טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

זיך צום באלעקן! הערליך געשריבן יעדעס ווארט!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יעך פארשטיי
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:19 am
לאקאציע: אין הימעל

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעך פארשטיי »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
הרה"ק מהר"י מפשערווארסק זצ"ל אדעק ווי מיר געדענקען עהם אלס ר' יענקעלע פלעגט זאגן אין אנטווערפען ווי עס איז דא א כשרע ערוב למהדרין א ירא שמים זאל נישט טראגן.
(דאכצער מיר עס איז דא משנה ברורה וועגען דעם.)
אַכָּבֵּ"י
הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה הָעוֹמְדִים בֵּין בַּיָּם וּבֵין בַּיַּבָּשָׁה הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה וּמִשִּׁעְבּוּד לִגְאֻלָּה הָשָׁתָא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב וְנֹ"א
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

וואנדערבאר!

מעניני דיומא וואלט דער מנהל געגעקנט צולייגן די לעצטע בילד פון די תגובה...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

נישט געוואוסט דער מנהל שליט"א האט נאך געגועים צום געוועזענעם וואוינארט.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הערליך הערליך!
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:19 am
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
איך האב אלץ גוויסט אז און א פלאץ ווי סאיז דא א רמב"ם עירוב טאר מען נישט מחמיר זיין אלץ אינו מודה בעירוב חוץ די גדול העיר
אגב מאנסי האט א רמב"ם עירוב ?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הערליך, לעבעדיג, שבתדיג, הייליג און פינגער באלעקענד.

מיר אפפרישיעטען דעם אנשטרענגונג, עס איז דערפרישענד.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

הערליך! אלץ איינער וואס איז די ל"ג בעומר געווען די ערשטע מאל אין ארץ ישראל און געווען אין די קאלוסבורגע מקוה און שוהל, האב איך זייער הנאה געהאט פון די באשרייבונג. ייש"כ פאר'ן מיר צוריקטראגן אהין.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך הערליך!

וואסי געבליבן מיט סטאווי׳ן, מהאט זיך נישט געטראפן למעשה?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:19 am
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
די עלטערע חסידים וואס איך האב געקענט האבן נישט געטראגן.

דער מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע צוויי זוהן מרן מהרי"ד זי"ע און הרה"ק ר' לייבוש מאגרובער זי"ע וואס האבן געווארט א שטיק צייט אויף קינדער זיי זאלן אויפהערן טראגן וועלן זיי געהאלפן ווערן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

יעצט אנגעקומען צו ליינען די לעצטער פאר קאפיטלעך, און ממש איינגעשלינגן איינס נאכן אנדערען.

ש'כח פארן מיטיילן מיטן ציבור, ווי אויך די שריפט איז עפעס איינס און די וועלט.

- - - - -

בנוגע צאלן קארלסבורג וואס די מנהל דערמאנט, ווען איך בין געווען דארט א שבת אלס בחור - שובבים איז עס געווען דאכצכעך - געדענק איך נישט אז עס זאל האבן געקאסט געלט, מעגליך שוין פארגעסן.

איך פארשטיי נישט די פראבלעם וואס @סטאוו האט ארויס געברענגט - און ווי אויך די מנהל - אז א עס איז געווען צו שפעט צו פארשאפן עסן פאר א פרייוועט דירה, די פראבלעם איז דאך געווען די שלאף קווארטיר, עסן וואלט מען ווייטער געקענט און קארלסבורג, ניין?

ווי אויך ספרדים און אשכנזים גייען צום זעלבן ציון ווי ווייט איך ווייס, עס איז דא נאך א פרוכת פון די צווייטער זייט, (וואס אגב האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געדאווענט ביי די צווייטער זייט נעבן ציון ר אלעזר ווען איך האב אמאל מיטגעהאלטן מיט איהם דארט).

ביים ציון פונעם תנא רבי מאיר בעל הנס איז דא ממש צוויי פלעצער ווי עס איז דא מסורת אנדערש ביי אונז ווי ביי די ספרדים.

בנוגע טראגן מיט אן עירוב האב איך געהערט פון אן מיטל יעריגע פארצייטישע חסידישע איד און אנטווערפען אז ווען ער איז געווען יונג האבן 99% חסידישע אידן נישט געטראגן מיט'ן עירב דארט'ן נישט ווייל מען האט ח"ו מערער געווען אויפן מהודר'דיגן עירוב דארטן. (מעגליך אלס חשש אויב עס צורייסט זיך א שטריק ערגעץ אינדרויסן פון געגנט אויף שבת אן דעם וואס מען זאל עס באמערקן און מען וועט נכשל ווערן מיט א דאורייתא)
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
ווילי בחור
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 1:14 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי בחור »

הרב מנהל @לכאורה
איך קען זיך נישט איינהאלטן
אלס איינער וואס האט אויך מיטגעהאלטן צום ערשטן מאל א שבת נאנט צו די הילולא אין מירון פאריאר תשפ"ב און אויך אין קארלסבורג (ביי די שבת שבע ברכות), האסטו מיר ממש צוריקגעפירט אהין מיט די גאנצע נשמה...
באמת א ייש"כ, בפרט פארן אריינלייגן די זייטיגע נאטוצן, ווי טעדגי, די אי-נעימות פון די מתפללים ביי די ריקודים פון לא תבושו, די רב'ס איידעם לייפער ביים דרימלן' ביי די סעודה וכו' וכו' דאס געט די עכטע און ארגינעלן טעם פון די אוירא דמירון בכלליות און קארלסבורג בפרטיות
באמת א ייש"כ
ב"ה אז היי יאר האב איך אויך זוכה געווען מיטצוהאלטן די גרויסע הילולא, אבער נישט די שבתים דערנעבן, ב"ה פאר דעם.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלמה מולכו האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 1:42 pm
הערליך הערליך!

