קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:53 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:37 pm
נקימון איז נישט פוסק אחרון.... :wink: :wink: :wink:
אוודאי נישט!
אבער ווען ער זאגט אזויווי מיר איז עפעס אנדערש.
;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol:
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

נארמאליזעם האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:44 pm
איבער דראונס דארף מען קודם האבן א קלארע בליק פון וואס מרעדט.

קאמעקאזי געהעריגע/FPV

גראנאטן ווארפערס

קאמעקאזי - געהעריגע, הערט מען מער רוסישע. FPV זעהט מען ביידע, אוקריינישע מער ווייל זיי געבן ארויס מער.

גראנאטן ווארפערס - זעהט מען מער אוקריינישע ווייל די רוסישע זענען נישט סוקסעספול געווען.

אז איראן בויט דראונס אין רוסלאנד איז געווען באשריבן.
רוסלאנד ווארפט דראונס אויך באשריבן.
לענסעט אטאקעס איז אויך דא.
וואס איז טאקע פשט אז די רוסן זענען נישט סוקסעספול מיט גראנאטן ווארפער דראונס?

ביי די אוקריינער איז עס רעגולער דראונס צו וואס זיי טשעפען צו א קליינע מעכאניזעם און צו די גראנאט טשעפעט מען צו א קליינע 3ד געפרינטעטע וויידל און דאס איז די גאנצע מעשה, פארוואס קענען נישט די רוסן טון די זעלבע?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:53 pm
דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:34 pm
שוין האבעך איינעם וואס האלט ווי מיר אז אין אייוועלט ווערט באריכטעט נאר גינסטיגע נייעס פאר אוקריינע.
און נישט סתם איינער נאר נקדימון גאר!
איך האב נישט געזאגט נאר גינסטיגע נייעס לטובת אוקריינע. איך זאג אז עס איז אביסל מער נוטה צו איין זייט (מער פון וויפיל עס איז די מציאות).

און מסתמא מיט סיבות אויך. נישט סתם אין די וועלט אריין.

א שטיקל חילוק.
איך שטים צו הונדערט פראצענט אוודאי ווערט באריכטעט רוסלאנד האט איינגענומען דא און דארט,
ס'איז אבער שטארק נוטה לטובת אוקריינע.
און די סיבות ווייס איך אויך זייער גוט מענטשן "זעהן" נאר וואס זיי ווילן זעהן, די אנדערע באמערקט מען פשוט נישט.

והשנית די אלע ברענגער'ס מיינען אויף א אמת צו מהנה זיין דעם עולם, און קיינער וויל חס ושלום נישט ווייטוהן קיינעם נישט, מילא מאכט עס אויך אסאך אויס.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

@נקדימון
איך מיין אונז זעמיר אויף איין פעיזש און איך בין נישט מחולק מיט די פינקליכקייט פון די לענסעט דראון (וואס זאל איך טון אז וויקעפידיע שרייבט ווארט ביי ווארט ווי דיר וועגען די עפעקטעווניס פון די לענסעט דראון)
און ווי אויך בין איך נישט מחולק בנוגע די וועג וויאזוי די רוסען טרייען זיך צי אדאפטען צום שלאכטפעלד בכלל און פארבעסערען זייער פראדוקציע בכלל,

פארקערט איך האלט אז די רוסען זענען פון די כלל אז אויב מברענגט אים נישט אראפ עד הסוף ביי א ערנסטע שלאכט קומט ער ארויס סך מער דענזשעריס
ביי זיי גילט די כלל פון כשזה קם זה נופל,
טראץ זייערע קארופציע פראבלעמען

די הויפטען פון די ענגלישע ארמייען האבען דעס שוין ערווענט,
איך האב זיי שוין נאכגעשריבען,

און איך האב עס שוין א שיינע פאר מאל דערמאנט סתם אזוי דארט ווי סאיז אריינגעקומען,
----

ווען איך האב געזאגט אז די דראונס רעדט מען ווי סקומט אריין אין די שלאכטען האב איך געמיינט צי זאגען ווי די בייראקטערס אדער ווי די איראנע קאמיקאזי דראונס וועלכע האבען געזאלט זיין א געים טשעינזשער,
(איז דען נישט געווען א סיזען וואס אונזער רעספעקטירטער נארמי האט פארפירט וועגען די שאהיד דראונס?)
און דאס האב איך געמיינט צי זאגען בנוגע ארטילערי און שווערע פייער , אז די אוקריינע האבען פארפירט נאך די ערשטע פאזע ווען די עולם האט געלאכט פון די רוסישע מפלות און זיי האבען פארפירט אז זיי גייען צאלען א שווערע פרייז אויב די רוסען פאנגען אן א לאנגע פיינפולע וואר אף אטרישען,
מענטשען האבען גאר געהאלטען אז די אוקריינע פארפירען ווייל זיי דארפען מער וואפען פון די מערב,
אבער אין ריאליטעט האבען זיי שטארק מורא געהאט פון די רוסישע מהלכים פון זיך שטעלען לעבען א שטאט און עס אפברענען ביזען גרינד און זיי האבען געהאלטען אז מיט געוויסע וואפען וואס די מערב קען זיי געבען בעוד מועד קענען זיי אפהאלטען די רוסען פון דעס טון,
איי פארוואס האבען זיי דעס נישט געברויכט אנפאנג, מהאט עס שוין אפאר מאל אויסגעשמועסט והשנית זיי האבען אייביג געוויינט פאר וואפען די זשעוועלינס און די בייראקטארס זענען נאר געווען א דיעבד

יעצט דער אמת איז אז און די מלחמה גופא, נאך א שטיק צייט, איז געווען צייטען וואס כהאב נישט מיטגעהאלטען יעדע ריר סא קען איך נישט יעדע ריר מיט יעדע דראון טא איך ליין יא דיינע באריכטען און וואס די שרייבסט איז א חלק פון ווי איך נעם מיין אינפא
(סאיז געקומען א פוינט וואס איך קען פארגעסען ווי איך האב געזען עפעס פון דיר אדער פון סי ען ען)
און סקוקט מיר בכלל נישט אויס ווי די האלסט זיך צירוק פון שרייבען עפעס וואס איז וויכטיג צי וויסען, מקען בכלל נישט זאגען אז די ביסט א איינזייטיגע שרייבער

סא דו זאגסט אז סאיז דא אנדערע וואס יא?
(אויב האב איך גוט פארשטאנען דיין טענה)
קען זיין, נאכאלעם איז עס א פובליק פלאטפארמע
אבער אנדערע (וואס איך וויל נישט זאגען נעמען ווייל אפשר וועל איך אויסלאזען נעמען) וועלכע ברענגען אסאך און די זיראנץ אשכול קאווערען גאנץ פיין דאס גאנצע בילד
אפשר נישט און יעדע דעטאל אבער אווער אלל האט מען ארויס די עכטע פיקטשור
און ווי איך האב געשריבען זענען די מענטשען נישט קיין מלאכים אדער פראפעשענעל באצאלטע שרייבערס סקען אמאל נעמען צייט ביז זיי כאפען אויף עפעס אבער יעדער האט א טאלאנט וואס ברענגט עפעס צום טיש און ציזאמען איז מען גאנץ פיין געקאווערט

כוועל דיר נאכזאגען נאכמער , איך דערמאן מיך אז איך האב ערגעץ דערמאנט לעצטנס (כהאב עס נישט קיין נערווען אויפציזוכען) אז די גייסט ארויס פון וועג צי קאווערען די רוסישע זייט
און אידיש גערעדט אז אלע זייטען זענען געקאווערט
און ביז ווילאנג מברענגט נייעס וואס איז אמת איז דאך עס נאר א גוטע זאך
איך רעדט נישט פון שפעקעלאציעס איך רעדט פון נייעס, טא וואס איז שייך זיך צי דינגען איז דא א מעשה אז
דעס האב איך דעמאלטס געזאגט ווי איז שייך אפי צי באהאלטען אז די רוסען באשיסען עלעקטעריק גרידס וכו , סאיז געווען שייך אז די דאזיגע אטאקעס זאלען טוישען די גאנג פון די מלחמה און מהאט עס פיין באריכטעט
און דעס
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג מארטש 26, 2023 11:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:56 pm
נקדימון האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:53 pm
דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:34 pm
שוין האבעך איינעם וואס האלט ווי מיר אז אין אייוועלט ווערט באריכטעט נאר גינסטיגע נייעס פאר אוקריינע.
און נישט סתם איינער נאר נקדימון גאר!
איך האב נישט געזאגט נאר גינסטיגע נייעס לטובת אוקריינע. איך זאג אז עס איז אביסל מער נוטה צו איין זייט (מער פון וויפיל עס איז די מציאות).

