איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציקוועטשטער »

וואלט איר געלאזט א מעגליכקייט אין אייער מח אראפצושלינגן אזא סארט פאקט אז עס איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע מאוומענט אז די אוקריינע פראסקענען אהן די רוסקיס כמו שכתוב איז בכלל נישט אזוי ריכטיג ווי מען גיבט אהן?

לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט, מען רעדט ווי די אוקריינעאר, מיט אלע בארעכטיגטע סברות, גיבן פאר די רוסקיס אזוינע שלעק צום געדענקן, מען הרג'ט פון זיי אזוינע ריזן מספר, גענעראלן מיט גאנצעטע טוצן סאלדאטן, עפעס גוזמאות'דיגע נומערן פון טויטע אין א גוזמא'דיג קורצע זמן, מעכטיגע מאשינעריע מיט וואס נישט? די זאכן קוקן אויס ווי ארויס פון די ביכער וואס שילדערט אומגלויבליכע ערשיינונגען.

רוסלאנד פון די אנדערע זייט איז א וועלט מאכט, מיט אלע זייערע צעדרייטע מנהגים און פרימיטיווע מיטלען, זענען זיי פארט א וועלט מאכט וואס האבן געמאכט די וועלט "וויסן" אז זיי זענען שטארק און מעכטיג, פעסט און אומבויגזאם. זיי גייען אריין אין א לאנד וואס קיינער ביז היצט האט גע'חלומ'ט אז זיי גייען איבערלעבן א געניץ וואס דער רוס מאכט, אבער פלוצים גיבן זיי פאר'ן רוס עפעס אומנטורליכע שלעק כמו שכתוב..

פון די אנדערע זייט, עפטער אלל מאכן די רוסן פארשריט, הגם נישט דאס וואס זיי האבן געוואלט, אנשטאט 4 טאג קוקט עס אויס ווי היבש לענגער, אבער פארט רוקן זיי זיך פארנאויס מער ווייניגער, און איך נעם נישט אוועק די רעזיסטענס וואס די אוקריינער גיבן זיי, אבער פארט איז דאס א מעכטיגע ארמיי אקעגן די אוקריינע פויערן.

ווי אויך הערט מען "גארנישט" פון די רוסישע זייט, מען פארציילט כמעט נישט ווי און וויפיל פון די אוקריינער ווערן פארווישט, מען הערט נישט "קיין שום" נעגעטיוויטי פון די אוקריינע און קיין שום פאזיטיוויטי פון די רוסן..

עפעס ווערט דא פעסט געפילטערט און מען פיטערט אונז נאר וואס מען וויל אונז זאל מיר הערן.

בעפאר איר פרעגט מיר אפ: איך האב נישט געזאגט אז "אלא מאי?" איז אלעס שטותים אדער שקר.. נאר אז פונקט וויזוי מען לייגט עס אראפ פון איין זייט, איז זיכער פארהאן א פאקט וואס מען פארציילט אונז נישט. איז וויזוי לאזט איר איבער אין אייער מח פלאץ פאר א סוויטש און הערן אז די אלע מעשיות זענען געווען פארקויפטע לאקשן.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ס'איז דא צופיל פיקטשערס, ווידיאס, און ריקארדינגען וכו', אז אפי' ס'איז נישט ממש אזוי ווי מ'פארקויפט אונז, איז עס נישט ווייט פון דארט.

און פארגעס נישט, אז מצד די רוסן איז נישטא קיין מלחמה נאר א ספעציעלע אפעראציע, וואס די אוקריינער ווארטן שוין אויף דעם יארן, און אז מ'באווארפט זיי מיט בלומען....

