מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

sheetrock האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 10:36 am
סדר פון שבת
7:10 געווען מנחה, נאך מנחה איז געווען א דרשה איבער זיך לאזן זינגן און זיך עפענען. דערנאך איז געווען די קבלת שבת און די סעודה, ביי די סעודה האט ער עטליכע מאל גערעדט פון עטליכע נושאים, די סעודה האט זיך געענדיגט ארום 2:00-3:00 פארטאגס (די גאנצע שבת איז נישט געלאפן אויף קיין זייגער, אבער דא דארט האבעך געזעהן א זייגער)

שבת צופרי 9:30 שחרית, א געוואלדיגע דרשה פאר בריך שמיה, נאכן דאווענען (אפשר 1:30 בערך) איז געווען א גרויסע קידוש און די ער האט גערעדט איבער תורה לשמה, אוי איז דאס געווען א דרשה, ער איז געווען זייער אויפגעלייגט און געמאכט ווערטליך דא דארט אויף א וועג וואס מ'הערט אים כמעט נישט, די דרשה איז געווען איינגעטיילט אין 4, די דרשה האט מיר דאס מערסטע געכאפט. נאכן קידוש (אפשר 3:30 צייט) איז מען געגאנגן צו די סעודה, דארט האט ער אויך עטליכע מאל גערעדט איבער פארשידענע נושאים, בערך 6:00 האט מען געענדיגט די סעודה, 6:15 איז געווען מנחה מיט של"ש, מ'האט אויסגעלאשן די לעקטער נאך מבעוד יום ווען ס'איז נאך געווען היבש לעכטיג(דורך א גוי ווארשיינלעך), ביי של"ש האט ער 2 מאל גערעדט אבער נישט צו לאנג, די עיקר איז געווען די ווארימע ניגינום. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב און הבדלה און ס'איז שוין געווען 9:30

פון בערך 10:30 האט די עולם אנגעפאנגן צו קומען צו מלוה מלכה, בערך 12:00 האט זיך אנגעפאנגן די שו"ת פענעל. איך האב מיינעך גארנישט ארויסגענומען פון די שו"ת, איך האב נאר ליב געהאט צו זעהן וויזוי מענטשן שיקן אים ארויף שאלות און ער קוקט עס איבער פאר אפאר מינוט און ענטפערט דעראויף כאילו ער רעדט יעצט א דרשה וואס ער האט זיך אנגעגרייט פאר 2 וואכן, נישט משיג צו זיין די השגות און קלארקייט אין אמונה וואס דער יוד האט
מ'טאר נישט אויסלעשן מיט א גוי, אמירה לעכום שבות, מסתמא מיט א שבת זייגער
שׁטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 10:00 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁטילער »

ויתן לך האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 12:49 pm
געווען היינט א שיעור אין צאנז מאנסי
זיין טעגליכע שיעור? אדער א דרשה פאר די קהילה?

derech eretz האט געשריבן: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:53 pm
העלפט מיר צאמנעמען דעם געוואלדיגן שבת וואס מיר האבן געהאט, אראפשרייבן בקיצור די נקודה פון יעדע מאמר דורכאויס די 24 שעה, אז די בהירות און התעוררות אין אזויפיל ענינים זאל בלייבן לימים רבים.
Ber האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 14, 2022 10:24 am
viener האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:47 pm

קימט דאס יאר נאך א סך הכל פון אלע דרשה’ס במשך דעם שבת? פאריאר האט איר געמאכט א הערליכן ארבעט
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5226
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

שׁטילער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:34 pm
ויתן לך האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 12:49 pm
געווען היינט א שיעור אין צאנז מאנסי
זיין טעגליכע שיעור? אדער א דרשה פאר די קהילה?
ווייס איך נישט
פעינטער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

אין אנדערע נייעס: עס גייט אי"ה ארויס קומען א אידישע גליון הבינני מדי שבוע בשבוע, זיי האפן אז נאך אין די קומענדיגע פאר וואכן!
הכל לטובה!!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