און מסתמא מיט סיבות אויך. נישט סתם אין די וועלט אריין.

א שטיקל חילוק.
איך שטים צו הונדערט פראצענט אוודאי ווערט באריכטעט רוסלאנד האט איינגענומען דא און דארט,
ס'איז אבער שטארק נוטה לטובת אוקריינע.
און די סיבות ווייס איך אויך זייער גוט מענטשן "זעהן" נאר וואס זיי ווילן זעהן, די אנדערע באמערקט מען פשוט נישט.

והשנית די אלע ברענגער'ס מיינען אויף א אמת צו מהנה זיין דעם עולם, און קיינער וויל חס ושלום נישט ווייטוהן קיינעם נישט, מילא מאכט עס אויך אסאך אויס.
איך האב שוין געשריבען און די אנדערע תגובה אז נקדימון איז קיינמאל נישט געווען עפעס ספעציעל פרא אוקריינע, ער איז נאר גאנץ א אביעקטעוו שרייבער,
כווינדער מיך פארוואס די האסט עס נישט באמערקט ביז יעצט,
און איך דארף דיר נישט זאגען וויאזוי דער עולם אפרישיעט אים

און איך האב שוין אויך כמה פעמים געשריבען בנוגע די שטארקייטען פון די רוסישע עמפייער בכלליות און זייערע מהלכים און דאמינירען די וועלטס פאליטיק בפרטיות און קיינער האט בכלל נישט געהאט קיין טענות, פארקערט די עולם באדאנקט זיך זייער,
א זאך וואס איז אמת און אינפארמעטיוו איז די עולם ציפרידען
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום זונטאג מארטש 26, 2023 11:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

נקדימון האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:46 pm
הגוגעה האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:41 pm
@נקדימון!
מיר ווילן הערן דעם גאנצען אמת...
און מיר ווארטן אלע אויף עפעס א פארשאצונג, אויף די קומענדיגע 6 חדשים מיט אן אבשעקטיוו בליק.
הלוואי אין יישר כח פאר ווילן ליינען מיינע תגובות.

איך גלייב נישט איך האב די יכולת פאר נאך לענגערע אנאליז. עס פארנעמט צופיל צייט און קאנצענטראציע.
נעם אין חשבון וויפיל הונדערטער אידן וואלטן הנאה געהאט פון א נקדימון אנאליז וואס דערווייל קען זיך קיינער נישט פארמעסטן דערמיט..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: חאן יוניס

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:37 pm
נקימון איז נישט פוסק אחרון.... :wink: :wink: :wink:
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
סעסעמי סיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:29 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעסעמי סיד »

איל בין סתם נייגעריג צו אמעריקא האט קאמאקאזי דראנס אדער גראנאטן שיסער דראנס און אויב יא ווי סוקסעםל זכנען זיי און די עיקר פארוואס שיקן זיי עס נישט קיין אוקריינע
האב נישט פיינט קיין צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר!!!
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

פאלעסיידס האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:05 pm
דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:56 pm
נקדימון האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:53 pm
דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:34 pm
שוין האבעך איינעם וואס האלט ווי מיר אז אין אייוועלט ווערט באריכטעט נאר גינסטיגע נייעס פאר אוקריינע.
און נישט סתם איינער נאר נקדימון גאר!
איך האב נישט געזאגט נאר גינסטיגע נייעס לטובת אוקריינע. איך זאג אז עס איז אביסל מער נוטה צו איין זייט (מער פון וויפיל עס איז די מציאות).

און מסתמא מיט סיבות אויך. נישט סתם אין די וועלט אריין.

א שטיקל חילוק.
איך שטים צו הונדערט פראצענט אוודאי ווערט באריכטעט רוסלאנד האט איינגענומען דא און דארט,
ס'איז אבער שטארק נוטה לטובת אוקריינע.
און די סיבות ווייס איך אויך זייער גוט מענטשן "זעהן" נאר וואס זיי ווילן זעהן, די אנדערע באמערקט מען פשוט נישט.

והשנית די אלע ברענגער'ס מיינען אויף א אמת צו מהנה זיין דעם עולם, און קיינער וויל חס ושלום נישט ווייטוהן קיינעם נישט, מילא מאכט עס אויך אסאך אויס.
איך האב שוין געשריבען און די אנדערע תגובה אז נקדימון איז קיינמאל נישט געווען עפעס ספעציעל פרא אוקריינע, ער איז נאר גאנץ א אביעקטעוו שרייבער,
כווינדער מיך פארוואס די האסט עס נישט באמערקט ביז יעצט,

איך האב שוין כמה פעמים געשריבען בנוגע די שטארקייטען פון די רוסישע עמפייער בכלליות און זייערע מהלכים און דאמינירען די וועלטס פאליטיק בפרטיות און קיינער האט בכלל נישט געהאט קיין טענות, פארקערט די עולם באדאנקט זיך זייער,
א זאך וואס איז אמת און אינפארמעטיוו איז די עולם ציפרידען
זיכער האב איך עס באמערקט און וועגן דעם טאקע איז נקדימון פוסק אחרון!

בנוגע דיינע תגובות האב איך טאקע שטארק הנאה וכאן המקום להודות וכו'.
באופן כללי איז אבער אייוועלט א פלאץ וואס איז שטארק גענויגט לטובת אוקריינע, און דאס האט נקדימון אויך געזאגט, און אויף דעם האט איך צוגעשטימט, איך מיין אז אונז זאג מיר בערך די זעלבע זאך.
(האבעך שוין נאך איינער וואס האלט ווי מיר :wink: :wink: )
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

דזיקוב'ער האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 11:12 pm

לץ..
----

די עולם איז לטובת אוקריינע? פארוואס נישט
אבער סהאט נישט קיין עפעקט אויף די אווער אלל רעפארטינג ענד אף די דעי נייעס איז נייעס

אבער צוויי זאכען, איינס די מציאות איז אז געוויסע פרא רוסישע זאכען זענען נישט אקוראט, און ווען סקומט צי די זאכען פון וואס איך רעדט איז א שאד ווען איינער פיטערט שטרוי פארען ציבור (איך האלט אז אומוויסענדע אינגעלייט טיען עס שלא במכיוון אויב זענען זיי יעצט אריינגעקומען און די געים ווייל די רוסען זענען פראפעשענעל )
די צווייטע זאך איז אז ווען מגייט אריין אין געוויסע דעטאלען וואס זענען פרא רוסען דארף מען האבען א געוויסע האבי און א חוש צו אינדענטעפייען וואס איז אמת און אנפאנג קריג האט דעס נקדימון זיך דערלערענט ער האט ווארשיינליך אויך נישט געוויסט די זאכען פאר די קריג און נישט געוויסט וואסערע שלאק האט אים באטראפען ווען ער האט געזען די מציאות וויאזוי און יענע חלק וועלט מעלדט מען נייעס,
אונז זעמיר ציגעוואוינט צי מעלדונגען פון אמעריקא אויסטראליע קאנאדא וכו'
אבער ווי געשמועסט הי קעטשט אפ ווערי פעסט
און טרייט ארויסציזופען וואס איז נישט אמת און אויב האט זיך געמאכט א טעות האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם דעס צי קארעקטירען
די לעצטע סטעיטמענט איז נאר מיין אפיניען פארשטייט זיך
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מאנטאג מארטש 27, 2023 10:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:51 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:50 pm
נקדימון האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:46 pm
הגוגעה האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:41 pm
@נקדימון!
מיר ווילן הערן דעם גאנצען אמת...
און מיר ווארטן אלע אויף עפעס א פארשאצונג, אויף די קומענדיגע 6 חדשים מיט אן אבשעקטיוו בליק.
הלוואי אין יישר כח פאר ווילן ליינען מיינע תגובות.

איך גלייב נישט איך האב די יכולת פאר נאך לענגערע אנאליז. עס פארנעמט צופיל צייט און קאנצענטראציע.
שרייב נאר ווער עס גייט געוואונען און ווען, די רעסט וועט מען שוין מאכן אליין
פארקערט

שרייב נאר די חשבונות

ווער עס וועט געווינען וועלן מיר שוין אליינס באשליסן
איך האב ענק געבעטן.
קומט_אריין_שטימען!!!

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=61043
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

נארמאליזעם האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 11, 2022 2:35 pm
פשוט מסודר האט געשריבן:
יש"כ הרב נקדימון און ישראל הלוי, ועוד חברים. עס איז זעלטן דראמאטיש, חזק !
ווי עס קוקט אויס קומט א זעלטענע בליץ קריג, וואס טוט אמעריקא אז די כלי מלחמה וואס ווערט געשיקט, זאל נישט ארייפאלן און די הענט פון רוסלאנד ?

קען זיין סוועט זיין א בליץ אויף אריין אבער זיי גייען כאפן שווערע דינערן אויף ארויס.
סגייט שווער אפקאסטן פאר רוסלאנד ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן אפאר מאל.
אויב עפעס גייט אמעריקא לייגן ידיים אויף רוסישע וואפן וואס זיי האבן (?) נאכנישט.
סאיז נישט מעגליך נאכציקוקען אלע זאכען אבער א לאנגע צייט פאר די קריג האט דעס אונזער חשובע קאראספאדאנט נארמי געשריבען,
און ער האט געשריבען זייער קאנסיסטענט זאכען וואס איז געווען געבויעט אויף פאקטען , און ער האט אויך געהאט א גוטע שמעק וויאזוי מליינט אפ מזרח אייראפעאישע פאליטיק,
און דעס האלט נאך אן ביז היינט,

סאיז געווען צייטען אנפאנג וואס ווען נישט אים וואלט די ניווא אין די זיראנץ אשכול געווען און גארביטש און סוואלט נישט געווען אנדערש ווי די גאנצע טינקעלע געוועב וועלכעס איז געווען אנגעפילט מיט רוסישע גארביטש,

איך האב עכט נישט געוואלט שרייבען נעמען ווייל איך קען אויסלאזען שרייבערס פון דעמאלטס און בפרט ווען אסאך זענען נישט אזוי אקטיוו יעצט
אבער למשל פאליטישע עקספערט, יצחק אייזיק, מסתמא, מאניש וכו' די אלע האבען געהאלטען דא הויעך די ניווא און געטרייט צי ענטפערען פאר אלע ניו קאמערס ווי אזוי מזעט דורך די פארנעפעלטע רוסישע טונקעלע געוועב
סהאט גארנישט מיט פרא אוקריינע סהאט מיטן קענען די מציאות

פארקערט די אלע זענען געווען דעמאלטס אפגעפרעגט און האבען געהאט א שווער פעלד צי הייסען נארמאל זיי זענען אויסגעשטאנען צימאל זייער שווערע ארגומענטען פון די ניו קאמערס און דעס איז שיין גערעדט
קיינער האט גארנישט געמיינט קעגען זיי אבער סהאט גענומען צייט ביז די מצב האט זיך קריסטאלעזירט , און דעס איז וואס געוויסע רופען אן אז מאיז געווארען פרא אוקריינע
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

לאמיר זיך נישט נער׳ן.
ס׳טוהט וויי צו ליינען רוסישע פארשריט, און מ׳האט הנאה ווען זיי ווערן בא׳היימארט. ס׳איז נאטורלעך אזוי.
ווען מ׳זאל שרייבן יעדן טאג וויפיל אוקריינישע אומבאלימפערטע קעדשעלטיס ס׳איז דא, וועט דער עולם עס נישט אויסהאלטן און אויסלויפן פון געדולט. מ׳לויפט שוין שמאל אויף די נערוון אזוי אויך… און סייקעלאדשיקלי וועלן אונזערע נייעס ברענגען פרויבירן צו ברענגען פרא אוקריינע נייעס ענדערש ווי מעכטיג א רוסישע קרוזער שיף קען שיסן מיסעלס.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פאלעסיידס האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 18, 2022 3:53 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
וועם פירט מען קיין רוסלאנד יעצט?

רוסן? ווער גייט בלייבן קעמפן?

אוקריינער? פארוואס זאלן זיי גיין?

האט אוקריינע מיליטער אין די צוויי פראווינצן? ווער קאנטלארירט זיי יעצט?
חלק א'

אקעי לאמיר יעצט קודם דעס הענדלען

די נייעס איז אז ספעשעל רוסישע יוניטס נעמען ארויס כמעט א מיליאן (אוקריינער פון מזרח) מענטשען אויף באסעס און פארשלעפט זיי ערגעץ און רוסלאנד

לאמיר צירוק בעקען פאר בעגינערס

די מעשה פאנגט זיך אן סך פריער אבער אונז וועלמיר אנפאנגען פון דא

ווען אוקריינע האט אויפגענומען אלעקסאנדער יוטצעניק פאר פרעזידענט אין 14'
האט פוטין געשיקט א מעסעזש פאר די אוקריינע פארלאמענט אז ער האט א מענטש וואס הייסט וויקטאר יאנקאוויטש וועלכע ער וויל צווינגען אז ער זאל ווערען פרעזידענט/דיקטאטור אויף אוקריינע פאר אייביג
די פארלעמענט האט נישט מסכים געווען אז פוטין זאל אויפנעמען א עף עס בי שיק אינגעל מיט א קרימענאלע פארגאנגענהייט
די פאלק האט זיכער נישט מסכים געווען,

אין עווענטשעלי איז געווען גרויסע פראטעסטען אנטקעגען פוטין,

להוציא מלבם וואס די רוסישע טראלס שרייבען אין יענע צייט איבעראל אז אוקריינע האט ליב א רוסישע דיקטאטור זאל הערשען פאר זיי, זיי זענען בטבע מענטשען וואס ווילען ווערען פארקנעכטעט און אונטער געדרוקט
(אזוי האבען די רוסישע טראלס און די רוסישע סטעיט מידיא געשריבען און פרעג מיר נישט זייער חשבון )

אוקריינע האט נישט געוואלט אננעמען די דיקטאטור און מהאט אים געזאגט גיי צירוק צי פוטין און אונז גיי מיר מאכען וואלען פאר פרעזידענט,

ער איז צירוק געפארען קיין רוסלאנד טאקע,

און מהאט געטראפען "ביליאנען" און קעש אין זיינע פאלאצען און אויך א ביליאן דאלער אין גאלד און א פאלאץ וואס ער האט לכאורה גערויבט פין אן אוקריינע באנק,

לאמיר נישט אריינגיין אין די גאלד חלק אבער סאיז גענוג אנציווייזען אז סהאט געהאט פינגער פרינטס פון פוטין מיט זיינע גאר נאנטע
(סמיינט נישט פיזישע פינגער פרינטס דעס איז געווען אזא שפראך אין די אוקריינע און אין די רוסישע פרעסע דאן, א גרויס חלק פון די רוסישע אין די אוקריינע פרעסע זענען מער נישט דא)

פוטין האט עמטליך דערקלערט אז זיי מוזען יא אויפנעמען זיין מענטש
און ווען זיי האבען זיך ארויסגעדרייט האט ער געזאגט אז אוקריינע וועט באצאלען א טייערע פרייז

איך וועל עס מאכען זייער בקיצור
אפאר טעג שפעטער איז ער אריין מיט א גרויסע ארמיי אן מונדירען און קרימיע איר איינגענומען אין עס דערקלערט אלטס א חלק פון רוסלאנד (פארדעם האבען זיי באקומען די נאמען גרינע אומאידענטעפעצירטע מענטשעלעך)

