געגעבן די סגולה.. און דאס איז געווען ביי חסידים הייליג צו זארגן פאר תיקוני עירובין.. כידוע בזע"ם תצעד ארץ.. אבער אויף טראגן איז געווען אן ענין נישט צו טראגן.
מען קען נישט מחמיר זיין אוף א תקון וואס שלמה המלך האט מתקן געוון סתם אזוי ווייל דאמלטס קוקט אוס אז אינו מודה בעירוב, אז די עירוב איז נישט כשר לוט אלע שטוית איז נישט דא די פראבלעם
וועגן די חת"ס זענט איר גערכט
שוב עוררני אז עס קען זיין די סיבה פארוואס מחמיר צו זיין איז ווייל מען האט חושש געווען צו די דעה אז היינטיגע געסער זענען רה"ר אפילו אן ס' ריבוא, ושו"ר אז אזוי איז מצדד הד"ר יעקב יצחק ניימאן זצ"ל במכתבו המובא בשו"ת והרים הכהן ח"ג סי' א.
rsz_1158046_15.jpg
rsz_1158046_15.jpg (34.74 KiB) געזען 1210 מאל
rsz_1158046_15_1.jpg
rsz_1158046_15_1.jpg (23.41 KiB) געזען 1210 מאל
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חמול על מעשיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:42 pm
לאקאציע: בין כתה לעשור

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמול על מעשיך »

וועגן די מקוה איז אזוי, די מקוה איז דירעקט געבויט געווארן פריוואט פאר ר' יחקאל מען לאזט אריין "נאר" משפחה און אנשי קארלסבורג.
ל"ג בעומר לאזט מען אריין פרעמדע פאר 100 שקל און ס'איז געפאקט פאר איבער 24 שעה...

איך ווייס נישט צי דו ביסט שוין אמאל געווען אין אן אנדערע מקוה אין מירון, אויב יא וואלסטו נישט אזוי גערעדט..
דו קענסט נישט באקומען קיין איין מקוה וואס איז ריין און וואס דו שפירסט זיך באקוועם צו איבער לאזן דיין בערזל אין טאש, אויסער אין קארלסבורג.

סתם אזוי זאלסטו וויסן אז האסט באקומען א VIP וואס איז נישט דא קיין ערגעץ ווייל אין קארלסבורג עפענט מען נישט די מקוה פאר "קיינעם" אינמיטן יאר אפי' פאר געלט.
איז באדאנק דיך פאר דיין באגלייטער וואס איז מקורב לקארלסבורג פארן עס צושטעלן...
אז דו רעדסט שוין מיט אים שיק אים א גרוס פון מיר
פרעג נישט פארוואס איך טוה אזוי...
איך טוה אזוי ווייל מיין טאטע האט אזוי געטוהן,
קענסט פרעגן פארוואס די חכמים האבען אזוי מתקן געווען.


(הרב שלמה אשר טויבער שליט"א מפי אביו הרה”ג ר’ עזריאל זצ"ל, קרבתנו-21)


מיין לייבערי
פשפש
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2015 11:18 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשפש »

חמול על מעשיך האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 2:33 pm
וועגן די מקוה איז אזוי, די מקוה איז דירעקט געבויט געווארן פריוואט פאר ר' יחקאל מען לאזט אריין "נאר" משפחה און אנשי קארלסבורג.
ל"ג בעומר לאזט מען אריין פרעמדע פאר 100 שקל און ס'איז געפאקט פאר איבער 24 שעה...

איך ווייס נישט צי דו ביסט שוין אמאל געווען אין אן אנדערע מקוה אין מירון, אויב יא וואלסטו נישט אזוי גערעדט..
דו קענסט נישט באקומען קיין איין מקוה וואס איז ריין און וואס דו שפירסט זיך באקוועם צו איבער לאזן דיין בערזל אין טאש, אויסער אין קארלסבורג.