וואסי געבליבן מיט סטאווי׳ן, מהאט זיך נישט געטראפן למעשה?
אודאי האט מען זיך געטראפן, דער פיטא האט געדאוונט מיט אונז שחרית - זע אין קומענדיגן קאפיטל.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:37 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:19 am
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
די עלטערע חסידים וואס איך האב געקענט האבן נישט געטראגן.

דער מיטעלע בעלזער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר זיינע צוויי זוהן מרן מהרי"ד זי"ע און הרה"ק ר' לייבוש מאגרובער זי"ע וואס האבן געווארט א שטיק צייט אויף קינדער זיי זאלן אויפהערן טראגן וועלן זיי געהאלפן ווערן.
די עלטערע חסידים רעדסטע פון א רמב"ם עירוב ?
אגב די חתם סופר האט געזאגט פאר חשוכי בנים אז א עירוב איז א סגולה צו קענען טראגען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 12:09 pm
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 11:19 am
אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 9:47 am
לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת.
עס איז סתם אזוי געווען אן ענין ביי חסידישע אידן נישט צו טראגן אפילו ווי עס איז דא אן עירוב.. נישט אלץ הלכה'דיגע שאלה נאר אלץ ענין.. מילא דער וואס איז געוואוינט דערצו איז איהם פשוט לייכטער מקיים צו זיין דער ענין..
דאכט זיך אז דער קפידא איז געווען אז 'איינער' אין די שטאט זאל נישט טראגן...

און אדרבה, מען שרייט אויף אונז כאילו 'אינו מודה בעירוב' ח"ו
איך האב אלץ גוויסט אז און א פלאץ ווי סאיז דא א רמב"ם עירוב טאר מען נישט מחמיר זיין אלץ אינו מודה בעירוב חוץ די גדול העיר
אגב מאנסי האט א רמב"ם עירוב ?
גרויסע שטחים פון מאנסי האבן שוין היינט א רמב"ם עירוב

מיין פראגע איז, צי איך מעג טראגן מיט אן עירוב אונטער א רב וועמענ'ס הכשר איך נוץ נישט געווענליך ביי מאכלים :wink:
אוועטאר
תשבחתא ונחמתא
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תשבחתא ונחמתא »

דיעגא האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:41 pm
(מעגליך אלס חשש אויב עס צורייסט זיך א שטריק ערגעץ אינדרויסן פון געגנט אויף שבת אן דעם וואס מען זאל עס באמערקן און מען וועט נכשל ווערן מיט א דאורייתא)
א צוריסענע רוב איז א דרבנן,

אז מען רעדט שוין, יש תשובה מהרב שלמה זלמן אויערבאך אז אויב א עירוב איז צירוסען איז עדיף נישט צו לאזן וויסן פארן עולם אלץ מוטב שיהיו שוגגים, און ווען איינער טראגט אן וויסן אז די עירוב איז צוריסען איז ער נאר א מתעסק
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אן הערליכער קאפיטל! אן אויסנאמליכער! מיט אסאך אינטערעסאנטע דעטאלן. יישר כחכם!

אויב כ'מעג אביסל אויסדרוקן מיין וואונדער... דער מנהל איז דאך דער פותח פונעם באליבטן אשכול "זאכן וואס מאכן מיר וויינען"... און דא זעמיר אז די איינמאליגע געוויין איז גאר א גאנצע חידוש...
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

לכאורה האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:25 am
קאפיטל כ"ו - קבלת שבת ביי רבי שמעון!

איך קען זיך נישט דערמאנען אויב איך האב געטראגן מיט'ן עירוב יענעם שבת אין מירון... אלס געוועזענער וויליאמסבורגער בין איך שטארק אפגעוואוינט פון טראגן אום שבת, און אפילו היינט ווען ארום מיין געגנט איז שוין אנגעבליך דא אן אזוי-גערופענע "רמב"ם עירוב" וואס דארף צו זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות, פארמייד איך זיך פון טראגן - הגם מיין הויז געזונט טראגט יא, הקטנים עם הגדולים. מען קען זאגן אז דאס איז א פאלנע משוגעת, א כלומר'שטע פרומקייט אן קיין באזיס, אבער מיין אויסרייד איז אז איך האב זיך נאכנישט מייאש געווען פון אמאל צוריקציען זיך צו מיין געוועזענע היימשטאט, און איך וויל נישט זיין צוגעוואוינט צו טראגן שבת. כלפי מה דברים אמורים? ווייל עס ליגט מיר נישט אין קאפ וועלכן סידור איך האב גענוצט ביי קבלת שבת אין די מערה. אויב האב איך געטראגן מיט'ן עירוב, איז אנצונעמען אז איך האב זיך מיטגענומען פון קארלסבורג מיין פריוואטע סידור'ל וואס איך האב מיטגעשלעפט אויף דער נסיעה, און אויב נישט - האב איך זיכער גענומען איינס פון די טישן אדער שאפעס אין די מערה.

