קען זיין אז די רוסן האבן אנגעהויבן אויפרייסן מינעס צוביסלעך שטייטעלעך פאר 2 סיבות,
1 כדי מזאל נישט כאפן אז סאיז זיי, און סזאל אויסקוקן כאילו סהאט זיך אליינס איבערגעבראכן. ווייל זעלענסקי האט זיי שוין געהאט געמאסערט פאר די וועלט א האלב יאר פריער אז די רוסן פלאנצען דארט מינעס און אז זיי פלאנען דעם אויפרייס,
און 2 אפשר כדי זיכער צומאכן אז די נאכוויען און דעמיזדש אין אוקריינע זאל אנקומען צום מעקסימעם נאכן גרויסן אויפרייס, האבן זיי געדארפט אויפרייסן אנדערע חלקים בעפאר.
די זיכערהייט קאונסיל פון די יו. ען. וועט זיך היינט צאמנעמען אויף א עמערדזשענסי מיטינג, איבער די דאמבע אויפרייס.
אוקריינער פארלאמענט מיטגלידער גארי לאגבינסקי (א יוד): אויפרייסן די דאמבע איז געווען א רוסישע ציל, די רוסן ווייסן אז אונז גייען אן צו באפרייען אונזערע שטחים אין די געגנט.
די פארלוסטן זענען מער ווי הונדערט פארשידענע שטעט און קליינע ישובים, וואס אין זיי וואוינען טויזנטער מענטשן.
אמעריקאנע אינטעלידזשענס צו NBC: די דראון אטאקע פאריגע וואך אין מאסקווע, האט געצילט וואוין-ערטער פון רוסישע אינטעלידזשענטס אפיצירן.
אויסערן מיניסטער פון איזראעל אלי כהן: אונז שטיצן אוקריינע'ס פולשטענדיגקייט, לויט אונזערע אפשאצונגען איז רוסלאנד געווען די וואס האבן אויפגעריסן די דאמבע.
די איראנער וואפן איז די וואס הרג'נען אוקריינער ציווילע.
קומען ווידער ארויס מיאוסע ווידיאוס פון אוקריינא פארלוסטן ביי די זאפארעישא פראנט.
#וואלאדאר2!
(ווער געדענקט ווי מ'האט געלאכט פון די רוסן..?)
--
א ווידיאו פון א אנגעטרינקענע אוקריינא זעלנער זאגט אז רוב פון די יוניטס וואס האבן אנטייל גענומען אין די דרום דאנעטצק אטאקע ביי נאוואדאנעטצק צוויי טאג צוריק זענען שוין טויט אדער פארוואונדעט.
צוויי גילדען האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 07, 2023 12:04 pm

לאך נישט.
דער וואס האט עס ארויסגעשטעלט איז א באקאנטער טראלער פון דייטשלאנד, סאיז די זעלבע ווידיאו פון אנהייב וואך נאר צוגעלייגט נאך שטיקלעך, אוועראל זעהט מען ביז 4 ארמערד טרעקלעך מעקס פרא און האמוויס, בשעת מעשה זעהט מען ווי די אנדערע טרעקלעך פארן ווייטער און ווערן נישט פארלאזט, וואס מיינט אז מרעדט דא פון א ריקאן מיסיע נישט קיין אפענסיוו מיסיע, אויב סוואלט געווען א געהעריגע מיסיע וואלט עס געווארן באגלייט פון טאנקן בי עם פי'ס קאנאנען פליגערס און ערד טרופן.
אולעשקי איז אינטערן וואסער און די רוסן זענען זייער נאכגעלאזט מיטן ראטעווען די בירגער (זייער לאגיסטיק פראבלעם איז נישט נאר אין די מיליטער), אין די צייט וואס די אוקריינער ראטעווען ארויס טויזענטער שטייען (רוסישע) כערסאנע בירגער אויף די דעכער און ווארטן אויף הילף.
(פאר די וואס זאגן אז די אוקריינער האבן געהעכערט די וואסערן, - וואס האט געלייגט פארדאכטן אז זיי האבן עס אויפגעריסן - סאיז א טעות, נאר פון די רוסישע זייט האט מען עס געקענט טוהן.)
אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי אוקריינישע סאלדאטן ראטעווען ארויס בירגער פון די רוסישע זייט כערסאן נאכן ווערן פארלאזט דורך די רוסן.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
נארמאליזעם האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 07, 2023 1:30 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 07, 2023 12:04 pm
קומען ווידער ארויס מיאוסע ווידיאוס פון אוקריינא פארלוסטן ביי די זאפארעישא פראנט.
#וואלאדאר2!
(ווער געדענקט ווי מ'האט געלאכט פון די רוסן..?)
--
א ווידיאו פון א אנגעטרינקענע אוקריינא זעלנער זאגט אז רוב פון די יוניטס וואס האבן אנטייל גענומען אין די דרום דאנעטצק אטאקע ביי נאוואדאנעטצק צוויי טאג צוריק זענען שוין טויט אדער פארוואונדעט.
לאך נישט.
דער וואס האט עס ארויסגעשטעלט איז א באקאנטער טראלער פון דייטשלאנד, סאיז די זעלבע ווידיאו פון אנהייב וואך נאר צוגעלייגט נאך שטיקלעך, אוועראל זעהט מען ביז 4 ארמערד טרעקלעך מעקס פרא און האמוויס, בשעת מעשה זעהט מען ווי די אנדערע טרעקלעך פארן ווייטער און ווערן נישט פארלאזט, וואס מיינט אז מרעדט דא פון א ריקאן מיסיע נישט קיין אפענסיוו מיסיע, אויב סוואלט געווען א געהעריגע מיסיע וואלט עס געווארן באגלייט פון טאנקן בי עם פי'ס קאנאנען פליגערס און ערד טרופן.
כערסאן, אוקריינע - נאכדעם וואס א ריזן דאמבע וועלכע האלט אפ וואסער פון אריינדרינגען אויפן יבשה, איז בייזוויליג געשעדיגט געווארן אין דרום אוקריינע נעבן כערסאן. הערשט א טיפע זארג איבערן וואוילזיין פון די אידן אין די באטראפענע געגנטער. דער חב"ד שליח פון כערסאן הרב יוסף יצחק וואלף דערציילט איבער די ענגע מצב אין וועלכע פילע ארטיגע אידן געפינען זיך, ווען וואסער פון עטליכע פיס דרינגט אריין און פארפלייצט זייערע הייזער, אין געוויסע פלעצער איז שוין די וואסער 10 פיס הויעך רח"ל און איז ערווארטעט צו שטייגן.
ווי הרב וואלף געט איבער איז דער חב"ד הויז זעלבסט גאנץ נאנט צום ים אבער פארט ב"ה נישט אין קיין סכנה צוליב וואס עס איז פיל העכער ווי דער ים, אבער פילע חלקים אין שטאט זענען נידריגער וועלכע לייגט זיי אונטער א באלדיגע סכנה. ער ארבעט איבערמידליך אנצוקומען צו יעדעם און ארויסהעלפן מיט וואס אימער מעגליך אריינגערעכנט טרעפן נייע הייזער פאר די וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס.