טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:46 am
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 9:35 pm
@כבוד הרב וועלכע ניגון האט איר געזונגען אויף ממקומך?
https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False

אגב, ווען מען זוכט אויף גוגל פאר "פרחי זינגט" קומט ארויף איין רעזלטאט..
פשיהא, נישט גע'חלומ'ט מ'קען הערן מוזיק אויף קול הלשון...

איך זע נישט דארט דעם קאסעטע

זוך אויף גוגעל פאר "pirchei sings", עס איז חלק ב', און דער ניגון הייסט "ממקומך"
דאס ?.
https://cdn.shopify.com/s/files/1/0420/ ... 4312720867
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מצה בעקערי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:52 am

ניין... א שטאטע ניגון
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 8:26 am
מצה בעקערי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:52 am
לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:46 am
גרויסע עם הארץ האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 9:35 pm
@כבוד הרב וועלכע ניגון האט איר געזונגען אויף ממקומך?
https://www.kolhalashon.com/New/Shiurim ... enus=False

אגב, ווען מען זוכט אויף גוגל פאר "פרחי זינגט" קומט ארויף איין רעזלטאט..
פשיהא, נישט גע'חלומ'ט מ'קען הערן מוזיק אויף קול הלשון...

איך זע נישט דארט דעם קאסעטע

זוך אויף גוגעל פאר "pirchei sings", עס איז חלק ב', און דער ניגון הייסט "ממקומך"
דאס ?.
https://cdn.shopify.com/s/files/1/0420/ ... 4312720867
ניין... א שטאטע ניגון
https://djsa.dartmouth.edu/tracks/31789

דאס?

(דרייוו https://drive.google.com/file/d/1y9hehK ... share_link)
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2023 11:55 am

יא
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

המשך יבא בקרוב אי"ה

קאפיטל כ"ח - שומרי שבת אויף סטערוידס
עס איז מוצאי שבת פרשת בהר (אין א"י) און אונזער קבוצה האט נישט עפעס ספעציעל אויפ'ן אגענדע. נאכ'ן שמועסן געמוטליך אין חצר קארלסבורג, טרינקען ביר און זיך עטוואס מסדר זיין די חפצים אויבן אין די אכסניא, האט מען זיך אריינגעזעצט אין קאר און געמאכט דעם וועג ארויף צו די מערה, מיט'ן ציל עווענטועל צו מאכן דעם וועג צופיס צו קבר רבי יחזקאל ראטה זצ"ל מקארלסבורג. מיר זענען צוגעפארן מיט'ן אויטא דאס נאנטסטע מעגליך צו דער מהדרין וועג, וואו עס איז געווען אויפגעבויעט א כהנים דורכגאנג אויך, און פרובירט איבערצולאזן דארט דעם אויטא, צו דארפן גיין אויף די פיס דאס ווייניגסטע מעגליך, אבער א פאליציאנט וואס האט דארט אנגענומען א פאזיציע שוין אין בעפארברייטונג צו ל"ג בעומר - וואס איז אויסגעפאלן דאנערשטאג [יא, שוין אזויפיל טעג פריער האבן זיי פרובירט איבערצונעמען קאנטראל אויפ'ן גאנצן ארט. פרייטאג און שבת האבן זיי זיך אויך ארומגעדרייט דארט אין די מאסן, און ביי עטליכע פעלער האבן ערליכע אידן זיי באשריגן מיט הילכיגע 'שבת' געשרייען ווען זיי האבן אין די הייליגע מערה זיך געדרייט מיט הייס געווער און קאלטע טעכנאלאגישע כלים בעצם יום השבת. כ'דערמאן זיך יעצט אז אויך א ציווילער היץ-קאפ, ווארשיינליך א מתנחל וכדומה, האט זיך געדרייט אום שבת מיט א לאנגע רעוואלווער רח"ל און ארויסגעברענגט אפשיי און עקל ביי יעדן רעכטדענקענדער פארשוין] - האט אונז קלארגעשטעלט אז מען טאר זיך נישט שטעלן אויף יענעם ארט.

