דעיס אלעס איז געפילען, אדער מסברה?המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 3:35 pmס'מוז נישט זיין 100% לטוב, ס'מוז זיין בכללות א 100%'טיגע גוט פלאץ, אזוינס וואס דיינע עלטערן וואלטן זיך נישט געדארפט שעמען אז זייער'ס אן אייניקל איז דארט (אפילו אויב זיי אליין האבן א מערכה, ווייל זיי האבן נישט קיין שפיגל).
וואס מיינט מסורת אבות?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- השקפה ברורה
- שר האלף
- תגובות: 1470
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ס'איז אויסגעארבעט נאך אסאך יארן זיך מוטשענען אויף די אלע סתירות וואס איר לייגט פאר, סיי בדברי הפוסקים, סיי במסורה יהודית און סיי אין פראקטישקייט במציאות הדברים. און אויך נאכ'ן דורכרעדן מיט רבנים מובהקים.
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 3:31 pmא חומרא וסלסול איז א זאך וואס "אין מסורה" טוט מען עס נאר פאר זיך אליין, און יעדער פארשטיין אז נישט יעדעס קינד וועט עס נאכמאכן.ווייזער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 2:47 pmעי' בשו"ת השיב משה (סי' י"ג)
וכבר ידעת מ"ש הרשב"א בתשובתיו דאין לדחות הקבלה שיש ביד נשים הזקנות מבני עמינו מפני ששים רבוא מופתים המראים סותרו. דחק הישראלי הוא למעלה מהטבע והשכל. (עי' בשו"ת הרשב"א ח"א סי' ט').
איז די שאלה, גייט דאס ארויף אויף אלע מנהגים און קאסטומס וואס מענטשן האבן אנגעהויבן מדעת עצמם, מחייב צו זיין זייערע קינדער, צי לגבי לבוש וואס זיי זענען מחמיר אויף זיך, אדער דאס נישט עסן א געוויסע הכשר וכו' וכו', אדער קענען קינדער מאכן שינויים במנהג אבותם.
לאמיר א קוק טאן:
דער ישמח משה זי"ע האט כידוע זייער מחמיר געווען נישט עסן קיין שום מצה פסח חוץ די כזיתים בלילי הסדרים - ער האט זיך נישט געוואשן גאנץ פסח. למעשה קיינער פון די טויזנטער אייניקלעך פירן זיך נישט אזוי, אלע אייניקלעך צדיקים וקדושים מדור הקודם האבן אלע געגעסן מצות גאנץ פסח.
איז די שאלה, היתכן זיי האבן משנה געווען מחומרא של ראש המשפחה שהיה צדיק גדול ונשגב?
אלא מאי זעט מען אז א חומרא וסלסול פון א טאטן א צדיק וקדוש איז נישט מחייב די קינדער אויטאמאטיש.
זיי זיך ביטע מסביר:
א א משפחה האט א מנהג וואס זיי פירן זיך, (אפילו עס איז געווען א חומרא וסלסול) פארוואס ווערט עס נישט קיין מנהג וואס ברעכט א דין. ובגדר מנהג שאסור לשנות?
אז א איד איז מחמיר פאר זיך, און עסט נישט קיין אויל פסח, נאר שמאלץ, איז עס א חומרא, סלסול, מנהג?
מעגן די קינדער טוישן דעם מנהג און אנהייבן עסן אויל?
די שאלה מאכט זיך ביי טויזנטער חשוב'ע אידן, און גאר אסאך זענען היינט מקיל און טוישן.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
אן אריינגיין אינעם היתר וואס אסאך נוצן לגבי שמאלץ, וויל איך דיר פארענטפערן דיין קושיא, און מסביר זיין דעם צד איסור שבו. מער פינקטליכער, פארוואס איז עס אנדערש ווי די חומרות פון ישמח משה זצוק"ל.ווייזער האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 3:45 pmזיי זיך ביטע מסביר:
א א משפחה האט א מנהג וואס זיי פירן זיך, (אפילו עס איז געווען א חומרא וסלסול) פארוואס ווערט עס נישט קיין מנהג וואס ברעכט א דין. ובגדר מנהג שאסור לשנות?
אז א איד איז מחמיר פאר זיך, און עסט נישט קיין אויל פסח, נאר שמאלץ, איז עס א חומרא, סלסול, מנהג?
מעגן די קינדער טוישן דעם מנהג און אנהייבן עסן אויל?
די שאלה מאכט זיך ביי טויזנטער חשוב'ע אידן, און גאר אסאך זענען היינט מקיל און טוישן.
