וואס מיינט מסורת אבות?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
דאכט זיך האט מען אמאל געפרעגט די הייליגע רבין זיע פארוואס ער פירט זיך נישט ווי זיין טאטע אויף א געוויסע נקודה (ווייס נישט אויף וואס) האט די רבי געענטפערט אז ער טוט יא ווי זיין טאטע, ווייל זיין טאטע האט זיך אויך נישט געפירט ווי זיין טאטע...
(עפעס אזוי האב איך אמאל געהערט פון איינעם, קען זיין אז ס'הייבט זיך נישט אן די מעשה.)
(עפעס אזוי האב איך אמאל געהערט פון איינעם, קען זיין אז ס'הייבט זיך נישט אן די מעשה.)
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ס'איז מסתמא אמת, אבער פשט איז אז דער רבי האט מקבל געווען פון טאטן וואו מ'מעג "'קנייטשן", און דאס גופא איז א חלק פון מסורת אבות. כנ"ל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 342
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:19 pm
- פארבינד זיך:
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
אביסל ארויס צו העלפן אין די אינטערסאנטע שמועס -
"מסורה" איז עפעס וואס (געווענליכע) מענטשן "ווילן" און האבן "ליב", ממילא האב די ווערטער "דארף" און "זאל" נישט קיין זין אין דעם שמועס, כנלענ"ד
"מסורה" איז עפעס וואס (געווענליכע) מענטשן "ווילן" און האבן "ליב", ממילא האב די ווערטער "דארף" און "זאל" נישט קיין זין אין דעם שמועס, כנלענ"ד
מיין ישיבה איז נישט קיין הפקר וועלט.
לאזן 50% בחורים קלאצן איבער גמרות איז נישט וועלקאם. פינטל.
לאזן 50% בחורים קלאצן איבער גמרות איז נישט וועלקאם. פינטל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 312
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ער האט עס געזאגט לגבי רויכערן.פיקליש האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 3:36 pmדאכט זיך האט מען אמאל געפרעגט די הייליגע רבין זיע פארוואס ער פירט זיך נישט ווי זיין טאטע אויף א געוויסע נקודה (ווייס נישט אויף וואס) האט די רבי געענטפערט אז ער טוט יא ווי זיין טאטע, ווייל זיין טאטע האט זיך אויך נישט געפירט ווי זיין טאטע...
(עפעס אזוי האב איך אמאל געהערט פון איינעם, קען זיין אז ס'הייבט זיך נישט אן די מעשה.)
ער האט אויך משנה געווען מיט נאך זאכן ווי טראגן א שטריימל ביי חנוכה לעכט, י״ב חלות, נוסח התפילה (נישט געזאגט די תפילה ישרה נוסח) און לכאורה נאך זאכן. אבער איך ווייס נישט צו דעיס האט זיין טאטע אויך משנה געווען
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
די נקודה איז נישט דאס אדער יענץ, ער האט מקבל געווען פון זיין טאטן וואס-ווען און וואו מ'מעג משנה זיין און וואס-ווען און וואו מ'מעג נישט. און דאס מיינט מסורת אבות.
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
לאמיר זאגן דו לערנסט אין דער ליטא, און דו ווערסט שטארק מקושר צו איינעם פון די גדולים אין די ישיבה, און יענער תלמיד חכם ווערט דיין מורה דרך - מעגסטו - לכל הדיעות - אנהייבן זיך פירן כדרכם, אפי׳ מיטן לבוש (קאפעלוטש, אנצוג וכו׳) נאר ווי עס טוישט נישט די הלכה.
מיט בגדי נשים איז שוין הארבער.
די פאמיליע פון טשעבינער רב זצ״ל זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
די פאמיליע פון רש״ז אויערבאך זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
רבי פאמיליע פון מנדל אטיק זצ״ל איז געווען חסידים - און האבן געביטן.
זיי האבן אלעס געטאן עפ״י הלכה. און די הלכה טוישט זיך נישט פון תר״פ צו תש״פ.
