קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א דאמבע אנצוזאמלען נעמט צייט. געוואנדן וויפיל וואסער עס רינט און מ׳בלאקירט עס
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

א פארצייטישע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:25 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 7:53 pm
א פארצייטישע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 7:39 pm
קען איינער דא מסביר זיין
א. די וואסער גייט צו אדער פון די בלעק סי?

ב. פארוואס איז נישטא קיין וואסער פאר קריימיע זיי זענען דאך ארום גענומען מיט וואסער ארום און ארום?

ג. וואס איז געווען פאר די דעם מאי כל הרעש?
האסט געמאכט די אלע ערויס, וואס די רעדע איז בכלל נישט פון דארט.

די רעדע דא איז בכלל נישט פון אנפאנג דניפרא וואס לויפט אראפ נאך פון קיעוו, די רעדע דא איז ממש דארט ווי דיין לעצטע עראו אינטן ענדיגט זיך דארט איז געווען א דאמבע וואס האט אפגעהאלטן די וואסער פון צו אריינפארן אינעם שווארצן ים, און אזוי אויך פארפלייצן חערסאן (די אלע שטעטלעך וואס ווערן יעצט פארפלייצט).

קריימיע פלעגט באקומען די וואסער צו טרינקן און וואשן די הענט, (ארום קריימיע איז דא גענוג וואסער פונעם שווארצן ים, דא רעדט מען פון קליני) מסתמא לויפט פייפס פונעם דאמבע אריין קיין קריימיע, פונקט ווי אונזער סיטי וואסער קומט פון א לאנגע וועג הונדערטער מייל פון אפסטעיט.

און יעצט אז מ'האט עס אפגעבראכן אנשטאט די וואסער זאל אריינגיין אין די פייפס און פארן ווייטער, מארשירט עס אראפ אויף באוואינטע געגענטער אין חערסאן, און אויך צום שווארצן ים.
שטימט.
אוקיי

דהיינו אז די לחץ פונעם שווארצען חלק זאל נישט פארפלייצען די רוטע חלק....

א. וואס פלעגט זיין פאר די דאמבע?

ב. און פון ווי פילט זיך אהן די שווארצע חלק מיט וואסער יענע חלק וועט יצעט ווערן קלענער (אפשר וועט זיין גרינגער פאר די אוקריינער ארמיי אריבער צוגיין [האקט])?

ג. ווי אזוי הערט עס אויף צו פארפלייצען?

ד. איבער צובויען דארף נישט זיין א גרויסע מעשה אפשר געלט און ארבעט אבער ס'איז מעגליך כבר היה לעולמו אז מהאט איבער געבויעט צובראכענע דאמבעס.
די דניעפער –פון די לענגסטע טייכן אין אייראפע, נאך די וואלגא, דונאי און אוראל טייכן– הייבט זיך אן אין מערב רוסלאנד, פליסט דורך ווייס-רוסלאנד (בעלארוס), שפאלט אוקראינע אין צוויי און פליסט אריין אינעם שווארצן ים נעבן כערסאָן.
440px-Dniepras.png
440px-Dniepras.png (167.99 KiB) געזען 1472 מאל
א דאמבע פארהאלט וואסער ווען עס רעגנט און ווען די שנייען לאזן זיך אויף, וואס אן דעם קען פאסירן קלענערע פארפלייצונגען נאך יעדן רעגן אדער אין פרילינג. א דאמבע וועט געווענליך ארויסלאזן וואסער אויף א סטעדי פארנעם, אז די פלוס זאל זיך האלטן אין די ראמען און נישט פארפלייצן די נידריגע געגנטער נעבן א טייך. נאך א דאמבע איבערברוך ביי א גרויסע רעזערוואר קען זיין פארפלייצונגען אויף סאך א גרעסערע פארנעם ווי עס פאסירט נאטורליך אן א דאמבע, ווייל די רעזערוואר פארהאלט א ריזיגע קוואנטום וואסער וואס ווערט ארויסגעלאזט אויף איינמאל, ווען די דאמבע קען מער נישט צוריקהאלטן די וואסער.

די אינטעיק פאר די צפון קרים וואסער קאנאל ווערן געפיטערט ווען די ארטיגע רעזערווארן זענען גאנץ הויעך, און אויב די רעזערוואר פאלט צו נידריג וועט די קאנאל וואס פיטערט צפון קרים מיט פרישע וואסער נישט האבן קיין וואסער צו שיקן צום קרים און עס ווער ווערן א מאנגל דארט, איינמאל די לאקאלע רעזערווארן אין קרים לויפן אויס פון וואסער.

(לאס וועגאס, נעוואדע דארף בויען נייע נידריגערע פייפס ווייל די ארטיגע טרוקעניש נידערט די וואסער שטאפל אין לעיק מיעד און די פייפס זענען זענען העכער די וואסער שטאפל.)
לאס וועגאס' אינטעיק פייפס העכער די לעיק מיעד וואסער שטאפל פארגאנגענעם יאר.

Lake-Mead-Intake-1-vertical-04262022.jpg (293.11 KiB) געזען 1739 מאל
פארן דאמבע פלעגט די וואסער פליסן צו שווארצן ים אומגעשטערט, און די נידריגע געגנטער פלעגן ווערן פארפלייצט נאך גרויסע רעגנס/שנייען.
יעצט לויפט א גרויסע טייל פון די רעזערוואר ארויס צום שווארצן ים. ווען די דאמבע איז פארראכטן, וועלן פרישע רעגנס און שנייען צוריק אנפילן די רעזערוואר מיט די צייט.

(טייכן פליסן צום ים און נישט פארקערט. א טייך וואס פליסט פון א ים צו יבשה אויף א רעגלמעסיגע פארנעם, ווערט די יבשה טייל פון דעם ים...)
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דינסטאג יוני 06, 2023 11:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מתנת חנם
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:53 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתנת חנם »

זיי וועלן נישט וויסען ווען די זאגסט א ליגענט,
אויב וועסטו אייביג זאגען ליגענט.
אטעטשמענטס
33.jpg
33.jpg (101.95 KiB) געזען 1652 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8862
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

א פארצייטישע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 9:25 pm

אוקיי

דהיינו אז די לחץ פונעם שווארצען חלק זאל נישט פארפלייצען די רוטע חלק....

א. וואס פלעגט זיין פאר די דאמבע? די שטראם איז נאטורליך אראפגעפארן דעם דניפרא ריווער אריין אינעם שווארצן ים.

ב. און פון ווי פילט זיך אהן די שווארצע חלק מיט וואסער יענע חלק וועט יצעט ווערן קלענער (אפשר וועט זיין גרינגער פאר די אוקריינער ארמיי אריבער צוגיין [האקט])? האסט א פוינט, און יכול להיות אויב די אוקריינאר האבן עס געטון האבן זיי דאס געצילט, אבער כ'מיין אז דארט איז ברייטער און טיפער די וואסער ס'איז שווער.

ג. ווי אזוי הערט עס אויף צו פארפלייצען? וויאזוי איך פארשטיי. האסט געהאט א וואנט וואס האט אפגעהאלטן טויזענטער טאנען מיט וואסער, דהיינו לאמיר זאגן קיעוו איז הויעך טויזענט פיס און נאווא קאווקא איז הויעך פינף הונדערט פיס און דער דניפרא וואס קומט אראפ פון קיעוו פלעגט אטאמאטיש אראפקומען נאטורליך, האט מען געבויעט א דאמבע צענדליגע פיס הויעך וואס האט אפגעהאלטן וואסער און ס'האט זיך דארט אפגעשטעלט און אריין אין די פייפס ווייטער קיין קריימיע, בארדיאנסק, מאריאפול, איינמאל די וואנט איז שוין נישטא און די מיילן לאנגע וואסער וואס איז געווארן אפגעהאלטן דורך די דאמבע צו מארשירן נאטורליך אראפ גלייכט זיך אויס צום נאטורליך'ן ערד גייט אלעס צוריק צו בעפאר.... אוי כ'שרייב שוין צו לאנג.