פארוואס ער האט נישט אויפגענומען דארט זיין יאנקאוויטש פאר פרעזידענט נאר האט עס געשטעלט אונטער רוסלאנד איז דא אסאך גירסאות,

אוקריינע האט זיך נישט געבראכען און איינגעלאדענט די וועלט זאל קומען מיטהאלטען די וואלען דארטען ביי זיי (די אינספעקטערס קענען דרך אגב קומען אין יעדע לאנד אריינגערעכנט אמעריקע) און א א פארמעגליכע ביזנעס מאן מיטען נאמען פעטרא פאראשענקא (פון מזרח אוקריינע) וועלכע האט געהאט א קענדי קאמפעני און איז נישט געווען אין פאליטיק פארדעם איז געלאפען (אין געווינען)

זעענדיג אז די וואלען גייט אן
איז פוטין אריין אין אפאר פלעצער הויפזעטליך און מזרח אוקריינע און אנגעפאנגען איבער צי נעמען די שטאטישע פראסוקיוטער אין יו עס בי (אזוי ווי עף בי איי) געביידעס

דא האט ער שוין געדארפט גיין אנדערש,

ווייל די וועלט האט זיך אנגעפאנגען אויפציוועקען און בעיקר פוילען ליטע אין עסטאניע
דא דארף מען זיך אפשטעלען א מינוט,

כדי צי מאכען בקיצור האב איך אויסגעלאזט די אלע פלעטשקערייען וואס זיינע עף עס בי אין אנדערע יוניטס האבען געשריבען יעדען טאג אויף די אינטערנעט קאנאלען,
אבער מהאט געזען ווען זיי שרייבען עפעס ווערט עס נאכגעפאלגט מיט פיזישע אגרעסיעס
אריינגערעכענט, אדער בעסער געזאגט אנגעפאנגען מיט סייבער אטאקעס פארלוימדינגען קידנעפינגס פון געוויסע באאמטע וואס ער האט געהאט אין מיינד אז זיי קענען זיין א ערענסטע געפאר פאר זיינע שטיקעס,
פראטעסטען פון באצאלטע מענטשען וואס האבען זיך פלוצלינג אויפגעוועקט מיט אלטע חטאים פון 100טע יאר צירוק און זיי האבען זיך גענומען פראטעסעטירען איבערדרייען שטעט אפבלאקען בריזשעס אפשפארען געריכט הייזער ציברעכען פייפס ווארפען נאנסטאפ פייערקרעקערס וכו

פוילען האט איינמאל געהאלטען ביי אזא מצב ווי גאר עקסטרעמע עלעמענטען האבען אנגעפאנגען ארויפצישפראצען ביי יעדע וואלען, און פון א דעמאקראטישע פראצעס האט עס אנגעפאנגען צי גיין נעסטי אויף א רוסישע וועג
מענטשען אין שרייבער וועלכע האבען נישט געוואלט תכלית אדער עפעס א ציל נאר געוואלט קאכען א קאשע אין דרייען א רעדעל האבען איבערגענומען די האריזאנט,

פליצלונג פון יעדע פלעינע וואלען האבען אנגעפאנגען צי פליען שטיינער אין אויסשיסען פענסטער

און רוסלאנד האט זיך געאיילט (אמאל דורך שליחים) צי פארדאמען די מצב דארט ביי די אי יו און ביי די יו ען אין ווי נישט

פוילען האט געזען אז עפעס גייט ראונג אבער נישט געקענט פוינטען מיט די פינגער,

אבער דארט האט געהערשט א פרעזידענט מיטען נאמען לעך וואלענסע וואס האט דאך יא געקענט רוסלאנד זייענדיג ברוטאל אינטערגעדריקט אונטער זיי אונטער די סאוויעטען,

די פרעזידענט איז געווען א צווילינג און ער האט אנגעפירט פוילעןס זעלבסשטענדיקייט מערכה קעגען די סאוויעטען, און האט זיי געווינען,

זיין עצם עקזיסטענס איז געווען א דארען אין אויג פאר די אלטע קעי זשי בי גווארדיע וועלכע האט פארלוירען קאנטראל אויף די אלע לענדער נאך דרייסיג יאר זיי אונטערדרוקען
אין לעך איז געווען די סימבאל פאר פרייהייט אין מזרח דייטשלאנד רומעניע אין אלע ווען ער האט זיך די ערשטע דרייסט ארויסגעשטעלט קעגען די שרעק אנווארפענדע קעי זשי בי,
די סאוויעטען האבען געסטראשעט אריינצישיקען טאנקען אין ווארשע קראקע אין זיי איבער פארען אין מאכען א שחיטה
לעך האט פאראייניגט די וועלט מיט (אמעריקע) קארטער בראש אין דעס סוקסעספול אפגעשטעלט

(קארטער לעבט נאך אין איך מיין זיין נעשענעל סעקיורעטי עדווייזער ברעזשינסקי לעבט נאך אויך און א הויעך ראנגיקע סענעטאר ביידען לעבט נאך אויך
און אן אריינגיין אין אן אריכות האט יעצט די אמעריקאנע אדמינסטראציע גענומען אפאר זאכען פון יענע פלעי בוק,
די וועלט האט נישט געגעבען פאר קארטער גענוג קרעדיט דאן)

גיימיר צירוק צי לעך וואלענסע, די קעי זשי בי גווארדיע האט נאכען ווערען באזיגט געשמייכעלט צי אים אין די עפענטליך קייט ער האט געוויסט אז ער איז א סימבאלישע טארגעט
נאכדעם וואס ער האט געהאט אינסייד קעי זשי בי לייט און דעפעקטירער האבען אים דעס געזאגט
איין טאג האט אים די געוועזענע קעי זשי בי געווארדיע איינגעלאדענט קיין סמאלנעק רוסלאנד פאר עפעס א צערעמאניע און זיין פליגער איז מער נישט צירוק געקומען סהאט געקראכט אונטער מיסטריעזע אומשטענדען,
אויפען פליגער זענען אויך געווען אפאר פוילישע וויכטיגע עלעמענטען,

רוסלאנד האט נישט אריינגעלאזט קיין אויספארשער צום עקסידענט פלאץ , אין זיכער נישט קיין פוילישע אויספארשער (מרעדט דא פון א פוילישע פרעזידענטס אומקום)

פוילען האט שרעקליך פארפירט אין געסטראשעט רוסלאנד,

וואס איז געווארען דארט צום סוף געדענק איך נישט אויפן מינוט, אבער איך מיין נאך א שטיק צייט האבען זיי יא עפעס אריינגעלאזט נאכען אפווישען אלע באווייזען אין גענומען פוילען אויף א רייד,

די רוסען האבען זיך געווינדערט הויעך, זייט ווען פארט א פרעזידענט מיט א אנגעטרונקענע פיילאט וועלכע טרייט צי מאכען קונצען און פארט און א נעפעל טראץ דעם וואס רוסישע לופט קאנטראלערס האבען געוויינט בלא בלא בלא..

פוילען האט געקריצט מיט די ציין אבער נישט געקענט פוינטען מיט די פינגער און נישט געהאט קיין באווייזען,

אין רוסיש געשטיצטע טראלס אין פוילען ווי אויך אין די רוסישע סטעיט מידיא (און אויך אפאר פוילישע אלעק זשאונס שאויס) האבען געמאכט ליצי לצנות פון די פייגלעך וועלכע דרייען זיך ביי די פוילישע אין קעפ,

אזוינע קאנספיראציע חברה וועלכע פוילען האט,

אין די ניגון האט זיך אנגעפאנגען. האלו די האלסט טאקע אז רוסלאנד האט גע..? בלא בלא

צי סך קאפ האבען די פוילישע נישט געקענט צילייגען צו די רוסישע טריקס יעצט ווען לעך וואלענסע איז שוין נישט דא, ווייל די פאליטיק דארטען האט אנגעפאנגען צי נעמען אן ערגערע דריי, נאך די טראגישע פליגער קראך און סמאלנעק, ווייל עקסטרעמע נאצינאליסטען האבען אנגעפאנגען מיטאמאל ארויסציוואקסען און פוילען און ארויס מיט פראטעסטען,
פראטעסעטען אין קאנטער פראטעסטען באגלייט מיט מכות ווערט אן נארמאלע ערשיינונג אין פוילען, און פאר וואס ווען ווי סטראשעט שוין די אי יו אפציהאקען פאונדס פון פוילען און פוילען סטראשעט שוין צירוק די אי יו.