צו פון קרלין / בריסק
צו פון סאטמאר / פאנעוויעזש.
אלע וואס זאגן דיר אז מ׳טאר נישט - זאל פרובירן מסביר זיין פארוואס יענע האבן געמעגט.
מיט בגדי נשים איז שוין הארבער.
די פאמיליע פון טשעבינער רב זצ״ל זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
די פאמיליע פון רש״ז אויערבאך זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
רבי פאמיליע פון מנדל אטיק זצ״ל איז געווען חסידים - און האבן געביטן.
זיי האבן אלעס געטאן עפ״י הלכה. און די הלכה טוישט זיך נישט פון תר״פ צו תש״פ.
צו פון קרלין / בריסק
צו פון סאטמאר / פאנעוויעזש.
אלע וואס זאגן דיר אז מ׳טאר נישט - זאל פרובירן מסביר זיין פארוואס יענע האבן געמעגט.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ווייזער האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:27 pmסאטמאר איז נישט מער מעליותא ווי מונקאטש. ניין.פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:22 pmוואס איז סאטמאר מער מעליותא ווי מונקאטש?ווייזער האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:08 pmטויזנטער אידן זענען אין אייראפע באלאנגט סיי איין חסידות -
און האבן געסוויטשט צו אן אנדערע חסידות.
הונדערטער מוקאנטשער חסידים זענען דא אין אמעריקע געווארן סאטמארער חסידים, און האבן געטוישט זייער נוסח און מנהגים פון מונקאטש, דאס זעלבע מיט בעלזא און פארקערט. דאס זעלבע מיט וויזניץ.
מ׳רעדט נישט פון א הויכע צו א פלאכע הוט. מ׳טוישט נוסח התפילה, מנהגים, אופן הקריאה ועוד ועוד ועוד.
יעצט שטעלט זיך די קשיא פונעם תם מה זאת?
מעג מען משנה זיין אדער נישט?
יא. מ׳מעג למעליותא.
(חוץ מזה וואס היבש היבש היבש אסאך מונקאטשע וואס דרייען זיך אין סאטמאר און זענען פייערדיגע חסידים פאררופן זיך און האלטן זיך נאכאלץ מונקאטש, נישט געטוישט נוסח, נישט מנהגים, וכדומה)
דער מונקאטשער חסיד איז געקומען קיין אמעריקע, און געשפירט אז עס ציט אים קיין סאטמאר, ווייל ער בעסער דינען השי״ת - ער קען בעסער מגדל זיין זיינע קינדער לתורה ולמע״ט - און ס׳וועט זיין פאר זיינע קינדער גרינגער זיך איינציגלידערן אין סאטמאר - (למשל) הייסט דאס פאר אים למעליותא.
ער האט נישט געסוויטשט ווייל ער וויל פורק עול זיין, אדער אין די אנדערע פלאץ איז מען מתיר געוויסע זאכן. פארקערט, דאס א חלק פון זיין עבדות השם!
דאן איז א מצוה צו סוויטשן.
חסידים מתנגדים מונקאטש סאטמאר וכדומה האט א דין ווי מנהגי המקום, און טוישן הייסט אזויווי מקום שיצא משם און שנכנס לשם. די הארבקייט פון טוישן, איז כדי נישט צו פארקריכן אינגאנצן אן קיין אויטענטישער מורה דרך.מצלמה האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 4:43 pmלאמיר זאגן דו לערנסט אין דער ליטא, און דו ווערסט שטארק מקושר צו איינעם פון די גדולים אין די ישיבה, און יענער תלמיד חכם ווערט דיין מורה דרך - מעגסטו - לכל הדיעות - אנהייבן זיך פירן כדרכם, אפי׳ מיטן לבוש (קאפעלוטש, אנצוג וכו׳) נאר ווי עס טוישט נישט די הלכה.
מיט בגדי נשים איז שוין הארבער.