און דער תירוץ איז פשוט, אז שמאלץ האט יעדער געגעסן, דער גאנצער שטאט, דער גאנצע משפחה אא"וו, און ס'איז אייביג געווען אנגענומען אז פסח עסט מען שמאלץ און נישט קיין אויל. און דאס זעלבע איז געווען לגבי זיך מישן כידוע. משא"כ די חומרות וואס דער ישמח משה האט געטון, זענען געווען פרטית'דיגע חומרות. ער און יעדער האבן פארשטאנען לכתחילה, אז ס'מיינט נאר אים, און אפילו די קינדער זענען הייליג, מיינט עס נישט זיי.
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
אז די האסט עס אזוי קלאר דורכגעטון, לאמיר הערן ביטע קלארע ענטפערס מיט זאכליכע הסברים.המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 3:41 pmס'איז אויסגעארבעט נאך אסאך יארן זיך מוטשענען אויף די אלע סתירות וואס איר לייגט פאר, סיי בדברי הפוסקים, סיי במסורה יהודית און סיי אין פראקטישקייט במציאות הדברים. און אויך נאכ'ן דורכרעדן מיט רבנים מובהקים.
1.מיין טאטע ציילט ספירה נאכן סדר, מעג איך ציילן פאר'ן סדר? און ווייסע ווערסע
2. מיין עלטער זיידע איז געגאנגן מיט א שטריימל שבת, מיין זיידע מיט א היט, און מיין טאטע מיט א ספאדיק מיט הויזן אין די זאקן כמנהג גור. וואס דארף איך אנטון?
3. מיין טאטע איז מקפיד צו ניצן נאר קדם וויין פסח, מעג איך קויפן פון אן אנדערע קאמפעני?
4. מיין טאטע האט לעצטענס אנגעהויבן גיין אין מקוה יעדן טאג, דארף איך אים יעצט נאכטון?
5. מיין טאטע איז אויפגעוואקסן אן א טאטע און ווייסט נישט פון קיין מסורה דארף איך געוואר ווערן וויאזוי מיין זיידע האט זיך געפירט, און טאמער יא, ביז וויפול דורות דארף מען צוריקגיין?
איך האב נאך אסאך פראגעס, אבער לאמיר גיין צעביסלעך
וקול התור נשמע בארצנו
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
מישסט דא צאם צוויי גאר אנדערע זאכן1.מיין טאטע ציילט ספירה נאכן סדר, מעג איך ציילן פאר'ן סדר? און ווייסע ווערסע
סדא מסורה און דערנאך איז דא מנהגים
מסורה גייט ארויף אויפן לבוש און פארשידענע קפידות און געפירעכטץ וואס מקען עס עכט נישט אנכאפן אין הלכה.
מנהגים אזויווי ווען צי ציילן ספירה ליל א דפסח וכדו’ זאכן וואס איז נוגע להלכה און סדא פוסקים לכאן ולכאן.
די אשכול איז געווידמעט פאר מסורה ביטע נישט אריינמישן מנהגים
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
עס ווענדט זיך אויב דו גייסט זיין א חסיד אין לעבן, אדער א ליטוואק\יעקע (כנ"ל בשאלה 2).
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 6:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
.
כנ"ל, דארפסט נישט צוריקגיין אין ערגעץ, נאר טרעפן א מסגרת וואס שטימט מיט דיר און מיט דיין טאטנס מדריגה אין ערליכקייט.
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
צ/ק
איך בין נישט סובסקרייבד און פלאן מיך נישט צו סובסקרייבן.
קען מיך עימיצער צו וויסן טאהן וואס מ'האט ענדגילטיג באשלאסן?
איך בין נישט סובסקרייבד און פלאן מיך נישט צו סובסקרייבן.
קען מיך עימיצער צו וויסן טאהן וואס מ'האט ענדגילטיג באשלאסן?
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
יעצט גיי איך מיט א בלויזן קאפל. וואסי א נפקא מינה? איך פרעג אין זשענערעל, וואס דארף איינער טון ווען ער וויל יזך האלטן צום מסורה?
וקול התור נשמע בארצנו
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ווער מאכט אזא חילוק פון מנהג און מסורה?יין רב האט געשריבן: ↑מיטוואך מארטש 22, 2023 11:44 pmמישסט דא צאם צוויי גאר אנדערע זאכן1.מיין טאטע ציילט ספירה נאכן סדר, מעג איך ציילן פאר'ן סדר? און ווייסע ווערסע
סדא מסורה און דערנאך איז דא מנהגים
מסורה גייט ארויף אויפן לבוש און פארשידענע קפידות און געפירעכטץ וואס מקען עס עכט נישט אנכאפן אין הלכה.
