אין אנדערע נייעס צווישן די צוקונפטיגע נייע לענדער אין רוסלאנד, איז געווארן הויעך פרייליך צווישן וואגנער (קומענדיגע וואגנער-רוס געגנט..) און די קאדיראווציס (די קומענדיגע קאדירא-רוס געגענט..)
אנגעהויבן האט זיך עס ווען פריגעזין האט געסטראשעט צו פארלאזן באקמוט אויב באקומט ער נישט נאך וואפן.. איז געקומען די קאדיראווציס, און מיט חוצפה געשיקט א טיק טאק אז זיי זענען גרייט צו איבערנעמען די וואגנער פאזיציעס.. איז פריגעזין געווארן פרייליך, און געפרעגט דעם ציבור וואס פונקטליך די אכמאד יוניט טוט, ווייל ער ווייסט נישט..
איז דער פירער פון די קאדיראווצי יוניט געווארן ווילד, און ארויסגעלייגט א שיינע מוסר דרשה, און ער געבט אים אזוי שיינערהייט מנה אחת אפיים.. מיר ווייסן פונקטליך וויפיל מענטשן דו האסט אויסגעהארגעט אין באקמוט דורך די לעצטע 7 חדשים וואס דו בוזט אין באקמוט, דו האסט באקומען אסאך מער אמוניציע פון די מיניסטער אויף דעפענס ווי סיי וועמען, און מיט דעם אלעם האסטו געהאט אזויפיל געהארגעטע.. איז הער אויף שרייען און פארפירן וועגן אמוניציע וואס פעלט דיר.. געב א לאקאציע מיט א דאטום און מיר קענען רעדן פערזענליך אויב דו ווילסט.. (אין רוסלאנד רעדן פערזענליך האט א טיעפע באדייט.. מ'רעדט דארטן פערזענליך זייער אסאך מיט וועמען מ'האט חשבונות..) מיר קענען סאלווען אלע פראבלעמען פנים אל פנים.. (כא כא כא.. יאלא! לעטס גאוי.. איך באצאל די טעקסי, געגאנגען..)
דא איז וואגנער ארויס פון די וויזויהייסטעס.. ס'איז געווארן נאך מער פרייליך.. לעמתם ברוך יאמרו.. מ'האט איינגעשפאנט די גרינדער פון די וואגנער גרופע, וואס קומט כמעט קיינמאל אין די עפענטליכקייט, א מערדער פון מערדערלאנד.. און ער האט געלייגט א מצוה צעטיל ביי א געוויסע רוסישע טעלעגראם טשענעל, און ער שרייבט עטליכע פונקטן..
* מיר זענען יעצט אין די דריטע וועלט מלחמה .. (הממממ, נישט קיין ספעציעלע מיליטערישע אפעראציע?? ווען איז די אפעראציע אריבער צו די דריטע וועלט? און פארוואס דארף מען אים אזוי ווייט פירן, דא אין אונזער וועלט'ל איז שלעכט צו מאכן די אפעראציע אז מ'מוז קיין צו די דריטע וועלט??) און איך בין מודה אז אסאך כעוורע אינדערהיים ביים מאמע'ן ברויך מען לייגן צו די וואנט פאר די בושה וואס זיי האבן אונז געברענגט.. (אינטערסאנט, אין רוסלאנד רופט מען א פענסטער א וואנט.. נעקסטע מאל בוזט אין רוסלאנד און איינער זאגט דיר גיי צו די וואנט, זאג שמע ישראל.. אדער אנטלויף עוד נשמתך בו.. )
* וואגנער איז קיינמאל געווען, און איז נישט, און וועט קיינמאל זיין אונטער פאניק.. (כא כא כא.. גיי הער אויס פריגעזאן'ס שיעורים פון די לעצטע צוויי חדשים.. לערן עס מיט צווייטע כאוויירעם.. וויאזוי זאגט מען פאניק'ן אין רוסיש? קיינמאל געווען, איז נישט, וועט קיינמאל זיין אונטער פאניק.. יע..)
* סיי וואסערע פראבלעמען עס קומען ארויף, געבן מיר זיך אן עצה אין וועגן וואס זענען אוועילעבל צו אונז, וואס קאנטרעדיקט נישט מיט די רוסישע געזעצן.. (דא הייבט זיך אן די רמז פון מיר האבן פענסטער'ס אין אונזער באזיץ, און מיר געבן זיך אן עצה מיט די פראבלעמען וויאזוי מיר קענען..)
* פון ווי האסטו גענומען די רעכטן צו אדרעסירן פריגעזאן, און רעדן בלשון "דו" און נאך לשונות.. ווער האט דיר געגעבן די רעכטן דערצו? מיר האבן פערזענליך נישט באקומען פליגערס, העליקאפטערס און ארויסשיסערס פון דיר.. (אויב מיר דרשנען סמוכין, קען מען שוין פארשטיין פארוואס די קשיא איז געווארן דא אריינגעשווערצט אזוי גלייך נאך די פריערדיגע פונקט פון מיר געבן זיך אן עצה מיט פראבלעמען..)
* יאפ וואגנער פארנעמט די ערשטע פלאץ צווישן פריוואטע מיליטער, און איז אנערקענט אין די גאנצע וועלט.. (כ'ווייס נישט צו ער רעדט פון די גאנצע וועלט, אדער די דריטע וועלט ווי ער געפינט זיך.. אין באקמוט איז ער זיכער באקאנט..)
* מיר זענען אלעמאל גרייט צו רעדן ווי "מענטשן צו מענטשן" (אזא כמים פנים אל פנים .. דער קאדיראווצי האט דאך געבעטן ער וויל רעדן פנים אל פנים..) מיר קענן זיך נאך זינט די ערשטע טשעטשניע מלחמה און די צווייטע.. (דאס דארף זיין נאך אזא רמז פאר די פענסטערס וואס זיי האבן.. וואגנער איז דעמאלטס געווען די וואס האבן זיך געשלאגן קעגן די קאדיראווציס ביי יענע שלאכטן.. ווי מ'זאגט, דו ווייסט גאנץ גוט וואסערע מכות איך קען טיילן..)
אונטערגעשריבן די מצוה צעטיל פון וואגנער בכבידו ובעצמו..
********
אלעס גייט ווי געפלאנט! נישט פאניקן.. קיעוו אין דריי טעג..