פעינטער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:53 pm
אין אנדערע נייעס: עס גייט אי"ה ארויס קומען א אידישע גליון הבינני מדי שבוע בשבוע, זיי האפן אז נאך אין די קומענדיגע פאר וואכן!
דאָס האט מען שוין געזאגט אויך פאראיאר.
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

להודיע האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:01 pm
פעינטער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:53 pm
אין אנדערע נייעס: עס גייט אי"ה ארויס קומען א אידישע גליון הבינני מדי שבוע בשבוע, זיי האפן אז נאך אין די קומענדיגע פאר וואכן!
דאָס האט מען שוין געזאגט אויך פאראיאר
קען ארויסקימען וואס עס וויל

עס איז שוין יעצט דא דריי גיליונות (הבינני אידיש ענגליש הבינני ואלמדה) און עס איז נישט דא צו באקימען אין ערגעץ (חוץ פרינטען)

איך פארשטיי נישט די לאגיק פון צאלן ריזיגע געלטער פאר שרייבער (יא עס קאסט ריזיגע געלטער א יאר) אבער ווען עס קימט צו די פרינטינג און דיסטיריובשען וואס איז א שיבוש פון די געלט דא ווערט מען קארג, יא איך ווייס מהאט אויסגעריפן אז מזיכט וואלענטירס עס צו דעסטריבוטען אבער דעיס גייט אנהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים, עס איז א ווייטאג
פעינטער
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעינטער »

אוי האט געפלאקערט א יהא רעוא
https://www.masoret.co/%D7%99%D7%94%D7% ... %9E%D7%95/
הכל לטובה!!
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

כ'ווייס נישט ווי צי אנהייבן, צי מיט'ן קאלירפולען ציבור (מ'מעג עס אזוי אנרופן??) צי מיט די כסדר'דיגע דרשות, אריינקומענדיג אינעם ריזיגען היכל הביהמ"ד דראל"י האט מען זיך אנגעטראפן מיט קע"ה א ציבור אידן פין פארחאניאקטע יונגעלייט פין ק"י ביזן בעלעבתישער אינגערמאן פין וומסב"ג, פונעם לייקוואודער למדן ביזן בארא פארקער איד, האמער געטראפן אידן פין מאנטריאל אין טאהש, אידן פין כמעט יעדע חסידות אלע מיט איין ציהל צי ווערן נענטער צים בורא עולם.

אינמיטן מנחה האט מען שנעל געדארפט צי לייגן צענדליגער זיצן צי אקאמאדירן דעם ציבור, די ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה.

נאך מנחה האט די מגי"ש אריינגעברענגט דעם עולם אינעם שבת, שטארק ארומגערעדט איבער די אחדות אין די זינגען אינאיינעם א גאנצע ציבור, הערליך ארויסגעברענגט ווי ביי קבלת שבת ווערט ארויסגעברענגט ווי אלע ברואים זינגען פארן בורא, אין נאכדעם קומט די געגועים ביי לכה דודי.
ר' יואל קרויס מראשי המכון האט אראפגעלייגט א ווארעמע קבלת שבת.

אריינקומענדיג צים סעודה, האט מען זיך געטראפן זיצן אין א געפאקטע זאל ארומגענומען מיט אידן וואס האבן איין ציהל, ר' יואל קרויס מיט ר' חזקי שטיינער האבן געניטליך אנגעפירט דעם כאר אריינשלפענדיג דעם גאנצן עולם אין א ווארעמע סאטמארע שלום עליכם נאכפאלגענדיג מיט די איבריגע זמירות.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

שׁטילער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:43 pm
derech eretz האט געשריבן: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:53 pm
העלפט מיר צאמנעמען דעם געוואלדיגן שבת וואס מיר האבן געהאט, אראפשרייבן בקיצור די נקודה פון יעדע מאמר דורכאויס די 24 שעה, אז די בהירות און התעוררות אין אזויפיל ענינים זאל בלייבן לימים רבים.
Ber האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 14, 2022 10:24 am
viener האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:47 pm