סתם אזוי זאלסטו וויסן אז האסט באקומען א VIP וואס איז נישט דא קיין ערגעץ ווייל אין קארלסבורג עפענט מען נישט די מקוה פאר "קיינעם" אינמיטן יאר אפי' פאר געלט.
איז באדאנק דיך פאר דיין באגלייטער וואס איז מקורב לקארלסבורג פארן עס צושטעלן...
אז דו רעדסט שוין מיט אים שיק אים א גרוס פון מיר
ווי ווייט איך געדענק אויב איז מען איינגעשטאנען דארט (חינם אין כסף) און געכאפט ר צציק און די גוסטע האט מען זיך געקענט אריין שלייכען און די מקווה בפרט בדקות של השקיעה
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 16, 2023 2:21 am
מיר האט נישט אויסגעקוקט ווי די מנהל האט אראפגעברענגט די קארלסבורגע הכנסת אורחים, פארקערט ער האט זיי גאר שיין בארימט,
ער האט בלויז ארויסגעברענט די ווערטשאפט אויף א שמייכלדיגע אופן,

און כ׳מיין די קענסט מודה זיין אז עס נישט קיין פינעף שטערנדיגע האטעל.. עס איז פונקט גוט פאר בחורים..

אבער עס איז זיכער אז שכרכם הרבה מאוד,
איטערסאנט אז רוב מענטשען דארטן זענען אביסל עלטער ווי בחורים.
טאקע נישט פייוו סטאר, אבער עכט היימיש!
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
גרויסער וועלוויל
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2023 8:27 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער וועלוויל »

מי אנכי מגיב צו זיין דא אבער אוי ווי עס בענקט זיך צו די הייליגע הויף, די לכטיגע שבתים ביים גאב"ד זצ"ל.
טאקע אינטערסאנט אז עס איז נישט דא אן עקסטערע אשכול כ'מיין אז עס איז העכסט צייט איינער זאל עפענן אן אשכול אויף די קארלסבורגער הויף אין מירון. (כוואלט אליין געפענט נאר איך קען נישט די כללים דא אויף אייוועלט).
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

מאמענט
מאמענט.jpeg
מאמענט.jpeg (210.67 KiB) געזען 958 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל כ"ז - א ברעטל און א דרשה

איך האב זיך אויפגעכאפט שבת אינדערפרי אין מירון צום קלאנג פון א הערליכע געזאנג, נישט פון א פויגל וואס טשיפטשעט אדער א צווייטע בעל חי, נאר א גמרא ניגון פון א איד, און נישט סתם א אידל, נאר זאגאר דער בעל הבית פון די אכסניא, דער קארלסבורגער רב שליט"א וועלכער איז געזעצן אין חצר מיט א גמרא און אזוי שיין און זיס אפגעזינגען שורה נאך שורה, מיט אן אייגנארטיגן תנועה'לע וואס לויט מיין חבר איז דאס באקאנט פאר אלע וואס דרייען זיך נעבן רב, און דאס ווערט אויך כסדר געהערט אויף די פרישע לופט פון מחנה קארלסבורג אויף די ניו יארקער בערג אין די זומער וואכן.

כאטש אין אונזער צימער איז דער פענסטער געווען פארמאכט, האט מען קלאר אריינגעהערט דעם זיסן קול תורה, מיט די הילף פון אן אפענע פענסטער אין די דערנעבנדע גרויסע צימער. איך האב זיך אנגעטון און אראפגעגאנגען אין הויף, וואו איך האב געזען אז דער מקוה איז נישט אפן און דער פארוואלטער שטייט נישט דארט אויפ'ן מינוט. מיין זוהן וועלכער איז שוין אויף געווען פון פריער, האט מיר געזאגט אז מען קען גיין צו די מקוה פון 'טעדגי' א שפאן אוועק, און איך האב אזוי געטון. טעדגי האט א גרויסע מקוה, דאכט זיך עס איז נתנדב געווארן אין גרויס טייל דורך סאטמארער אידן, און דארט קען אריינגיין ווער אימער, אבער מען דארף זיין גערישט צו שפירן דעם טעם און גערוך פון א פובליק מקוה, אריינגערעכנט היימלאזע וואס שלאפן דארט און אנדערע אומהיימליכע באגעגענישן. איך האב זיך אויסגעטון, פרובירט צו מאכן די גאנצע זאך דאס שנעלסטע מעגליך, און ביז א קורצע וויילע בין איך שוין געווען אינדרויסן פון דארט, ב"ה אן קיין ערנסטע איבלנישן.