ווי געשריבן האב איך געדאוונט מנחה ערב שבת אין קארלסבורג, וואו א חשוב'ער בחור האט געזאגט קדיש ביי אלע תפילות (און געדאוונט מעריב מוצאי שבת פאר'ן עמוד), זייענדיג א יתום נאך זיין פאטער ז"ל - פון די עמודי התווך פונעם קארלסבורגער הויף אין בארא פארק. דער בחור האט ממשיך געווען דעם טאטנ'ס נאנטקייט און געדינט ווי א שטיקל גבאי און הויז בחור במשך דעם שבת, אהינקומענדיג פון ירושלים עיה"ק וואו ער לערנט אין איינע פון די ישיבות דארטן. [א וויילע שפעטער, טרעפנדיג זיין זיידן ביי א חתונה אין וויליאמסבורג, האב איך אים געברענגט א גרוס פונעם אייניקל, און דער זיידע האט זיך מיר אויפגעטון מיט שטאלץ און ארויסגעברענגט עטליכע חשוב'ע נקודות פון דעם תכשיט'ל זיינער, זאכן וואס ברענגען ארויס זיין איינגעבאקענע קנאות גייסט וואס לויפט דארט אין די פאמיליע].

יעצט האט זיך דער קארלסבורגער מנין ארויסגעלאזט אויף די קורצע שפאציר ארויף דעם בארג, דורך דעם מהדרין וועג, צו די מערה וואו אלע דאווענען מעריב סמוך ונראה צום תנא אלקי. פאר מיר איז דאס געווען די ערשטע געלעגנהייט צו גיין אויף דעם הייליגן וועג, און איך בין געווען איינגעהילט אין ערווארטונג באגלייט מיט א חרדת קודש, מי אנכי לגשת אל המקום אדמת קודש הלזה. איך שפאן פארזינקען אין מיינע געדאנקען, ווען איך מאך זיכער צו גיין ווי נאנטער צום רב און זיין סוויטע, כדי נישט צו בלאנדזשענען אין דעם פרעמדן שטאט. ביים ערשטן עק גאס מאכט מען א לינקס צו נאך א בערגל, וואו מען ווייזט מיר אן אז דארט געפינט זיך א שול און מקוה פון איינער "טעדגי"... גראדע קען איך דעם נאמען גוט, ווייל מיין שוואגער וועלכער פאררופט זיך שוין היינט א שטיקל איש מירון איז גאר היימיש מיט אים פון די אלע יארן וואס ער קומט אהער. צופרי האבן מיר גראדע גענוצט זיין מקוה, נאכדעם וואס די קארלסבורגער מקוה איז געווען פארשלאסן ווען מיר זענען געווען גרייט צו כאפן א טבילה - איבערדעם אינעם קומענדיגן קאפיטל אי"ה. [אויף "קול מבשר" איז דא א צפת'ער יונגערמאן וואס געבט אינטערוויוס מפעם לפעם איבער דאס פארשוואונדעניש פון הבחור משה קליינערמאן, און יענער רופט דעם איד 'טעגדי'... א ווארט וואס גרילצט מיר כסדר אין די אויערן].

נאך א קורצע שטרעזל אויף דעם בערגל, פארקירעוועט מען זיך רעכטס און דארט הייבט זיך שוין אן דער מהדרין וועג וואס פירט צום ציון הקדוש, ווען אין צענטער לויפט א געבויעטע פארמאכטע בריקל וואס איז געצילט פאר די כהנים וואס קומען און גייען. מען האט געשמועסט אז אלע יארן איז דער כהנים-וועג געווען היבש פראוויזאריש און מסוכנ'דיג, און יענעם יאר האט די מדינה הטמאה דאס אהערגעשטעלט מער פאכמאניש. דאכט זיך אז געוויסע קנאים זענען נישט געווען צופרידן דערפון, און טיילן דערפון זענען צעבראכן געווארן במשך אונזער באזוך.

יעצט קען מען שוין זען דעם בארימטן מערת הרשב"י און אירע אלע געביידעס, אבער אנשטאט באטראכטן אלעס דורכדרינגליך האב איך ווייטער געשפאנט מיט די שיירא וואס האט געמאכט איר וועג צווישן די מאסן מתפללים וועלכע האבן דאן פארענדיגט קבלת שבת אין די פארשידענע שטיבעלעך און מערות אינערהאלב דעם קאמפלעקס און זענען יעצט געווען אויפ'ן וועג צו זייערע דירות אינעם דארף. עס איז געווען גאנץ שווערליך זיך דורכצושטופן די מענגע מענטשן וועלכע האבן זיך געוואלט ארויסזען פון דארט בעת מיר זענען פונקט אנגעקומען. איך האב זיך ממש געדארפט קאנצענטרירן נאכצופאלגן דעם קארלסבורגער רב מיט די אויגן כדי נישט צו ווערן פארלוירן און נישט וויסן וואו 'אונזער' מנין שטעלט זיך דאווענען.

שטעלט זיך ארויס אז קארלסבורג האט א חזקה צו דאווענען אינעם קדשי קדשים אליינס, דער ארט וואו עס געפינט זיך דער ציון הקדוש - לויט די אשכנזים עכ"פ (די ספרדים האבן אן אנדערן ארט וואס זיי געבן אן אלס רבי שמעון'ס רו ארט, איבערדעם שפעטער אי"ה). אינעם זעלבן שטוב איז דא א בענקל און שטענדער מיט אן אויפשריפט אז דאס באלאנגט פאר דער רב פון מירון, הרב מאיר שטערן, וועלכער האט נאך דאן געלעבט אבער איז זינט דאן נפטר געווארן לחיי העולם הבא. דער קארלסבורגער רב שליט"א האט זיך צוגעשטעלט צום ספעציעלן עמוד פאר'ן בעל תפילה, מיט'ן טלית וואס ער האט נאך אנגעהאט פון מנחה אויף זיין געשטרייפטע ירושלימ'ער קאפטן, און ער האט אנגעהויבן קבלת שבת מיט א נעימות.

