lebediger berel האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:37 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:21 pm
ידיד כל חי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:25 am
עפ”י חשבון האט שוין רוסלאנד מער נישט קיין טאנקען
אויב וואלטן זיי נישט צוגעבויעט קיין פרישע במשך דעם יאר וואלטן זיי נישט געהאט, דאס זאגט אוקריינע, אז זיי האבן שוין חרוב געמאכט הונדערט פרעצענט פון די "צאל" טאנקען וואס רוסלאנד האט געהאט זייט די מלחמה האט זיך אנגעפאנגען, אויב זיי ווייסן וואס זיי רעדן
נאכמער,
סהייסט לויט פארשידענע טינק טענקס און אפען סורסעס אז רוסלאנד האט געהאט פאריאר אן ערך פון 13,000 טויזענט טאנקען,
-------
וואר אף אטרישען:
רוסישע טאנקען, הארמאטאן, וואפען פראדוקציע.
אט ליינט:
10,000 טאנקען זענען עלטער ווי 25 יאר סזיצט אין סטאריזשעס כמעט נישט בארירט וואס מדארף איינמאל צירוק קומען מסביר זיין וואס דעס מיינט כמעט נישט בארירט,
מרעדט דא פון די מאסען פראדוקציע וואס האט זיך געענדיגט ווען קאמוניזעם איז געגאנגען פייפען (סאיז געגאנגען אונטער די ערד פאר א וויילע)
פון די 10 טויזענט זענען האלב געווען עלטער ווי 50 יאר -ביז 80 יאר- אלט!
3,000 טאנקען האט מען זיך גענומען בויען נאך 2000 (נאך y2k) ווען פוטין איז געקומען צי די מאכט, וואס דעס זענען געווען די עכטע סחורה וואס זענען כלומרשט געווען גוט מעינטעינט,
דהיינו און פארמאכטע וועירהאוזעס וואס האט די ריכטיגע קלימאט מיט א גוטע מעינטענעס קראו, און מען האט געוואטשט אז מען זאל נישט פארקויפען קיין פארטס אויף די שווארצע מארקעט,
פון די 3 טויזענט זענען געווען עטליכע T 14 ארמאדא וואס הייסען גאר גוטע
ביי די אינוואזיע האט מען גענוצט א געמישאכטס פון אלע, געוויסע וואס מהאט געטרייט איבער צי מאכען מיט מילך קעסטלעך "אן טאפ" (הינער שטייגען) אבער א גרויסע חלק זענען געווען גוטע פרישע טאנקען
פוטין האט נישט געוואלט אויסנוצען די בעסטע טאנקען פאר די אקציע.
מהאט גענוצט א גרויסע חלק פאר בלויזע טראנספארטאציע אריין קיין קיעוו און סומי ווי אויך האט עס געדארפט דינען אלטס א דיקוי און די אוקריינער זאלען ווערען אווערוועלמד,
אבער די אוקריינע האבען עס איבער געקלוגט און חרוב געמאכט ווען סאיז נאך געווען אין א קאנוועי און נאכנישט געווען סטראטיגיש אויסגעשטעלט, און דעס איז אן ארטיקעל פאר זיך
אויך רעכענט נישט אוקריינע און זייער ליסטע פארכאפטע טאנקען,
---
די עכטע נומערען זענען צימאל א סוד, אבער אמעריקע ווייסט מען א טאטעל פון בערך 5 טויזענט טאנקען,
פארוואס נאר 5?
ווייל חוץ דעם וואס אמעריקאנע טאנקען ארבעטען היינט אנדערש ווי יארען צוריק און סאיז מער פארגעשריטען
איז די סיבה אויך וויבאלד אמעריקע ארבעט היינט אינגאנצען אנדערש אויף אזוי סך וועגען ביי מלחמה, ווי למשל אמעריקע וועט אויף זיכען די פירערשאפט מיט ריפער דראונס (גרעי איגעל דראונס) און פטור אן עסק
אפגערעדט פון דעם אז רוב מלחמה גייט דורך לופט ווי מזוכט אויף יענעמס אמוניציע זאפאסען, ראנוועיס, און בעיקר וואפען פעקטאריס
(דאס דארף שוין פארענטפערען עפעס וואס @צל האט נעכטען געשמועסט וועגען רוסלאנד ביי די צווייטע וועלט מלחמה אין אינמיטען געמענטשענט אז רוסלאנד האט פארלוירען מורא'דיגע נומערען פון סאלדאטען וואס דעס דארף כלומרשט ווייזען רוסלאנדס גבורה, אבער דער אמת איז אזוי ווייט מחמת כמה סיבות, אבער פאר אונזער שמועס איז נוגע אז אמעריקע און ענגלאנד האבען שוין דעמאלטס געארבעט צי באמבאדירען סיסטעמאטיש וואפען סטאריזשעס און אמוניציע פאבריקען קודם די פליגער פארבריקען נאכדעם די ראקעטען פארבריקען און נאכדעם די ערד אמוניציע וואס זיי האבען עס געטון חדשים פאר מאיז אריין מיט א ערד אינוואזיע
מהאט אויסגעטריקענט דעם שונא, די עכטע מלחמה איז געשען חדשים פאר אן אינוואזיע (א שטייגער וואס מקען יעצט קלאר זען וויאזוי די אוקריינער האבען געטון מיט חערסאן וואס איז גאר אנדערש וויאזוי די רוסען נעמען באקמוט)