קימט דאס יאר נאך א סך הכל פון אלע דרשה’ס במשך דעם שבת? פאריאר האט איר געמאכט א הערליכן ארבעט
יא מען ארבעט דערויף.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

שמחהלע האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 3:11 pm
כ'ווייס נישט ווי צי אנהייבן, צי מיט'ן קאלירפולען ציבור (מ'מעג עס אזוי אנרופן??) צי מיט די כסדר'דיגע דרשות, אריינקומענדיג אינעם ריזיגען היכל הביהמ"ד דראל"י האט מען זיך אנגעטראפן מיט קע"ה א ציבור אידן פין פארחאניאקטע יונגעלייט פין ק"י ביזן בעלעבתישער אינגערמאן פין וומסב"ג, פונעם לייקוואודער למדן ביזן בארא פארקער איד, האמער געטראפן אידן פין מאנטריאל אין טאהש, אידן פין כמעט יעדע חסידות אלע מיט איין ציהל צי ווערן נענטער צים בורא עולם.

אינמיטן מנחה האט מען שנעל געדארפט צי לייגן צענדליגער זיצן צי אקאמאדירן דעם ציבור, די ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה.

נאך מנחה האט די מגי"ש אריינגעברענגט דעם עולם אינעם שבת, שטארק ארומגערעדט איבער די אחדות אין די זינגען אינאיינעם א גאנצע ציבור, הערליך ארויסגעברענגט ווי ביי קבלת שבת ווערט ארויסגעברענגט ווי אלע ברואים זינגען פארן בורא, אין נאכדעם קומט די געגועים ביי לכה דודי.
ר' יואל קרויס מראשי המכון האט אראפגעלייגט א ווארעמע קבלת שבת.

אריינקומענדיג צים סעודה, האט מען זיך געטראפן זיצן אין א געפאקטע זאל ארומגענומען מיט אידן וואס האבן איין ציהל, ר' יואל קרויס מיט ר' חזקי שטיינער האבן געניטליך אנגעפירט דעם כאר אריינשלפענדיג דעם גאנצן עולם אין א ווארעמע סאטמארע שלום עליכם נאכפאלגענדיג מיט די איבריגע זמירות.
חזקי שטיינער איז דעי יוד וואס איז געשטאנען אויפן בענקל רוב צייט ביים זינגען?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

וועןרענטל האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:08 pm
להודיע האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:01 pm
פעינטער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:53 pm
אין אנדערע נייעס: עס גייט אי"ה ארויס קומען א אידישע גליון הבינני מדי שבוע בשבוע, זיי האפן אז נאך אין די קומענדיגע פאר וואכן!
דאָס האט מען שוין געזאגט אויך פאראיאר
קען ארויסקימען וואס עס וויל

עס איז שוין יעצט דא דריי גיליונות (הבינני אידיש ענגליש הבינני ואלמדה) און עס איז נישט דא צו באקימען אין ערגעץ (חוץ פרינטען)

איך פארשטיי נישט די לאגיק פון צאלן ריזיגע געלטער פאר שרייבער (יא עס קאסט ריזיגע געלטער א יאר) אבער ווען עס קימט צו די פרינטינג און דיסטיריובשען וואס איז א שיבוש פון די געלט דא ווערט מען קארג, יא איך ווייס מהאט אויסגעריפן אז מזיכט וואלענטירס עס צו דעסטריבוטען אבער דעיס גייט אנהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים, עס איז א ווייטאג
מ'האט אויסגערופן מוצאי שבת אז ווער ס'וויל אויסטיילן אין זיין געגענט זאל זיך מעלדן

תינוק שנולד
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2022 3:43 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תינוק שנולד »

