בארייכערט אייער וואקאבולאר

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

למדן וצדיק האט געשריבן:פרעפיקסן און סופיקסן ווייסט מער ווייניגער יעדער וואס ס’מיינט. וואס איז דער שם־הכולל פאר ביידע? אפיקסן.

וויקיפעדיע ארטיקל איבער אפיקסן:
https://en.wikipedia.org/wiki/Affix

ווי מ’קען זען דארט איז נישט נאר פארהאן פרעפיקסן און סופיקסן, נאר אויך אנדערע פארשידענע אפיקסן, ווי אינפיקסן וועלכע קומען צו אינמיטן פון ווערטער. 

אין אידיש איז דא צוויי אינפיקסן ־ס־ און ־נ־.
־ס־

וועלטסמאכט, פאלקסליד, פאלקסווערטל, לעבנסטעג, ארבעטסמאן, ארבעטסטאג, בלוטסטראפ, לאנדסמאן, שלאקסרעגן, ווארטסמאן.

־נ־

זייפנבלאז.

ש'כח..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

למדן וצדיק האט געשריבן:פרעפיקסן און סופיקסן ווייסט מער ווייניגער יעדער וואס ס’מיינט. וואס איז דער שם־הכולל פאר ביידע? אפיקסן.

וויקיפעדיע ארטיקל איבער אפיקסן:
https://en.wikipedia.org/wiki/Affix

ווי מ’קען זען דארט איז נישט נאר פארהאן פרעפיקסן און סופיקסן, נאר אויך אנדערע פארשידענע אפיקסן, ווי אינפיקסן וועלכע קומען צו אינמיטן פון ווערטער. 

אין אידיש איז דא צוויי אינפיקסן ־ס־ און ־נ־.
־ס־

וועלטסמאכט, פאלקסליד, פאלקסווערטל, לעבנסטעג, ארבעטסמאן, ארבעטסטאג, בלוטסטראפ, לאנדסמאן, שלאקסרעגן, ווארטסמאן.

־נ־

זייפנבלאז.

א גרויסן שכ'ח! גאר נוצבארע און אינטערעסאנטע כללים און ביישפילן.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:פאראיבל
איבלען

דאס שטימט מיר גוט,
א דאנק.

אפשיי
אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר'מוח'ט »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:פאראיבל
איבלען

דאס שטימט מיר גוט,
א דאנק.

אפשיי

פאליקס האט עס שוין דערמאנט,
אבער עס האט נישט געשטימט אינעם טעקסט.
די חכמה איז נישט וואס מען זאגט יא, נאר וואס מען זאגט נישט.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

לאַבירינט = maze. וכבר קדמוני מאשקע.

נאך א ווארט, מיט א מער אידישן קלאנג, איז בלאָנדזשעריי.

אויב טראכט אז איר דאס ווארט איז מאדנע, זייט וויסן אז אזוי הייסט עס אין רוב שפראכן -- לאטיינישע, סלאווישע, און גערמאנישע. און יא, ס'איז אויך דא אין ענגליש. Maze, דאקעגן, איז א ריין ענגליש ווארט וואס איז נישט דא ערגעץ אנדערש.
אטעטשמענטס
Maze_Type_Standard.png
Maze_Type_Standard.png (12.15 KiB) געזען 2131 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע: צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

גרשון האט געשריבן:
לאַבירינט = maze. וכבר קדמוני מאשקע.

נאך א ווארט, מיט א מער אידישן קלאנג, איז בלאָנדזשעריי.

אויב טראכט אז איר דאס ווארט איז מאדנע, זייט וויסן אז אזוי הייסט עס אין רוב שפראכן -- לאטיינישע, סלאווישע, און גערמאנישע. און יא, ס'איז אויך דא אין ענגליש. Maze, דאקעגן, איז א ריין ענגליש ווארט וואס איז נישט דא ערגעץ אנדערש.
הרב גרשון! שוין איבער דריי וואכן וואס דו האסט נישט מעדכן געווען די אשכול!
דער עולם שטייט און לעכצט נאך פרישע ווארע!
טייערע אידן אין אמעריקא! אויפמערקזאם!

די דיפערענצן צווישן לשון הקודש ולהבדיל עברית קענען טיילמאל זיין כרחוק מזרח ממערב!

פארטייטשן העברעאישע נייעס באזירט אויף אייערע לשון הקודש קענטעניסן איז א רעצעפט פאר צעמישעניש.