פוילען האט זיך למעשה גאנץ שיין ציזאמגענומען פון די קריזיס, זיי זענען ווי נישט ווי שוין געווען א ווירבעלדיגע דעמאקראטיע יארען,
אין אן אריינגיין וויאזוי האבען זיי איבער געקומען די טשעלענזש
(לעך האט א צווילינג וועלכע איז נאך געווען אקטיוו דאכצעך)

א שטיק צייט שפעטער האט -ווי פריער געשמיעסט- אנגעפאנגען צי גיין זאכען ראונג אין עסטאניע,
העקערייען וועלכע האט פארלאזירט טאלין האט אנגעפאנגען צי ווערען א נארמאלע ערשיינונג
(איך געדענק נישט אויפען מינוט צי עסטאניע איז געווען שוין דעמאלטס אין נאטא, מסתמא יא)
אלטע אנגעווייטיגטע ירושה פייטס האבען אנגעפאנגען אויסציברעכען אין שטעט ביי די רוסישע גרעניצען , פאר וועמען געוויסע שלעסער געהערען?
שלאס לייוו מעטערס פראטעסטען האבען אנגעפאנגען אויסציברעכען אין עסטאניע
ליטע האט אויך אנגעפאנגען צי זעהן מהומות אנגעפאנגען פון גראף פאטאצקיס ריעל עסטעיט ביז באשילדונגען אז דיין טאטע האט ארויפגעקוקט אויף נאציס אין דיין עלטער באבע האט געקאכט פאר א נאצי, רוסלאנד האט זיך געוואנדען צי יד ושם זאל פארדאמען גאנץ ליטע, בקיצור.

און עסטאניע איז עס געגאנגען ביי א קלימאקס ווען זיכערהייט אפיצירען האבען אנגעפאנגען צי באקומען געהיימע דראונגען וועלכע האט זיך געענדיגט מיט א פרעכע רוסישע קידנעפינג -און הארץ פון טאלין- פון א הויעך ראנגיקע זיכערהייט אפיציר וועלכע איז געווען געשטעלט אויסציפארשען רוסישע הייבריד טאקטיקען,
טאלין האט געשוימט און געזאגט ממוז אים תיכף ארויסלאזען פון די רוסישע קאמערען,
רוסלאנד האט געענטפערט אנפאנג, די רעדסט צי מיר? פון וואס רעדסטו?

עסטאניע האט צי די רוסען שאק ארויסגעגעבען באווייזען ווי ער ווערט געהאלטען,

אזוי?

רוסלאנד האט געטוישט די ניגון זאגענדיג אז יא מיר האבען אים אבער.. ער האט בטעות אריבער שפאצירט די רוסישע גרעניץ, אזא מין משוגענער, און יעצט זייטזשע מוחל רוסלאנד וויל אים אויספרעגען אפאר קשיות און מוועט אים תיכף צירוק שיקען!

ער איז נאך מיינעך אין רוסלאנד...

די פיצעלע עסטאניע האט זיך נישט געלאזט פון די רוסישע שאטנאזירונג און זיכער נישט פון די סייבער טעראר וועלכע צווישען אנדערע האט געמאכט בלעקאוטס,
און אויפגעארבעט זייער סייבער מעגליכקייט עד להפליא און לכבוד דעם געווארען א פירענדע פיגור אין סייבער סעקיורעטי
---

אונטער די אומשטענדען האט פוטין אריינגעשיקט זיינע קאמאנדאס קיין מזרח אוקריינע די וועלט מיט אבאמא זענען געשלאפען
אבער נישט פוילען עסטאניע ליטע

שפעטער וועל מיר צירוק קומען ווער טראגט ארויס וועמען פון מזרח אוקריינע ווער איז בעל הבית דארט
איך קוק דא צירוק און די ארכיוון ווי אזוי מהאט געקאווערט די מלחמה ווייל א שרייבער האט געבעטען צי קוקען וויאזוי מהאט געמאלדען די נייעס
איך האלט נאך פאר די מלחמה און כהאב מיר אנגעשטויסען און די ארטיקעל,
און מזעט ווי דער עולם האט נישט קיין אנונג וואס איז געשען מיט אוקריינע און רוסלאנד
סהאט מיר אויסגעקוקט אינטערסאנט דעס נאכמאל צי ברענגען
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מאנטאג מארטש 27, 2023 12:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 12:03 am
לאמיר זיך נישט נער׳ן.
ס׳טוהט וויי צו ליינען רוסישע פארשריט, און מ׳האט הנאה ווען זיי ווערן בא׳היימארט. ס׳איז נאטורלעך אזוי.
ווען מ׳זאל שרייבן יעדן טאג וויפיל אוקריינישע אומבאלימפערטע קעדשעלטיס ס׳איז דא, וועט דער עולם עס נישט אויסהאלטן און אויסלויפן פון געדולט. מ׳לויפט שוין שמאל אויף די נערוון אזוי אויך… און סייקעלאדשיקלי וועלן אונזערע נייעס ברענגען פרויבירן צו ברענגען פרא אוקריינע נייעס ענדערש ווי מעכטיג א רוסישע קרוזער שיף קען שיסן מיסעלס.
סאיז אמת אז רוב עולם האט הנאה אז רוסלאנד כאפט מכות
איך בין נישט מחולק מיט דעם
און דעס איז נאר בעיקר ווען מקאמענטירט אדער מטענהט זיך אין זייטיגע אשכולות

אבער ווען סקומט צי לאנג טורם נייעס וועט מען טראץ דעם מעלדען וואס מדארף, וודאי דארף מען וויסען ווי איין און ווי אויס

קיינער טענהט נישט און די נייעס סעקשאן אז די אוקריינער האבען נעכטען צירוק איינגענומען מאריאפעל.. אדער דו אוקריינער פליען יעצט ארום העכער מאסקעווע מיט f16 ,
כאפסט וואס כמיין?

משא"כ אויב איז דא א פאג אף וואר נעמט עס טאקע אמאל א שטיק צייט דאס אויסציקלארען ווי למשל די נייעס ארום קרימינע

יעצט ווייטער, די נומבערס פון די אוקריינע קעזשעלטיס מאכט נישט אויס דערווייל ווי די נומבערס פון די רוסישע קעזשעלטיס, ווייל רוסלאנד זיצט ביי יענעם און לאנד, און ווי די היסטאריע ווייזט האט עס אויסגעמאכט אין אפגאניסטאן וויעטנאם אדער אין טשעטשניע ביי די ערשטע מלחמה,

נאכמער פארדעם פאמפט אוקריינע און די מערב וועלט טאג טעגליך פון די פארלוסטען ווייל זיי ווילען סזאל אנקומען צי די ריכטיגע אויערען און רוסלאנד,
ווייל פוטין אליינס האט גאר קנאפ א פראבלעם מיט די פארלוסטען
סאיז א חלק פון די מלחמה
מיט אנדערע ווערטער אוקריינע מוז פאמפען דערפון אפי סאיז אמת

אבער אוקריינע האט נישט קיין פראבלעם צי זאגען אז זיי צאלען א טייערע פרייז צי פארטיידיגען זייער היימלאנד,

ביז פאראיאר האט אוקריינע ארויפגעלייגט און צענטער פון קיעוו מאנומענטען נעמען און בילדער פון די אלע קעזשעלטיס וואס זייער מיליטער האט געליטען זייט 2014
אדרבה זיי שפילען עס אויף
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פאלעסיידס האט געשריבן: זונטאג מאי 08, 2022 4:37 pm
די קאנאדישע סנייפער וואלי פארט צוריק קיין קוויבעק אינאיינעם מיט זיין באגלייטער סנייפער גערופען שעדאו
פאלעסיידס האט געשריבן: זונטאג מאי 08, 2022 5:30 pm
א גאנצע שיפמענט מיט סחורה (טייערע ארמארד וועסטלעך וכו' ) וואס א קאמפעני האט מנדב געווען פאר קעמפער אויף די פראנט ליין איז פארשווינדען געווארען עטליכע וואכען צוריק,