לאמיר פרובירן אין קורצען אפשרייבן די תמצית פון די 16 שמועסן
1) לפני קבלת שבת- מען זאגט פארן אייברשטן אז איך בין צופרידן פון די גאנצע בריאה נישט נאר ביי מיר נאר אויך ביי אלע ארום מיר אלע סארט קאפלוטשען וכדו אבער איין זאך קלאפט נישט דאס איז מיין קרבת אלוקים אין מיר האבן נישט קיין בית המקדש ירושלים אין די אייבערשטער זאגט אז איך גיב דיר עס אויף שבת
2) סעודה ליל שבת- שמחה קומט נאך השתוקקות צו א זאך אין מדערגרייכט עס מדארף אויפבויען די כסופין
3) סעודה ליל שבת- מעשה פון הרהק מסקולען אויפן ניגין נכספה אז ווען מקומט למעשה נישט אן צו טוען די מצוה נישט ווערן צובראכן אזוי ווי די רמבן זאגט ביי משכן
4) סעודה ליל שבת- א באטע ליל שבת איז איינס פון די העכסטע עבודות פונעם שבת עס איז נישט קיין וואך נאכט - די עבודה פין זינגען
5) סעודה ליל שבת- ווען מענטשן קומען אויף איין ציל איז נישט דא אלע מיני מענטשען נאר יעדער איז דא אויף עבודת השם
6) יום שבת לפני בריך שמי'- יעצט איז קבלת התורה אין מטיילט מתנות אהבה ויראה פאר מיין זון אויכעט
7) לפני ברכת החודש- התחדשות הבריאה בפרט חודש ניסן קען מען בן אויף א גיטע חודש בדרך הטבע
ביטע מוסיף זיין המשך יבא אי"ה
viener
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:10 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך viener »

א בקשה צו אלע משתתפים ביטע העלפט ארויס מיט רשימת הדברים וואס מיר האבן געהרט דורך אויס שבת - לתועלת הרבים

דורך א גוגל דאק - ווי יעדער לייגט צו - צוצוקומען צו א דבר השלם
https://bit.ly/havinini-shabes-5783

פאר רעפרענס - זעה פאריעריגע
https://bit.ly/havinini-shabes-5782

יישר כח
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

sheetrock האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 3:41 pm
וועןרענטל האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:08 pm
להודיע האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 2:01 pm
פעינטער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 1:53 pm
אין אנדערע נייעס: עס גייט אי"ה ארויס קומען א אידישע גליון הבינני מדי שבוע בשבוע, זיי האפן אז נאך אין די קומענדיגע פאר וואכן!
דאָס האט מען שוין געזאגט אויך פאראיאר
קען ארויסקימען וואס עס וויל

עס איז שוין יעצט דא דריי גיליונות (הבינני אידיש ענגליש הבינני ואלמדה) און עס איז נישט דא צו באקימען אין ערגעץ (חוץ פרינטען)

איך פארשטיי נישט די לאגיק פון צאלן ריזיגע געלטער פאר שרייבער (יא עס קאסט ריזיגע געלטער א יאר) אבער ווען עס קימט צו די פרינטינג און דיסטיריובשען וואס איז א שיבוש פון די געלט דא ווערט מען קארג, יא איך ווייס מהאט אויסגעריפן אז מזיכט וואלענטירס עס צו דעסטריבוטען אבער דעיס גייט אנהאלטן פון תענית אסתר ביז פורים, עס איז א ווייטאג
מ'האט אויסגערופן מוצאי שבת אז ווער ס'וויל אויסטיילן אין זיין געגענט זאל זיך מעלדן
אויסטיילן זיין געגענט? ווער טיילן אויס אלע אנדערע צענדליגער קונטריסים וואס קימען ארויס יעדע וואך?