איך בין צוריק צו חצר קארלסבורג, וואו איך האב געזאגט ברכת התורה און קריאת שמע, און געמאכט א קאווע און שפעטער נאך איינס, און זיך געזעצט לערנען אין שול. איך האב אזוי אפגעלערנט עטליכע בלאט גמרא אין פרק כיצד מברכין אין מסכת ברכות [איך האב זיך נאר דערמאנט דערפון דורך מיין לוח המפואר, וואו איך שרייב טעגליך אפ די עמודים אדער דפים וואס איך לערן יענעם טאג; איך האב אזעלכע לוחות פון ארום דריי צענדליג יארן... איך ריר זיך ממש נישט אן דעם לוח שוין פון מיינע גרויס-אינגעלישע יארן], דער עולם איז צוביסלעך אנגעקומען און מען האט זיך געשטעלט דאווענען. דער רב שליט"א האט מיך צוגעשיקט צו תפלת שחרית, און איך האב אים נישט געקענט - אדער געוואלט - אפזאגן. איך האב שוין ב"ה פארגעדאוונט פאר'ן עמוד אלע תפילות פונעם 'מעגל השנה' [חוץ תפלת 'גשם', אבער דאס איז נישט אנדערש פון 'טל' וואס איך האב שוין יא פארגעדאוונט ביי די קאראנע מנין], יעצט אז עס מאכט זיך מיר א געלעגנהייט צו האבן א ברעטל אין אן אנדערע לאנד, פארוואס זאל איך נישט קענען מאכן א טשעק ביי 'עולם' אויך... צוליב דעם זעלבן טעם האב איך נישט אפגעזאגט דעם דרשה וואס דער רב האט מיר פארבעטן צו געבן ביי די בייטאג סעודה, ווי מיר וועלן אי"ה באלד אויסשמועסן.

אויף ק-ל אדון האב איך געזינגען דעם ניגון וואס איך זינג די לעצטע עטליכע יאר, עס איז א לעבעדיגע מארש וואס איך האב געהערט אויף א רעקארדירונג פון איינע פון די חב"ד-שליחים קאנווענשאנס און עס ליגט זייער געשמאק אויף די ווערטער און געבט צו לעבעדיגקייט צום דאווענען. נאכ'ן דאווענען האב מיר הרב טשעטשיק ספעציעל באדאנקט פאר'ן זינגען דעם ניגון, זאגנדיג אז דאס האט דער רבי אויסגעלערנט דעמאלטס און דעמאלטס, און דאן בין איך געוואויר געווארן אז ער איז גאר א ליובאוויטשער חסיד... נאר אין ארץ ישראל קענט איר זען א איד מיט א שטריימל, קאפטן און שיינע געקרייזלטע פיאות וואס קערט זיך אן אין די חב"ד קרייזן. [איך האב פארשטאנען אז ער איז נישט קיין געווארענער, נאר זיין גאנצע משפחה באלאנגט צו חב"ד פון דורי דורות, נאר דארט אין א"י זענען זיי געבליבן מיט'ן אלטן לבוש]. כ'האב געמיינט אז איך כאפ שוין פארוואס ער הייסט אויפ'ן ערשטן נאמען 'מענדל'... אבער ער האט מיר געגעבן אזא בליק, זאגנדיג אז ער איז פיל עלטער פון די מענדעלעך וואס הייסן נאכ'ן לעצטן רבי'ן פון חב"ד.

ווען דער רב האט אויסגעטרעטן שמונה עשרה, האב איך אים געגעבן א ווינק-פרעג אויב מען דוכנ'ט, אויף וואס ער האט געזאגט אז לכאורה, אויב עס איז דא א כהן וועט מען דוכנ'ען. איך געדענק נישט אויב איך האב געזינגען א ניגון ביי ממקומך, אבער עס דאכט זיך מיר אז יא, לכבוד די שבת אויפרוף פון רבי שמעון... און אויב יא, איז עס גאנץ זיכער געווען מיין 'דיפאולט' ניגון, אויף וואס איך האב נישט קיין סימן אפצושרייבן, אבער מען קען עס הערן אויף "פרחי זינגט" פון "פרחי אגודת ישראל" חלק שני. האלטנדיג ביי רצה האב איך געכאפט א בליק אויב עס איז דא א כהן, און עס איז טאקע געווען עטליכע, און מען האט גע'דוכנ'ט [דוכט זיך אז מען זאגט נישט 'ותערב']. פארשטייט זיך אז דער דוכנ'ען אין א"י איז נישט אזא צערעמאניע ווי ביי אונז דא, ווייל יעדע זאך וואס מען טוט טעגליך פארלירט דעם 'זעץ', און בעת וואס ביי אונז וועלן אלע קינדער לויפן אונטער די טליתים פון די עלטערן, און בחורים וועלן אראפריקן דעם הוט ביז איבער די אויגן, איז עס אין ארץ ישראל א בדיל-ויעבור'דיגע זאך און קיינער מאכט נישט קיין עסק דערפון. [מיין זוהן האט נישט געדאוונט אין קארלסבורג, זיין מאגנאט האט אים געצויגן צו רבי שמעונ'ען און ער האט דארט געדאוונט אלע תפלות, און זייענדיג א לעבעדיגער האט ער זיך זאגאר צוגעשטעלט צום ברעטל דארט ביי מוסף... (ער האט אויך באקומען אן עלי' דארט און גומל געבענטשט), און נישט וויסנדיג אז מען דוכנ'ט איז ער פארשריגן געווארן דורכ'ן ציבור... גיי ווייס וואו ער איז געווען ביי שחרית אז ער האט דאס נישט מיטגעהאלטן דעמאלטס].

