@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאן איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט אריינגעקראכט מיט א קאר אין די צוים פון 10 דאונינג סט. די רעזידענץ פון דער בריטישער פרעמיער מיניסטער אין לאנדאן.

IMG_20230525_133220_249.jpg
IMG_20230525_133220_249.jpg (130.25 KiB) געזען 7992 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ניו יארק סטעיט העלט דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי נעמען אראפ די וואקסינאציע פארלאנג פאר ארבעטער אין שפיטעלער און אנדערע העלט קעיר צענטערן.

IMG_20230525_141847_975.jpg
IMG_20230525_141847_975.jpg (184.37 KiB) געזען 7892 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פעדעראלע ריכטער האט פאראורטיילט סטועדר ראוהדס, דער פירער פון די 'אויט קיפערס' צו 18 יאר אין טורמע נאך וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אויף קאנספירירן אן אויפשטאנד צוליב זיין ראלע אין די יאנואר 6 אומרוען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 23, 2023 12:02 am
ספיקער מעקקארטי האט אנאנסירט אז קאנגרעס רעפובליקאנער האבן דערגרייכט אן אפמאך מיט די ווייסע הויז איבער די חובות קריזיס.

די אפמאך וועט אפגעשריבן ווערן מארגן, זונטאג, און קאנגרעס וועט שטימען דערויף מיטוואך. די אפמאך טוט צווישן אנדערע צוריקדרייען קאוויד געלטער וועלכע זענען נישט פארנוצט געווארן, און שניידט פון די פרישע געלטער פאר די IRS וואס זיי האבן ערהאלטן ביי פרעזידענט ביידענ'ס אינפלאציע רעדוקציע אקט.

לויט באריכטן וועט די אפמאך אויך סוספענדירן די חובות דאך ביז נאך די 2024 פרעזידענטליכע וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין אן אינטערוויו מיט בען שפירא זאגט דיסענטיס אז די 'פירסט סטעפ עקט' איז געווען א טעות, צוליב וואס עס האט ארויסגעלאזט געפארפולע מענטשן וועלכע האבן געשעדיגט אנדערע נאכן ארויסקומען, און דערפאר וועט ער אלץ פרעזידענט ארבעטן אז קאנגרעס זאל עס מבטל זיין.

די ביל איז שטארק געשטופט געווארן דורך היימישע עסקנים און האט געהאלפן פילע היימישע אידן ארויסגיין פרי פון תפיסה.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין א היסטארישע שריט איז טעקסאס אטורני דזשענעראל קען פעקסטאן אימפיטשט געווארן און צייטווייליג סוספענדירט געווארן פון אפיס דורך די ארטיגע רעפובליקאנער קאנגרעס.

ער איז אימפיטשט געווארן אויף באשולדיגונגען אז ער האט פארלעצט קאמפיין באשטייערונגען געזעצן, און אויף אביוז אוו פאוער, אבסטראקשן אוו דזשאסטיס און נאך.

די אפשטימונג איז דורך אין די ארטיגע סענאט 121-23, און ער איז צייטווייליג סוספענדירט פון אפיס ביז אן אפשטימונג אין די ארטיגע סענאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס האט אויפגעטריבן $8.2 מיליאן אין די ערשטע 24 שטונדן נאך וואס ער האט געמאלדן זיין פרעזידענטליכע קאמפיין, איבערשטייגענדיג די רעקארד פון $6.2 מיליאן וואס פרעזידענט ביידען האט געשאפן אין 2019.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

3 מענטשן זענען אומגעקומען און נאך 5 זענען פארוואונדעט געווארן פון א שיסעריי ביי א מאטארביציקל ראלי אין ניו מעקסיקא. פאליציי האבן ארעסטירט די שיסער.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום זונטאג מאי 28, 2023 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א מאן איז ארעסטירט געווארן נאך וואס ער האט געעפענט אן עמערדזשענסי טיר אויף אן אזיאנע עירליין פליגער, מינוטן בעפאר עס האט געלאדענט אין דרום קארעא.

דער מאן וועלכע שטייט אויס ביז 10 יאר טורמע, האט געזאגט פאר אויספארשער אז ער האט געוואלט קענען שנעל אראפגיין פון די פליגער.

10 מענטשן האבן געדארפט צוקומען צו מעדעצינישע באהאנדלונגען פאר אטאמען פראבלעמען.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 6:11 pm
טערקישער פרעזידענט ערדואן איז ערווארטעט צו געווינען די ארטיגע פרעזידענטליכע פארמעסט אין די היינטיגע ראנאף וואלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

2 איראנע גרעניץ וועכטער און איין טאליבאנער קעמפפער זענען אומגעקומען און נאך עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אין א פייער אויסטויש ביי די גרעניץ פון אפגאניסטאן מיט איראן.

דאס קומט אלס טייל פון אן אנגייענדיגע געפעכט צווישן די 2 זייטן איבער וואסער רעכטן, אין וועלכע איראן באשולדיגט די טאליבאן אין באגרעניצן די וואסער פון די האלמענד ריווער פון אנקומען צו איראנע פראווינצן, עפעס וואס די טאליבאן לייקענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א ניו דזשערסי אפעלאט געריכט האט פארגאנגענע פרייטאג געאורטיילט ווי א נידריגערע געריכט, און געזאגט אז רבי אשר אייזמאן האט רעכט פאר א פרישע טרייעל.

הרב אייזמאן, וועלכע האט געעפענט א מוסד פאר ספעציעלע קינדער, איז אנגעקלאגט געווארן מיט 9 פינאנציעלע קלאגעס. א דזשורי האט אים ריינגעוואשן אויף 7 אבער אים געפונען שולדיג אויף 2 וועלכע באציט זיך אויף אן אנגעבליכע $200,000 וואס ער האט ארויסגענומען פון די מוסד.

די ריכטער אויף די קעיס האט אים פאראורטיילט צו 60 טעג טורמע, אבער די פראקורארן זענען נישט געווען צופרידן און פארלאנגט אז א צווייטע ריכטער זאל אים פאראורטיילן.

ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס האט די בוכהאלטער עדות געזאגט אז די $200,000 איז בכלל נישט געווען געלט וואס הרב אייזמאן האט גענומען, נאר זיי האט עס פשוט אריינגעלייגט אין די קוויקבוקס צו באלאנסירן די ביכער, אבער הרב אייזמאן האט בכלל נישט געוויסט דערפון און עס זיכער נישט גענומען.

ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן די פראקורארן געוויסט דערפון גלייך פון אנהייב, אבער האבן דאס נישט מיטגעטיילט מיט די דזשורי אדער מיט די פארטיידיגונגס אדוואקאטן, עפעס וואס איז נישט געזעצליך.

יעצט האט די אפעלאט געריכט באשטעטיגט די אורטייל פון די נידעריגע געריכט וועלכע פארלאנגט א פרישע טרייעל מיט די פרישע באווייזן וואס זענען אויפגעדעקט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:44 am
פרעזידענט ביידען ביי א פרעסע קאנפערענץ האט געמאלדן אז מען איז געקומען צו אן ענדגילטיגע אפמאך מיט קאנגרעס ספיקער מעקקארטי איבער די בודזשעט און דורכדעם פארמיידן אן ערשטמאליגער רעגירונג דיפאלט.

פרעזידענט ביידען זאגט אז די אפמאך גייט יעצט צום פולן קאנגרעס און האט גערופן פאר קאנגרעס עס צו דורכפירן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט ארויסגעגעבן אן ארעסט ווארענט פאר רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם און אים באשולדיגט אין 'רוסיע-פאוביע' קאמענטארן.

דאס קומט נאך א ווידעא וואס איז פובליצירט געווארן פון א זיצונג פון גרעהעם מיט אוקריינישער פרעזידענט זאלענסקי פארלאפענע פרייטאג, אין וועלכע גרעהעם זאגט אז די רוסן שטארבן, און די געלט וואס אמעריקע שיקט איז די בעסטע געלטער וואס אמעריקע האט אמאל אויסגעגעבן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייניגסטנס 9 מענטשן אריינגערעכנט 4 קינדער זענען פארוואונדעט געווארן אין א מאסן שיסעריי ביי די האליוואוד בארטן אין פלארידע.

פאליציי האבן איינעם ארעסטירט און זוכן א צווייטער שיסער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אילאן מאסק וועט לויט באריכטן די וואך אפשטאטן א באזוך אין כינע צום ערשטן מאל אין 3 יאר. ער איז ערווארטעט צו באזוכן די ארטיגע טעסלא פלענט און זיך טרעפן מיט הויעכראנגיגע כינעזע באאמטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

צפון קארעא האט איינגעמאלדן פאר זייער שכן יאפאן אז זיי וועלן אין די נאנטע טעג ארויפשיסן א סעטעלייט אין ספעיס. דאס שיינט צו זיין א פרואוו פון צפון קארעא ארויפצושיקן זייער ערשטע מיליטערישע שפיאנאזש סעטעלייט.

דער יאפאנעזער פארטיידיגונגס מיניסטער האט געזאגט אז ער האט פארארדענט די מיליטער אראפצושיסן דעם סעטעלייט אויב עס קומט אריין אין יאפאנעזע טעריטאריע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ברוך דיין האמת: הגאון רבי ירחמיאל גרשון אדלשטיין זצ"ל, ראש ישיבת פאנאוויטש אין בני ברק, דער פירער פון דער חרדיש-ליטווישער אידנטום אין ארץ ישראל, נשיא מועצת גדולי התורה פון די ליטווישע דגל התורה פארטיי, און נשיא ועד הישיבות, איז נפטר געווארן אין עלטער פון 100 יאר, אין די מעיני הישועה שפיטאל אין בני ברק, נאכן ליידן א לייכטע הארץ אטאקע עטליכע טעג צוריק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שיסעריי טעראר אטאקע איז פארגעקומען אין ארץ ישראל נעבן חרמש, ווען א טעראריסט האט ארויסגעשאסן פון א קאר אויף א פארביי פארענדע קאר, אין וועלכע א 32 יעריגער מאן, מאיר תמרי הי"ד איז אומגעקומען רח"ל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

צום ערשטן מאל זינט די אנהייב פון די קריג האבן עטליכע דראונס אטאקירט ציווילע געגנטער אין מאסקווע, פון וועלכע 2 געביידעס זענען לייכט געשעדיגט געווארן.

רוסלאנד זאגט אז זיי האבן אראפגעשאסן 8 אוקריינישע דראונס וועלכע זענען געקומען צו פליען. אוקריינע לייקענט אז דאס זאל האבן עפעס מיט זיי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2023 10:56 pm
אילאן מאסק איז אנגעקומען אין כינע און זיך היינט געטראפן מיטן כינעזער אויסערן מיניסטער אין בעידזשינג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 6:49 pm
אין א פרעסע קאנפערענץ דורך קאנסערוואטיווע מיטגלידער פון די קאנגרעס פרידאם קאקוס האבן זיי שארף אראפגעריסן די חובת דאך אמפאך צווישן ספיקער מעקקארטי און די ווייסע הויז, און גערופן אז קיין איין רעפובליקאנער זאל נישט שטימען דערפאר.

קאנסערוואטיווער קאנגרעסמאן דען בישאפ פון נארט קאראליינע האט געזאגט אז ער באטראכט דאס מעגליך אלס גענוג סיבה צו פאררופן אן אפשטימונג אין קאנגרעס צו אראפשטעלן מעקקארטי פון די ספיקערשאפט, עפעס וואס יעדע קאנגרעסמאן קען טון לויט די מעקקארטי אפמאך איבער זיין ספיקערשאפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

ווייניגסטנס 34 נאטא פרידן-היטער טרופן זענען פארוואונדעט געווארן אין ווילדע אומרוען וואס קומען פאר אין קאסאווע.

נאטא סעקרעטערי גענעראל סטאלטנבערג זאגט אז נאטא וועט אהין שיקן נאך 700 טרופן, און וועט אנגרייטן נאך א גרופע צו זיין גרייט אהין צו גיין.

קאסאווא האט זיך דערקלערט זעלבשטענדיג פון זייער מוטערלאנד, סערביע, יארן צוריק, אבער סערביע אנערקענט דאס נישט. די UN האט אריינגעשטעלט פרידן טרופן אפצוטיילן צווישן די סערבישע און קאסאווער קרעפטן. די הויפט קאנפליקט איז אויף איין ראיאן וואו עס וואוינען א מאיאריטעט פון עטנישע סערבן אבער איז אונטער די קאסאווער הערשאפט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א שאקירנדע ווידעא צירקולירט וויאזוי א גרופע פון 40 איגנטליכע אטאקירן גאר ברוטאל 3 אף-דוטי מארינען ביי א ביעטש אין קאליפארניע, נאך וואס די מארינען האבן זיי געבעטן נישט צו אנצינדן קיין פייער ווערק ביים ביעטש.

די לאקאלע שעריף דעפארטמענט האט געמאלדן אז זיי האבן געעפענט אן אויספארשונג און געווארענט אז זיי וועלן נישט ריען ביז אלע 40 וועלן געברענגט ווערן צו יוסטיץ.

די שעריף דעפארטמענט זאגט אז די איגנטליכע וועלן אנגעקלאגט ווערן אויף אטאקירן מיט א טויטליכע וואפן, זאגענדיג אז די גרויסע צאל אטאקירער ווערן גערעכנט ווי א טויטליכע וואפן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די פענטאגאן זאגט אז א כינעזע J-16 קאמפס פליגער האט פארטריבן אן אמעריקאנער RC-135 פליגער פון העכער די צפון כינעזע ים אום מאי 26.

די פענטאגאן אין א סטעיטמענט זאגט אז די כינעזע פליגער איז געפלויגן איבערגעטריבן אגרעסיוו פארענט פון די אמעריקאנער עיר פארס פליגער.

ווידעא
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”