מנהגים אזויווי ווען צי ציילן ספירה ליל א דפסח וכדו’ זאכן וואס איז נוגע להלכה און סדא פוסקים לכאן ולכאן.
די אשכול איז געווידמעט פאר מסורה ביטע נישט אריינמישן מנהגים
מסורה איז אויף לבוש? קענסט אפשר אנצייכענען פון די נעמסט דאס?
און פארוואס איז ביי א מנהג נישטא קיין מסורה? נאר ווען א טאטע טיט עפעס אן א מקור איז דא אן ענין פון מסורה?
וקול התור נשמע בארצנו
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ווי קימט דא אריין א דיין? די זאגסט דאך אז מסורה איז אויף זאכן וואס רירט נישט צו הלכה?
וקול התור נשמע בארצנו
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
איך געדענק נישט צו האבן געזאגט אזוינס, אבער אויב יא, צי איך צוריק לכל הפחות פון דעם חלק משמעות דערפון, און אויב ס'איז סתם א דזשוק, אזויווי א קאמפאני וואס האט סך הכל געמאכט גוטע אדווערטייזמענט, קומט עס נישט אריין.קלאנג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:53 amווי קימט דא אריין א דיין? די זאגסט דאך אז מסורה איז אויף זאכן וואס רירט נישט צו הלכה?
- ווייזער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 489
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
- לאקאציע: על אדמת נכר
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
למשל איינער אין זיין קהילה זאגט מען לכו נרננה שטייענדיג - אדער נשמת זיצנדיג?
און ער ציט זיך אוועק אין אן אנדערע מקום פון די קהילה, מעג ער זיך אראפזעצן ביי לכו נרננה, אדער בלייבן שטיין ביי נשמת?
די זעלבע זאך מיט ויקרב קץ משיחיה, צי מיט ליינען ספירה פאר'ן סדר? צי מיט'ן נישט לייגן תפילין פאר זיין בחור איידער די בר מצוה, אריינלייגן דאס קינד אין שופלאד ביים וואכנאכט וכו'
אויף די אלע זאכן האב איך נישט קיין קלארע מהלך, אפשר אנדערע יא, ווייל ס'איז פארבינדן מיט מנהגים און נישט מיט הלכה, און אסאך מאל זאגט מען א מנהג איז שטערקער פון א דין כידוע, אדער נישט.
און ער ציט זיך אוועק אין אן אנדערע מקום פון די קהילה, מעג ער זיך אראפזעצן ביי לכו נרננה, אדער בלייבן שטיין ביי נשמת?
די זעלבע זאך מיט ויקרב קץ משיחיה, צי מיט ליינען ספירה פאר'ן סדר? צי מיט'ן נישט לייגן תפילין פאר זיין בחור איידער די בר מצוה, אריינלייגן דאס קינד אין שופלאד ביים וואכנאכט וכו'
אויף די אלע זאכן האב איך נישט קיין קלארע מהלך, אפשר אנדערע יא, ווייל ס'איז פארבינדן מיט מנהגים און נישט מיט הלכה, און אסאך מאל זאגט מען א מנהג איז שטערקער פון א דין כידוע, אדער נישט.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
די זאכן האבן מער מיט מנהג המקום ווי מיט מסורת אבות.ווייזער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 3:24 pmלמשל איינער אין זיין קהילה זאגט מען לכו נרננה שטייענדיג - אדער נשמת זיצנדיג?
און ער ציט זיך אוועק אין אן אנדערע מקום פון די קהילה, מעג ער זיך אראפזעצן ביי לכו נרננה, אדער בלייבן שטיין ביי נשמת?
די זעלבע זאך מיט ויקרב קץ משיחיה, צי מיט ליינען ספירה פאר'ן סדר? צי מיט'ן נישט לייגן תפילין פאר זיין בחור איידער די בר מצוה, אריינלייגן דאס קינד אין שופלאד ביים וואכנאכט וכו'
אויף די אלע זאכן האב איך נישט קיין קלארע מהלך, אפשר אנדערע יא, ווייל ס'איז פארבינדן מיט מנהגים און נישט מיט הלכה, און אסאך מאל זאגט מען א מנהג איז שטערקער פון א דין כידוע, אדער נישט.