מיין דרייווער איז אריין אין 'דע מה שתשוב' גיסטע און זיך נישט געלאזט פון יענעם אפיציר, צוערשט זיך מאכנדיג ווי ער קען בלויז ענגליש, און דאן זיך טענה'נדיג אז ער פארשטייט נישט פארוואס דאס איז פארבאטן, זינט ער שטערט נישט די ארבעט דארט וכדומה. אבער דער אפיציר איז אויך געווען פאר'עקשנ'ט, און האבנדיג עטליכע קאלעגעס מיט זיך און א מעגליכקייט צו נעמען שריט קעגן אונז, האבן מיר אנע אויסוואל זיך געמוזט אוועקריקן פון דארט און פארקירן אביסל אהינציר. מיר שפאצירן ארויף דעם דרך מהדרין, און ווענדן אונזערע טריט צום חצר. דאס ערשטע האבן מיר באזוכט ביי קבר רבי יצחק, א תלמיד פון רשב"י וועלכער ליגט ממש דארט אין חצר, און לויט'ן זוה"ק איז ער נסתלק געווארן אינעם זעלבן טאג ווי רבי שמעון. מיר האבן געהאט א שטארקע סייעתא דשמיא, אז פונקט ביים אנקומען אהין איז איינער פון די פארוואלטער געקומען מיט א שליסל און אויפגעשלאסן דעם טיר אריינצוגיין אינעווייניג אין די קליינע מערה פון רבי יצחק, א פלאץ וואס איז געווען פארשלאסן פארדעם און נאכדעם. מיר האבן דארט געצינדן ליכט און געזאגט תהלים, און זיך אביסל געדרייט און געפרייט אינעם חצר הרשב"י.

דאן האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף א לענגערע שפאציר וואס וועט אונז פירן ארויף אויף א הויכע בארג וואו עס געפינט זיך דער מירונ'ער בית החיים. צוערשט האבן מיר אראפגעקוקט צום ארט וואו די 'רעגירונג' האט אויפגעשטעלט א גאנצע ארענע פאר א 'צערעמאניע' צו באערן די נפטרים פונעם פאריעריגן קאטאסטראפע, און דאס הארץ האט געבלוטיגט צו זען די מאסיווע פלאקאטן, הויכהילכערס און סקרינס וואס האלטן אינמיטן אויפגעשטעלט ווערן צו דינען דעם אוונט. אונזערע קינדער האבן אונז דערציילט וואס זיי האבן געהערט און מיטגעהאלטן במשך די לעצטע טאג-צוויי וואס מיר פארוויילן דארט, איבער בחור'לעך און אינגעלעך וועלכע האבן מיט אן אש קודש סאבאטאזשירט פארשידענע איינריכטונגען דארט כדי צו שטערן די 'ציונים' פון אנגיין מיט זייערע פלענער איבערצונעמען דאס ארט. אויפ'ן וועג האבן מיר טאקע געזען ווי דיקע שווארצע קעיבלס זענען איבערגעשניטן אויף מערערע פלעצער דורך קנאות'דיגע 'קאטערס'.

דאס ערשטע האבן מיר באגעגנט דער קבר פון רבי יוחנן הסנדלר, וואס דערנעבן געפינט זיך א גרוב מיט וואסער וואס די לעגענדע לויטעט אז דארט האט ער געווייקט די לעדער מיט וואס ער האט פאבריצירט די שיך (סנדלר באדייט דאך א שוסטער). עס איז געווען טונקל און מיר האבן נישט געהאט קיין פלעשלייטס (בלויז די שיין פון די טעלעפאונען), און מען האט שטארק געדארפט אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין דעם גרוב וואסער אדער זיך צעקלאפן אויף די פעלזן שטיינער דארט. איך האב זיך אנגערופן אז ווען עס ווענדט זיך אין מיר, וואלט איך אויסגעטריקנט דעם גרוב וואסער און פילייכט וואלט מען דארט געטראפן דאס געביין פון מענטשן וואס פעלן און זענען קיינמאל אפגעפינען געווארן...

ערגעץ דארט געפינט זיך אויך א מערה וואס מען פאררופט על שם שמאי והלל, אבער עס ליגט מיר נישט אין קאפ אז מיר זאלן האבן דארט געווען, אפשר איז עס נישט ממש אויפ'ן וועג צום בית החיים קארלסבורג - אדער איז מיר עס שוין פשוט ארויס פון קאפ. מיר שפאנען ווייטער ארויף דעם שמאלן בארג, און איך וואונדער זיך וויאזוי מען האט דא ארויפגעשלעפט די מיטות פון די נפטרים וועלכע ליגן דא... דער וועג איז שטארק שמאל און געשלענגעלט, און עס איז היבש שווער צו שפאנען דא מיט א מטה אויף די הענט אדער פלייצעס. בכלל איז וואונדערליך פארוואס מען האט אויסגעקליבן אזא הויך פלאץ פאר א בית עלמין, הגם מען קען נישט אוועקמאכן דאס חשיבות פונעם ארט, וואס קוקט גראד אראפ צו מערת הרשב"י.