נישט דער גאנצער שטוב איז באשטאנען פון קארלסבורגער מתפללים, דאס איז דאך א תל תלפיות פאר אידן פון איבעראל, און מאנכע מתפללים פון פריערדיגע מנינים האבן זיך געשטעלט תהלים זאגן ביים שטיין פון רבי שמעון, און עס האט זיי בכלל נישט געשמעקט די ווירטשאפט וואס מיר האבן דארט געפראוועט, בפרט שפעטער ווען דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ ביי 'בואי בשלום' טאנצענדיג אהין און צוריק קעגן דעם ציון, און די גבאים האבן פרובירט צו עפענען א קארידאר צווישן אים און די ציון גופא, האט דאס בכלל נישט גוט אויסגענומען ביי די מתפללים וואס האבן זיך דאן געפינען אויפ'ן ארט.

איך האב אנגעהויבן זאגן די טייערע ווערטער פון די קאפיטלעך וואס מען זאגט וועכנטליך ביי קבלת שבת, אריינטראכטנדיג אין די געוואלדיגע זכי' וואס איך האב צו שטיין סמוך ונראה צו דעם מקום קודש הקדשים, א פלאץ וואס איך האב אין מיין ווילדסטן חלום נישט געטרוימט צו זען צו די יעצטיגע צייט - און אט דא בין איך! א מה' מצעדי גבר פלאן האט מיך אויפגעהויבן על כנפי נשרים און אהערגעבראכט, איך באטרעט דעם באדן איבער וואס איך האב בלויז געקענט ליינען אין היסטאריע ביכער און לעצטנס באטראכטן מיט גלוסטעניש אויף בילדער און דאס גלייכן יעדן ל"ג בעומר און די טעג ארום.

מען האלט שוין ביי "לכה דודי", דער רב זינגט פאר א שיין לידל, וואס ווערט שפעטער געטוישט אויף א לעבעדיגן ניגון ביי "לא תבושי", און ווי געשריבן טאנצט דער רב אהין און צוריק כמנהג אביו הגדול, וואס איך האב געהאט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן ווען ער פלעגט צומאל דאווענען אין זיין זוהן'ס שולכל אויף מיין אלטע בלאק אין ניי וויליאמסבורג. ערגעצוואו אינמיטן קבלת שבת האב איך אנגעהויבן ווערן שטארק איבערגענומען פון געהויבענע געפילן איבער דער זכי' וואס איך האב יעצט, און ווי מער איך האב אריינגעטראכט דערין בין איך געווארן מער און מער עמאציאנאל, אזש ווען עס איז געקומען צו "מזמור שיר ליום השבת" - דער קאפיטל פון תשובה וואס אדם הראשון האט נאך געזאגט, האב איך שוין נישט געקענט איינהאלטן דעם פלייץ פון טרערן. איך האב ארויפגעלייגט דעם סידור איבער מיין פנים, און זיך שטארק צעוויינט אויפ'ן קול - נישט קימערנדיג זיך מיט די געדאנקען פון מיינע ארומיגע. זיי אלע זענען היימיש דא, האב איך געקלערט צו זיך, זיי זענען אפטע געסט ביי רבי שמעון'ען, דערפאר איז אוממעגליך פאר זיי צו שפירן דעם סארט געפיל וואס איך שפיר דא יעצט אלס ערשטמאליגער גאסט.

איך געדענק אז פלוצלונג האבן די ווערטער פונעם קאפיטל באקומען גאר אנדערע באדייטן ווי געווענליך, און די פסוקים האבן עפעס גערעדט פון מיר און מיין מצב אזוי שטארק, אז ווען איך האב זיי פארטייטשט פאר מיר אליין האט דאס גופא ארויסגעקוועטשט פון מיר נאך און נאך טרערן. צוריקקוקנדיג קען איך זיך נישט דערמאנען וואס איך האב אלץ געפינען אין די דאזיגע באקאנטע ווערטער וואס מען זאגט כאטש דריי מאל וועכנטליך (פיר מאל אויב מען זאגט אויס תהלים כאטש איינמאל א וואך), מסתמא איז עס געווען א האר"ת שעה וואס האט מיר אריינגעבליצט אין זכות פון רבי שמעון, ערפילנדיג מיין הארץ-וואונטש צו כאטש איינמאל אין לויף פון דער נסיעה ווערן איבערגענומען ביז טרערן און זיך עטוואס אויסוויינען פאר'ן בורא כל עולמים.

שטעלנדיג דעם יעצטיגן געוויין קעגן דעם געוויין אין מעזבוז יענעם מוצאי שבת פרשת בשלח-שירה תשפ"א, איז קלאר אז יענץ איז געווען פילפאכיג שטערקער, און דער סיבה איז איינפאך: דאן בין איך געווען כמעט אליין אין דעם אוהל הקדוש מיט'ן אור שבעת הימים און די אנדערע ליכטיגע אורות וואס ליגן דארט, און איך האב געהאט די רואיגקייט און מעגליכקייט צו רעדן און רעדן אויף אידיש און זיך אליינס מעורר זיין מער און מער, משא"כ דא איז אלעס געקומען ספאנטאן, שטייענדיג בתוך רבים און דאווענענדיג קבלת שבת, ממילא האט עס נישט אנגעהאלטן צו לאנג און עס האט זיכער נישט דערגרייכט די הויכע שטופעס פון יענע איינמאליגע געוויין.