די פאמיליע פון טשעבינער רב זצ״ל זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
די פאמיליע פון רש״ז אויערבאך זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
רבי פאמיליע פון מנדל אטיק זצ״ל איז געווען חסידים - און האבן געביטן.
זיי האבן אלעס געטאן עפ״י הלכה. און די הלכה טוישט זיך נישט פון תר״פ צו תש״פ.
צו פון קרלין / בריסק
צו פון סאטמאר / פאנעוויעזש.
אלע וואס זאגן דיר אז מ׳טאר נישט - זאל פרובירן מסביר זיין פארוואס יענע האבן געמעגט.
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום דינסטאג מארטש 21, 2023 10:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
זע מיין פריעדיגע תגובה וועסטו אפשר בעסער פארשטיין. יישר כח.
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 6:12 pmחסידים מתנגדים וכדומה האט א דין ווי מנהגי המקום, און טוישן הייסט אזויווי מקום שיצא משם און שנכנס לשם. די הארבקייט פון טוישן, איז כדי נישט צו פארקריכן אינגאנצן אן קיין אויטענטישער מורה דרך.מצלמה האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 4:43 pmלאמיר זאגן דו לערנסט אין דער ליטא, און דו ווערסט שטארק מקושר צו איינעם פון די גדולים אין די ישיבה, און יענער תלמיד חכם ווערט דיין מורה דרך - מעגסטו - לכל הדיעות - אנהייבן זיך פירן כדרכם, אפי׳ מיטן לבוש (קאפעלוטש, אנצוג וכו׳) נאר ווי עס טוישט נישט די הלכה.
מיט בגדי נשים איז שוין הארבער.
די פאמיליע פון טשעבינער רב זצ״ל זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
די פאמיליע פון רש״ז אויערבאך זענען געווען חסידים - און האבן געביטן.
רבי פאמיליע פון מנדל אטיק זצ״ל איז געווען חסידים - און האבן געביטן.
זיי האבן אלעס געטאן עפ״י הלכה. און די הלכה טוישט זיך נישט פון תר״פ צו תש״פ.
צו פון קרלין / בריסק
צו פון סאטמאר / פאנעוויעזש.
אלע וואס זאגן דיר אז מ׳טאר נישט - זאל פרובירן מסביר זיין פארוואס יענע האבן געמעגט.
די משפחה פון טשעניבער רב זאלן געווארן ליטוויש אין אייראפע, נישט אין ארץ ישראל. ער איז פשוט געגאנגען אין אן אנדערן חדר און איז געווארן כאחד מהם.
די זעלבע מיט אנדערע פאמיליעס. ס'איז געווען חסידים אין ארץ ישראל, זיי האבן זיך מדבק געווען אין חזון איש זי"ע און האבן אנגעהויבן זיך פירן מיט אלעם ווי זיי.
דאס איז קלאר אז מעלין בקודש ולא מורידין. ארויפגיין העכער אין שלימות איז לכו"ע מותר און גאר א הידור.
יעצט, איז די שאלה, צי דאס טוישן ממסורה למסורה, וואס ביי יאנקעל הייסט למשל יענץ א התעלות פארוואס זאל ער נישט טארן נישט טוישן. ער וויל דאך גיין העכער בסולם העולה בית קל און אנקומען צו העכערע שלימות.
דאס וואס אמאל האבן חסידים געזאגט לגבי מתנגנים, אז חסידים איז א שלימות אין עבדות ה', ממילא מעג מען משנה זיין - דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדן איד וואס וויל נתעלה ווערן און טוישן למסורה וואס איז חשב'ער און אן התעלות פון דארט ווי ער קומט יעצט.
איי עס שמעקט נישט פאר די עלטערן, עס האט פאר די אמאליגע מתנגנדים (קדושים וטהורים) ווינציגער גשעמעקט אז זייערע קינדער ווערן דבוק בחסידות.
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
די משפחה פון סטייפלער גאון זענען געווען חסידים ממקורם, עפעס איז געבליבן ביי זיי פון חסידישע מנהגים, אבער רוב זאכן פירן זיי זיך ווי ליטאים.