ד. איבער צובויען דארף נישט זיין א גרויסע מעשה אפשר געלט און ארבעט אבער ס'איז מעגליך כבר היה לעולמו אז מהאט איבער געבויעט צובראכענע דאמבעס. איה''נ כ'האב געזען איינעם זאגן אז תיכף נאכן מלחמה גייט מען עס איבערבויען.
שלמה האקט מיט א קלארקייט
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 7:53 pm

קריימיע פלעגט באקומען די וואסער צו טרינקן און וואשן די הענט, (ארום קריימיע איז דא גענוג וואסער פונעם שווארצן ים, דא רעדט מען פון קליני) מסתמא לויפט פייפס פונעם דאמבע אריין קיין קריימיע, פונקט ווי אונזער סיטי וואסער קומט פון א לאנגע וועג הונדערטער מייל פון אפסטעיט.

און יעצט אז מ'האט עס אפגעבראכן אנשטאט די וואסער זאל אריינגיין אין די פייפס און פארן ווייטער, מארשירט עס אראפ אויף באוואינטע געגענטער אין חערסאן, און אויך צום שווארצן ים.
שטימט.
ווי איך פארשטיי לויפט די וואסער קיין קריימיע אין א קאנאל גערופן די צפון קריימיע קאנאל (North Crimea Chanel)
די קאנאל הייבט זיך אהן ממש נעבן די געוועזענע דאמבע.
זעה בילד פון גוגל מאפעס, די בלויע רינג איז די דאמבע, און די געלע עראוי איז די אנהייב פון די צפון קריימיע קאנאל.
אטעטשמענטס
North Crimea Chanel.jpg
North Crimea Chanel.jpg (228.15 KiB) געזען 1551 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

סתם פאר אינטערסאנטקייט, לענגאויס די פאראייניגטע שטאטן איז דא איבער 84 טויזענט דאמבעס!
https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_d ... e%20nation.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אקעי, למעשה, צוריק צום קריג. וואס הערט זיך היינט? דראונס? עראפלאנען? קיעוו פייפט?
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צו בויען די יעצטיגע דאמבע האט געדוירט איבער 5 יאר, פון תש"י (1950) ביז תשט"ז (1956)
צו בויען אזא גרויסע דאמבע דארף מען אויפבויען עטליכע קאנקריעט פלענטס אויפן פלאץ, מען דארף אויסטריקענען א חלק פון די וואסער דורך בויען גרויסע צוימען ארום ווי מען וויל בויען, מען בויעט א חלק דאמבע, דערנאך טריקענט מען אויס נאך א חלק פון די וואסער, וחוזר חלילה.

ווי אזוי מען בויעט א דאמבע https://britishdams.org/about-dams/dam- ... 20a%20time.

ר' יואל האקט.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

פאראינטערסירט האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:00 pm

אנטשולדיגט פאר מיינע עמי הארצות אבער וואס איז געווען פאר די דאמבע? עס איז נישט געווען לענד אין חרסון סיטי?

Haklal האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:09 pm

אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, די יבשה אין חרסון פלעגט כסדר ווערן פארפלייצט ספעציעל סוף ווינטער ווען אלע שנייען ווערן צולאזט.
עס איז געווען וועט לענד, מיט די דאמבע אין פלאץ האט מען געקענט וואוינען דארטן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

דער עולם איז ביזי מיט דאמבעס, פון ווי די וואסער קומט, ווי עס גייט. הו קערס?! כ׳פארשטיי נישט וויאזוי מ׳איז סטאק געווארן דא מיט די דעטאלן. די דאמבע איז היסטארי, די וואסער גייט זיך טריקענען, און די קאטשקעס קענען קומען שווימען צו מאנרא לעיק.