ביים ליינען האט מיך דער רב געשאנקען אן עלי' און איך האב גומל געבענטשט, אויך מיין חבר האט באקומען אן עלי' און אויך אונזער גוטער פריינט וואס איז איינגעשטאנען ערגעץ אנדערש אין דארף און האט געדאוונט מיט אונז. נאך מוסף האט מען מסדר געווען א מנין צו קריאת התורה פון פרשת אמור פאר די בני חוץ לארץ וואס האבן דאס נאכנישט געהערט (אריינגערעכנט מיין חבר און דער דריטער חבר), אבער איך בין תיכף ארויס אין חצר וואו דער רב האט באלד געמאכט קידוש. זעענדיג אז מען גייט שוין אט סערווירן דאס עסן, בין איך שנעל ארויפגעלאפן אין צימער, זיך אויסגעטון דעם טלית [איך פלעג אייביג צוזאמלייגן דעם טלית נישט אויפ'ן קנייטש און דאס אזוי אוועקלייגן ביז מוצאי שבת, אבער מיט בערך א יאר צוריק האב איך געזען אין די מנהגים פון מיין זיידן אז ער האט חושש געווען צו א שיטה אז דאס איז אויך א פראבלעם, און האט איינפאך אראפגעשטעלט דעם טלית אויפ'ן טיש אומצוזאמגעלייגט ביז מוצאי שבת. נישט וועלנדיג צעקנייטשן מיין טלית האב איך דאס אנגעהויבן ארויפשטעלן אויף א הענגער הינטער'ן טיר ביז מוצאי שבת], איבערגעטון צום טיש בעקיטשע און צוריק אראפ צו די סעודה. ביז א קורצע וויילע האט שוין די קריאת התורה מנין געפארטיגט און מיין חבר האט זיך געזעצט אויפ'ן זייטיגן טיש נעבן מיר און קידוש געמאכט, און מען האט אנגעהויבן די סעודה.

ערגעץ אינמיטן די סעודה האט דער רב אויסגעקלאפט אז מען גייט הערן אפאר ווערטער פון א גאסט פון אמעריקע וכו' וכו', און איך האב זיך אויפגעשטעלט איבערזאגן די פאר הרהורי דברים וואס איך האב געהאט. באמת וואלסטו נישט געקענט יוצא זיין ברכת התורה אויף מיין 'דרשה', ווייל איך האב קוים נאכגעזאגט א פסוק חומש, אבער גערעדט האב איך עטליכע מינוט, און זיך בעיקר קאנצענטרירט אויף כבוד האכסניא, סיי דער אכסניא פרטי - חצר קארלסבורג, און סיי דער שטעטל מירון און דער גרויסער תנא וואס ליגט דא, און די אכסניא כללית - ארצינו הקדושה.

איך געדענק נישט פונקטליך די סדר הדברים, אבער בתוך הדברים האב איך ארויסגעברענגט ווי פאלגנד: חז"ל זאגן "כל מה שיאמר לך בעל הבית עשה חוץ מצא" [און בדרך אגב האב איך איבערגעזאגט וואס דער מהרש"א אויפ'ן ארט איז מסביר, פארוואס ווען דער בעל הבית זאגט 'צא' דארף מען אים נישט פאלגן, וז"ל: "ושמעתי דהכי פירושא, 'כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה' שהוא מקרי בכל דבר בעה"ב שלך, משא"כ כשיאמר לך 'צא' אין זה מקרי אמירת בעה"ב שלך כלל כיון שא"ל צא", דאס הייסט אז די רגע ער פארשיקט דיך, פארלירט ער דעם דין בעל הבית און קען דיר נישט איינטיילן וואס צו טון...], און הגם דער רב שליט"א האלט אין איין קלארשטעלן אז ער איז נישט דער בעל-הבית דא... אבער "אין מסרבין לגדול" גילט נאך אלץ, און בכלל, וויאזוי קען איך אפזאגן אזא זעלטענע כיבוד פון אויפטרעטן אין א פרעמד לאנד דאס ערשטע מאל אין לעבן?!