א דאנק!
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

סוב-טאטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

דאס ווארט "סוב-טאטאל" ווערט אומריכטיג באנוצט דורך פילע היימישע אידן. אסאך נוצן עס ווי "סוף פסוק, וואס איז דער סך הכל בכל מכל? וואס איז דער סוב-טאטעל?". אבער ס'איז פונקט פארקערט.

א סוב-טאטאל איז דער קליינער טאטאל. סוב איז מלשון "אונטער" אזויווי אין סובוועי (באן אונטער דער ערד) און סובמארין (שיף אונטערן וואסער). א "סוב" איז איינער וואס איז אונטער עפעס א גרעסערע זאך. א "סאב" אויף א קאנסטראקשען סייט איז עמיצער וואס טוט איין ספעציפישע חלק פון די גאנצע ארבעט פון בויען א הויז, לדוגמא פלאמבינג.

ווען איך וויל וויסן וויפיל איז געווען דער סך הכל פון אן איווענט וואס איך האב פאררופן, וויל איך קודם וויסן דעם סוב-טאטעל פון די עסן, סוב-טאטעל פון די פארטי-רענטאל צוגעהער, סוב-טאטעל פון די מודעות און מארקעטינג וכו' וכו' - און נאר נאכן צוזאמענעמען אלע קליינע סך הכל'ס (סוב-טאטעלס) קום איך אן צום גרויסן "טאטעל".
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: סוב-טאטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

מיין שטעלונג האט געשריבן:

גערעכט, א שטארק פארשפרייטער טעות.
זע אויך דא ווי @פראקטיש ערווענט דאס זעלביגע…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פּיאַטע = דער כף הרגל.

אין ענגליש איז עס sole, גלייך ווי דער אונטערשטער חלק פונעם שוך. יענץ וועט מען אין אידיש יא רופן זויל,* אבער מ'קען אויך זאגן פּאַדעשווע. דער לעצטער איז בעיקר געבליבן ביי פערד, מסתמא ווייל דארט טרעפט מען עס דאס מערסטע אין די מעשה ביכלעך.

*נישט פארמישן מיט זייל, א pillar. דאס איז א גאנגבארער טעות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
פּיאַטע = דער כף הרגל.

אין ענגליש איז עס sole, גלייך ווי דער אונטערשטער חלק פונעם שוך. יענץ וועט מען אין אידיש יא רופן זויל,* אבער מ'קען אויך זאגן פּאַדעשווע. דער לעצטער איז בעיקר געבליבן ביי פערד, מסתמא ווייל דארט טרעפט מען עס דאס מערסטע אין די מעשה ביכלעך.

*נישט פארמישן מיט זייל, א pillar. דאס איז א גאנגבארער טעות.
ש'כח.

און וואס איז דער 'פערשט'?

עקב, heel; דער רינדיגער חלק אויף וואס מ'טרעט ("דש בעקביו").

מרה דאבוה
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:47 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרה דאבוה »

יישר כח רבינו גרשון
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

גרשון האט געשריבן:
פּיאַטע = דער כף הרגל.

אין ענגליש איז עס sole, גלייך ווי דער אונטערשטער חלק פונעם שוך. יענץ וועט מען אין אידיש יא רופן זויל,* אבער מ'קען אויך זאגן פּאַדעשווע. דער לעצטער איז בעיקר געבליבן ביי פערד, מסתמא ווייל דארט טרעפט מען עס דאס מערסטע אין די מעשה ביכלעך.
שרייבט מיר עמיצער אין אישי אז איך האב אויסגעמישט, דער שוך פון פערד איז פּאָדקעווע. ונכון הוא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
בעל הנס
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הנס »

מרה דאבוה האט געשריבן:
יישר כח רבינו גרשון
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אַלפּיניזם = בערג קריכעריי (mountaineering).

(מלשון אַלפּן)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

היסטאריש האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
פּיאַטע = דער כף הרגל.

אין ענגליש איז עס sole, גלייך ווי דער אונטערשטער חלק פונעם שוך. יענץ וועט מען אין אידיש יא רופן זויל,* אבער מ'קען אויך זאגן פּאַדעשווע. דער לעצטער איז בעיקר געבליבן ביי פערד, מסתמא ווייל דארט טרעפט מען עס דאס מערסטע אין די מעשה ביכלעך.

*נישט פארמישן מיט זייל, א pillar. דאס איז א גאנגבארער טעות.
ש'כח.