סא צ/ק
ניין.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אוועטאר
עפעס ווייסעך
שר האלף
תגובות: 1029
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:49 am

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס ווייסעך »

וועלאם טו "דע עירטה איז פלעט" קלאב
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

כקען דיר ווייזען בילדער פון אוקריינער פארלוסטען יעדן טאג, אבער עס איז צו גראפיש,
רוסישע פארלוסטען קוקט זיך בעסער

אבער אוואדי פארלירען ביידע
אז יענער קען קענסטו אויך
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

צ"ק ניין
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

צ/ק

איינרעדענישן איז עס נישט מ'זעטיך פראוו


האקט

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

אוודאי האבן די אוקריינער שרעקליכע פארלוסטן אפשר אפילו מער פון די רוסן


אבער איך האב א דרייוו וואס איינער האט דארט געזאמעלט 100טער שעות ווידעאס פון ערענסטע רוסישע פארלוסטען און טויטע עד אין שיעור

נישט מעגליך ארויפצולייגן שרעקליך גראפיש

(אויפגעריסענע בייכער און אפגעהאקטע קעפ מענטשן ברענען אדג)
לעצט פארראכטן דורך עולם האמת אום דאנערשטאג מארטש 24, 2022 5:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

רוסלאנד איז אפשר בעה''ב אין אוקריינע ?

אויב די אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת..
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

צ"ק

ניין.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
קולי שמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 11, 2020 9:30 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי שמע »

צ"ק
איז דא מעגליכקייט אז בוש האט אינטערגעשטעלט די 9/11 אטאקעס?
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

סא וויפיל טויטע אוקריינער סאלדאטן זענען שוין דא ?
וויפיל געשעדיגטע ?
וויפיל פארכאפטע ביי די רוסן ?
וויפיל ציווילע טויטע ?
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

צק
אבסעלוטלי נישט
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

צ"ק ניין
ס'נישטא קיין מעליכקייט אז די "גאנצע" נצחונות זענען נישט אמת ווייל ס'איז דאך דא קליפס

און וואס די פרעגסט צו מ'פיטערט אונז אפשר נישט די גאנצע פיקטשער איה"נ אונז הערן נישט די אוקריינא פארלוסטן סיי ווייל קיינער איז נישט אינטערסירט עס צו הערן און סיי ווייל קיינער פארשפרייט נישט קיין נומבערס פון אוקריינא טויטע



עניוועי די מנהלים זאלן עס צאמשטעלן מיט דעם אשכול viewtopic.php?f=110&t=53890
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

@ציקוועטשטער, צוערשט דעפיניר'זשע "נצחונות". וואס דארף געשעהן אז איינער זאל האבן "נצחונות"?
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

גערעכט מען קען טאקע נישט וויסן, בשעת א קריג קען מען קיינמאל נישט וויסן וואס יא און נישט צו גלייבן. העמיר ווארטן אביסל ביז דער מצב וועט זיך בארואיגן און די קריג וועט זיין פארביי, ווען עס וועלן ארויסקומען ביכער פון די גאנצע געשיכטע מיט אלע דעטאלן וואס דאן וועט עס שוין זיין א אינטערסאנטע קאנפליקט פון די פארגאנגהייט. אדערווייל איז אלעס אינטערטעינמענט אבער גארנישט איז באשטעטיגט, וויאזוי די גאנצע זאך וועט זיך ענדיגן ווייסט איין באשעפער. היסטאריקער און מילטערישע עקספערטן וועלן נאך גריבלן און פארשן די סטראטעגיעס און טעותים פון ביידע זייטן פאר לאנגע יארן.
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

אז די אוקראינער האבן פארלוסטן איז נישט קיין נייעס, יעדער האט דאס ערווארטעט.
אז די רוסן געווינען איז נישט קיין נייעס, יעדער האט דאס ערווארטעט.

אז די אוקראינער געווינען און אז די רוסן פארלירן, איז יעדע סענטימעטער טעריטאריע, יעדע סאלדאט; טרעקל, פליגער, העליקאפטער אאוו, גרויסע שאקירנדע נייעס.