נאך מזמור שיר ליום השבת און ה' מלך גאות לבש, זאגט מען קדיש און דער רב דרייט זיך אויס צום ציבור און בעט רשות צו רעדן אפאר מינוט בגודל קדושת היום. מען האט שטיל געמאכט ווי ווייט מעגליך, און דער רב האט ארויסגעברענגט דער זכי' וואס מיר האבן צו וויילן ביי רבי שמעון'ען אין דעם "שבת אויפרוף" זיינער, ציטירנדיג מפי ספרים וסופרים די געוואלדיגע מעלות פון רבי שמעון און זיין יומא דהילולא הממשמש ובא, דאן האט דער רב געבעטן דעם ציבור מען זאל אינזין האבן צו מעורר זיין רחמי שמים אז די רשעים זאלן ח"ו נישט האבן קיין שליטה אויף דעם הייליגן מקום, לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, נאכדעם וואס יענעם יאר האבן זיי געצילט זיך משתלט צו זיין און קאנטראלירן דעם גאנצן בארג במשך דעם גאנצן מעת לעת, א זאך וואס איז למעשה דורכגעפאלן אדאנק די מסירת נפש פון ישראל קדושים.

דאן איז געקומען דער צייט צו זינגען "בר יוחאי", און מען האט געפארעמט א רינג וואס האט זיך געשלענגעלט איבער דעם גאנצן מערה, אריינגערעכנט די מיטלסטע קארידאר און די אנדערע צימער ביים אנדערן עק פון דעם אפטיילונג. דער מנהג צו זינגען "בר יוחאי" בעפאר "כגוונא" איז א מנהג המקום דארט אין מירון, און אין נאך פלעצער איבער ארץ הקודש. אלס קינד האב איך דאס בלויז געזען אין געוויסע סידורים און קיינמאל מיטגעהאלטן למעשה, ביז איך האב אמאל געדאוונט אין א שול וואס טייל פון די מתפללים זענען אפשטאמיג פון ארץ ישראל אידן, און דארט אטעמען זיי שטארק מיט רבי שמעון און מירון (אפילו דער פרוכת דארט איז אויסגענייעט מיט א בילד פון מירון און אויפגעשריבן א ציטאט פון זוהר הקדוש), און דארט האב איך מיטגעהאלטן ווי מען זינגט דאס אין דעם "שבת אויפרוף" אדער שבת מוצאי ל"ג בעומר. [היינט איז דאס שוין א מנהג אין גאר אסאך שולן, אבער פערצופאל היי יאר האב איך געדאוונט אין א שול וואו מען האט דאס נישט געזינגען].

נאך "בר יוחאי" האט מען ממשיך געווען צו זינגען אויך דעם "ואמרתם כה לחי" (איך ווייס נישט אויב דאס איז מנהג המקום, אדער מנהג קארלסבורג), און אויך "אמר רבי עקיבא" וואס קומט ל"ג בעומר סינאנים מיט די דערמאנטע פיוטים. איך האב זיך שטארק געפריידט צו האבן א שאנס צו אויסטאנצן די פאר ל"ג בעומר ניגונים אין די הייליגע מערה, צום ערשטן מאל - און מעגליך לעצטן - אין מיין לעבן. פון דארט און ווייטער איז דער דאווענען געגאנגען ווי געווענליך, און נאך ספירת העומר האט מען געזאגט גוט שבת פאר'ן רב און אים אראפבאגלייט צוריק אין הויף אריין וואו מען גייט עסן די סעודה.

אנקומענדיג אין הויף האב איך געזען אנגעגרייט עטליכע שורות פון לאנגע טישן און בענקלעך, גענוג צו אקאמאדירן די ארום הונדערט געסט וועלכע האבן זיך איינגעשריבן דא צו מיטעסן. אונזער קליינע גרופע האט ווי אפגעשמועסט געכאפט א פלאץ ביים עק פונעם טיש, ווייט אוועק פונעם אויבנאן און דאס נענטסטע צו די טרעפ וואס פירן צו די שלאף צימערן, קלערנדיג אז עס וועט אונז אפשר זיין לאנגווייליג א.ד.ג. און מיר וועלן זיך וועלן אוועקכאפן אינדערמיט. איך האב נישט עספיעט צו שטיין ביי מיין 'געכאפטע' פלאץ מער ווי עטליכע סעקונדעס, ווען דער אויפזעער הרב טשעטשיק האט מיך באמערקט, און מיך געבעטן ארויפצוקומען נענטער צום אויבנאן. די איבריגע פון די שיירא זענען דערווייל ארונטערגעבליבן, ווען איך שלעפ זיך מיט לאנגזאמע טריט צום אנדערן עק פונעם הויף. ווען איך האב שוין געהאלטן גאנץ נאנט צום סאמע עק און זיך געוואלט באקוועם מאכן אויף איינע פון די זייטיגע בענקלעך, האט דער רב מיך באמערקט, און צו מיין שטוינונג מיך ארויפגערופן זיצן הארט נעבן אים...