די אוקריינע קעמפער רעדען זיך אפ מער און מער לעצטענס אז סקומט נישט אן גאר וויכטיגע סחורה,

אנפאנג האבען קאמפעניס געמיינט אז זיי ווילען נאך אדער ווילען צימישען די שונא
אבער לעצטענס קומען ארויס מער און מער עדות אז די אוקריינע פעלען אסאך וויכטיגע סופלייס
די געוועזענע רעספעקטירטער נאטא קאמאנדיר וועסלי קלארק האט געשיקט א דרינגענדע מעסעזש צי די ביידען אדמיניסטראציע (זיכער צי מאכען אז די וואפען קומט אן צי די ריכטיגע האנט, באצייטענס) און אז די מלחמה האט גענומען א אינערליכע שיפט נאך פיר וואכען, וואס לויט אים וואלטען די אוקריינע געדארפט האלטען סך ווייטער,
דעוויד פעטראועס די געוועזענע סי איי עי דירעקטאר האט זיך ציגעשטעלט צי די רוף און געזאגט אז אויב שאקעלט מען יעצט נישט אויף -און די נעקסטע צוויי וואכען- די סופליי רוטס פון אמעריקע פארפאסט מען א גאלדענע געלעגענהייט צי ראטעווען אוקריינע!
ער זאגט אז פוטין האט שטילערהייט ארום געטוישט אלעס זיך געלערענט פון די ערשטע פיר וואכען מענטשען האבען געפלאפעלט פאר מהאט געזיגט, און געזאגט איך מוז ארויס קומען אפען זאגען אז מפאפט זיך די אוקריינע באקומען נישט דעס וואס זיי דארפען פאר די יעצטיגע מצב, איך זאג עס ווייל מקען עס טוישען שנעל און גרינג אויב מוויל, אבער זיך פאפען האט נישט קיין פשט, סאיז אמת אז משיקט וואפען פאר אוקריינע, און די אויגען פון מאנכיגע איז עס אפשר גענוג אבער סאיז נישט מסודר,

סאיז דא וואס זאגען אז סאיז א קאמפליצירטע אונטערנעמונג, סווערט מער פארצווייגט ווי לענגער די מלחמה שלעפט זיך, אבער פעטראועס וועלכע האט די בענעפיט פון פירען א מיליטער סיי און איראק און סיי און אפגאניסטאן זאגט אז א מיליטער דארף דעס קענען אויספיגערען, אדרבה מהאמיר עס שוין געטון יארען צוריק אונטער סך שווערערע מצבים,
-------

די באקאנטע סנייפער וואלי האט פשוט איבערגעלאזט די שלאכט פעלד נאכדעם וואס די אומקאמפעטענץ ארום אים האט גענומען וואקסען מער און מער, און איין פאל ווען צוויי קאנסקריפטס זענען ארויס פון זיין טרענטש כאפען א ציגערעטעל אן קיין שום חשבון, אפאר מינוט שפעטער האט געלאנדענט רוסישע פייער געציילטע פיס לעבען אים און זיי געהארגעט און שיעור נישט אים דערהארגעט מיט זיין שותף,
"סליגט צי סך אין מיר איך זאל עס פארלירען פאר אזא טיפשות, מדארף מיך נוצען פאר סך וויכטיגערע זאכען און נישט ציזאם שטעלען מיט אזאלכע נישט עקספיריענסד פארשוינען"

וואלי און זיינע קאלעגעס האבען פארציילט אז איינמאל ווען ער האט זיך געריקט לעצטענס צי א פראנט זענען זיי געבליבען אן געווער פאר א שטיק צייט און זיך געדארפט בעטען מזאל זיי געבען כאטש א עי קעי 47 און נאך גרויס השתדלות און פאון קאלס צי מענטשען וואס קענען מענטשען צי שאפען די ak47 און נאכדעם האט זיך אנגעפאנגען א פרשה מיט אמונציע,

וואלי איז געווארען פרוסטערירט נאך די ציגערעטל מעשה, און אוועק פון אוקריינע אבער זאגט ער וואלט זייער געוואלט צוריק קומען ווייל די רציחות וואס ער האט געזען און אירפין האט אים אויפגעשוידערט ביזען ביין
(ער זאגט פון סיריע ביז אפגאניסטאן האט ער נאכנישט געזען אזאלעכע רוצחים און רציחות)

ווי סקוקט אויס רעדען אלע פון טעגליכע (קלענערע) זאכען וואס סאלדאטען נוצען סאיז אבער גרינגער צי גנבענען (און פארקויפען? )
-----

דעס איז פון מאי

קוקט אויס ווי איך האלט מיך צירוק פון רעפארטען עפעס?

אז מאיז פרא רוס באמערקט מען עס נישט
יהק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:40 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהק »

נקדימון איר זענט מכובד צו ברענגן אלע פרא רוסשע נייעס איר זענט א גרויסע שופר דא ווער האלט אייך אפ? נארמי וועט ווייטער ברענגן גוטע נייעס פאר אוקריינע און איר פאר רוסלאנד איר זענט סייווי אלמאל געווען גענויגט אויף די רוסשע זייט נא ברענגט שוין די פולע ווירשן אזוי וועט זיך אויסגלייכן
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

יהק האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 7:41 am
נקדימון איר זענט מכובד צו ברענגן אלע פרא רוסשע נייעס איר זענט א גרויסע שופר דא ווער האלט אייך אפ? נארמי וועט ווייטער ברענגן גוטע נייעס פאר אוקריינע און איר פאר רוסלאנד איר זענט סייווי אלמאל געווען גענויגט אויף די רוסשע זייט נא ברענגט שוין די פולע ווירשן אזוי וועט זיך אויסגלייכן
וואסארע נייעס איינער ברענגט איז בכלל נישט אן אינדעקאציע וואס א זייט ער איז
פארקערט לכאורה וויל ער חיזוק ברענגט ער די שרעקליכע נייעס אויף אוקריינע אז איינער זאל זיך אקעגען שטעלן אפרעגען אדער ברואיגן.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סאיז דא פרא אוקריינע וואס ברענגען ביידע נייעס,

סאיז דא פרא רוסען וואס ברענגען ביידע נייעס,

סאיז דא פרא רוסען וואס ברענגען נאר רוסישע נייעס.

ביז דא איז אלעס אקעי
אבער נאכדעם איז דא פרא רוסען וואס רעדען זיך אפ; ווען זיי האבען א טשאנס , אז מקאווערט בכלל נישט קיין רוסישע געווינסען ווען סגעשעט, אדער מקאווערט בכלל נישט ווען זיי נוצען די איראנע קאמיקאזי דראונס, אדער מקאווערט בכלל נישט ווען די רוסען נוצען א קינזעל מיסעל, אדער מקאווערט אינגאנצען נישט קאדיראווס סטעיטמענט, אדער מקאווערט אינגאנצען נישט פריגאזין, אדער מקאווערט אינגאנצען נישט ווען די רוסען שיסען א מיסעל אויף א טרעין סטעישען און צענדליגע אוקריינע ווערען געהארגעט, וכו וכו וכו

און דעס איז נישט אקעי,
ווייל סאיז ליגענט, אין די יעניגע וואס רעדען זיך אפ א גאנצען טאג א מקאווערט נישט דרייען סתם א קאפ,

וואס איז מיר אינטערסאנט מיט די סארט פרא רוסישע זאכען איז

קודם רוקט מען ארויס א באשולדינג קעגען צענדליגע בעסטע שרייבער פון אייוועלט, און נאכדעם פארענטפערט מען שוין פארוואס סאיז טאקע אזוי