איך האב זיך פארענטפערט אז איך וועל נישט זאגן קיין דבר תורה אויף די פרשה, זינט ביי מיר גייט נאך אפיציעל פרשת אמור, און איך האב בלויז פארטייטשט די צוויי ווערטער "בהר סיני" מיט א פשט וואס איז מיר בייגעפאלן נאך וואס דער רב האט מיך מכבד געווען מיט'ן דרשה. איך האב איבערגעזאגט א געדאנק וואס שטייט פון די פריערדיגע [איך האב נישט געדענקט דעם מקור, און געזאגט אז איך האב עס פילייכט געזען אין רבינו בחיי אדער ש"ך על התורה וכדומה. יעצט האב איך געזוכט דערוועגן, און געפינען אז עס איז גאר א חידוש פונעם ראגאטשאווער (צפנת פענח הל' תרומות הלכה ג')], אז דער סיבה פארוואס "אוירא דארץ ישראל מחכים", איז וויבאלד משה רבינו איז געשטאנען אויף א בארג קעגנאיבער ארץ ישראל און השי"ת האט אים געוויזן דאס גאנצע לאנד, און די הייליגע בליק פונעם רועה נאמן האט מקדש ומטהר געווען דעם אויר פון א"י און דאס געמאכט א מקום מוכשר פאר חכמה.

האב איך געזאגט, אז וויבאלד משה רבינו איז געשטאנען אויף א בארג, זענען דאך זיינע אויגן נאטורליך געגאנגען צו די בערגיגע געגנטער פון ארץ ישראל, וואס מירון איז איינע פון זיי [דא האב איך זיך באדאנקט פאר מיין חבר וואס האט מיך בכלל געשלעפט אויף די נסיעה, און אויף דעם וואס ער דינט אלס מיין וועגווייזער און טור-גייד, און נעכטן אויפ'ן וועג ארויף האט ער מיר צוגעוויזן די פארגאפנדע פאנאראמעס פון די צפון בערג], און מיר ווייסן דאך אז חכמה מיינט דאס וואס א מענטש לערנט פון זיין רבי [אנדערש ווי בינה, וואס מען פארשטייט אליינס דבר מתוך דבר], און דאס קען זיין דער פשט "בהר סיני"... אז דא אויפ'ן בארג איז מען זוכה צו די ריכטיגע חכמת התורה, און מען קען ווערן א סיני סיני לו נקרא, ווי חז"ל זאגן אז א 'סיני' מיינט דער וואס האט קונה געווען אסאך תורה [אנדערש ווי 'עוקר הרים' וואס איז א מפלפל].

איך האב ארויסגעברענגט דער זכי' וואס איך האב יעצט צו אטעמען דאס ערשטע מאל אין לעבן די אוירא דארץ ישראל, און איך האב געזען ווי די בחור'לעך און אפילו מיטליעריגע שענקן מיר אזא רחמנות בליק דערויף... אבער איך האב זיי מסביר געווען פון וואו איך שטאם און אז ביי אונז איז דאס גיין קיין ארץ ישראל בכלל נישט געווען קיין לכתחילה, אבער ב"ה איך בין דא, און נאך אין אזא געהויבענע צייט. איך האב אויסגעפירט מיט ברכות פאר'ן בעל הבית, און זיך הערצליך באדאנקט פאר די זעלטן ווארעמע התקרבות צו וואס איך האב זוכה געווען, און געשלאסן מיינע רייד און זיך צוריק אראפגעזעצט.