און וואס איז דער 'פערשט'?
געדענסקטו דען נישט וויאזוי די רבי'ס האבן געטייטשט אין חדר 'וידו אוחזת בעַקֵב עשו - זיין האנט האט אנגעכאפט דעם פערשט פון עשו...
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

עירוב תבשילין האט געשריבן:

אודאי, פארדעם האב איך געפרעגט, אויב 'פיאטע' איז דער אונטן פון די פיס, דאן וואס איז דער פערשט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
Unicorn (uni-corn = איין-הארן אויף לאטייניש) איז אויף אידיש איינהארן. א מיטאלאגיש באשעפעניש; א פערד אדער ציג מיט איין הארן אויפ'ן קאפ.
375px-Oftheunicorn.jpg
375px-Oftheunicorn.jpg (18.97 KiB) געזען 818 מאל
וואס מיינט דער ווארט?
(אפשר עפעס מיט מיטלאלטער?)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיטאָס (myth) איז אן אלטע איינרעדעניש, מיט וואס אלע אמאליגע גוי'אישע ביכער זענען געווען פול. מיטאָסן פארקערפערן אלע סארטן נישט געשטויגענע געשיכטעלעך, פון מאנסטארישע חיות, פיש, שדים, און מלאכים. אין רוב פעלקער זענען געווען מיטאסן אויף דער שאפונג פונעם פאלק און אירע העלדן. אדיעקטיוו איז מיטאָלאָגיש (mythical).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן:
מיטאָס (myth) איז אן אלטע איינרעדעניש, מיט וואס אלע אמאליגע גוי'אישע ביכער זענען געווען פול. מיטאָסן פארקערפערן אלע סארטן נישט געשטויגענע געשיכטעלעך, פון מאנסטארישע חיות, פיש, שדים, און מלאכים. אין רוב פעלקער זענען געווען מיטאסן אויף דער שאפונג פונעם פאלק און אירע העלדן. אדיעקטיוו איז מיטאָלאָגיש (mythical).
א דאנק.
(איז עס נישט אזוי ווייט ווי כ'האב געטראכט, מסתמא איז עס געווען אמאל מער איינגעריסן…)
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שלייקעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 12:21 am

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלייקעס »

גרשון האט געשריבן:
מיטאָס (myth) איז אן אלטע איינרעדעניש, מיט וואס אלע אמאליגע גוי'אישע ביכער זענען געווען פול. מיטאָסן פארקערפערן אלע סארטן נישט געשטויגענע געשיכטעלעך, פון מאנסטארישע חיות, פיש, שדים, און מלאכים. אין רוב פעלקער זענען געווען מיטאסן אויף דער שאפונג פונעם פאלק און אירע העלדן. אדיעקטיוו איז מיטאָלאָגיש (mythical).
איז די װארט ׳מיסטיש׳ מער געבױט אױף רעליגיעזע און כלומר׳שטע הײליגע זאכן?
ס׳דערנאך האסט שױן ארײנגעטרעטן
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אַנטאַגאָניזם (antagonism) = א שטארקע קעגנערשאפט, קריגעריי.

אַנטאַגאָניסט (antagonist, adversary) = קעגנער, קעגנגעזעצטער, בר פלוגתא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אַנטאָלאָגיע (anthology) = א זאמלונג פון פאעטישע, ליטערארישע, אדער מוזיקאלישע שטיקער.

פון גריכיש: אַנטאָ = בלומען; לאָגיע = זאמלונג. שפעטער האט עס געקראגן דעם באדייט ווי "ירד לגנו ללקוט שושנים" אין דער הקדמה פון א ספר.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בארייכערט אייער וואקאבולאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שלייקעס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
מיטאָס (myth) איז אן אלטע איינרעדעניש, מיט וואס אלע אמאליגע גוי'אישע ביכער זענען געווען פול. מיטאָסן פארקערפערן אלע סארטן נישט געשטויגענע געשיכטעלעך, פון מאנסטארישע חיות, פיש, שדים, און מלאכים. אין רוב פעלקער זענען געווען מיטאסן אויף דער שאפונג פונעם פאלק און אירע העלדן. אדיעקטיוו איז מיטאָלאָגיש (mythical).
איז די װארט ׳מיסטיש׳ מער געבױט אױף רעליגיעזע און כלומר׳שטע הײליגע זאכן?
יא. ס'איז פונעם זעלבן שורש ווי מיסטעריע, וואס מיינט אין גריכיש א סוד, א געהיימניס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”