נייעס מיט א שמייכל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ברוכים הבאים!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א טראק וועלכע האט געפירט ארום הונדערט מאלפעס האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א לאסט טראק פירנדיג צו מאסיווע זוכעריי און רעטונג אפעראציע פארלאפענע וויקענד אין פענסילוועניע און לויט ווי די פאליציי האט איבערגעגעבן זוכט מען נאך דריי פארלוירענע מאלפעס

אויב עימיצער האט זיך באגעגנט מיט א מאלפע זאל מען עס ביטע איינמעלדן צו די אויטאריטעטן אבער נישט בעפאר מען מאכט זיכער אז עס איז נישט אין רעזולטאט פון זיך באטראכטן ביים שפיגל
סענסיטיוו
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סענסיטיוו »

:grin:
למען לא ניגע לניק (ליפא)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צ"ק
:lol: גרויס זארג ארום די וועלט אין ליכט פון די רוסלאנד אוקריינא סאמעטוכע :lol:
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נישט געוויסט אז הבל קען אויך שמייכל'ן...

אגב, ס'איז שוין דא טשיקאווע נייעס אשכול.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עירוב תבשילין האט געשריבן:נישט געוויסט אז הבל קען אויך שמייכל'ן...

אגב, ס'איז שוין דא טשיקאווע נייעס אשכול.

אנטשולדיגט

נישט געוואוסט

מנהלים ווערן געבעטן עס אהינצושמעלצן

א דאנק!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הכל הבל האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:נישט געוויסט אז הבל קען אויך שמייכל'ן...

אגב, ס'איז שוין דא טשיקאווע נייעס אשכול.

אנטשולדיגט

נישט געוואוסט

מנהלים ווערן געבעטן עס אהינצושמעלצן

א דאנק!

בשום אופן!
יענץ שלאפט, דא איז הכל הבל דער מייסד… און ס׳האט אזוי מער שאנסן מצליח צו זיין
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:נישט געוויסט אז הבל קען אויך שמייכל'ן...

אגב, ס'איז שוין דא טשיקאווע נייעס אשכול.

אנטשולדיגט

נישט געוואוסט

מנהלים ווערן געבעטן עס אהינצושמעלצן

א דאנק!

בשום אופן!
יענץ שלאפט, דא איז הכל הבל דער מייסד… און ס׳האט אזוי מער שאנסן מצליח צו זיין

גאמ
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הבל ביזט מאסיוו.. בשו'א נישט צוזאמשמעלצן..

אדר אלערט
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יא, מיר ווילן הערן די באריכט דירעקט פון הבל'ן.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

הכל הבל האט געשריבן:א טראק וועלכע האט געפירט ארום הונדערט מאלפעס האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א לאסט טראק פירנדיג צו מאסיווע זוכעריי און רעטונג אפעראציע פארלאפענע וויקענד אין פענסילוועניע און לויט ווי די פאליציי האט איבערגעגעבן זוכט מען נאך דריי פארלוירענע מאלפעס

אויב עימיצער האט זיך באגעגנט מיט א מאלפע זאל מען עס ביטע איינמעלדן צו די אויטאריטעטן אבער נישט בעפאר מען מאכט זיכער אז עס איז נישט אין רעזולטאט פון זיך באטראכטן ביים שפיגל

די פאליציי גיבט איבער אז מען האט אפגעפינען אלע דריי מאלפעס, און זענען אין א גוטן צושטאנד
61ec72256fee6.image.jpg
61ec72256fee6.image.jpg (85.35 KiB) געזען 9383 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער ניינציג יעריגער אהרן עפשטיין פון צפון האליוואוד קאליפארניע מוטשעט זיך שוין פאר א לענגערע צייט מיט שוואכע AT&T סערוויס אין זיין געגענט

ווי עס שיינט איז איז עס זיין טיפע עלטער וואס שטעלט אים אויס צום פראבלעם לענגער ווי אנדערע און ער האט רעאליזירט אז איז אין קבר וועט נישט זיין קיין בעסערע סערוויס און באשלאסן צו נעמען שריט צו פארזיכערן אז ער לעבט אויס זיינע לעצטע יארן מיט היי ספיד סערוויס