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
אלע אידן זענען געשטאנען ביים בארג סיני, און אלע זייערע אייניקלעך וואס זענען ממשיך קבלת וקיום התורה בלי שום שינוי, האלטן זיך גרויס אז זיי נישט משנה קיין זיז כלדהוא., נו וויאזוי איז געווארן אזויפיל "מסורת אבות"?
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
מסורת אבות מיינט נישט וועלכע קאפאטע מ׳גייט.
נישט וועלכע קאפטן מ׳טראגט.
און אויב עס וואונדערט אייך שוין יא, זאל זיך מער ווינדערן וויאזוי דער ר״ת האט געטוישט מערערע הלכות / מסורות פון זיין גרויסן זיידן - דער רבן של ישראל.
תירוץ אחת לכולם:
מ׳מעג טוישן בעסער צו מאכן. פינטל.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
איך האב געשריבן א לאנגע תגובה צו דיין פריעדיגע פוינט, וואס דו חזר'סט אגאנצן צייט איבער, אז פונקט ווי די חסידים האבן געמעגט משנה זיין וכו' מעג מען היינט אויך. מה עשה הקב"ה? אז נאכן דרוקן שיק, איז מיין קאמפיוטער געווארן פארצווייפלט און אלעס איז פארלוירן געווארן. איז ממילא, גיי איך עס נישט איבערשרייבן, נאר ענטפערן קורץ, א גדול מעג, ווייל ער האט רעכט צו זיין קלוגער און פארשטיין אז ס'איז למעליותא. נאר וויאזוי האט דער חת"ס זי"ע געטייטשט? עושה חדשות, בעל מלחמות, ווייל יעדער וועט טענה'ן "מי שמך", בפרט אז אויב נעמסטו דיר רעכטן און דערקלערסט דיך גדול, גייסטו מסתמא טוישן נאך זאכן וואס וועלן נישט זיין אזוי ווייט למעליותא וכו', ואידך פירושא. כדי אזא זאך זאך ווערן מותר ביי יעדן, מוז זיך עס איבערצייגן אלס "פראקטיש-ערליך" און דעמאלט נעמט עס די וועלט טאקע אן.ווייזער האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 7:39 pm
מסורת אבות מיינט נישט וועלכע קאפאטע מ׳גייט.
נישט וועלכע קאפטן מ׳טראגט.
און אויב עס וואונדערט אייך שוין יא, זאל זיך מער ווינדערן וויאזוי דער ר״ת האט געטוישט מערערע הלכות / מסורות פון זיין גרויסן זיידן - דער רבן של ישראל.
תירוץ אחת לכולם:
מ׳מעג טוישן בעסער צו מאכן. פינטל.
קומט אויס, אז די חסידים זענען גערעכט געווען לפי שיטתם און די מתנגדים זענען דעמאלט פונקט אזוי גערעכט געווען לדעתם, דאס איז חסידות האט זיך איבערגעוויזן אלס פראדוקטיוו און ווי דו רופסט עס א "שינוי למעליותא" איז נישט פשט אז יעדער קען אליינס אפמאכן אז מאטי אילאוויטש'ס ניגון פאר כל נדרי איז א שינוי למעליותא, נאר אז נאכדעם וואס ס'ווייזט זיך איבער, איז טאקע יעדער מודה. און דאס איז דאס מציאות היינט אויך. ווילאנג א זאך איז נישט איבערגעוויזן, איז עס אסור, און וווען ס'ווערט איבערגעוויזן, ווערט עס טאקע נתפשט.