נאכ'ן בענטשן האב איך באשלאסן אז אויב איך וועל זיך אריינלייגן אין בעט, וועל איך פארלירן גאר טייערע מירון שעות, און איך וועל מעגליך נישט אויפשטיין גענוג אין צייט צו ערפילן מיין שאיפה פון אויסזאגן ספר תהלים אין די מערה, האב איך זיך אנגעגארטלט מיט א געמאכטע פרישקייט און - נעמענדיג מיין תהלים פון צימער וואס האט געהאט די קוויטלעך דערין (יא, זיך דערמאנט אז איך האב גענוצט דעם עירוב דארט!) האב איך געמאכט דעם וועג איינער אליינס ארויף צו די מערה. די ערשטע זאך האב איך זיך אריינגעשטעלט אין די ספרד'ישע אפטיילונג, פשוט צו אריינכאפן אויך יענע אפטיילונג נאכדעם וואס נעכטן האב איך געדאוונט אין די אשכנז'ישע חלק. דארט בין איך אריין אין די צוים פון רבי אלעזר'ס ציון און געזאגט דעם 'יום' תהלים פון שבת קודש [איך ענדיג דאך ב"ה יעדע וואך ספר תהלים, און די לעצטע יארן זאג איך יעדן טאג דעם יום, אנדערש ווי אין די פארגאנגענהייט ווען איך פלעג נישט האבן קיין געהעריגן סדר ווען צו זאגן וויפיל]. דארט האב איך מיטגעהאלטן מניני מנחה פון די ספרדים איינס נאך די אנדערע, מיט זייער אייגנארטיגע קריאת התורה און הגבה. ביי די אנדערע עק פון יענעם אפטיילונג איז דא א חב"ד ווינקל, און דארט האט רבי בערל לאזאר פון רוסלאנד געמאכט א התוועדות מיט א גרויסע ציבור.

דאן בין איך אריבער צו די 'היימישע' מערה... און אנגעהויבן תהלים פון אנפאנג, און געזאגט קאפיטל נאך קאפיטל שטייענדיג אויף די פיס, זיך כסדר דערנענטערנדיג צום ציון גופא, ביז איך בין טאקע אנגעקומען ממש צום שטיין און דארט אראפגעשטעלט מיין תהלים און געבליבן דארט זאגן פאר גאר א לאנגע וויילע. איך געדענק נישט צי איך בין ארויס אינדערמיט כאפן א שלינג וואסער, ווייל געווענליך ווען איך זאג אויס ספר תהלים בבת אחת, פרוביר איך עס זאל טאקע זיין אן קיין הפסק פון א דיבור אדער א טרינק [און על פי רוב זאג איך עס שטייענדיג אויף די פיס... נו, יעדער מענטש איז דאך ערלויבט צו האבן עפעס קאפריזן]. נאכ'ן ענדיגן דעם גאנצן ספר [מיר דויערט עס גוטע צוויי שעה יעדע מאל, און עס גייט מיר נישט אין קאפ ווי די סקווירא אידן קענען דאס ערלעדיגן אין בלויז א שעה-אנדערטהאלבן. כ'ווייס זייער תירוץ אז פון אזויפיל יארן זאגן איז עס שוין ווי אשרי יושבי, אבער איך זאג שוין אויך אויס תהלים יעדע וואך צירקע זעקס-און-צוואנציג יאר, און עס איז מיר אוממעגליך דאס צו זאגן אין ווינציגער פון צוויי שטונדן], האב איך איבערגעזאגט די נעמען פון מיינע קוויטלעך, און דאן האב איך געמאכט דעם וועג אראפ צו די אכסניא וואו איך האב געהאט גאר א קורצע צייט זיך אראפצולייגן אויף שינה בשבת תענוג.

פון די גאנצע נסיעה בין איך בלויז די צוויי נעכט אין מירון געשלאפן אין זעלבן צימער ווי מיין חבר, און געהאט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן זיין עבודת השינה. עס איז גראדע עפעס וואס איך קען נישט שילדערן מיט ווערטער, נאר אזויפיל קען איך איבערגעבן אז פון אזויפיל דרימלען איבער די גמרא ביים טיש, האט זיך אים אנטוויקלט א רגילות צו שלאפן מיט'ן שטערן אויף די פויסט ומי יבא בסודו.

מנחה ושלש סעודות האבן מיר געפראוועט אין חצר קארלסבורג (מנחה אין שול און של"ס אין הויף), און ווען מען האט אריינגעברענגט מצה פאר לחם משנה, האב איך אויפגעכאפט ווי די ירושלימ'ער בחור'לעך רופן דאס "מאצקעלעך"... און עס איז מיר אזוי געפאלן דאס ווארט אז איך האב דאס אדאפטירט אין מיין לעקסיקאן פאר די קומענדיגע כאטש פיר און צוואנציג שעה, ווען אויך די דזשעם-קיכלעך וואס איך האב צומארגנס געקויפט אינעם מירונ'ער געשעפטל, האב איך באטיטלט אלס מאצקעלעך. מען האט געבענטשט, געדאוונט מעריב (אין שול), און דער רב איז ארויס אין חצר צו מאכן הבדלה. נאך הבדלה זענען רוב פון די געסט שוין צעלאפן, יעדער האט זיך צוזאמגעפאקט און געגאנגען כאפן א באס אדער א טרעמפ צו די אייגענע היימשטאט, אבער מיר האבן זיך בכלל נישט געהאט וואו צו יאגן, אדרבה, ביי אונזער היימשטאט איז נאך געווען אין די אנהייב מיטאג שטונדן, האבן מיר זיך גרופירט ארום דעם רב שליט"א און געכאפט א שטיקל שמועס.