עפשטיין האט זיך געלאזט קאסטן 10 אלפים פאר א פערטל זייט רעקלאמע אין די פרעסטיזשפולע וואל סטריט דזשורנאל אין וועלכע ער לויבט אויס די רעקארד פון די פירמע אבער באקלאגט זיך אז זיין געגנט ווערט פארנאכלעסיגט אין די צייט וואס קאנקורענטן פון די פירמע שטייגן זיי איבער אין גרויסן

נו, גיי הויב זיך אן מיט אן אלטן
בלויז איין טאג דערויף זענען צוויי טעכניקער ערשינען פארנט פון עפשטיין'ס היים און אינסטאלירט פייבער אפטיק ליניעס אונטער זייין הויז
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

עירוב תבשילין האט געשריבן:יא, מיר ווילן הערן די באריכט דירעקט פון הבל'ן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א בריק אין פיטסבורג פענסילוועניע איז איינגעפאלן שטונדן איידער פרעזידענט ביידען ערשיינט אין שטאט צו אדרעסירן אינפראסטרוקטור
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

סארא קאאינצידענט......

קאנספיראציע; די ביידן אדמיניסטראציע האט דאס אונטערגעשטעלט צו ארויסברענגן דאס נחיצות....
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן 84 יעריגער מאן אין ענגלאנד איז געווארן אפגעשטעלט דורך די פאליציי און געפאקט געווארן פארן דרייוון אן קיין לייסענס און אינשורענס פאר 72 יאר זינט די 12

ער איז קיינמאל נישט געווען פארמישט אין סיי וועלכע אינצידענט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:רעדנדיג פון געזעצן וועלכע ווערן אצינד באהאנדלט אין פלארידא ציילט זיך אויך א פיל ער ערנסטע בילס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פלארידא סטעיט הויז קאמיטע וועלכע וועט דעזיגנירן א געוויסע סארט יאגדעס קוכן אלץ די אפיציעלע סטעיט נאכשפייז


נאכן ווערן באשטעטיגט אין קאמיטע גרייט זיך די פולע סטעיט סענאט צו באהאנדלען די ביל
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

הכל הבל האט געשריבן:אן 84 יעריגער מאן אין ענגלאנד איז געווארן אפגעשטעלט דורך די פאליציי און געפאקט געווארן פארן דרייוון אן קיין לייסענס און אינשורענס פאר 72 יאר זינט די 12

ער איז קיינמאל נישט געווען פארמישט אין סיי וועלכע אינצידענט

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:רעדנדיג פון געזעצן וועלכע ווערן אצינד באהאנדלט אין פלארידא ציילט זיך אויך א פיל ער ערנסטע בילס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פלארידא סטעיט הויז קאמיטע וועלכע וועט דעזיגנירן א געוויסע סארט יאגדעס קוכן אלץ די אפיציעלע סטעיט נאכשפייז


נאכן ווערן באשטעטיגט אין קאמיטע גרייט זיך די פולע סטעיט סענאט צו באהאנדלען די ביל

מען באקומט א טיקעט פאר'ן ניצן אן אנדערע סארט יאגדעס פאר נאכשפייז?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

שעינע באריכטן

דאנקע אלע
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

מזל אדר דגים


ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס איז שוין באקאנט פאר לאנגע יארן זיך אויפצוטוהן איבער זיין אריבערטוישן צו א געזונטע דיעטע וועלכע האט טראנספארמירט זיין לעבנס סטיל צום בעסערונג

ער רעדט רעגלמעסיג איבער זיין געוואוינהייט צו עסן סאלאטן, בונדלעך און געטראנקען פון בלעטער און האלט זיך צוריק פון עסן סיי וועלכע עסנווארדג וואס קומט פון באשעפענישן ווי פלייש און פיש

שוין פארלאפענע זומער האט אנגעהויבן צירקולירן באריכטן אז אז עפעס איז פישי מיט עדעמס דיעטע און אז ער האט געגעסן געבראטענע פיש מיט ספינעטש ביי א רעסטוראנט אין מזרח הארלעם אבער זיין קאמפיין האט אנגעגעבן אז די מאלצייט איז באשטאנען פון עגפלענט פארמידזשאן אן קיין קעז