גערעדט צו איינע פון די אינגעלייט וואס האבן זיך אנגעטראגן ארויסצוהעלפן
די זאך איז ווייט פון מסודר מהאלט ביי אלעף

אפילו עס איז שוין יא דא ווער עס זאל אויסטיילן קימט עס נישט אן צו זיי

עפעס מאכט דארט סיריעסלי נישט קיין סענס
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

קענטליך אנזעהבאר איז געווען די אנפירער פין די קרבתנו שבתים הרב אליעזר גראסמאן אין ר' מעכי שפירא
לעצט פארראכטן דורך שמחהלע אום זונטאג מארטש 19, 2023 5:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גג על גג
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 10:04 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גג על גג »

דער שבת איז נישט צום באשרייבן.... הייליג! דערהויבן! PURE!

לדעתי איז די קידוש געוועהן די היי לייט.

דער אייבישטער זאל העלפן אז מ׳זאל האבן די‏ ‏כוחות און דעת מקיים צו זיין אלע פיר חלקים און צוקומען צו ריכטיגע תורה לשמה!!
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

א הערליכן באריכט

viewtopic.php?p=4189499#p4189499
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

sheetrock האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 3:40 pm
שמחהלע האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 3:11 pm
כ'ווייס נישט ווי צי אנהייבן, צי מיט'ן קאלירפולען ציבור (מ'מעג עס אזוי אנרופן??) צי מיט די כסדר'דיגע דרשות, אריינקומענדיג אינעם ריזיגען היכל הביהמ"ד דראל"י האט מען זיך אנגעטראפן מיט קע"ה א ציבור אידן פין פארחאניאקטע יונגעלייט פין ק"י ביזן בעלעבתישער אינגערמאן פין וומסב"ג, פונעם לייקוואודער למדן ביזן בארא פארקער איד, האמער געטראפן אידן פין מאנטריאל אין טאהש, אידן פין כמעט יעדע חסידות אלע מיט איין ציהל צי ווערן נענטער צים בורא עולם.

אינמיטן מנחה האט מען שנעל געדארפט צי לייגן צענדליגער זיצן צי אקאמאדירן דעם ציבור, די ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה.

נאך מנחה האט די מגי"ש אריינגעברענגט דעם עולם אינעם שבת, שטארק ארומגערעדט איבער די אחדות אין די זינגען אינאיינעם א גאנצע ציבור, הערליך ארויסגעברענגט ווי ביי קבלת שבת ווערט ארויסגעברענגט ווי אלע ברואים זינגען פארן בורא, אין נאכדעם קומט די געגועים ביי לכה דודי.
ר' יואל קרויס מראשי המכון האט אראפגעלייגט א ווארעמע קבלת שבת.

אריינקומענדיג צים סעודה, האט מען זיך געטראפן זיצן אין א געפאקטע זאל ארומגענומען מיט אידן וואס האבן איין ציהל, ר' יואל קרויס מיט ר' חזקי שטיינער האבן געניטליך אנגעפירט דעם כאר אריינשלפענדיג דעם גאנצן עולם אין א ווארעמע סאטמארע שלום עליכם נאכפאלגענדיג מיט די איבריגע זמירות.
חזקי שטיינער איז דעי יוד וואס איז געשטאנען אויפן בענקל רוב צייט ביים זינגען?
יא
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

https://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7

שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט

פילטס אריין וואס פעלט
וועןרענטל
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:40 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועןרענטל »

איך וויל מיר דא באדאנקן ברבים פאר די מכון און די נדבן החשוב פאר די הערליכע צוויי דיקע הבינני פסח קונטרסים שוין אריינגעבליקט אביסל עס איז א הערליכע הערליכע ארבעט

בכלל איז מיר נישט אויסגעקימען זיך צו באדאנקן פאר אלע געטרייע עסקנים פערזענליך פאר די הערליכע שבת,
די 3 יואלי’ס - קרויס ווערצבערגער שטערן וואס האבן אריינגעלייגט שווערע ארבעט פאר דעם שבת
ווי אויך פאר האחים ראזענבוים און אלע אנדערע וואס האבן געטיען פאר דעם שבת כל אחד בשמו יתברך
חצקל חצקל
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 5:23 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצקל חצקל »