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
אנטשולדיגט, איך זעה אז ס'טאקע געווען א צווייטער וואס האט עס געזאגטהמברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 3:16 pmאיך געדענק נישט צו האבן געזאגט אזוינס, אבער אויב יא, צי איך צוריק לכל הפחות פון דעם חלק משמעות דערפון, און אויב ס'איז סתם א דזשוק, אזויווי א קאמפאני וואס האט סך הכל געמאכט גוטע אדווערטייזמענט, קומט עס נישט אריין.קלאנג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:53 amווי קימט דא אריין א דיין? די זאגסט דאך אז מסורה איז אויף זאכן וואס רירט נישט צו הלכה?
viewtopic.php?p=4199336#p4199336
דאס איז בכלל נישט קיין זשאוק. איך קען א יונגערמאן וואס זאגט עס מיטן פולסטן ערנסטקייט, אז ביי זיי טרינקט מען פסח נאר קדם וויין אדער גרעיפ זשוס. אלעס אנדערש הייסט שוין געמישט
וקול התור נשמע בארצנו
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ווילסט מחלק זיין אז וואס מ'טיט אין בית מדרש דארף מען גיין לויט מנהג המקום און אינדערהיים דארף מען טון ווי די טאטע? א חידוש אבער מ'קען עס הערן. שטימט אבער נישט מיטן שופלאד מנהג.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 3:28 pmדי זאכן האבן מער מיט מנהג המקום ווי מיט מסורת אבות.ווייזער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 3:24 pmלמשל איינער אין זיין קהילה זאגט מען לכו נרננה שטייענדיג - אדער נשמת זיצנדיג?
און ער ציט זיך אוועק אין אן אנדערע מקום פון די קהילה, מעג ער זיך אראפזעצן ביי לכו נרננה, אדער בלייבן שטיין ביי נשמת?
די זעלבע זאך מיט ויקרב קץ משיחיה, צי מיט ליינען ספירה פאר'ן סדר? צי מיט'ן נישט לייגן תפילין פאר זיין בחור איידער די בר מצוה, אריינלייגן דאס קינד אין שופלאד ביים וואכנאכט וכו'
אויף די אלע זאכן האב איך נישט קיין קלארע מהלך, אפשר אנדערע יא, ווייל ס'איז פארבינדן מיט מנהגים און נישט מיט הלכה, און אסאך מאל זאגט מען א מנהג איז שטערקער פון א דין כידוע, אדער נישט.
אבער הא תינח ווען איינער וואינט אין סקווירא אדער אן אנדערע שטעטל ווי אלע שולן פירן זיך די זעלבע, דארט איז טאקע דא א מנהג המקום. אבער איינער וואס וואינט למשל אין בארא פארק און זיין טאטע דאווענט אין א שול ווי מ'זאגט סליחות פארטאגס, מעג די זון דאווענען אין א שול ווי מ'זאגט מוצאי שבת? אדער האט ער א מסורה צו דאווענען דארט ווי מ'זאגט פארטאגס?
וקול התור נשמע בארצנו
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
די פאר שאלות קענען רואיג בלייבן אפן, ווייל איך מיין אז מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו אויסקלארן דעם חלק הארי פון דעם פארפלאנטערטן (און פארווייטאגטן) ענין. (און אויב דארף מען מער, וועט מען קיינמאל נישט פערטיג ווערן).קלאנג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:25 pm
ווילסט מחלק זיין אז וואס מ'טיט אין בית מדרש דארף מען גיין לויט מנהג המקום און אינדערהיים דארף מען טון ווי די טאטע? א חידוש אבער מ'קען עס הערן. שטימט אבער נישט מיטן שופלאד מנהג.
אבער הא תינח ווען איינער וואינט אין סקווירא אדער אן אנדערע שטעטל ווי אלע שולן פירן זיך די זעלבע, דארט איז טאקע דא א מנהג המקום. אבער איינער וואס וואינט למשל אין בארא פארק און זיין טאטע דאווענט אין א שול ווי מ'זאגט סליחות פארטאגס, מעג די זון דאווענען אין א שול ווי מ'זאגט מוצאי שבת? אדער האט ער א מסורה צו דאווענען דארט ווי מ'זאגט פארטאגס?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 312
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
ווען צו זאגן סליחות איז קלאר א מנהג אבות, דיין טאטע זאגט נישט סליחות פארטאגס ווייל אזוי טוט מען אין זיין בית מדרש, סאיז דא וואס פירן זיך צו זאגן סליחות ביינאכט און זיי גייען ספעציעל צו א שול ווי מען טוט אזוי.המברך יתברך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:28 pmדי פאר שאלות קענען רואיג בלייבן אפן, ווייל איך מיין אז מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו אויסקלארן דעם חלק הארי פון דעם פארפלאנטערטן (און פארווייטאגטן) ענין. (און אויב דארף מען מער, וועט מען קיינמאל נישט פערטיג ווערן).קלאנג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:25 pm
ווילסט מחלק זיין אז וואס מ'טיט אין בית מדרש דארף מען גיין לויט מנהג המקום און אינדערהיים דארף מען טון ווי די טאטע? א חידוש אבער מ'קען עס הערן. שטימט אבער נישט מיטן שופלאד מנהג.