דער רב קען מיך אנגעבליך פון די צייטן ווען ער האט חתונה געמאכט זיין זוהן מיט זיין יונגערער ברודער, און איך האב מיטגעהאלטן די שמחה אלס מתפלל קבוע ביים ברודער אין שול. אויך האב איך גענוצט דעם שולכל אלס שטיקל אפיס אין די וואכן טעג פאר א געוויסע פראיעקט, און דער רב האט קענטיג געהערט דערוועגן און געשפירט אז איך בין גענוג היימיש צו זיצן ממש נעבן אים. איך האב זיך עטוואס געשעמט צו ווערן אויסגעקליבן פון אלע הונדערט געסט און באערט מיט דעם כבוד, אבער פון די אנדערע זייט האב איך זיך געפריידט אז איך בין דאך נישט קיין פרעמדער מענטש אין א פרעמדע לאנד, איינער קען מיך און מאכט זיך וויסנדיג פון מיר.

שפעטער האב איך געהערט אז איך וואלט זיך טאקע יא געדארפט שטארק שעמען, ווייל דארט אין די זייט זענען געזעצן עכטע ערנסטע אידן, תלמידי חכמים און זאגאר דיינים ומורי צדק! עד היום פארשטיי איך נישט פארוואס פונקט מיך האט מען ארויפגעשלעפט אזוי ווייט און זיי האט מען געלאזט זיצן ביי די זייט. [נאכ'ן הערן ווי דער רב איז מכבד 'דעם וויזניצער דיין' מיט א דרשה, און זיכער מאכן מיט איינעם אז דער איד איז ווירקליך א דיין אין קהילת וויזניץ, האב איך געמוטשעט דעם דיין צו קומען זיצן כאטש נעבן מיר, אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט און געבליבן זיצן דער ערשטער אויף די זייט פונעם אויבנאן טיש].

איך בין געזעצט געווארן צולינקס פונעם רב, ווען צורעכטס איז ליידיג, און אויף די זייט פונעם אויבנאן טיש זיצט א יונגערמאן מיט א גאלדען-געשטרייפטע ירושלימ'ער בעקיטשע, וועלכער איז געווען שטארק פארמאטערט און איז טיף אנטשלאפן געווארן ערגעץ אינמיטן דעם סעודה. שפעטער האב איך געהערט אז דאס איז גאר הרב לייפער, אן איידעם פון רב שליט"א, א דערהויבענער ברסלב'ער חסיד וואס האט זיך געצויגן פון בארא פארק קיין ירושלים מיט א צען יאר פריער צו דינען דעם אויבערשטן אין אוירא דארץ ישראל, און יעדע מאל וואס דער שווער קומט קיין מירון, שלעפט ער זיך מיט זיין גאנצע געזינדל צו העלפן צושטעלן דעם שבת מיט א מורא'דיגע געטריישאפט. וויבאלד ער דאוונט טעגליך מיט'ן נץ מנין, און איז עוסק בתורה ועבודה דעם גאנצן טאג, האט זיין פארמאטערטקייט אים איבערגענומען אין די שפעטע שעה.

דער רב האט געפירט א הערליכע סעודה, זינגענדיג די זמירות מיט א היימישקייט און געשמאק, ווערנדיג באגלייט דורך די צענדליגער בחורים און יונגעלייט מאוכלי שלחנו, וואס טייל זענען יערליכע געסט און קענען שוין די ארטיגע מנהגים. א גרויסע טייל זענען געווען ירושלימ'ער בחור'לעך, און איך האב דאס ערשטע מאל געזען דאס וואס איך הער שוין פון אלס קינד - אז אין ירושלים טראגן די בחור'לעך עכטע שטריימלעך יעדן שבת! די בחורים זענען באשטאנען פון א גרויסע קבוצה פון תולדות אברהם יצחק חסידים, ווען בראש שטייט "ישעי'לע טייטלבוים", דעם רבי'נס אייניקל וועלכער דינט ווי דער וועגווייזער פון זיין גרופע. [איך האב זיך איינגערעדט אז ער איז א זוהן פון הקדוש ר' לייבוש ט"ב ז"ל, פון די קרבנות אין מומביי, אבער איך האב שפעטער געהערט אז דער רבי האט נאך אייניקלעך מיט'ן פאמיליע נאמען טייטלבוים, וועלכע זענען אויך אייניקלעך פונעם נעפלעמיצער רב אין בארא פארק שליט"א. דער ישעי'לע איז דאן געווען א חתן, און האט שוין זינט דאן חתונה געהאט].

אויך איז דארט געווען א קבוצה סלונימער אידן, און ווי א 'חוזק' בין איך צוגעגאנגען צו א בחור'ל דארט און געפרעגט פארוואס ער גייט א שטריימל אבער נישט קיין גאלדענע קאפטן, נאר א שווארצע, און ער האט מיר געשאנקען א בליק און געזאגט אז ער איז א סלונימער/סלאנימער און נישט קיין 'תולדות' חסיד.

בעפאר קידוש זינגט מען אין קארלסבורג דעם 'אהבה רבה' ניגון פון רבי ר' הערש מ'רימנוב און עס איז א געוואלדיגע ערנסטע מאמענט פון הרהורי תשובה. צו קידוש האט מיך מיין חבר געברענגט וויין וואס ער האט געקויפט ערב שבת, זכרה לו אלקי לטובה. אינמיטן די סעודה האט מיך דער רב מכבד געווען צו רעדן פאר'ן ציבור ביי די שבת בייטאג סעודה, א זאך וואס איך האב בלית ברירה אנגענומען [זע קומענדיגע קאפיטל דעם תוכן הדברים]. ביי יעדע מאכל וואס מען האט אריינגעברענגט האט דער רב זיכער געמאכט אז אלע האבן גענוג, און בפרט האט ער זיך אפגעגעבן מיט מיר, זיין שכן, און מיר ממש געהאלטן אין איין געבן נאך און נאך פון די פיינע מאכלי שבת, אזש איך האב שוין לאנג פארגעסן דעם נאגנדן הונגער פון ערב שבת. דער רב האט געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן אז ער איז נישט דער בעל הבית בכלל, נאר א בלויזער גאסט ווי אלעמען צוגלייך [א ליניע וואס איז מיר צונוצגעקומען ביי די דרשה צומארגנס], און אזוי האט ער אוועקגעטיילט כמעט אלעס וואס מען האט אים אריינגעברענגט אין גרויסע כלים, אנגעהויבן פון די פיש און זופ און געענדיגט ביי די צימעס און פרוכט. [איך געדענק נישט ווער עס האט געבענטשט אויפ'ן כוס].