מ׳האלט דא אינמיטן א ״מלחמה״! א וועלט מלחמה! ס׳איז דא פלאנקען צו שניידן, מינעס צו רייניגן, לעפערט׳ס צו טרענירן, עף-16׳ס צו מאנעווירן, און מעגע׳ס אין רוסלאנד.
ווי האלט די ער-דעפענס? ווי איז פריגאוזען?
אונגארן ווייסט שוין אז ס׳פעלט א דאמבע? אדער זיי אליינס זענען די דאמבּעלס פון נאטא?
וואס זאגט טשיינע?
לעצט פארראכטן דורך הרב יואל קליין אום דינסטאג יוני 06, 2023 11:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

א ישר כח פאר אלע וואס האבן צוגעגרייט די ארטיקל פאר די קומענדיגע אויסגאבע וואס וועט ביישרייבען די צוזאמפאל פון די נוינךגחגיגגממ דאמבא און אוקריינע
קלאר אריין געקומען
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:14 pm
דער עולם איז ביזי מיט דאמבעס, פון ווי די וואסער קומט, ווי עס גייט. הו קערס?! כ׳פארשטיי נישט וויאזוי מ׳איז סטאק געווארן דא מיט די דעטאלן. די דאמבע איז היסטארי, די וואסער גייט זיך טריקענען, און די קאטשקעס קענען קומען שווימען צו מאנרא לעיק.

מ׳האלט דא אינמיטן א ״מלחמה״! א וועלט מלחמה! ס׳איז דא פלאנקען צו שניידן, מינעס צו רייניגן, לעפערט׳ס צו טרענירן, עף-16׳ס צו מאנעווירן, און מעגע׳ס אין רוסלאנד.
ווי האלט די ער-דעפענס? ווי איז פריגאוזען?
אונגארן ווייסט שוין אז ס׳פעלט א דאמבע? אדער זיי אליינס זענען די דאמבּעלס פון נאטא?
וואס זאגט טשיינע?
האסט פארגעסען אז
א. די עקאנמיע איז א ריזיגע חלק פון מלחמה און אזויפיל פעלדער פון אגרי קאלטור ווערן פארפלייצט
ב. מדארף האבן די פאלק סאפארט און כדי צו פארשטיין די שטימע פונעם פאלק דארף מען וויסען ווי א גרויסע אפעקט דאס וועט האבן אויף טויזענטע טויזענטע מענטשען וואס פארגעס נישט יעדער פון זיי האט נאך משפחה חברים וכדומה...

ממילא איז נישט פאסיג צו זאגן אז נאר די דעילי נויס פון דראונס מיסעלס געפלויגען געקראכט יא שאדן אדער נישט שאדן יא גערעכט אדער נישט גערעכט שייגא אדער פריגאזען ווער האט היינט א בעסערע שלוש סעודות..... :smile:
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פאראינטערסירט האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:14 pm
Haklal האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:09 pm
פאראינטערסירט האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:00 pm
צו בויען די יעצטיגע דאמבע האט געדוירט איבער 5 יאר, פון תש"י (1950) ביז תשט"ז (1956)
צו בויען אזא גרויסע דאמבע דארף מען אויפבויען עטליכע קאנקריעט פלענטס אויפן פלאץ, מען דארף אויסטריקענען א חלק פון די וואסער דורך בויען גרויסע צוימען ארום ווי מען וויל בויען, מען בויעט א חלק דאמבע, דערנאך טריקענט מען אויס נאך א חלק פון די וואסער, וחוזר חלילה.

ווי אזוי מען בויעט א דאמבע https://britishdams.org/about-dams/dam- ... 20a%20time.

ר' יואל האקט.
אנטשולדיגט פאר מיינע עמי הארצות אבער וואס איז געווען פאר די דאמבע? עס איז נישט געווען לענד אין חרסון סיטי?
אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, די יבשה אין חרסון פלעגט כסדר ווערן פארפלייצט ספעציעל סוף ווינטער ווען אלע שנייען ווערן צולאזט.
עס איז געווען וועט לענד, מיט די דאמבע אין פלאץ האט מען געקענט וואוינען דארטן.
אהא יישר כח
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:14 pm
דער עולם איז ביזי מיט דאמבעס,
:smile:
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 10:31 pm
שלמה האקט מיט א קלארקייט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שכוח.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 12:09 am
צוויי גילדען האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 10:31 pm
שלמה האקט מיט א קלארקייט
שכח שלמה
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

