פוטין האט אנגעבליך באזיכט די אקופירטע שטאט מאריאפאל פאריגער וואך.
אנטאן געראסטשענקא אן עדווייזער און א באקאנטע מויל מאכער אין די אוקריינער רעגירונג האלט אז פוטין האט געשיקט א טאפלטער פוטין קיין מאריאפאל אנשטאט אים.
געראסטשענקא שרייבט אז די בילדער רעדן פאר זיך אליינס.
- Screenshot_20230320-2210352_1_67.png (333.31 KiB) געזען 7105 מאל
געראסטשענקא פאבליצירט דריי בילדער איינע נעבן די אנדערע. די ערשטע בילד איז פוטין בלויז א חודש צוריק אים פעברואר 21 אין מאסקווא. די מיטלסטע בילד איז פוטין אין סוואסטיפאל מערץ 18. און די דריטע בילד איז פוטין אין מאריאפאל מערץ 19.
מען דארף נישט זיין קיין חכם צו באמערקן אז געראסטשענקא האט א סאליד פוינט. די צוויי פוטינס זעהן אויס קאמפליטלי אנדערש...
לאמיר גיין צושטייטעלעך.
די ערשטע בילד ווי געראסטשענקא שרייבט אליינס אז עס איז פאריגער חודש אין מאסקווא איז עקטשעלי א בילד פון פוטין מיט איבער דריי יאר צוריק.
איך גלייב נישט איינער עקספעקט פוטין פון דריי יאר צוריק זאל אויסקוקען אויפן האר ווי היינט צוטאגס.
- 20230320_222628~2.jpg (92.44 KiB) געזען 7105 מאל
די צווייטע בילד ווי געראסטשענקא שרייבט אז עס איז אין סוואסטיפאל מערץ 18 איז אויך נישט ריכטיג.
עס איז אין מאריאפאל מערץ 19. דא איז די גאנצע בילד מיט די צוגעגרייטע עסן אין די בעקגראונד.
(אפיציעל זענען די איינוואוינער געכאפט געווארן אין א שאק אז פוטין איז אנגעקומען פאר א באזיך אבער סאמהאו האבן זיי געוואוסט צו אנגרייטן דאס בעסטע מאכלים זיי פארמאגן צו די האנט פאר מלאך סאנטא וואס איז אנגעקומען בהקיץ... די רוסישע פאלשקייט איז אנבעליוועבל טשיעפ...)
- 20230320_223418.jpg (90.15 KiB) געזען 7105 מאל