לאור פון דעם וועסטו פארשטיין די מהלך פון רמ"א און די פוסקים און מנהיגי הדורות כפתור ופרח (קרעדיט טיילווייז פאר הגה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א)
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
די קהילת יעקב האט געדאווענט ספרד. זיין זון רבי חיים זצ"ל האט משנה געווען צו אשכנז
וקול התור נשמע בארצנו
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
א פרישע מעשה. איך דארף צוריקגיין צו מיין עלטער זיידע פון גאליציע?משפטים האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 12:07 pmאיר זענט א גר? אויב נישט שטאמט איר לכאורה פון ערגעץ ווי...קלאנג האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:57 amמשפטים האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:44 am1 בוזט חסידיש? פרעג א חסידישע דיין,קלאנג האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:22 amצוויי שאלותהמברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:08 am
איז דאס דיין מסורה, וויפיל מ'דארף מקפיד זיין אויף מסורה. וואס דו זאלסט פאקטיש טון בנוגע יענעם ספעציפישן פרט? איז פרעגן א דיין וואס ס'איז בעסער, אבער דו דארפסט שוין נישט זיין אזוי באזארגט וועגן מסורה, ווייל ביידע וועגן זענען גוט אין די גדרים פון דיין מסורה.
1. וועלכע דיין זאל איך פרעגן? חסידיש? ליטוויש? חב"ד? ספרד'יש? אשכנז'יש? פון יעדע דיין וועל איך באקומען אן אנדערע תירוץ
2. און טאמער איך פיר מיך אלעס פונקט ווי מיין טאטע'ס מנהגים (וואס האט נישט קיין מסורה) זענען מיינע קינדער שוין מחויב צו טון ווי מיר אלץ מסורה?
בוסט ליטפיש? פרעג א ליטפישע דיין,
בוזט ספרדיש? פרעג א ספרדישע דיין, וכו' וכו'....
פרעג די דיין/רב פון די ביהמ"ד ווי דו דאווענסט.
2 ווייס איך נישט, וויל טאקע וויסן.
זאגסטי אז איך זאל מחליט זיין וואס איך וויל זיין און נאכדעם קען איך פרעגן יענע דיין וואס וועט ענטפערן לויט מיין געשמאק.
זייער פיין אבער דאס האט גארנישט מיט מסורה.
אז איר שטאמט פון ספרדים פרעג א ספרדי'שע גדול,
פון גאליציע פרעג א גאליציאנע רב...
מיין גאליציאנע עלטער זיידע האט געהאט א זיידע וואס איז געקומען פון דייטשלאנד, אפשר דארף איך פרעגן א יעקישע רב?
וקול התור נשמע בארצנו
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
טויזנטער אידן זענען אין אייראפע באלאנגט סיי איין חסידות -
און האבן געסוויטשט צו אן אנדערע חסידות.
הונדערטער מוקאנטשער חסידים זענען דא אין אמעריקע געווארן סאטמארער חסידים, און האבן געטוישט זייער נוסח און מנהגים פון מונקאטש, דאס זעלבע מיט בעלזא און פארקערט. דאס זעלבע מיט וויזניץ.
מ׳רעדט נישט פון א הויכע צו א פלאכע הוט. מ׳טוישט נוסח התפילה, מנהגים, אופן הקריאה ועוד ועוד ועוד.
יעצט שטעלט זיך די קשיא פונעם תם מה זאת?
מעג מען משנה זיין אדער נישט?
יא. מ׳מעג למעליותא.
און האבן געסוויטשט צו אן אנדערע חסידות.
הונדערטער מוקאנטשער חסידים זענען דא אין אמעריקע געווארן סאטמארער חסידים, און האבן געטוישט זייער נוסח און מנהגים פון מונקאטש, דאס זעלבע מיט בעלזא און פארקערט. דאס זעלבע מיט וויזניץ.
מ׳רעדט נישט פון א הויכע צו א פלאכע הוט. מ׳טוישט נוסח התפילה, מנהגים, אופן הקריאה ועוד ועוד ועוד.
יעצט שטעלט זיך די קשיא פונעם תם מה זאת?
מעג מען משנה זיין אדער נישט?
יא. מ׳מעג למעליותא.