קודם מאכט מען א הנחה, און נאכדעם באפעסטיגט מען די ליגענט מיט תירוצים,
העי געב נישט קיין תירוצים, אונז זעמיר נאכנישט מסכים מיט די גערעדאכטס אין פורסט פלעיס,

עניוועי צירוק צי די נייעס פון מיין זייט האט איך יוצא געווען
אוועטאר
wbbp
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 21, 2023 5:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wbbp »

פאלעסיידס האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 4:56 pm
סלאוועניע האט געכאפט צוויי רוסישע שפיאנען מיט פאלשע נעמען וועלכע האבען געארבעט און געליפערט סחורה פאר די זשי אר יו,

די צוויי שפיאנען זענען כלומרשט געווען ארגענטינע בירגער און געהאט זיראו פארבינדונג מיט רוסלאנד,
****

(זיי זענען געווען אונטער די טרויעריג באקאנטע סאוויעטישע אומלעגאלע פראגראם, ווי די קאמוניסטען האבען געהאט פארשפרייט אזוי גערופענע סליפער אגענטען וועלכע האבען געדארפט שלאפען פאר א מינימום 20 30 יאר פאר זיי האבען אנגעפאנגען צי ארבעטען פאר די רוסישע מאנופילעטערס,

נאכדעם וואס קאמוניזים איז ציפאלען פאר געציילטע יאר אין רוסלאנד, האט אנגעפאנגען ארויסציקומען אינפא וועגען די פראגראם,
אבער פוטין האט נאך אפגעשטעלט די ליקס לויט געוויסע עקספערטען סוף ניינציגער יארען נאך פאר ער איז געווארען עמטליך פרעזידענט און אונטער גענומען א מאסיווע ליצנות קאמפיין קעגען די ליעקס, און נאכדעם האט גאר שטארק פארברייטערט די פראגראם,
אבער לכל הדעות האט ער דעס אויסגעברייטערט נאכדעם וואס ער איז שוין געזיצען אויפען זאטעל.

צווישען די אנדערע אומלעגאלע זאכען און פראבלעמען לויט די פראגראם איז געווען אז די קינדער זענען געווען לעגאלע רוסישע בירגער וועלכע באלאנגען -לויט זייער פאטערס קאנטראקט- פאר סטאלין פאר פוטין און פאר פריגאזען אגענטורען אבער זיי זענען אויפגעוואקסען ווי אומשילדיגע אמעריקאנע אדער קאנאדישע בירגער וועלכע האבען אפי נישט געוויסט אז זיי -גענצליך אמעריקאנע בירגער- זענען עבדים פאר די עף עס בי, און ווען זיי זענען געוואר געווארען און זיי האבען זיך נישט געוואלט צישטעלען האט מען זיי קודם גערופען צי א פסיכאלאגישע קורס זיי צו ברעינוואשען מיט קאמוניסטישע רוסישע פראפאגאנדע און שקרים
(אזאלכע פראפאגאנדע וועלכע אונזערע בחורים און אינגעלייט שטויסען זיך ליידער לעצטענס אן אויף אינטערנעט, טעלעגראם קאנאלען, האטליינס וכו')

טאמער סאיז אבער נישט געגאנגען מיט גוטענס האבען זיי אפיר גענומען מאמע רוסלאנדס אנדערע "איידעלע מיטלען" און זיך מטפל געווען מיט זיי ,

די אמעריקאנע גאס האט זיך באקענט דערמיט אונטער אבאמאס צייטען ווען די עף בי איי האט אנדעקט אז זיי גייען שוין נאך פאר "צענדליגע יאר" געוויסע "אומלעגאלע" און גאר געהיימע מעטאדען וואס די בוש אדמינסטראציע האט איינגעפירט,

אבער אבאמא האט "פאר א סיבה" דעס ארויסגעגעבען און צירוק געשיקט פאר רוסלאנד "די אומלעגאלע"

און געהיים האבען עשקראפט, טשעיני, לינזי גרעהעם, זשאן מעקעין, געקאכט אויף אבאמא און זיין לינקע אטורני גענעראל האלדער פאר ארויסגעבען די אינפארמאציע,

אבאמא האט שנעל מיט די הילף פון די מידיא ארויסגעלייגט א קאמפליצירטע תירוץ פארוואס דעס איז ארויסגעקומען צום גאס , (ליין פארוואס מהאט געמוזט ענדיגען פלוצים די אויספארשונג) די תירוץ האט געשמעקט פון פאליטיקס

(איך קען יעצט נישט אריינגיין און אריכות ווייל מדארף האבען גאנצעטע בלעטער דעס דורך צי גיין ואין כאן מקום, ווי למשל איך וועל געבען צוויי דוגמת אויפן שפיץ גאפעל,

דא איז געווען אינוואלווד נאך זאכען מיט דעם אבאמא, אז פוטין מיט זיין רוסישע שפיאנען האבען געהאלפען חיזבאללה מיט איראן שמוגעלען טייערע קארס ארויס פון אמעריקע דורך מעקסיקא און דורך די זעלבע רוטס האבען די רוסען זיכער געמאכט אז דראגס פליסט אריין קיין אמעריקע און מעקסיקא (די אוקריינע פון אמעריקע) בלייבט אן אומסטאבילע שכן פאר איר גרעסטע טרעד די פרייע אמעריקע,
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות און כאפען די רינג, וועלכע איז געשטאנען אונטער די ארגאנזירטע מאסיווע קאר גניבות ביינונז אין ניו יארק, די אינוועסטיגאציע האבען געהאלטען גאר ווייט, אבער אבאמא האט אפגעשטעלט די אויספארשונג אויף די בקשה פון פוטין אין איראן,

און דאס האט אויפגעהויבען אויגען ברעמען איבער די לענג און ברייט פון די אמעריקאנע זיכערהייט אגענטורען וועלכע זענען נאכנישט געווען אנגעפילט מיט לינקע עלעמענטען אבער זיי האבען פארשטייט זיך געשוויגען ווייל זיי האבען געהאט דרך ארץ פאר די אמעריקאנע פרעזידענט,

נאכדעם איז געווען נאך אישוס ווי למשל רוסלאנד און כינע האבען אריינגעפאנדעלט שווערע געלטער און אבאמאס קאמפיין מיט די הילף פון די סליפער אגענטען און סאיז געווען ציטיילט און קליינע נדבות מיט שטרוי אקאונטס,

אבער ווען אבאמא איז געווארען פרעזידענט זענען די אלע אויספארשונגען פון די וואל קאמיטען געגאנגען שלאפען,

נאכדעם איז געווען אישוס ווען צענדליגע פראו רוסישע לינקע דייטשען און אייראפעיער זענען געקומען וואלענטורען פאר די לינקע אבאמא )

צירוק צו די סליפער אגענטען , אסאך אין די אינטעל קאמיונעטי האבען אנגעוויזען אז די תירוצים וואס זיי האבען אנגעגעבען , צי ברענגען אן ענדע צי די קאנטער שפיאנאזש אויף די אומלעגאלע , איז געווען מעשה בכל יום און גארנישט אוט אף די ארדענערי און אבאמא האט זייער גוט געוויסט דערפון,

די ספעצפישע עף בי איי קאנטער שפיאנאזש אפאראציע האט געהאט די קאוד נאמען " אפאראציע רוחות מעשיות" ghost) stories )

לאמיר גיין ווייטער, צווישען די ארבעט פון די סליפער אגענטען איז געווען אזאלכע וואס זענען געווען געשטעלט זיך אריינצידרייען צווישען די לאטינאס און אנדערע מינאריטעטען און ווערען רעדאקטערס ביי זייערע מידיא און שפייען האס קעגען אמעריקע און מסביר זיין פארוואס פוטין אין פיניג פינג זענען היראוס,

איינע פון די צייטונגען וואס איז געווען קאנטראלירט דורך פוטינס אגענט מיטען נאמען פאלאוועז א רעספעקטירטער קאלומניסט און רעדאקטער, מיט א פאלשע אינדענטעיט,
איז געווען די גרעסטע ספאנישע מידיא נעץ און ניו יארק מיט די נאמען על דיאריע לע פארנאסע
דארט האט זי געגאסען פעך און שוועבעל אויף אמעריקע ,