מיר קלעטערן אריין אינעם ארטיגן בית עלמין און שפאצירן דורך דעם שמאלן וועג צווישן פילע קברים ביז מען דערגרייכט אזא כמו אהל וואו עס ליגט דער קארלסבורגער רב און די רביצין ע"ה. מיין חבר איז זייער ערנסט, ער האט געהאט א שטארקע שייכות צום רב במשך אסאך יארן און פיל מקבל געווען פון אים אין אלע הינזיכטן. מיר צינדן ליכט און זאגן תהלים, און מיין חבר ליינט פאר אלע זיינע קוויטלעך מיט התעוררות. איך האב דערווייל געהאט אביסל איבריגע צייט, האב איך זיך אומגעקוקט אויף די ספרים שענק דארט און אביסל אריינגעבליקט אין די ספרים וואס פארוואלגערן זיך דארט, על פי רוב ברסלבער אדער ליובאוויטשער קונטרסים וואס פארוואלגערן זיך איבעראל וואו אידן קומען נאר אן. די צעטלעך אויף די וואנט בעטן זיך מען זאל זיך אונטערנעמען עפעס צו טון פאר "רבי שמעון" און זיינע געסט, ווי דער צוואה פון רבי יחזקאל זצ"ל, און בזכות דעם וועט מען פועל'ן אלעס גוטס.

נישט ווייט פון חלקת קארלסבורג ליגן עטליכע נפטרים פון דער מירונ'ער אומגליק, אריינגערעכנט א היימישער קרית יואל'ער יונגערמאן ר' אליעזר צבי יאזשעף ז"ל, וואס כאטש איך האב דעם יונגערמאן נישט געקענט, אבער זיין פטירה האט שטארק באטראפן דער סאטמארער ציבור אין אמעריקע וועלכע האט מקריב געווען אן אייגענעם קרבן (פונקט ווי דער פטירה פון ר' שרגא געשטעטנער ז"ל האט שטארק בארירט דער אלגעמיינער חסיד'ישער ציבור דאהי, אזש ביז'ן מקבל זיין קבלות טובות אין ריכטונג פון קביעות עתים לתורה - אני הקטן אריינגערעכנט). נעבן אים ליגן די צוויי ברידערלעך למשפחת אלחדד [ווען מיר זענען דארט געווען, האבן אלע דריי שוין געהאט ליגנדיגע מציבות כנהוג, אבער בלויז די אלחדד מציבות האבן שוין געהאט איינגעקריצט די אויפשריפטן, בעת ביי ר' אליעזר צבי איז בלויז געווען א געדרוקטע צעטל מיט'ן נאמען]. מיר האבן געזאגט איינצלנע קאפיטלעך תהלים ביי די מירונ'ער קרבנות, און דערנאך געמאכט אונזער וועג אראפ צוריק צו דער מערה.

אנקומענדיג צו די מערה איז שוין געווען גאר שפעט, ארום צוויי אזייגער פארטאגס, אבער דארט האט זיך געווירבלט ווי אין שומרי שבת שול; אין פאקט האב איך דיאגנאזירט דעם גאנצן מקום און אירע איינוואוינער אלס "שומרי שבת אויף סטערוידס", און נישט ווייל איך קען שומרי שבת שול אין בארא פארק אזוי גוט, נאר פון אזויפיל הערן און ליינען דערוועגן האב איך א שטיקל בילד וואס דארט קומט פאר אויף א טעגליכן שטייגער, נעמליך עס איז מער-ווייניגער א קיבוץ גליות פון אלע סארט עלעמענטן וואס מאיזה סיבה שהוא האבן זיי נישט קיין געהעריגע שטוב (תרתי משמע), און צומאל פעלט זיי סיי וועלכער גואל וקרוב וואס זאל זיך אויף זיי אומקוקן און ערנערן, און אלס רעזולטאט קוקט דאס פלאץ אויס ווי א הקדש פון דער אלטער היים, ווען בארעמהארציגע אידן שלייכן דארט אראפ זייערע שיריים, און דאס וואס בלייבט איבער דערפון בלייבט ליגן ביז דער רייניגער קומט, שענקענדיג דעם ארום אן אומגעשמאקע אראומע.