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
וואס הייסט למעליותא? אפשר איז די נייע חסידות לגריעותא פון די פריערדיגע
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
85% פראצענט חסידי סקווירא, זענען משורשם יוצאי אונגארן. און זייערע עלטערן אין אייראפע האבן זיך נישט געפירט במנהגי קודש פון סקווירא. אבער זיך אריבערציענדיג קיין שיכון סקווירא האבן זיי זיך מדבק געווען באילנא דחיי פון הרה״ק מסקווירא זצ״ל און געטוישט אלע זייערע מנהגים צו מנהגי סקווירא.
זייערע קינדער און אייניקלעך ווייסן בכלל נישט וואס זייערע אור-עלטערן זענען געווען. איז וואס?
דאס זעלבע קען איך חבד׳קער חסידים וועלכע זענען ארגינעל געווען בעלזער חסידים. און היינט זענען זיי פולנע חבד׳סקער מיט אלע מנהגי חב״ד.
דאס זעלבע איז מיט חסידים ליטאים ולהיפך.
אז א ספרדי זאל זיך טוישן צו אשכנז, אדער פארקערט איז פיל הארבער, ווייל ס׳איז גאר פארצווייגטע הלכות וואס זענען אנדערש.
אבער דאס האט אויך פאסירט אינעם עבר - ביודעי ומכירי עטליכע מיוחס׳דיגע ספרדישע משפחות וועלכע האבן קאנווערטעד צו אשכנזים 200 יאר צוריק. און זייערע אייניקלעך, וועמען איך ווייס ווער זיי זענען זענען געהעריגע אשכנזים.
זיי זאגן היינט: ובני ישראל יוצאים ביד רמ״א!!!
נא וואס זאגט איר יעצט?

- פאליטישע עקספערט
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17815
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
- פארבינד זיך:
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
וואס איז סאטמאר מער מעליותא ווי מונקאטש?ווייזער האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:08 pmטויזנטער אידן זענען אין אייראפע באלאנגט סיי איין חסידות -
און האבן געסוויטשט צו אן אנדערע חסידות.
הונדערטער מוקאנטשער חסידים זענען דא אין אמעריקע געווארן סאטמארער חסידים, און האבן געטוישט זייער נוסח און מנהגים פון מונקאטש, דאס זעלבע מיט בעלזא און פארקערט. דאס זעלבע מיט וויזניץ.
מ׳רעדט נישט פון א הויכע צו א פלאכע הוט. מ׳טוישט נוסח התפילה, מנהגים, אופן הקריאה ועוד ועוד ועוד.
יעצט שטעלט זיך די קשיא פונעם תם מה זאת?
מעג מען משנה זיין אדער נישט?
יא. מ׳מעג למעליותא.
(חוץ מזה וואס היבש היבש היבש אסאך מונקאטשע וואס דרייען זיך אין סאטמאר און זענען פייערדיגע חסידים פאררופן זיך און האלטן זיך נאכאלץ מונקאטש, נישט געטוישט נוסח, נישט מנהגים, וכדומה)
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
סאטמאר איז נישט מער מעליותא ווי מונקאטש. ניין.פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:22 pmוואס איז סאטמאר מער מעליותא ווי מונקאטש?ווייזער האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:08 pmטויזנטער אידן זענען אין אייראפע באלאנגט סיי איין חסידות -
און האבן געסוויטשט צו אן אנדערע חסידות.
הונדערטער מוקאנטשער חסידים זענען דא אין אמעריקע געווארן סאטמארער חסידים, און האבן געטוישט זייער נוסח און מנהגים פון מונקאטש, דאס זעלבע מיט בעלזא און פארקערט. דאס זעלבע מיט וויזניץ.
מ׳רעדט נישט פון א הויכע צו א פלאכע הוט. מ׳טוישט נוסח התפילה, מנהגים, אופן הקריאה ועוד ועוד ועוד.
יעצט שטעלט זיך די קשיא פונעם תם מה זאת?
מעג מען משנה זיין אדער נישט?
יא. מ׳מעג למעליותא.