נאכ'ן בענטשן האט מען נאך געזינגען אביסל, ווען דער רב איז כסדר מכבד די בחורים צו זינגען די ווארעמע זמירות פון תולדות אברהם יצחק און וויזניץ. בשעת די סעודה האט מען אויך געהערט ווארעמע רייד פון עטליכע פון די אנוועזנדע, ווען יעדער אויף זיין שטייגער ברענגט ארויס די חשיבות פון וויילן אויף שבת אויפרוף ביי רבי שמעון.

וויבאלד עס האט מיר נאך געפעלט אייניגע מינוטן פון די פאר שעה קביעות עתים לתורה, בין איך אריין אין שול נאך די סעודה, און בייגעוואוינט א ספעקטאקל וואס איך קען נישט פארגעסן. א יונגערמאן איז געשטאנען אויף א בענקל מיט א גמרא אין די האנט און געלערנט פלייסיג, אין א פארזוך אפצושלאגן די מיעדקייט וואס באפאלט נאטורליך אין אזא שפעטע נאכט שעה! איך בין געשטאנען דארט געפלעפט און זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די אייגנארטיגע ארץ ישראל סצענע וואס שפילט זיך אפ פאר מיינע אויגן - מי כעמך ישראל!

עס איז שוין געווען נאנט צו צוויי אזייגער ביינאכט ווען איך בין ארויף אין שטוב אריין זיך אראפלייגן, טרעפנדיג דארט מיין זוהן וועלכער איז שוין ארויף ערגעץ אינמיטן די סעודה [ער האט זיך געשטעלט א שומר וואס זאל אים קומען וועקן בעפאר'ן בענטשן, אבער דאכט זיך אז למעשה איז ער נישט אויפגעשטאנען בעפאר די צופרי שעות]. איך האב זיך איבערגעטון צו די נאכט קליידער, זיך צוגעדעקט מיט'ן דינעם קאלדרע צו זיין באשיצט פון די שטארקע עירקאנדישאן קעלט, און גאר שנעל אנטשלאפן געווארן.
פשיהא א שבת'דיגער קאפיטל, האסט מיך געטראגן צו א שבת ביי רבי שמעון'ען צו א שבת אין קארלסבורג, און א שבת אויף ארץ ישראל. געוואלדיג, א פעדער איינס און אזעלעכס.
אגב ביי רבי יחזקאל פלעגט מען זינגען דעם נענועים ניגון פאר קידוש, קען זיין מ'האט געטוישט היינט צו די אהבה רבה ניגון?

תשבחתא ונחמתא האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 7:23 pm
דיעגא האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:41 pm
(מעגליך אלס חשש אויב עס צורייסט זיך א שטריק ערגעץ אינדרויסן פון געגנט אויף שבת אן דעם וואס מען זאל עס באמערקן און מען וועט נכשל ווערן מיט א דאורייתא)
א צוריסענע רוב איז א דרבנן,

אז מען רעדט שוין, יש תשובה מהרב שלמה זלמן אויערבאך אז אויב א עירוב איז צירוסען איז עדיף נישט צו לאזן וויסן פארן עולם אלץ מוטב שיהיו שוגגים, און ווען איינער טראגט אן וויסן אז די עירוב איז צוריסען איז ער נאר א מתעסק
אויב איך געדענק גוט איז עס אן הלכה מפורשת אין שולחן ערוך. זאלן די תלמידי חכמים ארויפקומען.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ה (נעווער אגעין!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יז בתמוז האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 10:26 pm

מער מסתבר איז אז וויבאלד עס איז שוין אדורך א שיעור שכחה, האב איך אויסגעטוישט איין התעוררות ניגון וואס ווערט געזינגען אין סאטמאר, פאר אן אנדערע פון דעם סארט. יישר כח פאר'ן אנמערקן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ממוצע האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 10:16 pm
אן הערליכער קאפיטל! אן אויסנאמליכער! מיט אסאך אינטערעסאנטע דעטאלן. יישר כחכם!

אויב כ'מעג אביסל אויסדרוקן מיין וואונדער... דער מנהל איז דאך דער פותח פונעם באליבטן אשכול "זאכן וואס מאכן מיר וויינען"... און דא זעמיר אז די איינמאליגע געוויין איז גאר א גאנצע חידוש...
איי איי, איך בין אויפ'ן צימבל דא... (איך גיי וויינען :wink: )

דו ווייסט וואס איך געדענק? ווען איך בין געווען א בחור אין ישיבה, האט דארט געלערנט א בחור וואס איז געווען עטליכע יאר עלטער פון מיר, א גאר פרומער און ערליכער, אבער זיין אייגנארטיגע אייגנשאפט איז געווען, אז ער איז געווען א שטיק געפיל, און מען האט אים געקענט זען זיך שטעלן ביי א ווינקל מיט די שפיץ פינגער ביי די אויגן אין סיי וועלכע ליאדע מאמענט, און פראסט און איינפאך פארגיסן טרערן!