איינס פון די גאר אייגנארטיגע סצענעס וואס מיר האבן דארט באגעגנט און נישט געקענט פארזען, איז געווען א גרויס געבויעטער איד וואס איז געזעצן אויף א באנק ביי א טיש אינמיטן דעם חצר, ער האט געטראגן קורצע הויזן (אדער דאס אויך נישט), און געהאלטן זיינע בארוועסע און נאקעטע פיס אויף א באנק קעגנאיבער, קענטיג צו לופטערן די אייטערדיגע בלאטערן און אנדערע אומאנגענעמע מיחושים וואס נעמען ארום זיינע פיס פלאכן (וואס זענען געווען מער רינדיג ווי פלאך פון שוועלעניש). אבער קיינער איז נישט אוועקגעשטאנען פון דארט צוליב אים, נאר אדרבה, ממש נעבן אים האט זיך געקופקעוועט און גערודערט, און אויך די באקס עלנדע בילקעלעך וואס מיר האבן שפעטער אראפגעשטופט דעם בית הבליעה לכבוד סעודת מלוה מלכה, איז דארט געווען פלאצירט.

דארט דרייען זיך די מאדנעסטע פארשוינען פונעם פלאנעט, א שטייגער ווי דער וואנזיניגער וואס טראגט צענדליגער פאר ציצית'לעך אנגעטון און זיי הענגען אלע אראפ פון די זייטן שאפנדיג א סצענע. איינער דרייט זיך און שרייט ווי די מעדיקאמענטן זאלן זיך אים אקורשט האבן פארנוצט, מיין זוהן נוצט אויס די געלעגנהייט און גייט זיך בילדערן מיט אים, ווען אינערליך ציטערט ער אז יענער זאל נישט ארויסשלעפן אויף אים א מעסער און אים עקידה'נען ח"ו. [כ'דערמאן זיך א טראגיקאמישע געשיכטע פון א טאטע אין אונזערע דורות וואס האט ליידער באקומען א 'חזיון' פון הימל אז ער דארף שעכטן זיין בן יחיד ח"ו... צו מזל האט ער געשפירט פאר וויכטיג צו מעלדן דערוועגן אויך פאר זיין שווער, וועלכער האט מיט גרויס חכמה נישט געפאניקט, נאר אים געזאגט אז ער מוז צואווארטן מיט'ן אקט ביז אויך ער, דער זיידע פונעם קינד איז אנוועזנד, ווייל דאס איז אן איינמאליגע זכי' וואס ער קען זיך נישט ערלויבן צו פארפאסן. איבריג צו זאגן אז מען האט זיכער געמאכט אז די נויטיגע אינסטאנצן קומען אויך מיטגעהאלטן דעם ערהאבענעם סצענע און זיי האבן דעם חולה נפש אפגעפירט אויף היילונגען].

אין מערת רבי שמעון פרעגט מען קיינעם נישט וואו ער איז אן איידעם, אפשר וואו ער איז 'געווען' אן איידעם... דאס איז ליידער נישט וויץ, דארט דרייען זיך עלנדע און צעבראכענע נשמה'לעך אין די דאזענס. אויך פארוואגלטע בחור'לעך קען מען דא טרעפן ארומוואנדערן מיט הוילע אויגן און א וואונד אין די נשמה, טייל פון זיי קוקן אויס אזוי צעטומלט און צעמישט אז מען ווערט שווינדלדיג ('דיזי') בלויז פון קוקן אויף זיי. איינער פון די יושבים דארט כאפט אריין פארשידענע מצוות, א שטייגער איז ער מזכה דעם עולם מיט אלע צוגעהערן צו מאכן הבדלה, און יא, אויך דריי אזייגער פארטאגס ווען יעדער שטייגערליכער איד האלט שוין נאך מלוה דמלכה. דער זעלבער באשעפטיגט זיך מיט צוזאמשטעלן מנינים צום דאווענען, און יא, ער האט יענע צייט באוויזן צוזאמצוקראצן א מנין פאר מעריב פון מוצאי שבת. מיין חבר זאגט מיר אז איינער פון די אידן מיט וועמען מיר האבן דארט פארברענגט יענעם מוצאי שבת, א יליד קרית יואל גראדע, איז דער וואס רופט זיך "צפת'ער יונגערמאן" ווען ער שענקט מפעם לפעם אינטערוויוס אויף קול מבשר, הויפטזעכליך איבער הב' משה קליינערמאן וועלכער פעלט שוין ל"ע זינט אדר תשפ"ב.