(חוץ מזה וואס היבש היבש היבש אסאך מונקאטשע וואס דרייען זיך אין סאטמאר און זענען פייערדיגע חסידים פאררופן זיך און האלטן זיך נאכאלץ מונקאטש, נישט געטוישט נוסח, נישט מנהגים, וכדומה)
דער מונקאטשער חסיד איז געקומען קיין אמעריקע, און געשפירט אז עס ציט אים קיין סאטמאר, ווייל ער בעסער דינען השי״ת - ער קען בעסער מגדל זיין זיינע קינדער לתורה ולמע״ט - און ס׳וועט זיין פאר זיינע קינדער גרינגער זיך איינציגלידערן אין סאטמאר - (למשל) הייסט דאס פאר אים למעליותא.
ער האט נישט געסוויטשט ווייל ער וויל פורק עול זיין, אדער אין די אנדערע פלאץ איז מען מתיר געוויסע זאכן. פארקערט, דאס א חלק פון זיין עבדות השם!
דאן איז א מצוה צו סוויטשן.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
כ'ווייס נישט וואס פאסירט דא. כ'האט שוין צוויי מאל געשריבן א לאנגער ביאור, און ס'איז נישטא.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
דאס מיינט ממש מקום שיצא משם ומקום שהלך לשם, ביז ס'ווערט דעתו להשתקע, און אזוי האט מען זיך אייביג געפירט.ווייזער האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 9:19 pm85% פראצענט חסידי סקווירא, זענען משורשם יוצאי אונגארן. און זייערע עלטערן אין אייראפע האבן זיך נישט געפירט במנהגי קודש פון סקווירא. אבער זיך אריבערציענדיג קיין שיכון סקווירא האבן זיי זיך מדבק געווען באילנא דחיי פון הרה״ק מסקווירא זצ״ל און געטוישט אלע זייערע מנהגים צו מנהגי סקווירא.
זייערע קינדער און אייניקלעך ווייסן בכלל נישט וואס זייערע אור-עלטערן זענען געווען. איז וואס?
דאס זעלבע קען איך חבד׳קער חסידים וועלכע זענען ארגינעל געווען בעלזער חסידים. און היינט זענען זיי פולנע חבד׳סקער מיט אלע מנהגי חב״ד.
דאס זעלבע איז מיט חסידים ליטאים ולהיפך.
אז א ספרדי זאל זיך טוישן צו אשכנז, אדער פארקערט איז פיל הארבער, ווייל ס׳איז גאר פארצווייגטע הלכות וואס זענען אנדערש.
אבער דאס האט אויך פאסירט אינעם עבר - ביודעי ומכירי עטליכע מיוחס׳דיגע ספרדישע משפחות וועלכע האבן קאנווערטעד צו אשכנזים 200 יאר צוריק. און זייערע אייניקלעך, וועמען איך ווייס ווער זיי זענען זענען געהעריגע אשכנזים.
זיי זאגן היינט: ובני ישראל יוצאים ביד רמ״א!!!
נא וואס זאגט איר יעצט?
- לפי עניות דעתי
- שר האלף
- תגובות: 1080
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
- לאקאציע: במקום שאין איש
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
שטארקע חידוש, אז מסורה זאל זיך ווענדן לפי רוחו פונעם טאטן.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 10:08 pm
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
והחולק יחלוק
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
וואס איז דער חידוש? איינער האט א מסורה אז אשכנזי אשכנזי אשכנזי, איינער האט א מסורה ספרדי ספרדי ספרדי, און ר' חיים זצוק"ל האט געהאט א מסורה אז צוביסלעך ריקט מען צו מער און מער ליטווישקייט. ניט אזוי?לפי עניות דעתי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 10:14 pm
שטארקע חידוש, אז מסורה זאל זיך ווענדן לפי רוחו פונעם טאטן.
און סאטמאר רב זצוק"ל האט געהאט א מסורה, אז מסורה אויף מנהגים וכדומה איז נישט אזוי וויכטיג. דער עיקר איז אז מ'האלט זיך אידיש און ערליך, און אפגעטיילט פון אפיקורסים.