נו וואס איז דיין מיינונג פון אויף די לינק וואס איז מותר אויף אייוועלט ווי פינף פאליציי אין מעמפיס טנ. שטויסן און הרגענען א מאן פון אפריקאנער אפשטאם. האלטס אז אן אייוועלט וואלט דאס א היימישע איד געזעהן? האלטס ס'געהערט אהער? האלטסט אז שרייבן "נישט פאר שוואכע הערצער" איז גענוג?בכלל האלטסט אז דו וואס קענען עס יא זעהן האבן שטארקער הערצער אדער גאר שוואכע, הערצער וואס פונקציאנירן שוין נישט נאטירלעך ווען מ'זעהט אזוינע רשעות ואכזריות.אבנר בן-נר האט געשריבן:כ'וויל פארשטיין איין זאך,
גאנס האט מען געהאט אין אמעריקע די לעצטע צוויי הונדערט יאר, וואס איז פלוצלינג געשעהן די לעצטע פופציג יאר אז ס'פאלט ביי פאר מענטשן א משוגעת פון גיין דורכפירן מאסן שיסערייען טאג טעגליך?? וואס האט גורם געווען אז אכצן יעריגע סטודענטן זאלן באקומען אן הנאה פון אויסשעחטן א גאנצע קלאס פון יונגע קינדער רח''ל??
פארוואס די לעצטע צוויי הונדערט יאר איז עס פאר קיינעם נישט בייגעפאלן?
די תירוץ איז, די היינטיגע לעבנסשטייגער פון די היינטיגע יונגווארג,
און דער גורם צו דעם איז בלי שום ספק די ''מאווי'ס''!! אויף אלע מאווי'ס איז דער וואס איז דער גרעסטע רוצח, דער העלד! ער איז דער געלונגענער, נו אויב אזוי מה יעשה הבן שלא יחטא?
איינער וואס שפילט שוין פון די צען יאר אלט, ווידיאו געימס וואו מ'הארגעט און מ'שיסט אויס מענטשן, פארוואס זאל ער עס נישט וועלן נאכטוהן אין ריעל לייף?
אזא איינער פארלירט אונגאנצן די געפיהל פון רחמנות, א מענטשליכע לעבן האט נישט קיין שום ווערט אין זיינע אויגן!
און דעיס ברענגט צו אז די רגע ער האט א שווערע טאג, אדער איז אביסל דיפרעיסט, נעמט ער א גאן און שיסט אויס יונגע קונדער, ווייל דאס איז וואס ער טוהט שוין די לעצטע צען יאר, גראדע איז עס געווען אויפן סקרין און יעצט נישט, אבער ביי אזא איינעם איז עס שוין נישט קיין גרויסע נפק''מ,
און מ'האט עס געזעהן ביי די שיסעריי פאראיאר און די אלעמענטרי שולע אין קאליפארניע, ווי דער רוצח האט פארשפארט די טיר פונעם קלאס און אונגעצינדן בעקראונד מוזיק פון מאווי'ס, און האט שטייטליך אויסגעקוילט צוואנציג קינדער רח''ל,
פון וואס קומט אזא רציחה אויב נישט פון דעם??
אויב אזוי דארף מען סך ענדערש בענען די רציחה'שע מאווי'ס און ווידיאו געימס, ווייל דאס איז דער גורם, נישט די גאנס, והא ראי' מ'האט געהאט לאנגע יארן גאנס אין אמעריקע און ס'איז נישט צוגעקומען צו דעם ביז דעי אלע זאכן זענען ליידער ארויסגעקומען,
פארשטייט זיך יעדער גייט גלייך שרייען אז אמעריקע איז א דעמאקראטישע לאנד און מקען נישט אוועק נעמען די רעכטן פונעם פאלק,
סאו וויזוי קענסטו אוועק נעמען די רעכט פון האבן גאנס? פארוואס דעיס פארשטייטסו יא? אויב עפעס איז די גאן רעכט קלאר באשיצט אונעם קאנסטיטוציע, משאכ די רעכט פאר די ווידיאו געימס נישט,
סאו איך בין מסכים אז מדארף אראפנעמען די גאנס פון די גאסן אבער מדארף אויך קעיר נעמען פון די הויפט פראבלעם.
אבער דאס גייען די דעמאקראטן קיינמאל נישט טוהן סייווי. סאיז שאד די צייט...
אויב איינער האט א אנדערע סיבה וואס איז גורם די אלע שיסערייען איז וועלקאם....
וואס האט דאס מיט'ן אשכול? זייער פשוט, קודם לאמיר זיכער מאכן אז מיר פאלן נישט, דערנאך וועלן מיר קער נעמען פונעם עם הדומין לחמור.