שׁעמעדיגער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pm
https://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7

שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט

פילטס אריין וואס פעלט
שאלה ח' איז נישט גענוי אזוי גיפרעגט געווארן.
אז מפאקט אן אזויפיל שיעורים נאכאנאנד וויאזוי קען מען זיך דאס קונה זיין אז מארגען פארט מען שוין ווייטער מיט נאך א ש יעור

עפעס אזוי.
נשמת כל חי
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:17 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת כל חי »

הלואי כ'קען צוריקדרייען דעם זייגער 24 שעה און זיך טרעפן זינגען נאכאמאל מיט 300 אידן וואס ווילן נאנט ווערן צום בורא עולם, פון די אנדערע זייט זעמער דא מיט מלא חידושם און עבודות השם און חובות האדם בעולמו וויפל מהאט געמיינט אז מהאט שוין געהערט איז מען געוואר געווארן נאר און נאך.
די חטובה אחת פון אנהייב שחרית ביז נאך של"ש אוי דאס הארץ בענקט. די מתנות ביי בריך שמיה, און מ'בעט נאך for my sun,, די קרבת אלוקים ביי בניית המשכן, אוי מיין אויגען וווערט נאכאמאל נאס דתיפתח ליבאי בארייתא ....,
איי די קודיש די הויעך פונקט פונעם שבת, די יצר לאט לערנען נאר תשובה זאלסטו נישט טון אפילו און מקוה קענסטו גיין, ורוח נכון חדש בקרבינו...
די סעודה איי די עברי טייטש פון ברוך השם יום יום ר' ווישעווער'ס ניגון וואס מיין ליפן מורמלט שוין פאר יארן באקומט עפעס א מין חיות, טפלא טפלא ונשיא איז בוקע רקועים, דאס בענטשן זעקס אזייגער בצפרא דשבתא.
......
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

הערליכע געשמאקע שיעור בביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי פארגאנגענעם ליל ששי
"התחדשות האדם בחודש ניסן": http://lomdotchasidut.libsyn.com/hui71df7u03k
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מכון הבינני / שיעורי ר' שמעון שפיצער שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

שׁעמעדיגער האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 6:57 pm
https://docs.google.com/document/u/0/d/ ... 7e979thok7

שיינע ארבעט
א דאנק פאר ווער עס האט עס געמאכט

פילטס אריין וואס פעלט
זעע איך יעצט אז עס איז צוגעקימען הערליכע זאכן אין די לינק
הערליכע ארבעט

א דאנק פאר די וואס האבן דאס צאמגעשטעלט

‐‐‐‐‐‐-
מיינע הערות, עטליכע זאכן זענען געמישט

איך מיין אז די מאמרים פון סעודות ליל שבת איז אביסל געמישט אדער עפעס פעלט,

גערעדט ליל שבת ווי אזוי מקימט אן פון דעספערטי ווען זאכן גייט נישט ווי אזוי מוויל און מזינגט אזוי..
אויך גערעדט דארט וועגן טיען פאר אנדערע ווען מען מיינט עס אמתדיג מענטשן זיכן היינט אזויפיל הילף און די באהאלטענע כוחות וואס יעדער פארמאגט,
אויך גערעדט וועגן מחלוקת דערציילט די מעשה וועגן די שידוך וואס די שדכן איז כמעט געווען צוקריגט מיט אים בעפאר, אז ביי חסידישע אידן קודם הויבט מען אן פארן....

די זינגען זמירות מיטן חסם סופר האט ער געזאגט ערגעץ באנייכט נישט בייטאג

די מעשה מיטן משגיח וואס גייט אלס מאכן סדר איז געווען ביי א אנדערע מאמר ביים קידוש נישט ביי מאמר ד’
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום מאנטאג מארטש 20, 2023 1:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”