intellectual האט געשריבן:איד27 האט געשריבן:רבינו לייף קאוטש הכאב א פראגע האט טעראפי סייד עפעקטס דאס הייסט גיין צו א טעראפיסט איז דא אמאל וואס סהעלפט נישט אבער לא יזיק איז דא אמאל וואס מען גייט צו א טעראפיסט און ער לייגט דיך אוועק
יא!!
היזק ברוחניות מאכן שוין די רבנים און מחנכים אווערנעסעס וועגן די נישט היימישע וכו'.
איך וועל נאר רעדן איבער די שאדן וואס קען ארויסקומען בגשמיות ווייל דאס איז די וואס האט אייך געפירט צום טערעפיסט, די גשמיות אויסזעהענדע פראבלעמען וואס מאטערן אייך. קיינער גייט נישט צו א טערעפיסט פאר התחזקות בעבודת השם.
( מאנכע וועלן אין דעם אויך דן זיין אז די שורש פון אייערע פראבלעמען איז ווייל ספעלט דיר א נאענטקייט צום אייבערשטן, דאס לאז איך פאר זיי.. )
צום ענין, לדעתי קען די מערסטע שאדן ארויסקומען פון העווי טערעפי און נישט פון די cbt/act פראקטיצירערס, ווייל סאיז נישט אזא מוראדיגע טיעפע מהלך וואס זאל דיר קענען דעמעדזשען אויב טוט ער עס נישט ריכטיג, אוודאי אז גאר שוואכע טערעפיסטן קענען דאס אויך פארדרייען, סאיז נאר ווייטאגליך און זייער דרעינינג אז מהאט סתם פארדרייט א קאפ און געצאלט פאר גארנישט,
די גרעסטע היזק קען ארויסקומען פון טערעפיסטן וואס טוהן העווי ווארק, דהיינו מעטאדס פאר טראמאו וכדומה. און באנוצן זיך מיט גאר פאוערפול מעטאדס וואס טראגט דיר צוריק ביז דיין ערשטע גלגול, וואס דאן אויב נישט געטוהן אויפן ריכטיגן וועג קען עס דיר מזיק זיין עד כדי להמית,און וועלן מוסיף זיין שבר על שבר, ודי בזה.
איך בין א גרויסע חסיד פון טעראפי. איך האלט אז ס'העלפט. און איך וואלט ענקארעדזשעד יעדעם וואס קען בענעפעטירן דערפון, צו אויסנוצן די מתנה וואס דער אייבירשטער האט געגעבן פארן דור.
איך האלט אויך, אז דער טעראפיסט דארף זיין געאייגנט און קוואליפיצירט צו טוהן די טעראפי. האבן א לייסענס איז בהחלט נישט גענוג. און אינקלודעט אין דעם איז פארשטייט זיך, אז עס דארף געטוהן ווערן ריכטיג.
העווינג סעיד דעט. איך בין א גרויסע חסיד דוקא פון טיפע טעראפי, און א היבש שטיקל מתנגד צו די קאנווענשאנעל מהלכים פון ACT, CBT וכדומה. און איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז ס'איז דא מער שאדן ביי די טיפע סארט טעראפי. און איך וועל מסביר זיין פארוואס אויך.
די סיבה פארוואס איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון CBT, ACT, איז -צווישן אנדערע - אז איך האלט אז די ריכטיגע וועג צו היילן דעם נפש, איז צו גיין "מיטן" נאטורליכן נפש. נישט גיין "קעגן" דעם נפש. נישט ארויפצווינגען אויפן נפש קיין זאכן. CBT און ACT ביידע צווינגען ארויף אויפן נפש זאכן. און לאמיר עס אביסל צונעמען.
CBT איז פשוט. עס איז זיך אינגאנצן מעלים עין צו וואס די אינערליכע געפילן פונעם מענטש האבן צו זאגן. אנשטאט, הייסט עס פארן מח זיך צו צווינגען צו טוישן "מחשבות", און דורך דעם "טוישן" בכפייה די וועג וויאזוי דער מענטש פילט. דאס איז נישט די גאנצע וואס CBT טוט. אבער עס טוט עס אין גרויסן. עס איז א הויפט באשטאנדטייל פון די טעראפי.
יעצט, איך גיי נישט אריין צי עס העלפט טאקע, אויף וויפיל ס'העלפט, און די רילעפס רעיט, וכדו'. אבער געזונט איז עס זיכער נישט אין מיינע אויגן. און אין פאקט, איך ווייס פון מענטשן וואס האבן זייער נישט גוט געענדיגט, ווייל אנשטאט זיך צו באפאסן מיט זייערע אישוס, האט מען זיי געהייסן זיך איינרעדן אז די אישוס עקזיסטירן נישט.
ACT פון די אנדערע זייט, "צווינגט" דעם מענטש צו אקצעפטירן זאכן וואס ער פילט פאר אוממעגליך צו אקצעפטירן. למשל, ACT וועט זאגן, אויב דו האסט ענקזייעטי, דו האסט מורא צו רעדן מיט מענטשן, קאממיט דיך ווייטער צו רעדן צו מענטשן, און "עקסעפט" די שוידערליכע שווערע געפיל וואס דו האסט. איי דער מענטש פילט אז ער קען נישט? צווינג דיך!
און וואס קען געשעהן?
ווען א מענטש ווערט געצווינגען צו זיין אין א פלאץ וואס ער פילט ער קען נישט סובל זיין, דיסאסאסיעט ער. ער גייט אריין אין קלאוד. ער ווערט דיטעטשעד פון זיך אליין. און דאס איז א שרעקליכע הרגשה. און דאס צו היילן איז שוין אסאך שווערער.
נעם EMDR פאר עקזעמפל. ס'צווינגט דעם מענטש, דורך די מעטאד מיט די אויגן, זיך צו טרעפן מיט זיין טראומא. יעצט, אויב איז ער נישט גוט צוגעגרייט? ער קען עס נישט סובל זיין? פוצט ער אפ. ה"י.
איך האלט אבער יא אז די אלע מהלכים האבן אין זיך גוטע חלקים וואס מ'קען נוצן במשך טעראפי. ס'איז זיכער אז טו סאם פוינט העלפט עס פאר געוויסע מענטשן. און די קאנצעפן האבן עפעס צו זיך. אבער צו זאגן אז עס קומט דווקא ארויס ווייניגער שאדן דערפון ווי פון די טיפע מהלכים, ווייס איך נישט ווי אמת ס'איז.
איך וויל אויך קלארשטעלן נאכמאל. ס'מיינט נישט אז ווער עס טוט CBT איז אפגעפרעגט. איך פרעג נישט אפ די מהלך לגמרי. איך זאג נאר וואס איך זאג... איך האלט נישט אז א מענטש זאל זיך אפהאלטן פון גיין צו טעראפי וועגן דעם. איך וואלט אבער יא געשטופט צו טוען דוקא טיפע טעראפי. און עכ"פ טעראפי וואס גייט "מיטן" נפש, נישט "אנטקעגן". א שטייגער ווי IFS, קאוהירענס, וכדומה. אבער עס ווענדט זיך אסאך אינעם מצב, און אינעם מענטש, פונקטליך וועלכע סארט צו אויסוועלן.
און נאך די אלע דיסקלעימערס, ווייס איך אויך נישט צי איך דארף שרייבן וואס איך שרייב... אבער דאס איז א מענטש... ער ווייסט נישט.. און ער טוט וויאזוי ער פארשטייט.. און ער מאכט טעותים... וה' הטוב יכפר...