פאראינטערסירט האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:14 pm
Haklal האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:09 pm
פאראינטערסירט האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:00 pm
צו בויען די יעצטיגע דאמבע האט געדוירט איבער 5 יאר, פון תש"י (1950) ביז תשט"ז (1956)
צו בויען אזא גרויסע דאמבע דארף מען אויפבויען עטליכע קאנקריעט פלענטס אויפן פלאץ, מען דארף אויסטריקענען א חלק פון די וואסער דורך בויען גרויסע צוימען ארום ווי מען וויל בויען, מען בויעט א חלק דאמבע, דערנאך טריקענט מען אויס נאך א חלק פון די וואסער, וחוזר חלילה.

ווי אזוי מען בויעט א דאמבע https://britishdams.org/about-dams/dam- ... 20a%20time.

ר' יואל האקט.
אנטשולדיגט פאר מיינע עמי הארצות אבער וואס איז געווען פאר די דאמבע? עס איז נישט געווען לענד אין חרסון סיטי?
אזוי ווי אנדערע האבן שוין געזאגט, די יבשה אין חרסון פלעגט כסדר ווערן פארפלייצט ספעציעל סוף ווינטער ווען אלע שנייען ווערן צולאזט.
עס איז געווען וועט לענד, מיט די דאמבע אין פלאץ האט מען געקענט וואוינען דארטן.
עס מוז נישט זיין עס פלעגט ווערן פארפלייצט, ס'קען זיין די וואסער איז זיך רואיג געפלאסן צום שווארצן ים, און יא ס'טאקע געווען אביסל ברייטער דא דער טייך אבער נישט עק וועלט, פארשטייט זיך דורכ'ן בויען דעם דאמבע איז געווארן באשאפן נייע לאנד, פון די נידיריגע שטחים וואס זענען געווארן געטריקנט (און ווערט יעצט פארפלייצט)

א דאמבע איז א מיטל צו קאנטראלירן די וואסער,
1. צו מאכן א רעזערוואר פון די העכערע חלק, צו קענען ניצן די וואסער און עס נישט פארלירן
2. צו געבן די איביריגע וואסער וואס מען האט פארדינט צו ווייטערע פלעצער, דאהי קריימיע
3. ניצן די פאער פאר עלעקטריק דזשענערעיטער'ס
4. צו ניצן די פאער פאר גרויסע מיל שטיינער צו מאלן ווייץ וכדומה.
5. און אויך צו אפהאלטן פון פארפלייצונגען, ווי מען זעהט עס געשעהט אין אינדיע כסדר נאך גרויסע רעגענס
ביטול היש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 11:19 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטול היש »

ווען וועלט איז וועלט אין מוואלט געגעבען פאר אקריינע די פאסיגע וואפען וואלט יעצט געווען די פאסיגע צייט סיי ווייל ראסלאנד וואלט עס מער עקסעפט אזוי אויך די מערב וועלט, אקריינע זאל באמבדירען די גאנצע ראסישע שווארצע ים פלאטע, אלטס א ענטפער אויף די דאמבע אקט.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אוקריינע האט נישט די מעגליכקייט צו ווישן דעם שווארצן ים פלאטע. זיי האבן דארט נוקלער סובס, מיט נוקלער מיסלס. ס׳ווישט זיך נישט אזוי. אפילו אויב אמעריקע וויל עס ווישן, איזעס מער קאמפליצירט ווי סתם שיסן עטליכע טארפידאוס.

א מלחמה איז א ״אַרט״. מ׳רעאגירט נישט לויט ווי די געפילן שטורעמען סתם צו בארואיגן נקמה. מלחמה דארף מען געווינען מיט חכמה און טיפע קליגע פלענער. ענדערש פארלירן א שלאכט צו געווינען דעם קריג
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש אזוי »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:14 pm
דער עולם איז ביזי מיט דאמבעס, פון ווי די וואסער קומט, ווי עס גייט. הו קערס?! כ׳פארשטיי נישט וויאזוי מ׳איז סטאק געווארן דא מיט די דעטאלן. די דאמבע איז היסטארי, די וואסער גייט זיך טריקענען, און די קאטשקעס קענען קומען שווימען צו מאנרא לעיק.

