Ssg האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 12:37 am
Qsa האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 28, 2023 12:14 am
הער איך אז הנגיד ליפא פריעדמאן בן משב"ק האט היינט ביים ליינען מנדב גוועהן 10 מיליון דולר ביי סאטמאר מהריי קען איינער אריינקומען פרטיים?
$500,000
*זַכָּאִין כַּד שְׁמַעְתּוּן*!
דעם צווייטן טאג יום טוב שבועות בצל הוד כ״ק מרן רבינו שליט״א האט עולה געווען לתורה הנגיד בונה ומקים מו״ה ליפא פריעדמאן הי״ו בן הרה״ח ר׳ משה שליט״א משב״ק, און גע׳שנדר׳ט דעם קאלאסאלן סכום פון *א האלבן מיליאן דאלער* פאר דעפאזיט אפצוקויפן א *נייעם הערליכן יונגל-קעמפ פאר מוסדות סאטמאר בארא פארק*!
דער גרויסער נדיב ופטרון, נדיב *״בנין ליפא פריעדמאן״* דער פראכט און שטאלץ פון מוסדותינו הק׳ אין בארא פארק, האט דערמיט די זכי׳ צו שפאנען *מחיל אל חיל נאכ׳ן מנדב זיין אסטראנאמישע 5 מיליאן דאלער פאר׳ן שם הבנין החדש,* און נאך זיינע *נדבות האדירות מרומם צו זיין דעם קרן המלמדים והכלי קודש אין בארא פארק צו די העכסטע ספערן* גייט ער אצינד פאראויס מיט׳ן זיין דער נחשון אריינצושפרינגען אין א *נייעם הערליכן קעמפ וואס וועט זיין מיוחד פאר די טויזנטער תינוקות של בית רבן די תלמידי התלמוד תורה פון מוסדות סאטמאר בארא פארק!* וואו די קינדער וועלן קענען פארברענגען און הנאה האבן אויפ׳ן העכסטן פארנעם ברוחניות ובגשמיות!
*כד שמעתון שבח דא שירתא!* די טויזנטער תלמידי המוסדות כן ירבו, די עלטערן און מלמדים ומנהלים רוחניים, און אלופי אלפי אנ״ש תלמידי וחסידי סאטמאר נעמען אויף *מיט גליקליכע פרייד די הרחבת גבולי הקדושה אנטוויקלונגען* און רופן אויס דאנקבארערהייט צום גרויסן נדיב ופטרון בונה ומקים פון סאטמאר בארא פארק: *אשרי לו ואשרי חלקו! הוד והדר פעלו! לעד ולנצח יעמוד צדקתו!*
*עֲדַב יְקַר אַחֲסַנְתֵּהּ חֲבִיבִין דְּבִקְבַעְתָּא!*