@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 2:45 pm
קאנגרעס אווערסייט קאמיטע טשעירמאן קאנגרעסמאן דזשעימס קאומער אין א סטעיטמענט זאגט אז זיי וועלן אונטערנעמען שריט צו האלטן FBI דירעקטאר קריסטאפער רעי אין קאנטעמפט אוו קאנגרעס נאך וואס די FBI האט זיך נישט צוגעשטעלט צו א סובפינע איבער דאקומענטן וואס פארבינדן אנגעבליך פרעזידענט ביידען צו א שוחד סקאנדאל.

IMG_20230530_172227_573.jpg
IMG_20230530_172227_573.jpg (394.48 KiB) געזען 10382 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 11:15 pm
צפון קארעא האט פרובירט ארויפצושיסן זייער מיליטערישע סעטעלייט, אבער עס איז דורכגעפאלן ווען די ראקעט איז אריינגעפאלן אין וואסער. קים יאנג אן האט פארשפראכן אז זיי וועלן ווידעראמאל פרובירן אין די נאנטע צוקנופט.

די ארויסשיס האט פאראורזאכט א צייטווייליגע שעלטער אלערט אין יאפאן און דרום קארעא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 11:48 am
ראשיד אלי ביינום, א 28 יעריגער מאן פון מישיגען, איז ארעסטירט געווארן דורך פעדעראלע אויטאריטעטן פארן ערמארדן יוניס דוואמפאר, א רעפובליקאנער קאונסילפרוי פון סעיערוויל, ניו דזשערסי, פארלאפענע פעברואר.

ראשיד, וועלכע איז ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן אין מישיגען, וועט ארויסגעליפערט ווערן קיין ניו דזשערסי וואו ער וועט אויסשטיין א פראצעס. זיינע מאטיוון זענען דערווייל נישט קלאר.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן גיבן אן אז געוועזענער ניו דזשערסי גאווערנער קריס קריסטי וועט קומענדיגע וואך ביי א טאונהאל אין ניו העמפשיר מעלדן זיין קאנדידאטור פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע אין די 2024 פרעזידענטליכע פארמעסט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווירדזשיניע גאווערנער גלען יאנגקין האט געמאלדן אז ער וועט שיקן 100 טרופן פון זיין סטעיטס נעשאנעל גארד צו די אמעריקאנער מעקסיקאנער גרעניץ. יאנגקין זאגט אז די גרעניץ קריזיס האט געמאכט אלע אמעריקאנער שטאטן פאר גרעניץ שטעט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט אטאקירט פלארידע גאווערנער און פרעזידענטליכע קאנדידאט ראן דיסענטיס, אז געוועזענער ניו יארקער גאווערנער קאומאו האט בעסער באהאנדלט קאוויד ווי דיסענטיס, צו וועלכע קאומאו אין א טוויט האט צוגעשטימט.

ביים אנגעפרעגט ווערן דערוועגן האט דיסענטיס אנגעמערקט אז טראמפ מיט זיין פאמיליע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין פלארידע, צולייגענדיג אז ער פארנומען צו אטאקירן ביידען און אז טראמפ זאל אויך טון די זעלבע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין אן אימעיל איבער אן עווענט וועלכע וועט פארקומען יוני 9, זאגן די אנפירער פון די דזשארדזשיע רעפובליקאנער פארטיי אז געוועזענער וויצע פרעזידענט מייק פענס, וועלכע האט זיך געזאלט באטייליגן, וועט זיך נישט באטייליגן צוליב וואס ער וועט זיך באטייליגן ביי א CNN טאון-האל "וואו ער וועט מאכן אן אנאנסירונג איבער זיין קומענדיגע פלענער".

עטליכע נאנטע האבן געזאגט פאר 'די מעסענדזשער' אז פענס גרייט זיך צו אנאנסירן אז ער לויפט פאר פרעזידענט, אינמיטן יוני.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן פון יוטא, קריס סטוערט, האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן צוליב די שווערע מעדיצינישע צושטאנד פון זיין פרוי. ער האט נישט אנגעגעבן קיין צייט ווען דאס וועט פאסירן.

זיין רעזיגנאציע, נאך 6 טערמינען, וועט ברענגען א ספעציעלע וואלן פארמעסט פאר זיין זיץ און מעגליך פארקלענערן די שמאלע אויבערהאנט פון 5 קאנגרעסלייט וואס די רעפובליקאנער פארמאגן אין קאנגרעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 10:46 pm
פראקורארן האבן רעדוצירט די מערערע אנקלאגעס קעגן סעי ווערסיטי קענדולע, דער מאן וועלכע האט אריינגעקראכט מיט די טראק נעבן די ווייסע הויז, צו בלויז איין אנקלאגע פון אטאקירן אמעריקאנער רעגירונג פראפערטי אין די ווערד פון העכער $1000.

געריכט דאקומענטן דעקן אויף אז קענדולע האט געהאט אנגעגרייט א רעדע, אין וועלכע ער האט געפלאנט צו זאגן צווישן אנדערע "דאס איבערנעמען פון די רעגירונג דורך אונזער מאוומענט וועט זיך נישט ענדיגן דא אין לאנד, נאר זיך אויסשפרייטן איבער די גאנצע וועלט, ווי איר וועט זעהן גאר שנעל.

"די לאנד וועט מער נישט זיין קיין דעמאקראטיע. עס וועט זיין קאנסעקווענצן פאר ציווילע אומרוען, צו מאכן קלאר, אלע קעגנער וועלן באקומען טויט שטראף".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א CNN באריכט גיבט אן אז פעדעראלע פראקורארן האבן פארשאפט א רעקארדינג פון טראמפ פון זומער 2021 אין וועלכע ער זאגט אז ער האט גענומען פון די ווייסע הויז קלאסיפיצירטע דאקומענטן איבער א פאטענציאלע אטאקע אויף איראן.

לויט די באריכטן גיבן טראמפ'ס קאמענטארן אן אז ער וואלט ווען געוואלט מיטטיילן איבער די דאקומענטן, אבער ער ווייסט אז ער האט געוויסע צוימונגען צו די-קלאסיפיצירן דאקומענטן זינט ער איז ארויס פון די ווייסע הויז.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 2:57 pm
קאנגרעס האט 314-117 דורכגעפירט די חובות דאך העכערונג ביל, מיט 71 רעפובליקאנער און 46 דעמאקראטן וועלכע האבן געשטימט דערקעגן. די ביל גייט יעצט צום סענאט וואו עס איז ערווארטעט צו דורכגיין און דערנאך צום פרעזידענט פאר אן אונטערשריפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער פרעזידענט דאנעלד טראמפ אין א פרישע ווידעא מעלדט אז אויב ער געווינט די פרעזידענטשאפט וועט מען אין 2026 אפהאלטן צערמאניעס איבער גאנץ אמעריקע פאר א גאנצע יאר צו אפצייכענען 250 יאר פון די גרינדונג פון די פאראייניגטע שטאטן.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פראדזשעקט וועריטאס האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן זייער גרינדער און געוועזענער פירער דזשעימס אוקיף, זאגענדיג אז זיי האבן אים נישט אפגעזאגט און מיט דעם וואס ער האט געעפענט א נייע קאמפעני האט ער פארלעצט זייער אפמאך.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג זאגט אז אלע נאטא מיטגלידער זענען איינשטימיג אז אוקריינע וועט ווערן א נאטא מיטגליד, און אלע נאטא מיטגלידער זענען איינשטימיג אז דאס איז פאר נאטא און אוקריינע צו באשלוסן ווען דאס זאל פאסירן.

סטאלטנבערג האט צוגעלייגט אז "עס איז נישט פאר מאסקווע צו האבן א וועטא מאכט אנטקעגן נאטא אויסברייטערונג".
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

סענאט האט געשטימט 52-46 צו בלאקירן פרעזידענט ביידענ'ס $400 מיליאן סטודענטן חובות פארגעבונג פלאן, און אזוי אויך צו ענדיגן די צייטווייליגע אפשטעל פון דארפן באצאלן די חובות.

די ביל איז דורך אין קאנגרעס פארגאנגענע וואך 218-203 און עס גייט יעצט צום פרעזידענט וועלכע האט געזאגט אז ער וועט וועטאאירן די ביל.

די סטודענטן חובות פארגעבונג פלאן איז אויך פאר די סופרים קאורט אין 2 באזונדערע קעיסעס, און די סופרים קאורט איז ערווארטעט צו ארויסגעבן אן אורטייל דעם מאנאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען איז אומגעפאלן אויפן סטעידזש ביי א צערמאניע פאר עיר פארס גראדואירטע אין קאלאראדא.

IMG_20230601_154759_837.jpg
IMG_20230601_154759_837.jpg (226.95 KiB) געזען 4037 מאל
IMG_20230601_154312_090.jpg
IMG_20230601_154312_090.jpg (117.41 KiB) געזען 4084 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 31, 2023 9:35 pm
סענאט האט 63-36 דורכגעפירט די חובות דאך ביל, פארמיידענדיג אמעריקע פון אריינגיין אין א דיפאלט צום ערשטן מאל אין היסטאריע. די ביל גייט יעצט צום פרעזידענט פאר אן אונטערשריפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טוויטער טראסט ענד סעיפטי עקזעקיוטיוו עללע אירווין, וועלכע האט איבערגענומען יואל ראטה, האט געמאלדן אז זי רעזיגנירט פון איר פאזיציע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ביי א לעצטיגע סאמיט האט דער טשיף פון די AI טעסט און אפעראציעס פון די אמעריקאנער עיר פארס געזאגט אז די עיר פארס האט אויספרובירט אן AI סיסטעם צו אפערירן א דראון צו אידענטעפיצירן פיינטליכע צילן, מיט א מענטשליכע אפערירער וועלכע האט די לעצטע ווארט אויב יא אדער נישט צו אטאקירן. מען האט פראגראמירט די AI אז עס באקומט 'פונקטן' פאר יעדע ציל וואס עס האט געפונען און אטאקירט.

דורכאויס די סימיולעיטעד פראבעס האבן זיי אבער אנטדעקט אן אינטרעסאנטער פראבלעם, אז צומאל װען דער אפערירער האט געזאגט אז מען זאל נישט אטאקירן, האט די AI באשלאסן אז דער אפיציר איז א 'שטער' אויסצופירן די מיסיע, און אטאקירט דעם אפערירער. נאכן אויסלערנען די AI אז עס וועט פארלירן פונקטן פארן אטאקירן דעם אפערירער, האט די AI אנגעהויבן אטאקירן די קאמיוניקאציע טורעמעס, אז דער אפערירער זאל נישט קענען שיקן א 'ניין' סיגנאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 פאסאזשיר באנען זענען אראפגעפארן פון די שינעס אין אינדיע, פון וועלכע ווייניגסטנס 70 זענען אומגעקומען און איבער 500 זענען פארוואונדעט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

3 מדינת ישראל סאלדאטן זענען אומגעברענגט געווארן ביי די גרעניץ צווישן מדינת ישראל און עגיפטן, דורך אן עגיפטישער זיכערהייט אפיציר וועלכע האט זיך אריינבאקומען אויף איזראעלי טעריטאריע.

לויט א מדינת ישראל מיליטער ווארטזאגער איז עס פארבינדן מיט א מאסיווע דראג שמוגלעריי אפעראציע וואס די מיליטער האט אפגעשטעלט, וואו $400,000 ווערד פון סחורה איז קאנפיסקירט געווארן.

דער עגיפטישער זיכערהייט אפיציר האט צוערשט אומגעברענגט 2 זעלנער, איין מאן און איין פרוי. זייער טויט איז באקאנט געווארן נאך וואס זיי האבן נישט געענטפערט אויף ראדיא קאמיוניקאציע.

נאך א זוכעריי איז אנטשטאנען א פייער אויסטויש, וואו נאך א סאלדאט אומגעקומען און אזוי אויך דער עגיפטישער אפיציר.

מדינת ישראל זאגט אז זיי ארבעטן אינאיינעם מיט די עגיפטישע מיליטער אויסצופארשן די שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2023 4:54 pm
די טויט צאל פון די שרעקליכע באן קראך אין אינדיע שטייט ביי 280 מיט איבער 1,100 פארוואונדעטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:58 pm
פרעזידענט ביידען האט אונטערגעשריבן די חובות דאך ביל, און מיט דעם סוקסעספול פארמיטן אמעריקע פון אריינגיין אין דיפאלט צום ערשטן מאל אין היסטאריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אנדזשעל בעקעריי האט זיך אפיציעל אנטשולדיגט, און זייערע פירער זענען געקומען מנחם אבל זיין די פאמיליע פון הרב אדלשטיין זצ"ל, אויף דעם וואס עמר בר-לב האט זיך באטייליגט ביי א דעמאנסטראציע פארענט פון די הויז פון הרב אדלשטיין זצ"ל מיט עטליכע וואכן צוריק.

די באטייליגונג פון בר-לב ביי די דעמאנסטראציע האט געפירט צו א ברייטע בויקאט פון די ליטווישע און חרדישע קרייזן אין ארץ ישראל קעגן די אנדזשעל בעקעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טשאק טאד, דער האוסט פון NBC 'מיעט די פרעס' פראגראם וועט אפטרעטן פון די פראגראם נאכן עס פירן פאר 9 יאר. קריסטען וואלקער, די קאו טשיף ווייסע הויז קארעספאנדענט, וועט איבערנעמען זיין פלאץ אויף די פראגראם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”