מעגליך אז דאס האט א געוויסע אלפאבעט פון א דיסארדער, אבער יענער איז געווען א דערהויבענער בחור, ממש מורם מעם - א בחינה פון "לבי חלל בקרבי". איך האב אים שוין יארן יארן נישט געזען, איך בין זייער נייגעריג וויאזוי ער איז היינט, מיט א שטוב פון קינדער און אזוי ווייטער.

אגב, אז מען רעדט שוין, קען איך נאך אזא יונגערמאן וואס איז ממש פון דעם פריערדיגן דור (ס'מסתמא דא אסאך, אבער איך קען נישט צופיל מענטשן), ער האט שוין חתונה געמאכט עטליכע אדער מערערע קינדער, און דאס פנים איז אים ווי א תינוק בן יומו, א קליינע שווארצע בערדל און קיין קנייטש אויפ'ן פנים. איך האב געהערט נאכזאגן פון יענעמ'ס זיידע, א אדמו"ר זצ"ל, אז דער יצר הרע האט איינפאך פארגעסן פון דעם קינד.

עכ"פ, לענינינו, עס איז קיין שום בושה צו ווערן נתעורר לבכי, בפרט ווען מען געפינט זיך איינמאל אין א שמיטה/יובל אויף א פארכטיג ארט, און דאס איז ווידער קיין סתירה מיט אנדערע זאכן וואס מאכן וויינען, א שטייגער ווי זען א תמימות'דיג קינד טיף אנטשלאפן, אדער הערן אז א קאוויד געליטענער תלמיד חכם האט זיך ערוועקט ערב שבועות און געבעטן א הגדה (כמבואר באשכול 'זאכן וואס מאכן מיך וויינען').
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ו (קבלת שבת ביי רבי שמעון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

דיעגא האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:41 pm

בנוגע צאלן קארלסבורג וואס די מנהל דערמאנט, ווען איך בין געווען דארט א שבת אלס בחור - שובבים איז עס געווען דאכצכעך - געדענק איך נישט אז עס זאל האבן געקאסט געלט, מעגליך שוין פארגעסן.
עד היום הזה קאסט נישט קיין געלט צו איינשטיין דארט און צו עסן!!!
די איינציגסטע זאך וואס קאסט יא געלט איז דער מקווה!
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל כ"ד (מען פארט קיין מירון!) ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:47 am
קאפיטל כ"ה - נעווער אגעין!

עס זעט אויס אז מענטשען מיינען אז קרלסבורג איז א הכנסת אורחים פון די ערשטע טאג.
די מציאות אבער איז אז דאס איז א פריוואטע הויז וואס מרן מוח"ז הגאב"ד זצוק"ל האט געקויפט פאר זיך. און היות אידן זענען אריין געפאלן פון צייט צו צייט, פלעגט מען זיי מכבד זיין מיט אש"ל פונקט ווי אין ביתו נאוה קודש אין בארא פארק פלעגן מענטשען אריין קומען עסן וכו'. מיט די צייט איז דאס פארוואנדלט געווארן אין א גרויסע אימפעריע, עס איז נישט אויסגעשטעלט צו איבערנעמען אנדערע הכנסות אורחים, נאר עס איז דא אויף צו צושטעלן אויף ווי ווייט מעגליך פאר אידן וואס מען ברויך. דאס הייסט יעדע זאך איז א פלאס און נישט פארקערט.

זייענדיג אן אייניקעל דארטן ארבעט איך גאר שווער אין די קאך לפני וביום ל"ג בעומר, עס מאכט זיך אינמיטן צייטן וואס מען ברענגט נישט ארויס עסן צי ווייל מען האלט אינמיטן רייניגען צי פאר אנדערע סיבות, איז רוב עוילם פארשטייט אבער עס מאכט זיך כסדר אידן וואס זענען מלא טענות היתכן ברענגסט מיר נישט דאס קאכסט נישט יענץ וכו', איך האב נישט קיין טענות אויף זיי, אבער אנטשולדיגט טראכט א רגע, אידן ארבעטן דא שעות ע"ג שעות אנע אטעם צו צושטעלן עסן "שלא על מנת לקבל פרס", יא קיינער פון די ארבערטערס אין קאך מאכן נישט קיין געלט! איז וואס דו באקומסט זאג יישר כח און גיי ווייטער האב נישט קיין טענות!

דאס זעלביגע דא מייניך האט איר אביסל צו שטארק אראפ געריסן די גאנצע חצר קארלסבורג, יענע שבת בין איך נישט געווען אבער בדרך כלל רומט מען אויף די ביה"כ ידע פאר שעה און ל"ג בעומר יעדע האלבע שעה.

בנוגע די בעטן, אנשטאט ארויס ברענגן די חשיבות פון א משפחה וואס גיבט אוועק בחינם זייער בעטן פאר אנדערע אידן און זיי זענען גרייט צו שלאפן צודריקט וכו' רייסט מען עס אראפ? זאג נאר מיינסט עס איז זיי נישט גרינגער צו פארשפארן און לייגן צוויי בעטן אין א צימער? אוודאי יא נאר מען געבט אוועק פון זיך פאר אנדערע.

דאס אז די מקווה קאסט טייער האט א פשוטע מובן'דיגע סיבה וד"ל.

איך האף איך רעד גענוג בכבוד'יג
המשך יבוא
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”