ווען איינער פון די אנוועזנדע האט אנגעפרעגט דעם רב אויב עס איז אויסגעהאלטן אהיימצורופן יעצט קיין ניו יארק און איבערלאזן א מעסעדזש אינעם מאשין, האב איך ממש אויפגעשפרינגען... אקוראט דאס איז מיר געלעגן אויפ'ן שפיץ צונג אנצופרעגן. דער רב האט געזאגט אז על פי הלכה מעג מען, און ווען איך האב אריינגעווארפן א ווארט 'שביתת הכלים' וואס איך האב עפעס געדענקט, האט ער געזאגט אז מען נעמט דאס נישט אן להלכה. למעשה האב איך נישט אהיימגערופן [ביי מיר איז מען אפילו נישט געווען אינדערהיים צו יענע צייט] און ניטאמאל האבן מיר זיך געיאגט ארויפצוגיין אין צימער אריין, נאר מיר האבן זיך באקוועם געמאכט ביי איינע פון די טישן אין חצר, און צום ערשטן מאל אין די גאנצע לאנגע נסיעה האט מען געהאט א פיר-שפיצן קאנפערענץ וואו מען האט איינפאך און פראסט געשמועסט על דא ועל הא מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט.

אבער די רואיגקייט האט נישט לאנג אנגעהאלטן... עס איז באיזה אופן אריינגעקומען דער טעמע פון שיקן בחורים לערנען אין ארץ ישראל, א זאך וואס מיין זוהן וואלט זייער באגערט איך זאל ערלויבן, אבער ער איז געווען איינער קעגן דריי, ווען די רעשטע פון די גרופע האט געהאלטן אז עס איז א חורבן צו לאזן בחור'לעך זיך דרייען אין א"י, און מיר האבן געברענגט ראיות און הוכחות פון דעם און פון יענעם... אינצווישן האט זיך אריינגעמישט א זייטיגער צוהערער - גראדע אן אייניקל פון רב, א זוהן פונעם איידעם הרב לייפער. ער איז געווען א חתן וואס האט דאן געהאלטן געציילטע וואכן בעפאר די חתונה, און ער האט גערעדט מיט אזא אייפער קעגן די אמעריקאנער בחורים וואס דרייען זיך ארום אין ירושלים פראנק און פריי, אזש דאס בלוט האט געזידט אין אים.

נאך אזא קאכעדיגע שמועס האט מען זיך געדארפט בארואיגן און קומען צו זיך, איז מען ארויף אויבן, וואו מען האט אפירגענומען די ביר פלעשער וואס האבן זיך נאך געקילט אין די פרידזשידער דארט פון ערב שבת, מיין חבר האט יעדן מכבד געווען מיט א פלעשל און דער עולם האט זיך בארואיגט. איבער די אפענע ביר פלעשער האט מען געצויגן פארשידענע אפענע שמועסן וואס זענען בכלל נישט שטייגערליך פאר עלטערן צו רעדן אין געגנווארט פון קינדער, אבער מיר האבן געהאלטן למעלה מן המקום והזמן און עס איז געווען א "שטח הפקר" אזוי צו זאגן... עס איז גראדע גאנץ געזונט פאר קינדער צו הערן אפענע דיבורים פון די עלטערן, און עס זאל זיי געגעבן ווערן א מעגליכקייט איבערצופרעגן פארשידענע זאכן וואס עגבערט זיי שוין לאנג אין געוויסן. [צווישן די טעמעס האט מען דיסקוטירט ווי שטארק יעדער דארף אנהאלטן זיין מסורת אבות, און וואס עס הייסט יא אפגענויגט אדער נישט, וכו' וכו'].