יענע שעה צייט איז ביי אונז געווען אפיציעל געווידמעט פאר 'סייט סיאינג'... תהלים האבן מיר שוין געהאט געזאגט, מעריב שוין געדאוונט, מלוה מלכה איז נישט געווען וואו און וואס צו עסן, ביז מיר האבן בלית ברירה זיך געוואשן צו די טרוקענע בילקעס וואס האבן זיך דארט געוואלגערט אין א שאכטל, און נאכ'ן אפענדיגן דעם טרוקענעם כזית געכאפט א טרונק פון איינע פון די כלים דארט וואס ענטהאלטן משקאות פאר'ן ציבור (ס'דא פיינע קולעי וואסער, און אויך א גאנצע קאווע צימער. בשעת מיר זענען דארט געווען האט מען געהאלטן אינמיטן אויסלערן די קולעי, צו מאכן פלאץ פאר פרישע, און איך האב גענומען עטליכע כוסות און זיך מחיה געווען. אויך די שטיינערנע פאדלאגע האט מען דאן געספאנדזשעט, און דער עולם האט זיך טאקע געדארפט ריקן אין די זייט ווייל עס האט געפלייצט וואסער מיט א שטראם צו אראפנעמען די שמוץ פון אלע עולי רגל. עס איז געווען א שיינע בילד צוצוזען ווי עטליכע טייערע יונגעלייט, עסקנים פאר רבי שמעון, פארענען זיך מיט די קינוח והדחה און צוצוגרייטן פרישע מאכלים ומשקאות פאר'ן ציבור), האבן מיר געבענטשט [כ'מיין מיט מזומן], און אריין אביסל אין די מערה זיך דארט אומקוקן מער.

עס האט מיר נאך געפעלט אביסל תורה-צייט, האב איך גענומען א ספר הזוהר און אויפגעמישט ערגעץ אינמיטן און געלערנט אביסל, צום סוף איז מיר געבליבן משלים צו זיין נאך זעקס מינוט צום קביעת עתים, און דאס האב איך געטון אויף א מאטראץ אין די אכסניא מיט א משניות מס' יומא. מיר האבן זיך אויך אומגעקוקט אין די זייטיגע שטיבלעך, וועלכע ווערן גערופן על שם אברהם יצחק ויעקב, ווען אינעם מיטלסטן שטוב שלאפט אן עלטערער איד רבי עובדיה חבה (ז"ל, ער איז היי יאר נפטר געווארן). א לעגענדע לויטעט אז א דאקטאר האט זיך אמאל מייאש געווען פון זיין לעבן, נאכ'ן טרעפן ביי אים א ביטערע מחלה אין קאפ ל"ע, און רבי עובדיה האט באשלאסן אויסצולעבן זיינע טעג אין מערת הרשב"י, וואו ער האט למרבית הפלא געוואוינט יארן לאנג אן דארפן אפילו באזוכן א דאקטאר! רבי עובדיה האט א באנק מיט קישענעס נעבן א טיש אין חדר "יצחק", וואו ער לערנט, שלאפט, דאוונט, שלאפט, דאוונט ווייטער, עסט, שלאפט, שמעקט טאביק, שלאפט, טרונקט און שלאפט... דער ריח דארט איז נישט צו אנגענעם, ווי געשמועסט: שומרי שבת אויף סטערוידס.