אויב איז די מעשה נאכנישט גענוג אינטערסאנט איז דא א אינטערסאנטע קרישקעלע וואס האט זיך אפגעשפילט מיט די צען סליפער אגענטען וועלכע אבאמא האט גראד צירוק געשיקט קיין וויען און פון דארט צי פוטין פריגאזין,

אמעריקע האט דורך געפירט אין איילעניש די אויפטויש וועלכע נעמט געווענליך חדשים אויב נישט יארען,
און באקומען פאר זיי איינער וואס איז געווען פארכאפט דורך פוטין פארען זיין אן אגענט פאר ענגלאנד נאך אונטער די קאמוניסטען, פוטין האט אים ארעסטירט נאכדעם וואס ער האט עס פארציילט יארען שפעטער ווען די סאוויעטישע רעזשים קעגען וועם ער האט שפיאנירט האט שוין נישט עקזעסטירט און סאיז געווען אויף איר פלאץ די רוסישע דעמאקראטישע גאווערמענט,
דעס אזוי ווי דייטשלאנד וואלט יעצט ארעסטירט איינעם פארען שפיאנירען קעגען די נאציס,

הפנים דער שפיאן האט געהייסען סערעגעי סקריפעל, עטס קענטס די נאמען?

יא דער וואס פוטין האט געטרייט צי פארסאמען נאכען אויסטויש,

אבער די סקריפעל האט געארבעט און א קעי זשי בי דעפארטמענט וועלכע האט זיך אפגעגעבען אין אונטער גראבען פאליטיקס און מערב לענדער, און בפרט האבען זיי געדארפט פראדוצירען שמוץ קעגען מערב פאליטישענס..

דער סקריפעל איז געשטאנען פון ענגלאנד און קאנטאקט מיט אקטיווע מעמבערס -אלטע חבירים- פון יענע דעפארטמענט וועלכע איז קיינמאל נישט געגאנגען שלאפען נאר גאר געארבעט פאר פוטין מיט א פרישקייט,

זאליך גיין ווייטער?

אקעי אביסעל!

די סקריפעל האט באקומען א בקשה פון די אבאמא אינטעל חברה (וועלכע האבען געארבעט אונטער קלינטאנס קאמפיין) צי ער קען שאפען שמוץ אויף טראמפ פון די רוסישע שמוץ דיפארטמענט,
שמוץ אקעגען די טראמפ וועלכע האט פארפירט קעגען די פראו רוסישע פראו איראנע פראו טשיינע פאלעסיס, און געסטראשעט ער גייט מאכען ארדענונג ביי די גרעניץ שווערצערייען ,

פוטין האט אומשילדיגערהייט ציגעשטעלט שמוץ וועלכע סקריפעל האט געגעבען פאר איינעם וועלכע האט עס געגעבען פאר אבאמעס באאמטע וועלכע האבען עס אריינגעלייגט אין די ניו יארק טיימס, קעגען טראמפ וועלכע איז שוין געווען פרעזידענט עלעקט!
און די טיימס האט געשריבען אז אינטעל חברה האבען באקומען א בריפינג אז פוטין האט סחורה אויף טראמפ,

לכבוד דעם האט אבאמא געעפענט א אינוועסטיגעשען קעגען טראמפ פלין נאך פאר ער איז געווארען פרעזידענט, די באקאנטע ראשון קאלאאזשען, וועלכע האט אריינגעשלעפט טראמפ מיט זיינע קינדער און רינדער קאמפיין מענעזשערס לויערס אקאונטענטס און א קייט פון ענדלאזע אויספארשונגען,

אויספארשונגען וועלכע האלטען נאך אן ביז היינט ווילאנג טראמפ וועט לויפען פאר פרעזידענט,

ווי האט נאר פריגאזין געזאגט? יא יא שיקטס וואפען פאר אוקריינע אבער איך וועל ענק ארויסשניידען די לעבער און קישקעס פאר די נעקסטע פרעזידענט וואלען..

ברעג וואס טוט זיך?)
נישט איבערגעקוקט אבער געגאנגען
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

איך רעדט פון אלווין ברעג די מאנהעטען די עי
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

פאלעסיידס האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 11:26 am
איך רעדט פון אלווין ברעג די מאנהעטען די עי
ביידען ארבעט אויך מיט די חברה? אין קעהוץ מיט פוטינין אונטערצוברענגען טראמפ?
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 12:41 pm
פאלעסיידס האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 11:26 am
איך רעדט פון אלווין ברעג די מאנהעטען די עי
ביידען ארבעט אויך מיט די חברה? אין קעהוץ מיט פוטינין אונטערצוברענגען טראמפ?
מסתמא האסטו נישט גוט אפגעליינט מיין סטעיטמענט וועגען אלווין ברעג אז די פרעגסט די קשיא,
***
אבער צו ענטפערען בקיצור צי איך האלט אויב ביידען ארבעט מיט פוטין אונטערציברענגען טראמפ,
די קורצע תירוץ איז ניין.

לאמיך דיך פרעגען,
ביידען ארבעט מיט טשיינע אונטער צו ברענגען טראמפ?

לאמיך פרעגען נאכמער , איינער ארבעט בכלל אונטער צו ברענגען טראמפ?
***
לאמיך פרעגען ווייטער אין א אנדערע דירעקציע,
ווי ווייט מעג א פרעזידענט פון א לאנד ארבעטען מיט א פרעזידענט פון א אנדערע לאנד?

די תירוץ אויף די לעצטע איז, אז מברויך האבען אויף די זאכען א פרעצעדענט פונקט ווי די געריכט טוט אסאך מאל ,

די פרעצעדענט האט געוויזען אז א פרעזידענט מעג טון וואס ער וויל ווען סקומט צו דעסיידען וואס ווי און וויפיל ממעג שלום מאכען מיט א לאנד, און זיכער ווען יענער זאגט עס אפען,
אבער די פרעצעדענט ווייזט אז עפטער אלל איט קאמינג דאון טו פאליטיקס,

אבער די אמת איז אז אלעס ברויך אראפ קומען צי מאטיווען, וואס זענען די עכטע כוונות פון א פרעזידענט,

צירוק צי ביידען, איך האב אים פערזענליך אנגעקוקט ווי א אלטע קלאס פאליטישען,
וואס כהאף די כאפסט וואס סליגט אונטער די ווארט פאליטישען,
אבער צי ער האט די בליק אויף אמעריקע ווי אבאמא?
לכאורה נישט
***

גיימיר ווייטער וואס מיינט און קעהוץ מיט א שונא
סאיז דא א ים מיט חילוקים אבער אסאך מאל איז די תוצאה די זעלבע,
ווען אלווין ברעג צי קארטעז אדער די אנדערע מיט די טיכעל (איך האב שוין פארגעסען איר נאמען) זענען נבל ברשות הקאנסטעטושען ברויך מען טון עפעס דערצו, זאל זיין אז מטוישט געזעצען אדער א קאמיטע וואס זאל מגלה זיין פאר אמעריקע,
צימאל ווערט עס א קרימענאלע קעיס

אבער לסיום הקשיא, צו רעדען מען ברויך האבען באווייזען,

און שפאקעלירען מעג יעדער, מטאר נאר נישט מישען
אייזיג
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2022 4:05 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיג »

פאלעסיידס האט געשריבן: מאנטאג מארטש 27, 2023 11:13 am
סאיז דא פרא
סאיז דא פרא
סאיז דא פרא

גענוג מיט פרא אהער און פרא אהין

מ'קען שוין נישט הערן טרוקענע נייעס אן נויגינגן צו עפעס א זייט?

פריוואטע מיינונגען אדער אפשאצונגען איז זייער חשוב אבער פארוואס דרייען א קאפ ווען מ'וויל ס"ה וויסן די געשעענישן ווי עס איז?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מעדוועדיעוו האט לעצטענס מודה געווען אז רוסלאנד איז נישט צו גוט אין דראונס.

א לאנד מוז נישט זיין גוט אין אלעס זאגט ער.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”