מ׳האלט דא אינמיטן א ״מלחמה״! א וועלט מלחמה! ס׳איז דא פלאנקען צו שניידן, מינעס צו רייניגן, לעפערט׳ס צו טרענירן, עף-16׳ס צו מאנעווירן, און מעגע׳ס אין רוסלאנד.
ווי האלט די ער-דעפענס? ווי איז פריגאוזען?
אונגארן ווייסט שוין אז ס׳פעלט א דאמבע? אדער זיי אליינס זענען די דאמבּעלס פון נאטא?
וואס זאגט טשיינע?
גראדע, ר׳ יואל, פאר מיר (אויך פאר אנדערע, גלייב איך) איז די נייעס ארום דעם דאמבע יא גאר אינטערעסאנט. איך גלייב אז דו האסט א ספעציעלע געפיל צו דראונס, טעכנישע דעטאלן פון אוויאציע סיסטעמען, אבער נישט יעדער פארשטייט דערצו אזויווי דיר און האט אזא פּעשען ווי דיר. סאו גיב אונז אביסל פארשטאנד, געדולד און סבלנות און לאז די דיסקוסיע זיך פירן נאטורליך.
פארנעם
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2023 4:38 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנעם »

הרב יואל קליין האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:13 am
אוקריינע האט נישט די מעגליכקייט צו ווישן דעם שווארצן ים פלאטע. זיי האבן דארט נוקלער סובס, מיט נוקלער מיסלס. ס׳ווישט זיך נישט אזוי. אפילו אויב אמעריקע וויל עס ווישן, איזעס מער קאמפליצירט ווי סתם שיסן עטליכע טארפידאוס.

א מלחמה איז א ״אַרט״. מ׳רעאגירט נישט לויט ווי די געפילן שטורעמען סתם צו בארואיגן נקמה. מלחמה דארף מען געווינען מיט חכמה און טיפע קליגע פלענער. ענדערש פארלירן א שלאכט צו געווינען דעם קריג
ר׳ יואל, איך גלייך דאס זייער שטארק ווען איר קימט אריין מיט א קלארקייט און איר ווערט נישט איבערגענעמעם פון די געפילן. כה לחי! גייטס אן מיט א פעסטקייט, אין איין וועגס, העמער געוואר ווערן נאך א ים מיט דיטעילס וויאזוי כלי מלחמה ארבעט
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:30 am
מסתמא האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:30 pm
נקדימון האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:23 pm
די טענה'רייען וועלכע זייט עס שטייט אויס צו פארדינען פון די דאמבע איבעררייס איז שוין אין שוואונג.
כקלער אז די אוקריינער שטייען דערינטער. זיי וועלן נישט קענען גיין אין גאנצעטע שטחים אויס מורא אז די רוסן וועלן זיי פארפלייצן במילה איז דאס איינס פון די סטעפס צו אויסטרעטן די וועג פאר די קאנטער אפענסיווע. זיי ווארטן אז די וואסער זאל זיך טריקענען און אז די באדן זאל זיין גרייט.. אין איינוועגס חרוב לייגן קריימיע און עס מאכן ווערטלאז פאר די רוסן (דורכן אויסטריקענען די טרינק וואסער רעזערוואר) אז די ציווילע בירגער זאלן הייבן פיס פון דארטן באצייטנס.. דאס זאגט אונז אז די עיקר שטופ וועט זיין מסתמא אין וואהלעדאר אראפ צו מאריאפאל.. נארוואסדען, פאר די נעקסטע וואך צוויי ביז די באדן איז גרייט וועלן די אוקריינער זיך נעמען צו דאנבאס.. אדער גאר צו באכמוט.. צו דרייען די רוסן א קאפ, גאר מיט די נייע עקוויפמענט אפילו.. אזוי דמיונט זיך מיר..
זייער נישט קלארע ווערטער, וואלעדאר און מאריאפל דארפן בכלל נישט אפעקטירט ווערן פון א איבערגעריסענע דאמבע ביי נאווא קאכאווקע, די ערד דארטן וועט ווייטער בלייבן טרוקן.