מיין זוהן איז ארויף אויפ'ן דאך פון די מערה אויך, אבער איך האב נישט באזוכט דארט דערווייל, ועוד חזון... צולעצט זענען מיר צוגעגאנגען באטראכטן דעם ארט פונעם אינצידענט, שביל רבי דוב הידוע, וועלכע איז שוין צענומען געווארן דורך די אינסטאנצן און מען האט זיך שווערליך געקענט ארויפשלעפן דערויף. איך האב געדארפט בעטן מיין זוהן ברחמים ער זאל אכט געבן וואו ער גייט, ווייל דער וועג איז געווען האלב צעבראכן און האט נישט פארמאגט קיין צוים ביי די זייטן צו פארהיטן פון אומפאלן רח"ל. מיר זענען נישט געווען די איינציגע נייגעריגע אידעלעך צו שטיין דארט און באטראכטן מיט גלאציגע אויגן דעם ארט וואס האט אזוי בארירט אונזער הארץ קוים א יאר פריער, און אנומעלט האבן מיר זיך געפינען אפילו מסביר זיין פאר אנדערע וואס האבן אונז אנגעפרעגט וויאזוי דער אומגליק איז צושטאנד געקומען, כאילו מיר אליינס ווייסן דען יא פונקטליך.

נאכ'ן פארברענגן אין די חצר און ארום א לענגערע וויילע, האבן מיר געמאכט אונזער וועג אראפ דעם דרך מהדרין, זיך אריינגעזעצט אין קאר און צוריק אראפגעפארן צום אכסניא בחצר קארלסבורג. מיר האבן אהיימגערופן קיין ניו יארק וואו עס איז אינצווישן געווארן מוצאי שבת, איבערגעגעבן ווי שטארק מיר האבן הנאה געהאט פונעם שבת אין מירון און געזאגט אז עס איז גאר שפעט און מיר גייען זיך צולייגן אביסל, פארשפרעכנדיג צו רופן נאכאמאל ווי נאר מיר שטייען אויף, ווען מען וועט נאך גאנץ זיכער אויפזיין אין ניו יארק, ווי דער שטייגער אין א מוצאי שבת - בפרט ווען מען שלעפט זיך אהיים מיט'ן געזונדל פון וויליאמסבורג קיין מאנסי.
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

דער עובדיה איז שוין א פארגאנגענהייט
כבר שבק חיים לכל חי פאר עטליכע חדשים צוריק

י"ש דרעזנער איז געוועהן שטארק ביזי מיט איהם ביי זיין מירונ'ע נסיעה, און אויך לעצטנס ביי זיין פטירה
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
תינוק
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:44 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק »

געשמאק אויף סטערוידס
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

אה מירון מירון ר' שמעון לכל! איראניש ווי דו ביסט מדמה מירון צו שומרי שבת ענדערש איז שומרי שבת א קליינע טעיסט פון מירון....

איך האף דרעזנער וועט דיר מוחל זיין פארן באצייכענען די סיפור פון ר' עובדיה אלס א לעגענדע....
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בעל החבית האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:29 pm
דער עובדיה איז שוין א פארגאנגענהייט
כבר שבק חיים לכל חי פאר עטליכע חדשים צוריק

י"ש דרעזנער איז געוועהן שטארק ביזי מיט איהם ביי זיין מירונ'ע נסיעה, און אויך לעצטנס ביי זיין פטירה
איך האב דאך געשריבן "ז"ל" און צוגעלייגט אז ער איז לעצטנס נפטר געווארן
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

זייער געשמאק!

קבר שמאי און הלל איז אינגאנצן נישט דארט, סאיז סאך אראפציר

ס’טוט מיך וויי אז איר האט באקומען אזא בליק אויף אזא הייליג פלאץ, יא, עס דרייען זיך דארט אלע מיני פערשוינען אבער ווער קען דאס באמערקן ווען מ’שטייט אין אזא מקום קדוש? ווייט ווייט נישט שומרי שבת
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 3:36 pm
זייער געשמאק!

קבר שמאי און הלל איז אינגאנצן נישט דארט, סאיז סאך אראפציר

ס’טוט מיך וויי אז איר האט באקומען אזא בליק אויף אזא הייליג פלאץ, יא, עס דרייען זיך דארט אלע מיני פערשוינען אבער ווער קען דאס באמערקן ווען מ’שטייט אין אזא מקום קדוש? ווייט ווייט נישט שומרי שבת
ווי געשריבן, מוצאי שבת זענען מיר געווען דארט בעיקר פאר סייט-סיאינג, דערפאר האבן מיר דאן באמערקט אלע ארומיגע גערודער וואס מען באמערקט נישט ווען מען קומט דאווענען אדער תהלים זאגן דארט.
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע: דיזי פון זיסע וויין....