מעגליך אז נאך וואכן פון ווערן פארשיכור'ט פון אוקראינע געווינסן און רוסישע פארלוסטן וועט זיין פארקערט.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

איך זעה נישט פארוואס צו טראכטן אז עס איז נישט אמת. אבער אזויפיל איז זיכער, אז אוקריינא נצחונות איז עס נישט, דאס איז מערב וועלט נצחונות.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

לדעתי אין די היינטיגע אפענע וועלט איז נישט שייך אז דאס זאל זיין גענצליך פאלש.
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

צ\ק
יא, דו זעלבע סארט מעגליכקייט וואו, אז פוטין האט קיינמאל נישט געגאנגען אין קריג
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

עולם האמת האט געשריבן:אוודאי האבן די אוקריינער שרעקליכע פארלוסטן אפשר אפילו מער פון די רוסן


אבער איך האב א דרייוו וואס איינער האט דארט געזאמעלט 100טער שעות ווידעאס פון ערענסטע רוסישע פארלוסטען און טויטע עד אין שיעור

נישט מעגליך ארויפצולייגן שרעקליך גראפיש

(אויפגעריסענע בייכער און אפגעהאקטע קעפ מענטשן ברענען אדג)

אפשר דאך לייגסטעס ארויף מיט א גרויסע רויטע ווארענונג: נאר פאר שטארקע הערצער
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

פישל גרין האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:אוודאי האבן די אוקריינער שרעקליכע פארלוסטן אפשר אפילו מער פון די רוסן


אבער איך האב א דרייוו וואס איינער האט דארט געזאמעלט 100טער שעות ווידעאס פון ערענסטע רוסישע פארלוסטען און טויטע עד אין שיעור

נישט מעגליך ארויפצולייגן שרעקליך גראפיש

(אויפגעריסענע בייכער און אפגעהאקטע קעפ מענטשן ברענען אדג)

אפשר דאך לייגסטעס ארויף מיט א גרויסע רויטע ווארענונג: נאר פאר שטארקע הערצער



איך מיין עס איז קעגן די תקנות דא
ניטאמאל יוטאב לאזט ארויף אזאלעכע גראפישע ווידעאס
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אוודאי זענען כמה וכמה באריכטן איבערגעטריבן, ווי שוין אויפגעוויזן מערערע מאל. יא, אוקריינע און די מערב וועלט פירן א מעכטיגע פראפאגאנדע מאשין דא. אבער די אונטערשטע שורה, דאס איז קלאר: אוקריינע האט פיל מער נצחונות ווי מען האט זיך נאר אמאל פארגעשטעלט אז זיי זאלן האבן, און רוסלאנד האט פיל מער פארלוסטן ווי מען האט זיך נאר אמאל פארגעשטעלט אז זיי זאל האבן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

שוין דא א אשכול מיט די וואזשנע חידוש.
viewtopic.php?f=110&t=53890
פוצה פה ומצפצף
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פארוואס אראפרייסן? די אנטוויקלונגען איבער די מלחמה מאכט נישט קיין טראפ סענס על פי דרך הטבע און ס׳איז נארמאל אז דאס הייבט ברעמען און איז מעורר ספיקות אויף וואס עס גייט עכט פאר דארט.

פון די אנדערע זייט, פראפעגאנדע אין די זייט, די מציאות איז א רוסלאנד מאכט גאר ווייניג פארשריט, זיי כאפן מכות רצח עפעס וואס קיינער(?) האט נישט פאראויס געזעהן. מיין take איז אז ס׳איז א אפענע הימל׳דיגע הנהגה ווי מ׳איז מסדר ביידע רשעות׳דיגע פעלקער אין איין שאס.
אני הוא הנער, נער המדבר
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: איז דא א מעגליכקייט אז די גאנצע אוקריינע נצחונות זענען נישט אמת?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

נישט סתם א מעגליכקייט, די לינקע מידיע/מערב וועלט גרופע האבן יעדע אינטערעס אראפצושפילן ווי ערגער פארן רוס און ווי בעסער פאר אוקריינא, ווי צו זאגן "קוקטס זיי גיבן זיך פיין אליין א עצה" ווען מוועט זיך אויפוועקן צום מציאות וועט שוין זיין דערנאך מיט אוקריינא.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”