אבער הא תינח ווען איינער וואינט אין סקווירא אדער אן אנדערע שטעטל ווי אלע שולן פירן זיך די זעלבע, דארט איז טאקע דא א מנהג המקום. אבער איינער וואס וואינט למשל אין בארא פארק און זיין טאטע דאווענט אין א שול ווי מ'זאגט סליחות פארטאגס, מעג די זון דאווענען אין א שול ווי מ'זאגט מוצאי שבת? אדער האט ער א מסורה צו דאווענען דארט ווי מ'זאגט פארטאגס?
ווי אויך דארף מען פארשטיין אז נישט יעדע מנהג קען מען אנהענגען אויפן טאטע, סאיז דא מנהגים לבית האבות, פסח זעט מען דאס שטארק, יעדער האט געזען וויאזוי זיין טאטע טוט. דאן איז דא מנהגים וואס זענען הלכה מנהגים, וויאזוי מען האט אנגענימען א ענין אין הלכה. און געווענליך איז נישט דער טאטע וואס האט מכריע געווען דערין, נאר דאס באלאנגען פאר די פוסקים, און דא קוקט מען פון ווי מען קומט אדער ווי מען באלאנגט. אז איינער האט א טאטע אדער זיידע וואס איז א דיין און פוסק קען ער טוען ווי זיין טאטע. דאס איז שטארק נוגע ווען מזעט אז א געוויסע זאך טוט נישט דער טאטע ווי די הלכה מוז נישט מיינען אז ער פירט זיך אזוי. אויב איינער הערט ביי א הלכה שיעור אז מען דארף אזוי און אזוי טוען ביים כשר׳ן, און ביי זיין טאטע האט ער נישט געזען אזוי, זאל ער דאס זאגן פארן דיין און ער וועט אים קלאר זאגן צו דאס איז א חיסרון ידוע אדער מנהג.
און צירוק צו סליחות, רוב מענטשן זענען נישט קיין פוסקים און האבן נישט קיין מיינונג ווען מדארף זאגן, און אויב אין דיין קהלה פירט מען זיך צו זאגן פארטאגס, און דיין טאטע זאגט באנאכט, זאלסטו מברר זיין אויב ער טוט דאס פלעין ווייל אזוי איז אים גרינגער, און אויב טאקע יא, איז נישט דא קיין צד צו זאגן: ביי אונז האט מען זיך געפירט צו טוען וויאזוי סאיז גרינגער. ביי אונז האט מען זיך געפירט צו זאגן פארטאגס, און אזוי דארפן מיר טוען. איי דער טאטע? מהאט שוין געהערט אזאנס אז א טאטע טוט נישט גוט. סמיימט נישט אז ווייל ער איז דיין טאטע איז אלעס וואס ער טוט אויסגעהאלטן.
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 799
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
עפעס א תלמוד תורה און מאנסי וואס זיי זענען אוועק פונם מסורה
- המברך יתברך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
- לאקאציע: מאנסי נוא יארק
- אורח הכבוד
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4446
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
- לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)
Re: וואס מיינט מסורת אבות?
פינקט די וואך אריינגעבאמפט און א הפלא'דיגע שיעור פון הרה''ג ר' שבתי קאהן שליט''א מו''ץ ב'קיט"ל קרית יואל (מהר''יי) געזאגט בעפאר פסח איינע פון די יארן אלעס איבער דעם ענין, מנהג, מסורה, תקנה, אויב ס'בטל די טעם? וואס גייט אריין און די כלל?, וואס דארף התרה? ווען העלפט נישט קיין התרה? ועוד ועוד
זייער באלערענט איצט פאר פסח בפרט און אגאנץ יאר בכלל
הרה''ג ר' שבתי קאהן שליט''א מנהג ומסורה
זייער באלערענט איצט פאר פסח בפרט און אגאנץ יאר בכלל
הרה''ג ר' שבתי קאהן שליט''א מנהג ומסורה
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז