די רוסן גרייטן אן זעלנער בעסער ווי די "אבי געשיקט" וואס מען האט געזען ביז לעצטנס, און וואגנער איז כמעט זיכער אזא סענדוויטש וואס דינט ממש ווי קאנאנען פלייש ביז די רוסן וועלן בעסער טרענירן זייערע מאבעליזירטע.
אבער די שאצער'ס שאצן אז רוסלאנד האט נישט אוועקגעלייגט א גרויסע כח פון א גוט טרענירטע מיליטער, עס וועט נאך אלץ זיין שווער פאר אוקריינע צו קעמפן מיט זעלנער וועלכע קומען יעצט אן פריש, אבער די אוקריינער האבן זיך געראכטן דערפאר און אדרבה זיי זאגן אז זיי ווילן דוקא פארבלייבן אין באקמוט ווייל ביז איצט האבן זיי בלויז ערמארדערט וואגנער ארעסטאנטן, און אויב וועגן זיי אליין וואלט שוין אוקריינע אויפגעגעבן אויף באקמוט, אבער היות די רוסן האבן אנגעהויבן אהינברענגן די געהעריגע מיליטער ווילן זיי דוקא ווייטער אנהאלטן באקמוט ווייל עס גיט זיי א שאנס צו מאכן חורבנות אין די מיליטערישע רייען.
זייער געדאנקן גאנג איז אז באקמוט איז בבחינת מאריאפל, עס מוז נישט דוקא זיין א שטאל פאבריק צו קעמפן פון א פארזיכערטע ארט, די אוקריינער האבן אינוועסטירט אין באקמוט פאר אכט יאר און זיי האבן עס אויפגעבויט ספעציעל פאר במיוחד פאר אזוינע שלאכטן ווי מען זעט איצט, אלזא זיי ווילן ארויסנעמען די מאקסימום ריווח פון זייער אינוועסטמענט.
אין אמת אריין קען מען זיך דינגן אפילו אויף מאריאפל צו עס איז געווען אזא געלונגענע עצה צו קעמפן דארט ביז פופצן מינוט נאכן צווייטן פייף, די אוקריינער האבן דארט למעשה פארלוירן זייער א שטארקע כח פון קעמפער וואס האבן געקעמפט פון א אפגעשוואכטע פאזיציע זייענדיג אפגעזונדערט פון זייער באזע, וואלטן זיי געבליבן אין די אוקריינע מיליטער און זיי וואלטן געווען פאראייניגט מיט די גרעסערע אוקריינע באזע וואלט זייער כח לכאורה געווען פילפאכיג שטערקער, אין מאריאפל האבן זיי געקעמפט מיט מאגערע אמנוציע פארציעס, אן קיין מעדיצינישע באהאנדלונגן, וכו' וכו', און זיי האבן טאקע געקעמפט ווי לייבן, אבער אפשר וואלט בעסער געווען אויב מען גיט זיך פריער אונטער צו רוסלאנד ווען רוסלאנד האט געגעבן א אלטימאטום און מען באקומט זיי ארויס פון דארט גאנצערהייט און מען פלאנצט זיי איין אין בעסערע פאזיציעס.
דאס איז נאר איין צד, כמובן איז דא אנדערע שטארקע צד וואס מען האט שוין דא אויסגעשמועסט כמה פעמים, באקמוט אנטהאלט ענליכקייטן צו די מאריאפל שלאכטן, די שאלה איז די זעלבע שאלה ווי דאן, נישט ממש די זעלבע אבער די געדאנקן גאנג איז ענליך, באקמוט פארמאגט טאקע נישט אזוינע בראווע זעלנער ווי די אזאוו בריגאדע האט פארמאגט, אבער באקמוט פארמאגט יא פעסטונגן אין די ערד, און אפשר איז אפילו מער אויסגעהאלטן די קאמפן אין באכמוט זינט די זעלנער וואס מען שטייט אויס צו פארלירן זענען נישט פון די זעלבע קוואליטעט וואס די מאריאפל זעלנער האבן פארגעשטעלט מיט זיך.
די שאנסן פאר באכמוט צו האלטן איז נישט דוקא בעסער ווי פאר מאריאפל, און אזוי אויך, די שאנסן פאר הויכע פארלוסטן ביי די בעסער טרענירטע רוסישע קרעפטן איז לכאורה נישט ווייניגער ווי ביי מאריאפל, און אויך זעט מען דערווייל נישט ביי די רוסן די זעלבע אייפער און ברען -נישט בכמות און נישט באיכות- ווי זיי האבן געוויזן ביי מאריאפל.
אזוי צו אזוי, די פלאן איז לכאורה געווען פון ביידע זייטן אז וואגנער וועט נאר דינען ווי די ערשטע שיכט, און נאך זיי וועט די מיליטער אנקומען און פראבירן איבערצונעמען מיט בעסערע כוחות ווי וואגנער און אויך אין א בעסערע פאזיציע ווי וואגנער האט געהאט ביז נאנט צום סוף, זיי וועלן קומען הערשט נאכדעם וואס די וואגנעריסטן וועלן שוין האבן אויסרייניגט די שווערסטע חלקים, און די אוקריינער וועלן שוין זיין היבש אויסגעמוטשעט, אט דעמאלט'ס וועלן די מיליטערישע איינהייטן איבערנעמען די זאך און אוודאי נעמען פאר זיך די קרעדיט פונעם מכה בפטיש, די אוקריינער האבן זיך גאנץ זיכער אויך געראכטן דערצו, איך ווייס אבער נישט וואס זיי האבן געטאן דערצו, אבער זיי זאגן על כל פנים אז די סיבה פארוואס זיי גייען ווייטער דארט בלייבן און פארוואס זיי האבן אהינגעשיקט פארשטערקערטע כוחות לעצטענס איז ווייל די עכטע רוסישע כוחות זענען יעצט אנגעקומען דארט.
אבאמא האט שנעל מיט די הילף פון די מידיא ארויסגעלייגט א קאמפליצירטע תירוץ פארוואס דעס איז ארויסגעקומען צום גאס , (ליין פארוואס מהאט געמוזט ענדיגען פלוצים די אויספארשונג) די תירוץ האט געשמעקט פון פאליטיקס
(איך קען יעצט נישט אריינגיין און אריכות ווייל מדארף האבען גאנצעטע בלעטער דעס דורך צי גיין ואין כאן מקום, ווי למשל איך וועל געבען צוויי דוגמת אויפן שפיץ גאפעל,
דא איז געווען אינוואלווד נאך זאכען מיט דעם אבאמא, אז פוטין מיט זיין רוסישע שפיאנען האבען געהאלפען חיזבאללה מיט איראן שמוגעלען טייערע קארס ארויס פון אמעריקע דורך מעקסיקא און דורך די זעלבע רוטס האבען די רוסען זיכער געמאכט אז דראגס פליסט אריין קיין אמעריקע און מעקסיקא (די אוקריינע פון אמעריקע) בלייבט אן אומסטאבילע שכן פאר איר גרעסטע טרעד די פרייע אמעריקע,
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעלייגט גאר אסאך כוחות און כאפען די רינג, וועלכע איז געשטאנען אונטער די ארגאנזירטע מאסיווע קאר גניבות ביינונז אין ניו יארק, די אינוועסטיגאציע האבען געהאלטען גאר ווייט, אבער אבאמא האט אפגעשטעלט די אויספארשונג אויף די בקשה פון פוטין אין איראן,
און דאס האט אויפגעהויבען אויגען ברעמען איבער די לענג און ברייט פון די אמעריקאנע זיכערהייט אגענטורען וועלכע זענען נאכנישט געווען אנגעפילט מיט לינקע עלעמענטען אבער זיי האבען פארשטייט זיך געשוויגען ווייל זיי האבען געהאט דרך ארץ פאר די אמעריקאנע פרעזידענט,
נאכדעם איז געווען נאך אישוס ווי למשל רוסלאנד און כינע האבען אריינגעפאנדעלט שווערע געלטער און אבאמאס קאמפיין מיט די הילף פון די סליפער אגענטען און סאיז געווען ציטיילט און קליינע נדבות מיט שטרוי אקאונטס,
אבער ווען אבאמא איז געווארען פרעזידענט זענען די אלע אויספארשונגען פון די וואל קאמיטען געגאנגען שלאפען,
צירוק צו די סליפער אגענטען , אסאך אין די אינטעל קאמיונעטי האבען אנגעוויזען אז די תירוצים וואס זיי האבען אנגעגעבען , צי ברענגען אן ענדע צי די קאנטער שפיאנאזש אויף די אומלעגאלע , איז געווען מעשה בכל יום און גארנישט אוט אף די ארדענערי און אבאמא האט זייער גוט געוויסט דערפון,
די ספעצפישע עף בי איי קאנטער שפיאנאזש אפאראציע האט געהאט די קאוד נאמען " אפאראציע רוחות מעשיות" ghost) stories )
לאמיר גיין ווייטער, צווישען די ארבעט פון די סליפער אגענטען איז געווען אזאלכע וואס זענען געווען געשטעלט זיך אריינצידרייען צווישען די לאטינאס און אנדערע מינאריטעטען און ווערען רעדאקטערס ביי זייערע מידיא און שפייען האס קעגען אמעריקע און מסביר זיין פארוואס פוטין אין פיניג פינג זענען היראוס,
איינע פון די צייטונגען וואס איז געווען קאנטראלירט דורך פוטינס אגענט מיטען נאמען פאלאוועז א רעספעקטירטער קאלומניסט און רעדאקטער, מיט א פאלשע אינדענטעיט,
איז געווען די גרעסטע ספאנישע מידיא נעץ און ניו יארק מיט די נאמען על דיאריע לע פארנאסע
דארט האט זי געגאסען פעך און שוועבעל אויף אמעריקע ,
אויב איז די מעשה נאכנישט גענוג אינטערסאנט איז דא א אינטערסאנטע קרישקעלע וואס האט זיך אפגעשפילט מיט די צען סליפער אגענטען וועלכע אבאמא האט גראד צירוק געשיקט קיין וויען און פון דארט צי פוטין פריגאזין,
אוקריינע, עסטאניע, ליטע און פולין האבן אפעלירט אין א געמיינזאמען סטעיטמענט צו די (IOC) אלימפיק שפיל ארגענעזאציע אויסצושליסן רוסלאנד און בעלערוסער שפילער פון 24' אלימפיקס.