בכלל, מען ברויך נישט ווארטן ביז נעקסטע צוויי וואכן, מען האט שוין געזען ביז איצט אז די אוקריינער ציהלן זייער ערענסט אין יענע געגענט.

נאך א זאך, טראץ דעם וואס זיי ציהלן טאקע זייער שטארק אויף דרום איז זיכער אז זייערע אפעראציעס אויף מזרח איז נישט סתם צו פארדרייען א קאפ, זיי ווילן באמת געווינען שטחים אויף ביידע פראנטן, דאס וואס עס קומט פאר אין בעלעגראד איז טאקע יא צו פארדרייען א קאפ, זיי ווילן אראפנאגלן רוסישע קרעפטן ביי בעלעגראד, אפשר דרייען זיי אויך א קאפ ווען זיי מאכן א גאנצע עסק ארום באכמוט ספעציפיש, אבער זיי ווילן לכאורה טאקע כאפן באקמוט, און זיכער מיינען זיי ערענסט די מזרח פראנט בכלליות.

מען ברויך נישט מאכן די טעות אז ביים לעצטן קאוטנטער אפענסיווע איז די גאנצע אפעראציע אין מזרח געווען בלויז א שפיל אוועקצושלעפן די רוסן פון איזיום, די אוקריינער האבן אין פאקט געהאט גרויסע כוחות אויף ביידע פראנטן און זיי האבן אין פאקט געווינען אין ביידע פראנטן, זיי האבן פארנארט די רוסן אז זיי ציהלן "בלויז דרום" ווייל אין פאקט האבן זיי געציהלט אויף אלע ביידע, און איצט איז ווארשיינליך אויך אזוי.
נאך א מהלך קלער איך יעצט און סדוכט זיך מיר אז דאס איז עס טאקע. אוקריינע איז דאך נישט נעריש און זיי ווייסן אז די רוסן גייען ניצן דעם דאמבע זיי צו פארפלייצן איינמאל די אפענסיווע איז אין קראפט, מסתמא האבן זיי געהאט אינטעלידזשענס אז די דאמבע איז שוין אויסשטאפירט מיט אויפרייס מאטריאל וכו’ במילה האבן די אוקריינער ארויסגעלאזט שמועות אז די אפענסיווע איז שוין אט אט אט.. אזוי אז די רוסן האבן פריצייטיג אויפגעריסן די דאמבע און דערמיט אומבאוויסטזיניג געהאלפן די אוקריינער אויסטרעטן דעם באדן פאר זייער קאנטער אפענסיווע. יעצט ווייסן שוין נישט די רוסן וואו טאקע די אוקריינער גייען אטאקירן.. אפשר האבן זיי זיך יעצט באשלאסן אז די דרום איז צו פראבלעמאטיש און זיי וועלן גיין ערגעץ אין די מזרח.. בקיצור, אפילו אויב סאיז רוסלאנד שטייט אוקריינע אינטער דעם דאמבע אויפרייס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8862
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

כאפצעם האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:03 am

דאס איז אמאל אבער זיכער אז די יעצטיגע מיסיעס טוט מען נישט צו ווייט פונעם געפלאנטן גרעסערן פוש ווייל דאן פארלירט עס די נאלעדזש ווערד.
ביסט מסתמא גערעכט, לאמיר זעהן.

אדער יכול להיות אז די ריקאן מיסיעס האבן זיך נישט אויסגעארבעט און די רוסן האבן אויטפערפורמד, ברויך מען אביסל טוישן צו פראבירן ערגעץ אנדערש מיט אנדערע טאקטיקן.

היינט מאכן די אוקריינאר ווייטער נאר נויז פון באקמוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”