איך האב פארגעשלאגן אז אזוי ווי דער נאכט איז נאך לאנג און מיר האבן נישט קיין שום זאך אויף די אגענדע, זאל מען זיך אריינזעצן אין קאר און זיך אריבערכאפן קיין טבריה. אויף מארגן זונטאג איז געווען געפלאנט צו באזוכן צפת, טבריה און נאכהער פארן קיין ירושלים, האב איך געוואלט אז דער מארגענדיגער טאג זאל נישט זיין אזוי אנגעפאקט, און מציע געווען אז טבריה זאל געדעקט ווערן יעצט מוצאי שבת. אבער מיין חבר האט מיך וועטאאירט, און עס איז געבליבן אז יעצט ביינאכט וועלן מיר בלויז צוגיין צום ציון פון רבי יחזקאל ראטה זצ"ל און נאך עטליכע קברים וואס געפינען זיך אין די געגנט פון מערת הרשב"י. [פונקט דעם שבת האב איך געליינט אין די קינדער-שטוב אויסגאבע א שמועס מיט ר' אלימלך לערנער, א טור-גייד אין א"י, אז עס לוינט נישט צו גיין ביינאכט אין טבריה, ווייל טייל פון די מקומות הק' זענען נישט געהעריג באלאכטן, און דערפאר, כאטש מענטשן זאגן 'מירון-צפת-טבריה', זאל מען גיכער גיין 'טבריה-צפת-מירון', ווייל אין מירון איז שטענדיג ליכטיג].
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח פארן שיינעם קאפיטל!

(כ'וועל כאפן די פלאץ צו זיין די ערשטער אנצומערקן אויף א אומשטייגערליכן טעות הקולמוס ווען ביים שאלה וואס מ'האט אנגעפרעגט דעם רב שטייט "אהיימצופירן" אנשטאט "אהיימצורופן"...)
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

הערליך כבוד הרב @לכאורה
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ממוצע האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 12:10 am
יישר כח פארן שיינעם קאפיטל!

(כ'וועל כאפן די פלאץ צו זיין די ערשטער אנצומערקן אויף א אומשטייגערליכן טעות הקולמוס ווען ביים שאלה וואס מ'האט אנגעפרעגט דעם רב שטייט "אהיימצופירן" אנשטאט "אהיימצורופן"...)
;l;p-

נישט נאר איז עס אומשטייגערליך, נאר איך בין זעלבסט איבערגעלאפן דעם גאנצן קאפיטל פאר גרייזן, ווי איך טו ביי יעדן קאפיטל, און דעם אירטום האב איך נישט באמערקט!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

הערליך שיין! דארפן מיר ווארטן אז סטאוועניו זאל לינקן די צוויי ניגונים.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ביוטיפול, כהאב נישט געוואוסט אז למעשה ביזטו געקומען צום טעם דארט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

מיר האבן א געפיל אז דער מנהל רעדט פון דעם ניגון פאר קל אדון
https://www.chabad.org/multimedia/music ... -Nigun.htm

צוגעטראפן?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 1:07 am
מיר האבן א געפיל אז דער מנהל רעדט פון דעם ניגון פאר קל אדון
https://www.chabad.org/multimedia/music ... -Nigun.htm

צוגעטראפן?
;l;p-
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יעצט געענדיגט די לעצטע קאפיטל, דבש וחלב תחת לשונך! שכויח מנהל!
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
איטר יד
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 6:24 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטר יד »

הערליך!!!

עפעס עס נישט באמערקט היינט אין אקטיווע, פונקט מן השמים דא אריינגעפאלן נישט צופארפאסן א קאפיטל..

ישר כח מנהל טייערע!
זיי דן דיין חבר גאר שיין, ווי די ווילסט מען זאל דן זיין דיר אליין. ווייל ווען מען וועט דיר אמאל דן זיין, און דארט וועט דיין טענה זיין, מען זאל דיר אויך נאר גוט דן זיין. (מיכאל)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

@כבוד הרב וועלכע ניגון האט איר געזונגען אויף ממקומך?
https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False

אגב, ווען מען זוכט אויף גוגל פאר "פרחי זינגט" קומט ארויף איין רעזלטאט..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 9:35 pm
@כבוד הרב וועלכע ניגון האט איר געזונגען אויף ממקומך?
https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False

אגב, ווען מען זוכט אויף גוגל פאר "פרחי זינגט" קומט ארויף איין רעזלטאט..
פשיהא, נישט גע'חלומ'ט מ'קען הערן מוזיק אויף קול הלשון...

איך זע נישט דארט דעם קאסעטע

זוך אויף גוגעל פאר "pirchei sings", עס איז חלק ב', און דער ניגון הייסט "ממקומך"
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”