אמעריקע האלט דאס אן ביז היינט ציטאגס, אויסטריקענען יענעמס וואפען ציברעכען יענעמס קאמענד און סטרוקטור
אבער דא האבען זיי זיך געטראפען מיט געבינדענע הענט, וויבאלד רוסלאנד האט קלאר געוויסט אז די אמעריקאנער גייען נאר שיקען אמוניציע פון זייערע סטאריזשעס און א מלחמה וואס איז נישט געבויעט אויף א אמעריקאנע סטראטעגיע,
און די רוסען האבען א זעלטענע אפוטורנעטי אויסציליידיגען די אמעריקאנע סטאריזשעס, ווייל סאיז אזוי ווי איינער בויעט א בילדינג קרום אנדערש ווי די ארכיטעקט האט געשריבען,
קודם די דאך נאכדעם די פענסטער נאכדעם די ווענט וכו'
אפי יענער האט געהאט אלע מאטריאל לויט די פלענער פון די ארכיטעקט וועט ער עס נישט ריכטיג פארנוצען,
און אויב די באנק געט נישט פרישע פיינענס פאר די פריאעקט דאן איז אויס מיט די געשעפט,
און א מלחמה איז קוואנטעטי א חלק פון סטראטעגיע אבער יעדע סטראטעגיע מוז מעטשען מיט די שונא און אויב די שונא האט עס ארויס און וויל (און האט די געלט) קען ער עס איבערקלוגען
אבער אויב אמעריקע גייט אריין און א מלחמה מאאד פראדוקציע דאן איז רוסלאנד אויף צרות נאך ערגער ווי זענען געווען ביי קארעא אדער וויעטנאם ווייל דא איז דא גאר אנדערע אומשטענדען ואכמ"ל,
***
אז מרעדט פון וויעטנאם, בעיקר ווען די רוסען ווילען עס נוצען אלט א פראפאגאנדע (און מלחמה טאקטיק) אפצישטעלען די אמעריקאנע ווילען צי העלפען דעמאקראטיע געווינען
מוז דערמאנט ווערען אז אמעריקע האט זיך פיין געלערענט פון יענע דורך פעלער און דעס קומט צי פארדאנקען געוויסע, ( ווי שווארצקאפ פאועל בוש דער ערשטער ראמספעלד טשעיני און רעיגען)
***
צירוק צי די טאנקען רוסלאנד אליינס קען פראדוצירען א יאר צוויי דריי 100 טאנקען און פרידענס צייט, און דעס איז אן טשיינע קארעא און אנדערע וואס העלפען זיי און גרויסען,
אויך דארף מען און באטראכט נעמען אז רוסלאנד נוצט געהעריג צוואנגס ארבעט,
ווי אויך אז מבאמבאדירט נישט געהעריג רוסלאנדס וואפען פאבריקען אזוי ווי מען האט געטון און פעמונדע דרעזען און אנדערע שווערע אינדוסטריעלע דייטשע שטעט,
מען פייט זייערע פאבריקען מיט סאנקציעס און אנדערע געהיימע מיטלען וואס דעס קומט נישט צי צו באמבאדירען רונדע ארום די זייגער,
נאך א פאקטאר וואס מען דארף נעמען און באטראכט איז די רוסישע קארופציע ביז די מלחמה, און די רוסישע קארופציע יעצט און די פאבריקען
און ווי סהייסט האט פוטין זיך פארלייגט נאר אויף דעם שטילערהייט גראד און אפריל ווען ער האט געזען וואס דא גייט פאר, (אויף קארופציע) וואס אויב ער איז מצליח אפי האלב איז דעס נישט גוטע נייעס פאר די וועלט, אפגערעדט פאר אוקריינע,
הכלל ווען סקומט צי טאנקען און משטעלט ציזאם די רוסישע מהלך ווי מענטשליכע לעבענס שפילט נישט קיין ראלע אפגערעדט אז די רוסישע עקאנעמי און צוואנגס ארבעט שפילט נישט קיין ראלע, מיינט נישט דע דריי א האלב טויזענט טאנקען אז רוסלאנד איז יעצט קאפוט ,
נאר וואס יא? דעס ציזאמען מיט סאנקציעס און די וועלט איז אנטשלאסען צו צישטעלען פאר אוקריינע וואס זיי ברויכען, און דעס אז מקען באמת אפהאלטען טשיינע דאן ווערט עס עפעס,
אויב גייט מען מיט די וואר אף אטרישען ,איז גוט צי וויסען אז אוקריינע נוצט יעצט אויס און באקמוט והגלילות עלעוו טויזענט שעלס א טאג!!
אמעריקע פראדוצירט האלב דערפון א חודש..
א זאך וואס די פענטאגאן ארבעט גאר העפטיג אונטערען טיש צי טוישען און דעס ברויך אן ארטיקעל פאר זיך
איין אייזען קאמפעני וואס האט געמאכט רעלוועיס און גראטעס האט באקומען אפאר וואכען צירוק א ארדער פון די פענטאגאן א ארדער פון 240 און מ י ל י א ן דאלער!!!
א ארדער פון אלע ערליי שעלס פאר טאנקען ארטילערי פאר היימער וכו' און דעס איז איין קאמפעני,
זיי האבען פאריגע וואך געדאפעלט די ארבעטערס און געמאכט א פרישע נאכט שיפט,
איין קאמפעני און פענסילוועניע וואס איז געווען אקטיוו ביי די קארעא מלחמה און איז אנגעגאנגען פאר קליינע ארדערס בעיקר וואס די פענטאגאן האט געארדערט פאר אנדערע לענדער, האט יעצט ממש זיך אויפגעוועקט ווי די טעסטינג לעבס ביי קאוויד,
האט רוסלאנד אויפגעוועקט א שלאפענדע טייגער??