אצינד האבן מער נייעס קוועלער אנגעהויבן צווייפלען אין די ערליכקייט פון עדעמס זיך צו האלטן צו זיין דיעטע און אנדעקט אז ער באשטעלט אפט געשמאקע פארציעס פיש פון ניו יארקע רעסטוראנטן ברענגנדיג מער אויפמערקזאמקייט צו די פישגעיט סקאנדאל

דורכאויס די קאמפיין ווען עדעמס איז געקומען אונטער קריטיק פארן נישט זיין אויפריכטיג מיטן קלארשטעלן אין וועלכע הויז ער האלט זיך אויף האט ער אריינגעלאזט א רעפארטער אין זיין ברוקלין רעזידענץ און יענער האט געפאקט דעם מעיאר מיט פרישע סעלמאן אין די פרידזשידער

ווערנדיג געציבלט דערוועגן האט עדעמס צו ערשט זיך אנטזאגט צו באשטעטיגן אז ער עסט פיש אבער שפעטער אנערקענט אז ער פאלט אפט אדורך און געזאגט אז אין פרינציפ פרובירט ער שטארק אבער ער איז פערפעקט אומפערפעקט ווערט טיילמאל נכשל מיטן פארזוכן פיש

ביי אן אויפטריט צו מוטיגן א פראגראם וועלכע זוכט צו העלפן ניו יארקער וועלכע מוטשען זיך מיט כראנישע קרענק צו פארבעסערן זייער דיעטע האט דער מעיאר געבעטן נישט אריינצוקוקן אין זיין טעלער נאר זיכער מאכן אז די אינהאלט אינעם אייגענעם טעלער איז אזוי געזונט ווי נאר מעגליך
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א קלייט אין מאנטשעסטער ניו העמפשיר האט באיאקאטירט די פראדוטן פון א באקאנטע גרויסע עסן פירמע מיט די באשולדיגונג אז זיי טוען רעפאנדן פאר קאנסומער אפילו אויף נישטיגע און פאלשע באקלאגענישן איבער די פראדוקטן און די ריפאנד גייט אויפן חשבון פון די געשעפט וועלכע פארקויפט זיי
זיי צייגן אן אויף א ביישפיל פון א קאסטומער וועלכע האט זיך באקלאגט אז די סלאש וועלכע האט געקויפט איז געווען צי קאלט און יענער האבן באקומען א ריפאנד
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:רעדנדיג פון געזעצן וועלכע ווערן אצינד באהאנדלט אין פלארידא ציילט זיך אויך א פיל ער ערנסטע בילס וועלכע ווערט באהאנדלט אין א פלארידא סטעיט הויז קאמיטע וועלכע וועט דעזיגנירן א געוויסע סארט יאגדעס קוכן אלץ די אפיציעלע סטעיט נאכשפייז


נאכן ווערן באשטעטיגט אין קאמיטע גרייט זיך די פולע סטעיט סענאט צו באהאנדלען די ביל

גאווערנאר דסאנטיס אונטערגעשריבן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די טרעזשוראר אין וויליאמסאן קאונטי אילינאי איז עשלי גאט און לויפט פאר ווידערערוויילונג אבער שטייט אויס א פריימערי פארמעסט דורך עימיצער מיטן נאמען עשלי גאט

א צופאל? נישט ממש נאר יענע האט אפיציעל געטוישט איר ארגינעלע נאמען וועלכע איז געווען ערין פערי צו זיין די זעלבע פון איר אפאנענט און ביידע וועלן קאנדידירן אויפן בעלאט מיטן זעלבן נאמען

פאר אונז אידן איז עס נישט ווערד מער ווי א שמייכל און מיר גלויבן בלויז אין איין אמת'ע ג-ט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הבל, מעכטיג, הערשט איצט געמערק דאס אשכול, ס'צייט זאלסט עפענען א נאטיפיקאציע אשכול איבער אלע דיינע נייע אשכולות
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”