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

גאר געשמאק און זאפטיג, זיך באלעקט און אויסגענאגט די פינגער!!!

וואס מיינט די ווארט "סטערוידס"?
אויב לערנט איר דעם דף טעגליך, קליקט דא, איר וועט הנאה האבן
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פרישער בחור האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:31 pm
גאר געשמאק און זאפטיג, זיך באלעקט און אויסגענאגט די פינגער!!!

וואס מיינט די ווארט "סטערוידס"?
געוויסע כעמיקאלן ווי הארמאנען וואס מאכן זאכן וואקסן אומנאטורליך גרויס און שנעל
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כח ראבינער!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ז (א ברעטל און א דרשה) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 2:24 pm

ערגעץ דארט געפינט זיך אויך א מערה וואס מען פאררופט על שם שמאי והלל, אבער עס ליגט מיר נישט אין קאפ אז מיר זאלן האבן דארט געווען, אפשר איז עס נישט ממש אויפ'ן וועג צום בית החיים קארלסבורג - אדער איז מיר עס שוין פשוט ארויס פון קאפ.
נישטא קיין מערה וואס מען פאררופט על שמאי והילל, ס'איז דא א עקסטערע מערה פון הילל צום סוף פונעם געוועזענם רחבת תולדות אברהם יצחק.
https://goo.gl/maps/JTB9YfHQR4nf8sPJ7?c ... 3&entry=tt
און אויף די בארג קעגן איבער מירון איז די מערה פון שמאי.
https://goo.gl/maps/NBcE9NDD1W9GKMF36?c ... 3&entry=tt
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

הערליך שיינע קאפיטל,

און אגב א וואך בעפאר און נאך ל"ג בעומר זענען פין די אויבנדערמאנטע פארשוינען דא היבש אסאך,

במשכ'ן יאר איז דאס אבער סאך ווייניגער
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואט עי פאהרזעהצונג, מיט מתיקות’דיגע קרישקעלעך נאך אויך. האסט געברויכט ווען מיט נעמען @איינס דייאגראמען, ס’וואלט אייך צוניץ געקומען.

דערפרישענד!
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

זייער שיין @לכאורה, אבער וואס איז דאס סטערוידס? :oops:
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך הערליך הערליך.

יאפ, ממש דאס מיינט רבי שמעון לכל, א צדיק כלליות נשמות ישראל, יעדער טרעפט זיך דאס פלאץ ביי רבי שמעון, פון די גרעסטע מקובלים עובדי השם, ביז פארדאובטע שמוציגע היימלאזע, רבי שמעון איז יעדן מקבל בסבר פנים יפות.

יכול אני לפטור העולם את ״כל העולם כולו״ מן הדין!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
שלום חיים
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 4:57 pm
לאקאציע: אין די מאכלי שבת

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום חיים »

א גרויסן שכח מנהל מיר באלעקן זיך מיט אלע ארטיקלען
לעצט פארראכטן דורך שלום חיים אום מאנטאג יוני 05, 2023 2:11 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שובר אויבים די אראבער
ומכניע זדים די ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)
נישט פארגעסן די וואס האבן אנגעצינדן די פייער
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שלום חיים האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 12:49 am
א גרויסן שכח מנהל מיר באלעקן זיך מיט אלא ארטיקלען
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע: דיזי פון זיסע וויין....

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

כפרה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 8:51 am
זייער שיין @לכאורה, אבער וואס איז דאס סטערוידס? :oops:
עיין מה ששאלתי והתשובה לעיל
אויב לערנט איר דעם דף טעגליך, קליקט דא, איר וועט הנאה האבן
viewtopic.php?t=66242
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

געהאט ארויסגעפרינט און נעכטן אנגעקומען צו ליינען די לעצטע צוויי קאפיטלען, הערליך!

טענקס מנהל
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ח (שומרי שבת אויף סטערוידס) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 5:00 pm
פרישער בחור האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 4:31 pm
גאר געשמאק און זאפטיג, זיך באלעקט און אויסגענאגט די פינגער!!!

וואס מיינט די ווארט "סטערוידס"?
געוויסע כעמיקאלן ווי הארמאנען וואס מאכן זאכן וואקסן אומנאטורליך גרויס און שנעל
שוין באלד ווי AI די לערנסט אויס פרישע בחורים אזוינע זאכן :lol:
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”